Likkutei Sichos
Bechukosai-Lag B'Omer
281פרשת בחקותי
א. דער אָנהויב פון דער סדרה איז, אם בחקותי תלכו. זאָגט די גמרא1)), אין אם אלא לשון תחנונים. ד. ה. אַז דער טייטש פון אם דאָ איז ניט אַ תנאי „אויב", ווי אין אַ סך ערטער און אויך אין דער פּרשה גופא, ואם לא תשמעו לי, ואם בחקותי גו', נאָר — תחנונים, דער אויבערשטער כביכול בעט זיך ביי אידן
אַז: בחקותי תלכו, שתהיו עמלים בתורה)).
און די בקשה און דער ציווי גיט אויך אַ כוח און איז אויך אָן הבטחה, צו יעדער אידן, אַז בחקותי תלכו, ווי עס שטייט)), לבלתי ידח ממנו נדח.
ב. די צוויי ענינים — ציווי און הבטחה — געפינען מיר אויך אין282דער מצוה פון אהבת ה'. אויפן פּסוק ואהבת את ה' אלקיך, טייטשט דער אַלטער רבי) צוויי פּירושים: א) דו זאָלסט ליב האָבן. ב) דו וועסט ליב האָבן. און אויך דאָרטן זיינען ביידע פּירושים פאַרבונדן איינער מיטן צווייטן. וואָרום דער ציווי מלמעלה איז אויך אַ נתינת כוח און הבטחה, אַזוי ווי אויבן דערקלערט.
אהבה איז אַ שרש אויף אַלע רמ"ח מצות עשה, אַרייננעמענדיק אויך די מצוה פון יראת ה', וועלכע איז אַ שרש אויף אַלע שס"ה מצות לא תעשה). קומט דאָך אויס אַז אהבת ה' איז אַ שורש אויף אַלע תרי"ג מצות.
איז פּונקט ווי אויף אהבה איז דאָ אַ ציווי און הבטחה, אַזוי אויך אויף אַלע תרי"ג מצות — וועלכע ווערן נכלל אין פּסוק, אם (לשון תחנונים און אויך הבטחה) בחקותי תלכו ואת מצותי תשמרו ועשיתם אתם.
ג. נאָך אַ טייטש איז דאָ) אויף בחקותי — אַז דאָס גייט אויף מצות. אין מצות זיינען דאָ דריי סוגים; משפּטים, עדות און חוקים. משפּטים זיינען די מצות וועלכע דער שכל וואָלט אַליין מחייב געווען, אַפילו אויב די תורה וואָלט עס ניט געהייסן; עדות זיינען די מצות וועלכע שכל אַליין וואָלט טאַקע ניט מחייב געווען, אָבער נאָכדעם ווי תורה האָט זיי געהייסן, האָבן זיי אַן אָרט אין שכל; חוקים זיינען די מצוות וועלכע האָבן קיין אָרט ניט אין שכל, ווי מצות שעטנז, פּרה אדומה, א. ד. גל.
דאָס וואָס דער פּסוק זאָגט בחוקותי, כאָטש ער מיינט דאָך אַלע מצות, ווייל ער איז מרמז, אַז אויך עדות און משפּטים, הגם זיי האָבן אַן אָרט אין שכל, דאַרף מען זיי אָבער מקיים זיין מצד קבלת עול, פּונקט ווי דער קיום פון חוקים — חוקה חקקתי גזירה גזרתי.
און כאָטש דער קיום המצוות איז ניט מצד השכל נאָר מצד קבלת עול, פונדעסטוועגן איז אין דעם דאָ אַ תענוג, און אדרבה, דער תענוג איז נאָך אַ גרעסערער, ווי עס איז באַוואוסט 1)) וועגן דעם ענין פון עבודת עבד נאמן און עבד פּשוט, אַז דער תענוג פון עבד איז דאָס דער תענוג האדון.
