עברית
Library

Likkutei Sichos

Emor

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

263מיינט ער אַז ער איז העכער פון יענעם און מאַכט חשבונות אַז עס איז ניט כדאַי צו אָפּגעבן זיך מיט יענעם. עולם הבא איז אַן עולם ברור — אַ קלאָרע וועלט — דאָרט קען זיך גאָר אַרויסווייזן פאַרקערט.

אַלע אידן מיט וועלכע ער האָט צו טאָן, האָבן זיכער אַ חלק אין עולם הבא. יענעם דאַרף מען דאָך אַלעמאָל דן זיין לכף זכות. אויף אים אַליין קען זיין אַ שאלה, עס איז דאָך על כל פּשעים תכסה אהבת עצמו, ואל תאמין בעצמך כו'. איז אויב ער וועט אים איצטער טאָן אַ טובה, וועט ער אים אָפּצאָלן לעולם הבא, הוא בגן עדן ורבו שלמדו תורה והביאו לחיי עולם הבא בגיהנם — קען דאָס פּועל'ן אַז מען נעמט אַרויס זיין רבי'ן צוליב אים. אויב ער וועט מקרב זיין יענעם, וואָס דורך דעם וועט ער ווערן יענעמס רבי, איז אין עולם הבא וועט יענער טענה'ן; איך קען ניט זיין אָן מיין רבי'ן, און צוליב יענעם וועט מען אויך אים אַרויסנעמען פון גיהנם און אַוועקזעצן אין ג־עד

פרשת

א. חודש אייר האָט אַ מעלה אויף אַלע חדשי השנה, מיט דעם וואָס יעדער טאָג פון חודש איז פאַרבונדן מיט אַ מצוה — די מצוה פון ספירת העומר.

אין חודש ניסן, איז נאָר די צווייטע העלפט פון חודש פאַרבונדן מיט ספירה; אין חודש סיון איז נאָר דער אָנהויב פאַרבונדן מיט ספירה,

כב. אַזוי איז געווען אַלעמאָל. איצטער דאַרף מען ניט וואַרטן אויף לאחר מאה ועשרים שנה, נאָר יענער קען אָפּצאָלן אויף דער וועלט. עס איז דאָך הנה זה עומד אחר כתלינו, משיח האַלט אָט־אָט ביים קומען, אחכה לו בכל יום שיבא. און ניט נאָר דער אינגסטער פון דער חבורה נאָר אויך דער עלטסטער פון דער חבורה וועט בימיו קומען משיח, וועט דאָך די טובה וואָס יענער וועט אים צוריק־צאָלן קענען זיין אויף דער וועלט.

כג. ווען מען טוט מיט יענעם, דאַרף מען אָבער באַוואָרענען מען זאָל ניט מיינען אַז כחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה, מען דאַרף געדענקען — ווי עס איז פאַרשטאַנדיק פון דער דערמאָנטער משנה — אַז דאָס איז בכחו של משה וואָס אוהב ישראל הי' ומסרה ליהושע) ויהושע לזקנים וזקנים לנביאים א. א. וו. ביז רבותינו שבכל דור ודור — אתפּשטותא דמשה שבכל דרא ודרא) כו'.

(משיחת ש"פ שמיני, תשי"ב) אמור

אָבער אין חודש אייר זיינען כל ימי החודש פאַרבונדן מיט דעם.

הגם דעם רוב פון חודש תשרי און גאַנץ חודש ניסן זאָגט מען ניט קיין תחנון, און אויף חודש ניסן שטייט החודש הזה לכם ראש חדשים,264טייטשט דער של"הא) אַז אַלע טעג פון ניסן זיינען בבחינת ראש חודש, זיינען אָבער די מעלות פון ימי תשרי וניסן ניט פאַרבונדן מיט עבודת האדם דעמאָלט. דאָס איז אַ מעלה מצד עצמה. אָבער די טעג פון חודש אייר האָבן אין זיך אַ מעלה וואָס איז פאַרבונדן מיט עבודת האדם — מצות ספירת העומר.

די שייכות פון ימי הספירה צו מצות הספירה איז מער ווי די שייכות פון אַנדערע זמנים צו די מצות וואָס אין זיי. אין אַנדערע זמנים האָט די מצוה ניט צו טאָן מיט דעם טאָג גופא, אַזוי ווי ביי מצות אכילת מצה בפּסח, איז דאָך די מצוה אַ באַזונדער ענין פון דעם זמן גופא וואָס איז אין ט"ו בניסן, מער ניט וואָס דער חיוב פון דער מצוה איז אין דעם טאָג, אָבער ספירת העומר איז די מצוה צו ציילן דעם טאָג, דעם זמן. די מעלה פון חודש אייר איז וואָס אַלע זיינע טעג זיינען אַליין פאַרבונדן מיט אַ מצוה.

