Likkutei Sichos
Tetzaveh
170עוונות כו', ומכל שכן בשעת דאָס איז אין דעם אַנדער קו37)).
מען דערציילטח), אַז דער בעל שם טוב האָט געגעבן צדקה מער ווי אַ פינפטל, האָט מען אים געפרעגט, עס שטייט דאָך אל יבזבז יותר מחומש? האָט ער געענטפערט, אַז המבזבז איז מלשון ביזה (וואָס איז ביי מלחמות וכיוצא בזה), ד. ה. דער וואָס וויל ניט געבן און ער דאַרף מיט זיך מלחמה האָבן, פּועל'ן בדרך כפי' ובדרך ביזה, אָפּרייסן דאָס ביי זיך, איז אַל יבזבז יותר מחומש. דאַקעגן דער וואָס גיט דאָס בשמחה ובעונג (איז מיט וואָס איז אַנדערש צדקה פון אַנדערע תענוגים און באַדערפענישן אויף וועלכע ער גיט אויס געלט?).
קען מען דאָך טענה'ן, אַז מען האַלט נאָך ניט דערביי אַז די צדקה זאָל זיין
א. אויפן פּסוק ויקחו אליך שמן זית זך כתית למאור גו', זאָגן די רז"לא), אַז עס זיינען דאָ דריי סאָרטן שמן, און פאַר דער מנורה האָט מען געדאַרפט האָבן שמן הראשון (דעם ערשטן סאָרט בוימל).
ווי מען האָט שוין גערעדט פיל מאָל, איז יעדער ענין אין תורה — און בפרט ענינים פון משכן און מקדש, בשמחה ובתענוג, איז דאָך אָבער אויף דעם דער „ופרצת". בפרט, ווען מען איז דאָך זיכער אין דעם צוזאָג „ובחנוני נא בזאת" — העלפט עס צו שמחה ותענוג. אויך דאַרף זיין דער „ופרצת" ביי די וואָס אַרבעטן אין די מוסדות הקדושים. פּונקט ווי מען מאָנט ביי די תלמידים זיי זאָלן ניט קוקן אויפן זייגער, אַזוי איז אויך ביי די רמי"ם וכו', אַז ניט זיי דאַרפן „אָפּאַרבעטן" זייערע „אַרבעט־שעות", נאָר מען דאַרף ליגן אין דעם אָן חשבונות וכו'.
און דורך דעם וואָס מען וועט זיך פירן לויט „ופרצת" אין די אַלע אויבנגעזאָגטע ענינים, וועט דער אויבערשטער געבן דעם „ופרצת" יעדן איינעם אויך בעניניו הפּרטים, ביז צו „נחלה בלי מצרים".
וואָס ווי די רז"ל זאָגן דעם פּירוש פון ושכנתי בתוכם, אַז דאָס מיינט בתוך כל אחד ואחד מישראלז) — פאַראַן אין דער רוחניות'דיקער עבודה פון נפש האדם.
ב. אין תורה זיינען דאָ דריי מדריגות; מים, יין און שמן (וואַסער, וויין און בוימל). גליא דתורה איז מים, רזין דתורה — יין, און רזין דרזין171— שמן. שמן איז צף על גבי יין) (בוימל שווימט אויפן וויין) — דאָס מיינט, אַז שמן איז אַ דרגה וואָס איז נאָך העכער פון יין.
אַזוי ווי אַלע ענינים פון תורה זיינען פאַראַן סיי בדרך כלל און סיי בדרך פּרט, במילא זיינען אויך אין דער דרגא פון שמן גופא פאַראַן דריי מדריגות — ג' שמנים; מים, יין און שמן שבשמן.
דערפאַר איז אין תורת החסידות גופא — פּנימיות התורה, וואָס דאָס איז די דרגא פון שמן שבתורה — פאַראַן אַלע חלקי התורה. אַזוי ווי עס זאָגט כבוד קדושת מורי וחמי אדוננו מורינו ורבינו), אַז אין חסידות איז פאַראַן אויך מוסר און חקירה, נאָר עס איז ברוח החסידות.