וואָס דאָס איז מרומז אין דעם וואָרט „תלכו", אַז כאָטש עס איז „בחוקותי", קבלת עול, פונדעסטוועגן איז — „תלכו", וואָס דער אמת'ער ענין פון גיין איז דאָך בלי גבול), קען עס ניט קומען מצד פּנימיות'דיקע און באַגרענעצטע כוחות, נאָר מצד כוח מקיף, תענוג, חיות.
און דער וואָרט „אם", די תחנונים און הבטחה פון דעם אויבערשטן, גייט ניט נאָר אויף דעם גוף פון קיום המצות נאָר אויך אויפן אופן פון קיום המצות; „בחוקותי תלכו", אַז יעדער איד איז מובטח אַז ער וועט מקיים זיין מצות מיטן חיות פון קבלת עול.
ד. דער שכר אויף דעם איז, „ונתתי גשמיכם בעתם" וגו' — גשם ברוחניות, וואָס דאָס איז דער יערוף כמטר לקחי און נאָך העכער, דער אור283תורה, און נאָך העכער, די תורה וואָס משיח וועט לערנען, וואָס די תורה פון איצטער איז הבל לגבי תורתו של משיח
און דורך דעם אויך3 גשמיכם בעתם, בגשמיות כפשוטו.
און די גשמיות וועט זיין אין אַזאַ אופן, אַז ניט נאָר וואָס זי וועט ניט אָפּהאַלטן פון עבודת הוי', נאָר אדרבה, זי וועט נאָך צוהעלפן, ווי עס שטייטכ), עד דלא אכילנא בישרא דתורא כו' (אַז ביז ער עסט ניט קיין פלייש איז ביי אים זיין געדאַנק ניט גענוג לויטער), אַז מיט די גשמיות וועט מען דינען דעם אויבערשטן מתוך מנוחת הנפש והרחבת הדעת.
ה. אין לקוטי תורה פון היינטיקער סדרהיא) ווערט דערקלערט, אַז אַלע ענינים פון תוכחה זיינען באמת ברכות (לדוגמא ואפו עשר נשים לחמכם בתנור אחד, איז דער פּשט אַז אַלע עשר כחות הנפש וועלן זיין אויסגעקאָכט אין „אחד") — נאָר אַזוי ווי זיי זיינען גאָר הויכע ברכות, קענען זיי ניט אַראָפּקומען בגילוי, דערפאַר זיינען זיי געזאָגט געוואָרן אין אַזאַ אופן.
דער צמח צדק ברענגט דאָרט אין אַ הגה"ה, אַז דאָס איז אויך דער פּשט אין דער דערציילונג פון גמראב), אַז רבי שמעון בן יוחאי האָט געשיקט זיין זון צו רבי יונתן בן עמסיי און רבי יודא בן גרים זיי זאָלן אים בענטשן. ווען ער איז געקומען צו ר' שמעונ'ען, איבערגעגעבן וואָס זיי האָבן אים געזאָגט, און באַקלאָגט זיך אַז אין פלוג זיינען דאָס ענינים וואָס זיינען היפּך פון ברכות, האָט אים ר' שמעון געזאָגט אַז באמת זיינען דאָס אַלץ ברכות, און האָט אים די אַלע ברכות דערקלערט.
איז אין פלוג, פאַרוואָס טאַקע האָבן זיי אים געבענטשט מיט אַזאַ לשון וואָס מען קען אויסטייטשן אַנדערש? זאָגט אויף דעם דער מהרש"א אַז דאָס איז געווען לחדודי. דער צמח צדק זאָגט, אַז יותר נראה כפשוטו, וויילע דאָס זיינען געווען גאָר הויכע ברכות האָט עס געמוזט אַראָפּקומען אין אַזאַ אופן.
ו. אין פלוג, וויבאַלד אַז דאָס זיינען הויכע ברכות וועלכע מוזן קומען פאַרשטעלט, ווי אַזוי האָט זיי ר' שמעון בן יוחאי געקענט אויסטייטשן בגילוי?