ב. די מצוה פון ספירת העומר איז נוגע יעדן טאָג. אויסער דעם, איז דער ציילן יעדן טאָג נוגע אויך צו כל ימי הספירה, צו די פריערדיקע טעג)) און צו די שפּעטערדיקע טעג, ביז דאָס איז נוגע אויך צו דער כללות ההכנה צו קבלת התורה.

און אָט די מעלה איז אין אַלע ספירה־טעג גלייך.

דאָס הייסט אין חודש אייר איז דאָ אַן ענין וואָס מצד אים זיינען אַלע טעג פון חודש גלייך.

ג. בכלל, אין די חדשים פון יאָר זיינען דאָ חילוקים פון אָנהויב חודש מיט סוף החודש.

אין פּרדס)) שטייט אַז די י"ב חדשי השנה זיינען כנגד י"ב צירופי הוי'. אין שם הוי' זיינען פאַראַן פיר אותיות, זיינען אויך אין יעדער חודש פאַראַן פיר וואָכן (און די ימים הנוספים ווערן נטפּל צו די פיר וואָכן) וכו'.

פון דעם איז פאַרשטאַנדיק, אַז אַזוי ווי אין שם הוי' איז דאָ אַ מעלה פון איין אות אויפן צווייטן, ובכללות — פון ־ה אויף ־*) אין צירוף הא' — השם כסדרו ועל דרך זה אין חצי הא' על חצי הב' בכל הצירופים, אַזוי איז אויך דאָ אַ מעלה פון איין וואָך אויף דער אַנדערער, ובכללות — די ערשטע צוויי וואָכן זיינען העכער פון די שפּעטערדיקע.

וואָס מצד דעם דערמאָנטן חילוק איז דאָ אַ הפרש אויך לענין נישואין וכו' פון ערשטן האַלבן זזודש ביזן צווייטןח). אָבער אין חודש אייר זיינען אַלע טעג פון חודש גלייך אין דעם דערמאָנטן ענין פון עבודת האדם.

ד. דורך וואָס פּועל'ט מען אַז אַלע טעג פון חודש זאָלן זיין גלייך ? אויף דעם איז דער רמז אין נאָמען פון חודש; אייר, ראשי תיבות א'ברהם, י'צחק, י'עקב, ר'חל. וואָס זיי זיינען די ד' רגלי המרכבה, וואָס דער266רמז איז דאָך געבראַכט אויך בנגלה דתורה להלכה

דער ענין פון אַ מרכבה איז ווי ער זאָגט אין תניאז) שכל אבריהם כולם היו קדושים ומובדלים מעניני עולם הזה. איז בשעת מען האָט כלל ניט קיין אייגענע ענינים, וואָרום אויך אין די ענינים הגשמיים, בכל דרכיך — איז דעהו, און מען איז איבערגעגעבן אינגאַנצן צו אלקות, פּונקט ווי אַ מרכבה וואָס כל ענינה איז נאָר דורכצופירן דעם רצון הרוכב,

דעמאָלט זיינען כל הימים בשוה, וויבאַלד אַז כל ענינו איז נאָר אלקות.

און דורך דער עבודה פון מרכבה פון חודש אייר, ווערט דער חודש אַ ממוצע צווישן חודש ניסן — בהוציאך את העם ממצרים (איז דאָס על מנת ובאופן אַז) תעבדון את האלקים על ההר הזה), „תעבדון" מלשון עבודת עבד, בדרך קבלת עול — צו חודש השלישי, ירחא תליתאי (סיון), אין וועלכן מען האָט געגעבן אוריין תליתאי לעם תליתאי*).

(השיחת ש"פ אחרי, תשי"ט)

ה. וועגן דער מצוה פון ספירת העומר, זאָגט ער אין פּסוק, וספרתם לכם ממחרת השבת גו'. דערציילט די גמראט), אַז די ביתוסים האָבן אַ טעות געהאַט און געלערנט אַז ממחרת השבת מיינט ממחרת שבת בראשית (זונטיק), און מען האָט זיך געדאַרפט מיט זיי מתוכח זיין און אויפווייזן מיט כמה ראיות והוכחות אַז דער וואָרט שבת דאָ, מיינט יוםטוב.

