עברית
Library

Likkutei Sichos

Haazinu 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

329האזינו

א. אויפן פּסוק „האזינו השמים" איז רש"י מפרש „שאני מתרה בהם בישראל ותהיו אתם עדים בדבר שכך אמרתי להם שאתם תהיו עדים וכן ותשמע הארץ ולמה העיד בהם שמים וארץ אמר משה אני בשר ודם למחר אני מת אם יאמרו ישראל לא קבלנו עלינו הברית מי בא ומכחישם לפיכך העיד בהם שמים וארץ עדים שהם קיימים לעולם". און דערנאָך זאָגט רש"י אַ צווייטן פּירושא „ועוד שאם יזכו יבואו העדים ויתנו שכרם הגפן תתן פרי' והארץ תתן יבולהב והשמים יתנו טלםג ואם יתחייבו תהי' בהם יד העדים תחלהד ועצרה את השמיםו ולא יהי' מטרז כו'".

דער הכרח אויף רש"י'ס פּירוש איז, בפּשטות, פון די ווערטער „האזינו השמים", אַז די שמים זאָלן הערן, וואָס לכאורה איז דער תוכן פון דער פּרשה ניט מכוון צו שמים וארץ, נאָר צו די אידן — ווי זיי דאַרפן זיך פירן, און וואָס ס'וועלן זיין די תוצאות אויב זיי וועלן זיך אַזוי ניט פירןח — דעריבער איז330רש"י מפרש אַז משה רבינו האָט געזאָגט צו שמים וארץ אַז זיי זאָלן הערן און זיין „עדים" אויף דעם וואָס ער איז מתרה די אידן; און ווייטער איז ער ממשיך ומבאר „ולמה העיד בהם שמים וארץ וכו'".

מען דאַרף אָבער פאַרשטיין: פריער אין ס"פּ נצביםט שטייט אין פּסוק „העדותי בכם היום את השמים ואת הארץ" און אויך דאָרט איז רש"י מפרש צוויי פּירושים „שהם קיימים לעולם וכאשר תקרה אתכם הרעה יהיו עדים שאני התרתי בכם בכל זאת. ד"א העדותי בכם היום את השמים וגו' א"ל הקב"ה לישראל הסתכלו בשמים שבראתי לשמש אתכם שמא שנו את מדתם שמא לא עלה כו' ומה אלו שנעשו לא לשכר כו' אתם שאם זכיתם כו' עאכו"כ", איז ניט מובן: א) פאַרוואָס פרעגט דאָ רש"י „למה העיד בהם שמים וארץ" בשעת מען האָט שוין פריער געלערנט וועגן דער עדות פון שמים וארץ און וועגן דעם טעם פאַרוואָס זיי ווערן געשטעלט אַלס עדים?

ב) אפילו אַז רש"י וויל (מאיזה טעם שיהי') אויך אין דער פּרשה מפרש זיין דעם טעם פאַרוואָס שמים וארץ זיינען געשטעלט געוואָרן אַלס עדות, האָט ער עס געדאַרפט שרייבן בקיצור, פאַרוואָס שרייבט רש"י די אריכות אינעם ענין אין דער פּרשה וואו דאָס שטייט דעם צווייטן מאָל, און ניט ביים (ערשטן מאָל אויפן) פּסוק „העדותי בכם היום את השמים גו'" (וואו ער זאָגט נאָר בקיצור „שהם קיימים לעולם וכאשר תקרא אתכם כו'")?

