עברית
Library

Likkutei Sichos

Sukkos 2

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

356חגה"ס ב

א. אין דער פרשה וואו עס ווערט אָנגעזאָגט וועגן חג הסוכותא שטייט צוויי מאל „ביום הראשון": „ביוםב הראשון מקרא קודש כל מלאכת עבודה לא תעשו"ג, „ולקחתם לכם ביום הראשון פרי עץ הדר גו'"ד. זאגט אויף דעם די גמראה אז בשכר פון די צוויי „ראשון" „שביתת הרגל דחג"ו (ביום הראשון מקרא קודשז), און „נטילת לולב" (ולקחתם לכם ביום הראשון) — איז מען זוכה „לבנין בית המקדש ולשמו של משיח", וואָס ווערן אָנגערופן „ראשון" („כסא כבוד מרום מראשון מקום מקדשנו"ח, „ראשון לציון הנה הנם"ט).

איז מבאר אין דעם דער מהרש"א: דער יו"ט סוכות איז מטעם „כי בסוכות הושבתי את בנ"י בהוציאי אותם מארץ מצרים"י, און דורך דער שביתה בסוכות וועט מען זוכה זיין צו ביהמ"ק וואָס אויף אים שטייט „ויהי בשלם סוכו"יא; און נטילת ד' מינים איז פאַרבונדן מיט שמחה ווי עס שטייט „ולקחתם לכם גו' ושמחתם גו'* ", דעריבער וועט מען דורך דעם זוכה זיין צו שמחה לעתיד בביאת המשיח.

דערמיט איז ער אויך מבאר דעם דיוק הלשון „לשמו של משיח* ", ווייל דער ענין השמחה בביאת המשיח איז מרומז אין שמו של משיח — „ששמו מנחםיב שהוא ינחמנו וישמחנו כמ"שיג שמחנו כימות עניתנו".

דאַרף מען פאַרשטיין —— די הדגשת חז"ל ראשון: וויבאַלד אַז די שייכות פון סוכות מיט ביהמ"ק איז מצד הפסוק „ויהי בשלם סוכו" וואָס שטייט אויפן ביהמ"ק, האָט דאך געדאַרפט אויסקומען אַז די מצוה דורך וועלכער מ'איז זוכה צו בנין ביהמ"ק זאָל זיין די מצוה בסוכות תשבו (און במילא — אַלע) שבעת ימים, דער ענין פון סוכה גופא, און ניט די מצוה פון „שביתת הרגל דחג"* , וואָס איז א מצוה נוספת ב"סוכו" (און נאָר — ברגל, ביום הראשון)?

ועד"ז אויך בנוגע צו שמו של משיח: פאַרוואָס איז די מצוה דורך וועלכער מ'איז זוכה לשמו של משיח, שישמחנו —— „ולקחתם לכם ביום הראשון"יד, וואָס איז בלויז פאַרבונדן מיט שמחה, און ניט357די מצוה פון שמחה (ושמחת בחגךטו) גופאטז?

ב. דער ביאור אין דעם:

אין מצות סוכה געפינט מען אַ (חידוש און) מעלה לגבי אַנדערע מצות בנוגע איר פעולה אויף די דברים גשמיים (דער סכך און די דפנות) מיט וועלכע עס ווערט געטאן די מצוה:

בשעת מען טוט אַ מצוה מיט אַ דבר גשמי, פועל'ט די מצוה אַ זיכוך אין דעם דבר גשמי, ביז אַז אפילו לאחרי קיום המצוה האבן די דברים גשמיים א דין פון „תשמישי מצוה"יז. ווי לדוגמא בא מצות ציצית, אַז כל זמן די ציצית זיינען קבוע אין טלית „אסור להשתמש בהן שום תשמיש של חול . . משום ביזוי מצוה"יח, און לכמה דעותיט „אף לאחר שנפסקו אין לנהוג בהם מנהג בזיון".