ג. דער אויפטו פון שמן אויף מים און יין איז
מים און יין איז דאָרטן וואו זיי געפינען זיך זיינען זיי פאַראַן, אָבער ווייטער גייען זיי ניט, אָבער שמן איז דאָך אַ דין אין תורה אַז ס'איז מפעפע בכולו, ד. ה. ווען עס קומט אין איין אָרט, גייט עס אַריין אין אַלע ערטער וואָס זיינען פאַרבונדן מיט יענעם אָרט.
אַזוי אויך אין רוחניות, אַז דורך לערנען גליא דתורה אַליין, קען זיין אַז כאָטש עס געפינט זיך ביי אים תורה, אָבער ער מיט דער תורה זיינען צוויי באַזונדערע זאַכן. אָבער דורך לימוד רזין דרזין, וואָס אין אונזערע דורות איז דאָס תורת החסידות, איז שמן מפעפע בכולו, אַז דאָס נעמט אים דורך, דורך און דורך, ביז אַז ער מיט תורה ווערן איין זאַך, על דרך אותיות החקיקה.
ד. ווי געזאָגט פריער, אַז אויף שמן למאור האָט מען געדאַרפט האָבן שמן הראשון, שמן שבשמן.
דער חילוק פון פּנימיות התורה (בכלל) מיט גליא דתורה: גליא דתורה איז אָנגעטאָן אין מענטשלעכן שכל, וואָס דערפאַר לאָזט זי איבער אַן אָרט פאַר מציאות און ישות, אָבער פּנימיות התורה רעדט וועגן ענינים פון אלקות און ביטול העולמות, גיט עס ניט אַזוי קיין אָרט אויף ישות.
דאָס זעלבע איז אויך דער חילוק אין פּנימיות התורה גופא צווישן מים ויין שבשמן מיט שמן שבשמן. וויבאַלד אַז אויך פּנימיות התורה איז געגעבן געוואָרן אין אַן אופן וואָס מען קען עס נעמען מיט שכל, איז מצד השגה און פאַרשטאַנד איז דאָס אַן ענין פון מים ויין (שבשמן) און אויף דעם זאָגט מען, אַז עס דאַרף זיין שמן שבשמן, כתית למאור, ד. ה. דער ביטול אין פּנימיות התורה, וואָס קומט בפרט דורך הקדמת עבודת התפילה.
תשי"ב, חנוכה תשי"ט)
ה. ביים סיום פון פּרשת תצוה זאָגט אָן די תורה וועגן מזבח הזהב. פרעגן די מפרשי התורה: אין פלוג האָט דער מזבח הזהב געדאַרפט דערמאָנט ווערן מיט די אַנדערע כלי המשכן אין פּרשת תרומה, וואו עס ווערן אויסגערעכנט דער שלחן און די מנורה, וועלכע זיינען געשטאַנען צוזאַמען מיט דעם מזבח הזהב אין אוהל מועד. וואָס איז דער ענין וואָס דער מזבח הזהב שטייט אין דער172תורה נאָך אַלע עבודות פון משכן, ביי דער ענדע פון פּרשת תצוה?
נאָר דער ענין איז; די תורה איז דאָ מרמז, אַז דער תכלית פון אַלע עבודות אין משכן איז געווען די עבודת הקטורת וואָס איז געווען אויפן מזבח הזהב, וואו עס פלעגט אַריינגיין נאָר דער כהן וואָס האָט מקטיר געווען די קטורת, און דאָרטן איז געווען בלויז דער כהן און דער אויבערשטער. ווי עס שטייט אין ירושלמיח) אויפן פּסוק וכל אדם לא יהי' באוהל מועד בבואו גו', אַפילו אותם שכתוב בהם ודמות פניהם פני אדם לא יהיו באהל מועד, אפילו מלאכי השרת וכו'. פון אַלע עבודות פון משכן איז נאָר ביי דער עבודה פון קטורת יעדן טאָג אויפן מזבח הזהב געווען דאָרטן נאָר דער כהן און דער אויבערשטער, און דאָרטן איז געווען די השראת השכינה.
אַזוי איז אויך אין טעגלעכער עבודת האדם צום באַשעפער; דער תכלית און די גאַנצקייט פון דער עבודה איז, אַז מען זאָל זוכה זיין צו טאָן תורה ומצוות בכלל און צדקה בפרט אָן פּרסום, ניט ווי אייניקע פירן זיך, אַז מען מאַכט „פּיקטשורס" — פאָטאָגראַפיעס — און מען דרוקט אין די צייטונגען, נאָר עס זאָל זיין מתן בסתר, אַז קיינער זאָל ניט וויסן, נאָר ער און דער אויבערשטער אַליין.
