עברית
Library

Likkutei Sichos

Behar

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

273פרשת בהר

א. אין אָנהויב סדרה שטייט, וידבר הוי' אל משה בהר סיני גו' ושבתה הארץ שבת להוי'. זאָגט אויף דעם רש"י בשם תורת כהנים; מה ענין שמיטה אצל הר סיני והלא כל המצות נאמרו מסיני, אלא מה שמיטה נאמרו כללותי' ודקדוקי' מסיני אף כולן נאמרו כללותיהן ודקדוקיהן מסיני.

דאַרף מען פאַרשטיין, פאַרוואָס איז דער לימוד „בהר סיני" ביי מצות שמיטה דוקא, דער לימוד האָט דאָך געקענט שטיין ביי אַן אַנדער מצוה (ביי וועלכער עס ווערן אויסגערעכנט אירע פּרטים) און פון יענער מצוה וואָלט מען אָפּגעלערנט אויף אַלע מצות שכל דקדוקיהן נאמרו מסיני?

אין פּשטות קען מען ענטפערן, ווייל מצות שמיטה שטייט שוין בכללות אין פּ' משפּטים (נאָך מתן תורה), ובשביעית תשמטנה ונטשתה, און אין פּ' בהר חזר'ט זי זיך איבער בדרך פּרט. דאָס איז אָבער נאָך ניט גענוגענד, ווייל עס זיינען דאָ נאָך מצות וועלכע שטייען אין פּ' משפּטים.

און נאָך שווערער איז; אַ מצוה פון וועלכער מען לערנט אָפּ אויף אַלע מצות, האָט זי דאָך געדאַרפט זיין אַ מצוה כללית, פאַרוואָס האָט מען אויסגעקליבן מצות שמיטה וואָס איז לכאורה אַ מצוה פּרטית און האָט כמה וכמה הגבלות: נוהג רק בזמן שהיובל נוהג; און אַפילו לויט די דיעות אַז עס איז נוהג אויך בזמן הזה, איז דאָס אָבער לדעת רוב הפּוסקים נאָר מדרבנןא). דאָס איז אַ הגבלה בזמן. ס'האָט אויך אַ הגבלה במקום2 אין ארץ ישראל דוקא און ניט אין חוץ לארץ.

מוז מען דערפאַר זאָגן אַז מצות שמיטה איז אין אַ געוויסן זין אַ מצוה כללית, ווי מען וועט עס ווייטער דערקלערן.

ב. ווייטער אין פּסוק זאָגט ער, שש שנים תזרע שדך ושש שנים תזמר כרמך גו'. אין פלוג, צו וואָס דאַרף מען דאָס זאָגן, וויבאַלד דאָס איז דאָך ניט קיין ציווי נאָר אַן ענין פון רשות, איז מהיכי תיתי אַז מען טאָר עס ניט, וואָס מען דאַרף זאָגן שש שנים גו'?

מוז מען זאָגן, אַז אויך דער שש שנים תזרע שדך גו' גייט אַריין אין דעם ענין פון מצות שמיטה. די מצוה איז ניט נאָר ובשנה השביעית שבת שבתון, נאָר אויך שש שנים תזרע גו' איז אַ טייל פון דער מצוה.

דאָס איז אין צוויי אופנים;

א) ס'איז אַ הכנה צו מצות שמיטה. בכדי צו קענען דורכפירן דעם ובשנה

274השביעית שבת שבתון איז דאָס דורך

דער הכנה פון שש שנים תזרע גו'.

ב) דאָס איז דער תכלית פון מצות שמיטה. דער תכלית הכוונה פון שבתון שבשנה השביעית איז בכדי אַז דערנאָך זאָל זיין שש שנים תזרע גו'.

גו'.

ג. דער ענין פון שמיטה כפּשוטו איז, אַז בשנה השביעית דאַרף זיין שבתון לארץ, שדך לא תזרע וכרמך לא תזמור וגו'. בשנה השביעית דאַרף זיין שבתון אין די אַלע ענינים פון מלאכות הארץ פון וואָס מען מאַכט לחם וכו' שעליו יחי' האדם.

