עברית
Library

Likkutei Sichos

Pekudei

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

196יתברך מוז מען מאַכן שטענדיק, בכל רגע ורגע, וואָרום דאָס איז דאָך כל האדם, אני (לא) נבראתי (אלא) לשמש את קוני 44)), במילא ליגט דער חיוב צו זיין שטענדיק, יעדע רגע, בשמחה.

יג. דאָס וואָס אַמאָל דאַרף זיין דער סדר עבודה אין צווייטן קו, אין פאַרקערטן קו פון שמחה — וועט מען דאָס אויך פאַרשטיין לויט ווי עס ווערט דערקלערט אין דעם מאמר, דער סדר ווי מען מאַכט אַ דירה לו יתברך, על דרך משל ווי מען מאַכט אַ דירה פאַר אַ מלך בשר ודם. די ערשטע זאַך מוז מען דעם אָרט אויסרייניקן פון יעדן שמוץ כו' און דערנאָך באַפּוצט מען דאָס מיט שיינע כלים בכדי עס זאָל זיין ראוי לדירת המלך.

אַזוי איז דאָס אויך אין עבודה רוחנית. מען מוז פריער אַרויסנעמען דעם שמוץ וכו', וואָס דאָס טוט זיך אויף דורך דעם קו המרירות. און דאָס איז די עבודה פון חודש אב, ממעטין בשמחה, בכדי אַרויסצונעמען די ענינים פון ומפּני חטאינו גלינו מארצנו. דאָס איז אָבער מער ניט ווי אַ הכנה צו אַ דירה, די דירה אַליין מאַכט מען דורך שמחה.

יד. דאָס וואָס עס שטייט אין גמרא אויף דעם ענין פון משנכנס

פרשת

א. אין תורה בכלל, און אין תורה שבכתב בפרט, איז יעדער וואָרט און אַפילו יעדער אות בדיוק און אויסגערעכנט. פיל הלכות ווערן אָפּגעאדר מרבין בשמחה דער דיוק כשם, וואָס דערפון איז משמע אַז דער משנכנס אדר מרבין קומט אַרויס פון דעם משנכנס אב ממעטין, איז דאָס פאַרשטאַנדיק לויט דעם וואָס ווערט דערקלערט אין חסידותכח), אַז דער יתרון האור קומט מתוך החושך דוקא. במילא איז פאַרשטאַנדיק אַז ווער רופט אַרויס אין אדר דעם בלי גבול פון שמחה, עד דלא ידעי — דאָס קומט פון חושך דוקא, ד. ה. די עבודה פון אתכפיא סטרא אחרא דורך מרירות, דעמאָלט איז די שמחה גאָר גרויס, אָן אַ גרענעץ.

און דאָס איז דער טעם וואָס דוקא אין חודש אדר איז די שמחה אָן אַ גרענעץ, ווייל דעמאָלט איז דאָס געקומען מתוך החושך, ווי עס שטייט ורבים מעמי הארץ מתיהדים, עמי הארץ, ג' קליפות הטמאות, זיי אַליין זיינען מתיהדים, געוואָרן יהודים, כופרים בעבודה זרה ומודים בכל התורהל).

און מצד דער עבודה, ווערט דער יתרון האור, אַז פּורים איז דער חיוב השמחה עד דלא ידעי, און אויך דעם גאַנצן חודש אדר דאַרף זיין שמחה בריבוי, ווי ער זאָגט והחודש אשר נהפּך, דער גאַנצער חודש אדר.

(משיחות שבת מברכים אדר, תשט"ז) פקורי

לערנט פון איינצלנע ווערטער אָדער אַפילו פון איינצלנע אותיות פון תורה.

פונדעסטוועגן ווערט אין די פּרשיות196ויקהל און פּקודי איבערגע'חזר'ט די אויספירלעכע באַשרייבונג פון די כלי המשכן און לבושי כהונה, וועלכע זיינען שוין איינמאָל באַשריבן געוואָרן בפּרטי פּרטיות אין די פּרשיות תרומה און תצוה.

