עברית
Library

Likkutei Sichos

Shoftim 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

165שופטים

א. שום תשים עליך מלךא. בנוגע אַ מלך שטייט אין תשובות הרשב"אב, אַז „המלך כצבור שהצבור וכל ישראל תלויין בו". ענלעך דערצו שטייט אין תנחומאג — „שראש הדור הוא כל הדור" (אָדער בלשון רש"יד: שנשיא הדור הוא ככל הדור כי הנשיא הוא הכל).

אין רמב"םה שטייט בנוגע אַ מלך — „שלבו הוא לב כל קהל ישראל".

בפשטות איז דער טעם פאַרוואָס אַ מלךו איז „לב כל קהל ישראל", וויילז אַזוי ווי דער חיות פון גאַנצן גוף איז אָפּהענגיק אין לבח, אַזוי איז „כל קהל ישראל" אָפּהענגיק אין מלך (כנ"ל ברשב"א, אַז „כל ישראל תלויין בו").

דאַרף מען פאַרשטייןט: אע"פ אַז אַלע אברי הגוף זיינען מקבל זייער חיות פון לב, איז אָבער די הנהגה פון אַלע אברי הגוף אָפּהענגיק אין מוחי (וואָס דערפאַר, אע"פ אַז בערך צו די אַנדערע אברי הגוף ווערט (אויך) דער לב אָנגערופן „מלך"יא, איז אָבער דער ראש דער „מלך על כל אבריו"יב);

היינט פאַרוואָס פאַרגלייכט מען אַ מלך וואָס ענינו איז דאָך הנהגת העם, אשר יוציאם ואשר יביאם, ווי אַ רועה וצאנויג — צו „לב (כל קהל ישראל)"?

ב. בתושב"כ, לשון תורהיד — געפינט מען בנוגע למלך אויך דעם תואר „נשיא" — „אשר נשיא יחטא"טו ומפרש בספרא על אתר ובמשנהטז „איזהו נשיא זה מלך" וכההמשך שם „שאין על גביו אלא ה' אלקיו"יז. אַזוי אויך ווערט מלך166המשיח אָנגערופן (בנבואת יחזקאלכה ועוד) נשיא. אעפ"כ איז, בפשטות, התואר מלך — גרעסער ווי דער תואר נשיא19), וועלכער ווערט גענוצט אויך פאַר אַ נשיא שבט וכיו"ב20).

ובעניננו געפינען מיר, כנ"ל, אַז „נשיא הדור" — בלשון רש"י — ווערט (אויף עם געזאָגט און ער ווערט) אָנגערופן — במדרש „ראש הדור"21),

ווערט די שאלה הנ"ל נאָך שטאַרקער: ווי קומט עס, אַז אַ מלך וואָס איז גרעסער ווי אַ נשיא זאָל זיין בלויז „לב כל קהל ישראל", און ניט „ראש"22)?

ג. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם: בלשון חכמים — איז אַ חילוק עקרי צווישן די תוארים מלך און נשיא: מלך — איז כפשוטו בלשון תורה, נשיא — עיקרו נשיא הסנהדרין, ועכ"פ — נשיא בענינים רוחניים,

און ווי די משנה23) זאָגט „נשיא ואב ב"ד" ובגמרא24) — „הלל שקורין אותך נשיא ישראל", „הלל ושמעון כו' נהגו במלכותו אלא ה' אלקיו (ועפ"ז מתורץ קס"ד דרבי בגמרא הוריות שם). וראה תו"ש ויקרא כאן סקל"ה.

18) לז, כה (כפשטות הכתוב. אבל ראה סנהדרין צח, סע"ב וברש"י שם). מח, כא (ע"פ ב"ב קכב, א וברשב"ם שם (אבל ראה מהרש"א שם במהד"ב). רדב"ז להל' מלכים פ"ד ה"ח).

19) להעיר מב"ב ד, א. רש"י ומהרש"א שבהערה הקודמת.

20) להעיר מפרש"י לך (יד, יז): המלך כו' המליכו את אברהם עליהם לנשיא אלקים ולקצין.

