עברית
Library

Likkutei Sichos

Eikev 5

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

121עקב ה

א. צוזאַמען מיטן ציווי אויף מצות מזוזה (בפרשתנוא) „וכתבתם על מזוזות ביתך ובשעריך", זאָגט אָן די תורה (גלייך נאָכדעםב) אויך דעם שכר המצוה: „למען ירבו ימיכם וימי בניכם גו'"; און ווי עס ווערט אַראָפּגעבראַכט אַלס אַ פסק־דין אין שו"עג: „כל הזהיר בה יאריכו ימיו וימי בניו וכו'"ד.

אין דעם ענין הודעת השכר גלייכט זיך אויס מצות מזוזה מיט נאָך געוויסע מצות וואָס די תורה גיט צו וויסן בפירוש זייער שכר (ווי כיבוד או"אה, וכיו"בו); מ'געפינט אָבער אין מצות מזוזה אַן ענין נוסף וואָס מען געפינט ניט ביי אַנדערע מצות:

חז"לז זאָגן — און דער טורג ברענגט עס אַראָפּ — אַז דורך דעם וואָס מ'איז קובע אַ מזוזה אויפן פתח הבית, היט דער אויבערשטער דעם בית („מלך בו"ד מבפנים ועבדיו שומרין אותו מבחוץ ואתם ישנין על מטתכם והקב"ה שומר אתכם מבחוץ"ח);

וואָס אָט די שמירה, וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך מצות מזוזה, איז ניט אַן ענין פון שכר מצוה, נאָר דאָס איז (ווי דער ב"חט איז מסביר) אַ „הנאה וריוח מגוף המצוה עצמה . . נוסף לו על השכר כו'". און דערמיט איז דער ב"ח מסביר דאָס וואָס דער טור שרייבט אַז די שמירה דורך דער מזוזה איז „גדולה מזה" — „גרעסער" פון דעם שכר „למען ירבו וגו'"י — ווייל דאָס איז אַ הנאה „מגוף המצוה עצמה".

122נאָך מער: דער ענין השמירה איז ניט קיין זייטיקע „הנאה וריוח" פון מצות מזוזה, נאָר דאָס איז אַ עיקר אין מצות מזוזה, ובלשון התוספותיא: „לשימור עביד"*11.

ב. מצד דעם יתרון אין מצות מזוזה — אַז דער גוף המצוה איז אַ שמירה — איז דאָ אַ חילוק צווישן דעם אופן הקיום פון מצות מזוזה און דעם אופן הקיום פון אַנדערע מצות:

בכלל — מיט בריינגען בפירוש דעם שכר המצוות, איז די תורה אויסן ניט סתם צו דערציילן וועגן דעם, נאָר — כפשוטויב של מקרא — צו מחזקיג זיין דורכדעם און מזרז זיין דעם קיום המצוות. חז"ליד זאָגן דאָך: „לעולם יעסוק אדם בתורה ומצות אע"פ שלא לשמה כו'", און דער רמב"ם ברענגט עס אַראָפּ להלכה אין הל' תשובהטו, און איז מסביר אַז אַזוי מוז זיין דער סדר הלימוד: „הקטנים וכו' אין מלמדין אותן אלא כו' וכדי לקבל שכר עד שתרבה דעתן ויתחכמו חכמה יתרה מגליןטז להן רז זהיז מעט מעט ומרגילין אותן לענין זה (דלשמה) בנחת כו'"; און ווי ער איז אויך מאריך אין דעם אין פירוש המשניות שלו*17, וואו ער זאָגט, אַז די וואָס זיינען נאָך ניט „משיגין האמת עד שיהיו כמו אברהם אבינו ע"ה" — „מזרזין אותם ע"ז ומחזקים כוונתם" צו טאָן מצות צוליב זייער שכר.