וכי תאמרו מה נאכל? אויף דעם ענטפערט די תורה; וצויתי את ברכתי גו' ועשת את התבואה לשלש השנים.

דער תוכן פון דעם ענין פון מצות שמיטה איז; מען מאָנט ביי אַ אידן אַז איין מאָל אין זיבן יאָר זאָל ער זיך געזעגענען פון אַלע ענינים אַרציים, ערדישע באַדערפענישן, ער זאָל ניט האָבן צו טאָן מיט מלאכות הארץ וואָס זיינען פאַרבונדן מיט דעם לחם שעליו יחי' האדם, און ער זאָל זיך אינגאַנצן פאַרלאַזן אויף דעם אויבערשטן, אַז ער וועט אים געבן זיין פּרנסה למעלה מהטבע.

אַ סדר אויף אַלע מאָל איז עס ניט. רוב הזמן — בכמות — דאַרף אַ איד האָבן צו טאָן מיט עניני העולם, צוליב עבודת הבירורים. דאָס איז דאָך דער ענין וואָס התהוות העולם איז געווען דורכן שם אלקים בגימטריא הטבע, בכדי דער אדם זאָל זיך עוסק זיין על פּי תורה אין די ענינים פון טבע, און דורך דעם מברר ומזכך זיין די עניני הטבע.

אָבער אין געוויסע צייטן, מאָנט

מען ביים אידן, ער זאָל אַרויס פון וועלט. הגם מען דאַרף איר טאַקע מברר זיין, אָבער בזמן מן הזמנים דאַרף זיין די תנועה, צו שטעלן זיך העכער פון וועלט.

ד. די צוויי ענינים זיינען אָפּהענגיק איינער פון צווייטן.

בכדי עס זאָל זיין די תנועה פון שטעלן זיך העכער פון וועלט, ושבתה הארץ שבת להוי', הי' הוה ויהי' כאחד, וואָס העכער פון שם אלקים בגימטריא הטבע, איז דאָס דורך דעם וואָס האָבנדיק צו טאָן מיט עניני העולם איז עס על פּי תורה.

וואָס דאָס איז דער ערשטער אופן, אַז דער שש שנים תזרע שדך גו'

— וואָס דער טייטש תזרע שדך גו' איז, אַז אין שדה היט ער זיך אויס אין אַלע ענינים לויט דעם שולחן ערוך אַזוי ווי כלאים וכו —

איז אַ הכנה צום ובשנה השביעית.

דער צווייטער אופן: בכדי עס זאָל קענען זיין דער בירור פון עניני העולם, איז דאָס דוקא דורך דעם וואָס אַמאָל שטעלט ער זיך אין זיין עבודה העכער אין גאַנצן פון וועלט. וואָס דאַן, אויך קומענדיק אין וועלט, איז ניט נאָר וואָס ער ווערט ניט אַריינגעשלעפּט אין איר, נאָר אדרבה, ער מאַכט פון וועלט גופא אַ כלי צו אלקות.

אַזוי ווי עס שטייט אין קונטרס עץ החיים)), אַז בכדי צו האַלטן ביי יחודא תתאה ווי מען דאַרף, מוז זיין דער הרגש, בכללות על כל פנים, פון יחודא עילאה.

276וואָס דאָס איז דער צווייטער אופן; דער תזרע שדך גו' איז דער תכלית. אָבער אַנדערש קען ניט זיין דער בירור פון וועלט, סיידן עס איז דאָ אויך די תנועה פון אויסטאָן זיך פון וועלט.

ה. אויף דעם זעלבן אופן געפינט מען אויך אין דעם ענין פון שבת מיט ששת ימי החול.

אין די זעקס טעג פון וואָך איז עבודת הבירורים, ששת ימים תעבוד). אָבער שבת איז בורר אסור.

דעריבער שטייט ביי שבת ויכל אלקים, — עס ענדיקן זיך די העלמות פון שם אלקים און עס לייכט דער שם הוי' שלמעלה מהטבעח).