21) בתניא פ"ב: ראשי אלפי ישראל שנשמותיהם הם בחי' ראש ומוח כו' — עיי"ש דמדבר בצדיקים וחכמים, דשייך לנשיא שבלשון חכמים, דלקמן בפנים.

22) אף שמצינו הלשון „ראש" גם בנוגע למלך (ש"א טו, יז. ועוד).

23) חגיגה פ"ב מ"ב. ועוד.

24) שבת לא, א. שם טו, א. נשיאותן בפני הבית מאה שנה", אע"פ וואָס דעמאָלט זיינען געווען מלכים בישראל און מלכים כשרים ודיני מלך עליהםכה,

ביז אַז עס איז אַ חילוק עקרי בדיןכו „נשיא שמחל על כבודו כבודו מחול, מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחול".

וי"ל ומסתבר לומר — אַז עד"ז איז דער חילוק (בלשון תורה) אין דרגות נשיא ומלך וואָס זיינען במלך עצמוכז.

פון די חילוקים צווישן אַ מלך און אַ נשיא (בלשון חכמים):

א) אַ מלך איז ענינו „לעשות משפט ומלחמות"כח, אָדער בלשון הכתוב, כנ"ל „אשר יוציאם ואשר יביאם", אָבער ניט — הוראה. מלכי ישראל טאָרן בכלל ניט דן זיין („אין דנין")כט, און אפילו מלכי בית דוד וואָס „דנים הם את העם"ל, איז אָבער — „אין מושיבין אותם בסנהדרין"לא.

[און „לעשות משפט" וואָס שטייט ביי167אים, מיינטלב (ניט (אַזוי) דאָס חוקר ודורש זיין און פסק'ענען דעם דין ומשפט, נאָר) בעיקר עשיית משפט — דורכפירן דעם משפט התורה (וואָס דער ב"ד גיט אַרויס), אָדער דער משפט וואָס אַ מלך טוט „כפי מה שהשעה צריכה"לג].

משא"כ אַ נשיא „שקורין אותו החכמים", איז אדרבה — עיקר ענינו איז, וואָס ער איז דער ראש הסנהדרין, בלשון הרמב"םלד — „הגדול בחכמה שבכולן מושיבין אותו ראש עליהן והוא ראש הישיבה והוא שקורין אותו החכמים נשיא בכל מקום והוא העומד תחת משה רבינו"; וואָס סנהדרין זיינען (בלשון הרמב"םלה) די „עמודי ההוראה ומהם חק ומשפט יוצא לכל ישראל",

נאָר דערצו, איז משה — זייענדיק רועה ישראל, מלך ישראללו, פירט ער אויך אָן מיט כל עניני והצטרכות פון כלל ישראל.

ב) אַ מלך — דאַרף דער עם צושטעלן עם אַלע זיינע רצונות, ווי דער רמב"םלז איז מאריך אַז אַ מלך „ולוקח מן העם הגבורים כו' ועושה מן החיל למרכבתו כו' לרוץ לפניו כו' לוקח מן בעלי האומניות כו' ולוקח השדות כו' ויש לו מעשר מן הזרעים כו'";

משא"כ אַ נשיא, אע"פ אַז אויך ער איז (ווי יעדער פרנס על הצבור) מתפרנס מן הצבור — איז דאָס נאָר וואָס ער נעמט זיין באַשטימטע פרנסה פון זיי (וויבאַלד אַז ער אַרבעט פאַר זיי), אָבער ניט ווי אַ מלך, וואָס יעדער רצון זיינעם גיט עם דער „עם".

ד. אָט דער (צווייטער) ענין — אַז אַ מלך נעמט אַלץ פון דעם עם — ווייזט אויף אַ דבר והיפוכו:

עס ווייזט אויפן תוקף פון דעם מלך, ווי דער גאַנצער עם און אַלץ וואָס זיי האָבן איז בדוגמת מה שקנה עבד קנה רבולח ער קען ביי זיי נעמען וואָס ער וויללט;

לאידך, ווייזט עס אויך אויף דער „שוואַכקייט" פון דעם מלך (לגבי שאר העם) — אַז אין אַלע זיינע מילוי רצונות דאַרף ער אָנקומען צום עם.

