עברית
Library

Likkutei Sichos

Terumah

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

162תתף זיין אין דעם, דערפאַר זאָל יעדער איינער געבן אין דער קופּה.

וואָס דאָס שטימט מיט דער פּרשת שקלים וואָס מען לייענט היינט, און ווי עס איז באַוואוסט דער וואָרט פון אַלטן רבי'ן אַז מ'דאַרף לעבן

פרשת

א. אין אָנהויב פון דער היינטיקער סדרה שטייט דריי מאָל דער וואָרט „תרומה"; א) ויקחו לי תרומה; ב) אשר ידבנו לבו תקחו את תרומתי; ג) וזאת התרומה אשר תקחו מאתם זהב וכסף ונחושת. זאָגט אויף דעם די גמראא), אַז די דריי תרומות זיינען: תרומת בקע לגולגולת שנעשו מהם האדנים (א תרומה וואָס יעדער איד האָט געדאַרפט געבן אַ מחצית השקל, פון וועלכן מען האָט געמאַכט די שוועלן צום משכן). תרומת המזבח בקע לגולגולת לקופות לקנות מהם קרבנות ציבור (די תרומה פון מחצית השקל וואָס יעדער איד האָט געדאַרפט געבן, פון וועלכן מען האָט געקויפט קרבנות ציבור). תרומת המשכן נדבת כל אחד ואחד (די תרומה פאַרן משכן און זיינע כלים).

עס איז פאַראַן אָבער צווישן זיי אַ חילוק. די תרומות וועלכע מען האָט גענוצט פאַר די קרבנות און פאַר די אדנים זיינען געווען בקע לגולגולת, אַ האַלבן שקל פאַר יעדן — אַלע גלייך. אָבער די תרומה צוליב דעם משכן וכליו, איז ניט געמיט דער צייט, מיט דער קריאה אין תורה פון דער צייט, וואָס אין מחצית השקל האָבן זיך אַלע אידן משתתף געווען.

(משיחת שבת פרשת משפטים, פרשת שקלים תשח"י)

תרומה

ווען אין דעם קיין באַשטימטער סכום, נאָר וויפיל יעדער איינער האָט געוואָלט געבן.

דאַרף מען פאַרשטיין, פאַרוואָס זיינען תרומת קרבנות און תרומת אדנים אַנדערש פון דער תרומה פאַר די איבעריקע באַדערפענישן פון דעם משכן?

ב. דאָס וואָס תרומת המזבח איז בקע לגולגולת, פאַר אַלעמען גלייך, איז פאַרשטאַנדיק, ווייל תרומת המזבח איז צוליב „לכפּר על נפשותיכם" (וכדפּירש רש"י, אַז דאָס גייט אויף תרומת המזבח לקנות מהם קרבנות ציבור, „שהקרבנות לכפּרה הם באים"), ד. ה. אַ כפּרה אויפן חטא העגל, ווי עס שטייט אין ירושלמי און אין מדרש.

דער חטא פון עגל איז געווען אַ חטא כללי, וואָס האָט אָנגערירט ניט נאָר די וואָס האָבן זיך דערין באַטייליקט, נאָר אויך שבט לוי, וועלכע האָבן זיך ניט באַטייליקט אין דעם חטא, און אַפילו משה רבינו, וואָס ער איז בשעת מעשה אַפילו גאָרניט געווען אין אָט די ד' אמות, ד. ה. ער איז גאָרניט געווען אַפילו אין דעם גדר פון מי שיש בידו למחות כו' (וואָס מיט זיינע מעגלעכקייטן האָט163ער געקענט פאַרווערן), פונדעסטוועגן האָט אויך אים אָנגערירט דער חטא, אַזוי ווי עס שטייט; „לך רד" ואמרו רבותינו ז"לב): רד מגדולתך (נידער אַראָפּ פון דיין גרויסקייט).

אַזוי ווי חטא העגל איז געווען אַן ענין אין וועלכן כלל ישראל, אַלס שלימות פון כלל, איז דורכגעפאַלן, ד. ה. אַז דאָס איז געווען אַ קלקול כללי, דערפאַר האָט אויך דער תיקון און די כפּרה אויף דעם געדאַרפט זיין דורך אַן ענין כללי, וואָס אַלע האָבן געדאַרפט געבן גלייך, וואָרום עס איז געווען אַן ענין פון כלל ישראל.