און די צוויי ענינים פון שבת וחול זיינען, ווי דערקלערט, אָפּהענגיק איינער פון צווייטן.

ו. באמת איז דאָ אַ מעלה אין שמיטה אויף שבת. שבת איז דאָר אָסור בעובדין דחול, שטייט דאָך דער מענטש דאַן העכער פון וועלט און האָט מיט איר קיין פאַרבונד ניט. אָבער אין שמיטה מעג ער דאָך טאָן אַנדערע ענינים פון עובדין דחול, ער איז אין וועלט, און פונדעסטוועגן ושבתה הארץ שבת להוי'; ניט קיין ענין פון עבודת הבירורים שבשם אלקים, נאָר שבת להוי' שלמעלה מהעולם, כאָטש אַז ער איז אין וועלט.

אין וועלט גופא איז ער ממשיך דעם שם הוי' שלמעלה מהעולם לגמרי.

און דאָס איז על דרך דעם פּירוש לפי תורת הבעל שם טוב: ושבתה הארץ — שביתה וביטול אין ארץ מען טראָגט אַריין שביתה אין די ענינים אַרציים גופא.

ז. דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס עס שטייט אין רש"י אויפן פּסוק שבת להוי': „לשם ה' כשם שנאמר בשבת בראשית". אין פלוג, וואָס טוט רש"י דאָ אויף? אָבער לויט דעם וואָס מען האָט פריער גערעדט איז עס פאַרשטאַנדיק; וויבאַלד אַז שמיטה מעג ער טאָן עובדין דחול, מען האָט צוטאָן מיט וועלט, האָט מען דאָך געקענט מיינען, אַז דער איסור החרישה וזריעה אין שמיטה, איז ניט קיין ענין פון הוי' שלמעלה מהעולם, נאָר אַן ענין פון עבודת הבירורים, ועל דרך די מצות פון שש שנים תזרע גו', וואָס זייער ענין איז בירור אין וועלט גופא, ניט העכער פון וועלט;

באַוואָרנט עס רש"י און זאָגט, אַז דאָס איז אַן ענין פון „לשם הוי' כשם שנאמר בשבת בראשית". עס איז אַן ענין פון שביתת הארץ שממנה תצא לחם, עיקר חיות האדם, איז עס אַ הפשטה פון וועלט כשם ווי ביי שבת בראשית. און דאָס וואָס מען מעג טאָן אַנדערע עובדין דחול, איז דאָס נאָך אַ ווייטערדיקע מעלה, אַז אין עובדין דחול גופא טראָגט מען אַריין דעם אור הוי' שלמעלה מהעולמות לגמריז).

ח. לויט דעם וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס מצות שמיטה איז אַ מצוה כללית דאָס איז דער תוכן276פון אַלע מצות. נאָר אין מצות שמיטה איז דאָס בגילוי.

דער אַלטער רבי דערקלערט אין תניא) אַז דער עסק אין תורה ומצות און תפלה, איז אַן ענין פון מסירת נפש ממש כמו בצאתה מן הגוף כו' שאינה מהרהרת בצרכי הגוף אלא מחשבתה מיוחדת ומלובשת באותיות התורה והתפלה. ד. ה. אַז בשעת עסק התורה ומצות ותפלה דאַרף זיין דער הרגש פּונקט ווי ער איז שוין נאָך יציאת הנפש מהגוף, אליך הוי' נפשי אשא.

פון דער צווייטער זייט, מאָנט מען ביי אים, אַז יעדער מצוה זאָל ער מקיים זיין כתיקונה, מיט אירע הגבלות אין זמן און מקום און מיט אַלע דקדוקים וואָס אין יעדער מצוה, וואָס דאָס זיינען דאָך הגבלות פון וועלט.

דאָס הייסט אַז דער ענין פון מצות איז: מען דאַרף נעמען די תנועה פון מסירת נפש, אויסגעטאָן פון גוף און גשמיות, און מיט דער תנועה גופא מקיים זיין די מצוה בכל פרטי' ודקדוקי': המשכת בלי־גבול (אומבאגרענעצטקייט) בגבול (אין באַגרענעצטקייט).

