Likkutei Sichos
Va'eira
119דורך דעם אופן פון אתכפיא, הייסט ער אַן עובד אלקים.
און דאָס איז מרומז אין די פּרטי המשל פון שוק של חמרים:
דעם חמור האָט ער ניט געקויפט, ד. ה. דער חמור איז ניט געוואָרן זיינער (ובנמשל הו"ע אתהפכא), ער האָט אים מער ניט ווי געדונגען, ד. ה. אַז דער חמור איז געבליבן אין זיין פריערדיקן רשות, אָבער פונדעסטוועגן רעכנט ער זיך ניט מיט
א. ווי מען האָט שוין אַ סך מאָל גערעדט, אַז אַלע ענינים פון תורה, ניט נאָר די דינים נאָר אויך די סיפּורים, זיינען אַ הוראה (אָנווייזונג) — תורה מלשון הוראה — אין יעדער צייט און אין יעדער אָרט, עד סוף כל הדורות. און דאָס איז דער ענין פון נצחיות התורה.
דאָס הייסט, אַז אפילו די דערציילונגען און געשעענישן, וואָס זיינען פאַרבונדן מיט אַ מעמד ומצב, וואָס איז ניט שייך אין איצטיקע דורות, אָבער מצד נצחיות התורה, זיינען אויך זיי אַ הוראה אין יעדן דור.
אַזוי איז דאָס ביי אַלע סיפּורי התורה, און מכ"ש די סיפּורים וועגן יציאת מצרים.
די מצוה פון זכירת יציאת מצרים איז יעדן טאָג, ווייל דער ענין פון יציאת מצרים איז פאַראַן אין דער רוחניות'דיקער עבודה פון מענטשן יעדן טאָג, ווי דער אַלטער רבי זיין רגילות צו פאָרן מער ניט ווי עשר פּרסי, און אַרבעט מיט אים יותר מרגילותו.
אַזוי איז אויך אין רוחניות, אַז הגם דער גוף איז במצבו החומרי כמו שהוא, פונדעסטוועגן, דורך דעם וואָס ער איז כופה דעם חומר הגוף בעל כרחו על כל פּנים, ווערט ער אויך אָנגערופן עובד אלקים.
דערקלערט באריכות אין תניא (פמ"ז) און אין תורה אור. איז דאָך זיכער אַז אַלע סיפּורים וואָס די תורה דערציילט וועגן דעם אופן ווי די אידן זיינען אַרויס פון מצרים אין גשמיות, זיינען אַ הוראה אויך אין דעם אופן „יציאת מצרים" אין רוחניות.
דער אָנהויב פון יציאת מצרים איז געווען מיט די עשר מכות, וואָס דורך זיי האָט מען צעבראָכן דעם שטאָלץ פון פּרעה און דעם שטאָלץ פון מצרים. דאָס איז דאָך דער תוכן פון היינטיקער סדרה, אין וועלכער עס ווערט דערציילט וועגן די מכות דם, צפרדע כו'.
ב. דער אָנהויב פון היינטיקער סדרה איז וועגן דער שווערער אונטערדריקונג און גלות אין מצרים.
די סדרה הויבט זיך אָן מיט די ווערטער וארא אל אברהם גו', וואָס דאָס איז דעם אויבערשטנ'ס ענטפער צו משה רבינו אויף זיין שאלה120(ענדע פּ' שמות) למה הרעתה לעם הזה גו' והצל לא הצלת את עמך.
דער גלות איז געווען אַזוי שטאַרק, מיט אַזאַ שטאַרקער פינצטערקייט, — חושך כפול ומכופּל — אַז אַפילו ביי משה רבנו, וואָס ער איז תכלית החכמה והשכל דקדושה, איז אפילו אין זיין שכל ניט געווען קיין אָרט אויף דעם, און ער האָט געפרעגט; למה הרעתה לעם הזה.
אויך נאָכדעם, ווען משה רבינו האָט איבערגעגעבן צו די אידן דעם ענטפער פון דעם אויבערשטן; „לכן אמור לבני ישראל אני הוי' גו' והוצאתי אתכם מתחת סבלות מצרים גו'" מיט די ד' לשונות של גאולה, איז ולא שמעו אל משה מקוצר רוח ומעבודה קשה.
