עברית
Library

Sefer HaSichos (the Rebbe)

משיחות ש"פ בשלח, י"א שבט ה'תנש"א

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

287משיחות ש"פ בשלח, י"א שבט ה'תנש"א

א. אין אונזער פרשה רעדט זיך וועגן עטלעכע כללות'דיקע ענינים — נסים כלליים — וועלכע האָבן פּאַסירט מיט די אידן נאָך זייער אַרויסגיין פון מצרים:

נאָך דעם וואָס „בשלח פרעה את העם"א ווערט דערציילט וועגן דעם נס פון קריעת ים סוף, „ובני ישראל הלכו ביבשה בתוך הים", „ויושע ה' ביום ההוא את ישראל מיד מצרים"ב, דורך דעם וואָס אַלע מצריים זיינען דערטרונקען געוואָרן אין דעם ים, „לא נשאר בהם עד אחד"ג, „וירא ישראל את היד הגדולה אשר עשה ה' במצרים גו'"ד, און די אידן האָבן געזאָגט שירה — „אזה ישיר משה ובני ישראל את השירה הזאת וגו'"ו.

נאָך פרשת השירה ווערט דערציילט וועגן (דעם נס פון המתקת מי מרהז, און דערנאָך) פרשת המן — וועגן דעם נס פון ירידת המן, „הנני ממטיר לכם לחם מן השמים גו'"ח, וואָס סיי דער עצם ירידת המן אין מדברי און סיי די פרטים אין דעם אופן הירידה איז געווען באופן נסיי,

און אויך דער נס פון דעם שליוט — „ותעל השליו גו'"יא, בכדי אַז „בין הערבים תאכלו בשר"יב.

ווייטער אין דער פרשה ווערט דערציילט וועגן דעם נס פון באר מים ע"י הכאת האבן — „והכית בצור ויצאו ממנו מים ושתה העם"יג.

ביז בסוף הפרשה — דער נס פון דעם נצחון במלחמת עמלק, וואָס צוליב דעם האָט משה געבויט דאָרט אַ מזבח „ויקראיד שמו ה' נסי", „הקב"הטו עשה לנו כאן נס (גדולטז)".

וויבאַלד אַז די אַלע נסים ווערן דערציילט בהמשך אחד און אין איין סדרה בתורה (בשלח), איז פאַרשטאַנדיק אַז (נוסף צו דעם וואָס זיי האָבן פּאַסירט איינער בהמשך צום צווייטן) האָבן זיי צווישן זיך אַ שייכות אין תוכן הנסיז. ולכאורה, זיינען זיי באַזונדערע, גאָר באַזונדערע נסים?

288אויך דאַרף מען פאַרשטיין: נאָך פ' בשלח קומט פ' יתרו, „וישמע יתרו", „מה שמועה שמע ובא, קריעת ים סוף ומלחמת עמלק"יח. וואָס האָט יתרו דערהערט במיוחד אין דעם ענין פון „קרי"ס ומלחמת עמלק" (מער ווי אין די נסים פון יצי"מ) וואָס האָט אים געבראַכט ער זאָל קומען צו משה'ן? וואָס איז די שייכות בתוכן הענינים פון ביאת ודברי יתרויט „עתה ידעתי כי גדול ה' מכל האלקים כי בדבר אשר זדו עליהם" (וואָס דערפאַר „נאבדו במים"כ) מיט דעם תוכן פון קרי"ס און מלחמת עמלק (און אויך — מיט ירידת המן און באר מים — „את כל אשר עשה אלקים למשה ולישראל עמו", „בירירת המן בבאר ובעמלק"יח)?

ועוד ועיקר: וואָס איז די (תורה מלשוןכא) הוראה פון דעם אַלעם אין עבודת ה', ובפרט בזמנים אלו?

ב. וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים, אַז די נסים הנ"ל בפרשתנו זיינען ניט אַן איין מאָליקע זאַך וואָס האָט דעמולט פּאַסירט, נאָר זיי זיינען עניני כלליים, וועלכע האָבן אַ המשך תמידי לדורות (נוסף אויף דעם וואָס יעדער זאַך אין תורה איז נצחי לעולםכב):

קריעת ים סוף: אע"פ וואָס דער נס (בפשטות) איז געווען אַן איין מאָליקע („לשעה"כג), ווערט אָבער ערקלערט בכ"מכד אַז די בקיעת הים איז געווען אַן ענין כללי וואָס האָט אויפגעטאָן אַ פעולה אין דער גאַנצער וועלטכה (און אין גאַנץ סדר ההשתלשלות), אַלס הכנה צו מתן תורה, אַ פעולה וואָס ווערט נמשך לעולם. ווי ס'איז אויך אונטערשטראָכן אין שירת הים (בסיומה)כו — „ה' ימלוך לעולם ועד".

וואָס דערפאַר דערמאָנט מען דעם ענין פון קריעת ים סוף בכל יום (בתפלה), ע"ד ווי מזכירין יצי"מ בכל יוםכז, „ואיתא בתוספתאכח שצריך לזכור ג"כ קרי"ס"כט, ווי אַראָפּגעבראַכט אין שו"על, אַז „צריך להזכיר . . קרי"ס . . באמת ויציב וכן באמת ואמונה כו'" — „ויםלא סוף להם בקעת וזדים טבעת וידידים העברת ויכסו מים צריהם . . לך ענו שירה בשמחה רבה ואמרו כולםלב מי כמוכה . . נאדר בקודש נורא תהלות עושה פלא . . יחד כולם הודו והמליכו ואמרוכו ה' ימלוך לעולם ועד"לג.

ולהוסיף, אַז בכל יום זאָגט מען אויך289(גאַנץ) שירת היםלד („אז ישיר וגו'"), מיט די אַלע י"ח שמות שבה וכו'לה.