וועט מען עס פאַרשטיין לויט ווי עס ווערט דערקלערט אין תניאיח), אַז יסורים זיינען טוב פון עלמא דאתכסיא, בחינת י־ה, דערפאַר קומט עס איצטער אַראָפּ „בבחינת צל ולא אורה וטובה נראית", און דורך דעם וואָס מען איז מקבל די יסורים בשמחה, איז מען זוכה צום „כצאת השמש בגבורתו"כד), וואָס וועט זיין לעתיד, וואָס דאַן וועט עס אַראָפּקומען בטוב הנראה והנגלה.
די נשמות וואָס ענינם איז צו מגלה זיין פּנימיות התורה, איז ביי זיי אויך איצטער מאיר דער גילוי פון לעתיד*1)). דערפאַר איז רשב"י284וואָס זיין ענין איז געווען צו אַנטפּלעקן פּנימיות התורה, האָט ער געקענט אויסטייטשן די ברכות בגילוי, וויילע ביי אים האָט שוין מאיר געווען דער כצאת השמש בגבורתו, האָט ער אויך איצטער שוין געזען אין דעם די ברכות.
דעריבער קומט די אויסטייטשונג פון דער תוכחה ווי ברכות — אין חסידות דוקא, וואָס ברענגט פּנימיות התורה בגילוי.
ז. וויבאַלד אַז דער אויסטייטש פון די ברכות איז פאַרבונדן מיט פּנימיות התורה, איז אַזוי ווי פּנימיות התורה האָט דאָך רשב"י מגלה געווען צו אַלעמען, אַזוי אויך די ברכות, האָט ער אויסגעטייטשט אויך צו זיין זון, וואָס איז דאַן נאָך ניט געווען אויף אַזאַ הויכע מדריגה,
— וואָס דערפאַר זאָגט די גמרא אמר לי' לברי' און רופט אים ניט ביי זיין נאָמעןיח). אַ ווייטערדיקע הוכחה איז פון דעם וואָס ער האָט אים געשיקט מקבל זיין אַ ברכה פון ר' יונתן בן עמסיי און ר' יהודא בן גרים —
ח. אין דריי ערטער אין תניא ווערט דערקלערט די עצה צו יסורים. איין מאָל אין ערשטן חלק תניא און צוויי מאָל אין אגרת הקדש.
אין ערשטן חלק תניאיט) שטייט, אַז די עצה צו יסורים איז לקבולי בשמחה, וואָס דורך דעם וועט ער זוכה זיין אַז לעתיד לבוא וועט עס אַראָפּקומען בטוב הנראה והנגלה.
דאָס איז דאָך אָבער אַן ענין וואָס מען דאַרף וואַרטן אויף לעתיד לבוא.
אין אגרת הקדש אין איין אָרט*1)), גיט ער די עצה, לפשפש במעשיו. ער זאָל זיך באַטראַכטן ווי המלך הגדול רוחץ צואת בנו יחידו, כמו שכתוב*1)) אם רחץ ה' את צואת בנות ציון גו', וואָס דאָס קומט דאָך מצד דער אהבה רבה שלמעלה, וואָס דורך דער התבוננות איז כמים הפּנים אל פּנים וועט ער מעורר זיין די אהבה ביי זיך צום אויבערשטן, וואָס דורך דעם וועט ער ממשיך זיין למעלה, אַז די אהבה וועט זיין אַן אהבה מגולה, וואָס במילא וועט עס אַראָפּקומען אויך למטה בטוב הנראה והנגלה.
די עצה, כאָטש אַז מען דאַרף טאַקע ניט וואַרטן אויף לעתיד, ער קען האָבן טוב הנראה והנגלה אויך איצטער, דאַרף מען אָבער צו איר האָבן התבוננות און התעוררות אהבת הוי' וכו'.
