עברית
Library

Sefer HaSichos (the Rebbe)

משיחות ש"פ תולדות, מבה"ח וער"ח כסלו ה'תנש"א — — בקשר עם כינוס השלוחים העולמי

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

140משיחות ש"פ תולדות, מבה"ח וער"ח כסלו ה'תנש"א

— בקשר עם כינוס השלוחים העולמי —

א. דער כינוס השלוחים העולמי, פון די שלוחים שי' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו, בכל מרחבי תבל — הויבט זיך אָן דעם שבת פ' תולדות, און ווערט פאָרגעזעצט אין די קומענדיקע טעג פון פ' ויצא (וועלכע מ'הויבט אָן לייענען בתפלת מנחה פון דעם שבת).

מ'האָט שוין גערעדט אין די פריערדיקע יאָרןא די שייכות פון דעם כינוס השלוחים מיט די פרשיות בתורה [וועלכע מ'לייענט — בהשגחה פרטית, און מיט וועלכע מ'דאַרף „לעבן"ב — אין דער צייט]: דעם ערשטן מאָל וואו עס רעדט זיך אין תורה וועגן שליחותג איז אין סיום פון פ' תולדותד (דער שיעור חומש פון דעם שבת) — „וישלח יצחק את יעקב וילך גו'". און דערנאָך אין אָנהויבס פ' ויצאה רעדט זיך וועגן קיום השליחות בפועל — „ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה".

וויבאַלד אַז די שליחות ווערט דערציילט אין תורה (ובפרט — אַז זי איז די ערשטע שליחות בתורה), תורה מלשון הוראהו, אַ הוראה נצחיתז צו אידן בכל הזמנים ובכל המקומות, ובפרט אַז דאָס איז אַ שליחות פון די אבות — הליכת יעקב אבינו בשליחות יצחק אבינו, וואָס „מעשה אבות סימן לבנים"ח — איז פאַרשטאַנדיק, אַז פון שליחות יעקב בפרשיות אלו קען מען אַרויסנעמען הוראות אין דער עבודה פון אידן בכלל, ובמיוחד — בקשר מיט דעם ענין שהזמן גרמא — דער כינוס השלוחים העולמי און די עבודה פון די שלוחים פון יצחק שבדורנו („וישלח יצחק") — כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו.

דערצו דאַרף אויך זיין אַ שייכות ולימוד פון דעם וואָס דער כינוס השלוחים, און קריאת פרשיות אלו בתורה, איז בסמיכות צו (ראש) חודש כסלו, ובשנה זו — בשבת מברכים וערב ראש חודש כסלו, וועלכער האָט אַ שייכות מיוחדת מיט דער עבודת השליחות שבדורנו, ובפרט פון די שלוחים — הפצת התורה והיהדות, ובמיוחד — הפצת המעינות חוצה, וואָס עיקר ענינה האָט זיך אָנגעהויבן בחודש כסלו — בי"ט כסלוט, חג הגאולה פון דעם אַלטן רבי'ן (דער ראש השנה פון חסידותי), און דערנאָך (בשנים שלאחרי זה) — יו"ד כסלו, חג הגאולה פון דעם מיטעלן רבי'ן (און ט' כסלו — יום הולדת ויום הילולא שלו), און דאָס האָט אויך אַ שייכות מיט די ימי החנוכה (בסיום חודש כסלו) — וואָס עיקרו איז דער נס השמןיא, דער ענין פון141„נר מצוה ותורה אור"יב, כולל ובמיוחד — פנימיות התורה (שמן שבתורהיג).

ב. אין דעם סיפור בתורה וועגן שליחות יעקב — זיינען פאַראַן כמה דיוקים:

א) בסוף פרשתנו (פ' תולדות) שטייט שוין אַז „וישמע יעקב אל אביו ואל אמו וילך פדנה ארם"יד — איז פאַרוואָס שטייט נאָכאַמאָלטו (בתחלת פ' ויצא) „ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה"טז.

ב) פאַרוואָס איז דער פסוק מדייק זאָגן דעם שם המקום פון וואַנעט איז געווען יציאת יעקב — „ויצא יעקב מבאר שבע".

ג) דער דיוק הלשון „חרנה" און ניט „לחרן". דאע"פ וואָס רש"י שרייבט בכ"מיז, אַז „תיבה שצריכה למ"ד בתחלתה הטיל לה הכתוב ה"א בסופה", איז אָבער וויסנדיק דער תכלית הדיוק פון יעדן וואָרט אין תורה, דאַרף מען פאַרשטיין פאַרוואָס עס שטייט דאָ אין פסוק „חרנה" און ניט „לחרן"יח.

ג. וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים אַ שאלה כללית אין דעם ענין:

יציאת יעקב פון באר שבע צו גיין אין חרן איז אַ ירידה גדולה ביותר: אַוועקגיין פון ארץ ישראל, ארץ מגורי אביויט, קיין חרן, „חרוןכ אף של מקום (בעולםכא)", צו לבן הארמי, מיט די אַלע ענינים בלתי רצויים פאַרבונדן דערמיט (ווי דערציילט אין המשך הפרשה).

האָט יעקב לכאורה געדאַרפט מאַכן אַ געוואַלד, אַז ער וויל ניט אַוועקגיין פון ארץ מגורי אביו און גיין אין חרן, „חרון אף של מקום", און זייענדיק אַ צדיק — וואָס צדיק גוזר והקב"ה מקייםכב — וואָלט ער דאָס אויסגעפירט!

ואע"פ אַז יצחק אביו האָט אים דאָרט געשיקט „וקח לך משם אשה"כג (און אויך רבקה אמו האָט אים דאָרט געשיקט — „ברח לך אל לבן אחי חרנה"כד) — איז אָבער הרבה דרכים למקום, האָט יעקב לכאורה געקענט אויספירן אַז ער זאָל ניט דאַרפן גיין קיין חרןכה, נאָר מ'זאָל צו אים ברענגען אַן אשהכו (ע"ד ווי ס'איז געווען בנוגע צו יצחק, אַז אברהם האָט געשיקט אליעזר צו ברענגען אַן אשה פאַר יצחק'ןכז). נוסף לזה וואָס אויך בנוגע צו יצחק קען מען פרעגן: פאַרוואָס האָט ער אים געהייסן גיין צו חרן — אַ ירידה גדולה ביותר — און ניט אַז ער זאָל בלייבן במקומו (אָדער במקום שני) בארץ ישראל און מ'וועט אים דאָרט ברענגען אַן אשה פון פדן ארם.