ירידת המן: הגם וואָס דער נס איז געווען נאָר במשך די ארבעים שנה אין מדבר — האָט דער אויבערשטער געהייסןלו אַז „מלא העומר ממנו למשמרת לדורותיכם למען יראו את הלחם אשר האכלתי אתכם במדבר גו'" [ווי ס'איז געווען בימי ירמיהו, אַז „הוציא להם צנצנת המן כו', ראו בזה נתפרנסו אבותיכם, הרבה שלוחין יש לו למקום להכין מזון ליראיו"לז].

און אין שולחן ערוךלח ווערט געבראַכט, אַז „טוב לומר בכל יום . . פרשת המן, כדילט שיאמין שכל מזונותיו באין לו בהשגחה, שכןמ הי' במן שהשגיח הקב"ה לתת לכל אחד עומר לגולגולת לכל נפשות ביתו וכו'".

[נוסף לזה וואָס אַ זכר צו דעם מן איז דאָ בכל שבת: דער חיוב פון די ג' סעודות פון שבת, און אויך „לחם משנה" בכל שבת, לערנט מען אָפּמא פון די פסוקים בנוגע צום מן — „ויאמר משה אכלוהו היום כי שבת היום לה' היום לא תמצאוהו בשדה"מב, ו"ביום הששי לקטו לחם משנה"מג].

מלחמת עמלק: כמפורש בקראמד — „מלחמה לה' בעמלק מדור דור", ובפרט לויט'ן פירוש התרגום ירושלמי: „מדרא דעלמא דין מדרא דמשיחא ומדרא דעלמא דאתי" — ד.ה. בכל הדורות כולם. וכידוע אַז די מצוה פון זכירת עמלק — לכמה דיעותמה — איז אַ מצוה תמידית. און דער מנהג איז אַז מ'איז מזכיר מעשה עמלק בכל יום (אין די „שש זכירות")מו.

דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז די דריי ענינים — קרי"ס, מן, מלחמת עמלק — זיינען אַלע ענינים כלליים אין תומ"צ און עבודת ה'; וע"פ הנ"ל האָבן זיי צווישן זיך אַ שייכות (וויבאַלד זיי שטייען בהמשך אחד אין דער זעלבער סדרה).

ג. ויש לומר איינער פון די ביאורים אין דעם:

דער תוכן פון שירת הים איז — דער סיפור שבח והודאה וואָס משה ובני ישראל גיבן אָפּ דעם אויבערשטן אויף דעם וואָס ער האָט זיי מציל געווען פון פרעה און פון די מצריים, און ווי די מצריים „טבעו בים סוף"מז, וואָס דורך דעם זעען אַלע די גרויסקייט פון דעם אויבערשטן — „מי כמוכה באלים ה', מי כמוכה נאדר בקודש נורא תהלות עושה פלא"לב. ביז אַז דאָס ברענגט אַז אַלע פעלקער אין דער וועלט זאָלן דערפון וויסן און מורא האָבן: „שמעו עמים ירגזון גו' אז נבהלו אלופי אדום אילי מואב יאחזמו רעד נמוגו כל יושבי כנען, תפול290עליהם אימתה ופחד בגדול זרועך ידמו כאבן, עד יעבור עמך ה' עד יעבור עם זו קנית („חבבת משאר אומות כחפץ הקנוי בדמים יקרים שחביב על האדם"מח), תבאמו ותטעמו בהר נחלתך מכון לשבתך פעלת ה', מקדש אד' כוננו ידיך"מט, ביז — „ה' ימלוך לעולם ועד"כו.

ולכאורה האָט דער עיקר הדגשה אין שירת הים געדאַרפט זיין בנוגע צו הצלת בני ישראל (דורך דעם נס פון קרי"ס) — פאַרוואָס איז דאָ אַזאַ הדגשה אויף דער פעולה אויף די אוה"ע, טביעת מצרים בים, און דער אימה ופחד אויף די אוה"ע אַרום כו'?

וי"ל דעם ביאור אין דעם: דער תוכן הנס (קרי"ס) והשירה איז ניט אַזוי דער אַרויסברענגען די גרויסקייט פון דעם אויבערשטן ווי ער שטייט למעלה, און ווי ער האָט ליב אידן און באַשיצט זיי וכו' מצד די מעלה פון זייערע נשמות, זייענדיק „בנים אתם לה' אלקיכם"נ וכו', נאָר בעיקר בכדי אַרויסברענגען די גרויסקייט און שטאַרקייט פון דעם אויבערשטן — און זיין פאַרבונד מיט אידן — למטה אין עולם הזה, אַ וועלט וואָס איז אונטערוואַרפן די חוקי הטבע (וועלכע דער אויבערשטער האָט באַשטימט), אַ וועלט וואו עס זיינען פאַראַן אוה"ע, און אידן זיינען אדרבא „המעט מכל העמים"נא, ביז ווי אַ כבשה אחת בין שבעים זאביםנב, אידן האָבן מנגדים, מצרים און אַנדערע אומות — און ניט קוקנדיק אויף דעם, באַשיצט דער אויבערשטער אידן און ער ראַטעוועט זיי פון די הענט פון זייערע שונאים, און אויב עס נויטיקט זיך — מאַכט פאַר זיי דער אויברשטער נסים, ער שפּאַלט פאַר זיי דעם ים און „פאַרטרינקט" די מצריים בים, און וואַרפט דורך דעם אָן אַן אימה ופחד אויף די אומות אַרום,

און דוקא דורך דעם ווערט נתגלה, אין אַ פולער אופן, מלכותו יתברך בכל העולם כולו, אַז אויך אין אַ וועלט, וואו דאָרט הערשן די חוקי הטבע, און מ'קען זיך איינרעדן און אָפּנאַרען אַז די וועלט ווערט געפירט דורך די חוקי הטבע — ווערט אַנטפּלעקט ווי דער אויבערשטער איז דער בעל־הבית און מלך אויף אידן און אויף כל העולם כולו — „ה' ימלוך לעולם ועד".