ג. פאַרשטיין דעם ענין מער אויספירלעכער

עס איז באַוואוסט, אַז חטא העגל איז אין דעם סוג פון חטא עץ הדעת. דורך חטא עץ הדעת ירדה זוהמא לעולם, ובשעת מתן תורה פּסקה זוהמתן ועל ידי חטא העגל חזרה)).

דערפון איז מובן, אַז מען קען קלערער פאַרשטיין דעם ענין פון חטא העגל דורך אַריינטראַכטן אין וואָס עס איז באַשטאַנען דער חטא עץ הדעת, און אין דעם ענין פון מתן תורה.

אין אָנהויב פון דער בריאה איז געווען „עולם על מילואו נברא")), און „עיקר שכינה בתחתונים היתה" דורך דעם חטא עץ הדעת איז ירדה זוהמא לעולם, און צוליב דעם איז די וועלט ניט געווען קיין כלי צו אלקות בגילוי. ווי עס איז באַוואוסט, אַז הגם קיימו האבות כל התורה עד שלא ניתנה (כאָטש די אבות האָבן מקיים געווען די גאַנצע תורה איידער זי איז געגעבן געוואָרן), איז דאָס אָבער ניט געווען פאַרבונדן מיטן גשם פון וועלט באופן פּנימי, וואָרום רוחניות מיט גשמיות זיינען געווען ווייט איינע פון די צווייטע — רוחניות האָט ניט געקענט שטיין אין גשמיות אין אַ פּנימיות און אין אָן אופן פון קליטהח).

דער אויפטו פון מתן תורה איז געווען, אַז עס איז אַראָפּ די זוהמא, עס איז געוואָרן אַן אויסלייטערונג אין וועלט, און דערפאַר קענען זיין תורה ומצוות אין דברים גשמיים בפּנימיות, מען זאָל קענען מאַכן פון גשמיות אַ כלי צו ג־טלעכקייט.

חטא העגל האָט מעורר געווען צוריק די זוהמא פון חטא עץ הדעת אין כללות העולם.

דער אויפטו פון מתן תורה איז זיכער געבליבן אויך נאָכן חטא העגלט), וואָרום אויך איצטער איז דאָ אַ חילוק צווישן אידן מיט, להבדיל, ניטאידן. ביי אידן איז אויך איצטער געבליבן תורה ומצוות בגשמיות, וואָס זייער ענין איז צו באַהעפטן און פאַראיינציקן גשמיות מיט אלקות. אָבער פונדעסטוועגן איז אַ געוויסע מאָס זוהמא צוריקגעקומען, און די זוהמא איז ניט נאָר אין אנשים פּרטיים און ענינים פּרטיים, נאָר אויך אין כללות העולם.

דער תיקון אויפן חטא העגל איז מחצית השקל, וואָס ביי דעם שטייט; זה יתנו, „זה" לשון גילוי, כמרז"ל: כל אחד ואחד מראה באצבעו ואומר164זה א־לי), ד. ה. אַז דורך מחצית השקל און עבודת הקרבנות, און בזמן הזה דורך עבודת התפילה וואָס במקום קרבנות תיקנום, נעמט מען אַראָפּ די זוהמא און מען איז ממשיך צוריק גילוי אלקות אין וועלט.

דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז סיי דער חטא העגל, סיי דער תיקון אויף דעם, זיינען ענינים כלליים.

ד. דערמיט וועט מען פאַרשטיין כמה דינים וואָס זיינען געווען אין מחצית השקל;

א) די געלט וואָס יעדער איינער האָט געגעבן איז געוואָרן ממון ציבור. יעדער איינער האָט געגעבן זיינע אייגענע געלט, אָבער ער האָט דאָס געדאַרפט אַוועקגעבן אויף אַזאַ אופן אַז עס זאָל ווערן אויס ממון יחיד, אויך ניט קיין שותפות פון עטלעכע יחידים, נאָר ציבורגעלט.

ב) פאַר די געלט פון מחצית השקל האָט מען געקויפט קרבנות ציבור דוקא.