אפילו די אויסערגעוויינלעכע אַנטפּלעקונג פון שם הוי', וואָס איז דאַן נתגלה געוואָרן, ווי עס שטייט; לכן אמור לבני ישראל אני הוי', וואָס דאָס איז דאָך גאָר אַ דערהויבענע אַנטפּלעקונג, פונדעסטוועגן האָט עס ביי זיי ניט געבראָכן דעם גלות, און ולא שמעו אל משה גו'.
און זיכער, אַז דאָס איז ניט געווען די שולד מצד דעם שליח וואָס האָט איבערגעגעבן דעם אויבערשטנס רייד, וואָרום דער שליח איז דאָך געווען משה רבנו וואָס שכינה מדברת מתוך גרונו של משה, ד. ה. אַז אַפילו דער גוף הגשמי פון משה'ן איז געווען אַ צינור און אַ כלי צו איבערגעבן דעם אויבערשטנס רייד ווי זיי זיינען.
— ווי עס איז באַוואוסטא) דער חילוק צווישן משה'ן און אַלע נביאים אַז באַ אַלע נביאים, בשעת נבואה האָט געדאַרפט זיין התפשטות הגשמיות, ווייל זייער גשמיות'דיקער קערפּער איז ניט געווען קיין כלי צו דעם, און אַפילו נאָך דעם — התנבאו ב"כה" (בחינת דמות בלבד), אָבער משה רבנו איז בשעת הנבואה געבליבן ווי ער איז, און התנבא ב"זה"ח), ווייל זיין גוף הגשמי איז געווען אַ צינור און אַ כלי אויף איבערגעבן דעם דבר הוי' ווי ער איז —
אויסער דעם איז געווען דער זכרון זכות אבות, וואָס דער אויבערשטער האָט דערמאָנט ביים אָנהויב פון זיין דיבור; וארא אל האבות, וואָס זכרון זכות אבות איז אַ גרויסע הילף. אַזוי ווי עס איז פאַראַן אין משנהא), אַז מען פלעגט זאָגן האיר פּני כל המזרח עד שבחברון להזכיר זכות ישני חברון, וואָס דאָס איז אַ סיוע — הילף — אין עבודת הקרבנות בכלל און קרבן תמיד בפרט.
נאָך מערער ; דער זכרון זכות אבית איז געווען פון דעם אויבערשטן אַליין, וואָס דאָס איז גאָר אַ גרויסע סיוע.
און ניט קוקנדיק אויף די אַלע מעלות; א) גילוי פון שם הוי' און די ד' לשונות של גאולה; ב) דער גילוי דורך משה'ן; ג) דערמאָנונג פון זכות אבות; און ד) דורכן אויבערשטן אַליין, האָט דאָס נאָך אַלץ ניט גע'פּועל'ט אויף זיי אָנצוהויבן ברעכן דעם גלות, און עס האָט זיך ביי זיי ניט אָפּגעלייגט דער ענין פון גאולה.
ניט נאָר אַז באַ זיי האָט זיך דאָס ניט אָפּגעלייגט אין אַן אופן פון ראי'*)121— התאמתות גדולה ביותר — נאָר אַפילו אין אַן אופן פון שמיעה*) — הבנה והשגה אַליין — האָט זיך דאָס אויך ניט אָפּגעלייגט — ולא שמעו גו'.
ג. דאָס אַלץ ווערט דערקלערט אין אָנפאַנג פּרשה. אָבער שפּעטער אין דער פּרשה, דערציילט זיך וועגן די מכות, וואָס דוקא זיי האָבן אָנגעהויבן צעברעכן דעם גלות, ניט קוקנדיק אויף זיין שטאַרקייט און תוקף, כנ"ל.