ויש לומר אַז דאָס איז דער חידוש וואָס האָט זיך אויפגעטאָן דורך שירת הים, עי"ז וואָס אידן האָבן געלאָזט אַלעמען הערן (דורך זאָגן שירה) אַז „ה' ימלוך לעולם ועד" — ווי עס שטייט אין מדרשנג: אע"פ שמעולם אתה, לא נתיישב כסאך ולא נודעת בעולמך עד שאמרו בניך שירה כו', אמרו ישראל באמת עד שלא בראת עולמך היית אתה משבראת אותו אתה הוא, אלא כביכול עומד כו', אבל משעמדת בים ואמרנו שירה לפניך באז נתיישבה מלכותך וכסאך נכון, הוי נכון כסאך מאזנד באז ישיר". דאָס הייסט, אַז דורך דעם וואָס אידן האָבן געזאָגט שירה (אויף קרי"ס)נה איז נתגלה געוואָרן בעולם — ב־291אופן של התיישבות — מלכותו ית', ועד"מ ווי דורך ישיבה זעט מען בגלוי ווי די רגלים זיינען טפל לראש, ועד"ז אין נמשל, אַז עולם העשי' (בחי' רגלים) איז ניט מסתיר אויף אלקות, נאָר מ'זעט ווי ער איז טפל און אַ כלי צו אלקותנו.

וי"ל, אַז דער כח אויף דעם איז געקומען דורך דעם נס פון קריעת ים סוף, „הפך ים ליבשה"נז, וואָס דורך דעם איז דער כח אלקי וואָס איז פאַרדעקט אין דער בריאה (ווי דער ים וואָס פאַרשטעלט און פאַרדעקט אַלץ וואָס אין אים), קומט אַרויס בגילוי — „יבשה", און דורך דעם באַקומט מען דעם כח צו זען בגלוי דעם אלקות אין יעדער זאַך בעולם;

אָבער „נתיישבה מלכותך" בעולם איז געוואָרן דוקא דורך אמירת שירה של משה ובנ"ינח. ולהוסיף, אַז שירה איז פאַרבונדן מיט שמחה וועלכע איז פורץ אַלע גדרים והגבלותנט, דעריבער גיט דאָס נאָכמער כח צו מגלה זיין אלקות (שלמעלה מהגבלה) אין וועלט (גבול), ביז ווי דער אויבערשטער איז „מלך על כל הארץ"ס.

דערפון איז מובן, אַז קרי"ס און שירת הים איז אַן ענין הכי כללי — דער יסוד וכללות העבודה בכל הזמנים ובכל הדורות

— וואָס דערפאַר האָבן אַלע אידן געזאָגט שירה, אנשים נשים וטף (און „אפילו עוברין שבמעי אמן אמרו שירה"סא), און דערפאַר איז מען מזכיר קרי"ס (און מ'זאָגט שירת הים) בכל יום (כנ"ל ס"ב) —

קבלת עול מלכות שמיםסב, און צו מגלה זיין מלכותו ית' אין וועלט, אַז בכל דור ודור ובכל זמן ובכל מקום, אפילו ווען עס זיינען דאָ „זאבים", זאָלן אַלע אַנערקענען, אויך די אוה"ע, אַז „ה' ימלוך לעולם ועד" (ווי עס וועט זיין בשלימות לעתיד לבוא, ווען עס וועט זיין „כל המלוכה שלו"סג).

ווי אונטערשטראָכן אין תפלות כל יום וואו מ'איז מזכיר קרי"ס און שירת הים (אין „אמת ויציב" און „אמת ואמונה"): „אמת ויציב וכו' לעולם ועד, אמת אלקי עולם מלכנו צור יעקב מגן ישענו לדור ודור הוא קיים ושמו קיים וכסאו נכון ומלכותו ואמונתו לעד קיימת כו', לעד ולעולמי עולמים על אבותינו ועלינו על בנינו ועל דורותינו ועל כל דורות זרע ישראל עבדיך כו'", און דערנאָך איז ער ממשיך „על חסד שעשה עם אבותינו שהוציאם ממצרים ובקע להם הים והעבירם"מד, און מ'איז מתפלל אַז אַזוי זאָל זיין „בכל דור ודור".

ועד"ז אין „אמת ואמונה" — „מדבר בה גם על העתידות שאנו מצפים שיקיים לנו292הבטחתו ואמונתו לגאלנו מיד מלכים ומיד עריצים ולשום נפשנו בחיים ולהדריכנו על במות אויבינו, כל אלה הנסים התדירים תמיד"סד, „הא־ל העושה לנו נקמה בפרעה כו' המעביר בניו בין גזרי ים סוף ואת רודפיהם ואת שונאיהם בתהומות טבע וראו בניו גבורתו שבחו והודו לשמו ומלכותו ברצון קבלו עליהם, משה ובנ"י לך ענו שירה בשמחה רבה כו', מלכותך ראו בניך בוקע ים לפני משה כו'"סה.

ד. בכדי אויפטאָן דעם ענין פון „ה' ימלוך לעולם ועד" אין וועלט — דאַרף אַ איד דאָס פריער אויפטאָן באַ זיך אַליין, אַז ער זאָל אַנערקענען און פילן בכל מציאותו אַז דער אויבערשטער איז „מלך ישראל"סו, ובאופן פון „לעולם ועד", אין אַלע זיינע ענינים, כולל עניני העולם — זמן ומקום, זיין גוף הגשמי און אַלע זיינע גשמיות'דיקע זאַכן.

וואָס דאָס איז דער תוכן ולימוד פון פרשת המן — „כדי שיאמין שכל מזונותיו באין לו בהשגחה"לט (וואָס דערפאַר איז דאָס נוגע לכל יום ויום): פוןסז ירידת המן לערנט אַ איד — בכל זמן ובכל מקום — אַז דער אויבערשטער איז „הזן את הכל"סח, דער שפּייז פון אַ אידן, און פון כל העולם כולו, איז „לחם מן השמים"סט. און דערפון פאַרשטייט מען, אַז אויך ווען אַ איד באַקומט פרנסה באופן פון „לחם מן הארץ", דורך זיין אייגענע האָרעוואַניע און די לבושי הטבע (פון חרישה וזריעה וכו') — ווייס ער און פילט ער אַז דאָס איז באמת „לחם מן השמים", ניט געבונדן מיט די הגבלות פון דרכי הטבע, ווי עס שטייט איו מדרשע: „דבר יום ביומוח, מי שברא יום ברא פרנסתו, מכאן הי' ר"א המודעי אומר כל מי שיש לו מה יאכל היום ואומר מה יאכל למחר הרי זה מחסירי אמונה", און ווי הנהגת הלל „שהי' אומר ברוךעא ה' יום יום יעמס לנו צרכנו"עב.