דער רמב"ם אין זיין הקדמה צו פּירוש המשניות (סדר קדשים) דערקלערט, אַז ס'זיינען פאַראַן פיר מינים אין קרבנות; א) קרבנות ציבור, ב) קרבן יחיד, ג) קרבן ציבור דומה לקרבן יחיד, ד) קרבן יחיד דומה לקרבן ציבור.

קרבן ציבור זיינען די קרבנות וואָס האָבן אַ באַשטימטן זמן און מען איז זיי מקריב אַלס ציבור, אַזוי ווי תמידין און מוספין. קרבן יחיד זיינען די קרבנות וואָס האָבן ניט קיין באַשטימטן זמן און יעדער איינער איז זיי מקריב אַלס יחיד. קרבן ציבור דומה לקרבן יחיד זיינען די קרבנות וואָס מען איז זיי מקריב אַלס ציבור, זיי האָבן אָבער ניט קיין באַשטימטן זמן, אַזוי ווי פּר העלם דבר. קרבן יחיד דומה לקרבן ציבור זיינען די קרבנות וואָס מען איז זיי מקריב אַלס יחיד, אָבער זיי האָבן אַ באַשטימטן זמן, אַזוי ווי קרבן פּסח.

קרבן יחיד, אויך קרבן יחיד וואָס דומה לקרבן ציבור, האָט מען ניט געקויפט פון די געלט פון מחצית השקל. וועגן קרבן ציבור דומה לקרבן יחיד איז פאַראַן אַ פּלוגתא*, און די הלכה בלייבט, אַז אויך אויף זיי האָט מען ניט גענומען פון מחצית השקל, נאָר דוקא אויף קרבן ציבור ממש האָט מען גענומען פון מחצית השקל.

דער טעם פּנימי אויף ביידע דינים. וויבאַלד אַז מחצית השקל איז געווען אַן ענין כללי, האָט עס געדאַרפט זיין ממון ציבור און מען האָט עס פאַרנוצט אויף קרבנות ציבור ממש.

ה. דאָס איז די דערקלערונג פאַרוואָס תרומת המזבח האָבן געגעבן אַלע גלייך. אָבער בנוגע תרומת האדנים איז ניט פאַרשטאַנדיק, פאַרוואָס האָט אין דעם געדאַרפט זיין בקע לגולגולת דוקא?

נאָך מער איז ניט פאַרשטאַנדיק; די אדנים זיינען דאָך אַ טייל פון משכן, קומט דאָך אויס אַז ביידע תרומות (תרומת האדנים און תרומת המשכן) זיינען נאָר צוליב דעם משכן און זיינע כלים (וואָס דערמיט טיילן זיי זיך אויס פון תרומת המזבח), היינט פאַרוואָס טיילן זיי זיך גופא אויף צוויי באַזונדערע תרנמות, וואָס165זיינען פאַרשידן אויך אין זייערע דינים, תרומת המשכן איז „איש כפי אשר ידבנו לבו" און תרומת האדנים — „בקע לגולגולת"?

ו. דער ירושלמי טייטשט אויס די דריי מאָל תרומה וואָס אין פּסוק, יעדער איינער, אויף וועלכער תרומה זי איז מרמז; ויקחו לי תרומה גייט אויף תרומת האדנים; תקחו את תרומתי — אויף תרומת המזבח; וזאת התרומה אשר תקחו מאתם גו' — אויף תרומת המשכן.

דער אופן הלימוד אין פּסוק איז;

ביי וזאת התרומה אשר תקחו מאתם זאָגט ער זהב וכסף ונחושת וגו', די אַלע דרייצן צי פופצן זאַכן — גייט דאָס אויף נדבת המשכן. ביי דעם פּסוק תקחו את תרומתי זאָגט ער אשר ידבנו לבו, דערפאַר גייט עס אויף קרבנות וואָס אין זיי איז נוגע מחשבה שבלב (אַזוי אויך תפילות שכנגד תמידין תקנום, איז דאָך תפילה — עבודה שבלבי), דער עיקר פון תפילה איז מחשבה).

בלייבט איבער דער פּסוק פון ויקחו לי תרומה, וואָס גייט אויף די אדנים.