אין פלוג האָט דאָך די תורה געקענט זאָגן בקיצור אַז די אידן האָבן געמאַכט די כלי המשכן און בגדי כהונה ווי דער אויבערשטער האָט געהייסן משה'ן, און אַזוי אַרום פאַרשפּאָרן צענדליקער פּסוקים?

ב. דער טעם וואָס אַ סך הלכות שטייען ניט בפירוש אין תורה און מען דאַרף זיי אָפּלערנען פון איינצלנע אותיות איז, וויבאַלד אַז מען קען וויסן די הלכות פון אַן איבעריקן וואָרט אָדער אַן אות אין דער תורה, איז אויב זיי וואָלטן שטיין בפירוש, וואָלט דאָס דאַן געווען אַ יתור דברים (איבעריקע רייד).

דאָס איז אויך דער טעם וואָס אַ סך דינים שטייען אין משנה בלויז מיט אַ רמז און אין גמרא זיינען זיי באריכותא), וואָרום משנה איז דאָך בלשון קצרה לגבי גמרא. איז אויב מצד דעם סגנון און דיוק לשון המשנה קען מען אָפּלערנען די דינים פון אַ רמז, וואָלט זייער שטיין בפירוש, געווען אַ יתור דברים. און אַזוי איז אויך גמרא לגבי ראשונים, און ראשונים לגבי אחרונים.

לויט דעם, איז די דערמאָנטע קשיא נאָך שטאַרקער; אין פלוג איז דאָך די גאַנצע באַשרייבונג פון מעשה המשכן אין פּרשיות ויקהל־פּקודי אַ יתור דברים?

ג. דער תירוץ אויף דעם איז אויף דעם זעלבן וועג ווי דער תירוץ וואָס ווערט געגעבן אויף אַן ענלעכער קשיא;

פאַרוואָס זיינען איבערגע'חזר'ט געוואָרן די קרבנות פון די נשיאים אין פּרשת נשא צוועלף מאָל מיט אַלע פּרטים, אין פלוג האָט דאָך געקענט שטיין ביי יעדער נשיא אַז ער האָט געבראַכט דעם זעלבן קרבן ווי דער פריערדיקער נשיא?

דער תירוץ אויף דעם איז, אַז יעדער נשיא האָט ביי זיין קרבן אויפגעטאָן אַנדערע ענינים, אַנדערע המשכות, ווי ס'איז מרומז אין מדרש פּרשת נשאב). דערפאַר קען ניט שטיין אין תורה אַז ער האָט געבראַכט אַזוי ווי דער פריערדיקער נשיא, וואָרום יעדער איינער האָט ממשיך געווען אַן אַנדער המשכה.

ד. על דרך זה קען מען פאַרענטפערן די קשיא וועגן די סדרות ויקהל־פּקודי

דער משכן וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו משה'ן, ווי ער ווערט באַשריבן אין פּרשיות תרומה ותצוה, און דער משכן וואָס די אידן האָבן געמאַכט לויט ווי עס ווערט דערציילט אין פּרשיות ויקהל ופּקודי, זיינען מרמז אויף צוויי באַזונדערע משכנות, ובלשון רז"ל)); משכן למטן משכן למעלן, און דערפאַר רעכנט ער אויס אַלע פּרטים נאָך אַמאָל.

ובפּרטיות; די כלי המשכן און לבושי כהונה ווי זיי זיינען צוערשט197געזאָגט געוואָרן (תרומה־תצוה) איז דאָס א) פון אויבערשטן, ב) צו משה רבינו, וואָס די מעלה דערפון ובפרט אין דעם ענין — איז אין דרייען

א) שומע ומקבל הדבור, משה, איז אַ נשמה דאצילות, ד. ה. אַז זייענדיק דאָ למטה איז ער געווען ווי אין עולם האצילות ממש, און ווי דער מאמר רז"ל שכינה מדברת מתוך גרונו.

כאָטש אַלע נשמות נעמען זיך דאָך פון אצילות, אָבער דאָס איז נאָר אַז זייער שורש איז אין אצילות)), דאַקעגן נשמות דאצילות מיינט — אַז אויך למטה זיינען זיי אין דער מדריגה פון אצילות.

