עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - general letters for Rosh Hashanah 4

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

599ב"ה, יום ב' פ' נצבים וילך,

ח"י אלול, ה'תשל"ט

ברוקלין, נ. י.

אל בני ובנות ישראל

בכל מקום שהם

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה !

אין אָנבליק פון דעם נייעם יאָר, און אין צוזאַמענהאַנג מיטן צוגרייטן זיך צו אים, קומט אין באַטראַכט, אַז יעדער נייער יאָר האָט אַ צווייפאַכיגן אינהאַלט: די אַלגעמיינע באַדייטונג, אין וועלכע אַלע נייע יאָרן גלייכן זיך אויס — אַלס אַ נייער יאָר; און די ספּעציעלע באַדייטונג וואָס איז פאַרבונדן מיט די אייגנאַרטיגע שטריכן פון דעם באַשטימטן נייעם יאָר, מיט וועלכע דער נייער יאָר טיילט זיך אויס פון אַנדערע נייע יאָרן. און אויף דער ספּעציעלער באַדייטונג פון דעם נייעם יאָר — ה'תש"מ — וועלן מיר זיך דאָ אָפּשטעלן:

די ספּעציעלע באַדייטונג פון דעם קומענדיגן יאָר איז וואָס ער איז אַ שנת השבע, שנת השמיטה — דער זיבעטער יאָר, אַ יאָר פון שמיטה; אַ יאָר וואָס די תורה, תורת אמת (וואָס זי באַלייכט אַלע זאַכן מיט ־טלעכער אמת'דיקייט), באַצייכנט אַלס שבת לה' — אַ „שבת'דיגער יאָר געווידמעט צו ג־* ט

אַ צווייטע נקודה וואָס טיילט אויס נאָכמער דעם קומענדיגן יאָר איז, וואָס דער ערשטער טאָג פון דעם יאָר, פון ראש־השנה, קומט אויס אום שבת. און ווי מערערע מאָל אונטערשטראָכן, איז „ראש־השנה" ניט נאָר דער אָנהויב פון יאָר, נאָר אויך דער „קאָפּ" פונם יאָר; און אַזוי ווי דער קאָפּ פירט אָן מיטן גאַנצן גוף, אַזוי דאַרפן די גוטע החלטות (באַשלוסן) פון ראש־השנה „אָנפירן" מיט אַלע טעג פון דעם יאָר600— איז ספּעציעל באַדייטונגסווערט, וואָס אויך דער „קאָפּ" פון דעם קומענדיגן יאָר איז אַ „שבת'דיגער".

דערביי איז צו באַמערקן, אַז כאָטש די אויסגעטיילטקייט פון דעם נייעם יאָר אין דער הינזיכט פון שמיטה איז הויפּטזעכלעך פאַרבונדן מיט אר־ישראל און מיט דער קדושה פון אונזער הייליג לאַנד, וואָס דאָרטן זיינען גילטיג אַלע דינים פון שמיטה: שמיטת קרקעות — דאָס ניט באַאַרבעטן די פעלדער און וויינגערטענער — ורב'

הכז ,

האָט מען אָבער שוין מערערע מאָל ערקלערט, אַז אין טאָג טעגלעכן לעבן פון אַ אידן, בפרט אין זיין נשמה־לעבן, איז וואו אַ איד געפינט זיך דאַרף ער פאַרוואַנדלען דעם גאַנצן אַרום — די שטוב און די גאַנצע אומגעבונג — אין (אַ גייסטיגע) „ארץ־ישראל". און אַזוי ווי ארץ־ישראל איז אַ לאַנד וואָס תמיד עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה — די ג־טלעכע השגחה פרטית זעט זיך דאָרטן אָן שטענדיג, פון אָנהויב יאָר ביז צום סוף יאָר — אַזוי דאַרף זיך אָנזען טלעכקייט אין יעדער אידישער הויז און סביבה, ביז צו „אָטעמען" מיט דער „לופט פון ארץ־ישראל" אומעטום וואו אַ איד געפינט זיך.

דערצו איז דאָך אויך אין חוץ לארץ גילטיג דער ענין פון שמיטת כספים — באַפרייאונג פון געל־חובות, וואָס אונטערשטרייכט דעם גייסט פון שמיטה אויך אין גשמיות'דיגע ענינים, ספּעציעל בנוגע די ענינים פון בין אדם לחברו.