לויט דעם — שטייט דער וואָרט „לי" ביי דער תרומה פון אדנים דוקא.

באמת גייט דער ויקחו „לי" אויף אַלע דריי תרומות, און נאָך טיפער — אויף כללות התורה והמצוות, ווי עס שטייט אין תניא בשם הזוהריא), אַז דורך תורה ומצוות איז ויקחו לי — אותי אתם לוקחים, אָבער פונדעסטוועגן שטייט דער וואָרט „לי" בפירוש ביי אדנים דוקא.

זעט מען דערפון נאָך אַ חילוק פון די אדנים מיט די איבעריקע טיילן פון משכן (און די קרבנות), וואָס אין די אדנים דוקא איז דער „לי" בגילוי, וכל מקום שנאמר לי אינו זז לעולםיב).

ז. דעם חילוק פון די אדנים מיט די אַנדערע טיילן פון משכן אין ביידע דערמאָנטע חילוקים, וועט מען פאַרשטיין דערקלערנדיק פריער דעם ענין פון אדנים אין נפש האדם.

אויפן פּסוק ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם, זיינען מדייק די רז"ליג) ; בתוכו לא נאמר אלא בתוכם בתוך כל אחד ואחד מישראל. במילא איז מובן, אַז אויך אין דעם משכן ומקדש הרוחני וואָס אין יעדן אידן, זיינען פאַראַן אַלע טיילן פון דעם משכן, אויך דער טייל פון די אדנים.

ח. די אדנים זיינען געווען דער נידעריקסטער טייל פון משכן. פונדעסטוועגן זיינען זיי דוקא געווען דער יסוד פון דעם גאַנצן משכן, אויך פון די קרשים ויריעות, כאָטש זיי זיינען געווען העכער פון די אדנים.

אין עבודת האדם איז דער ענין פון אדנים — שפלות וביטול.

די קרשים בנפש האדם זיינען די כחות פּנימיים, שכל און מדות. דערפאַר זיינען זיי עשר אמות, כנגד עשר כחות הנפשיד). די יריעות זיינען די כחות מקיפים.

166די אדנים זיינען נידעריקער פון אַלע עבודות פּרטיות, דאָס איז דער ענין פון שפלות און ביטול פון קבלת עול. פונדעסטוועגן איז דאָס דוקא דער יסוד פון גאַנצן משכן, ווי מיר זאָגן; ונפשי כעפר לכל תהי', און דורך דעם דוקא איז; פּתח לבי בתורתך ובמצותיך תרדוף נפשי.

ט. דאָס איז אויך דער טעם וואָר תרומת האדנים איז געווען נאָר דעם ערשטן יאָר, אָבער די אַנדערע תרומות זיינען געווען אויך שפּעטער.

דער ענין איז; שפלות און ביטול זיינען דער יסוד און אָנפאַנג פון עבודה, דאָס דאַרף מען האָבן צום אַלעם ערשטן, און דערנאָך, בשעת מען האָט שוין דעם יסוד, דאַרף מען טאָן אין מדריגות פּרטיות אין עבודה.

דערפאַר איז דער אָנהויב פון דער עבודה פון טאָג — מודה אני און הודו להוי', וואָרום הודאה וביטול זיינען התחלת ויסוד העבודה, און דערנאָך קומען די מדריגות פּרטיות; פּסוקי דזמרה, ברכות קריאת שמע, קריאת שמע וכו',

י. לויט דעם וועט מען פאַרשטיין ביידע חילוקים צווישן די אדנים מיט די אַנדערע טיילן פון משכן

אין עבודות פּנימיות — קרשים און יריעות — איז דאָ אַ חילוק פון איינער ביז אַ צווייטער, ווייל יעדער דאַרף דינען דעם אויבערשטן מיט זיינע כחות וחושים. אָבער אין דעם ביטול פון קבלת עול זיינען אַלע גלייך.

דורך וואָס נעמט מען עצמות, „לי" — דורך ביטול דוקא. לא באש הוי', לא ברעש הוי' ולא ברוח הוי', נאָר אין קול דממה דקה — תמן קא אתי מלכא (וכמבואר בארוכה ד' ענינים אלו בעבודת האדם בהמשך תער"ב).