ובפרט בזמן הגלות, און בפרטי פרטיות אין די דורות האחרונים פון גלות — כידוע דער וואָרט פּון דעם רבי'ן מהר"שעג, אַז פרנסה בזמן הזהעד איז באופן פון השפעת המן, לחם מן השמים.

דאָס הייסט, אַז אַ איד דאַרף וויסן אַז ער איז באמת העכער פאַר וועלט און טבע, און אפילו ווי ער „קומט אַראָפּ" און שטייט אין וועלט און האָט צו טאָן (בחיצוניות) מיט לבושי הטבע און אוה"ע כו' — איז ער למעלה מטבע, און זיין פרנסה און אַלע הצטרכויות באַקומט ער באופן פון „לחם מן השמים", וואָס איז ניט געבונדן מיט דרכי הטבע.

293וי"ל אַז עד"ז איז אויך דעם לימוד פון דעם שליו און באר מים וועלכע זיינען נמשך געוואָרן צו אידן אין מדבר באופן נסי מן השמים — אַז דערפון לערנט מען בנוגע צו אַלע עניני פרנסה וצרכי האדם — אויך בשר ומים (נוסף אויף לחם, השם כללי לכל צרכי האדם) — אַז אויך ווען ער באַקומט דאָס דורך לבושי הטבע, איז באמת איז דאָס „מן השמים".

און דורך דעם וואָס אַ איד איז מקבל מלכותו ית' אין זיין אייגענעם לעבן, אַז ער איז מגלה באַ זיך דעם „ה' ימלוך לעולם ועד", ווי זיין פרנסה און אַלע זיינע ענינים קומען פון מלך מלכי המלכים הקב"ה — האָט ער דעם כח צו אַזוי אויך אויפטאָן אין וועלט [וכמ"שעה „גם את העולם נתן בלבם". ולהעיר מפס"ד הרמב"םעו, אַז דורך אַ מצוה אחת קען אַ איד מכריע זיין „את עצמו ואת כל העולם כולו לכף זכות וגרם לו ולהם תשובה והצלה"] — אַז אין דער גאַנצער וועלט זאָל זיך אָנהערן אַז „ה' ימלוך לעולם ועד".

ה. בכדי אויפטאָן שלימות הענין פון „ה' ימלוך לעולם ועד" פאָדערט זיך אַז מ'זאָל מבטל זיין אַלע ענינים וואָס זיינען דערצו מנגד.

וואָס דאָס איז דער כללות'דיקער באַדייט פון מלחמת עמלק: פון דעם וואָס שטייט באַ מלחמת עמלק „כס י"ה"מד לערנען אָפּ חז"לעז (און רש"י ברענגט עס אַראָפּ בפירושו עה"פ), אַז „נשבע הקב"ה שאין שמו שלם ואין כסאו שלם עד שימחה שמו של עמלק כולו, וכשימחה שמו יהי' השם שלם והכסא שלם". און דעריבער איז „מלחמה לה' בעמלק מדור דור", „ידו של הקב"ה הורמה לישבע בכסאו להיות לו מלחמה ואיבה בעמלק עולמית"עח — עמלק איז אַ סתירה צו „ה' ימלוך לעולם ועד", שלימות גילוי מלכותו ית' בעולם. און וויבאַלד אַז דער גילוי פון „ה' ימלוך" איז אַן ענין תמידי בכל דור ודור, אַזוי איז אויך אין דעם קו פון „סור מרע" (צו מבטל זיין די ענינים וואָס שטערן צו „ה' ימלוך") — אַז דאָס איז „מדור דור", ווייל דוקא דורך דעם וואָס „ימחה שמו" דעמלק וועט זיין „השם שלם והכסא שלם".

ובעבודת השם: קליפת עמלק איז דער ענין פון קרירות, כמ"שעט „אשר קרך בדרך", און עמלק בגימטריא ספקפ — ער קילט אָפּ און וואַרפט אַריין ספיקות אין דעם וואָס קרי"ס האָט אויפגעטאָןפא און ענין הנסים בכללפב — אפשר איז די פעולה פון קרי"ס געווען נאָר אַן איין מאָליקע זאַך, אָבער דער סדר הרגיל וואָס דער אויבערשטער האָט איינגעשטעלט איז, אַז294אַ איד זאָל זיין אונטערטעניג צו די חוקי הטבע, ובפרט בזמן הגלות. וכמרומז אויך אין דעם לשון „קרך" — מלשון מקרה: עמלק וויל פועל'ן אַז אַ איד זאָל ניט זען עניני השגחה פרטיתפג. און בכדי מגלה זיין ווי „ה' ימלוך לעולם ועד", סיי ביי אַ אידן בעבודתו, און סיי בכל העולם כולו, פאָדערט זיך אַז „ימחה שמו של עמלק כולו", מבטל זיין אַלע ענינים פון קאַלטקייט, גלייכגילטיקייט און ספיקות — וועלכע זיינען היפך פון דעם ענין פון „השם שלם והכסא שלם".

ו. עפ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין דעם המשך פון „וישמע יתרו", „מה שמועה שמע ובא קרי"ס ומלחמת עמלק"פד:

אויף דברי יתרו „עתה שמעתי כי גדול הוי' מכל האלקים" זאָגן חז"לפה, „מלמד שהי' מכיר בכל ע"ז שבעולם שלא הניח ע"ז שלא עבדה".