און דאָס איז אַן אָנווייזונג אין דער עבודה פון יעדן איינעם, יעדן טאָג אין יציאת מצרים הרוחנית;
ניט קוקנדיק וואָס דער „מצרים" איז באַ אים מיט אַ גרויס שטאַרקייט — צי דאָס איז בחי' מצרים דקדושה, ד. ה. אַז זיין עבודה איז על פּי טעם ודעת, במילא איז זיין עבודה אַ באַגרענעצטע — מצרים וגבולים, אָדער אפילו אַז דאָס איז מצרים דלעומת זה, ד. ה. אַז אפילו די עבודה וואָס על פּי טעם ודעת פעלט בא אים אויך, פונדעסטוועגן, דורך דער עבודה פון די מכות קען מען ברעכן די שטאַרקייט פון מצרים, און פּועל'ן אַ גאולה אין זיין נשמה.
ד. די ערשטע מכה וואָס האָט געבראָכן גלות מצרים איז געווען — דם. די וואַסערן — פון נילוס — זיינען געוואָרן בלוט.
די טבע פון וואַסער איז קאַלט און נאָס). בכלל איז קאַלטקייט אַ היפּך פון קדושה, ווייל קדושה איז חיות, לעבעדיקייט, ווי עס שטייט אין אדר"נח); עשרה נקראו חיים, דאָס ערשטע רעכנט ער דאָרט, אַז הקב"ה נקרא חיים, און דערנאָך רעכנט ער אויס אַלע וואָס זיינען באַהעפט צום אויבערשטן. חיות ברענגט מיט זיך חמימות, וואַרעמקייט. אָבער קאַלטקייט איז דער היפּך פון וואַרעמקייט און קדושה'דיקער לעבעדיקייט.
דאָס מיינט; די ערשטע זאַך וואָס מ'דאַרף איינברעכן איז — קאַלטקייט, בשעת ס'איז דאָ אַ קאַלטקייט צו קדושה־ענינים, הויבן זיך פון דעם אָן אַלע ענינים וועלכע זיינען אין קעגנזאַץ צו קדושה. און דערפאַר איז די ערשטע מכה געווען אין וואַסער — קאַלטקייט.
ה. אין וועלכע מים איז די מכה געווען? — דערציילט די תורה; „במים אשר ביאור") — אין די וואַסערן פון טייך נילוס.
אין קאַלטקייט זיינען דאָ צוויי אופנים; א) אַ קאַלטקייט צו ענינים פון וועלט, וואָס דאָס קומט מצד קדושה. ב) אַ קאַלטקייט צו עניני קדושה, וואָס דאָס איז דער אָנהויב פון אַלע קליפּות, כנ"ל.
אַזוי זיינען אויך פאַראַן צוויי סאָרטן מים ; א) מים וואָס קומען מלמעלה, ווי עס שטייט: למטר השמים תשתה מים, וואָס דאָס איז קרירות פון קדושה. ב) מים שמתחת לארץ — קרירות דקליפּה.
דאָס וואַסער פון טייך נילוס, איז געווען פון דער דרגא הב'. דערפאַר122שטייט)) ביים נילוס דער לשון עולה לקראתו, ווייל דאָס קומט ניט מלמעלה נאָר פון די מים שמתחת לארץ.
און די מי נילוס, ד. ה. די קאַלטקייט צו קדושה, דאָס איז געווען די ע"ז פון מצרים, וואָס פון דעם האָבן זיך גענומען אַלערליי שלעכטס. דערפאַר, בשעת מען האָט אָנגעהויבן ברעכן דעם גאון — שטאָלץ — פון מצרים, האָט מען די ערשטע זאַך געבראָכן די מי היאור — ענין הקרירות.
ו. וואָס איז געוואָרן פון די וואַסערן? זיי זיינען געוואָרן דם — בלוט. דם איז חיות, לעבעדיקייט, ווי עס שטייט כי הדם הוא הנפש. „ויהפכו כל המים אשר ביאור לדם", אָנשטאָט די קאַלטקייט איז געוואָרן לעבעדיקייט, דמיני ובי' אבא לשדי' בי' נרגא*
דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס ביים אָנהויב שטייטי), אַז דאָס וואַסער איז איבערגעאַנדערשט געוואָרן לדם „ביבשת", ולכאורה, וואָס איז נוגע צו מוסיף זיין דעם וואָרט ביבשת? נאָר דער ענין איז; ווייל טרוקעניש, יבשה, האָט ניט אין זיך אַפילו די מעלה פון פייכטקייט — דביקות, און דער אויפטו איז געווען, אַז אפילו אין טרוקעניש זאָל אויך זיין חיות.