אָבער לאידך איז מובן, אַז ווען מ'איז מקיים אַ מצוה בלויז צוליב איר שכר, פעלט דאַן אין שלימות הקיום פון דער מצוה, וויבאַלד דאָס איז „שלא לשמה"; נאָכמער: אפילו ווען ער טוט אַ מצוה כדי צו מקיים זיין „מצות בוראו"יח, ער איז אָבער דערביי מכוון „אף להנאת עצמו"יח — ער גיט צדקה „בשביל שיחי' בני או שאהי' בן עוה"ב"*18, וואָס כאָטש ער איז („בדבר זה"יט) אַ „צדיק גמור" — איז עס נאָך ניט דער שלימות'דיקער אופן פון קיום המצוהכ.

משא"כ בענין השמירה של המזוזה, י"ל אַז וויבאַלד דאָס איז (ניט בתור שכר פאַר דער מצוה, נאָר) אַ תוצאה (און אַ חלק) פון דער מצוה גופא, איז דאָס ניט קיין חסרון אין שלימות הקיום ווען דאָס ווערט געטאָן צוליב שמירה, וואָרום דאָס איז דאָך מעניני המצוה; נאָך מער, כנ"ל פון תוספות, דאָס איז מטרת המצוה — „לשימור עביד".

123נאָכמער: איינער פון די טעמיםכא וואָס מ'דאַרף קובע זיין די מזוזה „בטפח הסמוך לרה"ר" איז „כי היכי דתינטרי'", ד.ה. אַז דאָס וואָס די מזוזה איז אַ שמירה איז ניט נאָר וואָס מ'קען עס האָבן אין מחשבה בעת קביעת המזוזה, נאָר דאָס באַשטימט דעם אופן קיום המצוה, און דאָס קומט במעשה בפועלכב — ווי דער טורכג ברענגט עס דאָרט אַראָפּ בהמשך דבריו.

ג. לכאורה קען מען פרעגן: דער טור אַליין איז דאָרט מסיים (נאָכן אַראָפּברענגען דעם אויבנדערמאָנטן דין): „ומ"מ לא יהא כוונת המקיימה אלא לקיים מצות הבורא ית' שצונו עלי'" — אַז מ'זאָל ניט מכוון זיין אַז די מזוזה איז לשם שמירה?

איז אָבער — דער טור זאָגט דאָס ניט בלשון של איסור, אויך איז ניט מסתבר, אַז דער טור קומט דאָ זאָגן אַז מ'דאַרף בכלל ניט טראַכטן ביי קיום מצות המזוזה אַז דאָס איז אַ שמירה — ווייל, כנ"ל, מה־דאָך אַז אופן קיומה איז דוקא דורך אַ פעולה וואָס ווייזט אַז ענינה איז שמירה, איז דאָך כ"ש אַז מ'מעג טראַכטן אַזאַ מחשבה;

נאָר דערמיט איז ער נאָר שולל אַז ביים קיום מצות מזוזה דאַרף ניט זיין די כוונה אַז מ'טוט עס צוליב דער תועלת השמירה וואָס מ'האָט פון דער מצוה, וואָרום ער וואָלט זי מקיים געווען מיט דעם זעלבן חשק והידור ווען עס וואָלט דערביי ניט געווען קיין ענין פון שמירה כלל, נאָר עס דאַרף זיין „לקיים מצות הבורא ית'"; אָבער לאידך מעג מען בעת מעשה האָבן אין זינען, אַז די מצוה באַשטייט אין דעם, וואָס דער אויבערשטער האָט געהייסן אַ אידן מאַכן אַ שמירה אויף זיין בית —

און אפילו דאַן, ווען מ'טוט די מצוה בלויז צוליב דער תועלת השמירה, איז עס קיום המצוה (נאָר וואָס דען —) שלא לשמה, וואָס אויך דעמאָלט (באַ זייער מצב בדעת וחכמה וכו') איז כנ"ל (בלשון הרמב"ם): „מזרזין אותם ע"ז ומחזקים כוונתם".

