Likkutei Sichos
Ki Savo-18 Elul
א. ח"י אלול, דער יום הולדת פון „שני המאורות הגדולים"א — דער בעש"טב (מייסד פון תורת החסידות הכללית) און דער אַלטער רביג (מייסד פון תורת חסידות חב"ד) — איז אַלעמאָל חל בסמיכותד צו ש"פּ תבא (אָדער בש"פּ תבא אַליין).
און וויבאַלד אַז אַלע מועדי (פון לשון „מיועד" — אַ זמן מיט אַ ספּעציעלן אינהאַלט) השנה זיינען מרומז אין די פּרשיות התורה וואָס ווערן געלייענט אין די זמנים אין וועלכע זיי זיינען חלה — דאַרף מען זאָגן, אַז אין פּ' תבא איז מרומז אויך דער תוכן פון ח"י אלול (ובפרט אַז ער ווערט אָנגערופן „יו"ט" און „מועד" כידועו).
ב. דער נאָמען פון אונזער סדרה [וואָס אין איר איז אָנגעדייט, כידועז, דער תוכן פון דער גאַנצער סדרה] איז — (כיח) תבוא. דער טייטש פון „תבוא אל הארץ" איז „לאחר ירושה וישיבה"; ח"י אלול
און ניט נאָר אין אונזער פּרשה וואו דער פּסוק איז מפרט „וירשתה וישבת בה", נאָר ווי חז"לט זאָגן, אַז אומעטום וואו עס שטייט „כי תבוא" (וכיו"בי) מיינט עס „לאחר ירושה וישיבה".
און וויבאַלד אַז דאָס איז דער טייטש פון „כי תבוא" בכל מקום, איז פאַרשטאַנדיק, אַז הגם מ'לערנט עס אָפּ פון דעם וואָס „פּרט לך הכתוב באחד מהן לאחר ירושה וישיבה"יא, ליגט דאָס אָבער אין דעם תוכן פון וואָרט „תבוא" גופא.
נאָכמער: „ירושה וישיבה" מיינט ניט די „ירושה וישיבה" פון דעם יחיד (אַז נאָכדעם ווי ער באַקומט זיין חלק אין א"י דאַרף ער בריינגען ביכורים) נאָר — נאָך די י"ד שנהיב שכבשו וחלקויג, גאַנץ ארץ ישראל [און ווי מ'האָט שוין אַמאָל מבאר געוועןיד דעם דיוק לשון רש"י אין אָנהויב פון אונזער סדרה — „מגיד שלא נתחייבו בבכורים עד שכבשו את הארץ וחלקוה" (און זאָגט ניט — ע"ד ווי דער לשון הכתוב — „לאחר ירושה וישיבה") — אַז דערמיט איז רש"י מדגיש, אַז „וירשתה וישבת בה" דאָטו245מיינט כיבוש וחילוק הארץ — פון גאַנצן לאַנד (וואָס האָט גענומען י"ד שנהיב)];
ובמילא, איז אויך דער ענין אין „וירשתה וישבת בה" — ליגט אין תוכן פון וואָרט „תבוא".
ג. דער ביאור בזה: דער ריכטיקער טייטש פון „ביאה" איז — אַריינקומען אינגאַנצן, ע"ד מאמר חז"לטז „ביאה במקצת לא שמה ביאה"; און אויב ס'פעלט אפילו נאָר אַביסל אין דעם אַריינקומען — הייסט עס ניט די אמת'ע שלימותיז פון „ביאה". ע"ד ביאה במים „וטהר"יח — טבילה — דאַרף דאָך זיין אפילו אַ האָר אויך באַ במיםיט.
דערפאַר מיינט „תבוא" דוקא „לאחר ירושה וישיבה", ווייל נאָר דאַן איז מען אינגאַנצן אַריין אין א"י, אין אַן אופן פון התיישבות. נאָכמער: מצד דער אחדות פון אידן, איז כל זמן עס איז ניט געווען די התיישבות פון אַלע אידן (וואָס דאַרפן זיין דאָרטכ) אין א"י, פעלט אויך אין דעם „תבוא" פון יעדער אידןכא, הגם ביי אים בפרט איז עס שוין „לאחר ירושה וישיבה" פון זיין חלק — און דערפאַר איז די אמת'ע „ביאה" אין א"י דוקא נאָך כיבוש וחילוק פון גאַנץ א"י.