אָבער אעפ"כ, זיינען די ציצית (אפילו ווען זיי זיינען קבועים בטלית) נאַר „תשמישי מצוה" און ניט קיין „תשמישי קדושה" (און אויב ניט מצד ביזוי מצוה, וואַָלט מען געמעגט זיי נוצן פאַר אַ „תשמיש של חול").

משא"כ דורך קיום מצות ישיבה בסוכהכ, ווערט אויך אַ קדושה אין די עצי הסכך (און מדרבנן אויך אין די עצי הדפנות) — „כשם שחל שם שמים על הקדשים . . כך חל שם שמים על הסוכה"כא. און מצד דער קדושה שבהם טאָר מען זיך מיט זיי ניט נוצן (במשך ימי החג).

[און כאָטש אַז אויך סוכה איז „תשמישי מצוה* ", ניט „תשמישי קדושה" איז דאָס נאָר לאחר שעברו ימי החג ווען עברה מצותן, וואָס דעמאלט מעג מען זיך נוצן מיט די עצי הסכך (ס'איז נאָר „נכון ליזהר שלא להשתמש בהן תשמיש בזיון"כב) — אין די ז' ימי החג אָבער איז חל אויף זיי קדושה]כג.

וואָס דער אויפטו פון קדושת סוכה אויף דעם וואָס זי איז אויך פון די „תשמישי מצוה"כד (ווי בא אַנדערע מצות) איז (אויך) בנוגע דער פעולה פון דער מצוה אין דעם גשמי: דער גדר פון „תשמישי מצוה" איז, אַז „משתמשין בהן לשם מצוה" (אָבער אין זיי גופא איז ניטא קיין קדושה)כה; משא"כ „קדושת הסוכה"* מיינט, אַז די סוכה גופא (דער סכך און די דפנות) ווערט קדוש, „כשם שחל שם שמים על הקדשים . . כך חל שם שמים על הסוכה"כו.

358ג. עד"ז געפינט מען אויך באַ מצות נטילת ד' מינים, אַז די שייכות פון די מינים גשמיים מיט דער מצוה וואָס ווערט מיט זיי געטאן, איז מער בהדגשה ווי בא אַנדערע מצות, ובהקדים:

די שייכות פון אַ דבר גשמי צו דער מצוה וואָס מ'איז מקיים מיט אים באַשטייט ניט נאָר אין דעם וואָס דורכן קיום המצוה (אדער אפילו דורכן בלויז באשטימען דעם גשמי פאַר אַ מצוהכז) ווערט אין אים אַ זיכוך כנ"ל, נאר אויך מצד זיין עצם מציאות (נאך פאַר דעם קיום המצוה און אפילו פאַר דער הזמנה למצוה). דאָס גופא וואָס דער דבר גשמי איז ראוי צו מאַכן פון אים א מצוה (ווי לדוגמא, צמר וואָס איז ראוי פאַר מצות ציצית) ווייזט אַז ער איז מער מזוכך און „העכער" פון אַנדערע דברים גשמיים (אויך פון דברים המותרים) וועלכע זיינען ניט ראוי פאַר א מצוהכח.

און אין דעם באַשטייט די מעלה פון די ד' מינים לגבי אַנדערע זאַכן וואָס זיינען ראוי למצוה, אַז דער זיכוך און עילוי פון די ד' מינים (וואָס מאַכט זיי ראוי לקיום מצוה זו) איז אין אַן אופן גלוי, כדלקמן.

ד. ס'איז מבואר אין חסידותכט, אַז דער טעם וואָס פאר דער מצוה „ולקחתם לכם גו'" זיינען אויסגעקליבן געוואָרן דוקא די פיר מינים, איז עס דערפאַר וואָס אין זיי איז דא די תכונה פון אחדות: לולב איז עליו כפותין (אלע בלעטער בהתאחדות); הדס איז „תלתא בחד קינא"; ערבות זיינען גדלים באחוה; און (מכש"כל) אתרוג וואָס איז דר באילנו משנה לשנה — אין אים ווערן פאַראיינציקט די אַלע פיר אוירים פון די ד' תקופות השנה.

