עברית
Library

Likkutei Sichos

Shemos

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

111פרשת שמות

א. אויפן פּסוק כל הבן הילוד היאורה תשליכוהו וכל הבת תחיון, פרעגט מעןא), צוליב וואָס האָט פּרעה געדאַרפט אויספירן; וכל הבת תחיון (מען זאָל לאַזן לעבן די טעכטער) — ער איז דאָך אויסן געווען אַז די נייגעבוירענע זין זאָל מען אַריינוואַרפן אין טייך, און דאָס וואָס וועט זיין מיט די טעכטער האָט אים ניט אינטערעסירט, און פון דעם וואָס ער פירט אויס וכל הבת תחיון איז דאָך משמע אַז „וכל הבת תחיון" איז אויך אַ גזירה.

די דערקלערונג דערפון איז „תחיון" איז דער טייטש און דיוק איר זאָלט זיי לאָזן לעבן — באַלעבן. די זעלבע מצריים, וועמען פּרעה האָט אָנגעזאָגט אַז זיי זאָלן אַריינוואַרפן אידישע קינדער אין טייך, בכדי אָפּצוטויטן ר"ל זייער גוף, האָט ער זיי אויך אָנגעזאָגט אַז די שארית הפּליטה קינדער וועלכע וועלן בלייבן לעבן (בגשמיות), זאָלן זיי — די מצריים — מחי' זיין זיי — דערציען אין זייער דרך, אין לעבנסוועג פון מצרים, בכדי אָפּצוטויטן ר"ל זייער נשמה.

דערמיט איז אויך פאַרשטאַנדיק דער שינוי הלשון, וואָס צו די אידישע מילדות האָט פּרעה געזאָגט נאָר וועגן ניט טשעפּען די בנות — כדי לייכטער אויסצופירן ביי זיי די גזירה פון אָפּטויטן די זין — אָבער זיי האָט ער ניט געזאָגט תחיון — נאָר וחי' — זי זאָל בלייבן לעבן.

און פון דעם וואָס די תורה זאָגט ביידע גזירות צוזאַמען, אין דעם זעלבן פּסוק, איז אַ ראי' אַז דער „וכל הבת תחיון" איז ניט קיין קלענערע גזירה פון „כל הבן הילוד היאורה תשליכוהו", אָפּטויטן ר"ל די נשמה איז אַזוי האַרב ווי אָפּטויטן דעם גוף, און נאָך ערגער. ווייל קשה מיתה רוחנית יותר ממיתה גשמית — אַ גייסטיקער טויט איז ערגער פון אַ קערפּערלעכן טויט.

ב. די דערמאָנטע גזירה פון וכל הבת תחיון, צו דערציען אידישע קינדער אין לעבן־קאָך פון מצרים, איז אויך מרומז אין דעם כל הבן הילוד היאורה תשליכוהו.

דער טייך נילוס איז געווען די עבודה זרה פון מצרים, צו וועמען די מצריים האָבן געדינט. די פּשוט'ע סיבה איז געווען, ווייל נילוס איז געווען זייער קוואַל פון פּרנסה. אין מצרים גייט ניט קיין רעגן און די פעלדער ווערן אָנגעטרונקען פון דעם טייך נילוס.

און דאָס איז היאורה תשליכוהו, וואָס באַדייט צוויי ענינים; א) גלות מצרים בגשמיות — אָפּטויטן ר"ל דעם אידישן גוף. ב) גלות מצרים ברוחניות — אַריינוואַרפן זיי אין דער עבודה זרה און תענוג פון מצרים — אָפּטויטן ר"ל זייער נשמה. וואָרום יאור באַשטייט פון וואַסער וואָס דאָס איז דער ענין פון תענוג (ווייל מים מצמיחים כל מיני תענוג))).

112ג. גלות מצרים איז אַ שרש צו אַלע גלות'ן*). וואָס פון דעם איז פאַרשטאַנדיק, אַז די גזירות וועלכע זיינען געווען אין גלות מצרים, זיינען פאַראַן אין אַלע גליות, אויך אין איצטיקן גלות, און אויך אין אונזער דור.