כאָטש עס איז פאַראַן אַ חילוק צווישן די נשמות ביז די כלים דאצילות, אַזוי ווי עס שטייט אין אגרת הקדש)) 2 שכבר יצאו ונפרדו מהכלים (וועלכע זיינען שוין אַרויס און האָבן זיך שוין אָפּגעטיילט פון כלים), וואָס דאָס גייט אויף נשמות דאצילות, פונדעסטוועגן זיינען זיי נאָך אַלץ אין דער מדרינה פון אצילות.

ב) דער אופן ווי אַזוי ער האָט מקבל געווען דעם דיבור און די נבואה — איז; ולא קם נביא עוד בישראל כמשה). אין דעם גופא זיינען פאַראַן צוויי פּרטים; א) משה עמד על עמדוז) בשעת גילוי הנבואה, ניט ווי אַנדערע נביאים. ב) משה'ס נבואה איז געווען בבחינת „זה" און ניט בבחינת „כה". ד. ה. אַז ביי אַלע נביאים האָט זייער גשמיות'דיקער גוף מבלבל געווען אַפילו צום גילוי פון „כה", אָבער ביי משה רבינו איז זיין גוף געווען אַ כלי אַפילו צו בחינת „זה".

ג) מקום הקבלה איז געווען אין הר סיני*), וואָס דעמאָלט איז משה געשטאַנען אויף אַ העכערער מדריגה ווי ווען ער איז געווען למטה, והראי'; דאָרטן איז דאָך לחם לא אכל ומים לא שתה) (ברויט האָט ער ניט געגעסן און וואַסער ניט געטרונקען), כאָטש אַז אויך נאָכדעם ווי משה „ירד מן ההר" איז זיין עסן און טרינקען געווען אַנדערש ווי ביי אַלע מענטשן.

פון דעם אַלעמען איז פאַרשטענדלעך, אַז אַזאַ משכן איז געמאַכט ניט פון גשמיות'דיקע גאָלד און זילבער וכו'כ).

אָבער די כלי המקדש און לבושי כהונה אַזוי ווי זיי ווערן באַשריבן אין ויקהל־פּקודי זיינען זיי געמאכט געוואָרן א) דורך אידן, וואָס רוב הנשמות זיינען נשמות דבריאה יצירה עשי'יא), ב) דאָ למטה, ג) פון זהב וכסף ונחושת וכו' גשמיים.

ה. פונדעסטוועגן, ניט געקוקט אויף דעם גרויסן אונטערשייד פון דעם „בכח" און דעם „בפועל", איז ווען האָט זיך אויסגעפירט דער תכלית198הרצון פון דעם אויבערשטן און ווען איז מקוים געוואָרן זיין הבטחה פון ושכנתי בתוכם? — דוקא אין גשמיות'דיקן משכן פון ויקהל פּקודי און ניט אין רוחניות'דיקן משכן פון דעם „הראת בהר", ווי ער זאָגט אין מדרש דאָרט.

וואָרום נתאוה הקדוש ברוך הוא להיות לו יתברך דירה בתחתונים דוקא, און ווי ער זאָגט אין תניאיב), גייט דאָס אויפן עולם הזה שאין תחתון למטה ממנו. כאָטש ער איז אַ גשמי און אַ חומרי און דערצו נאָך איז דאָרט אַ חושך כפול ומכופּל, ווי ער רעכנט אויס בפּרטיות אין תניא, פונדעסטוועגן, און מצד דעם גופא, פירט זיך אויס דער תכלית הכוונה אין עולם הזה דוקא.

— דערמיט איז בעסער פאַרשטאַנדיק די קשיא וואָס מען פרעגט אויף די אבנים טובות וואָס די נשיאים האָבן געבראַכט פאַרן בית המקדש, וויבאַלד עס איז געווען מעשה ניסיםיח), ווי אַזוי האָט מען געקענט מאַכן דערפון בגדי כהונה ז דער גאַנצער תכלית פון משכן און מקדש איז דאָך, מען זאָל זיי מאַכן פון דברים גשמיים דוקא — דאַרף דאָך דאָס ניט זיין קיין מעשה ניסים, נאָר ענינים וואָס זיינען אָנגעטאָן אין טבע.