ו. בשעת מען האָט געדאַרפט מאַכן די כלים פון משכן, און עס איז געקומען צו דער מנורה, זאָגן די חז"ל, אַז נתקשה בה משה. משה רבינו האָט ניט געוואוסט ווי צו מאַכן די מנורה. האָט אים דער אויבערשטער געזאָגט, ער זאָל אַריינוואַרפן גאָלד אין פייער, און פון דעם איז אַרויס די מנורה.
אין פלוג איז ניט פאַרשטאַנדיק, וואָס איז אַנדערש די מנורה פון אַלע כלים — אַלע כלים האָט משה רבינו געוואוסט ווי צו מאַכן און די מנורה האָט ער ניט פאַרשטאַנען? נאָך מערער איז ניט פאַרשטאַנדיק; משה רבינו האָט דאָך שוין געזען די מנורה אויפן הימל, ווי עס שטייט: כאשר הראית, היינט פאַרוואָס האָט ער ניט געוואוסט ?
ז. וועט מען עס פאַרשטיין דערקלערנדיק פריער דעם ענין פון משכן וכליו אין אַלגעמיין.
בשעת די תורה הויבט אָן צו ריידן (אין אָנהויב פּרשת תרומה) וועגן מאַכן דעם משכן מיט די כלים, זאָגט ער אין פּסוק אַ הקדמה כללית — דבר אל בני ישראל ויקחו לי גו', וואָס אין דעם זיינען פאַראַן צוויי פּרטים; א) דבר אל בני ישראל; ב) ויקחו לי, וואָס נאָך די צוויי הקדמות קען מען צוגיין מאַכן דעם משכן.
דער משכן איז דאָך געמאַכט געוואָרן פון גשמיות'דיקע זאַכן; זהב וכסף ונחושת א. אַ. וו. דאָס הייסט, אַז פון דברים גשמיים האָט מען געמאַכט אַ משכן ומקדש פאַר דעם אויבערשטן יתברך.
פרעגט זיך דאָך די שאלה, ווי קען מען מאַכן פון גשמיות אַ מקדש? אין פלוג, אַ מקדש קען מען מאַכן דורך לערנען, דורך דאַוונען, א. אַ. וו. אָבער ווי קען מען מאַכן אַ מקדש פון גשמיות?
173נאָך מער איז ניט פאַרשטאַנדיק לויט דעם וואָס ס'איז באַוואוסט, אַז די השראת אלקות וואָס עס איז געווען אין בית המקדש איז געווען העכער פון דעם אור וואָס לייכט אין די עולמות, אַפילו אין עולמות עליונים. ווייל אין עולמות עליונים איז בלויז אַ הארה — אַן אָפּשיין פון ג־טלעכקייט — און אין בית המקדש איז געווען המשכת העצמות — ־ט ברוך הוא בכבודו ובעצמו.
ט. דאָס וואָס אין בית המקדש איז געווען השראת העצמות כנ"ל, איז דער עיקר הגילוי געווען אין קדשי קדשים, און דאָס האָט זיך אויסגעדריקט בגילוי אויך לעיני בשר אין דעם וואָס אין קדשי הקדשים איז געווען מקום הארון אינו מן המדה, וואָס דאָס איז נאָר מצד העצמות.
ווי עס איז ידוע, אַז עס איז פאַראַן אלקות ווי עס איז אָנגעטאָן אין טבע, אין גשמיות'דיקע זאַכן, עס איז פאַראַן אלקות וואָס איז מהוה, און עס איז פאַראַן אלקות וואָס איז העכער פון התהוות. פאַראַן אָבער נאָך העכער — דער ענין פון נמנע הנמנעות (וואָס אויף דעם ענין האָבן כמה מחוקרי ישראל געזאָגט, יש לנמנעות טבע קיים, בחק הבורא. און דער אמת, און ווי עס ווערט דערקלערט בפרט אין קבלה און אין חסידות, איז דער אויבערשטער נמנע הנמנעות)), איז אין קדשי הקדשים געווען אויך אָט דער גילוי, מקום גופא למעלה מהמקום, נמנע הנמנעות.