142איז דער ביאור אין דעםכח:

די שליחות פון יעקב („וישלח יצחק את יעקב") צו גיין אין חרן דריקט אויס די כללות'דיקע שליחות און סדר אין עבודת האדם — אַז אַ מענטש זאָל ניט בלייבן בארץ מגורי אביו, וואו ער איז אויפגעהאָדעוועט געוואָרן, אפילו אויב דאָס איז אַ מקום פון קדושה, נאָר ער האָט אַ שליחות ער זאָל פון דאָרט אַוועקגיין (ע"ד „יעזוב איש את אביו ואת אמו"כט), און אַרויסגיין אין וועלט, וואו עס איז אַ מצב פון „חרון אף של מקום", „לקחת לו משם אשה", און דאָרטן אויפשטעלן אַ בית בישראל, און אויפטאָן דעם בירור העולם, „(פרו ורבו ו)מלאו את הארץ וכבשוה"ל, ובלשון הידועלא — מאַכן אַ דירה לו יתברך בתחתונים.

ובכללות יותר: ס'איז מבואר אין מפרשיםלב, אַז „ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה" איז מרמז און גייט אויף דער שליחות כללית פון יעדער אידלג, אַלס שלוחו של הקב"ה — די שליחות פון ירידת הנשמה בגוף, מאיגראלד רמה („באר שבע") לבירא עמיקתא („חרנה") — אין עוה"ז התחתון שאין תחתון למטה ממנו, בכדי מאַכן פאַר דעם אויבערשטן אַ דירה דאָרט בתחתונים.

ד. עפ"ז וועט מען פאַרשטיין פאַרוואָס דער פסוק איז מפרט דעם מקום שמשם יצא — „מבאר שבע", און דעם מקום שלשם הלך — „חרנה":

אין דעם ענין השליחות בכלל דאַרף זיין צוויי ענינים: (א) לכל לראש — די ידיעה והכרה פון דעם שליח אַז ער איז שלוחו פון דעם משלח, און ער איז בטל אליו (עכ"פ במעשה שליחות זו), און ער גייט מקיים זיין שליחותו בכח זה וואָס דער משלח האָט אים ממנה געווען אַלס זיין שליח, ושלוחו של אדם כמותולה. (ב) ולאידך גיסא: דער שליח דאַרף זיין אַ בר דעתלו בפני עצמו, אַ באַזונדער מציאות פון דעם משלח (און זייענדיק אַ באַזונדער מציאות איז ער זיך מבטל — ברצונו — צו דעם משלח), וואָס דוקא דעמולט קען ער מקיים זיין שליחותולז.

ועד"ז איז פאַרשטאַנדיק בנוגע צו דער ערשטער שליחות פון אַ אידן — ירידת הנשמה בגוף — אַז אין דעם זיינען פאַראַן די צוויי קצוות — מן הקצה אל הקצה, ירידת הנשמה מאיגרא רמה לבירא עמיקתא: די נשמה איז יורד פון אַן איגרא, און אין איגרא גופא — איגרא רמה, און זי איז יורד ניט למקום מישור, נאָר לבירא, און אין בירא גופא — בירא עמיקתא, ובזה גופא — „בור ריק אין בו מים"לח, און143נאָכמער — „נחשיםלט ועקרבים יש בו"לח:

לכל לראש דאַרף מען וויסן דעם אָרט פון וואַנעט מ'קומט — דער מקור ושרש הנשמה וואָס נעמט זיך מלמעלה מעלה — „מבאר שבע" (איגרא רמה), בחי' בינהמ, דער מקור (באר) פון די שבע מדות, די שבע קני המנורה (אין וועלכע עס טיילן זיך אַלע נשמות ישראלמא), ולמעלה מזה יש לומר — אַז „באר שבע" גייט אויף דעם שרש המדות — שרש הנשמה — ווי זיי זיינען למעלה ממוחין;

לאידך גיסא — באַשטייט די שליחות אין דעם, אַז די נשמה איז יורד למטה מטה, ביז אין אַ ירידה שלא בערך — „וילך חרנה" (וואָס אמיתית ענין ההליכה איז — ווען עס איז שלא בערך), אין עלמא דפרודא, ביז אין עוה"ז התחתון שאין תחתון למטה ממנו בענין הסתר אורו יתמב, בירא עמיקתא, אַ בור ריק שאין בו מים (אָבער ס'איז ניטאָ קיין ענין הפכי), ביז נאָכמער — „חרון אף של מקום" — עוה"ז מלא קליפות וסט"א שהן נגד ה' ממשמב (נחשים ועקרבים יש בו), וועלכע איז שלא בערך צו „באר שבע" — שלא בערך סיי מצד דעם שליח, אַז זייענדיק אַ נשמה בגוף איז ער בגלוי „אַ צווייטער", אַ באַזונדער מציאות פון דעם משלח (כביכול), און סיי מצד דעם מקום השליחות, אַז דאָרט הערט זיך ניט אָן די השפעה פון דעם (מקום ה)משלחמג — וואָרום דוקא דעמולט קען מען אויספירן די שליחות בשלימותה, צו מאַכן אַ דירה בתחתונים, אין די תחתונים ווי זיי שטייען במדריגתם אַלס תחתוניםמד.

ויש לומר, אַז נוסף צו דעם עילוי אַז דורך דעם ווערט אַ דירה בתחתונים (מילוי הכוונה פון נתאווה הקב"ה), קומט דורך דעם אויך אַרויס דעם עילוי אין דעם גילוי התוקף פון כח המשלח: וויבאַלד דער שליח געפינט זיך אין „חרנה", אין אַ מקום ומצב וואו מצ"ע הערט זיך כלל ניט אָן (ביז באופן — שלא בערך) די השפעה פון דעם משלח (ודמקום המשלח), דאַרף דער שליח אָנקומען מערער צו דעם תוקף וכח המשלח (ביז אַז שלוחו של אדם העליון כמותו) בכדי צו בייקומען דעם העלם והסתר; און דעריבער איז מובן, אַז דעמולט שטייט דער תוקף וכח המשלח בשלימות הגילוי — אַז אפילו אין „חרנה" פירט זיך דורך (ע"י השליח) דער רצון המשלח, דורך דעם וואָס דער שליח, זייענדיק מצ"ע אַ באַזונדער מציאות, און זייענדיק אין „חרנה", בירא עמיקתא, וואו עס הערט זיך ניט אָן מצ"ע השפעת המשלח, איז זיך מבטל צום משלח און הערט און פילט אַז ער קומט „מבאר שבע", מאיגרא רמה.