יא. הגם דער יסוד העבודה איז קבלת עול און ביטול, אָבער, ווי גערעדט פריער, איז דאָס נאָר דער יסוד. שלימות העבודה איז, מען זאָל אַוועקגעבן צום אויבערשטן אויך די כחות פּנימיים, שכל און מדות. און אין דעם קען מען ניט יוצא זיין מיט מחצית השקל, נאָר אַזוי ווי דער דין איז ביי קרבנות; עשיר שהביא מנחת עני לא יצאי). ביי יעדן איינעם מאָנט מען, אַז ער זאָל אַוועקגעבן זיין גאַנצן שכל מיט די גאַנצע מדות צום אויבערשטן.

פון דער אַנדער זייט שטייט דאָרט; עני שהביא מנחת עשיר יצא, און ווי מפרשים טייטשן איז ניט נאָר יצא בדיעבד, נאָר אויך לכתחילה, און נאָך מערער; תבוא עליו ברכה.

דער ענין פון דעם אין רוחניות איז; אויך אַן עני בדעת, וואָס עס פעלט אים אין לימוד נגלה דתורה און אַפילו אין קיום המצוות בהידור, אויך ביי אים מאָנט מען ער זאָל לערנען פּנימיות התורה, מנחת עשיר, און דאָס גופא וועט ברענגען אַז תבוא עליו ברכה, עס וועט זיין דער עשר (מאַכן זיך רייך) בשביל שתתעשר, ואין עשיר אלא בדעת, ער וועט זיין אַן עשיר ברוחניות, אין זיינע חושים ויכולת, און עס וועט אַראָפּקומען אויך אין עשירות כפּשוטו בגשמיות, בבני חיי ומזוני רויחי.

(משיחות שבת פרשת משפטים, תשט"ו,

תשח"י)

יב. אויפן פּסוק ועשית את הקרשים למשכן עצי שטים עומדים, איז167מבאר כבוד קדושת מורי וחמי אדוננו מורנו ורבינוי), אַז שטים איז מלשון הטי'* — אָפּנייגונג.

עס איז פאַראַן אַ מיטל־וועג, דאָס איז דער וועג פון שכל און השגה, און דאָס אָפּנויגן פון מיטל־וועג ווערט אָנגערופן „שטים", שטות.

און אין דעם זיינען פאַראַן צוויי אופנים; א) די הטי' למטה מהשכל, שטות דלעומת זה, וכמרז"ל; אין אדם עובר עבירה אלא אם כן נכנס בו רוח שטותיא). ב) די הטי' למעלה מהשכל, שטות דקדושה, ועל דרך מרז"ל אהני לי' שטותי' לסבאיח).

די עבודת המשכן ומקדש איז צו מהפּך זיין שטות דלעומת זה און מאַכן פון איר שטות דקדושה, עיין שם באריכות.

יג. מען קען זיך ניט באַנוגענען מיטן מיטל־וועג, נאָר מען מוז האָבן שטות דקדושה דוקא, למעלה מטעם ודעת.

וואָלט אין וועלט ניט געווען די מציאות פון שטות דלעומת זה, וואָלט דעמאָלט גענוג געווען אויך דער מיטל־וועג. בשעת אָבער אַז דורך חטא עץ הדעת איז געוואָרן אין כללות העולם זוהמא, שטות דלעומת זה, איז מיט וואָס קען מען דאָס בייקומען — מיט שטות דקדושה דוקא.

אַזוי ווי דאָס איז אין כללות העולם, אַזוי אויך ביי יעדן איינעם, אַז אויב ער האָט חוטא געווען און פּוגם געווען און עבר את הדרך, אָדער אַפילו נאָר איינע פון די דריי זאַכן, קען ער דאַן ניט גיין אויפן מיטלוועג, נאָר ער מוז גיין למעלה מדרך המיצוע, און לויט ווי עס ווערט דערקלערט אין אגרת התשובהיט), אַז במקום הקשר דאַרף זיין כפול ומכופל.

אַזוי זאָגט אויך דער רמב"םכ), אַז בכלל דאַרף מען גיין אין מיטל־ווע. אויב אָבער מען איז געגאַנגען אין איין ריכטונג צופיל, איז בכדי דאָס צו מתקן זיין, מוז מען גיין אין דעם צווייטן קצה.

