Sefer HaSichos (the Rebbe)
ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א ערב יום הכפורים — בביהכנ"ס אחרי תפלת מנחה, ה'תנש"א
39ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א ערב יום הכפורים
בביהכנ"ס אחרי תפלת מנחה, ה'תנש"א
א. אַ גאַנץ יאָר האָט מען דעם כלל אַז „פותחין בברכה"א, עאכו"כ אין די „עשרה ימים שבין ראש השנה ליום הכפורים"ב [וועלכער „נקרא ג"כ ראש השנה בכתוב"ג] — וועלכע זיינען די פתיחה וראש (אויך) פון די ברכות אויף כל השנה כולהד. און אין די טעג גופא — בפרט אין דעם טאָג פון ערב יום הכפורים.
צווישן אַלע ברכות — איז אַממייסטנ'ס צוגעפּאַסט (צו אָנהויבן דער „פותחין בברכה" מיט) דער נוסח הברכה פון ברכת כהניםה, די ברכה וועלכע דער אויבערשטער האָט אים אַליין אויסגעקליבן בתורתו הקדושהד, און האָט אָנגעזאָגט און געגעבן כח די כהנים, אַז מיט דער ברכה זאָלן זיי בענטשן אידן („כה תברכו את בני ישראל") בכל יוםז
— ווי מ'פירט זיך בפועל אין ארץ ישראל (עכ"פ בכמה מקומות) — נשיאת כפים בכל יוםח, אָדער עכ"פ בכל שבת [ווי עס פירט זיך בכמה ספרד'ישע קהילות אויך בחוץ לארץ], און בכל הקהילות, אויך אין חוץ לארץ — וואו מ'איז נושא כפים נאָר ביו"טי — זאָגט יעדער איד דעם נוסח פון ברכת כהנים בכל יום בברכות השחרי [נוסף אויף דעם וואָס דער שליח ציבוריא זאָגט עס בכל יום בסוף תפלת העמידהיב],
40און די כהנים זאָגן די ברכה בפרהסיא, ובקול רם, און דוקא בלשון הכתוב בלשון הקודש („כה תברכו")יג.
וואָס דעריבער איז מתאים אַז דער „פותחין בברכה" זאָל זיין מיט דעם נוסח פון ברכת כהנים, בפרהסיא ובקול רם ובלשון הכתוב, צוזאַמען מיט דער הקדמה וסיום לזה אין תורה שבכתב (ווי מ'זאָגט עס בכל יום בבוקר בברכות השחר קודם התפלה):
„וידבר ה' אל משה לאמר, דבר אל אהרן ואל בניו לאמר, כה תברכו את בני ישראל אמור להם, יברכך ה' וישמרך, יאר ה' פניו אליך ויחונ] , ישא ה' פניו אליך וישם לך שלום, ושמו את שמי על בני ישראל ואני אברכם".
ב. דער נוסח הברכה איז כולל אין זיך אַלע ברכותיד, סיי הרוחניות, סיי הגשמיות (סיי די ענינים עיקריים און סיי די ענינים וואָס זיינען ניט אַזוי עיקריים) — ווי פאַרשטאַנדיק ע"פ הנ"ל, אַז דאָס איז דער נוסח הברכה וואָס דער אויבערשטער האָט אויסגעקליבן בתורתו הק', די ברכה וועלכע ער האָט אָנגעזאָגט די כהנים אַז דערמיט זאָלן זיי בענטשן אידן אין אַלע זייערע ענינים.