דאָס איז אויך דער טעם וואָס אַלע תפילות גייען דורכן קדשי הקדשים, וזה שער השמים. דערפאַר שטייט דאָך והתפּללו אליך דרך ארצם — אַלע אידן פון גאַנץ וועלט האָבן געדאַוונט צום זייט פון ארץ ישראל, אין ארץ ישראל האָט מען געדאַוונט צום זייט פון בית המקדש, און אין בית המקדש צום זייט פון קדשי הקדשים.
דער טעם אויף דעם, וואָרום די תפלות זיינען דאָך אויף דעם מענטשנס באַדערפענישן, און די מערהייט פון דעם מענטשנס באַדערפענישן זיינען דאָך גשמיות'דיקע זאַכן, וואָס למעלה האָט עס קיין תפיסת מקום ניט, אָבער אין קדשי קדשים, וואָס דאָרטן איז דער גילוי העצמות, איז מצד נמנע הנמנעות קען זיין דער חיבור פון מטה מטה מיט מעלה מעלה.
י. איז דאָך די קושיא, ווי קען מען מאַכן פון גשמיות'דיקע זאַכן אַזאַ קדושה, נאָך העכער פון דער קדושה פון עולמות העליונים?
— וואָס דאָס איז דאָך וואָס שלמה המלך האָט זיך געוואונדערט; הן השמים ושמי השמים לא יכלכלוך ואף כי הבית הזהט. שמים ושמי השמים זיינען גאָר הויכע מדריגות (די פּרטים דערפון ווערן דערקלערט אין חסידות), און פונדעסטוועגן זיינען זיי ניט קיין כלים צו עצמות, היינט ווי אַזוי קען אַ בית, וואָס איז געבויט פון גשמיות'דיקע זאַכן, זיין אַ כלי צו עצמות אין סוף ברוך הוא
יא. אויף דעם זאָגט דער פּסוק די הקדמה א) דבר אל בני ישראל;174ב) ויקחו לי תרומה. אויפן פּסוק ויקחו לי תרומה, איז ער מדייק אין תניא בשם הזוהר); פאַרוואָס שטייט תרומה, עס האָט דאָך געדאַרפט שטיין „ותרומה" (בוא"ו)? ענטפערט ער; דכולא חד, ד. ה. אַז די אַלע דרייצן אָדער פופצן זאַכן וואָס ער רעכנט דאָ אויס, הגם זיי זיינען דברים גשמיים, זיינען זיי איין זאַך מיט דעם „לי", וואָרום התהוות הגשמיות הוא מהעצמותי), מער ניט וואָס עס איז בהעלם, און דערפאַר קען מען מאַכן פון זיי אַ מקדש, ווייל מען דאַרף מער ניט ווי מגלה זיין מההעלם אל הגילוי (פון פאַרבאָרגנקייט צו אַנטפּלעקונג).
נאָך אַ זאַך זאָגט ער — דבר אל בני ישראל. וואָרום הגם אַז עס איז טאַקע כולא חד, און מען דאַרף דאָס ניט מער ווי מגלה זיין, אָבער דאָס גופא — מגלה זיין דעם עצמות וואָס איז אין דברים הגשמיים — קענען נאָר נשמות ישראל דוקא, ווייל אין זיי איז עצמות בגילוי און צו זיי האָט זיך עצמות אָפּגעגעבן, זיי זאָלן אים קענען נעמען.
— דאָס איז לויט דעם באַוואוסטן פּירוש פון כי תקנה21)), אַז דערפאַר קען זיין המשכת הדעת אויך צו נשמות דבי"ע, זרע בהמה, ווייל: א) אין שורש איז דאָס פאַראַן און מען דאַרף דאָס מער ניט ווי מגלה זיין. וואָס דאָס מיינט תקנה, וואָס קנין (קויפן) איז דער ענין גילוי ההעלם בלבד ולא התחדשות (אַנטפּלעקן אַ זאַך וואָס איז געווען פריער פאַרהוילן, אָבער ניט אויפטאָן אַ נייע זאַך). ב) די המשכת הדעת איז דורך משה'ן דוקא, ווייל משה איז אין דער מדריגה פון מן המים משיתיהו. און כאָטש אַלע נשמות אין זייער שורש האָבן דעת, וואָס מען דאַרף עס מער ניט ווי מגלה זיין, ווי אויבן דערקלערט, אָבער דער גילוי מוז זיין דורך אַזאַ וואָס ביי אים לייכט די מדריגה בגילוי.