יד. לויט דעם וועט מען אויך פאַרשטיין, וואָס די גמרא באַצייכנט די העכסטע מעלה מיטן וואָרט „ופרצת". לא כאברהם כו' ולא כיצחק כו' אלא כיעקב שכתוב בו ופרצת ימה וקדמה וצפונה ונגבהכא).

אין פלוג איז ניט פאַרשטאַנדיק, וואָס איז אַזוי די גוואַלדיקע מעלה פון „ופרצת", וואָס דאָס איז גרעסער פון אַלע אַנדערע מעלות, וואָס ער רעכנט דאָרטן אויס אין גמרא?

וועט מען עס פאַרשטיין דערקלערנדיק פריער נאָך אַ פּרט אין דעם ענין „ופרצת".

דער וואָרט „ופרצת" באַדייט ניט סתם צעשפּרייטן זיך, נאָר — אַראָפּנעמען מחיצות. אין אַ פעלד איז ניט שייך קיין פּירצה, נאָר ווען עס איז דאָ אַ בנין און אַ מויער, און מען נעמט אַראָפּ פון דעם אַ חלק, הייסט עס פּירצה — „ופרצת".

דעם בנין און גדר — אויף וועלכן מען זאָגט אַז אין אים דאַרף זיין168ופרצת — איז דאָך מוכרח אַז עס איז אַ בנין דקדושה. וואָרום אויב עס איז אַ בנין דלעומת זה, איז דאָך דאָס באמת ניט קיין ענין פון בנין, נאָר אַן ענין פון חורבן און פּירצה (על דרך מרז"ליב) לא נתמלאה צור אלא מחורבנה של ירושלים) און ברעכן אַזאַ בנין איז, אין דער אמתן, ניט קיין ופרצת, נאָר, אדרבה, בנין. אויב תורת אמת רופט עס אָן ופרצת, מוז מען דאָך זאָגן, אַז דאָס איז אַ פּירצה באמתיות.

איז דאָך אין פלוג ניט פאַרשטאַנדיק, וואָס פאַר אַ תכלית און גוטס איז דאָ אין ברעכן אַ בנין, אַזאַ בנין וואָס תורה רופט עס בנין?

אָבער לויט דעם אויב־געזאָגטן וועט מען עס פאַרשטיין; די עבודה איז, שטות דקדושה וואָס איז העכער פון מיטל־וועג, כאָטש דער מיטל־וועג איז דאָך אַ גלייכער וועג על פּי התורה, פונדעסטוועגן דאַרף זיין „ופרצת", אַרויסגיין פון אַלע הגבלות, אויך פון הגבלות וגדרים פון קדושה, וואָס זיי זיינען דאָך בנין.

און דער ענין פון שטות דקדושה שלמעלה מטעם ודעת, העכער פון הגבלות, אַפילו פון הגבלות פון קדושה, דאָס איז נחלת יעקב, בחיר שבאבות — תכלית המעלה, העכער פון נחלת אברהם און פון נחלת יצחק.

טו. די אָנווייזונג פון דעם בנוגע לפּועל איז;

תלמידי הישיבות און יושבי אוהל בכלל דאַרפן זיך ניט באַנוגענען מיט די זמנים הקבועים וואָס זיי האָבן צו לערנען תורה. אַפילו די זמנים קבועים פון מהדרין, און מהדרין מן המהדרין זיינען אויך ווייניק, נאָר עס דאַרף זיין — „ופרצת", אהני לי' שטותי' לסבא, העכער פון טעם ודעת, העכער פון אַלע זמנים הקבועים.

בעלי עסק, וואָס זייער עיקר עבודה איז קיום המצוות און בפרט מצות הצדקה ששקולה כנגד כל המצוות, איז די אַלע דברים הקבועים שבצדקה, און אַפילו צדקה מהמובחר ווי דערקלערט אין פּוסקים ואחרונים, — כאָטש ס'איז אַ בנין מובחר על פּי תורה — איז עס פאַר זיי נאָך אַלץ ווייניק. עס דאַרף זיין ופרצת אָן הגבלות, און ווי עס ווערט דערקלערט אין אגרת התשובהכב) און אגרת הקודשכד), אַז כל אשר לאיש יתן בעד נפשו. און אַפילו די וואָס מיינען, אַז זיי דאַרפן צו דעם ניט אָנקומען ווייל זיי פעלט גאָרניט, — אָבער אין דער עבודה פון יחודים עליונים פעלט דאָך אויך זיי, וואָס די יחודים שלמעלה זיינען דאָך אין סוף, במילא דאַרפן אויך זיי געבן צדקה אין אַן אופן פון ופרצת.