ד. לכאורה קען מען אויף דעם פרעגן: דער רמב"םכד פסק'נט (און דער טורכה ברענגט עס אַראָפּ): „אלו שכותבין מבפנים שמות המלאכים . . הרי הן בכלל מי שאין להן חלק לעוה"ב שאלו הטפשים לא די להם שבטלו המצוה אלא שעשו מצוה גדולה וכו' כאילו הוא קמיע של הניית עצמן וכו'" —

ד.ה. אַז דאָס וואָס די מזוזה ווערט באַטראַכט ווי אַ „קמיע של הניית עצמן" (צוליב אַ שמירה) איז עס ניט בלויז אַן ענין פון שלא לשמה, נאָר אויך אַ „טפשות", און נאָך מער — „ה"ה בכלל מי שאין להם חלק לעוה"ב"כו?

[דאָס וואָס דער רמב"ם זאָגט אַז „בטלה המצוה" — מ'איז מבטל די מצות מזוזה (זי איז פסול), איז ניט שייך בנדו"ד, ווייל דער פסול איז (ניט צוליב124דעם וואָס „עשו מצוה גדולה כו' כאילו הוא קמיע כו'", נאָר) צוליב דעם וואָס מ'האָט מוסיף געווען („שמות המלאכים וכו'") אין פנים המזוזה — און דער רמב"ם פסק'נט אין דער פריערדיקער הלכה: „הוסיף מבפנים אפילו אות אחת הרי זה פסולה"כז;

און דאָס וואָס דער רמב"ם איז ממשיך „שעשו מצוה גדולה וכו'" איז (ניט קיין טעם נאָר) אַ הוספה אויף „בטלו המצוה", און אַ הסברה ונתינת טעם אויף „ה"ה בכלל מי שאין להם וכו'"].

ה. אָבער אין אמת'ן קען מען ניט לערנען אין דער הלכה פון רמב"ם, אַז דער איסור באַשטייט נאָר אין דעם וואָס ער האָט אַ כוונה שלא לשמה (צו נוצן די מזוזה אַלס אַ שמירה ל"הניית עצמן") — ווייל נוסף אויף דעם, וואָס ס'איז שווער צו זאָגן אַז צוליב דעם זאָל ער אָנגערופן ווערן „טפש" — וויבאַלד אַז לשימור עביד (כנ"ל) — און בפרט ביז אַז „ה"ה בכלל מי שאין להם חלק לעוה"ב" — בשעת'ן פס"ד מפורש אין רמב"םכח אַז „הבריא שקרא פסוקין כו' כדי שתגן כו' ה"ז מותר", ד. ה. מ'מעג נוצן דברי תורה אַלס אַ הגנה און מ'זאָגט ניט אַז דורך דעם מאַכט ער פון תורה אַ „קמיע של הניית עצמן" וכו';

נאָר דער רמב"ם אַליין איז עס מסביר דערמיט וואָס ער איז מוסיף (נאָך די ווערטער „כאילו הוא קמיע של הניית עצמן"): „כמו שעלה על לבם הסכל שזהו דבר המהנה בהבלי העולם":

דאָס וואָס זיי שרייבן אַריין אין דער מזוזה „שמות המלאכים וכו'" (הגם די מזוזה אַליין איז אַ שמירה), איז אַ באַווייז אַז ביי זיי איז די מזוזה אינגאַנצן ניט קיין ענין של מצוה (— ווייל וואָס פאַר אַן אָרט האָט עס צו מוסיף זיין אין דער (מצוהכט און) שמירה של הקב"ה ?), נאָר אַ „קמיע של הניית עצמן", אַז דאָס איז צוליב זיינע הנאות, וואָס זיינען „הבלי העולם";

און דעריבער איז עס אַ טפשות, וואָרום אַ מזוזה איז אַ שמירה נאָר דערפאַר וואָס דאָס איז אַ מצוה און זי טוט אויף די שמירה, אין דער צייט וואָס זיי (דורך מוסיף זיין אין דער מזוזה) נאַרן זיך און מיינען, אַז די שמירה איז ניט פון דער מצוה, נאָר פון אַ „קמיע של הניית עצמן", וואָס מהאי טעמא איז ביי זיי רעכט אַז ס'איז אַ „דבר המהנה בהבלי העולם"; און דעריבער „אין להם חלק לעוה"ב", ע"ד ווי מ'געפינט עס אינעם דיןל אַז די וואָס „עושין דברי תורה רפואת גוף" זיינען זיי „בכלל הכופרים בתורה", ווייל תורה איז נאָר „רפואת נפשות"לא.