אויך היינט איז דאָ דער פּרעה מלך מצרים, ד. ה. די בעל־הבתישקייט און הנהגה פון דער לאַנד, וועלכע טענה'ט, אַז מען זאָל אַריינוואַרפן אידישע קינדער אין טייך פון מנהגי ונמוסי המדינה, די קינדער זאָלן זיך טונקען און זיין דערטרונקען אין טייך, וואָס לויט זייער מיינונג גיט דאָס די פּרנסה.

און מען זאָל איינמויערן אידישע קינדער אין די ווענט פון פּיתום און רעמסס, ד. ה. אַריינטאָן זיי אין די ענינים וועלכע זיינען די שטאַרקייט, און דער הויפּט־אָך פון דער מדינה.

דאַרף מען וויסן, אַז די אַלע טענות פון „הבה נתחכמה לו — לאלקיהם"ח) קומען פון פּרעה מלך מצרים, וואָס וויל, עס זאָל ניט בלייבן קיין שריד ופּליט, ר"ל, פון אידישקייט, פון אידישע נשמות, און דורך דעם אויך פון אידישע גופים.

ובמילא, דאַרף מען זיך שטעלן מיט דער גרעסטער שטאַרקייט אַנטקעגן זיינע גזירות און מחנך זיין די קינדער ברוח ישראל סבא.

ד. לפּועל מיינט דאָס;

בשעת עס האַנדלט זיך וועגן דערציען קינדער, דאַרף מען ניט און מען טאָר ניט פאַרטרינקען זיי אין דעם נילוס — עבודה זרה פון לאַנד. מען טאָר ניט דערטרינקען ר"ל די קינדער אין דעם „תכלית"־זוכן. דער איינציקער וועג צום לעבן איז דער פולשטענדיקער חינוך אין אונזער תורה — תורת חיים.

עס איז ניטאָ וואָס צו קוקן אויף אַנדערע עלטערן, וואָס זייערע קינדער וועלן אויסוואַקסן פאַרזאָרגטע, דער וועט האָבן אַ הויז, דער אַ קאַר, דער וועט זיין אַ דאָקטאָר, דער אַ לאָיער, און דער ווייניקסטנס אַ שיךפּוצער. אָבער אַז זי וועט שיקן איר קינד אין אַ ישיבה, וועט ער זיין אַ בטלן, ער וועט ניט קענען אַפילו פּוצן קיין שיך, ער וועט גאָר ניט וויסן ווי מען האַלט אַ בערשטל אין האַנט.

דאַרף מען וויסן אַז דער אויבערשטער איז דער זן ומפרנס לכל, און אַז מען וועט טאָן וואָס ער וויל — ושננתם לבניך ודברת בם בשבתך בביתך ובלכתך בדרך ובשכבך ובקומך — וועט ער טאָן וואָס מען בעט ביי אים — פאַר זיך און פאַר די קינדער.

מען דאַרף אָפּגעבן דעם קינד צו אַ מלמד וואָס איז אַליין אַ לעבעדיקער דורך תורתנו תורת חיים און וחי בהם — אין די מצוות פון תורה, און דער מלמד זאָל אַזוי דערציען די קינדער אויפן לעבנס־וועג פון תורה ומצוות און דורך דעם דוקא, ראַטעוועט מען די אייגענע קינדער און דורך זיי אויך דעם גאַנצן אידישן פאָלק.

113ה. אַזוי ווי גלות מצרים איז דער שורש צו אַלע גליות, וואָס דערפאַר זיינען די גזירות וואָס זיינען געווען דאַן, פאַראַן אויך היינט, ווי אויבןדערמאָנט, אַזוי אויך וועגן דער גאולה שטייטח), כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות, אַז די גאולה העתידה וועט זיין ענלעך צו גאולת מצרים. דאָס הייסט, אַז אויך די הכנות און ענינים וואָס ברענגען די גאולה, דאַרפן זיין ענלעך צו די זעלבע ענינים וואָס האָבן געבראַכט גאולת מצרים.