ג) עד"ז דאַרף מען פאַרשטיין בנוגע דעם צווייטן פּירוש בפּרשתנו: בשלמא דאָס וואָס רש"י זאָגט אין צווייטן פּירוש פון פּ' נצבים „א"ל הקב"ה לישראל הסתכלו בשמים כו' שמא שנו את מדתם כו'", און זאָגט עס ניט בפּרשתנוי, איז מובןיא — וואָרום (ווי רש"י האָט שוין מפרש געוועןיב) וויבאַלד אַז „העדותי בכם היום גו'" האָט משה רבינו געזאָגט לישראל אַז ער מאַכט שמים וארץ פאַר עדים, אָבער ניט צו שמים וארץ אַז זיי זאָלן זיין עדים, ובמילא איז מובן אַז דער ענין פון „א"ל הקב"ה לישראל הסתכלו בשמים שבראתי כו'" איז מתאים נאָר דאָרטן (בפּ' נצבים) אַז אידן זאָלן אָפּלערנען די תוכחה פון שמים וארץ, משא"כ בפּרשתנו;

אָבער דעם צווייטן פּירוש וואָס רש"י זאָגט בפּרשתנו „שאם יזכו יבואו העדים ויתנו שכרם כו'" פּאַסט דאָך לכאורה אויך אין פּ' נצבים וואָס משה זאָגט די אידן אַז שמים וארץ זיינען עדים — אַז בשעת אידן וועלן זוכה זיין, וועלן די עדים געבן שכרם, און אויב ח"ו ניט כו'. היינט פאַרוואָס איז רש"י דאָס ניט מפרש ביים ערשטן מאָל, נאָר דווקא דאָ וואו משה זאָגט אָן די עדות צו שמים וארץ עצמן?

ב. אויך דאַרף מען פאַרשטיין דיוקים אין דעם פּרש"י:

א) צוליב וואָס איז רש"י מאריך ומפרש „שכך אמרתי להם שאתם תהיו עדים" — וואָס איז דאָ נוגע צו מודיע זיין צו שמים וארץ אַז ער האָט אָנגעזאָגט די אידן אַז זיי וועלן זיין עדים?

און מ'קען ניט זאָגןיג אַז דערמיט ווערט באַוואָרנט די אפשריות אַז אידן זאָלן ניט וועלן אַז שמים וארץ זאָלן זיין331עדים, וואָרום לכאורה איז קיין נפק"מ ניט פאַר די עדות צי דער מותרה איז מסכים אויף זייער עדות אָדער ניט — זיי ווערן עדות בכל אופן?

עס איז אויך ניט מספּיק דער טעם, אַז התראה העלפט נאָר בשעת דער מותרה ווייס אַז מ'איז אויף אים מעיד עדיםיד, וואָרום דאָס איז דאָך בנוגע די אידן — און די אידן האָבן דאָס שוין געוואוסט (ער האָט זיי שוין געזאָגט אין פּ' נצבים) — און ניט צו שמים וארץטו, צו די עדיםטז.

ב) לשון רש"י „אם יאמרו ישראל לא קבלנו עלינו הברית מי בא ומכחישם" — פאַרוואָס זאָגט ער ניט דעם זעלבן לשון ווי אין ספרייז „לא קבלנו עלינו את התורה"יח וכיו"ב, אַז אַן עדים קען מען מכחיש זיין קבלת התורה והמצות בכלל?

ג. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים אַן אַנדער שאלה בכללות הענין:

ווי ס'איז משמע פון רש"י איז דאָס וואָס משה רבינו האָט געזאָגט אידן „העדותי בכם היום את השמים ואת הארץ" אין ס"פּ נצבים, און די עדות

שבפּרשתנו — „האזינו השמים גו'" איז

די זעלבע זאַך, דער חילוק איז נאָר (ווי רש"י זאָגטיב) „התם (אין פּ' נצבים) לישראל אמר אבל לשמים וארץ לא אמר ועכשיו בא לומר האזינו השמים וגו'", און ווי רש"י זאָגט אויך אין דעם פּסוק „שכך אמרתי להם שאתם תהיו עדים", אָבער לכאורה איז דאָס ניט אַזוי, וואָרום די רייד אין פּ' נצבים אויף וועלכע משה רבינו האָט געזאָגט אידן „העדותי בכם היום את השמים ואת הארץ", איז ניט דאָס וואָס שמים וארץ האָבן געהערט (די שירת האזינו) און געוואָרן אויף דעם עדות,

היינט ווי זאָגט רש"י אַז דאָס איז די זעלבע זאך „שכך אמרתי להם שאתם תהיו עדים" און דער חילוק איז נאָר אַז אין האזינו האָט ער דאָס מודיע געווען אויך צו שמים וארץ?