דער ענין פון שבת איז קדושה — שבת קודש — אַ הייליגער שבת, דורכגעדרונגען מיט קדושה, וואָס צום אַלעם ערשטן, דריקט זיך דאָס אויס אין ניט טאָן וואָכעדיגע אַרבעט: אין דעם שבת'דיגן יאָר, שמיטה, ווי אויבנדערמאָנט — ניט טאָן קיינע אַרבעט אין פעלד, וויינגאָרטן אד"ג; אין דעם שבת'דיגן טאָג — ניט טאָן יעטוועדע אַרבעט, סיי אין שטוב, סיי אין פעלד, לא תעשה כל מלאכה.

601זעלבסטפאַרשטענדלעך, אַז מ'באַגנוגענט זיך ניט מיט ניט טאָן וואָס מ'טאָר ניט טאָן; צוזאַמען דערמיט דאַרף מען אָנפילן דעם טאָג פון שבת מיט אַן אקטיווע שבת'דיקייט — לעשות את השבת, און אין אַן אופן פון וקראת לשבת עונג — אַריינברענגען אין שבת אמת'ן פאַרגעניגן — דורך ענינים וואָס זיינען פאַרבונדן מיט תורה און מצוות. און דורכדעם אַלעם ברענגט מען אַראָפּ דעם אויבערשטנ'ס ברכות סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, און ניט נאָר אין דעם שבת'דיגן טאָג נאָר אויך אין די וואָכעדיגע טעג. וואָרום די קדושה פון שבת גייט צוזאַמען מיט דער ברכה פון שבת, ווי תורה זאָגט: „ויברך אלקים את יום השביעי ויקדש אותו".

אין אַנדערע ווערטער: דער אַלגעמיינער תכלית פון אַ מענטשן איז אדם לעמל יולד — צו האָרעווען, טאָן און אויפטאָן. און שבת איז ניט ח"ו אַ סתירה צו דעם; אדרבה, דער „עמל" (האָרעוואַניע) פון שבת איז די אמת'ע און תכלית'דיגע האָרעוואַניע, וואָס דאָס איז, ווי חכמינו ז"ל רופן עס, עמל תורה (תורה פון וואָרט „הוראה", אָנווייזונג, ד. ה. קיום המצוות פון דער תורה, אַריינגערעכנט די מצוה פון לערנען תורה אין אַן אופן וואָס מביא לידי מעשה) און עמל תפלה. דעריבער, שבת, ווען מ'איז פריי פון וואָכעדיגע אַרבעט, פילט מען דעם טאָג אָן מיט אַ הוספה אין מצוות (אפילו די געוויינלעכע זאַכן, ווי עסן, טרינקען, שלאָפן, ווערן אַ מצוה — מצות עונג שבת), ביז — אַ הוספה אין שיעורי־תורה און אַ הוספה אין תפלה בכוונה און אין דער הכנה צו תפלה. און דאָס איז, ווי געזאָגט פריער, דער אמת'ער עונג שבת (אויסער דעם פאַרגעניגן מצד דעם שכר און די ברכות וואָס זיינען פאַרבונדן מיט שמירת שבת).

602ועל דרך זה אין דעם שבת'דיגן יאָר פון שמיטה: סיי בנוגע דער הנהגה פון אַ אידן אין שמיטה־יאָר, וואָס איז ענלעך צו דער הנהגה פון אַ אידן אין דעם שבת'דיגן טאָג — מוסיף זיין אין דער „באַפרייטער" צייט אין מצוות, תורה ותפלה, און סיי בנוגע דער השפעה פון דעם שמיטה־יאָר אויף און אין אַלע וואָכעדיגע יאָר

און אויב דאָס איז אַזוי בנוגע יעדן שמיטה־יאָר, איז דאָס נאָך מער און שטאַרקער בנוגע דעם קומענדיגן יאָר, וואָס אויך דער „קאָפּ" פון דעם יאָר איז אַ שבת'דיגער, ווי אויבנדערמאָנט. דאַרף מען דאָך זיכער אָנפילן יעדן טאָג פון דעם קומענדיגן יאָר מיט מער תורה, מער כוונה אין תפלה, מער הידור במצוות, אַ הוספה אין אַלע ענינים פון טוב וקדושה — נאָך מער ווי לויט דעם אַלגעמיינעם אָנזאָג פון מעלין בקודש.