אַזוי אויך אין דעם ענין בכדי צו מאַכן פון גשמיות כלים צו עצמות איז דאָס ווייל בשרשם זיינען זיי „לי", דער גילוי איז דורך נשמות ישראל ווייל אין זיי איז עצמות בגילוי.
יב. לויט דעם וועט מען פאַרשטיין, פאַרוואָס נתקשה משה במנורה דוקא; די מנורה איז געווען פון גאָלד, און איר ענין איז געווען ליכטיק מאַכן דעם חושך אין אַן אופן אַז עס זאָל זיין אַן עדות לבאי עולם שהשכינה שורה בישראל20)) (אַן עדות פאַר דער גאַנצער וועלט אַז די שכינה רוט ביי אידן). איז ביי משה'ן געווען שווער: ווי קען מען עס מאַכן פון גאָלד, פון גשמיות?
האָט אים דער אויבערשטער געענטפערט; אַ מענטש קען דאָס טאַקע ניט מאַכן. דאָס מאַכט דער אויבערשטער. נאָר וואָס עס פאָדערט זיך פון דעם מענטשן איז, ער זאָל נעמען די גאָלד און אַריינוואַרפן אין פייער, און בשעת דער מענטש וואַרפט אַריין די גאָלד אין פייער, דעמאָלט מאַכט דער אויבערשטער דערפון אַ מנורה וואָס זאָל לייכטן אין משכן.
יג. מען האָט שוין גערעדט עטלעכע מאָל, אַז דאָס וואָס עס איז חרוב געוואָרן איז דאָס נאָר דער בית המקדש וואָס עס איז געווען געבויט175פון האָלץ און שטיינער וכו'. דער בית המקדש וואָס איז ביי יעדער אידן אינעווייניק אין האַרצן — דער ושכנתי בתוכם — דאָס בלייבט אַלע מאָל גאַנץ, אין אַלע צייטן און אונטער אַלע אומשטענדן.
בשעת אַ איד מאַכט פון אַלע זיינע זאַכן וואָס ער פאַרמאָגט אַ בית המקדש צום אויבערשטן, זאָגט אים דער אויבערשטער, ער זאָל מאַכן פון זיין גאָלד, פון דעם מובחר שבגשמיות (פון דאָס בעסטע און אויסדערוויילטסטע וואָס איז פאַראַן אין גשמיות) — אַ מנורה. דער אויבערשטער זאָגט אים; איך באַנוגן זיך ניט מיט דיין לערנען, מיט דיין דאַוונען, מיט אַלע מצות, איך פאַרלאַנג פון דיר אַז אויך פון די גשמיות וואָס דו האָסט, זאָלסטו מאַכן אַ בית המקדש פאַר מיר.
אַליין וועסטו דאָס ניט קענען — זאָגט דער אויבערשטער — דאָס וועל איך טאָן. נאָר וואָס עס פאָדערט זיך פון דיר, איז, זאָלסט אַריינוואַרפן די גאָלד אין דעם פייער וואָס ביי דיר אין האַרצן, וואָס ביי יעדער אידן אינעווייניק ברענט אַ פלאַם פייער צום אויבערשטן, איז בשעת דו וועסט אַריינוואַרפן די גאָלד אין דעם פייער דעמאָלט וועל איך מאַכן דערפון אַ בית המקדש, און נאָך מער, אַז דאָס וועט נאָך געבן ליכטיקייט אין וועלט און עס וועט זיין אַן עדות אַז די שכינה רוט ביי דיר.
יד. אין שולחן ערוך אורח חייםיח), ברענגט דער רמ"א צוויי דיעות, צי מען דאַרף פּורים קטן מרבה זיין במשתה ושמחה, און דער רמ"א איז מכריע, מען זאָל מרבה זיין קצת בסעודה, כדי לצאת ידי המחמירים, און איז מסיים; וטוב לב משתה תמיד.
אין דעם גופא זיינען פאַראַן צוויי דיעות; צי דאָס גייט אויף י"ד באדר ראשון, פּורים קטן, דוקא, צי אויך אויף ט"ו, שושן פּורים קטן.