ד. דער ביאור בכל זה: דער מובן פון וואָרט „עדות" כפּשוטו איז — בכו"כ פּסוקים: — אַ צייכן, אַ סימן לזכרון אויף אַ געוויסער זאַךיט — און דאָס קען זיין בכמה אופנים:

א) מען שטעלט אַוועק אַן עדות, אַ סימן אויף אַ געוויסע זאַך, אָבער די זאַך וואָס מ'מאַכט פאַר אַ סימן האָט קיין שייכות ניט צום תוכן וענין פון דעם מסומן; און ווי מ'האָט שוין געלערנט פריער ביי אברהם ואבימלךכ: אויף אבימלך'ס שאלה „מה הנה שבע כבשות", האָט אים אברהם געזאָגט „כי את שבע כבשות תקח מידי בעבור תהי' לי לעדה כי חפרתי את הבאר הזאת".

וואָס די שבע כבשות מצ"ע האָבן קיין שייכות ניט און זיינען ניט קיין באַווייז332אַז אברהם האָט געגראָבן דעם באר, נאָר ער און אבימלך האָבן ביידע מסכים געווען אַז די שבע כבשות זיינען עדות, אַן אות וסימן צו געדיינקען אַז „חפרתי את הבאר הזאת".

אַזאַ סאָרט עדות וסימן דאַרף ניט זיין „קיים" אויך שפּעטער; נאָר דער מכוון פון דעם עדות וסימן בלייבט נאָכדעם ווי דער סימן ווערט בטלכא, און ווי ס'איז מובן בפּשטות, אַז די שבע כבשות האָבן ניט געלעבט דעם גאַנצן משך זמן וואָס מ'האָט געדאַרפט האָבן אַן „עדה", אפי' ניט די גאַנצע צייט פון חיי אברהם ואבימלך, כאָטש זייער עדות וסימן האָט גענוצט אַ לאַנגע צייט שפּעטערכב.

ב) אַז דער עדות וסימן אויף אַ זאַך האָט אַ שייכות צום תוכן פון דער זאַך; וע"ד דוגמא דער גל וואָס יעקב אבינו האָט געמאַכט אַלס „עד" צווישן זיך און לבן'ען — „עדכג הגל הזה ועדה המצבה אם אני לא אעבור אליך את הגל הזה ואם אתה לא תעבור אלי את הגל הזה ואת המצבה הזאת לרעה".

ד. ה. — אויך דער סוג עדות איז נאָר ווי אַ סימן וזכרון אויפן ענין וואָס זיי האָבן אָפּגערעדט, אָבער דער עדות וסימן האָט אויך אַ שייכות צום תוכן העניןכד, אַ „גל" פון שטיינער באַווייזט אויף אַ מחיצה און אָפּשייד צווישן ביידע זייטןכה.

פון דעם איז מובן בעניננו: בשעת מען לערנט דעם פּסוק „העדותי בכם היום את השמים ואת הארץ" — וועגן עדות וואָס זיינען ניט קיין בשר ודם, איז קיין קושיא ניט וואָס איז דער תוכן פון די עדות, אָדער פאַרוואָס נעמט מען דוקא די עדות, וואָרום אַזוי האָט מען אָפּגערעדט און באַשטימט די זאַך אַלס „עדות" וסימן אויף אַ געוויסן ענין, אפילו אַז עס האָט קיין שייכות ניט צום תוכן הענין.

רש"י איז נאָר מבאר אויף וואָס עס קומט די עדות און סימן פון שמים וארץ — „וכאשר תקרה אתכם הרעה יהיו עדים שאני התריתי בכם"כו.