ז. אין די פיר סוגים פון דומם, צומח, חי און מדבר, איז וואָס דער סוג האָט אין זיך ווייניקער חיות, אַלץ ווייטער איז ער פון קדושה, וואָרום קדושה איז חיות, כנ"ל. דומם איז די ווייטסטע זאַך פון קדושה, נאָך דעם גייט צומח און דאַן חי. אַזוי אויך אין די ד' עולמות אצילות בריאה יצירה עשי', איז עשי' — וואָס דאָרט איז הרע גובר — בדוגמת דומם א. א. וו.
מים און דם זיינען די קרירות וחמימות ווי דאָס איז אין דומם. אָבער אויך אין בעלי חיים איז דאָ דער ענין הקרירות. און פאַרשטייט זיך אַז איבערהויפּט איז דאָס ביי די בע"ח וועלכע זיינען באַשאַפן געוואָרן פון וואַסער. פון די עשר מכות — איז דאָס צפרדעים, ושרץ היאור צפרדעים, ווי ביי בריאת הדגים אין ששת ימי בראשיתיא), ביז אַז צפרדע שווימט אין טייכן וכו', ווי דערציילט אין גמרא ומדרשיח), אַז בכדי אַן עקרב זאָל קענען אַריבערגיין איבער אַ טייך, זעצט מען אים אַרויף אויף אַ צפרדע, און דער צפרדע פירט אים איבער דעם טייך.
— עקרב איז אויך בטבע אַ קר און תוקף הקרירות*1)). פונדעסטוועגן איז ער ניט מים, ניט היפּך בתכלית פון אש, ער שווימט ניט. אָבער צפרדע איז בריאת המיםיד) — היפּך האש.
ח. דערמיט וועט מען פאַרשטיין, וואָס עס שטייט אַ רבותא אויף די123צפרדעים אַז דוקא זיי זיינען געגאַנגען „בתנוריך" — אין די אויוונס. אין פלוג, וואָס איז דער אויפטו אין דעם ז
— די חז"ל לערנען דערפון אָפּ זייער מסירות נפשיח), אַז וויבאַלד דער אויבערשטער האָט זיי געהייסן גיין אין גאַנץ ארץ מצרים, זיינען זיי געגאַנגען אַפילו אין אויוונס. אָבער דאָס דערקלערט ניט פאַרוואָס איז דאָס זעלבע ניט געווען אויך ביי כנים און ערוב. —
אָבער לויט דעם וואָס מען האָט גערעדט פריער איז פאַרשטאַנדיק; מען האָט באַוויזן מסירת נפש בתכלית, אַפילו מן הקצה אל הקצה, ווי צפרדעים וואָס זיינען פון מים — ושרץ היאור — און פונדעסטוועגן זיינען זיי געגאַנגען אין ברענענדיקע אויוונס — אש, היפּך מקצה לקצה.
ט. די צפרדע איז געקומען אויף צו שלאָגן דעם גאַנצן געביט פון פּרעה, וואָס דאָס מיינט די קדושה'דיקע קאַלטקייט צו ענינים פון גשמיות און חומריות.
און דאָס איז דער ענין, וואָס די צפרדעים זיינען געגאַנגען „בתנוריך ובמשארותיך", ד. ה. זיי זיינען געגאַנגען לעשן די היץ און די פאַלשע געהויבנקייט פון קליפּה. וואָרום אויך אין לעומת זה איז פאַראַן דער ענין פון וואַרעמקייט.