אין צווייטן אָרט אין אגרת הקדשכ), גיט ער די עצה, מען זאָל וויסן אַז דאָס איז אַן ענין פון נסיונות, מען פּרואווט אויס דעם מענטשן צי ער האָט אַ רצון אין עניני עולם הזה און חיי הגוף. און דורך דעם וואָס ער שטייט ביי דעם נסיון, קומט עס אַראָפּ אין טוב הנראה והנגלה.
286די מעלה אין דער עצה איז, אַז מען דאַרף ניט וואַרטן אויף התעוררות אהבה וכו', און ביז דעמאָלט ליידן יסורים חס ושלום, נאָר באַלד ווי מען שטייט ביי דעם נסיון, ווערט מען פּטור פון יסורים. אויך איז די מעלה אין דעם, אַז עס איז גענוג אויך אַ ביסל יסורים, וואָרום אויך מיט אַ ביסל קען מען אים אויספּרואוון, און באַלד ווי מען זעט אַז ער ווערט ניט נתפּעל פון דעם, נעמט מען דאָס צו פון אים.
אָבער פונדעסטוועגן, דאַרף מען דאָך דאָ ביישטיין דעם נסיון.
די מעלה פון רשב"י און פּנימיות התורה אָבער איז, אַז מען דאַרף ניט וואַרטן אויף לעתיד, ניט אויף התעוררות אהבה וכו', און ניט אויף ביישטיין נסיונות, נאָר מצד פּנימיות התורה טייטשט מען אויס, באַלד, און מען איז מגלה יעדער ענין, בטוב הנראה והנגלהיב).
ט. דער דאָזיקער ענין איז פאַרבונדן אויך מיט דעם היינטיקן שבת — דער שבת וואָס נאָך ל"ג בעומר.
אויף שבת שטייטכח), מי שטרח בערב שבת יאכל בשבת. ערב שבת דאָ — מיינט ניט פרייטיק דוקא, נאָר אַלע טעג פון פאָריקער וואָך, אָנהויבנדיק פון זונטיק אָן, דאַרף מען אָנהויבן גרייטן זיך צו שבת128)).
דערפאַר איז יעדן טאָג פון וואָך, פון זונטיק אָן, זאָגט מען היום יום ראשון בשבת, יום שני בשבת, א. א. וו. וואָס דאָס ציילט מען די טעג צום קומענדיקן שבתכד). און ווי דער רמב"ן זאָגט אויפן פּסוק זכור את יום השבת לקדשוכח), אַז מיט ציילן די טעג צום קומענדיקן שבת, איז מען מקיים די מצוה פון זכור את יום השבת לקדשו.
דערפאַר שטייט אויךכ) אַז די תפלות פון אַלע זעקס טעג פון וואָך זיינען עולה בשבת.
דאָס איז ניט קיין סתירה צו דעם וואָס די גמרא זאָגט אַז נאָר די לעצטע טעג פון וואָך, פון מיטוואָך אָן, האָבן אַ שייכות צום קומענדיקן שבת, אָבער די ערשטע טעג פון וואָך האָבן אַ שייכות צום פריערדיקן שבת — וואָס דערפאַר קען מען מאַכן הבדלה אויב ער האָט פאַרגעסן וכו' און מעביר זיין די סדרה שנים מקרא ואחד תרגום ביז דינסטיק פון דער קומענדיקער וואָךיז) — ווייל דאָס זיינען באַזונדערע ענינים, און ווי עס ווערט אין אַ צווייטן אָרט דערקלערט אַז עס זיינען דאָ המשכות השבת וואָס זיינען נאָר ביז דריי טעג (פאַר שבת און נאָך שבת)כח). אָבער וואָס עס דאַרף עולה און נכלל ווערן אין שבת, זיינען אַלע ששת ימי החול פאַר שבת, אַ הכנה און זיינען עולה אין דעם שבת וואָס קומט נאָך זיי.