דאַרף מען פאַרשטיין: א) לויט דעם פירוש אַז „כל האלקים" גייט אויף ע"ז, וואָס איז דער אויפטו ושבח פון דעם אַז יתרו האָט מכיר געווען אַז „גדול הוי' מכל האלקים"?! ב) צי דען קומט די תורה רעדן בגנותו של יתרו צו זאָגן אַז „הי' מכיר בכל ע"ז שבעולם" (היפך הכלל אַז תורה איז זהיר ניט צו רעדן אפילו בגנותה של בהמה טמאהפו), ובפרט אַז פון תוכן הפרשה איז מובן, אַז מ'קומט רעדן בשבחו דיתרו?

איז דער ביאור אין דעם ע"פ דברי הרמב"םפז, אַז התחלת ענין ע"ז איז געקומען דערפון וואָס זיי האָבן געמיינט אַז „הואיל והאלקים ברא כוכבים אלו וגלגלים להנהיג את העולם כו' ראויין הם לשבחם ולפארם ולחלוק להם כבוד, וזהו רצון א־ל כו'". זייער טעות איז באַשטאַנען אין דעם, אַז זיי האָבן געמיינט אַז די כוכבים האָבן אַ שליטה וכח צו משפיע זיין בבחירתם ח"ו, און זיי האָבן ניט געוואוסט דעם אמת, אַז דער אויבערשטער איז משפיע דורך זיי כגרזן (דבר בלי חיות כלל וכלל) ביד החוצבפח.

דערפון איז פאַרשטאַנדיק אַז שלילת ענין ע"ז איז שייך ניט נאָר בנוגע צו כוכבים ומזלות, נאָר בנוגע צו אַלע דרגות אין סדר השתלשלות (מלאכיםפט, שרפים וכו') דורך וועלכע די השפעה קומט למטה, אַז זיי האָבן ניט קיין רצון ובחירה ובמילא האָט קיין אָרט ניט זיי אָפּגעבן כבוד, ווייל זיי זיינען נאָר כגרזן ביד החוצב.

עפ"ז איז פאַרשטאַנדיק דער עילוי פון יתרו, און פון זיין הכרה אַז „עתה ידעתי כי גדול הוי' מכל האלקים": יתרו האָט מכיר געווען „בכל ע"ז שבעולם", ער האָט געהאַט אַ ידיעה והשגה אין אַלע דרגות וממוצעים בכל העולמות ביז למעלה מעלה [נאָר ווען ער איז געווען „כהן מדין"0י האָט ער געהאַט דעם טעות און געמיינט אַז זיי האָבן אַ כח ושליטה, ובמילא איז דאָס עבודה זרה]; און דורך דעם וואָס ער האָט געהערט און דערהערט — „שמועה שמע ובא" — וועגן „קרי"ס ומלחמת עמלק" און „כל אשר עשה להם בירידת המן ובבאר ובעמלק", און וועגן די נסים295פון יצי"מ בכלל, די ענינים וועלכע האָבן מגלה געווען אַז די לבושי הטבע און אַלע ממוצעים זיינען נאָר כגרזן ביד החוצב, ובפרט פון מלך מלכי המלכים הקב"ה („ה' ימלוך לעולם ועד"), און מ'האָט מלחמה מיט „עמלק" וואָס שטערט דערצו — האָט ער געזאָגט אַז „עתה ידעתי כי גדול הוי' מכל האלקים"צא, אַז אויך די כחות פון טבע נעמען זיך פון הוי', און הוי' איז דער איינציקער שולט איבער זיי (וואָס דערפאַר האָט ער בכח צו מאַכן נסים, כולל — נסים המלובשים בטבע, ביז באופן אַז אין בעל הנס מכיר בנסוצב, וואָס בפרט אחד איז דאָס נאָך אַ גרעסערער חידוש ווי נסים שיוצאים מדרך הטבע)צג.

און דורך הודאת יתרו — וואָס דאָס איז געווען נאָך קודם שנתגיירצד — איז אַריינגעגעבן געוואָרן דעם כח אין עולם, און אין אוה"ע — זיי זאָלן קומען צו דער הכרה אַז „גדול הוי' מכל האלקים", „ה' ימלוך לעולם ועד".

ז. דער ענין הנ"ל — וועלכער שטייט נאָכמער בגלוי ובהדגשה אין דעם שבת (אע"פ וואָס דאָס איז אַן ענין כללי ותמידי במשך כל השנה כולה), ווען מ'לייענט וועגן דעם בגלוי אין קריאת התורה, תורה שבכתבצה — איז נאָכמער אונטערשטראָכן בדורות האחרונים, ובפרט בדורנו זה:

יו"ד שבט, דער יום ההילולא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו, קומט אויס אַלעמאָל בסמיכות צו (אָדער אין) דער וואָך פון פ' בשלח, ובשנה זו — איז דאָס געווען בערב שבת פ' בשלח, וואָס דער „יאכל בשבת" (פ' בשלח) איז פון דעם „טרח בערב שבת"וי, כמודגש בפרשתנו, אַז ביום הששי האָט מען מלקט געווען „לחם משנה" אויך פאַר דעם יום השבת.

וע"פ הידוע אַז ביום ההסתלקות, ועד"ז בכל שנה ביום ההילולא, פון אַ צדיק ווערט נתגלה „כל מעשיו ותורתו ועבודתו", און דאָס איז „פועל ישועות בקרב הארץ"צז — איז מובן, אַז די עבודה פון דעם בעל ההילולא האָט אַ שייכות מיט די ענינים וואָס רעדן זיך אין דער פרשה.

וי"ל איינער פון די ענינים בזה:

דער עיקר עבודה פון דעם בעל ההילולא איז באַשטאַנען אין — הפצת התורה והיהדות, ובמיוחד — יפוצו מעינותיך חוצהחי, לערנען און פאַרשפּרייטן די מעינות פון פנימיות התורה, תורת החסידות,296אין חוצה, ביז אין חוצה שבעולם, חוצה שאין חוצה ממנה.