כאָטש מען האָט פריער גערעדט אַז קליפּה איז קרירות, קאַלטקייט, פונדעסטוועגן, כדי עס זאָל קענען זיין דער ענין הבחירה, מוז קליפּה האָבן עפּעס אַ צוגלייך צו קדושה, לכל הפּחות כקוף בפני אָדם (ווי אַ מאַלפּע צו אַ מענטש), דערפאַר איז אויך אין קליפּה פאַראַן דער ענין פון היץ — דער קאָך אין עניני עולם הזה.
י. די הוראה — אָנווייזונג — פון דעם אין עבודה איז;
בכדי פּטור צו ווערן און אַרויסגיין פון מצרים דלעומת זה,
(על דרך זה איז אויך דער אופן היציאה פון מצרים דקדושה, עבודה שעל פּי טעם ודעת. אָבער נוגע בעיקר איז דאָך דער אַרויסגיין פון מצרים דלעומת זה)
דאַרף מען אַריינטראָגן אַ וואַרעמקייט און אַ לעבעדיקייט אין עניני הקדושה, וואָרום דער אָנהויב פון כל מיני רע איז קרירות, — קאַלטקייט.
עס קען זיך דוכטן; וואָס איז אַזוי דער רעש אַז מען האָט ניט קיין קאָך אין קדושה, מען טוט דאָך ניט קיין פאַרקערטע זאַכן, איז וועמען אָרט דאָס אַז מען האָט ניט קיין קאָך אין קדושהז
דאַרף מען וויסן, אַז עס איז ניט ווי מען מיינט, אַז מען קען זיין ניט אַהין און ניט אַהער (ניט קאָכן זיך אין קדושה, און אויך ניט קאָכן זיך אין עניני רע), וואָרום אויב מ'איז קאַלט צו קדושה איז סוף סוף וועט מען ליגן אין טומאת מצרים, ר"ל.
און דערפאַר לייגט דער יצה"ר אַזוי פיל כחות מיט השתדלות אויף אָפּקילן אַ אידן ער זאָל ניט נתפּעל ווערן פון אלקות, אַז אפילו בשעת124ער זעט אַ נס ומופת גלוי, קומט דער יצה"ר צו אים און טענה'ט מיט אים איין; וואָס האָסטו וואָס צו נתפּעל ווערן פון דעם, דו אַליין גלויבסט דאָך, אַז אַלע ענינים קומען פון דעם אויבערשטן און דער אויבערשטער איז אַ כל יכול, וואָס לגבי אים האָבן אַלע עולמות ניט קיין באַטרעף, איז דאָך פּשוט אַז ביי אים האָבן קיין באַטרעף ניט דריי אותיות און ער קען איבערבייטן פון צירוף אותיות „חמץ" אויף צירוף אותיות „שמן", ומי שאמר לשמן וידליק הוא יאמר לחומץ וידליק*1)), היינט וואָס דאַרפסטו נתפּעל ווערן און אַרויסגיין פון די כלים?
די כוונה פון דעם יצה"ר איז צו אָפּקילן אים פון אַ ־טלעכער התפּעלות און פּועל'ן אין אים אַ קרירות צו קדושה, וואָס דאָס איז אַ מקור אויף טומאת מצרים.
דערפאַר דאַרף מען געדענקען אַז די ערשטע זאַך וואָס מען דאַרף טאָן אויף פּטור ווערן פון „מצרים" איז — „דם", אָנהויבן קאָכן זיך און לעבן אין די ענינים פון קדושה.
און פּונקט ווי מען דאַרף פּועל'ן כיי זיך די וואַרעמקייט אין קדושה — דם, אַזוי דאַרף מען אויך פּועל'ן ביי זיך די קאַלטקייט צו עניני העולם — צפרדע, וואָס דאָס זיינען אויך די צוויי תנועות פון סור מרע — צפרדע, ועשה טוב — דם, און דורך די צוויי תנועות וענפיהם גייט מען אַרויס פון מצרים.
יא. בכלל איז דער סדר העבודה, פריער סור מרע און דערנאָך ועשה טוב. לויט דעם באַוואוסטן משל, אַז בשעת מען וויל מאַכן אַ דירה פאַר אַ מלך בשר ודם, איז די ערשטע זאַך דאַרף מען אויסראָמען אַלע שמוציקע זאַכן כו', און ערשט דעמאָלט קען מען אַריינשטעלן שיינע כלים און מאַכן עס פאַר אַ דירה ראוי' למלך.