144ה. עפ"ז וועט מען פאַרשטיין דעם טעם פאַרוואָס דאָ שטייט „חרנה" און ניט „לחרן": „(ויצא יעקב מבאר שבע וילך) לחרן" איז (מער) מדגיש אַז ס'איז נאָך דאָ אַ המשך ושייכות צו דער יציאה (ומקום היציאה) — אַז זיין יציאה פון באר שבע איז אין דער ריכטונג „לחרן"; משא"כ „וילך חרנה" איז מער מדגיש ווי „חרן" (מקום השליחות) איז אַ באַזונדער מקום און ניט כ"כ אַ המשך („ל־") צו דער יציאה פון באר שבע.

ויש לומר, אַז דאָס איז אויך מרומז אין דעם וואָס „בה"א נברא העולם הזה"מה, ווייל כשם ווי אין דעם אות ה"א איז דער רגל השמאלי נפסק פון דעם רגל הימני און דעם גגמו, אַזוי איז אויך עולם הזה (עשי') נפסק — „אף עשיתיו"מז — פון די עולמות עליוניםמח.

ולהוסיף נאָכמער, אַז דער ה"א פון „חרנה" איז מרמז אויף דער ירידה בתוך חרן גופא, ד.ה. אין דעם חלק הכי תחתון אין חרן עצמו. ע"ד די ירידה אין בירא עמיקתא, אין בירא עצמה — אַ בור עמוק. ביז אַ בור שאין בו מים, און נאָך נידעריקער: „חרון אף של מקום" — נחשים ועקרבים יש בו — לבן הארמי.

און ווי עס האָט זיך אויסגעוויזן בפועל, אַז הליכת יעקב אין „חרנה" בגלות לבן, איז געווען פאַרבונדן מיט אַ ירידה גדולה ביותר — שלא בערך צו דעם מצב אין „באר שבע" (בבית יצחק אביו) — האָבנדיק צו טאָן מיט לבן הארמי, וועלכער האָט זיך מיט אים געפירט ברמאות („למה רמיתני"מט), ביז אַז יעקב האָט זיך באַקלאָגט אַז במשך די יאָרן באַ לבן „ביום אכלני חרב וקרח בלילה"נ, וואָס מזה מובן אַז דאָס איז געווען פאַרבונדן מיט אַ ירידה רוחנית בעבודת יעקבנא, ועד כדי כך איז געווען די ירידה — אַז דאָס האָט זיך געצויגן עשרים שנה, עשרים בגימטריא כתרנב, אַ ירידה בדרגת כתר.

ולמרות כל זה האָט יעקב עובד געווען עבודתו באַ לבן אין חרן, און האָט דאָרט מקיים געווען שליחותו בשלימות (אַלס אַ מרכבה לה'נג), צו אויפשטעלן די י"ב שבטים, ובאופן פון „מטתו שלימה"נד — דער יסוד פון עם ישראל, און בעבודת הבירורים (צאן לבן)נה, און דורך דעם ממשיך ומגלה זיין דעם רצון המשלח אויך אין „חרנה".

145דאָס הייסט, אַז דורך ירידת יעקב „חרנה", איז צוגעקומען אַן עילוי אפילו לגבי זיין (יעקב'ס) מצב זייענדיק בארץ מגורי אביו — ער איז נתעלה געוואָרן בדרגת כתר (עשרים) למעליותא, שלמעלה מבחי' באר שבע (מקור השבע מדות, ביז למעלה ממוחין), ובפשטות — הקמת י"ב שבטים, ושלימות עבודת הבירורים בצאן לבן, ביז אַז אויך באַ יעקב עצמו איז צוגעקומען דער עילוי — אַז „ויפרוץ האיש מאד מאד"נו.

ו. עפ"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק דער טעם פאַרוואָס עס שטייט „ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה" אע"פ וואָס לפנ"ז (בסוף פ' תולדות) שטייטיד „וישמע יעקב אל אביו ואל אמו וילך פדנה ארם": אין סוף פ' תולדות הערט זיך אָן ווי הליכת יעקב („וילך פדנה ארם") איז אַ המשך ותוצאה גלוי' פון „וישמע יעקב אל אביו ואל אמו", שליחות אביו ואמו. ד.ה. אַז אין דעם איז ניכר די השפעה פון דעם ציווי המשלח, און במילא איז נאָך ניט אַזוי בהדגשה די ירידה למטה מטה בבירא עמיקתא; משא"כ בריש פ' ויצא קומט צו דער חידוש אַז „ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה" — די יציאה לגמרי מבאר שבע, וילך חרנה — אַ הליכה (וירידה) שלא בערך אין „חרנה", אין „חרון אף של מקום"נז, ווי דאָס איז אָפּגעזונדערט פון ציווי המשלח („וישלח יצחק", און אפילו פון „וישמע יעקב גו'").

ויש לומר דעם טעם אויף ביידע פסוקים — ווייל דער סדר העבודה איז מן הקל אל הכבד: פריער קומט דער ציווי השליחות — „וישלח יצחק"ד, דערנאָך קבלת השליחות — „וישמע יעקב", און התחלת קיומה — „וילך" (אָבער נאָך אַלץ אַ המשך צו דעם ציווי וקבלת השליחות), ביז — די יציאה וירידה בפועל — „ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה" [און אויך לאחרי זה זיינען דאָ כמה דרגות: הבטחת הקב"ה ליעקב ער זאָל מצליח זיין, תפלת יעקב, ביז — ביאתו לחרן בפועל, און זיין עבודה דאָרטן].

ז. ויש לומר דעם טעם פאַרוואָס דוקא באַ יעקב איז געווען די שליחות צו גיין און טאָן עבודתו אין חרן, און אויך — די עלי' וואָס איז ביי אים אַרויסגעקומען דורך דעם — ווייל באַ יעקב („בחיר שבאבות"נח) איז געווען שלימות העבודה, כידועיה אַז יעקב איז מדת האמת (תפארת) — בריח התיכון המבריח מן הקצה אל הקצה, אַז ווי אלקות שטייט למעלה מעלה בבחי' „באר שבע" איז יעקב דאָס ממשיך למטה מטה אין „חרנה"מח.