נאָר אין סתם מצות איז דאָס פאַרבאָרגן, דאָס הערט זיך נאָר אָן אין דעם אופן קיום המצות. אָבער ביי שמיטה איז דאָס בגלוי און עס הערט זיך אָן אין דער מצוה אַליין.

ט. פון וואַנען נעמט מען דעם כח אויף דעם ץ — פון הר סיני.

רז"ל דערציילן)אַז בשעת מתן תורה, האָבן זיך צונויפגעקליבן אַלע בערג, און יעדער באַרג האָט גע'טענה'ט אַז מען זאָל געבן די תורה אויף אים. הר תבור האָט גע'טענה'ט אַז ער האָט אַ מעלה אין זיך, וויילע ער איז דער העכסטער באַרג. הר כרמל האָט גע'טענה'ט אַז ער האָט געהאָלפן צו קריעת ים סוף. האָט זיי דער אויבערשטער געענטפערט, למה תרצדון, פאַרוואָס ווילט איר זיך משפּט'ן — תרצדון מלשון תרצו דין — הרים גבנונים, דערמיט וואָס איר זייט גרויס ביי זיך זייט איר בעלי מומים — גבנונים מלשון גבן או דק — ההר חמד אלקים לשבתו, איז דאָס הר סיני, דמכיך מכל טוריא, נידעריקער פון אַלע בערג.

ולכאורה איז ניט מובן, ממה נפשך, אויב די מעלה איז אין שפלות (נידעריקייט) האָט מען געדאַרפט געבן די תורה אין אַ טאָל, אָדער על כל פּנים אויף אַ גלייכן אָרט און ניט אויף אַ באַרג; אויב די מעלה איז אין הגבהה (הויכקייט), האָט מען געדאַרפט געבן אויף בערג וואָס זיינען העכער פון סיני?

נאָר דער ענין איז, אַז די כוונה פון מתן תורה איז פאַראייניקן די צוויי קעגנזאַצן, עס זאָל זיין גשמיות און מאַכן פון גשמיות גופא אלקות. און דאָס איז מרומז אין הר סיני, דמכיך מכל טוריא, שפלות און הגבהה צוזאַמען.

און פון דעם ענין „בהר סיני" איז געגעבן געוואָרן אידן דער כוח אויף מצות שמיטה וואָס זי איז כללות כל המצות, אויף מאַכן פון גשמיות גופא אלקות און דורכפירן די כוונה פון דירה לו יתברך בתחתונים.

277י. דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס אומעטום שטייט דער לשון „מסיני": משה קבל תורה מסיני, הלכה למשה מסיני, כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש נאמר למשה מסיני, ועוד. אין פלוג — וואָס איז נוגע דער ענין פון סיני, דער עיקר איז דאָך אַז געזאָגט האָט עס דער אויבערשטער, וואָס ער יתברך איז דאָך דאָ אומעטום, לית אַתר פּנוי מיני', וואָס איז דער דיוק מסיני דוקא?

אָבער לויט דעם אויבן געזאָגטן וועט מען עס פאַרשטיין: דער תכלית פון תורה איז צו פאַרבינדן צוויי הפכים, הר און מכיך, מאַכן פון תחתונים אַ דירה לו יתברך.

וואָס דאָס איז דער אויפטו פון מתן תורה ניט נאָר אויף דעם וואָס די אָבות האָבן מקיים געווען די גאַנצע תורה איידער זי איז געגעבן געוואָרן, וואָס דאָס איז דאָך אַן ענין פון אינו מצווה ועושה, נאָר אויך אויף די שבע מצות בני נח און אַפילו אויף די מצות שנצטוו במרה. אַזוי ווי עס שטייט אין מדרש רבהי), אַז פאַר מתן תורה איז געווען אַ גזירה אַז שמים מיט ארץ זאָלן ניט האָבן קיין חיבור, השמים שמים לה' והארץ נתן לבני אדם, ובמתן תורה ביטל הגזירה. איז וויבאַלד אַז דער גאַנצער ענין פון מתן תורה איז חיבור שמים וארץ, דערפאַר איז מתן תורה געווען בהר סיני, — די פאַרבינדונג פון צוויי הפכים.