און היות אז זאכן פון וועלט בכלל זיינען בהתחלקות און פירוד, איז מוכח, אַז דאָס וואָס די ד' מינים האָבן אין זיך די אייגנשאפט פון אחדות נעמט זיך עס דערפון וואָס אין זיי איז נרגש אַ חלישות אין זייער וועלט'ישקייט — וואָס דאָס איז פאַרבונדן מיט ביטול, דער ביטול צו אלקות.

וואָס פון דעם איז מובן, אַז כאָטש אויך בא אַלע מצות, איז דאָ אַ זיכוך און עילוי אין די דברים גשמיים וועלכע זיינען ראוי צו מאַכן פון זיי מצות (כנ"ל ס"ג), קומט עס אָבער ניט צו דעם זיכוך און עילוי פון די ד' מינים וואָס זיינען ראוי צו מצות ולקחתם לכם — וויבאַלד אז אין זייער זיכוך און עילוי איז ניכר בגילוי דער ענין האחדות העכער פון סתם נבראים.

ה. און דאָס איז איינער פון די ענינים אין וועלכע מען זעט סיי דעם צד השווה אין די צוויי מצות הנ"ל (סוכה און ד' מינים) און סיי דעם חילוק צווישן זיי:

דער צד השווה פון ביידע מצות באשטייט אין דעם וואָס אין ביידע איז מורגש די שייכות פון דעם גשמי (דער סכך ודפנות הסוכה און די ד' מינים) צו די מצות מער ווי בא אַנדערע מצוות;

359און דער חילוק צווישן זיי איז, אַז די שייכות פון סכך הסוכה מיט מצות ישיבה בסוכה איז דורך דער פעולה אין דעם דבר גשמי, דורכן קיום המצוה; און די שייכות פון די ד' מינים צו מצות ולקחתם לכם איז דורך זייער מעלה (בטבעם) וואָס מאָכט זיי ראוי למצוה.

ו. נאך אַ צד השווה און אַ חילוק אין די צוויי מצוות הנ"ל:

סוכה איז העכער פון התחלקות. זי איז מקיף, זי נעמט אַרום דעם גאַנצן מענטשן (ראשו ורובו) כאחד, און נאך מער: ניט נאָר איז זי העכער פון דער התחלקות דראש גוף ורגל ביי דעם זעלבן אידן, נאר זי איז העכער אויך פון דער התחלקות צווישן איין אידן מיט אַ צווייטן — ביז אַז כל ישראל ראוים לישב בסוכה אחתלא.

און אויך די ד' מינים איז ענינם אחדות: א) די אחדות פון די פרטים אין יעדן מין גופא (כנ"ל ס"ד); ב) די אחדות פון די ד' מינים צוזאַמען — פון די אַלע מינים צוזאַמען ווערט איין מצוה.

אָבער אויך אין דעם ענין האחדות איז א חילוק צווישן סוכה און ד' מינים: אין סוכה זיינען מלכתחילה ניטא קיין פרטים מחולקים; משא"כ אין ד' מינים זיינען יע דא פרטים מחולקים (די התחלקות פון פיר פאַרשידענע מינים און אויך די התחלקות הפרטים אין יעדן מין גופא), נאר די פרטים ווערן נתאחד.

ז. ויש לומר, אַז די ביידע חילוקים צווישן סוכה און ד' מינים — (א) דער חילוק אין די שייכות פון די מצוות צו די דברים גשמיים (דלעיל ס"ה), און (ב) דער חילוק בענין האחדות שבהם — זיינען שייך זה לזה:

דער גדר פון עולם (ווי ער איז מצד עצמו) איז —— התחלקותלב און פירוד. און דאָס וואָס בכמה דברים שבעולם איז דא (און מ'זעט) ענין האחדות, איז עס מצד דעם וואָס אין די זאַכן איז מאיר די אחדות וואָס קומט פון דעם בורא, פון אלקות.