פון לשון הרמ"א ווייזט אויס ווי די צווייטע דיעה. וואָרום וויבאַלד דער רמ"א איז מסיים, וטוב לב משתה תמיד, איז דאָך פון דעם וואָרט „תמיד" מוכח, אַז וואו נאָר עס איז עפּעס דאָ אַ סברא, אַז עס דאַרף זיין שמחה, זאָל מען אַזוי טאָן.
איז בשעת מען וועט זיך פירן מיט דער הנהגה, אַז ווען ס'איז נאָר דאָ עפּעס אַ דיעה אויף דעם ענין פון שמחה, וועט מען מחמיר זיין, וועט מען דורך דעם צוקומען צו דעם וואָס עס שטייט אין פּסוק — וטוב לב משתה תמיד.
טו. אויפן פּסוקיד) וטוב לב משתה תמיד, זאָגט די גמראי) ; זה שדעתו רחבה. רש"י זאָגטי) אויפן פּסוק. וטוב לב, שמח בחלקו.
דאַרף מען דאָך זאָגן אַז ביידע פּירושים האָבן אַ שייכות. ד. ה. אַז דורך דעם וואָס ער האָט אַ דעת רחבה איז ער שמח.
אין פלוג איז דאָך דאָס גאָר פאַרבונדן מיט דעם אופן ההנהגה ווי מען פירט זיך מיט אים מלמעלה. אַז אויב מען פירט זיך מיט אים במדת החסד און מען גיט אים אַלץ
זאָל האָבן דאגות.
פון דעם אָבער וואָס די גמרא זאָגט וטוב לב משתה תמיד, זה שדעתו רחבה, איז מוכח אַז בשעת ער האָט אַ דעת רחבה, איז ער אין אַלע אופנים פריילעך.
טז. וועט מען עס פאַרשטיין מיט מקדים זיין דעם פּירוש פון דעם רבי'ן מהר"ש בשם דעם אַלטן רבי'ן, אויפן מאמר הפּיוט „מרובים צרכי עמך ודעתם קצרה": פאַרוואָס איז מרובים צרכי עמך — ווייל דעתם קצרהיח). אָבער אויב עס וואָלט געווען אַ דעת רחבה, וואָלט ניט געווען דער מרובים צרכי עמך.
לויט דעם וועט מען פאַרשטיין אויך די גמרא, אַז בשעת דעתו רחבה, איז ער טוב לב, וואָרום אים פעלט גאָרניט, ער האָט וואָס ער דאַרף.
יז. אין דעם הסבר פאַרוואָס פון ודעתם קצרה נעמט זיך דער מרובים צרכי עמך, זיינען פאַראַן צוויי ענינים:
א) מלמעלה איז מען על פּי רוב משפּיע דעם מענטשן אַלע ענינים וואָס ער דאַרף, נאָר בשעת דער מענטש יאָגט זיך נאָך עניני מותרות, קען דעמאָלט זיין אַז ניט נאָר וואָס ער וועט ניט באַקומען די מותרות, נאָר ער זאָל פאַרלירן חס ושלום אויך די השפּעה מלמעלה אין די זאַכן וואָס ער מוז האָבן.
ווי עס איז באַוואוסט דער משל פון כבוד קדושת אדוננו מורנו ורבנו
הצמח צדק נשמתו עדן, אַז קליידער
דאַרפן זיין צוגעפּאַסט צו דער מאָס
פון מענטשן. און אויב די קלייד איז גרעסער פון זיין מאָס, איז ניט נאָר וואָס דאָס העלפט ניט צום גאַנג, נאָר אדרבה, די קליידער פּלאָנטערן זיך נאָך צווישן די פיס, און שטערן אין דעם גיין.
אַזוי איז אויך אין רוחניות — וגלחה את ראשה ועשתה את צפרני'י). בשעת מען זוכט תחבולות אין די ענינים הגשמיים און מען איז להוט נאָך מותרות, איז ניט נאָר וואָס דאָס העלפט ניט, נאָר דאָס פירט נאָך איבער.
יח. פון וואָס הויבט זיך דאָס אָן — פון דעם ודעתם קצרה. ער שאַצט ניט אָפּ זיין מהות, זיין רוחניות'דיקן מעמד ומצב, במילא מיינט ער אַז אַלץ קומט אים, אַלץ דאַרף ער און דערפאַר יאָגט ער זיך נאָך מותרות.