לויט דעם איז היינטיקן שבת די עלי' און התכללות פון ל"ג בעומר286— דער יום ההילולא און יום השמחה פון רשב"י.
י. וועגן דעם ענין פון הסתלקות שטייטב) אַז אין דעם טאָג פון דער הסתלקות ווערט נכלל זיין גאַנצע עבודה און האָרעוואַניע וואָס ער האָט געהאָרעוועט דעם גאַנצן לעבן. וואָרום בשעת הסתלקות איז דאָך דער גמר עבודת הנשמה וואָס זי האָט געדאַרפט אויפטאָן מיט דעם גוף.
— ד. ה. אַז אַפילו אויב זי דאַרף אַראָפּקומען נאָכאַמאָל אין גלגול, איז דאָך דאָס אָבער דער גמר העבודה וואָס זי האָט געדאַרפט אויפטאָן מיט דעם גוף —
און מצד דעם איז דאָ אַ מעלה אין דעם טאָג פון הסתלקות אויף דער עבודה פון דעם גאַנצן לעבן, ווייל בעת דער הסתלקות קלייבן זיך צונויף אַלע עבודות צוזאַמען.
נאָך מערער: בשעת עס קלייבן זיך צונויף אַלע עבודות צוזאַמען, קומט צו אויך אַן אור וואָס איז העכער פון זיי אַלע.
ווי למשל, בשעת עס קלייבן זיך צוזאַמען עטלעכע אותיות, וואָס יעדער אות האָט דאָך אַ באַזונדער פּירוש און ענין0)), און ווען מען שטעלט צונויף עטלעכע אותיות, ווערט אַ וואָרט. קומט דאָך צו אַ נייע זאַך, דער כוח וואָס איז מצרף די אותיות*1)), דער תוכן פון דעם וואָרט, דער אור העולה על כולנה.
און ווי ס'איז אויך ווען עס זיינען זיך מצטרף צען אידן אינאיינעם, וואָס יעדער פון זיי האָט אַ נפש אלקית, קומט צו אַ נייער ענין, די השראת השכינה וואָס עס איז פאַראַן אויף עשרה מישראל.
יא. לויט דעם וועט מען אויך פאַרשטיין דעם ענין פון ל"ג בעומר, דער יום ההסתלקות פון רשב"י, אַז ווי גרויס עס איז געווען די מעלה פון עבודת הרשב"י ביים לעבן, וואָס ער האָט געזאָגטמח): בחד קטירא אתקטרנא בי' אחידא בי' להיטא, איז נאָך גרעסער די מעלה וואָס האָט זיך אויפגעטאָן אין דעם טאָג פון זיין הסתלקות, מצד דער מעלה פון הכל און דעם אור העולה על כולנה.
דאָס איז אויך וואָס שטייט)) ביי משה רבינו, חמשים שערי בינה נבראו בעולם וכולן ניתנו למשה חסר אחד, נאָר בשעת זיין הסתלקות האָט ער זוכה געווען אויך צום שער הנו"ן, הר נבו — נו"ן בו.
יב. דערמיט וועט מען פאַרשטיין וואָס עס שטייט אין מדרשמד) אויפן פּסוקמא) כי לא יראני האדם וחי, שאפילו חיות הקדש אינן רואות, וויילע זיי זיינען תחת הרקיע. אויך זאָגט דאָרט דער מדרש אויף צדיקים — בחייהם אינם רואים אבל במיתתם רואים.
אין פלוג, וויבאַלד אַז אַפילו חיות הקדש, גאָר אַ הויכע מדריגה אין מלאכים, אינן רואות, היינט ווי קומט287עס אַז צדיקים במיתתם רואים ז אויב דאָס איז מצד מעלת הנשמות על המלאכים, האָבן דאָך נשמות געדאַרפט זען אויך בחייהם?