אויף גאולת מצרים שטייטה), בטכר נשים צדקניות שהיו באותו הדור נגאלו אבותינו ממצרים. וואָס האָבן געטאָן די נשים צדקניות? זיי האָבן אויפגעשטעלט אַ דור פון אידן. בשעת גזירת פּרעה, האָבן זיי גע'טענה'טח), אַז מען דאַרף זיך ניט רעכענען מיט פּרעה'ס גזירות, פון כל הבן הילוד היאורה תשליכוהו, וויבאַלד אַז דער אויבערשטער האָט געהייסן, דאַרף מען טאָן ווי דער אויבערשטער האָט געהייסן, ניט מאַכנדיק קיין חשבונות וואָס וועט זיין דער תכלית פון דעם. ובשכר פון די נשים צדקניות זיינען אונזערע אבות אויסגעלייזט געוואָרן פון מצרים.

אַזוי אויך איצטער, בכל מדינה ומדינה, ובפרט אין אַמעריקע, דאַרף מען ניט לייגן קיין אַכט אויף דעם קאָך פון דער מדינה, און מאַכן חשבונות וואָס וועט זיין דער תכלית וכו'. מען דאַרף מחנך זיין די קינדער ווי דער אויבערשטער האָט געהייסן, און דער אויבערשטער וועט פאַרזאָרגן די קינדער און אויך די עלטערן.

דוקא דירך דעם וואָס מען רעכנט זיך ניט מיט גזירת פּרעה, ראַטעוועט מען די אייגענע קינדער און מען ברענגט אויך די גאולה כללית צום גאַנצן אידישן פאָלק, דורך משיח צדקנו, בקרוב ממש.

(משיזזות חגה"פ, תשי"ב, תשי"ד)

ו. אויפן פּסוק כל הבן גו' תחיון, שטייט אין הגדה, ואת עמלנו אלו הבנים שנאמר כל הבן גו' תחיון.

די ראי' „שנאמר" איז ניט אַז עמלנו גייט אויף בנים (ע"ד ווי די „כמה שנאמר'ס" ביי די אַנדערע לימודים), וואָרום אויף דעם איז ניטאָ קיין ראי' פון דעם פּסוק. די ראי' איז אין אַלגעמיין, אַז ס'איז געווען אַ צרה וועגן בנים. אָבער אויף דעם אַז בנים איז אַן עמל — ברענגט ער ניט קיין ראי'.

און וויבאַלד ער ברענגט ניט אויף דעם קיין ראיות, איז משמע אַז דאָס איז אַ דבר פּשוט, און וויבאַלד אַז דאָס איז אַ *) דבר פּשוט, דאַרף מען אויף דעם ניט האָבן קיין לימוד פון אַ פּסוק.

ז. דאָס לערנט אונז;

בכדי אַז קינדער, און אַזוי אויך תלמידים (וואָס ווערן אָנגערופן בנים — כדרשת הספרי) זאָלן זיין ווי עס דאַרף צו זיין, מוז זיין עמל, מען מוז אויף דעם האָרעווען.

ווען איינער האָט געהאָרכזאַמע קינ־114דער, ווען איינער האָט אַ השפּעה אויף זיינע תלמידים אַז איין וואָרט וואָס ער זאָגט זיי איז שוין גענוג, זאָל ער ניט מיינען אַז דערמיט האָט ער יוצא געווען זיין אַרבעט. אויך אין דעם פאַל — מוז מען האָרעווען אויף זייער חינוך.

עמלנו — אַזאַ האָרעוואַניע, וואָס תורה זאָל דערויף זאָגן אַז דאָס הייסט געהאָרעוועט.

און בשעת עס זיינען פאַראַן די „עמלנו־בנים", איז ניטאָ וואָס נתפעל צו ווערן פון דער גזירה, כל הבן הילוד היאורה תשליכוהו. מען גייט דורך די גזירה, און נאָך מערער, אַז הם — די קינדער וואָס זיינען געבאָרן געוואָרן און זיך געהאָדעוועט בשעת הגזירה — הכירוהו תחלהי). זיי זיינען געווען די ערשטע וועלכע האָבן דערקענט דעם אויבערשטן ביים ים סוף. ניט משה ואהרן, ניט בני אהרן, ניט די זקנים און ניט דער גאַנצער דור פון פאַרן שעבוד, נאָר די אידישע קינדער וואָס מען האָט זיי אויפגעהאָדעוועט מיט מסירות נפש, זיי דוקא הכירוהו תחלה, און אין אַן אופן פון זה, זה א־י ואנוהו, אָנגעוויזן מיטן פינגער, כביכול.