ובכללות איז אין דעם באַשטאַנען די עבודה פון יעקב במשך כל ימי חייו (אויך פאַר און נאָך זיין עבודה אין חרן), אָנהויבנדיק פון ווען ער איז געבאָרן געוואָרן — כמרומז בשמו „יעקב", על שם „וידומא אוחזת בעקב עשו"סב — כידוע אַז שם האדם גיט אַרויס דער תוכן ומהות העבודה שלו:

ובהקדים השאלה: ווי קומט עס אַז לידת יעקב אבינו זאָל זיין פאַרבונדן דערמיט וואָס „וידו אוחזת בעקב עשו".146און נאָכמער, אַז „אביוסב קרא לו יעקב על שם אחיזת העקב", און דאָס איז שמו אשר יקראו לו בלשון הקודש, דער שם וואָס גיט אַרויס תוכן עבודתו?!

איז דער ביאור אין דעם: עבודת יעקב איז באַשטאַנען אין דעם אַז ער זאָל מברר זיין און ממשיך זיין אלקות אויך אין די נידעריקסטע דרגות (באופן פון מבריח מן הקצה אל הקצה). דעריבער איז לידתו פאַרבונדן בגלוי דערמיט וואָס „וידו אוחזת בעקב עשו", ועל שם זה ווערט ער אָנגערופן „יעקב", יו"ד (אותיות „ידו"סג) עקבסד, די המשכה פון יו"ד (שרש הנשמה בחכמה דאצילות) אין בחי' עקבייםסה, ביז אין „עקב עשו".

אָבער בכדי אַז די עבודה זאָל זיין בשלימות, דאַרף פריער זיין די ירידה למטה — אַז בגלוי זאָל עשו זיין דער בכור, און „ואחרי כן יצא אחיו וידו אוחזת בעקב עשו", און דערנאָך זאָל יעקב דאַרפן טאָן זיין עבודה למטה בעוה"ז, ביז אַז ער זאָל דאַרפן זיין אָנגעטאָן בלבושי המתברר, בלבושי עשו, ביז אַז „בא אחיך במרמה ויקח ברכתך"סו — אַ ירידה הכי גדולה באַ יעקב עצמו, וואָס מדתו איז מדת האמתיה,

און דערנאָך האָט ער יורד געווען למטה יותר, „ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה", בבית לבן הארמי (און אויך דאָרטן זאָגט יעקבסז „אם לרמאות הוא בא גם אני אחיו ברמאות", אַ ירידה בגלוי לגבי מדת האמת מדתו של יעקב);

אָבער די כוונה אין די אַלע ירידות, איז בכדי אויפטאָן דעם בירור אויך למטה מטה, און דורך דעם זאָל אַרויסקומען אַ גילוי הכי נעלה, ביז דער גילוי פון שרשו של עשו — די אורות מרובים דתהו, וועלכע זיינען „גדולים מאד ולא יכלו להתלבש בתוך הכלים כו', אבל מצד שרש שרשו במקיפים דתהו הרי האורות דתהו הם למעלה מהאורות דתיקון"סח — שרשו של יעקב, און דורך עבודת יעקב איז ער ממשיך די אורות מרובים דתהו אין די כלים מרובים דתיקוןסח,

אָבער בזה גופא — איז דער בירור באופן של סדר מסודר (פון עולם התיקון של יעקב), אָנהויבנדיק פון דעם בירור פון „וידו אוחזת בעקב עשו"*4), ער איז אוחז נאָר אין „עקב עשו" (אין די דרגא הכי תחתונה פון די אורות דתהו), און דערנאָך איז ער עולה מדרגא לדרגא בעבודתו, כולל אויך — אין דער עבודה פון בירור עשו, „מכרה כיום את בכורתך לי"ע, און דערנאָך — קבלת יעקב של ברכות יצחק לעשו, דורך דעם וואָס ער האָט זיך אָנגעטאָן ב"בגדי עשו בנה הגדול החמודות"עא, וואָס דורך דעם איז נתגלה געוואָרן אַז שמו יעקב איז על שם „ויעקבני זה פעמים את בכורתי לקח והנה עתה לקח ברכתי"עב,

147אָבער דערנאָך האָט יעקב געדאַרפט אַנטלויפן פון עשו, ווייל עשו איז נאָך ניט געווען מוכן לבירור, און יעקב האָט יורד געווען אין חרן, צו אויפטאָן די בירורים פון צאן לבן, ביז אַז דערנאָך — לאחרי די עשרים שנה אין חרן — איז ער געגאַנגען אויך מברר זיין עשועג, ביז במקום עשו — „וישלחעד יעקב מלאכים לפניו אל עשו אחיו ארצה שעיר גו', ויצו אותם לאמר כה תאמרון לאדוני לעשו גו' עם לבן גרתי ואחר עד עתה"עה, ביז אַז לדעת יעקב איז עשו שוין דעמולט געווען מוכן לבירור, און למעלה מזה — ער איז שוין געווען לאחרי הבירור, דערפאַר האָט ער דערנאָך געזאָגט „עד אשר אבוא אל אדוני שעירה", בכדי מקבל זיין (מ"אדוני") די אורות מרובים (אדוני) דתהו, פון בחי' שעירה, בחי' שערות למעליותא*75, שערות הזקן פון די י"ג תיקוני דיקנא, „לבושי' כתלג חיוור ושער רישא כעמר נקא"עו (בחי' כתרעז), וועלכע זיינען אַ המשכה הכי נעלית שלמעלה ממוחין (וואָס קענען ניט נמשך ווערן סיידן דורך דער צמצום פון שערות, מותרי מוחין), און דאָס זאָל נמשך ווערן אין די כלים גדולים פון תיקון (דרגת יעקב), ביז אַז עס זאָל אויך מהפך זיין די ענינים בלתי רצויים וואָס קומען אַרויס דורך דער יניקת החיצונים פון שערות — אַז דער „נגע גו' בזקן"עח (וואָס אין למטה — אין למטה מנגע*7)) ווערט נהפך צו ענג, וואָס אין למעלה מענגעט (למעלה פון מוחין, און אויך למעלה פון רצון וחפץ, בחי' כתר)*2).