דערפאַר ווערט כסדר באַטאָנט אַז תורה איז געגעבן געוואָרן מסיני. ווען איינער וועט טענה'ן, ווי אַזוי קען איך פאַרבינדן צוויי הפכים, וועט מען אים זאָגן; פון סיני האָסטו אויף דעם אַ כוח. מה דאָך אין אַ דומם, דער נידעריקסטער פון אַלע סוגים, האָט דער אויבערשטער אַריינגעגעבן דעם ענין פון פאַראייניקן הפכים, היינט מכל שכן אַ מענטש, אַ מדבר, דער העכסטער פון אַלע סוגים, האָט אַוודאי אַ כוח צו מייחד זיין צוויי הפכים, און דורכפירן די כוונה פון דירה לו יתברך בתחתונים, אַז די תחתונים גופא זאָלן זיין אַ דירה לו יתברך.

יא. די פאַראייניקונג פון הפכים וואָס אין הר סיני כפּשוטו איז דאָך אין דעם ענין פון התנשאות און ביטול. אַזוי ווי אין תורה איז דאָך יעדער ענין בדיוק, איז אויסער דעם אַלגעמיינעם רמז, יחוד מעלה ומטה, איז אין דעם מרומז אויך דער ענין פון פאַראייניקן די הפכים אין דעם ענין פון התנשאות און ביטול, ווי עס דאַרף זיין אין דעם מענטש וואָס לערנט תורה און איז מקיים מצות.

און אין דעם זיינען פאַראַן עטלעכע אָנווייזונגען:

יב. א) צו קבלת התורה פאָדערן זיך צוויי תנאים;

(א) תוקף והגבהה, ניט שעמען זיך פאַר די אָפּשפּעטערס. לא להתבייש מפני בני אדם המלעיגים, איז דער אָנהויב פון גאַנץ שולחן ערוך, ניט נתפּעל ווערן פון קיינעם אין דער וועלט און האָבן אין זיך די ריכטיקע שטאַרקייט אויף לערנען תורה און מקיים זיין מצוות. (ב) ביטול וענוה, וואָרום אויף גאוה שטייט דאָך,278אין אַני והוא יכולים לדור41)). אַ כלי צו תורה ומצות — איז ביטול דוקא. ונפשי כעפר לכל תהי' (דעמאָלט קומט) פתח לבי בתורתך ובמצותיך כו'.

און די צוויי ענינים, תוקף והגבהה און ביטול וענוה, זיינען ניט קיין סתירה איינער צום אַנדערן. וואָרום דער תוקף וואָס ער האָט איז ניט מצד זיינע ישות, ד. ה. מצד זיין אייגענער מציאות. ער ווייסט גוט זיין מעמד ומצב, אַז יעדער איינער איז בעסער פון אים, — מכיך מכל טוריא, — און פונדעסטוועגן האָט ער תוקף אין תורה ומצות, מצד דעם וואָס ער גייט טאָן דעם אויבערשטנס רצון, און ער איז אויף אַזויפיל איבערגעגעבן און אַריינגעטאָן אויף צו מקיים זיין דעם אויבערשטנס רצון, אַז ער קריגט אין דעם דעם גרעסטן תוקף און עס פאַלן אָפּ אַלע מניעות ועכובים.

ער שטייט אין אַ ביטול בתכלית, און פונדעסטוועגן שטייט ער אין הגבהה ותוקף מקבל צו זיין די תורה און איר מקיים זיין במסירת נפש.

יג. ב) נאָך טיפער — פון דעם וואָס די אַנדערע בערג זיינען געקומען צום אויבערשטן טענה'ן מען זאָל געבן די תורה אויף זיי מצד דעם וואָס זיי זיינען הויכע בערג, איז פאַרשטאַנדיק אַז דער ענין פון הר איז אַ מעלה.