איז דאָך אין פלוג ניט פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס שטייט טאַקע ממחרת השבת, מען זאָל קענען אַ טעות האָבן, און מיינען אַז דאָס מיינט שבת בראשית, עס האָט דאָך געקענט שטיין בפירוש ממחרת הפּסח ז

ו. אויף יציאת מצרים שטייט, בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה, ד. ה. אַז דער אויספיר און תכלית פון יציאת מצרים איז מתן תורה. צווישן יציאת מצרים מיט מתן תורה איז ספירת העומר, ד. ה. בכדי דורכצופירן דעם גמר ותכלית פון יציאת מצרים, דאַרף זיין פריער ספירת העומר, וואָס דאָס איז דער ממוצע צווישן התחלת יציאת מצרים מיט גמר היציאה — מתן תורה.

דערפאַר געפינען מיר אַז ביי די דריי חדשים8 ניסן — דער זמן פון יציאת מצרים, אייר — דער זמן פון ספירת העומר (וואָס אַלע טעג פון חודש זיינען פאַרבונדן מיט ספירה כנ"ל) און סיון — דער זמן פון מתן תורה,

(כאָטש די ערשטע טעג פון סיון זיינען נאָך אין ימי הספירה, איז דאָך אָבער באַוואוסטיא) אַז בראש חודש סיון איז שוין נאָך דער ספירה פון די ג' ימים ראשונים, — חג"ת שהם כללות המדות — שבשבוע השביעי, און דער עיקר ענין פון סיון איז ניט ספירת העומר נאָר מתן266תורה ווי עס שטייטכא), בחודש השלישי גו' באו מדבר סיני וכמאמר רז"ל הנ"ל, אוריין תליתאי בירחא תליתאי),

איז ביי די אַלע דריי חדשים ווערט דערמאָנט יציאת מצרים.

אויף חודש ניסן שטייטכא), חודש האביב כי בו יצאת ממצרים. אויף חודש אייריד) — לחודש השני בשנה השנית לצאתם מארץ מצרים. (כאָטש אין פּשטות גייט דער לצאתם מארץ מצרים אויף בשנה השנית, איז דאָך אָבער ידוע וואָס שטייט אין זהריח) אַז חודש השני און שנה השנית איז כולא חד, במילא גייט דאָך דער לצאתם מארץ מצרים אויך אויף בחודש השני). אויף חודש סיון שטייטי), בחודש השלישי לצאת בני ישראל מארץ מצרים.

הגם אַלע חדשים ציילן זיך צו חודש ניסן וואָס איז דער ראש חדשים, דער זמן פון יציאת מצרים, אָבער בפירוש ווערט דער ענין פון יציאת מצרים דערמאָנט נאָר ביי די דריי חדשים.

איז דער טעם אויף דעם, ווייל די דריי ענינים 3 יציאת מצרים, ספירת העומר און מתן תורה זיינען אַלץ אופנים און מדריגות אין יציאת מצרים, וואָרום דער גמר יציאת מצרים איז בשעת מתן תורה.

ז. אין די דריי זמנים, איז פּסח פאַרבונדן מיט אכילת מצה. ספירת העומר איז פאַרבונדן מיט שעורים, כמאמר רז"לא) כל המנחות באות מן החטין וזו (מנחת קנאות) כו' ומנחת העומר כו' מן השעורין. און שבועות — מיט שתי הלחם, חמץ תאפינהיח).

איז ניט פאַרשטאַנדיק; א) פאַרוואָס קומט דער עומר פון שעורים, אַנדערש פון אַלע מנחות. אויף מנחת קנאות זאָגט די משנהי) אַ טעם, כשם שמעשי' מעשה בהמה כך קרבנה מאכל בהמה, וואָס איז אָבער דער טעם אויף מנחת העומר? ב) וויבאַלד אַז בפּסח איז אסור חמץ, ווייל חמץ ווייזט אויף ישות און אויפן יצר הרעי), איז פאַרוואָס עפּעס אַ גאַנץ יאָר איז דאָס מותר ביז אַז שבועות איז דאָס ניט נאָר מותר נאָר די מצוה איז דוקא פון חמץ?

ח. די דריי ענינים זיינען מרומז אויך אין פּסוק משכני אחריך נרוצה הביאני המלך חדריו. משכני גייט אויפן זמן פון יציאת מצרים, אחריך נרוצה — אויפן זמן פון ספירת העומר, און הביאני המלך חדריו — אויף מתן תורה.