ח. די הוראה איז ניט נאָר צו עלטערן וועגן זייערע קינדער און צו מחנכים וועגן זייערע תלמידים, נאָר דאָס איז אַ הוראה צו יעדן אידן, וואָרום הוכח תוכיח את עמיתך איז אַ מצוה מן התורה, און פּרו ורבו איז אַ מצוה מן התורה, און דערצו נאָך די ערשטע מצוה, וואָס פּרו ורבו מיינט ניט נאָר אין גשמיות נאָר אויך אין רוחניות.

אין דעם, וואָס די ערשטע מצוה אין דער תורה איז פּרו ורבו, איז פאַראַן אַ וואָרט פון אַלטן רבי'נס חסידים, און לויט אַ צווייטן נוסח — פון אַלטן רבי'ן אַליין, און דער אינהאַלט פונעם וואָרט איז אַז דער סדר פון תורה איז אויך תורה — דער ערשטער יסוד אין תורה, און דער ערשטער יסוד אין דעם לעבן פון אַ אידן איז, אַז „איין איד דאַרף מאַכן נאָך אַ אידן".

זאָגט מען צו יעדן אידן, אַז ער איז מחויב צו האָרעווען אין מאַכן נאָך אַ אידן בכלל און אין חינוך הכשר בפרט.

(משיחת ליל ב' דחגה"פ תשם"ז)

ט. מען האָט שוין גערעדט, אַז תינוקות של בית רבן איז דער יסוד פון אידן.

וועגן דער מעלה פון לערנען מיט קליינע קינדער דוקא, געפינען מיר אין גמראיא); ברם זכור אותו האיש לטוב ויהושע בן גמלא שמו.

וואָס האָט אויפגעטאָן יהושע בן גמלא?

גאָר פריער איז געווען דער סדר אַז ווער עס האָט געהאַט אַ פאָטער האָט ער מיט אים געלערנט, און ווער עס האָט ניט געהאַט קיין פאָטער, האָט ער ניט געלערנט. האָט מען מתקן געווען, אַז עס זאָלן זיין מלמדי תינוקות אין ירושלים. דערנאָך האָט מען מתקן געווען עס זאָלן זיין מלמדי תינוקות אין יעדן פּלך, און מען זאָל לערנען מיט אַלעמען,116אין עלטער פון זעכ־זיבעצן יאָר. ביז עס איז געקומען יהושע בן גמלא און האָט מתקן געווען אַז אומעטום, אין יעדער מדינה און אין יעדער שטאָט זאָל מען לערנען תורה בחנם, מיט קינדער פון פינ־זעקס יאָר אַלט און ווייטעריג). און צוליב דער תקנה איז ער זכור לטוב אין אַלע דורות.

בשעת די יעווסעקעס־באָלשעוויקעס האָבן פאַרבאָטן צו לערנען תורה, האָבן זיי ניט פאַרבאָטן דעם לערנען לגמרי. זיי האָבן גע'טענה'ט אַז ווען דער קינד וועט ווערן עלטער, אַ בר דעת, און וועט אויסקלייבן צו לערנען, קען מען מיט אים לערנען. זייער פאַרבאָט איז באַשטאַנען נאָר אויף דעם לערנען מיט קליינע קינדער. און אויף דעם האָט מען זיך געשטעלט מיטן גרעסטן תוקף און מסירת נפש, ווייל דער גאַנצער קיום פון אידן, איז אָפּהענגיק אין דעם חינוך פון די קינדער־יאָרן דוקא.

אַזוי אויך היינט דאַרף מען זיך שטעלן מיטן שטאַרקסטן תוקף, אַז דער חינוך פון די קינדער פון קליינווייז אָן זאָל זיין על פּי תורה תמימה, אָן קיינע פּשרות, ווייל אין דעם איז אָפּהענגיק דער גאַנצער קיום פון אידן.

י. צוליב דער גרויסער וויכטיקייט פון תינוקות של בית רבן, איז יעדער איינער וואָס קען טאָן און העלפן אין דעם, דאַרף ער האָרעווען (כנ"ל בענין עמלנו) מיט זיין געלט, מיט זיין גוף און נפש, צו פאַרגרעסערן דעם חינוך הכשר.