לויט דעם איז אָבער מובן, וויילע בשעת דער הסתלקות איז דאָ די מעלה פון דעם הכל און דעם אור העולה על כולנה, אַ מעלה, צו וועלכער מען קען צוקומען ביי גמר העבודה.
יג. דערמיט וועָט מען פאַרשטיין וואָס עס ווערט דערציילט אין כתבי האריז"ל*)), אַז ר' אברהם הלוי פלעגט זאָגן אַלע טאָג תפלת נחם, וויילע ער האָט זייער שטאַרק געקלאָגט אויפן חורבן בית המקדש און געבענקט צום בנין הבית שיהי' לעתיד. איז ווען ער האָט געזאָגט נחם אויך ל"ג בעומר אין מירון, האָט רשב"י פאַראיבל געהאָט, און עס האָט אים פאַרשאַדט.
איז דער ענין אין דעם, ווי עס ברענגט זיךיח) בשם דעם אַלטן רבי'ן נ"ע, אַז עס זיינען פאַראַן נשמות פון יחידי סגולה וואָס פאַר זיי איז ניט געווען דער גאַנצער ענין החורבן, און איינער פון זיי איז רשב"י.
במילא, בשעת עס איז געקומען ל"ג בעומר, האָבן זיך דעמאָלט צונויפגעקליבן אַלע עבודות פון רשב"י מיט דעם אור העולה על כולנה, איז אין אַזאַ טאָג האָט ער — ר' אברהם הלוי — ניט געדאַרפט פילן דעם גאַנצן ענין החורבן; זייענדיק דעם אריז"ל'ס אַ תלמיד, האָט ער דאָך געוואוסט אַז דער ענין ההסתלקות איז דער גמר העבודה כנ"ל, און האָט אויך געוואוסט דעם ענין און די מעלה פון דעם רשב"י, במילא האָט ער ל"ג בעומר דעם חורבן ניט געדאַרפט פילן.
יד. די דערקלערונג אין דעם איז:
עבודת הרשב"י איז געווען ממשיך זיין פּנימיות התורה און סתים דאורייתא אין גליא דתורה און דורך דעם אויך אין גליא פון וועלט. עס זיינען געווען כמה תנאים וואָס האָבן זיך עוסק געווען אין פּנימיות התורה, דער אויפטו פון רשב"י, אָבער, איז געווען אַז ער האָט עס ממשיך געווען בגילוי אין וועלט.
וויבאַלד ער האָט ממשיך געווען פּנימיות התורה אילנא דחייא, בגילוי אין וועלט (אופן ההנהגה דלעתיד), איז דאָך במילא ניט שייך דער גאַנצער ענין הגלות.
טו. דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס עס שטייט אין מדרשמח) אַז איינער פון רשב"י'ס תלמידים איז אַוועקגעפאָרן אין אַן אַנדער אָרט און איז געוואָרן אַ גביר. ווען דער תלמיד איז צוריקגעקומען האָבן די אַנדערע תלמידים געקראָגן אַ חלישות הדעת. האָט זיי דער רשב"י אַוועקגעפירט אין אַ בקעה — לויט דער גירסא אין תנחומאב) איז עס געווען אין בקעה שע"פ מירון, רשב"י'ס הר נבו — און האָט געזאָגט, בקעה בקעה התמלאי דינרי זהב. בשעת די בקעה איז פול געוואָרן מיט דינרי זהב, האָט ער געזאָגט צו די תלמידים, אַז יעדער איינער קען דער־288פון נעמען וויפל ער דאַרף, נאָר זיי זאָלן וויסן, אַז דאָס איז זייער חלק פון לעתיד לבוא. ותשחק ליום אחרון*)), האָבן די תלמידים ניט גענומען.