ח. דערפון איז פאַרשטאַנדיק דער לימוד וואָס יעדער איד נעמט אַרויס פון שליחות יעקב אין חרן, אַז דער אויבערשטער האָט אַראָפּגעשיקט זיין (דעם איד'ס) נשמה פון „באר שבע" דאָ למטה אין „חרנה", צו מאַכן אַ דירה לו יתברך בתחתונים,

און הגם אַז דאָס איז אַ ירידה הכי גדולה, ביז שלא בערך, דאַרף ער דערפון ניט נתפעל ווערן, וואָרום ער איז שלוחו של הקב"ה, ושלוחו של אדם העליוןפא כמותולה, ביז „כמותו דהמשלח ממש"פב (כביכול).

ואדרבה: וויבאַלד אַז ער געפינט זיך אין „חרנה", וואָס דאָרט זעט מען ניט בגלוי די השפעה פון דעם משלח, דאַרף ער נאָכמער אָנקומען, ובמילא באַקומט ער, דעם תוקף וכח המשלח. און דוקא דורך דער ירידה גדולה — ווערט אויפגעטאָן אַן עלי' הכי גדולה, העכער פון דעם אָרט („באר שבע") פון וואַנעט זיין נשמה האָט יורד געווען.

און דער לימוד שטייט נאָכמער בהד־148גשה בשעת אידן געפינען זיך אין גלותפג, וואָס אין דער שליחות פון ירידת הנשמה בגוף עצמה — איז דאָס נאָך אַ נידעריקערע ירידה, „אוי להם לבנים שגלו מעל שולחן אביהם"פד, לא מיבעי אין דעם זמן פון רדיפות וגזירת המלכות בחושך הגלות, נאָר אפילו אין אַ זמן (ווי איצטער) ווען אידן געפינען זיך אין אַ מלכות של חסד, און זיינען עובד עבודתם במנוחת הנפש ומנוחת הגוף — קומט עס אָבער ניט צו דעם מצב אמיתי וואו אידן באַלאַנגען, סמוך על שולחן אביהם, ביז באופן אַז „והיו עיניך רואות את מוריך"פה,

ובמילא דאַרף מען דעמולט נאָכמער אָנקומען צו דעם תוקף וכח המשלח, וע"פ הכלל אַז ירידה צורך עלי', און וואָס נידעריקער די ירידה, אַלץ העכער די עלי' הבאה עי"ז — איז פאַרשטאַנדיק אַז די ירידה אין גלות, ברענגט צו נאָך אַ העכערער עלי' וגילוי פון כח המשלח באַ דעם שליח, און אויך — אַ גרעסערער גילוי אין אַלע ענינים, בדוגמא ווי ס'איז געווען באַ גלות מצרים, אַז דאָס האָט געבראַכט צו דעם „ואחרי כן יצאו ברכוש גדול"פו, ועאכו"כ בגלות זה האחרון, וועלכער ציט זיך שוין העכער ניינצן הונדערט יאָר, מיט דער איינציקער הסברה — אַז דאָס איז בכדי ברענגען אַ „רכוש גדול" שלא בערך כלל בגאולה האמיתית והשלימהפז. — ולהעיר, אַז איצטער, לאחרי אַזויפיל יאָר אין גלות, איז דאָס שוין אויך קיין הסברה ניט, וואָרום מ'האָט שוין פון ליינג אָן געקאָנט האָבן דעם „רכוש גדול" העתיד.

ט. ועפ"ז יש לומר דעם טעם פאַרוואָס דוקא בדורות האחרונים אין גלות, איז צוגעקומען דער חידוש בענין השליחות דורך רבותינו נשיאינו בכלל, ובמיוחד — דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנופח — אַז „וישלח יצחק" שלוחים, ער האָט אַריינגעגעבן אַ כח חדש אין כללות ענין השליחות פון יעדער אידן (אַלס שלוחו של הקב"ה), דורך דעם וואָס ער האָט אָנגעזאָגט און געגעבן כח אַז די שליחות פון יעדער איד בדורנו זה איז צו פאַרשפּרייטן תורה ויהדות און הפצת המעינות חוצה. און האָט געזאָגט אַז דערצו דאַרף מען אַוועקגיין ממקומו ומצבו — „ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה", און צו דערגרייכן אידן בכל מקום שהם.

ביז אַז דאָס האָט זיך אויסגעדריקט בפועל — דורך דעם וואָס צווישן אידן גופא זיינען דאָ די וועלכע האָבן זוכה געווען און זיי זיינען אויסגעקליבן געוואָרן צו זיין שלוחים — וועלכע זיינען אינגאַנצן איבערגעגעבן צו דער עבודה פון הפצת התורה והיהדות און הפצת המעינות חוצה,

ווי מ'זעט איצטער דעם מצב בפועל, אַז בכל קצוי תבל זיינען פאַראַן שלוחים פון נשיא דורנו — וביניהם די שלוחים וועלכע האָבן זיך איצטער צוזאַמענגע־149קליבן אין דעם כינוס השלוחים העולמי — וועלכע זיינען זיך עוסק אין דער עבודה הנ"ל, כולל אויך באופן פון שליח עושה שליח וכו' — באופן שהולך ומתפשט, הולך ומוסיף ואור.

וע"פ הנ"ל יש לומר דעם טעם לזה, ווייל וואָס ווייטער און טיפער דער חושך הגלות — אַלץ מער דאַרף מען אָנקומען צו דער עבודת השליחות אין „חרנה", צו דערגרייכן אידן בכל מקום שהם און זיי מעורר זיין אַז זיי זאָלן נאָכמער צוגעבן אין אַלע ענינים פון אידישקייט,

און הגם אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט אַ ירידה לכאורה — די ירידה פון חושך הגלות בכלל, און די ירידה פון די שלוחים צו אַוועקגיין פון „באר שבע" (ארץ מגורי אביו) „וילך חרנה" — איז דאָס גופא באַווייזט אָבער, אַז וואָס „ווייטער" — בכמות ובאיכות — מ'געפינט זיך פון דעם משלח ומקום המשלח — אַלץ מער דאַרף מען אָנקומען, און אַלץ מער באַקומט מען, דעם כח ותוקף המשלח, און די אַלע עילויים וואָס קומען צו דורך דער ירידה, כנ"ל.