פאַראַן וואָס מאַכן חשבונות, אַז דאָס איז ניט פאַר זיין כבוד. ער דאַרף טאָן אַ העכערן ענין. לערנען מיט קינדער אלף בית, קען אַ פּשוט'ערער. ריידן וועגן געלט אויף אַ חדר און אַ ישיבה איז שייך צו אַ משולח ניט צו אים א. א. וו. — זאָגט מען אים, אַז דאָס איז אַ חשבון אין נאָרמאַלע צייטן. בשעת אַ שריפה ר"ל, מאַכט מען ניט קיין אסיפות ווער עס זאָל לעשן די שריפה, נאָר יעדערער טוט. יעדערער מוז טאָן וואָס ער קען אויף לעשן די שריפה.

פאַראַן וואָס טענה'ן, אַז ער האָט שוין גענוג געהאָרעוועט אויף חינוך הכשר, איצטער זאָל טאָן אַן אנדערער. זאָגט מען אים, אדם לעמל יולד, אַ מענטש דאַרף שטענדיק האָרעווען.

בכדי צו באַרעכטיקן די יסורי הנשמה וואָס זי האָט שטענדיק על ידי ירידתה בגוף28)), דאַרף ער שטענדיק האָרעווען, וואָרום די וויילע וואָס ער האָרעוועט ניט, זיינען דאָך די יסורי הנשמה אומזיסטע.

און אַזוי ווי דאָס דאַרף זיין מיט זיך אַליין, אַזוי דאַרף דאָס אויך זייןיד) מיטן צווייטן, ובפרט בענין החינוך; מען דאַרף שטענדיק האָרעווען אין דעם.

(משיחת שושן פּורים, תשי"ד)

יא. אין סיום פון היינטיקער סדרה שטייט, אַז משה רבנו האָט געפרעגט ביי דעם אויבערשטן, למה הרעתה לעם הזה, און אויף דעם האָט

116אים דער אויבערשטער געענטפערט

(בהתחלת פּ' וארא): אני הוי', וארא

גו' בא־ל שדי ושמי הוי' לא נודעתי

להם גו' וידעתם כי אני הוי'.

ווערט דערקלערט אין תורה אור180)), אַז ביי מתן תורה איז אַנטפּלעקט געוואָרן דער שם הוי' (וואָס צו די אבות איז ער ניט נתגלה געוואָרן), ובכדי עס זאָל קענען זיין דער גילוי — וידעתם כי אני הוי' — האָט מען געמוזט האָבן די הכנה פון גלות מצרים — הרעתה לעם הזה.

און ער פירט דאָרטן אויס, אַז דאָס איז אויך דער טעם אויף אריכות גלות האחרון, וואָס דאָס איז אַ הכנה צו די גילויים פון לעתיד.

יב.יעדער ענין אין תורה איז אַן אמת'ער און אַן אייביקער. פון דעם איז פאַרשטאַנדיק, אַז אַ קשיא אין תורה, כאָטש ס'איז דאָ אויף איר אַ תירוץ, פונדעסטוועגן בלייבט נאָך אַלץ אַן אָרט אויף דער קשיא.

— ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט אַמאָל געזאָגט אין אַ שבועות'דיקער התוועדות, וועגן דער קשיא וואָס שטייט אין תורת החסידות, פאַרוואָס האָט מען ניט קובע געווען שמח"ת אום שבועות — זמן מתן תורתנו, אַז וויבאַלד די קשיא שטייט אין תורה, איז הגם עס איז פאַראַן אויף איר אַ תירוץ, פונדעסטוועגן איז נאָך אַלץ פאַראַן אַן אָרט צו זאָגן אַז שמחת תורה זאָל זיין שבועות —

און אַזוי אויך דאָ; וויבאַלד אַז די קשיא למה הרעת שטייט אין תורה, איז אויך נאָכן תירוץ פון וארא גו',

האָט נאָך אַלץ אַן אָרט די טענה,

למה הרעתה.