פון דעם איז מובן, אַז דער חילוק פון דער אחדות שבסוכה (וואָס איז העכער פון התחלקות הפרטים) און די אחדות שבד' מינים (וואָס איז נאָר התאחדות פרטים) איז בהתאם צו דעם חילוק בהארת האלקות שבהם:

דער ענין האחדות ווי ער איז אין די ד' מינים, א התאחדות פון פרטים (ביז אַז אויך נאך זייער התאחדות פאַרבלייבן זיי פרטים מחולקים), ברענגט אַרויס ווי וועלט (גדר ההתחלקות) שטייט אין א ביטול צו אלקות (אחדות); משא"כ אין דער אחדות ווי זי איז אין סוכה, וואס איז מושלל, העכער פון התחלקות, ווערט אַרויסגעבראַכט און עס שפּיגלט זיך אָפּ דער ענין האחדות פון אלקות וואָס איז העכער פון וועלט.

ועפ"ז מובן ווי דער חילוק צווישן סוכה און ד' מינים בענין האחדות שבהם איז בהתאם צו דעם חילוק צווישן זיי בענין השייכות דדברים גשמיים לענין המצוות:

די ד' מינים, וויבאַלד אַז ענינם איז ווי וועלט שטייט אין א ביטול צו אלקות דעריבער איז די הדגשה אין דעם חיבור הגשמיות מיט די מצות שבהם ווי זיי360זיינען (א טייל פון דער) וועלט, צו די גשמיות שבהם, ס'איז קענטיק אין זייער מציאות גשמי ווי זיי זיינען ראוי למצוה;

משא"כ סוכה, וויבאַלד אַז ענינה איז המשכת האחדות דאלקות —— דעריבער איז די הדגשה אין דעם חיבור המצוה והגשמיות בנוגע צו דער מצוה, אַז די המשכת אלקות דורך מצות סוכה איז העכער (אויך) פון התחלקות הגדרים פון רוחניות און גשמיות, און דעריבער ווערט נמשך די קדושה אויך אין די גשמיות פון עצי הסכך והדפנות.

ח. אעפ"כ איז דא א מעלהלג אין התאחדות הפרטים שבד' מינים אויף דער אחדות (שלמעלה מהתחלקות) דסוכה. וואָרום דער שרש פון התאחדות הפרטים (אַז אויך פרטים זיינען בהתאחדות) נעמט זיך פון אחדות האמיתית, וואס איז העכער פון די גדרים פון „אחדות" און „התחלקות פרטים".

די אחדות פון סוכה נעמט זיך פון אן אָרט וואָס ריבוי איז אַן ענין הפכי פון אחדות, און דעריבער איז די אחדות אין אַן אופן וואָס איז שולל התחלקות פרטים; אָבער די אחדות ווי זי איז מצד עצמותו ית' וואָס איז אחדות הפשוטה, איז ריבוי ניט קיין סתירה צו אחדות, ואדרבה, דער ריבוי קומטלד מצד אחדות הפשוטהלה.

[ועד"ז איז אויך בנוגע דעם ענין פון התאחדות הגשמיות מיט מצוות וואָס אין סוכה און ד' מינים, אַז אין ד' מינים איז דא א מעלה אויף דער התאחדות שבסוכה: די התאחדות הגשמיות מיט מצוות אין מצות סוכה, וויבאַלד אַז זי ווערט אויפגעטאן דורך קיום המצוה און ניט עס איז אין דעם טבע דבר הגשמי, כנ"ל —— ברענגט עס נאך ניט אַרויס די אמת'ע אחדות; משא"כ ד' מינים, וואָס אין זיי איז ניכר ווי גשמיות מצד עצמה איז אַ כלי צו מצוות, דורך דעם דוקא ווערט אַרויסגעבראַכט די אמת'ע אחדות].