י. עפ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות פון דעם כינוס השלוחים העולמי (און די פרשיות בתורה וואָס מ'לייענט בסמיכות לזה) מיט חודש כסלו:

דער עיקר ענין פון „יפוצו מעינותיך חוצה" וואָס האָט זיך אָנגעהויבן בי"ט כסלו, חג הגאולה פון דעם אַלטן רבי'ןי, איז געקומען דורך דעם וואָס פריער איז געווען אַ קטרוג אויף דעם גילוי החסידות באופן של חב"ד פון דעם אַלטן רבי'ן, וואָס דאָס האָט געבראַכט צו דעם מאסר; אָבער די כוונה אין דער ירידה איז געווען — אַז דורך דעם זאָל אַרויסקומען אַ הוספה והרחבה, ביז שלא בערך, אין הפצת המעינות חוצה, ווי ס'איז געוואָרן נאָך דער גאולה בי"ט כסלוט.

[ובדוגמא לזה — ולפני זה אויך בנס חנוכה, נס השמן, בסוף חודש כסלו — לאחרי שגברה מלכות יון הרשעה, און לא מצאו אלא פך אחד של שמן* י), וואָס דאָס ווייזט אויף דעם גילוי פון פנימיות התורה, שמן שבתורה — דוקא דורך דער ירידה בגלות].

וכידוע דער משל פון דעם אַלטן רבי'ןא) — אַלס ענטפער אויף דער שאלה וקטרוג אויף דעם גילוי החסידות בהרחבה — פון אַ בן מלך וועלכער איז געוואָרן ניט געזונט, און דער מלך הייסט דעם רופא — לאחרי וואָס אַלע אַנדערע תרופות העלפן ניט — ער זאָל צומאָלן דעם אבן הכי יקרה בכתר המלך און דאָס צומישן מיט וואַסער, און אַריינגיסן דעם קינד אין מויל, טאָמער . . . אַ טראָפּן וועט אַריינגיין און אים ראַטעווען . . .

און אַזוי — דור אחר דור נאָך דעם אַלטן רבי'ן, אַז ס'איז צוגעקומען אין חושך הגלות — איז אַלץ מער צוגעקומען אין דער גילוי פון פנימיות התורה דורך רבותינו נשיאינו, ביז צו דער חידוש וואָס איז צוגעקומען אין הפצת המעינות חוצה — אַלס תוצאה פון דעם מאסר וגאולה פון *) י"ב־"ג תמוז — לאחרי וואָס כ"ק מו"ח אדמו"ר איז אָנגעקומען אין חצי כדור התחתון.

ביז אַז בדורנו זה, ובפרט בשנים הכי אחרונות, איז אין דעם צוגעקומען באופן שלמעלה ממדידה והגבלה — אַז מ'איז מבזבז אוצרות המלך וועלכע זיינען גע־150ווען גנוזים במשך הדורותצב, און אפילו די יחידי סגולה וועלכע האָבן דאָס געהאַט ברשותם — האָבן ניט געהאַט די מעגלעכקייט דאָס אַלץ צו מפרסם זיין און לערנען באופן של הבנה והשגה פון חכמה בינה ודעת — וואָס דורך דעם קומט צו אַ חידוש והוספה לגבי ווי די אוצרות פון פנימיות התורה זיינען מצד שרש הנשמה כו' (ע"ד דער עילוי וואָס ווערט דורך דער עבודה אין חרנה לגבי דעם מצב אין „באר שבע"); און איצטער איז מען מגלה די אוצרות [ובמיוחד — פון תורת הצמח צדק, וואָס ב' שמותיו אלה זיינען שמו של משיח צדקנוצג, וועלכער ילמד את כל העם כולו פנימיות התורהצד], און מ'דרוקט זיי, באופן אַז יעדערער קען אין דעם לערנען באופן של חב"ד, און מפיץ זיין די מעינות חוצה, ביז אין חוצה שאין חוצה ממנה.

ויש לומר, אַז דער חידוש בגילוי פנימיות התורה בדורנו זה (פאַרבונדן מיט חודש כסלו במיוחד) איז פאַרבונדן — והא בהא תליא — מיט דעם חידוש אין ענין השליחות שבדורנו זה: לא זו בלבד וואָס די יציאת השלוחים פון „באר שבע" (ארץ מגורי אביו) בכדי מפיץ זיין די מעינות חוצה בכל קצוי תבל, רירט ניט אָן ח"ו וח"ו דעם גילוי פון פנימיות התורה (פון „באר שבע"), נאָר אדרבה ואדרבה: דורך דעם וואָס די שלוחים פאָרן אַרויס בשליחותם במקומות הרחוקים — בגשמיות וברוחניות — פון מקום המשלח — רופט דאָס נאָכמער אַרויס און דאָס איז נאָכמער מגלה די כחות פון דעם משלח, כולל בעניננו — פון גילוי פנימיות התורה, תורת חסידות חב"ד, באופן פון יפוצו מעינותיך חוצה, ביתר שאת וביתר עוז, באופן אַז מ'איז מגלה די אוצרות כנ"ל.

יא. צווישן די מאורעות בעולם [ובשייכות אויך מיט פעולות השלוחים הנ"ל] וואו מ'זעט דוגמת ענין הנ"ל — איז דאָס וואָס די מדינה, וועלכע האָט „אַריינגעזעצט" כ"ק מו"ח אדמו"ר צוליב זיין התעסקות אין הרבצת התורה והיהדות און הפצת המעינות חוצה, און מ'האָט אַרויסגעגעבן אַ גזר דין, און דערנאָך דעם פסק פון גלות אין קאָסטראָמאַ [וואָס צער גלות „שקול כמעט כצער מיתה"ה ר"ל], האָט די זעלבע מדינה לאחרונה משנה געווען איר יחס מן הקצה אל הקצה, און האָט אַרויסגעלאָזט — און לאָזט ווייטער אַרויס — הונדערטער טויזנטער אידן זיי זאָלן קענען פאָרן וואו זיי ווילן, כולל — אין ארצות הברית, ביז אויך אין ארץ ישראל. און נאָכמער: די מדינה אַליין איז מסייע בזה, כולל — דורך הוצאות של ממון (וועלכע ווערט — בחלק — צוזאַמענגעקליבן פון די מסים פון כל תושבי מדינה ההיא).