און דאָס איז אויך דער קשר צווישן פּ' תבוא און ח"י אלול: דער אויפטו פון תורת החסידות [וואָס איז נתגלה געוואָרן דורכן בעש"ט און דעם אַלטן רבי'ן] איז, אַז די עבודה פון תומ"צ זאָל געטאָן ווערן אין אַן אופן פון „תבוא" — אַריינגיין אינגאַנצן אין דער עבודה, ביז אַז עס בלייבט ניט איבער קיין נקודה אין מענטשן וואָס איז ניט דורכגענומען מיט תומ"צ, כדלקמן.
און כשם ווי אין דעם ענין פון „תבוא" זיינען פאַראַן צוויי עניניםכב: א) דער כללות'דיקער ענין פון „תבוא", ב) די פּרטים און אופן אין דעם „תבוא" — „וירשתה וישבת בה",
אַזוי זיינען אויך אין ח"י אלול פאַראַן ענלעכע צוויי עניניםכב: א) דער יום הולדת פון בעש"ט, דער מייסד פון תורת החסידות הכללית, ב) דער יום הולדת פון דעם אַלטן רבי'ן, דער מייסד פון תורת החסידות חב"ד;
246וואָס דער חילוק צווישן זיי איז, כפּתגם כ"ק מו"ח אדמו"רכג, אַז דער בעש"ט האָט באַוויזן ווי מען דאַרף דינען דעם אויבערשטן, וואָס דאָס איז בדוגמא צום ענין כללי פון „תבוא" — און דער אַלטער רבי האָט באַוויזן ווי קאַן מען זיין אַן עובד הוי', ד. ה. ווי אַראָפּצוברענגען דאָס בפּועל — כולל (והעיקר) אין פּרטים, בדוגמא צו „וירשתה וישבת בה", כדלקמן ס"י.
ד. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם הידועכד אַז דער גילוי פון תורת החסידות איז אַ הכנה צו ביאת המשיח, און ווי ס'איז ידועכה דער ענטפער פון משיח צום בעל שם טוב, אַז „לכשיפוצו מעינותיך חוצה" איז „אתי מר" — שטייט אין ספרי קבלהכו, אַז ביז ביאת המשיח זיינען אַלע „גילויים" אין וועלט נאָר פון „חיצוניות עתיק" און משיח וועט אויפטאָן דעם גילוי פון „פּנימיות עתיק".
וויבאַלד אַז אַ הכנה האָט אין זיך אַ „מעין" פון דעם ענין צו וועלכן ער איז אַ הכנה — דאַרף מען זאָגןכד, אַז דער אויפטו פון חסידות איז דער ענין פון „פּנימיות" אין עבודת האדם בתומ"צ, און דערפאַר איז חסידות ממשיך די „פּנימיות"כז פון אלקות, „פּנימיות עתיק"כח.
ה. דער חילוק צווישן „פּנימיות" און „חיצוניות" אין פּשטות (ביי אַ מענטשן): „פּנימיות" מיינט ווי דער מענטש איז לעצמו, און „חיצוניות" — ווי ער שטייט שוין בשייכות צו חוץ, צו אַ „זולת" וואָס איז אויסער אים.
די נפק"מ צווישן זיי אין עבודת האדם:
ווען אַ מענטש טוט אַ זאַך נאָר מיט זיין חיצוניות, איז ער ניט אַריינגעטאָן אין דעם מיט זיין גאַנצן „עצם" ו"פּנימיות", נאָר בלויז מיט זיין חיצוניות (און אין דעם גופא — נאָר די „מדריגה" אין אים וואָס האָט אַ שייכות צום ענין וואָס איז „חוץ" אים). און דערפאַר בלייבט „ער" און די זאַך וואָס ער טוט — צוויי באַזונדערע זאַכן.
בשעת אָבער אַ מענטש טוט מיט זיין פּנימיות, איז ער אַריינגעטאָן אין דעם. וואָרום וויבאַלד אַז מצד זיין פּנימיות איז ניטאָ קיין אָרט פאַר עפּעס וואָס איז „חוץ" אים, קומט במילא אויס, אַז טוענדיק אַ זאַך (אפילו אַ פּרטית'דיקע) מיט זיין „פּנימיות" און „עצם" ווערט די זאַך פאַראיינציקט מיט אים, ווי איין מציאותכט.