דאָס איז אַ סדר מלמטה למעלה. אָבער מלמעלה למטה איז אַ פאַרקערטער סדר, פריער ועשה טוב און דערנאָך סור מרע, דאָס הייסט מען איז מגלה מלמעלה גילויים נעלים ביותר, וואָס פּועל'ן אַז מען איז סור מרע.
און וויבאַלד אַז די מכות זיינען דאָך געקומען מלמעלה, דערפאַר איז פריער געווען דם — „ועשה טוב", און דערנאָך צפרדע — „סור מרע".
יב. הגם אַז דאָס איז אַ סדר פון מלמעלה למטה, אָבער וויבאַלד אַז אַלע סיפּורים פון תורה זיינען אַ הוראה פאַר אַלע דורות בעבודתנו — כנ"ל, איז דאָס אויך אַ הוראה אַז עס דאַרף אויך זיין אַ סדר פון אָנהויבן מיט ועשה טוב.
און ווי דער רבי מהר"ש האָט געזאָגט: „די וועלט זאָגט אַז מ'קען ניט אַרונטער דאַרף מען אַריבער, און איך האַלט אַז מ'דאַרף לכתחילה אַריבער".
עס דאַרף אויך זיין אַ סדר פון גיין לכתחילה העכער, מגלה זיין ריבוי אור, וועט שוין דער חושך נדחה ווערן בדרך ממילא.
126יג. מעין זה איז אויך דער חילוק פון גליא דתורה מיט פּנימיות התורה. מצד גליא דתורה איז אַ סדר בדרך מלמטלמ"ע, מן הקל אל הכבד. מצד פּנימיות איז אַ פאַרקערטער סדר, מען הויבט אָן באַלד מיט אור. ובפרט בדורות האחרונים, איז מען מגלה פּנימיות התורה צו אַלעמען, און מען שטעלט ניט די תנאים און מען פאַרלאַנגט ניט די הכנות וועלכע מען האָט געדאַרפט האָבן אַמאָל צו אָנהויבן לערנען פּנימיות התורה. היינט לערנט מען פּנימיות התורה מיט אַלעמען — הפצה דוקא. און לויט דעם באַוואוסטן משל פון אַלטן רבי'ן וועגן דעם איידלשטיין אין דעם מלך'ס קרוין.
און דאָס איז דער וועג אויף אַרויסגיין פון מצרים — דער וועג פון אַנטפּלעקן און פאַרשפּרייטן פּנימיות התורה, אָנהויבן מיטן קאָך און חיות דקדושה — „דם", דאַן וועט קומען דער דחיית הרע — דאָס אַוועקשטויסן די שלעכטס.
— און אַז שלש קליפּות הטמאות ווערן נדחה אינגאַנצן פון זיין גבול, — במילאיז) האָט קליפת נוגה אַן עלי' —
וואָס דורך דעם וועט מען פּועל'ן די גאולה הפּרטית בנפשו, און דערנאָך אויך די גאולה הכללית, דכימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות, במהרה בימינו.
יד. עס איז באַוואוסט, אַז די פיר לשונות של גאולה — פון היינטיקער סדרה — והוצאתי והצלתי וגאלתי ולקחתי, זיינען כנגד די ד' גאולות, פון גלות מצרים ושאר הגליות. דערפון איז פאַרשטאַנדיק אַז דער לשון „והבאתי" איז דאָס אַן עלי' יותר אין דער גאולה דלעתיד לבוא, וואָס בכלל טיילט עס זיך אויף ימות המשיח און חד חרוב וכו'.
פון דעם וואָס אויך דעם פינפטן לשון האָט דער אויבערשטער געזאָגט ביי גאולת מצרים, איז פאַרשטאַנדיק אַז אָנפאַנגענדיק פון יציאת מצרים, האָט זיך שוין אָגנעהויבן די גאולה העתידה אין אַלע אירע ענינים, לויט דעם וואָרט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, אַז פון יציאת מצרים אָן, פאָרט מען צו דער גאולה דלעתיד.