דערנאָך דערציילט ער אין מדרש נאָך אַ מעשה, אַז ר' שמעון בן חלפתא — ער איז געווען שפּעטער פון רשב"י, ער איז דאָך געווען אַן אמורא1) — איז געווען אַ גרויסער אָרעמאַן, און האָט ניט געהאַט אויף הוצאות שבת ויום טוב. האָט ער אויף דערויף מתפּלל געווען, האָט מען אים געגעבן מלמעלה אַן אבן טוב, האָט ער עס פאַרקויפט און דאָס געלט אויסגעגעבן אויף הוצאות שבת ויום טוב. ווען זיין ווייב האָט עס געזען, האָט זי אים וועגן דעם געפרעגט, און ער האָט איר דערציילט די גאַנצע מעשה. האָט זי געזאָגט אַז זי איז אויף דעם ניט מסכים, ווייל לעתיד וועט זיין שלחנך חסר ושלחן חבירך מלא. איז ר' שמעון בן חלפתא אַוועק אין פעלד און האָט מתפּלל געווען, האָט מען עס ביי אים צוגענומען צוריק.
און דער מדרש פירט אויס8 רבותינו אמרו, אַז דער צווייטער נס איז גרעסער פון דעם ערשטן, ווייל משמיא מיהב יהבי משקל לא שקלימז).
דאַרף מען פאַרשטיין, פאַרוואָס האָט מען געזאָגט גדול נס האחרון כו' אויף דער שפּעטערדיקער מעשה פון ר"ש בן חלפתא, און ניט אויף דער פריערדיקער מעשה פון רשב"י, וואָרום אויך ביי דער מעשה מיטן רשב"י ווען די תלמידים האָבן געזאָגט אַז זיי ווילן ניט נעמען, האָט מען דאָך זיכער די דינרי זהב מלמעלה צוריק צוגענומען.
— וויבאַלד אַז רשב"י'ס תלמידים האָבן עס ניט גענומען און אין שפּעטערדיקע דורות האָט מען אויך ניט געפונען אין בקעת מירון קיין דינרי זהב, האָט מען דאָך דאָס מסתמא צוריק צוגענומען —
אויך איז ניט פאַרשטאַנדיק, וואָס אין מדרש פּ' נח וואו ער רעכנט אויס די מעלות פון רשב"י, זאָגט ער דאָרטן אַז בימיו לא נראתה הקשת, און ער דערציילט דאָרטן אויך די מעשה וואָס ער האָט געזאָגט בקעה בקעה התמלאי דינרי זהב. איז אויב דאָס וואָס מען האָט צוגענומען צוריק איז אַ גרעסערע מעלה, האָט ער דאָך געדאַרפט זאָגן אין מדרש די מעלה פון רשב"י, וואָס ער האָט גע'פּועל'ט מען זאָל די דינרי זהב צונעמען צוריק?
נאָר לויט ווי מען האָט גערעדט, אַז דער ענין פון רשב"י איז געווען צו ממשיך זיין פּנימיות התורה בגלוי אין עולם, אַז אויך איצטער בזמן הגלות זאָל זיין דער סדר ווי בזמן הבית ובביאת המשיח, וועט מען עס פאַרשטיין בפּשיטות;
טז. מצד תורה ווערן נמשך אַלע המשכות אויך בגשמיות, ווי עס שטייטח), עץ חיים היא למחזיקים בה ותומכי' מאושר גו', בשמאלה עושר וכבודד), ומכל שכן בימינה כדרשת רז"לח). אויך אין היינטיקער סדרה
289ל"נ בעומר
שטייט אם בחוקותי תלכו גו' ונתתי גשמיכם בעתם גו' און ווי די גמרא)) זאָגט, חטים ככליות, וואָס דאָס איז דער סדר ההנהגה ווי עס איז געווען בזמן הבית און ווי עס וועט זיין לעתיד.