ו. דאָס איז אויך דער אויפטו פון גילוי החסידות:
חסידות (ובכללות פּנימית התורה וואָס ווערט אָנגערופןל „נשמתא דאורייתא") איז מגלה די נקודת החיות *ל247פון אַ אידן אין אַלע עניני תומ"צ, וואָס די תכונה פון „חיות" איז, אַז דאָס ווערט פאַראיינציקטלא מיט דער זאַך וואָס ער באַלעבט: „חיות" איז ניט מוסיף קיין נייע פּרטים אין דער זאַך וואָס ער באַלעבט [אין אַ גוף חי זיינען ניט פאַראַן מערער אברים ווי אין אַ גוף מת] — חיות בפּועל איז ניט קיין באַזונדערע זאַך פון דעם וואָס ער באַלעבטלב, נאָר דאָס איז די נשמה פון דעם גוף פון דעם באַלעבטן, יעדע נקודה פון גוף איז אַ לעבעדיקע נקודה.
און דער טעם אויף דעם איז, ווייל „חיות" איז די נשמה ופּנימיות פון מענטשן. און דערפאַר אין אַן אָרט וואו „חיות" קומט אָן, נעמט עס דורך דעם אָרט אינגאַנצן.
און דאָס איז דער אויפטו פון חסידות אין דעם ענין פון תומ"צ: דער לימוד התורה און קיום המצוות קען זיין אין אַן אופן אַז דער איד און די תומ"צ זיינען ווי צוויי זאַכן; אפילו ביי לימוד התורה וואָס דורכדעם ווערט (ווי מבואר אין תניאלג) אַ „יחוד נפלא שאין יחוד כמוהו וכו' להיות לאחדים וכו'" מיטן אויבערשטן — איז עס בהנוגע צו זיין כח השכל.
חסידות אָבער, מאָנט און באַווייזט די וועג ווי אַזוי יעדערער קען מגלה זיין זיין „פּנימיות" און „חיות" — און מצד פּנימיות איז אַ איד איין זאַך מיט תורה ומצוותלד.
ז. דאָס איז אויך די הסברה (בדרך אפשר) פאַרוואָס חסידות איז די הכנה צו ביאת המשיח, ווען עס וועט נתגלה ווערן „פּנימיות עתיק":
אַלע מדריגות פון השתלשלות, ביז „חיצוניות עתיק", גיבן אַן אָרט פאַר אַ מציאות וואָס איז „חוץ" פון עצמותו ית'. און דעריבער, אפילו ווען זיי ווערן נתגלה אין וועלט, איז עס אַלץ אין אַן אופן, אַז עס איז נישט שולל בתכלית די מציאות פון וועלט;
„פּנימיות עתיק" מיינט דער עצם פון אלקות, וואָס מצד אים איז ניטאָ קיין אָרט פאַר עפּעס וואָס איז „חוץ" אים. און דערפאַר, ווען פּנימיות עתיק ווערט נתגלה אין עולמות, איז עס אין אַן אופן, אַז וועלט (במציאותה) מיט אלקות ווערן, כביכול, איין זאַך — „אין עוד מלבדו"לה.
ח. אין דעם חיות האדם, וואָס איז זיך מתפּשט אין גוף זיינען פאַראַן צוויי מדריגותלו:
א) דער חיות כללי וואָס באַלעבט דעם גאַנצן גוף, מיט אַלע זיינע אברים, בשווה; אין דעם חיות איז ניטאָ קיין חילוקים פון איין אבר ביזן צווייטן.
ב) דער חיותלז פּרטי, וואָס איז אויסגעמאָסטן אין יעדן אבר לויט זיינע תכונות [וואָס מצד דעם חיות ווערט דער עקב שברגל אָנגערופןלח דער „מלאך248המות" שבאדם, וויבאַלד אַז דער חיות איז ניט מאיר בגילוי].
וי"ל אַז דער אונטערשייד צווישן דעם „חיות" החסידות וואָס איז נמשך ונתגלה געוואָרן דורך דעם בעש"ט און דעם „חיות" וואָס איז נמשך ונתגלה געוואָרן דורכן אַלטן רבי'ן — איז ע"ד דער חילוק צווישן די צוויי אופני חיותלט:
דער בעש"ט האָט מגלה געווען אַ חיות כללי אין תומ"צ, וואָס בכללות האָט זיך דאָס אויסגעדריקט אין דעם ענין פון אמונה. און הגם אַז דער כח האמונה נעמט דורך אַלע כחות הנפש און פּועל'ט אויף זיי אין אַן אופן פון חיות, וואָס נעמט זיי דורך אינגאַנצן, וכמש"נמ „וצדיק באמונתו יחי'" — מיינט עס אָבער ניט אַז דער חיות האמונה נעמט דורך יעדן כח אויך מצד ענינו הפּרטי, נאָר מצד דעם ענין כללי פון יעדן כח, וואָס איז פאַרבונדן מיט דער נקודת האמונה פון דער נשמה.