טו. די גמראי) זאָגט, ר' יוחנן אמר, אשו משום חציו. ד. ה. אַז באַלד ווי מען צינדט אָן פייער ווערט מען שוין נתחייב אויף די הזיקות וואָס וועלן אַרויסקומען שפּעטער.
אין פלוג, איז ער דאָך בשעת ההיזק אַן אנוס, היינט ווי אַזוי איז מען אים מחייב ? נאָר דער חיוב איז אויף דעם אָנצינדן דעם פייער, (וואָס דאָס איז דאָך ברצון), וואָרום באַלד דעמאָלט האָט זיך שוין אָפּגעטאָן דער גאַנצער היזק.
מרובה מדה טובה ממדה פּורעניותיט). אויב ביי מדת פּורעניות האָט זיך אָפּגעטאָן דער גאַנצער היזק פון פריער, איז דאָך ביי מדה טובה אודאי אַזוי, אַז באַלד ווי דער אוי־126בערשטער האָט צוגעזאָגט והבאתי אתכם אל הארץ הטובה, וואָס דאָס גייט אויף דער דרגא עליונה פון גאולה דלעתיד, האָט זיך שוין דאָס אַלץ אָפּגעטאָן.
טז. וועגן דעם תענית פון תשעה באב, זאָגט דער זעלבער ר' יוחנןכ), אַז ער וואָלט מתקן זיין דעם תענית דער צענטן טאָג אין אב, ווייל תשעה באב איז נאָך דער רוב ביהמ"ק געווען גאַנץ און דער עיקר החורבן איז געווען בעשירי באב.
פרעגט מען — לויט דעם דערמאָנטן כלל, אַז בשעת מען צינדט אָן פייער ווערט שוין אָפּגעטאָן דער גאַנצער היזק, היינט וויבאַלד אַז דער אָנפאַנג פון ברענען איז געווען תשעה באב, האָט זיך דאָך לדעת ר' יוחנן אַליין אין ט' באב שוין אָפּגעטאָן דער גאַנצער ענין? נאָר די דערקלערונג איז, אַז דער דערמאָנטער כלל איז נאָר שייך ביי אַ בשר ודם, אָבער ניט ביי דעם אויבערשטן.
דער טעם אויפן חילוק ביי אש, אָס עס איז משום חציו, איז ווי נאָר ער חץ איז אַרויס פון זיין האנט איז ער שוין ניט קיין בעה"ב אויף אים, במילא, איז בשעת ער וואַרפט דעם חץ אָדער בשעת ער צינדט אָן דעם פייער, האָט זיך שוין אָפּגעטאָן דער גאַנצער היזק.
ובמילא פאַרשטייט מען, אַז ביי דעם אויבערשטן וואָס באַ אים זיינען אויך אש וחיצים קיינמאָל ניט אַרויס פון האַנטיא), און ער איז אַלע מאָל אַ בעה"ב אויף דעם, באַ אים האָט זיך די זאַך פריער ניט אָפּגעטאָן, ווייל ער קען דאָס אַלע מאָל ציען צוריק.
דערפאַר זאָגט ר"י אַז מען האָט געדאַרפט קובע זיין דעם תענית בעשירי באב, וואָרום הגם אַז באש הצתה, בתשעה באב, — פונדעסטוועגן וויבאַלד אַז ער קען אַלע מאָל ציען צוריק, האָט זיך דער חורבן נאָך ניט אָפּגעטאָן בתשעה באב.
און לויט דעם איז דאָך אין פלוג אויך אַזוי אין אונזער ענין — היינט וואָס זאָגן מיר אַז בשעת דער אויבערשטער האָט צוגעזאָגט והבאתי גו', האָט זיך שוין אָפּגעטאָן די גאולה, וויבאַלד אַז ס'איז דאָך אַלע מאָל באַ אים אין האַנט, ומי יאמר לו מה תעשה, ובמילא איז דאָך כל זמן ער האָט ניט אָפּגעטאָן דעם ענין בפועל, האָט זיך דער ענין נאָך ניט אָפּגעטאָן?