טז. אויף משיח'ן שטייט דער לשון „פּורץ"כח). איז די מצות השעה, בכדי צו ברענגען דעם פּורץ בקרוב — עס זאָל זיין דער לימוד התורה און קיום המצוות ובפרט צדקה אין אַן אופן פון ופרצת.

דורכן לימוד התורה אָן הגבלות פון יושבי אוהל און איבערהויפּט בניהישיבה, און דורכן קיום המצוות ובפרט צדקה אָן הגבלות פון בעלי־169עסק, וועט זיין כלשון המאמרכ): „גג ורצפּה כאחד ממש", תורה וואָס אין רוחניות איז דאָס „גג" (אַ דאָך) און מצוות וועלכע זיינען אָנגעטאָן אין גשמיות'דיקע זאַכן — „רצפּה", וועלן זיין כאחד ממש, און עס וועלן אַראָפּגיין אַלע הבדלות, מחיצות והגבלות, און עס וועט זיין יעלה הפּורץ לפנינו בקרוב ממש.

(משיחת יו"ד שבט, תשי"ט)

הוספה*

מען האָט גערעדט, אַז עס דאַרף זיין דער ענין פון „ופרצת" אין אַלע ענינים.

אַזוי ווי עס איז דאָך דער אָנהויב פון יאָר און פון סדר, דער סדר ההמשכה מלמעלה למטה, איז די ערשטע זאַך דאַרף זיין דער „ופרצת" אין תורה. מען דאַרף לערנען תורה בשופי, ניט קוקן אויפן זייגער.

אויב מען דאַרף דאָס באַוואָרענען יושבי אוהל, איז מכל שכן אַז מען דאַרף דאָס באַוואָרענען בעלי עסק. דער בעל עסק זאָל ניט וועלן יוצא זיין מיט אַ קביעות עתים לתורה ווי עס קומט אויס לדעתו, נאָר עס דאַרף זיין „ופרצת". „פּרק אחד שחרית ופּרק אחד ערבית" — האָט געטייטשט דעם אַלטן רבינ'ס אַ חסיד — אַז דער לימוד התורה דאַרף זיין באופן פון „פּרק אחד" — אַז דער „אחד" זאָל אים פאַנאַנדערנעמען, דעמאָלט איז „שחרית" — ווערט ליכטיק. „ופּרק אחד" — בשעת דער „אחד" נעמט אים פאַנאַנדער, איז „ערבית" — ווערט זיס.

פון תורה דאַרף מען דאָס ממשיך זיין אויך אין עבודה — תפילה, אַז עס זאָל זיין דער „ופרצת" אין עבודת התפילה. ביי יושבי אוהל דאַרף זיין אַ לאַנגע התבוננות פאַרן דאַוונען, בשעת'ן דאַוונען און אויך נאָכן דאַוונען. בעלי עסק, וואָס ביי זיי איז די התבוננות בתפילה באַגרענעצט, פונדעסטוועגן דאַרף די הגבלה אויך האָבן אַ הגבלה, עס זאָל ניט זיין באופן אַז ס'איז אַזוי שנעל און קורץ אַז ס'איז ניטאָ קיין אָרט וואו אַריינשטעקן אַ נאָדל, וואָס דורכן „פּתחו לי כחודו של מחט", איז „אפתח לכם כפתחו של אולם".

פּונקט ווי אין גשמיות, קען ער דאָך אַמאָל אין איין מינוט פאַרדינען פיל מער ווי אַן אַנדער מאָל אין אַ סך שעה'ן, אַזוי אויך, להבדיל, אין דאַוונען, הגם ער האָט ניט קיין סך צייט, אָבער די צייט וואָס ער האָט, דאַרף ער טאָן אין עבודת התפילה, און השם יתברך וועט אים געבן הצלחה, אַז דורך דער ביסל צייט וועט ער אויפטאָן.