און דאָס וואָס דאָ פאָדערט זיך אַזעלכע עדות וואָס זיינען „קיימים לעולם", ניט ווי ביי אַן עדות וסימן (וכיו"ב) פון די שבע כבשות וכו' — וואָרום ביי די שבע כבשות, וויבאַלד אַז דאָס איז געווען נאָר בנוגע צו אַ באַשטימטן אָרט און נאָר צווישן אברהם'ן און אבימלך וזרעם אחריהם,333ווייס מען און מען געדיינקט דעם סימן אויך לאחרי זה. משא"כ בנדו"ד איז דאָך דער סימן ועדות נוגע צו אַלע אידן בכל הזמנים ובכל המקומות, איז דעריבער ניט גענוג וואָס די עדות וועלן זיין קיים נאָר בשעת עשיית הסימןכז.

דער פּירוש איז אָבער ניט אינגאַנצן גלאַטיק: ווען פּאַסט זאָגן אַז אַ געוויסע זאַך איז אַן עדות אַ סימן וזכרון אויף אַן אַנדער זאַך (וואָס האָט קיין שייכות ניט צו אים) דאַן ווען דאָס ווערט אַוועקגעשטעלט (ע"י האדם) לכוונה זו עס זאָל זיין אַ סימן, דעמאָלט דערמאָנט דאָס כו', ביי שמים וארץ אָבער וואָס פון ששת ימי בראשית זיינען זיי אין דעמזעלבן מעמד ומצב, „קיימים לעולם" איז דאָס לכאורה ניט שייך אויף אַזוי פילכח, היות זיי זיינען ניט מיוחד לכך, ובכלל — קיין שינוי ניט געווען בהםכט.

דעריבער זאָגט רש"י אַ צווייטן פּירוש „ד"א כו' א"ל הקב"ה לישראל הסתכלו בשמים שבראתי לשמש אתכם שמא שנו את מדתם כו' ומה אלו שנעשו כו'"ל, אַז דער עדות פון שמים וארץ איז באופן אַז מצד ענינם זיינען זיי אַן אות וסימן וואָס דערמאָנט און איז מעורר אויף קיום התורה והמצותלא.

[און צו דער עדות „הסתכלו בשמים כו'" איז קיין סתירה ניט דאָס וואָס זיי זיינען דאָ פון שטענדיק, וויבאַלד אַז (ע"י הסתכלות איז) דער תוכן זייערער, אַז „לא שנו את מדתם כו'" אַן עדות וזכרון].

לאידך — לויט דעם צווייטן פּירוש איז ניט גלאַט דער וואָרט „היום", וואָרום וויבאַלד אַז זיי אַליין זיינען אַן עדות און דערמאָנען אויף קיום התורה ומצות דורך „הסתכלו בשמים כו'", איז דאָך זייער עדות תמיד בשווה, און ניט דווקא „היום".

משא"כ לויטן ערשטן פּירוש, כאָטש אַז דער סימן איז נוגע אויף שפּעטער, אָבער די קביעות העדות, דאָס באַשטימען זיי פאַר אַ סימן, ווערט אויפגעטאָן „היום", ווען משה רבינו איז מתרה אידן און מאַכט זיי פאַר עדות.

ה. דער צד השוה אין די צוויי אויבענדערמאָנטע סוגי עדות איז וואָס מען דאַרף אויף דעם ניט האָבן דווקא אַ מענטש, אַ מדבר, און ס'איז ניט נוגע אַז די עדות זאָלן וויסן פון דעם סימן.

334אין פּסוק „האזינו השמים ואדברה ותשמע הארץ אמרי פי", וואָס משה רבינו זאָגט צו שמים וארץ אַז זיי זאָלן הערן, קען מען ניט זאָגן אַז זייער עדות דאָ באַשטייט פון אַן אות וסימן (ווי ביי „העדותי וגו'" פריער), וואָרום צוליב דעם איז דאָך ניט נוגע אַז זיי זאָלן הערן און וויסן דערפון. מוז מען זאָגן, אַז דאָס איז אַן אמת'ער ענין פון עדות אויף אַ געוויסן מאורע אָדער דבור וכיו"ב. דעריבער איז רש"י מפרש „ותהיו אתם עדים בדבר", זיי זיינען טאַקע אינעם גדר פון אמת'ע עדותלב.