אָבער היות ווי דער ענין פון התאחדות הפרטים בחיצוניות איז בלויז וואָס די פרטים זיינען בטללו צו אחדות (און ניט אַז די פרטים גופא זיינען אחדות), וואָס דאָס איז נידעריקער פון אחדות שלמעלה מהתחלקות, איז בכדי צו מגלה זיין די פנימיות (און שורש) פון התאחדות הפרטים, אז דאָס וואָס די פרטים זיינען בהתאחדות איז עס (בפנימיות) אַז די פרטים גופא זיינען אחדות, וואָס דריקט אויס די אחדות האמיתית דאַרף די התאחדות הפרטים קומען בהמשך צו דער אחדות שלמעלה מהתחלקות.

דורך דעם וואָס די התאחדות הפרטים קומט בהמשך צו אחדות שלמעלה מהתחלקות — דאן ווערט נתגלה, אַז דאָס וואָס אין דער התאחדות זיינען דא פרטים איז עס (ניט מצד דעם וואָס עס האָט נאָך ניט מאיר געווען די אחדות שלמעלה מהתחלקות, נאר) מצד דעם וואָס די פרטים גופא זיינען אחדות, דער גילוי און אויסדרוק פון אחדות האמיתית.

361וי"ל אַז דאָס איז אויך פון די טעמים וואָס די מצוה פון נטילת ד' מינים מן המובחר איז בסוכהלז: דורך דעם וואָס די התאחדות הפרטים דנטילת ד' מינים קומט בהמשך צו דער אחדות שלמעלה מהתחלקות בסוכה, ברענגט מען אַרויס בגילוי די פנימיות און שורש פון התאחדות הפרטים, אחדות האמיתיתלח.

ט. ע"פ הנ"ל אַז די אחדות דסוכה איז העכער פון דער התחלקות צווישן רוחניות און גשמיות — וואָס דערפאַר פועל'ט עס א קדושה אויך אין דער גשמיות הסוכה (עצי הסכך והדפנות) וועט מען אויך פאַרשטיין דעם ביאור אין קדושת חג הסוכות:

די קדושה פון יעדער יום טוב קומט מצד די גילויים וואָס זיינען מאיר אין יענעם יו"ט. פאדערט זיך ביאור: וויבאַלד אַז די גילויים פון סוכות (ענני הכבוד) זיינען בחי' מקיף, טא ווי פועל'ן זיי (א פעולה פנימית) אין דעם טאָג פון סוכות (וואָס מצד עצמו איז ער א יום חול) אַז ער זאָל ווערן קדוש?

ויש לומר הביאור בזה: וויבאַלד די גילויים שבסוכות זיינען העכער פון דער התחלקות צווישן רוחניות און גשמיות, דעריבער פועל'ן זיי קדושה אויך אין דעם זמן דסוכות, בדוגמת ווי זיי פועל'ן קדושה אין דער גשמיות הסוכה.

און היות אַז דער זמן פון סוכות איז (בחיצוניות) גלייך צום זמן דכל השנה ניט ווי די סוכה גשמית (סכך און דפנות) וואָס אויך בגשמיות איז זי מקיף (ובפרט נאך אַז די עשיית הסוכה דאַרף זיין לשם מצותלט סוכהמ) — קומט אויס, אַז אין דעם וואָס אויך דער זמן דסוכות ווערט קדוש (בקדושת חגה"ס) קומען צום אויסדרוק די גילויים דסוכות (וואָס זיי זיינען ניט מוגבל אין גדר הרוחניות והגשמיות) נאך מער ווי אין זייער פעולה אויף דער גשמיות הסוכה.