און אַזוי ווי ביידע — דער שבת'דיגער טאָג און דער שבת'דיגער יאָר — דערמאָנען אונז, אַז דער אויבערשטער איז דער באַשעפער און דער בעל־הבית פון דער וועלט און פון אַלעם וואָס אין וועלט, כולל — דעם מענטשן, איז זיכער אַז ער גיט יעדן אידן און אַלע אידן די פולע כחות צו היטן שבת און היטן דעם שמיטה יאָר אין דער פולסטער מאָס.

אַרויסצוברענגען די נקודות בנוגע למעשה בפועל:

אַזוי ווי מ'שטייט אויף דעם שוועל פון דעם נייעם יאָר, פון שבת לה', און וואָס זיין ראש־השנה איז שבת, וואָס איז פאַרבונדן מיט קדושה און ברכה און עונג, דאַרף די צוגרייטונג דערצו זיין אין אַ פּאַסנדן אופן, מיט אַ פעסטער החלטה אָנצופילן יעדן טאָג פון קומענדיגן יאָר מיט די ענינים וואָס זיינען פאַרבונדן דערמיט, אין אַלע דריי קוים פון תורה, עבודה (תפלה) און גמילות חסדים, און אין אַן אופן פון עונג.

603דערביי דאַרף אונטערשטראָכן ווערן, אַז אַזוי ווי דער שמיטה־יאָר הויבט זיך שוין אָן — אין דער הינזיכט וואָס דער פאַרבאָט צו טאָן ערד אַרבעט וכו' גייט אַריין אין קראַפט מיט אַ חודש פריער, אין חודש אלול — במילא דאַרף די ספּעציעלע אויפפירונג פון שמיטה־יאָר אויך אָנהויבן זיך נאָך אין חודש אלול. און המעשה עיקר — מ'זאָל שוין באַלד אָנהויבן מיט אַ הוספה אין לימוד התורה, אין הידור במצוות און אין תפלה. און דאָס וועט אַריינברענגען נאָך מער ברכה והצלחה אין דעם אַלעם — און אויך אין דעם גאַנצן קומענדיגן יאָר.

ויהי רצון, אַז יעדער איינער און איינע פון אונז, בתוך כלל ישראל, זאָל באַשליסן און טאָן אין איינקלאַנג מיט דאָס אויבנגעזאָגטע, און אין אַן אופן — ווי געזאָגט בראש פרשתנו: אתם נצבים היום כולכם לפני ה' אלקיכם גו' לעברך בברית ה' אלקיך (איר שטייט פעסט, היינט, אַלע צוזאַמען, פאַר ג־ט אייער ג־ט גו' כדי צו אַריינפירן דיר אין דעם בונד מיט ג־ט דיין ג־

און דאָס זאָל אויך זיין די הכנה קרובה ממש צו דער ערפילונג פון דער הבטחה אין דעם חומש־שיעור פון היינטיגן טאָג: ושב ה' אלקיך את שבותך גו' והביאך ה' אלקיך אל הארץ (און ט דיין ט וועט צוריקקערן דיין צוריקקערונג גו' און וועט דיר ברענגען צו דער לאַנד), און ווי מ'האָט ערשט געלייענט דעם (פאָריגן) שבת: והי' כי תבוא אל הארץ גו' וישבת בה (און עס וועט זיין אַז דו וועסט אַריינקומען אין דער לאַנד גו' וועסט זיך פעסט באַזעצן אין איר), והי' — ווי חז"ל טייטשן — ס'איז בשמחה, און אין והי' אלא מיד, בקרוב ממש — בגאולה האמתית והשלימה ע"י משיח צדקנו,

604מכתבים כלליים לר"ה

ווען עס וועט זיין כימי צאתך מארץ מצרים — ויביאם אל גבול קדשו, הר זה קנתה ימינו (ט וועט ברענגען דעם גאַנצן אידישן פאָלק אין זיין הייליג לאַנד, צום בית־המקדש וואָס זיין רעכטע האַנט האָט געשאַפן), און מ'וועט מקיים זיין אַלע מצוות — אויך די מצוות פון שמיטה — אין אַלע זייערע פרטים, בשמחה ובטוב לבר

בכבוד ובברכת כתיבה וחתימה טובה

גת ב ם ד א א

ן

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-ek8pd0ka

Copies

Recent activity

#192 Likkutei Sichos vol 19: machine reading · approved
#135 Likkutei Sichos vol 19: machine reading · closed

Sources