און דעריבער פרעגט דאָ רש"י „ולמה העיד בהם שמים וארץ" — וויבאַלד דאָס איז אַן עדות גמורה, איז פאַרוואָס האָט ער גענומען דוקא שמים וארץ אַלס עדים און ניט קיין בני אדם ווי בכל התורה?

[רש"י פרעגט ניט „איך העיד בהם שמים וארץ" — ווי אַזוי קען מען מאַכן שמים וארץ פאַר עדים אַז משה האָט מתרה געווען אידן, וויבאַלד אַז זיי זיינען ניט קיין מדברים און קענען ניט הערן און פאַרשטיין — וואָרום רש"י האָט שוין פריער מפרש געווען אין בראשיתלג ביי דשאין „אע"פּ שלא נאמר למינהו בדשאין בציווייהן שמעו שנצטוו האילנות על כך ונשאו ק"ו בעצמן כו'"לד, ווייס מען דערפון אַז ביי זיי (און כש"כ ביי שמים וארץ) איז שייך דער ענין פון שמיעה והבנהלה; די שאלה פון רש"י איז נאָר, פאַרוואָס זיינען דווקא שמים וארץ עדים און ניט אנשים, כרגיל].

אויף צו פאַרענטפערן דאָס איז רש"י ממשיך „אמר משה אני בשר ודם למחר אני מת כו'" — וויבאַלד עס קען זיין אַז אידן וועלן זאָגן „לא קבלנו עלינו הברית" דעריבער דאַרף מען האָבן „עדים שהם קיימים לעולם", זיי זאָלן קענען „מכחיש" זיין אָט די טענה.

עס איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק: וויבאַלד זיי זיינען אַן עדות גמורה, וואָס דער עיקר מכוון פון אַזאַ עדות איז דאָך ניט נאָר אַז זיי זאָלן וויסן וועגן דעם דבור אָדער מאורע נאָר זיי זאָלן שפּעטער מעיד זיין און דערמיט אויפטאָן אַ פּעולה אין דעם ענין — טאָ ווי איז עס שייך ביי שמים וארץלו?

דעריבער איז רש"י מוסיף „ועוד (ניט קיין צווייטן פּירוש, נאָר אַ תוספת — עוד — ביאור אין דער עדות פון שמים וארץ)לז שאם יזכו יבואו העדים ויתנו שכרם כו' ואם יתחייבו תהי' בהם יד העדים תחלה ועצר את השמים כו'", ד.ה. אַז די שמים וארץ זיינען עדים גמורים, ניט נאָר אויף הערן די התראה אויף אידן און וויסן צי זיי האָבן מקיים געווען צי ניט, נאָר אויך צו אויפטאָן אַלס עדים אין דעם ענין אויף וועלכן זיי זיינען מעידלח.

335ו. ע"פּ הנ"ל וועט ווערן פאַרשטאַנדיק אויך די איבעריקע דיוקים: וויבאַלד דאָ אין פּסוק קומט צו אַ נייער ענין, אַז שמים וארץ ווערן אמת'ע עדים, איז דאָך איינע פון די כוונות פון געבן אַ התראה בפני עדים ניט נאָר בכדי קענען שפּעטער מעניש זיין וכו', נאָר אַז דער מותרה זאָל וויסן און פילן חומר הדבר און עס זאָל אים אָפּהאַלטן פון טאָן דעם ענין בלתי רצוי, במילא בשעת משה האָט געזאָגט צו שמים וארץ „האזינו השמים גו' ותשמע הארץ" זיי זאָלן הערן די התראה און זיין עדות, ווערט די שאלה עס פעלט דאָך ביי זיי אַן ענין עיקרי אין מכוון פון עדות, מ'דאַרף דאָך אַז אידן זאָלן וויסן (וואָרום דאָס וואָס פריער האָט זיי משה געזאָגט „העדותי בכם היום את השמים ואת הארץ", האָט דאָך קיין שייכות ניט צום ענין העדות, עס איז געווען נאָר אַ סימן און אַן אות, כנ"ל בארוכה).