און צווישן די וועלכע זיי האָבן אַרויסגעלאָזט און מיט אַ סיוע שלהם — זיינען אויך אידישע קינדער וועלכע זיינען גע'ניזק'ט געוואָרן פון דעם אויפרייס אין טשערנאָביל (לפני כמה שנים) — האָט די מדינה זיך משתדל געווען און איז זיך משתדל, ועל חשבונם, זיי אַרויספירען און היילן.

ביז ווי בשנה האחרונה — האָט די מדינה געהאָלפן זיי אַרויסשיקן פון151דאָרטן און געלאָזט פאָרן אין ארץ הקודש, און דאָרטן גופא — אין „כפר חב"ד", וואָס דאָרטן איז מען זיך מטפל מיט זיי און מ'איז זיך משתדל זיי אויסהיילן וכו' —

וואָס דאָס אַלעס באַווייזט אויף דער עלי' פון בירא עמיקתא (דמדינה ההיא, וועלכע האָט מנגד געווען צו חב"ד), ביז צו אַ מצב פון חב"ד6י), ביז — כפר חב"ד, וואָס איז מרמז אויף דעם חידוש פון חסידות חב"ד, צו אַרויסברענגען פנימיות התורה און תורת החסידות אין פרטים ופרטי פרטים (ע"ד ווי נבואת יחזקאל, אַ בן כפר וועלכע איז מתאר דעם מרכבת המלך מיט אַלע פרטים צוליב רוב ההתפעלות שלו בזהצז), וואָס הגם אַז דאָס קומט דורך דער ירידה אין גלות — קומט אָבער צו דורך דעם אַן עילוי אפילו לגבי דעם גילוי פון „באר שבע" (שקודם הירידה), ביז דער גילוי העונג (וואָס אין למעלה מעונג, תמורת אין למטה מנגע*7)) וואָס קומט דורך לערנען פנימיות התורה בחב"ד שבשכל.

[ולהוסיף הוראה ע"ד הרמז פון דעם וואָס נבואת יחזקאל בן בוזי איז געווען בחוץ לארץ „על נהר כבר"8י: דורך דער ירידה אין חוץ לארץ, און דאָרט גופא — על נהר כבריי), וואָס איז מרמז אויף די קאַלטקייט וואָס דער יצר וואַרפט אַריין איינעם וואָס הערט אַן ענין נפלא בתורה אין פנימיות התורה, און אַנשטאָט זיך צוהערן כדבעי און דערהערן דער חידוש אין דעם — זאָגט ער: הע! „כבר" — איך האָב דאָס שוין אַמאָל — כבר — געהערט! . . . אויב ער וואָלט עס טאַקע געהערט, וואָלט ער איצט אויך דערהערט דעם חידוש בזה . . . — איז דורך דער ירידה, ווערט דער גילוי פון נבואת יחזקאל באופן של חב"ד, בפרטים ופרטי פרטים. וכמרומז גם בשמו יחזקאל — חזק א־ל, בן בוזי — דער גילוי וביזה נאָך מער פון ביזת הים (עלמא דאתכסיא) פון פנימיות התורה, באופן פון „בוז יבוזו לו"*1)].

יב. פון די לימודים וואָס מ'קען אַרויסנעמען פון המדובר לעיל בקשר מיט דעם כינוס השלוחים העולמי, וועלכער קומט פאַר בפ' „וישלח יצחק את יעקב גו'", „ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה", און בשבת מברכים וערב ראש חודש כסלו:

לכל לראש — אַ חיזוק ועידוד צו יעדער שליח, אַז ניט קוקנדיק ווי ווייט ער געפינט זיך — בגשמיות אָדער ברוחניות — פון מקום (ודרגת) המשלח, האָט ער מיט זיך דעם משלח, און נאָכמער שלוחו של אדם כמותו, ביז כמותו דהמשלח ממש, און האָט די אַלע כחות פון דעם משלח צו טאָן זיין שליחות, וביתר שאת וביתר עוז,

ואדרבה — וואָס ווייטער ער איז פון מקום המשלח, אַלץ מער דאַרף ער און ער האָט, און ביז בפועל, דעם תוקף פון דעם משלח, און די אַלע עילויים וואָס קומען152אַרויס דורך דער עבודה אין „חרנה", און וואָס טיפער דער „חרנה", אַלץ מער איז דער חידוש ווען דער שליח איז זיך מבטל צום משלח און דורך דעם — טוט ער דאָרט אויף רצון המשלח, כנ"ל.

דערצו האָט מען אויך דעם לימוד פון דעם „כינוס השלוחים העולמי", אַז דאָס איז אַ כינוס והתאחדות פון אַלע שלוחים יחד, ניט קוקנדיק אויף די חילוקים ביניהם.

וכידועקא די כמה דרגות וואָס זיינען פאַראַן אין שליחות, ובכללות מלמטה למעלה: (א) די מעשה השליח איז זיך מתייחס צו דעם משלח, אָבער ניט דעם שליח'ס כח העשי' ושאר כחותיו. (ב) זיין כח העשי' איז בטל צום משלח, אָבער ניט שאר הכחות. (ג) כל מציאותו — אַלע זיינע כחות, זיין חפץ רצון שכל ומדות — זיינען אינגאַנצן בטל צום משלח, ביז (ד) אַז ער איז „כמותו דהמשלח" און נאָכמער (ה) „ממש".

אעפ"כ, ווען עס קומט צום כינוס השלוחים, דאַרפן זיך אַלע שלוחים, אַלע סוגים שביניהם — סיי די שלוחים הכי עליונים, סיי די שלוחים וואָס זיינען לע"ע תחתונים יותר (מאיזה סיבה שתהי') — פאַראיינציקן צוזאַמען, און מדגיש זיין די נקודה משותפת בין כל השלוחים, אַז זיי זיינען אַלע שלוחים פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו, און דורך דעם — ברענגט עס באַ זיי נאָכמער אַרויס בגלוי זייער שליחות פון דעם משלח הכי ראשון, דער אויבערשטער.