די דערקלערונג אין דעם איז;

דער חילוק פון „משכני" מיט „נרוצה" איז אין עטלעכע ענינים) א) משכני איז דער טייטש ציען. לשון משיכה, נרוצה — לויפן. ב) משכני איז דער טייטש דו צי מיך. כנסת ישראל זאָגט צום אויבערשטן, זיי מיר מושך — מלמעלה. אחריך נרוצה, מיר וועלן אַליין לויפן — מלמטה למעלה. ג) משכני איז לשון יחיד און נרוצה — לשון רבים.

267ט. בשעת יציאת מצרים, זיינען די אידן געווען משוקע במ"ט שערי טומאה, זיי זיינען קיין כלים ניט געווען צו אלקות, ואת ערום וערי'. מער ניט וואָס נגלה עליהם מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא בכבודו ובעצמו און האָט זיי אַרויסגעשלעפּט פון מצרים.

וויבאַלד אַז דאָס איז געקומען ניט מצד זייער עבודה נאָר מצד אַ גילוי אור מלמעלה, במילא האָט זיי דער גילוי ניט איבערגעמאַכט אין אַ פּנימיות, וואָרום זיי זיינען דאָך צו דעם קיין כלים ניט געווען, מער ניט וואָס מצד דעם גילוי אור האָבן זיי זיך געצויגן צו ג־טלעכקייט.

אויך איז פאַרשטענדלעך, אַז דער גילוי אור האָט אָנגערירט נאָר דעם נפש האלקית, וואָס זי איז אַ כלי צו הערן ג־טלעכקייט, אָבער ניט דעם נפש הבהמית. ד. ה. אַז בשעת יציאת מצרים זיינען זיי נאָך ניט פּטור געוואָרן פון דעם רע שבקרבם, וואָרום נפש הבהמית איז נאָך געבליבן בתקפה.

דערמיט פאַרענטפערט דאָך דער אַלטער רבי*11)), וואָס עס שטייט, כי ברח העם. וואָרום אין פלוג איז ניט פאַרשטאַנדיק, אויב מען וואָלט זאָגן פּרעה'ן ער זאָל זיי אַרויסלאָזן פריי אויף שטענדיק וואָלט ער דאָך דאָס מוזן טאָן, היינט פאַרוואָס האָבן זיי געדאַרפט אַנטלויפן 1 דערקלערט דער אַלטער רבי, וויילע בשעת יציאת מצרים איז נאָך דער רע ביי די אידן געווען בתקפו, האָט מען דערפאַר געדאַרפט אַנטלויפן.

י. לויט דעם איז פאַרשטאַנדיק דער לשון משכני, אין אַלע דערמאָנטע דיוקים;

א) לשון משיכה. קנין משיכה איז ניט גלייך צו קנין חזקה. אין משיכה טוט ער גאָר ניט אין דער עצם זאַך, די זאַך בלייבט ווי פריער, עס גייט נאָר איבער מרשות המוכר לרשות הקונה. אַזוי אויך בשעת יציאת מצרים, איז קיין שינוי אין זייער פּנימיות נאָך ניט געוואָרן, מער ניט וואָס זיי זיינען אַריבער פון מצרים ערות הארץ אין רשות הקדושה.

ב) מלמעלה — וויילע עס איז נאָך ניט געווען קיין עבודה.

ג) לשון יחיד — וויילע דער גילוי אור האָט דערנומען נאָר דעם נפש האלקית און ניט דעם נפש הבהמית.

יא. די כוונה איז דאָך אָבער אַז דער נפש האלקית זאָל מברר זיין אויך דעם נפש הבהמית. וואָרום אויב צוליב דעם נפש האלקית אַליין, האָט די נשמה געקענט בלייבן למעלה, וואָרום הנשמה עצמה אינה צריכה תיקון כלל, ותכלית ירידתה למטה איז בכדי צו מברר זיין דעם נפש הבהמיתלח), ווי עס שטייט, בכל לבבך זאָגן די רז"ל, בשני יצרךכד). און דורך דעם וואָס דער נפש האלקית איז מברר דעם נפש הבהמית, קומט צו אַן עלי' אויך אין נפש האלקית, מצד דער מעלה פון נפש הבהמית, אַזוי ווי עס שטייט, ורב תבואות בכוח שורכד).