אָבער בשעת אַז דעתו רחבה, שאַצט ער אָפּ ריכטיק זיין מהות, ובמילא פילט ער אַז דאָס וואָס מען גיט אים יאָ מלמעלה איז דאָס נאָר מצד חסדו יתברך, במילא קלאָגט ער זיך ניט און יאָגט זיך ניט נאָך מער, וואָרום ער ווייס אַז אויך דאָס וואָס ער האָט איז נאָר מצד מדת החסד.
יט. ב) בשעת ער האָט אַ דעת רחבה, באַטרעפט ניט ביי אים דער ענין פון גשמיות, וואָרום גשמיות איז דאָך במיצר ובהגבלה, (גשמיות איז פאַרקלעמט און באַגרענעצט) איז אין אַ דעת רחבה, האָט דאָס ניט קיין177תפיסת מקום (קיין באַטרעף). דער ענין נאָך וועלכן ער יאָגט זיך יאָ איז תורה ומצוות. תורה ומצוות זיינען ניט מוגבל אין דער הגבלה פון עולם הזה און אפילו ניט אין דער הגבלה פון עולמות העליונים, דאָס איז דער אמת'ער בלי גבול ומרחב האמיתי, און מצד דעת רחבה, איז דאָס די איינציקע זאַך וואָס האָט אַ תפיסת מקום.
מצד דעת רחבה טראַכט ער ניט וועגן גשמיות, וואָרום דאָס זיינען ענינים וואָס פאַרנעמען ניט קיין אָרט ביי דעם וואָס פאַרמאָגט אַ דעת רחבה. ער טראַכט נאָר וועגן רוחניות, און די גשמיות איז אים נוגע נאָר אויף וויפל דאָס האָט אַ שייכות צו תורה ומצות כו'.
און ווי דער רמב"ם זאָגטיח), לא נתאוו החכמים לימות המשיח — די חכמים האָבן ניט אַרויסגעקוקט צו די טעג פון משיח'ן צוליב דעם גרויסן עושר און גשמיות'דיקן פאַרגעניגן וואָס וועט דעמאָלט זיין, דאָס האָט גאָר קיין באַטרעף ניט, און ברענגט אַ ראיה פון דעם וואָס עס שטייט ביום ההוא יחי' איש עגלת בקר ושתי צאן, אַז מען וועט זיך באַנוגענען מיט ווייניק, נאָר דאָס וואָס נתאוו לימות המשיח איז צוליב דעם קיום התורה ומצות און השגת אלקות וואָס וועט דעמאָלט זיין.
— עס איז געווען אַ חסידי'שער איד וואָס האָט געקאָנט, אָבער ניט געוואָלט זיין קיין רב, און איז געוואָרן אַ סוחר. זייענדיק אַ סוחר האָט ער זיך צופיל אַריינגעלייגט אין מסחר. האָט אים דער רבי געשריבן אין אַ בריוו: כי לא על הלחם לבדו יחי' האדם כי על כל מוצא פי הוי' יחי' האדם, דאָס וואָס דער גוף איז הונגעריק צום לחם הגשמי, נעמט זיך דאָס פון דעם וואָס די נשמה איז הונגעריק צום ניצוץ אלקי שבהמאכל, און דאָס פּועל'ט אויפן גוף ער זאָל זיין הונגעריק צום לחם הגשמי. נמצא אַז דער עיקר איז דער ענין אלקי וואָס איז דאָ אין דעם און ניט דער גשמי —
און דאָס איז מרובים צרכי עמך ודעתם קצרה, אַז מצד קוצר הדעת, פאַרנעמט ביי אים גשמיות אַן אָרט, ומצד דעם איז מרובים צרכי עמך, אָבער ווען דעתו רחבה, איז מצד הרחבת הדעת פאַרנעמט גשמיות קיין אָרט ניט, ובמילא איז ער אין אַ מצב פון וטוב לב משתה תמיד.
כ. מיר בעטן דאָך אָבער אויף מרובים צרכי עמך ודעתם קצרה, אַז דער אויבערשטער זאָל ממלא זיין אַלע צרכי עמך המרובים, כאָטש דאָס נעמט זיך מצד דעם וואָס דעתם קצרה.