יג. איינער פון די טעמים אויף דעם איז; הגם מען דאַרף טאַקע

האָבן דעם שעבוד הגלות ווייל דאָס איז אַ הכנה צו די גילויים דלעתיד, פונדעסטוועגן, קען מען דאָך דאָס

אויפן גייסטיקן שיעבוד.

ווי ער דערקלערט אין תורה אורי) די אַלע פּרטי השעבוד פון וימררו את חייהם בעבודה קשה בחומר ובלבנים ובכל עבודה בשדה — אין רוחניות; „וימררו את חייהם היא התורה כי היא חיינו, בעבודה קשה דא קושיא, בחומר דא קל וחומר, ובכל עבודה בשדה דא ברייתא, ובלבנים דא ליבון הלכתא", עיין שם באריכות.

יד. אַזוי ווי דעם ענין הגלות כפּשוטו קען מען אומבייטן אויף די ענינים ברוחניות, אַזוי אויך יגיעת וטרדת הפּרנסה (וואָס דאָס איז דער עיקר הגלותיז)) קען מען אומבייטן אויף יגיעה וטרדא אין תורה.

דער עיקר פון טרדת הפּרנסה איז דאָך דער רבות מחשבות בלב אישי), ביז אַז ער ווייס ניט ווי צו טאָן — קען מען דאָס אומבייטן אויף יגיעה וטרדא אין תורה. ער זאָל זיך מייגע זיין אין תורה, ביז אַז ביי אים וועט ווערן אַ סברא לכאן און אַ סברא לכאן, און ער וועט ניט קענען מכריע זיין, וואָס דאָס איז מייגע ומטריד ביותר.

117— דער ראָגאַטשאָווער גאון האָט אַמאָל געזאָגט, אַז דער שווערסטער טאָג פון וואָך איז ביי אים שבת. אינמיטן וואָך, ווען עס ווערט ביי אים זייער אַ שטאַרקער שטראָם פון שכל, עס לויפן סברות לכאן וסברות לכאן, האָט ער אַן עצה — שרייבן, וואָס אותיות הכתב זיינען מגביל דעם שכל־שטראָם, איז עס דעמאָלט לייכטער מכריע זיין. מה שאין כן שבת, האָט ער דאָך ניט די עצה, מוז ער זיך מייגע זיין ביותר, ביז ער קען מכריע זיין.

און אַזוי ווי עס ווערט דערציילטיח), אַז בשעת דער מיטעלער רבי פלעגט זאָגן חסידות איז געווען זייער שטיל, דאָך פלעגט ער אַמאָל בשעת חסידות זאָגן; שאַ, שאַ. דער רבי (מהורש"ב) נ"ע האָט עס מבאר געווען, אַז דאָס איז געווען אויף איינצושטילן דעם שכל־שטראָם פון מוח.

אין פלוג, פאַרוואָס דאַרף מען אָפּשטעלן נביעת המוחין?

נאָר ווי מען האָט גערעדט וועט מען עס פאַרשטיין, ווייל מצד נביעת המוחין איז שווער אָפּצושטעלן זיך און מכריע זיין בהחלט. עס קומט גלייך נאָך אַ טיפערע העמקה וואָס ברענגט אַ פאַרקערטע סברא — ווי דער אָפטער אויסשפּראַך אין מיטעלן רבי'נס מאמרים; „דלא כנ"ל".

טו. איינער פון די הויפּט־ענינים וועלכע זיינען געווען בגלות מצרים איז „עבודת פּרך". וואָס מיינט עבודת פּרך — זאָגט די גמראכ), אַז זיי האָבן געגעבן מענערשע אַרבעט צו פרויען און פרויען־אַרבעט צו מענער, וואָס דאָס איז ניט ווי געוויינלעך.

איז אויך דעם ענין פון עבודת פּרך דאַרף מען איבערבייטן דאָס זאָל זיין אין רוחניות, אַז די עבודה אין תורה ומצוות דאַרף זיין מער ווי די געוואוינהייט.

און אַזוי ווי אין עבודת פּרך בגשמיות איז דאָך די אַרבעט פון פרויען גרינגער פון מענע־אַרבעט, וואָרום איש דרכו לכבש ואין אשה דרכה לכבשכא), פונדעסטוועגן מצד דעם וואָס עס איז ניט ווי זייער געוואוינהייט איז דאָס עבודת פּרך.