ואעפ"כ, וויבאַלד אַז די קדושה אין סכך און דפנות, און אפילו אין דעם זמן פון סוכות, ווערט אויפגעטאַן מצד די גילויים דסוכה (און ניט מצד עצמם), ווייזט עס אַז אויך בחי' אחדות דסוכה איז מוגדר אין גדר האחדות שלמעלה מהתחלקות. ס'איז נאָר וואָס די המשכה פון אחדות שלמעלה מהתחלקות האט ניט קיין הגבלה און עס ווערט נמשך בכל מקום.

משא"כ די אחדות פון די ד' מינים, וויבאַלד אַז די אחדות שבהם איז (ניט נאָר דורך קיום המצוה והמשכת האור מלמעלה נאר אויך פריער) מצד זייער אייגענעם טבע — דאָס הייסט, אַז די פרטים זיינען בהתאחדות ניט דערפאַר וואָס אין זיי ווערט נמשך ענין האחדות (שמחוץ להם), נאָר די פרטים גופא זיינען בבחי' אחדות — ברענגט דאָס אַרויס די אחדות האמיתית.

362יו"ד. ע"פ הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות פון שביתת החג צו בנין בית המקדש (און דעם טעם וואָס דאָס ווערט דערגרייכט דוקא דורך שביתת החג און ניט דורך קיום מצות סוכה), און די שייכות פון נטילת ד' מינים צו שמו של משיח:

דער אויפטו פון „בנין בית המקדש" איז, אַז דער גילוי ותוכן פון ביהמ"ק, „כסא כבוד מרום מראשון", ווערט נמשך און פועל'ט אויך אויף „מקום מקדשנו", וואָס דער מקום איז אַ מקום פון וועלט, חול מצ"ע. און דערפאַר ווערט עס דערגרייכט בעיקר דורך „ביום הראשון מקרא קודש", וואָס אויך די ענני כבוד דלמעלה פועל'ן ניט נאר אויף די עצי (בנין) הסוכה נאָר אויך אין דעם זמן, ער זאָל ווערן רגל וואָס איז שובת (מבטל) דעם חול (בגלוי ובשלמות — ראשון — כל מלאכת עבודה לא תעשו) דורך מקרא (רופןמא און אַריינרופן אין עם פון) קודש.

אעפ"כ איז אויך די פעולה אויף „מקום מקדשנו" נאָר מצד דעם גילוי מלמעלה — „כסא כבוד מרום מראשון" — וואָס ווערט נמשך אין דעם מקוםמב;

משא"כ דער אויפטו פון „שמו של משיח" (מנחם — אַז ער וועט ברענגען נחמה אויפן גלות) איז, אַז ער וועט (ניט נאָר ממשיך זיין גילויים מלמעלה, נאַר ער וועט אויך) מגלה זיין די פנימיות הענין פון גלות, ווי דער גלות גופא איז תכלית (ראשון) הטוב, ווי מ'וועט זאגןמג „אודך ה' כי אנפת בי"מד — און דאס ווערט דערגרייכט ניט דורך מצות שמחה מצ"ע, נאָר ווי דאָס איז פאַרבונדן מיט נטילת ד' מינים, וואָס ענינם איז אַז אויך די עניני העולם מצד עצמם זיינען כלים צו דער אחדות פון אלקות.

(משיחות שמחת ביה"ש ושמח"ת

(שבת בראשית התועדות ב') תשכ"ד)

קריאת מכונה של ChassidusHub (לא נבדק) · drive.google.com

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-ns0vdfxy

Copies

Recent activity

#135 Likkutei Sichos vol 19: machine reading · open
#94 Likkutei Sichos 19:356: machine reading of the scan, with printed line ends (demo) · approved
#93 Likkutei Sichos 19:356: machine reading of the scan, with printed line ends (demo) · closed
#87 Likkutei Sichos 19:356: machine reading of the scan (demo) · closed
#83 Likkutei Sichos 19:356: machine reading of the scan (demo) · closed

Sources