ו. דער מוסר השכל פאַר אונז איז, אַז מ'זאָל ביי זיך ניט זיין אַראָפּגעפאַלן טראַכטנדיק ווי קומט מען צו טאָן אַ זאַך פון רצון העליון און מכוון זיין צו דער כוונה עליונה, בשעת מען ווייס אין וואָס פאַר אַ מצב מען שטייט, און בכלל געפינט מען זיך דאָך אין חושך כפול ומכופּל פון דעם ביטערן גלות, — דאַרף ער זיך באַרעכענען אַז ניט קוקנדיק אויף דעם, זאָגט דער אויבערשטער צו, אַז אויב מ'איז נאָר אַ נדיב לב, דאָס הייסט, אַז מ'טוט אַ זאַך מיט אידישע וואַרעמקייט און האַרציקייט, איז דאַן — ושכנתי בתוכם, דער אויבערשטער העלפט אויספירן און מכוון זיין צו דער כוונה עליונה.

ז. די צוויי משכנות זיינען מרומז אין אָנהויב פון דער פּרשה — אלה פּקודי המשכן משכן העדות. וואָס אין פלוג האָט געדאַרפט שטיין אלה פּקודי משכן העדות, פאַרוואָס שטייט צוויי מאָל משכן? נאָר דאָס זיינען די צוויי משכנות, דער משכן וואָס דער אויבערשטער האָט באַוויזן צו משה'ן און דער משכן וואָס די אידן האָבן געבויט.

דער וואָרט „עדות" שטייט ניט ביי דעם ערשטן משכן, וואָס דער אויבערשטער האָט באַוויזן, נאָר דוקא ביי דעם צווייטן משכן וואָס אידן האָבן געבויט.

דער ענין פון עדות איז דוקא אויף אַ פאַרבאָרגענער זאַך. אויף אַן אָפענער זאַך דאַרף מען קיין עדות ניט (דערפאַר איז דאָך דער דין אַז אויף קדוש החודש כאָטש עס דאַרף זיין עדות, אויב אָבער בית דין האָבן אַליין געזען די לבנה, קענען זיי מקדש זיין דעם חודש אָן קבלת עדות, דלא תהא שמיעה גדולה מראי')כד), נאָך מער — אויף מילתא דעבידא לאגלויי דאַרף מען אויך ניט199קיין עדות גמורה*1)), דער גאַנצער ענין פון עדות איז נאָר אויף אַ דבר הנעלם (אַ פאַרבאָרגענע זאַך).

לויט דעם וועט מען פאַרשטיין, וואָס דער וואָרט „עדות" שטייט דוקא ביי דעם צווייטן משכן, און דאָס איז צוליב צוויי טעמים;

א) דער משכן איז געווען מעשי ידי אדם, און פון דברים גשמיים, וואָס עס איז ניט אלקות בגלוי, דאַרף מען אויף דעם האָבן עדות. אָבער דער ערשטער משכן, איז אַ רוחני, בגלוי, דאַרף מען אויף אים קיין עדות ניט.

ב) דורך דעם משכן הגשמי דוקא איז מען ממשיך עצמות וואָס דאָס איז העכער פון אַלע גילויים — אַ זאַך וואָס איז אינגאַנצן פאַרבאָרגןי).

אין דעם משכן וואָס דער אויבערשטער האָט באַוויזן משה'ן זיינען געווען גילויים, המשכות, הארות והשפּעות, אָבער ניט עצמות, דאַקעגן אין דעם משכן וואָס די אידן האָבן געבויט בגשמיות, דאָרטן דוקא איז געווען דער ושכנתי בתוכם, וואָס דאָס מיינט המשכת העצמות.