אַזוי אויך אין רוחניות, אַז די עבודה אַליין קען זיין אַ קלייניקייט, אָבער וויבאַלד אַז צוליב איר מוז ער משנה זיין זיין געוואוינהייט, פאַרבייט דאָס די עבודת פּרך בגשמיות.

און אַזוי ווי עס ווערט דערקלערט אין תניאיב) דער טעם אויף דעם וואָס די גמרא28)) זאָגט, אַז השונה פּרקו מאה פּעמים לבד ווערט אָנגערופן לא עבדו און השונה פּרקו מאה פּעמים ואחד ווערט אָנגערופן עובד אלקים, אַז כאָטש דאָס איז דאָך ניט מער ווי נאָך איין מאָל, נאָר וויבאַלד ער איז משנה זיין טבע, זיין געוואוינהייט, „שבימיהם הי' הרגילות לשנות כל פּרק מאה פּעמים", הייסט ער עובד אלקים. (און דורך דעם אחד דערלאַנגט ער אין יחידה שבנפש. מאה פּעמים — עשר כחות הכלולים בעשר. מאה פּעמים ואחד — בחינת118יחידה, וואָס למעלה איז דאָס בחינת הכתרכד)).

טז. נאָך אַ פּרט איז דאָ אין דעם, אַז ניט נאָר וואָס אויך דורך אַ גרינגער עבודה, וויבאַלד אַז עס איז אַן ענדערונג פון זיין געוואוינהייט, פאַרבייט דאָס די עבודת פּרך בגשמיות און ער הייסט עובד אלקים;

נאָך מערער, אַז אויך ווען די דאָזיקע ענדערונג פון זיין געוואוינהייט איז ניט אין אַ פּנימיות, ד. ה. אַז בפּנימיות פאַרבלייבט ער אין זיין פריערדיקער רגילות, עס איז מער ניט וואָס ער נויט זיך בעל כרחו, האָט ער אויך די מעלה פון עובד אלקים.

דער טעם אויף דעם איז, ווייל די פּנימיות הרצון פון אַ אידן איז דאָך טוב, מער ניט שהיצה"ר אונסו, איז אויף דעם מספּיק אויך די כפי' בע"כ 28)).

יז. לויט דעם וועט מען אויך פאַרשטיין, וואָס דער אַלטער רבי ברענגט אין תניא דעם משל הגמרא פון „שוק של חמרים שנשכרים לעשר פּרסי בזוזא ולאחד עשר פּרסי בתרי זוזי מפני שהוא יותר מרגילותם".

ולכאורה איז ניט מובן, פאַרוואָס דאַרף ער ברענגען אין תניא דעם משל פון די חמרים, ער האָט געדאַרפט ברענגען נאָר וואָס די גמרא זאָגט אין דער מעלה פון השונה פּרקו מאה פּעמים ואחד; מוז מען דאָך זאָגן, אַז דער משל החמרים איז נוגע צום פאַרשטאַנד פון ענין פון שינוי הרגילות וועגן וועלכן ער רעדט דאָרט אין תניא.

וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים הידוע אַז אין אַ תורה־משל זיינען אַלע פּרטים פון משל מתאים צום נמשל, וואָרום דער משל איז נשתלשל מהנמשל, במילא מוזן דאָך מתאים זיין אַלע פּרטים.

וכמו"כ בהנ"ל; חמור ווערט אָנגערופן דער גוף. און מען מאָנט ביי אַ אידן עזב תעזב עמוכ), מ'זאָל זיך ניט מסתפק זיין מיט עבודה וואָס איז שייך צו דער נשמה אַליין, נאָר מ'זאָל מברר זיין אויך דעם גוף.

און אין דעם זיינען פאַראַן צוויי אופנים;

א) מאַכן דעם גוף אויס חמור, מאַכן אים פאַר אַ מדבר — אתהפּכא.