דער חילוק פון אַ מענטשן מיט אַ בהמה איז; אַ מענטש, וויבאַלד ער

268איז אַ בעל שכל, איז זיין רצון ומדות ניט מיט אַזאַ תוקף, ווייל זיי ווערן אָפּגעשוואַכט דורך דעם וואָס זיי ווערן קאָנטראָלירט פון שכל. דאָקעגן אַ בהמה, זיינען אַלע אירע רצונות מיט אַ גרויסן תוקף. אַזוי אויך אין אַ מענטשן גופא, איז דער רצון פון נפש האלקית האָט ניט אַזאַ שטאַרקן תוקף ווי דער רצון פון נפש הבהמית. און בשעת דער נפש האלקית פּועל'ט אין דעם נפש הבהמית אַז זיין רצון — וואָס איז מיט אַ תוקף — זאָל זיין אין אלקות, דורך דעם ווערט אויך אין נפש האלקית אַ רצון תקיף צו אלקות.

לויט דעם וועט מען אויך פאַרשטיין דעם טעם וואָס מנחת העומר קומט פון שעורים, מאכל בהמה, וויילע דער ענין פון עומר איז דער בירור פון נפש הבהמית.

יב. דער אופן פון בירור המדות קומט דורך התבוננות. בשעת ער איז זיך מתבונן אין אלקות, ווערט ער נתעורר באהבה וביראה.

בתחילת העבודה, ווען ער איז נאָך משוקע אין שערי טומאה, ד. ה. בשעת עס איז נאָך רעכט צו טאָן אַ דבר איסור רחמנא לצלן, איז ניט קיין צייט אויף התבוננות, דעמאָלט מוז זיין גלייך דער „ברח העם", כופה זיין זיך און אַנטלויפן פון רע. אָבער נאָך דעם ווי ער איז שוין אַרויס פון מצרים ערות הארץ, צו תאות איסור איז ער שוין ניט שייך און ער דאַרף זיך כופה זיין נאָר אין תאות היתר, דעמאָלט איז אַ צייט אויף התבוננות און אתהפּכא, איבערמאַכן די מדות אין אַ פּנימיות.

יג. לויט דעם וועט מען פאַרשטיין דעם לשון נרוצה — אין די דערמאָנטע דיוקים

א) לויפן, ניט גיין. די רצונות פון נפש הבהמית זיינען דאָך בתוקף ומרוצה כנ"ל, איז ווען מען פּועל'ט דורך עבודה אַז אויך דער נפש הבהמית זאָל וועלן אלקות, דאַן איז זיין רצון צו אלקות שטאַרקער פון דעם רצון פון נפש האלקית.

ב) מלמטה למעלה — וויילע עס איז געקומען דורך עבודה.

ג) נרוצה לשון רבים — די עבודה איז ניט נאָר מצד דעם נפש האלקית נאָר אויך מצד דעם נפש הבהמית.

און אויף ביידן זאָגט ער נרוצה לשון מרוצה — אַז אויך אין נפש האלקית ווערט אַ מרוצה, ווי גערעדט פריער אַז כאָטש דער נפש האלקית מצד עצמה איז במדידה והגבלה, דורך דעם אָבער וואָס ער פּועל'ט אַ מרוצה צו אלקות אין נפש הבהמית, ווערט אויך אין אים אַ מרוצה, וואָס דאָס איז די עלי' וואָס ווערט אין נפש האלקית.

יד. נאָך דער עבודה פון ספירת העומר קומט מען צו צום גילוי פון מתן תורה, וואָס בעת מתן תורה איז געווען ביטול במציאות. דער ענין פון בירור המדות איז ניט קיין ביטול במציאות, עס קומט דאָך דורך שכל און התבוננות, שטייט ער דאָך אין זיין מציאות, אָבער בשעת מתן תורה איז על כל דיבור ודיבור פּרחה נשמתםכח).

269לויט דעם וועט מען פאַרשטיין דעם טעם וואָס חמץ איז מותר אַ גאַנץ יאָר, ביז אַז בשבועות מאַכט מען דערפון אַ מצוה, כאָטש בפּסח איז עס אסור.

ביים אָנהויב פון דער עבודה, ווען דער רע איז נאָך בתקפו, מוז מען אַוועקלייגן דעם שכל — חכמים המה להרע)). בשעת ספירת העומר, ווען ער האַלט אין מיטן דער עבודה, קען ער פאַרטראָגן שכל, עס מוז ניט זיין חכמים המה להרעיא). דורך הקדמת ספירת העומר ווערט בירור כל הרע, ביז אַז ער איז בביטול במציאות, אַז זיין גאַנצער מציאות איז אלקות, — דאַן איז די מצוה בחמץ דוקא, וואָרום זיין שכל און טעם ודעת דאַרפן זיין אַ כלי צו אלקות.