דעריבער איז רש"י מוסיף „שכך אמרתי להם שאתם תהיו עדים" — ער מיינט דערמיט (ניט דעם דבור „העדותי בכם היום את השמים גו'" פון ס"פּ נצבים, נאָר) דעם פּסוק „ואעידה בם את השמים ואת הארץ" פון ס"פּ וילךלט, וואָס דאָרטן האָט ער געזאָגט אידןמ אַז ער מאַכט שמים וארץ פאַר עדים גמורים,

ובמילא איז מובן די תועלת ופּעולה פון דעם וואָס שמים וארץ זיינען עדות אויף דער התראה, וויבאַלד אַז אידן ווייסן פון דעם.

ז. עפּ"ז ווערט אָבער נאָך שטאַרקער די קושיא הנ"ל ס"ג: לויט דעם זיינען שמים וארץ אמת'ע עדים נאָר אויף דעם וואָס ווערט געזאָגט אין פּ' האזינו, אָבער אויף דעם וואָס משה רבינו האָט געזאָגט די אידן בפּ' נצבים זיינען זיי ניט קיין עדים ממש, נאָר בלויז אַ סימן ואות בעלמא.

איז דער ביאור בזה: אין פּרשת נצבים זאָגט משה „העדותי בכם היום את השמים ואת הארץ החיים והמות גו' ובחרת בחיים למען תחי' אתה וזרעך", היינו אַז די עדות דאָרט איז בנוגע קיום התורה והמצות בכלל און דער שכר ועונש פאַר זיי — און אויף דעם דאַרף מען ניט קיין עדים, ווייל ס'איז איבערהויפּט ניטאָ קיין חשש אַז אידן וועלן שפּעטער מכחיש זיין דעם גאַנצן ענין פון נתינת התורה והמצות — דאָס איז אַ מפורסמ'דיקע זאַך וואָס אַלע אידן ווייסן און עס גייט איבער מדור לדור.

און דעריבער איז אויף דעם מספיק אַן עדות אַלס אות וסימן, אַז מ'זאָל שטענדיק געדיינקען וועגן תורה ומצות און דעם עונש ע"ז (און לויט די צוויי אופנים פון די צוויי פירושי רש"י).

משא"כ בפרשתנו וואָס דער תוכן פון דער שירה איז ניט (בלויז) וועגן דעם עצם חיוב פון קיום תורה ומצות, נאָר ער אַנטהאַלט דברי הברית, וואָס אין דעם זיינען דאָ כו"כ פרטים (ווי ער זאָגט אין דער סדרה) — און דעריבער — א) קען דאָ זיין אַ מציאות אַז מ'זאָל336מכחיש זיין „לא קבלנו עלינו הברית"; און ב) אויף דעם העלפט ניט קיין סימן ואות (אפילו באופן הב' פון פרש"י אין נצבים), וואָרום אַ סימן איז בלויז מעורר און דערמאָנט אַז מ'זאָל ניט פאַרגעסן אַ זאַך בכללות, אָבער ניט ווען עס רעדט זיך וועגן אַ זאַך מיט כמה פרטים (און ס'קען זיין אַז מ'זאָל די זאַך אינגאַנצן מכחיש זיין).

דעריבער דאַרף מען אויפן ברית האָבן עדים ממש, וואָס זיי הערן פרטי ההתראה און זיינען אויף דעם עדים (ביז זיי פירן אויס די עדות בפועל ממש).

ח. פון די ענינים מופלאים ע"ד ההלכה אין דעם פרש"י:

לכאורה, וויבאַלד רש"י איז מפרש אַז סיי שמים און סיי ארץ זיינען עדים פאַרוואָס איז רש"י ניט מעתיק בתחלת פירושו (פון פסוק) אויך די ווערטער „ותשמע הארץ".