— עס איז דאָך ידוע דער סיפּור, אַז בשעת דער אַלטער רבי האָט געהאַלטן ביי פאָרן פון מעזריטש אַהיים, איז געגאַנגען הרב הקדוש הרב המלאך (דעם מעזריטשער מגיד'ס זון) באַגלייטן אים. האָט דער מלאך געזאָגט צום בעל עגלה — מ'דאַרף שמייסן די פערד אַז די פערד זאָלן ווערן אויס פערד. נאָך אַ נוסח; אַז די פערד זאָלן וויסן אַז זיי זיינען פערד. האָט דער אַלטער רבי געזאָגט, אַז עס איז אים צוגעקומען אַ דרך אין עבודה, און האָט אָפּגעלייגט די נסיעה, און איבערגעבליבן נאָך אַ צייט אין מעזריטש —

ב) זייענדיק במהותו ווי ער איז, זאָל ער זיך כופה זיין און משנה זיין רגילותו — אתכפיא. און אויך119דורך דעם אופן פון אתכפיא, הייסט ער אַן עובד אלקים.

און דאָס איז מרומז אין די פּרטי המשל פון שוק של חמרים:

דעם חמור האָט ער ניט געקויפט, ד. ה. דער חמור איז ניט געוואָרן זיינער (ובנמשל הו"ע אתהפכא), ער האָט אים מער ניט ווי געדונגען, ד. ה. אַז דער חמור איז געבליבן אין זיין פריערדיקן רשות, אָבער פונדעסטוועגן רעכנט ער זיך ניט מיט

פרשת

א. ווי מען האָט שוין אַ סך מאָל גערעדט, אַז אַלע ענינים פון תורה, ניט נאָר די דינים נאָר אויך די סיפּורים, זיינען אַ הוראה (אָנווייזונג) — תורה מלשון הוראה — אין יעדער צייט און אין יעדער אָרט, עד סוף כל הדורות. און דאָס איז דער ענין פון נצחיות התורה.

דאָס הייסט, אַז אפילו די דערציילונגען און געשעענישן, וואָס זיינען פאַרבונדן מיט אַ מעמד ומצב, וואָס איז ניט שייך אין איצטיקע דורות, אָבער מצד נצחיות התורה, זיינען אויך זיי אַ הוראה אין יעדן דור.

אַזוי איז דאָס ביי אַלע סיפּורי התורה, און מכ"ש די סיפּורים וועגן יציאת מצרים.

די מצוה פון זכירת יציאת מצרים איז יעדן טאָג, ווייל דער ענין פון יציאת מצרים איז פאַראַן אין דער רוחניות'דיקער עבודה פון מענטשן יעדן טאָג, ווי דער אַלטער רבי זיין רגילות צו פאָרן מער ניט ווי עשר פּרסי, און אַרבעט מיט אים יותר מרגילותו.

אַזוי איז אויך אין רוחניות, אַז הגם דער גוף איז במצבו החומרי כמו שהוא, פונדעסטוועגן, דורך דעם וואָס ער איז כופה דעם חומר הגוף בעל כרחו על כל פּנים, ווערט ער אויך אָנגערופן עובד אלקים.

(משיחת ש"פ וארא, תשי"א) וארא

דערקלערט באריכות אין תניא (פמ"ז) און אין תורה אור. איז דאָך זיכער אַז אַלע סיפּורים וואָס די תורה דערציילט וועגן דעם אופן ווי די אידן זיינען אַרויס פון מצרים אין גשמיות, זיינען אַ הוראה אויך אין דעם אופן „יציאת מצרים" אין רוחניות.

דער אָנהויב פון יציאת מצרים איז געווען מיט די עשר מכות, וואָס דורך זיי האָט מען צעבראָכן דעם שטאָלץ פון פּרעה און דעם שטאָלץ פון מצרים. דאָס איז דאָך דער תוכן פון היינטיקער סדרה, אין וועלכער עס ווערט דערציילט וועגן די מכות דם, צפרדע כו'.

ב. דער אָנהויב פון היינטיקער סדרה איז וועגן דער שווערער אונטערדריקונג און גלות אין מצרים.

די סדרה הויבט זיך אָן מיט די ווערטער וארא אל אברהם גו', וואָס דאָס איז דעם אויבערשטנ'ס ענטפער צו משה רבינו אויף זיין שאלה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-mey7bv35

Copies

Recent activity

#109 Likkutei Sichos vol 1: machine reading · approved

Sources