כאָטש אַז דער משכן וואָס די אידן האָבן געבויט איז געווען פון דברים גשמיים, מ'האָט גענומען זהב כסף ונחושת און פון זיי אויפגעבויט אַ משכן, גאָלד און זילבער און קופּער כפּשוטו;

אָבער היא הנותנת, ווי עס ווערט דערקלערט אין חסידות, אַז עיקר שכינה בתחתונים היתה, ניט גילויים, נאָר עיקר שכינהכז).

ח. דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס עס שטייט אין ירושלמייח), בכל יום אדם מתפּלל שמונה עשרה . . . כנגד י"ח ציוויין שכתוב בפּרשת משכן שני. משכן ראשון רופט אָן דער ירושלמי דעם משכן וואָס אין פּרשת תרומה־תצוה. משכן שני רופט ער אָן דעם משכן וואָס אין פּרשת ויקהל ופּקודי. און אַזוי ווי אין משכן שני שטייט אַכצן מאָל כאשר צוה, וערפאַר דאַוונט מען ח"י ברכות.

באַוואָרנט דער ירושלמי באַלד אויפן אָרט; אין פלוג איז דאָך פאַראַן ניינצן מאָל כאשר צוה, ענטפערט ער דאָרט; ובלבד מן ואתו אהליאב בן אחיסמך עד סופי' דסיפרא. ד. ה. אַז מען רעכנט נאָר דעם לשון כאשר צוה וואָס שטייט ביי בצלאל און אהליאב צוזאַמען, אָבער דאָס וואָס ס'שטייט כאשר צוה ביי בצלאל'ן אַליין, גייט ניט אַריין אין חשבון. אין פלוג איז ניט פאַרשטאַנדיק; א) וואָס איז די שייכות פון ח"י ברכות פון תפלה צו די ח"י מאָל כאשר צוה. ב) וואָס איז דער פאַרבונד פון תפלה מיט משכן שני דוקא. ג) פאַרוואָס רעכנט מען כאשר צוה אַנטקעגן די ח"י ברכות נאָר וואו עס ווערט דערמאָנט אויך אהליאב.

נאָך מער איז ניט פאַרשטאַנדיק, עס איז דאָך ידועיט) אַז תפלה איז מלשון חיבור (אַזוי ווי התופל כלי חרס, נפתולי נפתלתי), וואָס דער ענין פון תפלה איז דער חיבור און פאַרבונד פון דעם דאַוונער צו אלקות, האָט דאָך דאָס געדאַרפט האָבן אַ200שייכות צו בצלאל'ץ אַליין, וואָס ער איז פון שבט יהודה, מערער ווי צו אהליאב, למטה דן, ווייל א) שבט יהודה איז דער דערהויבנסטער צווישן שבטים, (ווי עס שטייט אין מדרשכ) אַז דערפאַר האָט מען אויסגעקליבן בצלאל ואהליאב דוקא, צוליב המעולה שבשבטים והירוד שבשבטים), ב) יהודה איז מלשון הודאה, און האָט בפרט אַ שייכות צו שמונה עשרהכא), דער ענין הדביקות שבתפלה קען זיין נאָר דורך הודאה וביטול, איז פאַרוואָס האָט עס אַ שייכות מיט דערמאָנען אהליאב'ן דוקא?

ט. אויפן פּסוק סולם מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה, זאָגט דער זהרכח) ; סולם דא צלותא — תפלה. אין מדרשכח) שטייט; סולם זה סיני — תורה. אין חסידות ווערט דערקלערט דער חילוק צווישן תורה און תפלה, תורה איז המשכה מלמעלה למטה (פון אויבן אַראָפּ), און תפלה איז העלאה מלמטה למעלה (פון אונטן אַרויף).