יז. אָבער באמת איז דאָס קיין קשיא ניט. וואָרום עס איז באַוואוסטיח), אַז פון גזירות רעות ר"ל האָט דער אויבערשטער חרטה און ער איז זיי מבטל, אָבער פון גזירות טובות האָט ער קיין מאָל ניט חרטה, ההוא אמר וגו' ולא יקימנה, בתמי'. דערפאַר איז בשעת דער אויבערשטער האָט צוגעזאָגט והבאתי גו' וואָס דאָס איז דאָך אַן ענין טוב, און וועט קיינמאָל ניט חרטה האָבן פון דעם, איז דאָס כאילו ווי ער איז כביכול מוכרח אין דעם, און דאָס איז כביכול ווי ביי אַ מענטשן נאָכדעם ווי דער חץ איז שוין אַרויס פון זיין האַנט.
127כאָטש אַז למעלה איז דאָך ניט סך גרינגער צו דורכגיין אַלע העלשייך קיין הכרח חס ושלום, און הכל מות והסתרים וואָס אין עוה"ז בכלל, ברצונו יתברך, פונדעסטוועגן, וויבאַלד ובזמן הגלות בפרט און אין די לעצאַז אַזוי איז רצונו יתברך, אַז אָן טע דורות בפּרטי פּרטיות.
ענין טוב וועט ער קיינמאָל ניט מבטל
זיין, איז דאָך דער ענין אַ מוכרח. וואוסט, אַז אַלע מניעות ועיכובים
לגבי דעם אויבערשטן איז זיכער, וואָס זיינען דאָ אויף תומ"צ, זיינען אַז דאָס איז ברצונו ית', וואָרום דאָס ניט קיין אמת'ע מציאות ח"ו, מער גופא וואָס דער ענין איז אַ מוכרח ניט ווי אַ העלם והסתר, בכדי אַרויסאיז עס ווייל אַזוי איז ברצונו יתברך, רופן טיפערע כחות אין עבודת ה', אָבער דאָס וואָס ס'איז נוגע צו דעם
ענין, איז דאָך דער ענין אַ מוכרח גאולה וואָס זי איז באמת לאמיתו ווייל ער — דער ענין — קען בשום שוין דאָ איצטער, זיינען דאָך שוין אופן ניט בטל ווערן. ובמילא לגבי אויך די העלמות והסתרים שוין איצדעם ענין איז דאָס גלייך צו אַ בשר טער אַראפּ
ודם, וואָס דער חץ איז אַרויס פון
זיין האַנט, וואָס ער (דער חץ) קען מער ניט ווי אַ דמיון, און מען ווערט
יח. דער ענין אין עבודה איז. מאָלט גייט אַראָפּ דער העלם אויך
בשעת מען ווייס אַז די גאולה, ביז פאַר דעם קערפּערלעכן אויג, אַז עס אין דעם גרעסטן עילוי, איז שוין ווערט לטב עביד און דאַן אויך גם פאַראַן איצטער, עס איז מער ניט זו לטובהב).
פרשת בא
ויום ההילולא של כ"ק אדמו"ר מהריי"צ נכג"מ זי"ע
א. אין היינטיקער סדרה דער־ נעמען דעם שה דעם צענטען טאָג? ציילט די תורה, אַז דער אויבערשטער — זאָגן די רז"ל בכדי אַז ווען די האָט געהייסן מען זאָל נעמען אַ מצריים וועלן זען באַ אידן דעם שעפּס דעם צענטן טאָג אין ניסן, שעפּס, און וועלן פרעגן, נאָך וואָס האַלטן אים עטלעכע טעג אין שטוב, האַלט איר אים אין הויז, זאָלן די און דעם פערצענטן טאָג שעכטן אים אידן ניט נתפּעל ווערן און ענטאון מקריב זיין פאַר אַ קרבן פּסח.
צוליב וואָס האָט מען געדאַרפט
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק א׳
- Id
- rh-mzee1etc