125משא"כ ווען איינער איז קובע אַ מזוזה כשירה און איז גאָרניט מוסיף אין דער מזוזה, נאָר ביים קיום המצוה האָט ער די מחשבה אַז ער טוט עס ווייל ער וויל די שמירה פון דער מצוהלב, איז עס לכל היותר אינעם גדר פון קיום המצוה שלא לשמהלג.

ובפרט ווען ער טוט עס ניט בלויז אַלס אַ שמירה, נאָר ער איז מכוון צו מקיים זיין אַ מצוה פון דעם אויבערשטן, וואָס ער האָט געהייסן אַרויפלייגן אַ שמירה אויפן פתח הבית — איז

דעמאָלט מקיים די מצוה בשלימותהלד.

ו. עפ"י האמור לעיל, אַז די שמירה וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך מזוזה איז ניט אַ „שכר" אָדער „סגולה" נוספת אויף דער מצוה, נאָר דאָס איז מענין המצוה גופא — ווערט פאַרשטאַנדיק אַ דבר פלא וואָס מ'געפינט בקשר צו מצות מזוזה:

די משנה (אין מס' כליםלה) רעכנט אויס כמה כלים וואָס האָבן אַ בית קבול (און דעריבער „הרי אלו טמאין"), און איינער פון זיי איז: „מקל שיש בו בית קבול מזוזה". זאָגט דאָרט דער תוספות יו"ט: „ואפשר שהיו אנשים בזמן המשנה נושאים מזוזה עמם וחשבו זה למצוה ולשמירה להם";

וואָס פון דעם וואָס מ'ברענגט אַראָפּ די מציאות פון „מקל שיש בו כו'" צוליב שמירה און מ'איז עס ניט מבטללו, איז משמע, אַז אָט די הנהגה האָט אַן אָרטלז.

ובאמת איז משמע (און נאָכמער — מוכח) פון ירושלמי, אַז די מזוזה גופא האָט אין זיך סגולת השמירה, אפילו ווען ס'איז דערביי ניטאָ ענין קיום המצוה:126עס ווערט דערציילט אין ירושלמילח, אַז רבינו הקדוש האָט געשיקט אַ מזוזה צו ארטבון — אַ נכרילט — און האָט אים געזאָגט אַז ער שיקט אים „מילה דאת דמך לך והיא מנטרא לך"; ד. ה. הגם אַז אַ נכרי איז ניט אין גדר פון קיום מצות מזוזהמ, פונדעסטוועגן איז אויך אין דעם פאַל שייך דער ענין פון „מנטרא לך" וואָס איז דאָ אין מזוזה.

[ובפרט לויטן המשך און אויספיר פונעם סיפור, וואָס ווערט געבראַכט אין שאלתות*40, אַז דורך דעם וואָס ארטבון האָט גענומען די מזוזה וכו' האָט זיך גלייך אויפגעטאָן די שמירה און „מיד ברחה אותה שדה כו'"].

ולכאורה איז עס אַ דבר תמוה: וויבאַלד מ'האָט זיך נוהג געווען אַריינצוטאָן אינעם „מקל" אַ מזוזה דווקא, איז עס דאָך אַ הוכחה אַז מ'האָט דאָס גענומען ניט אַלס סתם אַ פרשה פון תורה (וועלכע איז — בכלל — מגיןמא), נאָר אַלס (שמירה פון) אַ מזוזה — ווי איז דאָ שייך דער גדר פון שמירה פון אַ מזוזה? דער דיןמב איז דאָך, אַז „תלאה במקל פסולה", און ווי די גמראמג איז נאָך מדגיש: „סכנה ואין בה מצוה", וכפירוש רש"ימד „סכנה — מן המזיקים שאין הבית משתמר בה עד שיקבענה בצורת הפתח כהילכתה".