איז דער פּשט אין דעם; שבע יפּול צדיק וקם, אַז אַפילו אַ צדיק איז ניט אַלע מאָל גלייך, מכל שכן דער וואָס איז נידעריקער פון דער מדריגה פון צדיק קען דאָך ביי אים זיין אַמאָל ער זאָל אַראָפּפאַלן פון זיין מדריגה, ער זאָל אָנווערן די דעת הרחבה און באַקומען אַ דעת קצרה, א) אַז גשמיות וועט ביי אים פאַרנעמען אַן אָרט, ב) און ער וועט ניט אָפּשאַצן זיין מהות.
איז דאָס די בקשה, אַז אויך בשעת ער וועט האָבן אַ דעת קצרה זאָל אים גאָרנישט פעלן.
און די המשכה איז דורך דעת רחבה, אַז בשעת ער שטייט בכללות178אין אַ דעת רחבה, דעמאָלט איז מען אים ממלא אַלץ וואָס ער דאַרף, ביז אַז אויך ווען ער פאַלט אַראָפּ פון זיין מדריגה זאָל ער האָבן אַלע ענינים וואָס ער דאַרף.
לויט דעם וועט מען פאַרשטיין דעם מאמר הגמרא, וטוב לב משתה תמיד זה שדעתו רחבה, אַז דער וואָס בכללות איז דעתו רחבה, פּועל'ט ער
א. אויפן פּסוק זה יתנו גו' זאָגט דער ירושלמיא), אמר ר' מאיר כמין מטבע של אש הוציא הקב"ה מתחת כסא כבודו והראהו למשה ואמר לו זה יתנו, כזה יתנו — ווייל משה נתקשה בו, משה'ן איז געווען שווער דער ענין פון מחצית השקל, דערפאַר הראה לו הקב"ה כו'.
תוספות אין חוליןג) איז מבאר אַז משה'ן איז ניט שווער געווען וואָס ס'מיינט מחצית השקל, נאָר ער האָט זיך געוואונדערט אויף דעם וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט מען זאָל געבן כפר נפשו; ווי איז שייך צו געבן כפר נפשו, עס איז דאָך עור בעד עור וכל אשר לאיש יתן בעד נפשו ועדיין לא נגע)).
לויט דעם דאַרף מען פאַרשטיין, ווי אַזוי איז ביי משה רבינו געוואָרן פאַרענטפערט דער ענין ווי איז שייך כפר נפשו דורך דעם וואָס דער אויבערשטער האָט אים באַוויזן מטבע של אש מתחת כסא הכבוד?
ב. צו פאַרשטיין דאָס, דאַרף מען אַלע המשכות מלמעלה, אַז מען איז אים ממלא כל צרכיו, ובמילא איז וטוב לב משתה תמיד, אַז תמיד, אַפילו ווען ער פאַלט אַראָפּ פון זיין מדריגה און האָט קוצר הדעת, איז ער אויך וטוב לב, וואָרום ער האָט כל צרכיו.
פריער מבאר זיין דעם ענין פון מטבע של אש מתחת כסא הכבוד, וואָס אין דעם זיינען פאַראַן דריי ענינים; א) מטבע. ב) אש. ג) כסא הכבוד.
מטבע ; די גמרא) זאָגט אַז מטבע איז — חריף לצאת. דאָס איז דער חילוק פון מטבע מיט שוה כסף. שוה כסף שאַצן אָפּ ניט אַלע גלייך, איינער דאַרף האָבן מערער דעם חפץ, איז דאָס ביי אים מערער ווערט, אַ צווייטער דאַרף האָבן ווייניקער דעם חפץ, איז דאָס ביי אים ווייניקער ווערט, און אַ דריטער דאַרף אים אינגאַנצן ניט. אָבער מטבע איז חריף לצאת, ד. ה. מטבע האָט אַ באַשטימטע ווערט, און דאָס איז ביי אַלעמען גלייך.
אש; עס איז ידוע דער חילוק פון אש מיט שארי היסודות. שארי היסודות יורדים למטה, און אַפילו רוח וואָס איז ניט יורד למטה אָבער מ"מ בלייבט ער במקומו וואו ער געפינט זיך, און זיין אָרט איז דאָך למטה, ורוח אלקים מרחפת על פּני
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק א׳
- Id
- rh-vpdzy9qz