ועפ"ז יומתק דעם טעם פאַרוואָס מ'האָט איינגעשטעלט זאָגן ברכת כהנים בכל יום בברכות השחר, דלכאורה: דער טעם אויף דעם וואָס מ'האָט קובע געווען זאָגן (גלייך נאָך ברכת התורה) די פסוקים פון ברכת כהנים איז „לשם לימוד" („ולא משום זכר לנשיאות כפים")טו, בכדי אַז נאָך ברכת התורה זאָל מען גלייך מקיים זיין מצות תלמוד תורה (דורך זאָגן דברי תורה)טז. האָט מען דאָך לויט דעם געקענט אויסקלייבן צו זאָגן אויך אַן אַנדער ענין איו תורהיז, ובפרט אַן ענין הכי עיקרי וכללי בתורה — ווי די עשרת הדברות (וועלכע זיינען „כללות כל התורה"יח), אָדער „שמע ישראל" אָדער אויך „והי' אם41שמוע" (אַן ענין כללי בעבודת ה' — „יקבל עליו עול מלכות שמים (בשמע ישראל)יט ואח"כ יקבל עליו עול מצוות" (בוהי' אם שמוע)*2)), וכיו"ב?
ויש לומר דעם ביאור אין דעם: וויבאַלד אַז דאָס קומט בהמשך צו די י"ח (כ')כא ברכות השחר (און אַלס הקדמה צו די תפלות ובקשות אין תפלת שחרית בכלל), וועלכע זיינען כולל בפשטות כל צרכי ישראל — האָט מען איינגשטעלט אַז די דברי תורה (וואָס קומען בהמשך צו ברכת התורה) זאָלן זיך אָנהויבן מיט ברכת כהנים, וועלכע איז אַ ברכה כלליתכב, הכוללת כל הברכות כולןכג.
נאָכמער: ברכת כהנים האָט אין זיך דעם אויפטו, אַז נוסף צו דער מעלה פון ברכה בכלל — וועלכע איז מגלה וממשיך פון המקור (של הברכה)כד — האָט עס אויך די מעלה פון תפלה, וועלכע טוט אויף אַ רצון חדש — „יהי רצון"כד [ווי מ'זאָגט עס אויך בסיום תפלת העמידה בכל יום, בימי החול און אויך בשבת ויו"ט], וואָס דורך דעם ווערן געשאַפן נייע ברכות והמשכות, וועלכע נעמען זיך פון העכער פון מקור הברכה, און [אין תפלה עצמה האָט ברכת כהנים די מעלה לגבי שאר התפלות, אַז] זיי ווערן זיכערכה נמשך — במהירות בלי עיכוב — למטה מטה, אין גשמיות העולםכו. ביז — אויך דעם מבטל און מהפך זיין דינים וגבורותכז.
וואָס עפ"ז יומתק פאַרוואָס מ'זאָגט ברכת כהנים בכל יום קודם התפלה — (אויך) אַלס (תוספת) הכנה ונתינת כח צו אויפטאָןכח און אַראָפּברענגען ל־42מטהכט (בלי עיכוב)ל די המשכות חדשות וואָס ווערן אויפגעטאָן דורך די תפלות.
ג. דער ענין [המשכת כל הברכות בברכת כהנים ממקום שלמעלה ממקור הברכה ובאופן שנמשך למטה מטה] איז נאָכמער אונטערשטראָכן אין דעם סיום וחותם פון דעם נוסח הברכה הנ"ל — „ואני אברכם":
„ואני אברכם" גייט אויף דער ברכה פון דעם אויבערשטן. דאָס הייסט, אַז נוסף צו דער ברכה פון (די כהנים) „יברכך ה' וגו'", קומט צו די ברכה פון דעם אויבערשטן אַליין („אני")
— לויט ביידע פירושים (דיעות) אין דעםלא: (א) „ואני אברכם" — לכהנים, „כהנים מברכין לישראל והקב"ה מברך לכהנים"לב, (ב) „ואני אברכם" — לישראל, „כהנים מברכין לישראל והקב"ה מסכים על ידם", ועפ"ז איז די ברכה צו אידן „מפי גבורה"לג נוסף אויף „מפי כהנים" [און לויט דער דיעה איז „ברכה לכהנים מנא לי'"? „מואברכה מברכיך"לד]. —
דער לשון „אברכם" סתם אָן קיינע פרטים) איז כולל — נוסף (כפשוט) אויף די ברכות המפורשות אין די פסוקים פון ברכת כהנים — אַלע ענינים וואָס גייען אַריין בכלל ברכה („אברכם").