[און כאָטש די גמרא דערציילט דאָרט, אַז „של בית מונבז המלך היו עושין בפונדקותיהן כן זכר למזוזה", און ווי מ'געפינט בכמה מצות, אַז מ'מאַכט אַ זכר צו אַ מצוה (ווען מען קען איר ניט מקיים זיין), אַזוי ווי די „זרוע" וואָס מ'נעמט בליל פסח זכר צום קרבן פסחמה — געפינט מען אָבער ניט אַז דורך אַ זכרמו זאָל מען באַקומען דעם שכר המצוה כו'; וכמובן הטעם — הגם דאָס איז טאַקע אַ „מעין" און „זכר" (ע"פ תורה) צו דער מצוה, איז אָבער דער שכר פאַרבונדן מיטן קיום המצוה].

ע"פ הנ"ל איז מובן: וויבאַלד די שמירה שע"י המזוזה איז פאַרבונדן מיטן גוף המזוזה, במילא איז שייך אַז אַ מעין פון דעם ענין השמירה איז פאַראַן אין דער מזוזה אַליין, אפילו איידער מ'איז דערמיט מקיים מצות מזוזה, וויבאַלד זי איז געשריבן געוואָרן לשם מזוזה וכו', אָדער אפילו ווי באַ ארטבון.

ז. דערמיט קען מען אויך מסביר זיין אַ פלא'דיקן סיפור, וואָס כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט דערציילט*46: בעת ער האָט זיך געפונען אין מאסר, האָט מען ביים ערשטן פאַרהער אים געפרעגט צי ער ווייס וואו ער געפינט זיך? דערויף האָט ער געענטפערט: „אַוודאי ווייס127איך, אַז איך געפין זיך אין אַזאַ פּלאַץ, וואָס איז פטור פון אַ מזוזה, עס איז דאָ ערטער וועלכע זיינען פטור פון אַ מזוזה, ווי בית דיר של סוסיםמז ובית הכסא".

ולכאורה אינו מובן: פאַרוואָס האָט כ"ק מו"ח אדמו"ר אויסגעקליבן אַן ענין שלילי — אַז דאָס איז אַ מקום וואָס איז פטור פון מזוזה? לכאורה וואָלט געווען מער מתאים צו ענטפערן מיט אַן ענין חיובי, אַז ער געפינט זיך אין אַן אָרט וואָס (אויך) דאָרט איז דאָ השגחה פרטיתמח — ובפרט אַז ער איז דאָס מדגיש דערציילענדיק פרטי המאסר פאַר'ן פאַרהער און נאָכדעם — אַז ס'איז „מלא כל הארץ כבודו" וכדומה?

ובמיוחד אַז כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט געוואָלט ווייזן (ווי ער האָט דערציילט כמה פעמיםמט) אַז ער פירט זיך מיט אַ תקיפות און רעכנט זיך אינגאַנצן ניט מיט זיי, ביז אַז זיי זיינען „כאילו אינם וכאין ואפס ממש"*49 — וואָלט דאָך געפאַסט צו זאָגן דוקא ענינים הנ"ל?

נאָר דער ענין אין דעם — י"ל: כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט אויך דאָרט, אין מאסר, געוואָלט האָבן די שמירה פון מזוזה; וויבאַלד עס איז ניט געווען שייך צו מקיים זיין די מצוה כפשוטה, האָט ער דעריבער געטאָן וואָס ער האָט געקענט אויף צו מאַכן אַ „זכר" צום ענין המזוזה, און נאָכמער — רעדן אין תורת מזוזה (וואָס דורכדעם ווערט נמשך אַ מעין פון שמירת המזוזה).

און דערפאַר האָט ער געזאָגט און מבררנ געווען אָט די הלכה, אַז דער אָרט וואו ער האָט זיך געפונען איז פטור ממזוזה, וואָס דערמיט האָט זיך אויפגעטאָן די שייכות צום ענין המזוזה אין אַ צווייענדיקן אופן: (א) דורכן לימוד פון הלכות מזוזה איז דאָ פס"ד חז"ל „כל העוסק בתורת כו' כאילו הקריב כו'"נא — כאילו ער איז דאַן מקיים מצות מזוזה; (ב) דורך דעם וואָס ער האָט מברר געווען די הלכה אַז דער בית (ער איז בגדר וכתבתם על מזוזות ביתךנב — אָבער בנדו"ז) איז פטור ממזוזה — האָט עס פועל געווען אַ שייכות (ניט נאָר מיט „תורת" מזוזה, נאָר אויך) מיט מצות מזוזה — אַ שייכות שלילית: דער בית איז פטור ממזוזהנג.