און ע"ד ווי דער חיות כללי, וואָס נעמט דורך אַלע אברים און ווערט פאַראיינציקט מיט זיי — איז עס אָבער ניט פאַרבונדן מיטן ענין פּרטי פון יעדן אבר, נאָר מיט דער נקודה כללית פון אַלע אברים (וואָס זיי זיינען אַ טייל פון גוף האדם)מא.
דער אַלטער רבי האָט אָבער ממשיך געווען אַ חיות אין יעדן כח פון דער נשמה (און אין יעדער עבודה אין תומ"צ) אויך מצד דעם תוכן פּרטי פון דעם כח; ע"ד ווי דער חיות פּרטי וואָס איז אויסגעמאָסטן לויטן ענין פּרטי פון יעדן אבר; וואָס דערפאַר איז עס פאַרבונדן מיט חב"ד, וואָס שכל און די פּעולה פון שכל איז דורך תופס זיין די פּרטים (קצוות) פון דעם מושכל און אין אַן אופן וואָס ער איז זיך מתלבש אין די כוחות הנפש און פּועל'ט אין זיי אין אַן אופן פּנימי, אויך מצד דעם תוכן פּרטי פון דעם כח.
ט. הגם אַז דער חיות פּרטי איז לכאורה אַ נידעריקערע דרגא אין חיות ווי דער חיות כללי — וואָרום: א) ער איז אַ באַגרענעצטער חיות (וויבאַלד ער איז אויסגעמאָסטן לויטן אבר), ב) דער ביטול פון אבר צום חיות איז ניט אַזאַ טיפער ביטול (וויבאַלד אַז דער חיות גיט אַן אָרט פאַרן ענין הפּרטי פון דעם אבר)מב — איז אָבער פאַראַן אַ מעלה אין דעם חיות פּרטי אויפן חיות כללי (ביז אַז אין אים טוט זיך אויף אַ דבר חדש):
דאָס גופא וואָס חיות כללי איז ניט פאַרבונדן מיטן ענין הפּרטי פון יעדן אבר, איז אַ באַווייז אַז אין אים דריקט זיך ניט אויס די שלימות החיות ממש, וואָס דערפאַר נעמט ער ניט דורך אויך דעם ענין הפּרטי פון דעם אבר.
דוקא אין דעם חיות פּרטי, וואָס נעמט דורך די אברים מצד זייער ענין הפּרטי — און אין אַן אופן פון חיות, וואָס נעמט זיי דורך אינגאַנצן — דריקט זיך אויס שלימות החיות ממש.
און עד"ז איז בנוגע צו תורת חסידות חב"ד: דוקא דורך דעם וואָס דער אַלטער רבי האָט ממשיך געווען דעם חיות פון חסידות אין די פּרטי כחות הנפש לויט זייער תוכן, האָט ער ממשיך249געווען בשלימותה תורת הבעש"טמג (וואָס דערפאַר ווערן אויך די פּרטי הכחות דורכגענומען מיטן חיות פון חסידות).
יוד. און דאָס איז אויך דער קשר צווישן ח"י אלול און פ' תבא:
דער חיות כללי פון תורת החסידות הכללית איז נרמז אין דעם ענין פון „תבוא", וואָס מיינט (כנ"ל ס"ג) אַריינקומען אינגאַנצן (אין דער עבודה פון תומ"צ), וואָס דאָס איז מצד דער נקודת החיות וואָס תורת החסידות גיט אַריין אין דער עבודה פון תומ"צ;
דערנאָך דאַרף מען ממשיך זיין דעם חיות כללי אין די פּרטי הכחות עצמם — וואָס דאָס מיינט „וירשתה וישבת בה" — מ'טראָגט אַראָפּ דעם חיות כללי פון חסידות אין אַ התיישבותמד, אין די פּרטי כחות הנפש, וואָס דאָס איז דורך תורת חסידות חב"ד.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק י״ט
- Id
- rh-z5hv1xzp