שאר העם באַקומען זייער פרנסה כו' דורך זייער אייגענער עשי' — „בכל אשר תעשה"מ. אפילו אַ פרנס על הצבור וואָס נעמט זיין פרנסה מן הצבור, איז דאָך זיין „תעשה" אָט דאָס וואָס ער איז אַ פרנס על הצבור; משא"כ אַ מלך וואָס אַלץ וואָס ער האָט איז ער מקבל פון דעם עםמא.

168איז דער ביאור אין דעם, אַז היא הנותנת: אַ מלך איז זיין גאַנצער ענין (בתור מלך)מב — „אשר יוציאם ואשר יביאם", צו „דינען" דעם עםמג; און דערפאַר איז ער מקבל פון דעם עם.

ה. דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין דעם פאַרגלייך פון אַ מלך צו לבמד דוקא (און ניט צו ראש ומוח):

פון די חילוקים צווישן לב און מוח — זיינען:

א) דער לב שטייט אין אַ כסדר'דיקער תנועה פון רצוא ושוב, דפיקו דלבא, אָן הפסק; משא"כ אין מוח איז ניטאָ קיין תנועה. פון אים נעמט זיך טאַקע דער חיות פון גאַנצן גוףמה, אָבער דער מוח אַליין שטייט במנוחה.

ב) דער לב איז דער שוואַכסטער פון אַלע אברי הגוף (אפילו פון דעם מוח) — ווי ער זאָגט אין זהרמו: „לבא איהו רכיך וחלש".

ויש לומר, אַז די צוויי תכונות זיינען תלוי זו בזו: דער לב איז „רכיך וחלש" — שוואַכער פון אַלע אברים — ווייל זיין גאַנצע מציאות איז, וואָס ער איז דער חיות האבריםמז. ער האָט ניט נאָך אַ ענין, נאָר דאָס וואָס ער איז מחי' דעם גוף.

און דערפאַר — (א) שטייט ער אין אַ כסדר'דיקער תנועה, וואָס דאָס ווייזט, אַז זיין כסדר'דיקע (גאַנצע) מציאות איז צו מחי' זיין די אברי הגוף. (ב) ער איז אַ „שוואַכע" מציאות — ווייל ער איז צוליב די אַנדערע אברים.

משא"כ דער מוח איז „אָפּגעטראָגן" פון די אברי הגוף. ער איז טאַקע דער מקור החיות פון גוף, אָבער ער בלייבט בהבדלה פון זיי. און דאָס איז (אויך) אַ באַווייז, אַז ער איז אַ מציאות פאַר זיך, נאָר פון אים קומט דער חיות אָן צו די אברים.

און דערפאַר איז (א) ניטאָ קיין תנועה אין דעם מוח. ער איז בהבדלה פון די אברי הגוף. (ב) ער איז ניט „רכיך וחלש" (ווי דער לב) — ער איז אַ מציאות בפני עצמו.

און דערפאַר ווערט אַ מלך צוגעגליכן צו לב דוקא, ווייל אויך אַ מלך האָט די צוויי תכונות פון לב (כנ"ל סעיף ד): ער שטייט אין אַ כסדר'דיקער צוגעטראָגנקייט צום עם — „אשר יוציאם ואשר יביאם" — ווייל דער תוכן ענין המלוכה איז צו דינען דעם עםמח; ומהאי טעמא איז דאָ אַ „שוואַכקייט" אין זיין מציאותמז (לגבי שאר העם) — וואָס ער איז פון זיי מקבל אַלע זיינע צרכים.

169ו. דער חילוק הנ"ל צווישן לב און מוח, געפינט מען אויך דוגמתו אין די כחות הנפש וואָס זיינען אָנגעטאָן אין זיי — שכל (שבמוח) און מדות (שבלב):

דער ענין פון שכל — צו פאַרשטיין אַ זאַך — קען זיין לאמיתתו נאָר ווען דער מענטש בלייבט בהבדלה פון דער זאַך וואָס ער וויל פאַרשטייןמט. אויב די זאַך איז פאַרבונדן און אַריינגעמישט אין דעם שכל איז דאָס שוחד — דאָס וועט מטה זיין דעם שכל און ער וועט ניט פאַרשטיין די זאַך ריכטיק.