אויב הר וואָלט געמיינט ניט מער ווי סתם אויפגעבלאָזנקייט, וואָלט דאָך מלכתחילה ניט געווען קיין סברא ביי די הרים אַז דאָס זאָל זיין אַ טעם אויף געבן די תורה אויף זיי, אדרבה, לא תמצא בגסי הרוחב), מוז מען דאָך זאָגן אַז דאָס איז אַזאַ הגבהה וואָס איז אַ מעלה.

אַזוי שטייט אויך אין חסידות אַז דער ענין פון הר איז אויסלייטערונג און דערהויבונג פון דומם, צומח שבדומםיח). און פונדעסטוועגן זאָל מען דאַן גופא שטיין בתכלית הביטול והשפלות.

די זעלבע זאַך איז אויך אין רוחניות. עס איז דאָך אין עני אלא בדעת ואין עשיר אלא בדעתב), איז דער ביטול פון ונפשי כעפר לכל תהי' וואָס עס מאָנט זיך אַלס אַ הכנה צום פּתח לבי בתורתך ובמצותיך כו' — מאָנט מען עס אַפילו ביי אַן עשיר בדעת, אַז וויסנדיק אַז ער איז אַן אמת'ער עשיר — זאָל ער באותה שעה זיין באמת, כעפר לכל.

אַזוי ווי עס איז באַוואוסט דער פּירוש אין דעם ענין; והאיש משה ענו מאד מכל האדם אשר על פּני האדמהי), אַז הגם משה רבינו האָט געוואוסט זיינע מעלות, אַז די תורה איז געגעבן געוואָרן דורך אים, פונדעסטוועגן האָט ער זיך געהאַלטן קלענער מכל האדם אשר על פּני האדמה, אַפילו פון דעם דור פון עקבתא דמשיחא, ווייל ער האָט געהאַלטן אַז די מעלות זיינע האָבן זיך אָנגעהויבן דערפון וואָס דער אויבערשטער האָט אים געגעבן, און אויב אַן אַנדער אידן וואָלט מען געגעבן279אַזעלכע מעלות, וואָלט יענער אויפגעטאָן מער פון אים.

מצד דעם ביטול פון משה'ן, וואָס ער איז ביי זיך ניט געווען בהתנשאות, אַפילו צוליב די מעלות וועלכע ער האָט פאַרמאָגט, איז ער געווען אַ כלי צו תורה און די תורה איז דורך אים געגעבן געוואָרן.

יד. לויט דעם וועט מען אויך פאַרשטיין דעם דיוק הלשון משה קבל תורה מסיני. וואָרום אין פלוג, וואָס איז נוגע ווער עס האָט די תורה מקבל געווען, דער עיקר איז דאָך אַז די תורה קומט פון אויבערשטן?

אָבער ווי מ'האָט גערעדט פריער איז עס פאַרשטאַנדיק. די אָנווייזונג פון דעם וואָס משה קיבל איז אַזוי ווי די הדגשה וואָס תורה קומט מסיני. יעדער איד וואָס גייט צו צו תורה, דאַרף אין זיך מגלה זייןי) די תכונות פון משה'ן, אין ביידע ענינים;

א) תוקף און ביטול צוזאַמען, ווי עס שטייט אויף משה'ן, ויהי בישורון מלךיז), און צוזאַמען דערמיט — ענו מאד מכל האדם. ב) ענוה — אויך וויסנדיק די אייגענע מעלות.

טו. דאָס איז אויך דער ענין וואָס אין די וואָכן צווישן פּסח און שבועות, נאָך דעם בהוציאך את העם ממצרים און פאַר דעם תעבדון את האלקים על ההר הזה, לערנט מען פּרקי אבות, אַלס אַ הכנה צו מתן תורה. (וואָרום איז מסכת אָבות רעדט זיך וועגן מדות ודרך ארץ, און דרך ארץ קדמה לתורהיח)). איז די התחלה פון מסכת אָבות — משה קבל תורה מסיני, ד. ה. אַז די התחלת ההכנה צו קבלת התורה איז, אַז יעדער איד זאָל שטיין אין די תכונות פון משה און סיני. וואָס דאָס איז די ערשטע הכנה צו קבלת התורה בשמחה ובפּנימיות.