דערפאַר איז רשב"י, וואָס ביי אים איז דער חורבן ניט געווען, האָט ער מיט תורה געקענט ממשיך זיין דינרי זהב בגשמיות. דער אויפטו איז נאָר געווען וואָס ער האָט עס ממשיך געווען ניט נאָר פאַר זיך וכיוצא בו, וואָס לגבי זיי איז דער חורבן ניט געווען, נאָר ער האָט גע'פּועל'ט די המשכה אויך פאַר זיינע תלמידים, וואָס זיי זיינען נאָך געווען אין אַ מדריגה פון גלות,
— די ראי' איז פון דעם גופא וואָס זיי האָט אָנגערירט ענינים גשמיים, וואָס לעתיד וועט דאָך דאָס לגמרי ניט זיין שייך, ווי עס שטייט אין רמב"םז) אַז דאָס וואָס נתאוו לימות המשיח איז עס ניט מצד גשמיות, ווייל דעמאָלט וועט מען זיך מסתפק זיין במועט, ווי עס שטייט אין פּסוקח), והי' ביום ההוא יחי' איש עגלת בקר ושתי צאן, —
און פונדעסטוועגן האָט רשב"י גע'פּועל'ט די המשכה אויך צו זיי. וויבאַלד אַז די המשכה איז געקומען מצד גילוי פּנימיות התורה, מעין דלעתיד, איז אַזוי ווי פּנימיות התורה האָט ער ממשיך געווען בגלוי אין עולס צו אַלעמען, האָט ער אויך אַזוי ממשיך געווען די המשכות וועלכע קומען דורך איר.
און דאָס איז דער סיפּור בדיוק הלשון — בקעה, אַז אויך אין בקעה, אַ נידעריק אָרט, „בקעה מצא", האָט ער ממשיך געווען דעם אופן ההנהגה פון לעתיד לבוא.
יז. לויט דעם וועט מען פאַרשטיין וואָס מען דערציילט אויף רשב"י די מעשה וואָס ער האָט ממשיך געווען דינרי זהב און ניט די מעשה וואָס מען האָט עס צוגענומען צוריק, ווייל ניט דאָס איז דער ענין פון רשב"י. דער פּלא אין דעם וואָס מען האָט גענומען צוריק איז מצד דעם וואָס משמיא מיהב יהבי משקל לא שקלי, וואָס מען האָט משנה געווען דעם סדר אין הימל, אָבער ניט דאָס איז דער ענין פון רשב"י. זיין ענין איז ממשיך זיין דאָ למטה, דורך פּנימיות התורה, דעם אופן ההנהגה פון לעתיד.
און דאָס איז אויך וואָס רשב"י האָט געזאָגט) אַז ער וועט מגין זיין אויף אַלע דורות וואָס פון אים ביז ביאת המשיח, ווייל רשב"י און פּנימיות התורה האָבן אַ שייכות צו משיח'ן *מח), און דאָס איז זיין ענין, כנ"ל.
יח. עס איז דאָך באַוואוסט 81)) אַז יעדן יאָר חזר'ן זיך איבער די ענינים וואָס זיינען געווען דעם ערשטן מאָל אין יענעם טאָג. אַזוי ווי יעדער ט"ו ניסן איז מאיר יציאת מצרים און290יעדער שבועות — מתן תורה, איז
אויך יעדער ל"ג בעומר מאיר דער חא, וואָס ענין פון רשב"י און די הנהגה פון דרא דרלעתיד לבוא,
וואָס רשב"י האָט עס איבערגעגעבן ווערן אַל צו זיינע תלמידים און צו די דורות בטוב הנאָך אים, און האָט עס אַריינגע־
געבן אין פּנימיות התורה וואָס איז נתגלה געוואָרן אין הבנה והשגה דורך
תורת חסידות חב"ד, אין לעצטן דור, דרא דמשיס דעמאָלט וועט זיין אַזוי ווי רשב"י *ח),
דורך פּנימיות התורה נמשך אַלע המשכות אויך בגשמיות, הנראה והנגלה.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק א׳
- Id
- rh-e0t2gdx3