דער כח צו אויפטאָן „ה' ימלוך לעולם ועד" (בעולם) הויבט זיך אָן פון דעם גילוי אין תורה (וואָרום „אסתכל באורייתא וברא עלמא"צט): תורה ווערט אָנגערופן „לחם"ק, און די דרגא פון „לחם מן השמים" שבתורה איז — פנימיות התורהקא, וועלכע איז למעלה מגדרי העולם („אילנא דחיי, דלית תמן לא קשיא מסטרא דרע ולא מחלוקת כו'"קב).

ולהוסיף, אַז אויך דער ענין השליו — וואָס איז „(מין עוף) ושמן מאד"קג, בחי' שמןקד — גייט אויף פנימיות התורה, כידוע אַז שמן איז בחי' פנימיות התורה, ובזה גופא — רזין דרזין דאורייתאקה.

דורך דעם גילוי פון פנימיות התורה, ובפרט כפי שנתגלתה בתורת חסידות חב"ד, וועלכע ברענגט עס אַריין אין הבנה והשגה (ביז — פון נה"ב), בפנימיות האדם, באופן פון „יתפרנסון מיני'"קו — איז מען ממשיך ומגלה אין זיך דעם ענין פון „לחם מן השמים" און „שמן" שבתורה, ביז באופן אַז דאָס ווערט זיין מציאות, „דםקז ובשר כבשרו"קח.

ד.ה. אַז לימוד החסידות איז אין אַן אופן אַז דאָס ווירקט אויף אים אינגאַנצן, מ'זעט בגלוי ווי דאָס איז זיין מציאות, ביז מציאות הגשמית.

ולהוסיף בדיוק הלשון לימוד החסידות, ע"ד לשון הכתוב „מלמד הבקר"קט, אַז דאָס פועל'ט אויף זיין נה"ב (בחי' בקר שבו), ער זאָל גיין בדרך הישר.

און עד"ז איז תורת חסידות חב"ד מגלה ווי טבע העולם איז באמת אלקותקי, אָנהויבנדיק פון תורת הבעש"טקיא אַז התהוות הבריאה ווערט נתחדש בכל רגע ורגע מחדש מאין ואפס המוחלט.

און אין דעם גילוי החסידות באופן הנ"ל דורך רבותינו נשיאינו בכלל — איז צוגעקומען ביתר שאת וביתר עוז דורך דעם בעל ההילולא, ביז — באופן אַז ער האָט געהייסן איבערזעצן תורת החסידות בלשון עם ועם, ובמיוחד — לאחרי ווי ער איז אָנגעקומען אין חצי כדור התחתון, וואָס דעמולט איז נתרחב געוואָרן ביז באופן שלא בערך די עבודה פון יפוצו מעינותיך חוצה, ביז אין חוצה שאין חוצה ממנה, כולל — אויך — הפצת שבע מצוות297בני נח באַ אוה"עקיב, און דורך דעם אויפטאָן דעם „ה' ימלוך לעולם ועד", גם מלשון העלםקיג.

ח. וענין זה איז אויך מרומז אין דעם נאָמען פון בעל ההילולא — יוסף יצחק:

יוסף איז מלשון הוספה, און יצחק איז מלשון צחוק ושמחה — וואָס ביידע נעמען באַווייזן אויף אַ גילוי שלמעלה ממדידה והגבלה: הוספה מער ווי די הגבלה וויפל ס'איז באַשטימט געוואָרן לכתחילה, און שמחה איז פורץ גדרנט. ובפרטיות יותר: יוסף איז ע"ש „יוסף ה' לי בן אחר"קיד, אַז די הוספה דערגרייכט אויך אין בחי' „אחר" (פון עולם), ביז בחי' אחר בערך צו קדושה, און פון דעם „אחר" מאַכט מען אַ בןקטו (לשון) יחיד צו דעם אויבערשטן, און בן אויך מלשון בינה, דער אם ומקור המדותקטז — אַז דאָס נעמט דורך כל מציאותו. יצחק איז ע"ש „כל השומע יצחק לי"קיז, אַז דער פריצת גדר (פון צחוק ושמחה) דערגרייכט צו „כל השומע"קיח, אפילו אַזאַ וואָס האַלט נאָך ניט באַ ראי', און „כל השומע" [כולל אַזאַ וואָס הערט דאָס לע"ע בעל כרחך (ווייל ער האָט לע"ע ניט קיין רצון דאָס הערן), כידוע אַז בני אדם זיינען ניט קיין בעה"ב אויפן כח השמיעהייא].

ולהוסיף הדגשה פון קביעות יום ההילולא בשנה זו, בערב שבת — ע"פקכ הידועקכא אַז די „שית אלפי שנין דהוי עלמא"קכב זיינען כנגד די ששת ימי השבוע, און יום השביעי איז כנגד דעם „יום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים"קכג: דער גילוי פון פנימיות התורה אין דעם אלף הששי (ערב שבת הגאולה), ובמיוחד — נאָך שנת ה'ת"ק, התחלת הבוקר פון יום (אלף) הששיקכד, אָדערקכה חצות יום הששיקכו, און נאָכמער — נאָך שנת ה'תש"נ, חצות יום (אלף) הששי, אָדער שעה שלישית אחר חצות — איז בבחי' „לחם משנה": מ'באַקומט דעמולט (ניט נאָר טועמי'קכז, נאָר אַ חלק פון דעם עצם) גילוי פנימיות התורה פון דעם „יום שכולו שבת ומנוחה", ובפרט אַז די גאולה קומט תיכף ומיד נאָך באלף הששי, אַזוי אַז מיט דעם גילוי פנימיות התורה איז מען גרייט — בבחי' תלמודו בידו — צו לערנען פנימיות התורה ביום שכולו שבת ומנוחה.

298ט. ויש להוסיף בהנ"ל — אַ לימוד פון חמשה עשר בשבט, ראש השנה לאילנותקכח:

די תכונה פון אַן אילן איז, אַז ער וואַקסט, און האַלט אין איין וואַקסןקכט, און איז נושא פירות עד א"ס — ע"ד דער ענין פון יוסף, הוספהקל. וואָס דאָס באַדייט אין עבודת האדם — „כי האדם עץ השדה"קלא — אַז אַ איד באַנוגנט זיך ניט מיט די הגבלות הטבע פון זיין מצב בהוה, נאָר האַלט אין איין וואַקסן.