וועט דאָס זיין פאַרשטאַנדיק ע"פ אַן אַנדער שאלה: וויבאַלד אַז שמים וארץ זיינען עדים גמורים, וואָס אויף זיי שטייטמא „ע"פ שני עדים גו' יקום דבר" אַז די צוויי עדים דאַרפן זיין צוזאַמען, אין דעם זעלבן אופן — ווערט דאָך די שאלה: צו שמים האָט משה געזאָגט „האזינו" און צו ארץ „ותשמע", זיינען זיי צוויי באַזונדערע עדים, פעלט דאָך ענין העדות.

ע"פ דרך הדרוש וההלכה — שטייט אין ספרי „כשהעדים מעידים אם נמצאו דבריהם מכוונים כאחד עדותם קיימת ואם לאו אין עדותם קיימת, כך אלו אמר משה האזינו השמים ושותק היו שמים אומרים לא שמענו אלא בהאזנה ותשמע הארץ היתה הארץ אומרת לא שמעתי אלא בשמיעה בא ישעי'מב וסמך לדבר שמעו שמים והאזיני ארץ ליתן האזנה ושמיעה לשמים והאזנה ושמיעה לארץ", רש"י בריינגט דאָס אָבער ניט אַראָפּ און דער טעם דערפון איז מובן, וואָרום לפי"ז קומט אויס, אַז ביז דעם זמן פון ישעי' זיינען זיי ניט געווען קיין עדות (מכוונת)מג, בעת פון פשטות הכתובים דאָ איז מוכח אַז זיי זיינען גלייך געוואָרען עדיםמד.

דעריבער איז רש"י מעתיק נאָר די ווערטער „האזינו השמים" און זאָגט „ותהיו אתם עדים בדבר" לשון רבים, אַז שמים אַליין זיינען עדים ל' רביםמה [און ווי מ'האָט שוין געלערנט פריער כמ"פ בפרש"ימו אַז ס'איז דאָ מער ווי איין שמים], און רש"י איז דערנאָך מוסיף „וכן ותשמע הארץ", אַז אויך ארץ איז אַ כת עדות בפ"ע [און אויך דאָס איז אַן ענין ידוע, וואָרום ארץ איז כולל צענדליגער ארצות*46]מז. ובמילא איז דאָ אַן עדות מכוונת, שמים און ארץ זיינען שתי כתי עדיםמח.

337ט. נאָך אַן ענין בהלכה אין פרש"י:

לכאורה דאַרף מען פאַרשטיין: ווי אַזוי זאָגט משה רבינו „האזינו השמים ואדברה ותשמע הארץ אמרי פי" און דערמיט מאַכט ער זיי פאַר עדים — פון וואַנעט איז די ראי' אַז זיי ווילן ווערן עדים אויף אידן (און מעניש זיין זיי אם יתחייבו)?

איז רש"י דאָס מרמז מיט די ווערטער „שכך אמרתי להם שאתם תהיו עדים" — און דאָס וועט זיין מוסבר ובהקדים, וואָס ביי די עדות פון ס"פ נצבים שטייט ניט אַז ס'איז געווען אַ הקהלה מיוחדת פון אידןמט; משא"כ אין ס"פ וילך, וואו עס שטייט „ואעידה בם את השמים ואת הארץ", אַז זיי ווערן עדים ממש, שטייט „הקהילו אלי את כל זקני שבטיכם ושוטריכם ואדברה באזניהם את הדברים האלה ואעידה גו'" — לכאורה מאי בינייהו?

נאָר דאָס איז מהאי טעמא גופא: וויבאַלד אַז משה רבינו האָט געוואָלט זאָגן „האזינו השמים", „שאני מתרה בהם בישראל ותהיו אתם עדים בדבר", האָט ער דעריבער מקהיל געווען „זקני שבטיכם ושטריכם", וואָס דאָס זיינען די אנשי הסנהדרין ובי"ד — און אַ ב"ד האָט בכח צו פועל זיין אויף שמים וארץ, אַז זיי זאָלן ווערן עדיםנ.