(מלוקט משיחות ש"פ בהר תשח"י.

שבת מברכים חודש אייר תשט"ז)

טז. לויט דעם וועט מען אויך פאַרשטיין, וואָס רב יוסף האָט געזאָגטיט) ; לא תיתני ענוה דאיכא אנא. וואָס אין פלוג איז דאָך דאָס גופא וואָס ער האַלט זיך פאַר אַן עניו דער היפּך פון ענוה?

פאַראַן וואָס דערקלערן, אַז ר' יוסף, לפי דעתו, האָט אים ניט געקומט קיין כבוד, און ווען ער האָט געזען אַז מען גיט אים אָפּ כבוד, האָט ער געזאָגט לא תיתני ענוה דאיכא אנא, וואָס אים קומט ניט קיין כבוד (לדעתו), און פונדעסטוועגן גיט מען אים אָפּ כבוד רב, איז דאָך עס אַ באַווייז אויף דער ענוה פון די אַנשי הדור.

רש"י באַוואָרנט אָבער אַז ניט אַזוי איז דער פּשט, וזה לשונו; דאיכא אנא — שאני ענוותן. פון דעם איז פאַרשטאַנדיק אַז דאָס וואָס ר' יוסף ווייס אַז ער איז אַן עניו איז ניט קיין סתירה צו מדת הענוה.

דאָס איז אין איינקלאַנג מיט דעם וואָס איז אויבן דערקלערט געוואָרן, אַז דער אַמיתית ענין פון ענוה איז,280אַז ער קען וויסן פון זיינע מעלות, אויך די מעלה וואָס ער איז אַן עניו, און פונדעסטוועגן איז ער בביטול גמור, ווייל ביי אים איז אָפּגעלייגט אַז אַלע זיינע מעלות, איינשליסנדיק די מעלה פון ענוה, זיינען ניט זיינע, נאָר וואָס דער אויבערשטער האָט אים געגעבן וכו', און ווי אויבן דערקלערט אין ביידע אופנים.

מען קען אויך זאָגן אַז דאָס איז אַ טעם פאַרוואָס רב יוסף הייסט בשם סיני — ווייל דער ביטול פון רב יוסף'ן איז געווען בבחינת סיני, אַז כאָטש ער האָט די מעלה פון הר, פונדעסטוועגן איז ער בביטול.

יז. מיט דעם וועט מען אויך פאַרשטיין, וואָס די גמרא זאָגטכ), אמר רב יוסף לעולם ילמד אדם מדעת קונו שהרי הקב"ה הניח כל הרים וגבעות והשרה שכינתו על הר סיני.

אין פלוג איז שווער; א) דאָס איז דאָך ניט קיין עצה טובה, נאָר אַ מוז און אַ פאַרהיטונג פון אַן איסור גמור. ב) וואָס דאַרף מען ברענגען אַ ראי' פון דעת קונו כו', עס איז דאָך אַ בפירוש'ער פּסוקכא), תועבת הוי' כל גבה לב?

לויטן אויבנגעזאָגטן וועט מען עס פאַרשטיין בפּשיטות: דאָ

זיך ניט וועגן אַן ענין פון התנשאות און ישות פון קליפּה, דאָס דאַרף מען ניט אָפּלערנען פון הר סיני. דאָ רעדט זיך וועגן אַ התנשאות פון קדושה, און פונדעסטוועגן, בשעת עס קומט צו מתן תורה, זאָגט מען אַז די כלי צו תורה איז ביטול דוקא.