טו. רז"ל זאָגןב): בכל דור ודור ובכל יום ויום חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא היום ממצרים, יעדער טאָג דאַרף מען דורכלעבן יציאת מצרים, במילא זיינען די אַלע דריי דערמאָנטע פּרטים פון יציאת מצרים פאַראַן אויך אין עבודת האדם יעדן טאָג.

התחלת עבודת היום איז מודה אני כו' הודו להוי', בחינת הודאה. ער האָט ניט קיין פאַרשטאַנד און האָט ניט קיין געפיל, עס איז נאָר אַ הודאה און אַ כללות'דיקער אַוועקגעבן זיך צו אלקות. דוגמת העבודה פון אָנהויב יציאת מצרים — חודש ניסן.

דערנאָך איז די עבודה פון פּסוקי דזמרה און ברכות קריאת שמע און קריאת שמע, וואָס דאָס איז די עבודה פון התבוננות (אַפילו בפּסוק ראשון דק"ש שמע — הבנה והשגה), און איבערמאַכן די מדות ביז מען קומט צו צו די העכסטע מדריגות אין אהבת הוי', בכל לבבך, בכל נפשך ביז צו ובכל מאדך. דוגמת העבודה דחודש אייר, דער גאַנצער חודש — ספירת העומר.

דאָס איז דאָך אָבער ווי ער איז נאָך במציאותו. דערנאָך קומט מען צו צו שמונה עשרה, כעבדא קמי' מארי'כ), ביטול במציאות, אַז ער קען גאָר ניט ריידן, נאָר אד' שפתי תפתח, ער איז נאָר כעונה אַחרי הקורא. דוגמת העבודה דחודש סיון.

טז. לויט דעם וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס עס שטייט ממחרת השבת דוקא און ניט ממחרת הפּסח.

בכדי מען זאָל קענען מברר זיין אויך דעם נפש הבהמית, דאַרף מען אויף דעם האָבן אַ כוח עליון ביותר. כמאמר80)), כל הגבוה גבוה ביותר יורד למטה מטה יותר.

און אַזוי ווי ביי יציאת מצרים, מצד דעם וואָס אידן זיינען געווען משוקע אין מ"ט שערי טומאה, האָט געמוזט זיין דער גילוי פון בכבודו ובעצמו, וואָס דוקא ער האָט זיי געקענט אַרויסשלעפּן פון דאָרטן, און ווי עס ווערט דערקלערט אין כתבי האריז"ליא) אַז אַ מלאך אָדער שרף270וכו' איז ניט נאָר וואָס זיי וואָלטן ניט געקענט קיינעם אַרויסשלעפּן פון דאָהטן, נאָר אדרבה אויך זיי וואָלטן דאָרטן איינגעשלונגען געוואָרן;

וואָס דאָס איז דאָך ניט מער ווי דער אַרויסגיין פון רע, היינט מכל שכן בענין ספירת העומר וואָס מען דאַרף איבערמאַכן דעם נפש הבהמית אַליין, איז אַ ודאי אַז מען דאַרף אויף דעם האָבן אַ כוח עליון ביותר, וואָס ער זאָל זיך קענען אַראָפּלאָזן למטה און פּועל זיין אין דעם רע.

דערפאַר זאָגט ער ממחרת השבת; שבת איז די העכסטע מדריגה פון זמן, אָבער דאָס איז אויך בגדר הזמן, בגדר שבעת ימי ההיקףלח), אין שבעת ימי ההיקף גופא — איז דאָס די העכסטע דרגא. וכמאמר רז"ליח) על פּסוק ויכל אלקים ביום השביעי, מה הי' העולם חסר מנוחה בא שבת באַ מנוחה, מנוחה פון שבת איז שייך און אַן ענין אין עולמות. ממחרת השבת אָבער איז העכער פון שבת, אור שלמעלה מהשתלשלות.

און דאָס מיינט וספרתם לכם ממחרת השבת — בכדי עס זאָל זיין דער וספרתם לכם, נעמען די מ"ט ימים, די מדות פון נפש הבהמית, און מברר ומזכך זיין זיי (וספרתם מלשון ספירות ובהירותכד)), מוז מען נעמען פון מחרת השבת, למעלה מהשתלשלות.

(מלוקט מד"ה וספרתם תשי"א,

להבין ענין מתן תורה, תשי"ג)

יז. דער דין ביי ספירת העומר איז, אַז אויב מען פאַרפעלט ח"ו איין טאָג צו ציילן, ציילט מען די איבעריקע טעג אָן אַ ברכהכח).