נאָכמער: די עדות זייערע איז דאָך געווען ניט נאָר אויף הערן די התראה נאָר אויך בכדי מעיד זיין אויף זיי טאָמער זיי וועלן מכחיש זיין, ביז אַז זיי דאַרפן אויך אויספירן דעם דין פון „תהי' בהם יד העדים תחלה", ווי רש"י איז ממשיך — וואָס סיי דער עדות זאָגן פון די עדים ובפרט דאָס אויספירן דעם פּסק דאַרף דאָך זיין ע"י ב"ד, דעריבער איז רש"י מוסיף „שכך אמרתי להם שאתם תהיו עדים" וואָס דוקא עי"ז זיינען זיי געוואָרן אַן עדות גמורה, ע"י ב"ד.

יוד. פון יינה של תורה אין פּרש"י:

דער טעם בפּנימיות הענינים וואָס אין פּרשת נצבים, וואו עס רעדט זיך וועגן קיום התורה והמצות בכלל, איז מספּיק עדות אַלס אַ סימן וזכרון, משא"כ בפּרשתנו בנוגע דעם ברית דאַרף מען האָבן אַ עדות גמורה, י"ל: בנוגע צו קיום התורה ומצות בפּועל איז ניט שייך אַז אַ איד זאָל, ח"ו, מכחיש זיין, ער זאָל במזיד ניט מקיים זיין תורה ומצות; עס איז נאָר וואָס נכנס בו רוח שטות און „נדמה לו" אַז „עודנו ביהדותו"נא. ובמילא איז אויף דעם גענוג (עדות — אַלס) סימן וזכרון. און די עדות איז בב' אופנים: „כאשר תקרה אתכם הרעה יהיו עדים שאני התריתי בכם בכל זאת", ד. ה. די עדות דערמאָנען אַז די רעה איז מצד דעם העדר קיום התורה ומצות, ובמילא דערמאָנט עס אים אַז דורכדעם ווערט ער נפרד מאלקות.

און דער צווייטער אופן איז, אַז „שמים וארץ עצמן" זיינען מעורר צו קיום התורה והמצוהנב.

338אָבער בפּרשתנו, וואו עס רעדט זיך וועגן אַ ברית, וואָס אַ ברית איז ניט בלויז אויף קיום התורה בפּועל, נאָר בעיקר אויף אַ התחזקות יתירה אין קיום התורה ומצות מיט אַלע פּרטים, איז אויף דעם ניט מספּיק אַ סימן ואות, נאָר מען דאַרף האָבן עדות גמורה.

והטעם בזה: בכדי אויספירן דעם ברית להתחזקות יתירה אין קיום התו"מ, איז עס דורך דעם וואָס מ'איז מעורר ומגלה דעם כח המס"נ וואָס איז דאָ ביי אידן — און דער גילוי כח המס"נ איז דורך ענין העדות: דער ענין פון עדות איז (ווי דער אַלטער רבי איז מבאר בארוכהנג) אויף אַ דבר הנעלם, אָבער אויף אַ דבר הנגלה דאַרף מען ניט (און עס איז ניט שייך) קיין עדות; און אפילו אויף אַ מלתא דעבידא לאגלוי' דאַרף מען אויך ניט קיין „עדות גמורה". עדות איז דוקא אויף אַ דבר הנעלם לגמרי, און דוקא דורך עדים ווערט די זאַך נתגלה.

און דעריבער — אויף מגלה זיין דעם כח המס"נ וואָס נעמט זיך פון יחידה שבנפש וואָס איז דבר הסתום, העכער פון גילוי לגמרי, דאַרף מען האָבן עדות גמורה.

(משיחת ש"פּ האזינו תשכ"ו)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-bzbr4s68

Copies

Recent activity

#192 Likkutei Sichos vol 19: machine reading · approved
#135 Likkutei Sichos vol 19: machine reading · closed

Sources