און נאָכמער: מ'איז מוסיף „ואני43אברכם" (ניט „ואברכם" אַליין, וואָס מיינט אויך „איך וועל זיי בענטשן"), אַז די ברכות קומען פון „אני" — דער אויבערשטער, מקור כל הברכות (ש"אברכם"),
ביז אַז דאָס גייט אויף „אני" — ווי דער אויבערשטער איז העכער פאַר מקור הברכות און העכער פאַר שמות ותוארים בכלל, און דער איינציקער אופן ווי מ'רופט אים אָן איז „אני" [דלא אתפס בשם ולא אתרמיז בשום אותא וקוצא כלללה] — דער אני ויש האמיתי, עצמותו ומהותו ית'לו,
ובכללות איז דאָס כולל אויך „אנכי"לז — וואָס האָט דעם זעלבן פירוש און אותיות פון „אני" בתוספת כ', ר"ת כתרלח, וועלכער איז כולל אַלע ענינים אין כתר, ביז ווי כתר איז פאַרבונדן מיט דעם „אני" האמיתי — עתיקא ביז עתיקא דעתיקא.
און דוקא פון „אני" (יש האמיתי) ווערט „אברכם", די המשכת ברכות צו אידן, ביז למטה מטה אין זייערע ענינים גשמייםלט. ואדרבה — דער גילוי פון דעם יש האמיתי איז דוקא אין דעם יש הנברא, כידועמח.
דאָס הייסט, אַז נוסף צו דעם וואָס ברכת כהנים בכלל טוט אויף המשכת כל הברכות, ביז אַ המשכה חדשה („יהי רצון") פון אַן אָרט וואָס איז העכער פאַרן מקור הברכות, און דאָס ווערט נמשך למטה מטה — ווערט דאָס נאָכמער אויפגעטאָן דורך „ואני אברכם" (דער סיום וחותם פון דער פרשה) — אַז פון דעם אני האמיתי ווערט נמשך ברכות ביז למטה מטה.
ד. עפ"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק דער תוכן פון אמירת פרשת ברכת כהנים בברכות השחר — ועד"ז דאָס וואָס „פותחין בברכה" איצטער מיט דער ברכה:
בשעת מ'זאָגט די ברכות פון ברכת כהנים („יברכך ה' וגו'") און מ'איז מוסיף „ואני אברכם" (בסיום פון פרשת ברכת כהנים), לאחרי וואָס מ'האָט געזאָגט אַלע ברכות השחר שלפנ"ז און די ברכות פון ברכת כהנים עצמה („יברכך ה' גו'") — איז פאַרשטאַנדיק, אַז נוסף צו דעם וואָס דאָס איז כולל די אַלע ברכות המפורשות לפני זה, קומט צו אַ הוספה וחידוש, אַז „ואני אברכם", דער אויבערשטער אַליין, דער אני האמיתי, בענטשט אידן מיט אַלע ברכות;
און בשעת אַ איד זאָגט דאָס אין ברכות השחר (אַלס אַן ענין בתורה), ועד"ז בכל זמן ווען ער זאָגט די ווערטער פון תורה44(תורה הנצחיתמא) — איז הקורא ושונה בתורה הקב"ה קורא ושונה כנגדומב, דער אויבערשטער עצמו זאָגט דעמולט די אַלע פסוקים, כולל דעם סיום וחותם — „ואני אברכם". ויש להוסיף, אַז דער „קורא ושונה כנגדו" איז ניט קיין הגבלה (אַז ניט מער ווי „כנגדו" ח"ו), נאָר אדרבה: דאָס איז בהתאם צו דעם ווי דער אויבערשטער (מצ"ע) איז קורא ושונה, ובנדו"ד — אַז דער „ואני אברכם" איז לפי הישג יד האני, מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבהמג פון דעם „אני" האמיתי.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- ה'תשנ"א, חלק א
- Id
- rh-6256xnpa