משא"כ דער ענין פון מדות איז — דער געפיל פון מענטשן צו דער זאַך, וואָס קומט דורך דעם וואָס מ'טראָגט צו די אייגענע מציאות צו דער זאַך, ביז דאָס רופט אַרויס ביי אים און אין אים אַ געפיל פון קירוב (אהבה) אָדער — הפכו וכו'.

און דערפון קומט אַרויס דער חילוק צווישן שכל און מדות אין די צוויי תכונות הנ"ל: א) מדות איז ענינן — התפעלות („תנועה"), משא"כ שכל פאַרלאַנגט התבוננות והתיישבות ומנוחה. ב) מדות זיינען ניט קיין שטאַרק קיים'דיקע מציאות, זיי זיינען עלול צו נשתנה ווערןנ — היינט פילט ער אַזוי, און מאָרגן פילט ער אַנדערש. משא"כ שכל (אמיתי) ווערט ניט נשתנה — ווען שכל מאַכט אַ מסקנא, איז דאָס דערפאַר ווייל אַזוי איז דער אמת, ובמילא איז דאָס אָן שינוייםנא.

ז. עפ"ז וועט ווערן פאַרשטאַנדיק דער חילוק צווישן אַ מלך און אַ נשיא:

אַ מלך, וואָס ענינו איז — „אשר יוציאם ואשר יביאם", ער איז אַריינגעטאָן (מיט אַ התלבשות) אין משפיע זיין דעם עם זייערע צרכים (בדוגמא ווי דער לב איז מחי' אַלע אברים) — איז ניט זיין ענין — שכל והוראה (מוח), שקו"ט ולאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא;

דוקא דער נשיא, וואָס שטייט בהבדלה פון דעם עם, איז זיין ענין (עיקרי) — „ראש" ומוח של הדור, צו אַרויסגעבן פסק דין התורה (חכמתו ית') בנוגע אַלע עניני העם.

און דערפאַר איז הנשיא (גם זה שבמלך) הוא הכל*51 — ווייל אויך דער לב איז מקבל פון מוח כנ"ל, ענינו איז צו משפיע זיין דעם חיות (אויך דעם — פון170מוח) צו אַלע אברים; און ווי עס איז ביי אַ מלך בפשטות, אַז ענינו איזנב צו אויספירן ביים עם הוראות התורה (ביז, אַז עס איז „מצוהנג על המלך לכבד לומדי התורה, וכשיכנסו לפניו סנהדרין וחכמי ישראל יעמוד לפניהם כו'").

ח. דערצו קומט צו אַ הדגשה מיוחדת בנוגע צו משה רבינו — פון וועמען מ'לערנט אַרויס אַז „הנשיא הוא הכל" — אַז ביי אים זיינען געווען ביידע אופני השפעה, סיי לב און סיי מוח*53.

משה איז געווען אַ מלךנד (כמש"ננה ויהי בישורון מלך), און האָט זיך פאַרנומען מיט משפיע זיין אידן אַלע זייערע צרכים (אויך הגשמייםנו) — לבן של ישראל; און צוזאַמען דערמיט איז ער געווען נשיא וראש הסנהדרין, ויתרה מזה — כל עניני תורה (ולכל הדורות) — זיינען זיי עניני „תורת משה עבדי"נז — ער איז דער וואָס קבל תורה מסינינח און האָט געלערנט תורה מיט אַלע אידן — מוח.

און אַזוי אויך געפינט מען ביי משיח'ן — וואָס משה הוא גואל ראשון הוא גואל אחרוןנט — אַז באַ עם וועלן אויך זיין ביידע עניניםס: מלך, ואדרבה — ביי אים וועט זיין ענין המלכות בשלימותסא; און צוזאַמען דערמיט איז ער — רב, שילמד תורה את כל העם כולוסב.

(משיחת וא"ו תשרי תשל"ז)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-a6rm21ak

Copies

Recent activity

#192 Likkutei Sichos vol 19: machine reading · approved
#135 Likkutei Sichos vol 19: machine reading · closed

Sources