ובפרטיות יותר: בראש השנה לאילנות „נוהגין להרבות בו במיני פירות של אילנות"קלב, ובפרט במיני פירות שנשתבחה בהן ארץ ישראל — „וגפן ותאנה ורמון ארץ זית שמן ודבש"קלג („דבש תמרים"קלד).

דער עילוי פון אַן אילן לגבי תבואה („חטה שעורה") איזקלה, אַז תבואה איז אַ דבר המוכרח לקיומו של האדם, „לחם לבב אנוש יסעד"קלו, משא"כ פירות האילן זיינען ניט מוכרח לקיום האדם, נאָר זיי גיבן צו תענוג באַ דעם מענטשןקלז.

דאָס הייסט, אַז דער אויפטו פון ט"ו בשבט, ר"ה לאילנות איז — די עבודה וואָס איז ניט במדידה והגבלה פון „לחם מן הארץ" (חטה ושעורה), וועלכער איז אָפּגעמאָסטן לויט דעם הכרח פון אַ בשר ודם לקיומו, נאָר אַן עבודה שלמעלה ממדידה והגבלה — דברי תענוג, שלמעלה מהצורך והכרח האדם, ביז ע"ד ובדוגמת „לחם מן השמים" בערך צו „לחם מן הארץ".

די כוונה בזה איז אָבער, אַז די פירות האילן זאָלן אַריינברענגען תענוג אויך אין די ענינים מוכרחים פון דעם מענטשן (חטה ושעורה).

ובפרטיות יותר — די שבעה מינים שבהם נשתבחה ארץ ישראל, „ארץ חטה ושעורה וגפן ותאנה ורמון ארץ זית שמן ודבש"קלח: חטה (מאכל אדםקלט) איז מרמז אויף דער עבודה פון נפש האלקית. שעורה (מאכל בהמהקלט) — די עבודה פון בירור נפש הבהמית. וכמרומז אויך אין דעם וואָס חטה איז בגימטריא כ"ב, כנגד די כ"ב אותיות התורהקמ (קדושה), און שעורה איז מלשון שיעור — מדידה והגבלה (כל חד לפום שיעורא דילי'). חטה ושעורה מצ"ע זיינען אָבער ביידע מרמז אויף דער עבודה — אפילו די עבודה פון נה"א — ווי דאָס איז מוכרח (ע"פ דין) לקיום וחיות האדם, אַז די נשמה (נה"א) איז יורד ומברר דעם אדם.

דערנאָך קומט די עבודה מתוך תענוג, וואָס איז אויך ממשיך תענוג אין דער עבודה בבחי' חטה ושעורה — „וגפן ותאנה ורמון", וואָס באַווייזן אַלע אויף למעלה ממדידה והגבלה: גפן — „המשמח אלקים299ואנשים"קמא, שמחה פורץ גדר. תאנה — כמ"שקמב „כענבים במדבר מצאתי ישראל כבכורה בתאנה בראשיתה", „התאינה הזו בתחלה אורים אותה אחת אחת ואח"כ שתים ואח"כ שלשה עד שאורים אותה בסלים ומגריפות, כך בתחלה אחדקמג הי' אברהם כו' ואח"כ ובניקמד ישראל פרו וישרצו וירבו ויעצמו במאד מאד"קמה. רמון — כמאחז"לקמו מלאים מצוות כרמון, וואָס דאָס באַווייזט אויף אַ ריבוי גדול (אפילו באַ „ריקנין שבהם", עאכו"כ באַ „ועמך כולם צדיקים"קמז).

„ארץ זית שמן ודבש": זית שמן — מפעפע בכל דבר, ושמן שבתורה — בחי' פנימיות התורה (כנ"ל ס"ז). דבש תמרים — „צדיק כתמר יפרח"קמח, וידוע אַז אַ תמר וואָס עושה פירות לשבעים שנהקמט, באַווייזט אויף אריכות ימים, ושלימות הימים כו'קלח.

י. דער לימוד פאַר יעדער איד פון די ענינים האמורים לעיל:

אַ איד דאַרף וויסן אַז ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס ער געפינט זיך אַ נשמה בגוף אין אַ וועלט מיט אוה"ע, און אַ וועלט וואָס ווערט געפירט לכאורה ע"פ חוקי הטבע — איז ער, דער איד, למעלה מדרך הטבע;

אַ איד איז אַלעמאָל פאַרבונדן מיט דעם אויבערשטן, וועלכער איז דער מלך ובעה"ב אויף כל העולם כולו, און דער אויבערשטער היט און באַשיצט אים פון אַלע זאַכן, „הנה לא ינום ולא יישן שומר ישראל"*15); און היות אַז דער אויבערשטער איז ניט געבונדן ח"ו וח"ו צו דרכי הטבע, האָט ער ביכולת צו טאָן נסים עד אין קץ, און פאַר וועמען טוט ער נסים — פאַר עם קרובו, דעם אידישן פאָלק!

וכמדובר לעיל: נסים ביי אַ איד איז קיין פלא ניט. מיט יעדער אידן פּאַסירן נסים בכל יום ויום — נסים גלויים אָדער נסים נסתרים, ביז בבחי' שאין בעל הנס מכיר בנסו.

ובמיוחד — ווי אונטערשטראָכן דורך רבותינו נשיאינו, ובפרט כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו, אַז במיוחד בזמנים אלו קען אַ איד זען באַ זיך אין זיין לעבן השגחה פרטית; דורך אַ התבוננות קלה אין די פּאַסירונגען וואָס האָבן מיט אים געשען במשך פון מעת־לעת קען ער זען השגחה פרטית און נסים גלויים (מן השמים). ער דאַרף נאָר „אויפעפענען די אויגן" — וועט ער דאָס זען!

