Likkutei Sichos
Addenda - general letters for Rosh Hashanah 7
שנה השביעית, שבת להשם
ברוקלין, נ.י.
אל כל בני ובנות ישראל
בכל מקום שהם
ה' עליהם יחיו
אין די דאָזיקע טעג פון פאַרשטאַרקטער און פולסטער צוגרייטונג צו ראשהשנה —
וואָס ראש־השנה איז ניט נאָר דער אָנהויב פון יאָר, נאָר אויך די „קאָפּ" פון יאָר, וואָס באַווירקט אַלע טעג פון יאָר און דעם גאַנצן יאָר, מרשית השנה ועד אחרית שנה —
און — באַגרינדעט אויף דעם כלל אַז המעשה הוא העיקר — וואָס מ'לערנט דערפון אָפּ בנוגע מעשה בפועל אין אָ־טעגלעכן לעבן,
איז כדאי זיך אָפּצושטעלן אַ ביסל ברייטער אויף איינע פון די נקודות וואָס איז דערמאָנט געוואָרן בקיצור אין דעם פריערדיקן בריוו, אין צוזאַמענהאַנג דערמיט וואָס דער נייער יאָר איז אַ שנת הקהל, אין איינקלאַנג מיט דער כללות'דיקער מצוה, אין דער צייט פון בית־המקדש, אַז מ'האָט פאַרזאַמלט אַלע אידן, האנשים והנשים והטף, אַלס איין קהל, כדי צו מזרז זיין אידן אין מצוות און שטאַרקן זיי אין אמונה און אידישקייט וכו', ווי אַרומגערעדט אין דעם דערמאָנטן בריוו.
דער ענין פון איין קהל איז, אַז אין צוגאָב צו דעם וואָס עס איז אַן אסיפה, אַ כינוס פון אַ צאָל באַזונדערע, פאַרשידענע יחידים, וועלכע קומען זיך צוזאַמען פאַר616אַ באַשטימטן צוועק, כדי מיט געמיינזאַמע כחות צו דערגרייכן אַ באַשטימטן ציל, וואָס דאַמאָלסט קען אויפגעטאָן ווערן פיל מער ווי עס וואָלט געווען דער כל פון זייער אויפטו ווען יעדער איינער פון זיי נוצט אויס זיינע מעגלעכקייטן באַזונדער —
ווי מ'זעט בפועל, אַז אַ מענטש הויבט אויף און טראָגט דערנאָך אַ פיל גרעסערע משא ווען אַ צווייטער העלפט אים באַם אויפהויבן —
קומט צו אַן עיקר זאַך — אַ נייע מציאות, אַ „קהל", וואָס טוט אויף זאַכן וואָס די יחידים — אַלס יחידים — האָבן דערצו גאָר קיין שייכות ניט —
ווי באַוואוסט די דוגמא אין דעם, אַז בשעת מ'האָט געדאַרפט מאַכן אַ משכן פאַר דער גטלעכער שכינה, ושכנתי בתוכם, האָט מען געדאַרפט האָבן דערצו דרייצן (פופצן) פאַרשידענע זאַכן, זהב וכסף וגו', עס האָבן זיך באַטייליגט אין דעם אנשים ונשים און ווי חכמינו ז"ל זאָגן, אויך קטנים, און דערנאָך חכמי־לב, און בצלאל ואהליאב, און משה רבינו איבער אַלעמען, און נאָר דורך אַלע צוזאַמען האָט מען געקענט מאַכן, צוזאַמענשטעלן און אויפשטעלן אַ משכן, ועשו לי מקדש, וואָס האָט געבראַכט צו ושכנתי בתוכם — אויך ושכנתי בתוך כל אחד ואחד.
על דרך זה איז אין „מקדש מעט", אין אַ בית־הכנסת: ווען עס קומען זיך צוזאַמען צען אידן צו דאַוונען, ווערט געשאַפן אַ נייע מציאות, אַ ציבור, און דער אויבערשטער זאָגט דאַמאָלסט: ונקדשתי בתוך בני ישראל — מען זאָגט קדיש ברכו קדושה וכו' — עס ווערט אַן ענדערונג אין יעדן איינעם פון דעם ציבור, ער ווערט אַ חלק פון אַן עדה קדושה.
אַזוי אויך אין צוזאַמענהאַנג מיט הקהל: עס האָט געדאַרפט זיין „בבוא כל ישראל" גו' און דאַן „תקרא את התורה הזאת נגד כל ישראל", אין אַן אופן פון הקהל617את העם האנשים והנשים והטף, הקהל האָט זיי אַלעמען געמאַכט פאַר איין קהל און מען האָט געהערט התורה הזאת „כאילו . . מפי הגבורה שומעה" „כיום שניתנה בו בסיני" (ווי ער הערט איר פון דעם אויבערשטן, ווי אין דעם טאָג ווען זי איז געגעבן געוואָרן בסיני), וואָס דאַמאָלס איז געווען ויחן שם ישראל נגד ההר — כאיש אחד בלב אחד.