דער טעם אויף דעם*1)) עס איז דאָ אַ דעה אַז די ניין און פערציק ימי הספירה זיינען באַזונדערע מצוות, ובמילא, אַפילו אויב מען פאַרפעלט אַ טאָג, האָט עס ניט צו טאָן מיט די איבעריקע טעג, וואָרום יעדער טאָג איז דאָך אַ באַזונדער מצוה.

נאָך אַ דעה איז, אַז ימי ספירה זיינען איין מצוה — צו ציילן ניין און פערציק טעג, תמימות. ובמילא, אויב מען פאַרפעלט אַפילו איין טאָג, פעלט שוין אין תמימות, און מען קען שוין די מצוה מער ניט מקיים זיין. ולהלכה פירט מען זיך אַז מען ציילט די איבעריקע טעג אָבער אָן אַ ברכה.

איז ניט פאַרשטאַנדיק; אויב מען נעמט אָן אַז אַלע ניין און פערציק טעג זיינען איין מצוה, היינט ווי אַזוי מאַכט מען אַ ברכה אויף יעדער מאָל ציילן, ניין און פערציק ברכות, מען האָט דאָך געדאַרפט מאַכן ניט מער ווי איין ברכה, בתחילה אָדער בסוףז

אויך איז ניט פאַרשטאַנדיק; נאָך דער דעה, ווען מען פאַרפעלט איין מאָל ציילן, איז דאָך דאָס נוגע ניט נאָר צו די שפּעטערדיקע טעג נאָר אויך צו די פריערדיקע, עס איז דאָך איין מצוה, האָט געדאַרפט זיין דער דין אַז ביז צום לעצטן טאָג זאָל מען ניט קענען מאַכן קיין ברכה, מצד דעם חשש טאָמער וועט ער271פאַרגעסן צו ציילן, וועלן די פריערדיקע ברכות זיין לבטלהמא).

קען מען זאָגן; באמת זיינען דאָס טאַקע ניין און פערציק באַזונדערע מצוות. יעדע נאַכט איז אַ באַזונדער מצוה. די מצוה איז אָבער, אַז די ערשטע נאַכט זאָל מען ציילן די ערשטע ספירה, די צווייטע נאַכט די צווייטע ספירה, די דריטע נאַכט די דריטע, א. א. וו. במילא, אויב מען פאַרפעלט איין מאָל צו ציילן, קען מען שוין ניט ציילן ווייטער. ולדוגמא: אויב מען פאַרפעלט די צווייטע נאַכט, קען מען ניט זאָגן שפּעטער היום שלשה ימים, ארבעה ימים וכו', — עס קען דאָך ניט זיין קיין דריטע און פערטע אָן אַ צווייטע, ובמילא קומט אויס, אַז פאַרפעלן איין מאָל ציילן, איז אַ חסרון נאָר אין די ווייטערדיקע טעג אָבער ניט אין די פריערדיקע, וויבאַלד יעדער טאָג איז אַ באַזונדער מצוה.

יח. עס איז דאָ אַ חקירה בענין ספירה, צי דער עצם ענין ספירה, ציילן, איז אַ מציאות, און די תורה זאָגט אַז די מציאות בענין העומר שמיטה ויובל וכו' זאָל זיין אַ מצוה; אָדער אַז מצד עצמה, אָן דער מצוה, איז עס גאָר קיין מציאות ניט. וואָרום מספּר לעצמו איז קיין מציאות ניט, נאָר מצד המצוה, איז מצותי' אחשבי', ווערט עס אַ מציאות.

די נפקא מינה פון דער חקירה לדינא איז; אַן עבד שנשתחרר באמצע ימי הספירה, ובעת ער איז געווען אַן עבד האָט ער געציילט ספירה, צי קען ער איצטער ציילן מיט אַ ברכה; אויב מען וועט זאָגן אַז דער עצם ענין פון ספירה איז אַ מציאות, איז וויבאַלד ער האָט אויך פריער געציילט, קען ער שפּעטער ציילן מיט אַ ברכה. אויב אָבער מען וועט זאָגן אַז די גאַנצע מציאות הספירה איז נאָר מצד המצוה, איז וויבאַלד אַז פריער איז עס ביי אים קיין מצוה ניט געווען, איז דאָך די מציאות ניט געווען, פּונקט ווי ער וואָלט ניט געציילט, במילא קען ער איצטער קיין ברכה ניט מאַכן.