ובאם הדברים אמורים וועגן אידן בכל העולם כולו, אַז דער אויבערשטער מאַכט פאַר זיי שטענדיק נסים — עאכו"כ באַ אידן אין ארץ הקודש, „ארץ אשר גו' תמיד עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה"קנא.

— מ'דאַרף ניט — און מ'זאָל ניט דאַרפן — אָנקומען צו די נסים וועגן וועלכע מ'לייענט אין די צייטונגען, אַז אַ גוי האָט אַרויפגעשאָסן אַ „מיסעל" למעלה, און אַ גוי פון חסידי אוה"ע האָט אים אַראָפּגעשאָסן, וכיו"ב — וואָרום באַ אידן, ובפרט אין ארץ הקודש, זיינען דאָ אַ ריבוי נסים300בכל יום ויום (כנ"ל), נסים בענינים טובים, בטוב הנראה והנגלה.

יא. די הוראה דערפון בפועל, ובפרט בימינו אלו:

צוזאַמען דערמיט וואָס אַ איד דאַרף טאָן כל התלוי בו בעבודה בכח עצמו (ע"פ דרכי הטבע וכו') — דאַרף יעדער איד האָבן בטחון גמור, אָן קיינע ספיקות, אַז דער אויבערשטער וועט אים געבן אַלע גוטס, בטוב הנראה והנגלהקנב.

און כשם ווי „הא־ל העושה לנו נקמה בפרעה כו' המעביר בניו בין גזרי ים סוף ואת רודפיהם ואת שונאיהם בתהומות טבע וראו בניו גבורתו שבחו והודו לשמו ומלכותו ברצון קבלו עליהם"סה — אַזוי וועט דער אויבערשטער זיכער טאָן אויך איצטער, און מקיים זיין תפלת בנ"י „שיקיים לנו הבטחתו ואמונתו לגאלנו מיד מלכים ומיד עריצים ולשום נפשנו בחיים ולהדריכנו על במות אויבינו, כל אלה הניסים התדירים תמיד"סד.

און דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז דורך דעם בטחון גמור אין דעם אויבערשטן — דאַרף אַ איד, ובפרט בשבת שירה (און די וואָך פון שבת שירה) — שטיין בשמחה און זאָגן שירה צו דעם אויבערשטן אויף די נסים וואָס ער טוט און וואָס ער וועט טאָןקנג.

יב. ועוד וגם זה עיקר: בכל זה קומט צו נאָכמער דורך דעם וואָס אידן זיינען מוסיף אין לימוד התורה וקיום המצוות, וואָס „אם בחוקותי תלכו ואת מצוותי תשמורו" איז דער אויבערשטער מבטיח אַז „ונתתי גשמיכם בעתם גו' ונתתי שלום בארץ גו', ואולך אתכם קוממיות"קנד.

כולל ובענינא דיומא — דורך דעם וואָס אידן בכל מקום שהם, וועלן זיכער מקיים זיין — ובתוספות הדגשה וחיזוק — דעם מנהג [וואָס בכמה מקומות איז אין דעם געוואָרן אַ חלישות מאיזה סיבה שתהי'] פון עסן בחמשה עשר בשבט פון די מינים שנשתבחה בהן ארץ ישראל,

וואָס דורך דעם פאַרבינדט מען זיך נאָך שטאַרקער מיט ארץ ישראל, „ארץ אשר גו' תמיד עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה", און דאָס גיט נאָכמער צו אין די נסים וואָס דער אויבערשטער טוט מיט אידן.

— ולהעיר, אַז ע"פ המנהג עסט מען ט"ו בשבט אויך באָקסער (חרובים). וואָס דאָס האָט אַ שייכות מיוחדת מיט נסים — ווי די גמראקנה דערציילט בנוגע צו רבי חנינא בן דוסא שהסתפק בקב חרובין מערב שבת לערב שבת, ובהמשך לזה ווערן דערציילט כו"כ נסים וואָס האָבן מיט אים פּאַסירט, זייענדיק אַ מלומד בנסים.

יג. אין דעם אַלעם קומט צו נאָכמער דורך דעם וואָס ביום (ליל) ההילולא האָט מען געטיילט יעדערן אַ (קונטרס) מאמר ד"ה ברוך שעשה נסים (תרס"ד) פון דעם301רבי'ן (מהורש"ב) נ"ע, אַ הנחה געשריבן דורך בנו יחידו ממלא מקומו, דער בעל ההילולא.

לכל לראש — איז דאָס מעורר אויף לערנען דעם מאמר, און מוסיף זיין אין לימוד התורה בכלל, ובפרט פנימיות התורה, ותלמוד גדול שמביא לידי מעשה, כולל — מקיים זיין די לימודים און הוראות וואָס שטייען אין דעם מאמר.

ביחד עם זה האָט מען אויך געטיילט צוויי שטרות בכדי אָפּגעבן לצדקה, כללות כל המצוות (וצדקה שקולה כנגד כל המצוות), מלשון צוותא וחיבור — בכדי מוסיף זיין נאָכמער אין דעם צוותא וחיבור פון אידן מיטן אויבערשטןקנו.

ועוד ועיקר — אַז מגיד דבריו ליעקב חוקיו ומשפטיו לישראלקנז: דער אויבערשטער איז מקיים די בקשה וואָס שטייט אין סיום המאמר — „שעשה נסים לאבותינו, והבקשה הוא שיהי' גם בזמן הזה",

אַז נאָך אין די לעצטע רגעים פון גלות (מצרים) איז „ולכל בני ישראל הי' אור במושבותם"קנח,

ביז דער עיקר נס און די נסים רבים — בגאולה האמיתית והשלימה, וואָס „כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות"קנט, ובפרט שטייענדיק בשנת ה'תנש"א, שנת „אראנו נפלאות", נפלאות אפילו לגבי די נסים ביציאת מצריםקס,

ועוד ועיקר — תיכף ומיד ממש.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-1jzrkxbh

Printed in

Recent activity

#164 Sefer HaSichos: each sicha on the pages of its volume · approved
#160 Sefer HaSichos ה'תשנ"א, חלק א: one page per sicha · approved

Everything that belongs here