(משיחת ש"פ במדבר, תשח"י)

יח. אין דעם ענין פון הר סיני איז דאָ נאָך אַ הוראה; אַ איד דאַרף מקיים זיין אַ מצוה ניט צוליב פּניות — ניט צוליב גשמיות'דיקן שכר ווי עס שטייט: אם בחקתי תלכו ונתתי גשמיכם בעתם וגו', ניט צוליב רוחניות'דיקן שכר פון גן עדן והדומה, ניט אַפילו צוליב זיכוך הנפש, מצד די סגולות וואָס זיינען דאָ אין יעדער מצוה אויסצולייטערן די נשמה — נאָר מען דאַרף מקיים זיין מצות ווייל אַזוי איז דער רצון העליון; און ווי דער אויסדרוק; „אילו נצטוינו לחטוב עצים", אַז אַפילו אויב מען וואָלט אונז הייסן האַקן האָלץ, אַן ענין אין וועלכן עס איז ניטאָ קיין קבלת שכר און קיינע סגולות, וואָלט מען עס אויך מקיים געווען מיט אַ חיות.

מקיים זיין אַ מצוה צוליב סגולות און קבלת שכר איז דאָס — באמת גערעדט — אַ סדר פון אַ חיצון. אַ חיצון איז ניט איבערגעגעבן צום ענין אַליין. טוענדיק איין זאַך טראַכט ער בשעת מעשה וועגן אַ צווייטער זאַך. אַ פּנימי איז (ווי דער מאמר41)) פון כ"ק אדמו"ר מהורש"ב נ"ע) דער וואָס טוענדיק אַן ענין איז ער אינגאַנצן אין דעם ענין, ניט טראַכטנדיק און ניט איבערלאַָזנדיק בשעת מעשה אַן אָרט פאַר עפּעס אַנדערש.

און דאָס איז די הוראה פון געבן די תורה אויפן הר סיני דוקא. ווי גערעדט פריער, האָבן די אַנדערע בערג געהאַט אין זיך אמת'ע מעלות, וויבאַלד אָבער אַז תורה מאָנט פּנימיות, איז זייער קומען צום אויבערשטן ווייזן זייערע מעלות און טענה'ן אַז מצד דעם זאָל מען געבן281אויף זיי די תורה, איז ניט נאָר וואָס דאָס איז ניט קיין טעם אויף צו געבן אויף זיי תורה, נאָר אדרבה, עס איז אַ טעם אויף פאַרקערט, ווייל תורה גיט מען נאָר אין אַן אָרט וואו עס מישן זיך ניט אַריין קיין זייטיקע ענינים; תורה — צוליב תורה אַליין.

און דערפאַר האָט מען געגעבן די תורה אויף הר סיני דוקא. הגם אויך הר סיני האָט אין זיך די מעלה פון הר, — עליית הדומם, — וויבאַלד אָבער די מעלה איז אין אים ניט קענטיק, דמכיך, אין אים הערן זיך ניט אָן קיין זייטיקע ענינים, איז ער אַ כלי צו תורה.

יט. דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס עס שטייט אין מדרש48)) אַז הר הכרמל איז געקומען פון אספּמיא, הר תבור פון אלים, און הר סיני פון הר המורי'. דערפון

פאַרשטייט מען אַז די מעלה פון הר סיני איז פאַרבונדן מיטן ענין פון הר המורי'.

הר המורי' איז זיין מעלה — עקידת יצחק, מסירת נפש צוליב מקיים זיין דעם אויבערשטנס רצון, אָן קיינע זייטיקע זאַכן. מצד חשבונות ושכל איז דאָ אַ חקירה און אַ שקלא וטריא דערין, וואָרום דעם ענין העקידה האָט ער געהערט מפּי נביא, אברהם אבינו, און שופך דם האדם גו' ואך את דמכם לנפשותיכם גו'יד) איז געווען אַ ציווי מקובל מפּי הקב"ה אויף וועלכן עס זיינען נצטוה געוואָרן אַפילו בני נח. נאָר וויסנדיק אַז אַזוי איז דעם אויבערשטנס רצון, איז ער ניט אַריין אין קיין חשבונות. ער איז געווען איבערגעגעבן לגמרי צום רצון העליון אין אַ פּנימיות ובמסירת נפש. אָט דאָס איז אַ כלי צו תורה.

(משיחת ב' דחה"ש, תשט"ו)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-j06e9phm

Copies

Recent activity

#169 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · approved
#109 Likkutei Sichos vol 1: machine reading · approved

Sources