ווי דערמאָנט אין פריערדיקן בריוו, אַז כאָטש די מצוה פון הקהל, אין קאָנקרעטן און פשוט'ן זין, איז פאַרבונדן מיט דעם בית־המקדש, איז זי אָבער אַקטועל אין רוחניות אומעטום און אין אַלע צייטן. ספּעציעל איז עס אונטערשטראָכן יעדן יאָר אין דער דאזיקער צייט, וואָס דעם שבת פאַר ראש־השנה לייענט מען שטענדיק די פרשה „אתם נצבים היום כולכם גו' ראשיכם שבטיכם גו' עד שואב מימיך":
אין צוגאָב צו דעם וואָס אַלע אידן שטייען צוזאַמען — פון די העכסטע צווישן זיי (ראשיכם) ביז דעם פשוט שבפשוטים (וואַסערטרעגער) — און מ'פאַרבינדט זיך מיט דעם אויבערשטן מיט אַן אייביקן בונד (לעברך בברית ה' אלקיך), איז דאָס ניט נאָר ווי איינצעלנע יחידים, נאָר אין אַן אופן פון כולכם — לאחדים כאחד, אַז פון „אחדים" ווערט „אחד". דורכדעם קומט צו אַ נייע מציאות אין יעדן פון די צען סוגים וואָס שטעלן צוזאַמען דעם גאַנצן פאָלק (ווי אויסגערעכנט אין פסוק) — יעדערער פון זיי ווערט אַ טייל פון אַ קומה שלימה, דעם גאַנצן אידישן פאָלק, דורכגעדרונגען און פאַראיינציקט מיט איין־ון־דעם־זעלבן געדאַנק — מכתיר זיין (קרוינען) דעם אויבערשטן, און מיט דעם זעלבן אינערלעכן וואונטש, אַז דער אויבערשטער זאָל אָננעמען די הכתרה און זאָל זיך אַנטפּלעקן אַלס „מלך ישראל" און (דורכדעם אַלס) „מלך על כל הארץ".
618מכתבים כלליים לר"ה
דאָס אויבנגעזאָגטע איז שייך צו ראש־השנה יעדן יאָר. י־יאָר קומט צו נאָך מער הדגשה אין דעם, וויבאַלד דאָס איז ראש־השנה פון אַ שנת הקהל, ווען די פאַראיינציקונג פון אַלע אידן ווי איין קהל איז ספּעציעל אונטערשטראָכן, ווי דערקלערט אויבן; און עס קומט נאָך דער צוגרייטונג פון שנת השמיטה, שבת לה', וואָס דעם גאַנצן יאָר איז מען געשטאַנען אין אַ תנועה פון אחדות און פאַראיינציקונג, און דאָס האָט זיך אויסגעדריקט אין אַ קאָנקרעטן און איינדרוקספולן אופן: יעדער אייגנטימער פון אַ פעלד און וויינגאָרטן (וואָס בזמן ביתהמקדש איז דאָס געווען די הויפּט פרנסה פון אידן — „איש תחת גפנו ותחת תאנתו") האָט זיך אָפּגעזאָגט פון זיין פּריוואַטן ערד אייגנטום און האָט עס איבערגעגעבן אין רשות פון דעם אמת'ן בעל־הבית, וואָס די גאַנצע ערד איז זיינע, כי לי הארץ, און ער גיט איבער די פעלדער און וויינגערטנער אין רשות פון אַלע אידן צוגלייך. דעריבער איז דער יאָר פון שמיטה די פּאַסנדע הכנה צו הקהל, און ביידע צוזאַמען לייגן אויך דעם יסוד פאַר די ענינים וואָס דאַרפן אויפגעטאָן ווערן אין אָ־טעגלעכן לעבן אין אַלע קומענדיקע יארן.
בריינגען ווייניגסטענס איין קאָנקרעטן ביישפּיל במעשה בפועל: ווען געציילטע עטעלכע אידן לעבן אין אַ שטעטל, איז אין צוגאָב וואָס כפשוט דאַרף זיין באַ זיי דער לערנען תורה און מקיים זיין מצוות בהידור — דאַרפן זיי גלייך ווערן אַ קהל, אויפשטעלן קהל אידישקייט: עס מוזן אויפגעשטעלט ווערן מוסדות פון תורה חינוך, עס מוז זיין אַ תורה מנהיג (אַ רב), תורה־עסן (אַ שוחט), זעלבסטפאַרשטענדליך אַ תורה'דיקער משפחה לעבן (אַ מקוה) א.ז.וו.
ויהי רצון, אַז קומענדיק פון דער קריאת התורה פון דעם שבת סליחות — אתם נצבים היום כולכם — הקהל את העם האנשים והנשים והטף, זאָל יעדער איינער און איינע מיטנעמען מיט זיך די אויבנדערמאָנטע נקודות אין אַן אופן אַז זיי זאָלן אַראָפּקומען במעשה בפועל יעדן טאָג און אַלע טעג פון דעם יאָר,
און דער אויבערשטער, שומע קול תרועת עמו ישראל ברחמים, זאָל בענטשן אונזער גאַנץ פאָלק ישראל, און יעדער איינעם און איינע בפרט, צו קענען מקיים זיין619די מצוות פון שמיטה און הקהל ניי האמיתית והשלימה על ידי משיח צד דעם בית־המקדש שיבנה במקומו —
און עס זאָל מקויים ווערן שוין מרעיתך, נודה לך לעולם לדור וד יט נאָר אין רוחניות נאָר כפשוטן ממש, בגאולה דקנו, וואָס ס'וועט זיין קהל גדול ישובו הנה, אין — און דאָס אַלץ במהרה בימינו ממש,
ון איצט, נאָך בזמן הגלות — ואנחנו עמך וצאן ור נספר תהלתך.
בכבוד ובברכה כפולה
לכתיבה וחתימה טובה
לשנה טובה ומתוקה
ולהצלחה בכל האמור
מ
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק י״ט
- Id
- rh-8ehchewr