תפילה איז דאָך רצוא, איז פון דעם דאַרף מען ממשיך זיין דעם „ופרצת" אויך אין קו פון גמילות חסדים. וואָס דאָס איז דאָך וואָס מען האָט גערעדט באריכות דעם „ותומכי' מאושר", וואָס תומכי' גייט אויף תמכין דאורייתא — מעשר איז דאָך אַ חיוב, און חומש מצד תקנת אושא, און אַפילו יותר מחומש, איז ער דאָך מבאר אין אגרת התשובה ואגרת הקודש, אַז מען דאַרף עס אויך טאָן מצד תיקון אויף ענינים בלתי רצויים. דאָרטן — אין אגרת התשובה ואגרת הקודש — רעדט ער דאָס מצד דעם קו פון תיקון על170עוונות כו', ומכל שכן בשעת דאָס איז אין דעם אַנדער קו37)).

מען דערציילטח), אַז דער בעל שם טוב האָט געגעבן צדקה מער ווי אַ פינפטל, האָט מען אים געפרעגט, עס שטייט דאָך אל יבזבז יותר מחומש? האָט ער געענטפערט, אַז המבזבז איז מלשון ביזה (וואָס איז ביי מלחמות וכיוצא בזה), ד. ה. דער וואָס וויל ניט געבן און ער דאַרף מיט זיך מלחמה האָבן, פּועל'ן בדרך כפי' ובדרך ביזה, אָפּרייסן דאָס ביי זיך, איז אַל יבזבז יותר מחומש. דאַקעגן דער וואָס גיט דאָס בשמחה ובעונג (איז מיט וואָס איז אַנדערש צדקה פון אַנדערע תענוגים און באַדערפענישן אויף וועלכע ער גיט אויס געלט?).

קען מען דאָך טענה'ן, אַז מען האַלט נאָך ניט דערביי אַז די צדקה זאָל זיין

פרשת

א. אויפן פּסוק ויקחו אליך שמן זית זך כתית למאור גו', זאָגן די רז"לא), אַז עס זיינען דאָ דריי סאָרטן שמן, און פאַר דער מנורה האָט מען געדאַרפט האָבן שמן הראשון (דעם ערשטן סאָרט בוימל).

ווי מען האָט שוין גערעדט פיל מאָל, איז יעדער ענין אין תורה — און בפרט ענינים פון משכן און מקדש, בשמחה ובתענוג, איז דאָך אָבער אויף דעם דער „ופרצת". בפרט, ווען מען איז דאָך זיכער אין דעם צוזאָג „ובחנוני נא בזאת" — העלפט עס צו שמחה ותענוג. אויך דאַרף זיין דער „ופרצת" ביי די וואָס אַרבעטן אין די מוסדות הקדושים. פּונקט ווי מען מאָנט ביי די תלמידים זיי זאָלן ניט קוקן אויפן זייגער, אַזוי איז אויך ביי די רמי"ם וכו', אַז ניט זיי דאַרפן „אָפּאַרבעטן" זייערע „אַרבעט־שעות", נאָר מען דאַרף ליגן אין דעם אָן חשבונות וכו'.

און דורך דעם וואָס מען וועט זיך פירן לויט „ופרצת" אין די אַלע אויבנגעזאָגטע ענינים, וועט דער אויבערשטער געבן דעם „ופרצת" יעדן איינעם אויך בעניניו הפּרטים, ביז צו „נחלה בלי מצרים".

(משיחת שמחת תורה, תשי"ט) תצוה

וואָס ווי די רז"ל זאָגן דעם פּירוש פון ושכנתי בתוכם, אַז דאָס מיינט בתוך כל אחד ואחד מישראלז) — פאַראַן אין דער רוחניות'דיקער עבודה פון נפש האדם.

ב. אין תורה זיינען דאָ דריי מדריגות; מים, יין און שמן (וואַסער, וויין און בוימל). גליא דתורה איז מים, רזין דתורה — יין, און רזין דרזין

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-q13skykp

Copies

Recent activity

#109 Likkutei Sichos vol 1: machine reading · approved

Sources