ואיש את רעהו יעזורו ואל אחיו יאמר חזקקב — יעדער שליח העלפט צו דעם צווייטן און די אַנדערע שלוחים אין זייער עבודת השליחות, ובכללות כולם (בכל דרגות השליחות) — אַז יעדער שליח טוט כל התלוי בו צו מקיים זיין שליחותו אין הפצת התורה והיהדות והפצת המעינות חוצה,

כולל ובמיוחד בדורנו — באופן פון ביזה (כנ"ל), אַז מ'איז מפיץ די מעינות חוצה צו אַלע אידן באופן שלמעלה ממדידה והגבלה, וכידוע די הוראה פון דעם רבי'ן (מהורש"ב) נ"עקג, אַז איצטער דאַרף מען ניט וואַרטן אויף אַ סדר אין עבודה, נאָר — „חטוף ואכול חטוף ואישתי"קד.

און אין דעם קומט צו אַ לימוד נוסף פון דעם שיעור חומש פון ערב שבת זה: קודם שליחות יעקב — באַקומט יעקב די ברכות פון יצחק, אָנהויבנדיק פון „ויתן לך"קפה. איז רש"י מפרש, אַז דער וא"ו המוסיף פון „ויתן" (אע"פ וואָס דאָס האָט קיין המשך ניט צו דעם וואָס שטייט פריער „ראה ריח בני גו'") קומט לערנען אַז „יתן ויחזור ויתן". דערפון איז די הוראה צו יעדער שליח (וועלכער באַקומט בפועל ברכת יצחק פון „ויתן לך"): נאָך איידער ער גייט אַרויס בשליחותו, ועאכו"כ ווען ער קומט דאָרט אָן — איז גלייך לאחרי וואָס ער טראַכט און פּלאַנירט זיין ערשטע פעולה וואָס ער וועט געבן די אידן במקומו — „יתן" [וואָס אויף דעם דאַרף ער ניט האָבן אַ לימוד מיוחד,153וואָרום דאָס איז דער ענין פון אַ שליח: צו טאָן אַ פעולה של שליחות] — טראַכט ער גלייך, ואדרבה ער הייבט אָן מיט דעם וא"ו און ערשט דערנאָך שטעלט אויס די תכנית צו „ויחזור ויתן" — צו טאָן די ערשטע פעולה בזמן!

און זייענדיק אַ „כינוס השלוחים העולמי", עולמי בפירושו זמן ומקום און נצחיות (אייביק) — האָט מען דערפון דעם לימוד ונתינת כח צו דער עבודת השליחות פון יעדער איד און פון אַלע אידן, וועלכע זיינען אַלע שלוחים של הקב"ה.

יג. ויהי רצון, אַז דער כינוס השלוחים זאָל זיין אַ „כינוס לצדיקים הנאה להם והנאה לעולם"4*א, ובפרט דורך דעם וואָס מ'וועט דערביי אָננעמען החלטות טובות בנוגע צו מרחיב זיין די אַלע פעולות בעבודת השליחות,

כולל — בענין „שליח עושה שליח"קז, „אפילו מאה" (שלוחים)קח, וועלכער איז כולל עד עולם**1).

ולהוסיף: בכדי עס זאָל בלייבן אַ מזכרת נצח פון דעם כינוס — האָט מען מציע געווען*11) אַז מ'זאָל אָפּדרוקן אַ „ספר השלוחים", מיט די תמונות פון אַלע שלוחים שי' משתתפי הכינוס, כולל — פון משפחתם ובני ביתם שי', מיט די דברי תורה און דברי התעוררות והצעות וכו' וועלכע מ'האָט גערעדט באַ דעם כינוס — וואָס בשעת מ'וועט אַריינקוקן אין דעם ספר וועט דאָס נאָכמער מעורר ומעודד זיין די שלוחים אין זייער עבודה.

ובנוגע לפועל: בהוספה אויף דעם „ספר השלוחים" וועלכער מ'האָט שוין אַרויסגעגעבן (וועלכער האָט די בילדער נאָר פון אַ חלק פון די שלוחים) — וואָלט געווען כדאי אַרויסצוגעבן אַ ספר, וועלכער וועט כולל זיין די בילדער פון אַלע משתתפי הכינוס, ומה טוב — פון אַלע שלוחים [וכאמור לעיל, סיי די שלוחים בדרגא עליונה, און סיי בדרגא יותר תחתונה], צוזאַמען מיט בני ביתם, אויך קליינע קינדער [ווייל דורך זעען זייערע בילדער אין דעם ספר וועט דאָס זיי מעורר זיין צו גיין בדרך אביהם ואמם, און ווערן שלוחים בפועל, דורך אַרויסברענגען זייער כח השליחות מן הכח אל הפועל],

און מ'זאָל דאָס אַרויסגעבן בהקדים הכי אפשרי, ומה טוב — עכ"פ צו י"ט כסלו.

יד. ויה"ר אַז דאָס זאָל נאָכמער צוגעבן אין דעם קיום השליחות בפועל, בב' הקצוות: יעדער שליח איז אַ מציאות ובר דעת בפ"ע, און נוצט אויס אַלע זיינע עשר כחות צו מקיים זיין שליחותו, און צוזאַמען דערמיט — איז ער בטל צום משלח, כ"ק מו"ח אדמו"ר.

און דורך דעם וואָס אַ שליח נוצט אויס זיינע עשר כחות בקיום השליחות — איז ער מגלה בחי' משיח (שליח בצירוף עשר) באַ און אין זיך, און טוט אַזוי אויך אויף ביי אַנדערע אידן, דורך מגלה זיין ווי זיי זיינען שלוחים און נוצן אויס זייערע עשר כחות הנפש בקיום שליחותםקיא,

154כולל די שליחות — אַז ער רעדט מיט זיך און מיט אַנדערע בדברים היוצאים מן הלב, אַז אָט שטייט בגילוי בחי' משיח שבו נפשו פנימה, ועי"ז וואָס מ'רעדט דברים היוצאים מן הלב, ווערט דאָס נכנסים אל הלב ופועלים פעולתם, ביז אַז דאָס איז מגלהקיב משיח הכללי, יחידה הכלליתקיג — ביאת משיח צדקנו, בגאולה האמיתית והשלימה, תיכף ומיד ממש.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-7yqjnx30

Printed in

Recent activity

#164 Sefer HaSichos: each sicha on the pages of its volume · approved
#160 Sefer HaSichos ה'תשנ"א, חלק א: one page per sicha · approved

Everything that belongs here