— גר שנתגייר באמצע ימי הספירה — איז קיין שאלה ניט, ווייל ער ווערט דאָך אַ נייער מענטש, כקטן שנולד. —

די שאלה קלערט אויך דער מנחת חינוךח), ער קלערט דאָס אָבער ניט מצד וואָס עס פעלט במציאות הספירה, נאָר לויט דער סברא אַז די גאַנצע ניין און פערציק טעג זיינען איין מצוה. ובמילא איז זיין שאלה ניט נאָר בעבד שנשתחרר נאָר אויך בקטן שנתגדל באמצע ימי הספירה. וויבאַלד אַז זיין שאלה איז מצד דעם וואָס אַלע טעג זיינען איין מצוה, איז די שאלה שייך אויך ביי קטן שנתגדל, כאָטש אַז ביי אַ קטן איז אויך פריער פאַראַן אַ מצוה מצד החינוך, וויבאַלד אָבער אַז דאָס איז נאָר מדרבנן, קען מען זאָגן, אַז מצוה דרבנן העלפט ניט להשלים מצוה דאורייתא.

אָבער לויט ווי עס איז דערקלערט געוואָרן, אַז יעדער טאָג איז אַ באַזונדער מצוה, און דער טעם איז נאָר272וואָס עס קען ניט זיין קיין דריטער טאָג אָן אַ צווייטן וכו', במילא איז דאָך דאָס וואָס מען דאַרף אָנקומען צו די פריערדיקע טעג איז דאָס ניט צו דער מצוה שבהם, נאָר צו דער מציאות שבהם, איז דערפאַר די שאלה נאָר לגבי עבד שנשתחרר, וויבאַלד אַז פריער איז כלל קיין מצוה ניט געווען בספירתו, איז ניטאָ די מציאות, אָבער ביי קטן שנתגדל איז עס קיין שאלה ניט, וואָרום אויך אַ מצוה דרבנן, איז מצותי' אחשבי', מאַכט אַ מציאות.

יט. היוצא מזה; עס איז דאָך אחכה לו — למשיח — בכל יום שיבוא, היינט ביינאַכט, צי מאָרגן אינדערפרי, אין מיטן די ימי הספירה.

— דער צמח צדק האָט אַמאָל גערעדט וועגן ביאת המשיח אין אַזאַ זמן וואָס שטייט אַז ער קען ניט קומען. האָט איינער אַ פרעג געטאָן; היתכן? עס שטייט דאָך אַז אין דער צייט קען ער ניט קומען? האָט אים דער צמח צדק געענטפערט; זאָל ער קומען, און אַז ער וועט קומען וועט מען דאָך פאַרענטפערן אַלע קשיות, וועט מען פאַרענטפערן אויך די קשיא —

איז אַפילו לדעת הפּוסקים אַז מצות ספירת העומר בזמן הזה איז נאָר מדרבנן*)), וועט מען דאַן אויך קענען ציילן מיט אַ ברכה, כנ"ל.

כ. עס שטייט אין דברי רז"ל, און אין רמב"ן איז ער אין דעם מאריך, אַז די מצות וואָס מען איז מקיים איצטער זיינען ציונים צו די מצות דלעתיד, ווי מיר זאָגן, ושם נעשה לפניך כו' כמצות רצונך, אַז לעתיד דוקא וועט זיין כמצות רצונך, אָבער די מצות וועלכע מען איז מקיים איצטער זיינען זיי ניט בתכלית השלימות און זיי זיינען בדוגמת הכנה צו די מצוות פון לעתידמ).

פונדעסטוועגן, דאַרף מען ניט ממעט זיין חס ושלום אין דער טייערקייט פון מצוות דעכשיו, וואָרום דוקא דורך זיי קומט מען צו צו די מצוות דלעתיד, וידוע*1)*) אַז הגורם לדבר איז העכער פון דער זאַך וועלכע ער איז גורם,

ובפרט זעט מען דאָס במצות הספירה — וואָס כללות ענין הספירה איז אָן הכנה צו מתן תורה — אַז דוקא דורך דעם וואָס מען ציילט איצטער ספירה, וועט מען קענען ציילן אויך לעתיד מיט אַ ברכה,

וואָס פון דעם זעט מען דאָך די מעלה פון דער עבודה פון איצטער בזמן הגלות, וכמאמר רז"ל2*)): יפה שעה אַחת בתשובה ומעשים טובים בעולם הזה מכל חיי עולם הבא.

(משיחת אחש"פ, תשי"ג)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-tvaqrgtg

Copies

Recent activity

#109 Likkutei Sichos vol 1: machine reading · approved

Sources