128— בסגנון אחר קצת:

די שייכות פון אַ בית צו אַ מזוזה קען זיין אויף צוויי אופנים: א) אַ בית וואָס איז מחוייב אין מזוזה, איז די שייכות אין אַן אופן חיובי — דורך קובע זיין די מזוזה על פתח הבית. ב) אַ בית וואָס איז פטור ממזוזה — איז די שייכות אין אַן אופן שלילי: מען פאָלגט אויס ציווי התורה און מ'איז ניט קובע דאָרט אַ מזוזה —

וי"ל אַז דאָס איז געווען דער טעם פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, וואָס ער האָט בוחר געווען צו זאָגן אַז ער געפינט זיך אין אַ בית וואָס איז פטור ממזוזה, ווייל דאָס האָט ממשיך געווען אַ ענין של שמירה פון מזוזה.

ח. פון דעם אַלעם אַיז פאַרשטאַנדיק דער גודל הזכות וואָס איז דאָ אין דער השתדלות אין „מבצע מזוזה" ובפרט בימינו אלה:

אידן זיינען דאָך ככבשה אחת בין ע' זאביםנד, וואָס זייער הילף איז דער „רועה שמצילה ושומרה כו'"נד; ובמיוחד נאָך די לעצטע מאורעות, אין וועלכע מ'האָט געזען במוחש אַז עס האָט געפעלט אין די בתים פון די געליטענע, אין קיום מצות מזוזהנה, וואָס דער שם, געשריבן אין אַן אופן אַז מען זאָל עם זעהן ווען די מזוזה איז שוין צוזאַמען געוויקלט איז ש־י ר"ת שומר דלתות ישראלנו — איז דער שם (ושמירתו) ניט געווען באַ זיי —

דאַרף זיין די השתדלות הכי גדולה אַז יעדער אידישע הויז זאָל האָבן אַ מזוזה אויף אַלע טירן המחוייבים במזוזה און זי זאָל זיין אָנגעקלאַפּט כהלכתה;

און די השתדלות דאַרף זיין סיי ביי אנשים, און סיי ביי נשים וועלכע זיינען מחוייב אין מזוזה פּונקט ווי אנשיםנז, ובפרט ווי די גמראנח איז מסביר: „גברי בעי חיי נשי לא בעי חיי"נט [ועוד: זייענדיק די „עקרת הבית", ליגט אויף איר אַ ספעציעלע פליכט צו באַוואַרענען עניני הבית — במילא אויך שמירת הבית דורך „מזוזות ביתך גו'"];

און דורך דעם ווערט אַ שמירה אויפן בית און אויף אַלץ וואָס געפינט זיך אין בית, און נאָכמער (ווי עס שטייט אין זוהרס): די שמירה איז אין אַן אופן פון „הוי' ישמר צאתך ובואך מעתה ועד עולם" — אפילו אַרויסגייענדיק פון בית,

און וויבאַלד אַז כל ישראל ערבים זב"זסא, און אַלע אידן זיינען אַ „קומה אחת"סב, איז פאַרשטאַנדיק, אַז דורך דער הוספה פון קיום מצות מזוזה פון יעדער איינציגן חדר המחויב במזוזה — ווערט ניתוסף אויך אין דער שמירה פון דער גאַנצער קומה, פון כל ישראל, פון יעדער איד, אנשים נשים וטף, בכל מקום שהוא,

ובלשון הכתוב: הוי' ישמור צאתך ובואך מעתה ועד עולם.

(משיחות חגה"ש וש"פ בהעלותך תשכ"ז,

י"ב תמוז תשל"ד)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-69prcg82

Copies

Recent activity

#192 Likkutei Sichos vol 19: machine reading · approved
#135 Likkutei Sichos vol 19: machine reading · closed

Sources