און דאָס מיינט סולם מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה (אין דעם ענין פון תפלה) ; דער סולם שטייט „ארצה". ניט סתם בארץ (בי"ת — מיט אַ שב"א), נאָר אַרצה מיט אַ צוגעגעבענער ה"א, דאָס מיינט אַז עס ציט * זיך לארץד), נאָך ארציות, נידעריקער אין ארץכא), און די עבודה איז, נעמען די דברים התחתונים ביז וואָס ליגט מתחת לארץ, און מעלה זיין זיי ניט נאָר בשמים — מקיפים, נאָר נאָך אַ סך העכער — אין שמימה בתוספת ה"א — מקיפים למקיפים, און נאָך אַ סך העכער — השמימה — עצמות, אַהין דאַרף מען מעלה זיין די גשמיות'דיקע זאַכן.

און ווי געזאָגט פריער — דאָס איז אַן עבודה מלמטה למעלה, עבודה בדרך עבודת עבד. כאָטש מצד דעם גופא איז דאָ אַ תענוג, אָבער איר ענין איז עבודת עבד.

כאָטש אַז מען גיט אויף דעם אַ כח מלמעלה, וואָס דאָס איז דער ענין וישכם לבן בבוקר, אַז בכל צפרא איז מאיר דער לובן העליון*)), איז דאָס אָבער ניט מער ווי בלויז אַ נתינת כח, אָבער די עבודה אַליין איז מלמטה למעלה.

דערמיט איז פאַרשטאַנדיק די שייכות פון תפלה צו משכן שני דוקא, ווייל ביידע זיינען איין ענין, נעמען דברים גשמיים און מאַכן פון זיי אַ משכן ודירה פאַר דעם אויבערשטן.

י. מצד דעם וואָס תפלה איז העלאה מלמטה למעלה און מען דאַרף מעלה זיין אַפילו די סאַמע נידעריקסטע זאַכן, און לויט דעם באַוואוסטן לשון אַז מען דאַרף מיטנעמען אַפילו די פּאַנטאָפליח), איז201אַזוי ווי ביי זיך גופא דאַרף מען מיטנעמען אַלע כוחות פון נפש, אויך די נידעריקע כוחות, און מעלה זיין זיי,

אַזוי איז אויך ביי אידן בכלל, וואָס קודם התפלה דאַרף מען מקבל זיין אויף זיך מצות ואהבת לרעך כמוך, אַזוי ווי עס שטייט אין פּרי עץ חיים) און דער אַלטער רבי ברענגט עס אין סידור, מען דאַרף זיך כולל זיין מיט אַלעמען צוזאַמען, איז אַפילו די אידן וואָס זיינען בבחינת אהליאב — אַזוי ווי עס שטייט אין מדרש ; דער געפאַלנסטער צווישן די שבטים — דאַרף מען זיי אויך מעלה זיין.

וואָס דאָס איז דאָך דער ענין פון ואהבת לרעך כמוך, לויט דעם מאמר פון בעל שם טוב, אַז מצות אהבת ישראל איז אויך צו אַ אידן וואָס געפינט זיך אין עק וועלט, וואָס ער האָט אים קיינמאָל ניט געזען און האָט מיט אים קיינמאָל קיין שייכות ניט געהאַט.

בשעת אַ איד שטעלט זיך דאַוונען, ד. ה. אַז ער האָט שוין געטאָן די הכנות וואָס מען דאַרף טאָן פאַרן דאַוונען און ער איז שוין גרייט צו שטעלן זיך דאַוונען, וואָס מיט דעם עצם ענין פון שטעלן זיך דאַוונען, ובפרט נאָך די הכנות פון פאַרן דאַוונען, ווערט ער דאָך גאָר שטאַרק דערהויבן, וואָרום ער רייסט זיך דאָך אָפּ פון אַלע ענינים פון וועלט און שטעלט זיך פאַר דעם אויבערשטן־

קען ער דאָך טראַכטן, וואָס האָט ער דעמאָלט פאַר אַ שייכות מיט אַ אידן וואָס האַלט נאָך ניט ביי דאַוונען, אַפילו ניט ביי הכנות צו דאַוונען, אַ איד אַ ירוד. זאָגט מען אים, אַז מצות אהבת ישראל מיינט אַפילו צו אַ אידן וואָס אין אַן אַנדער עק וועלט, אין אַן אַנדער עק פון זיין וועלט ברוחניות.

נאָך מערער זאָגט מען אים, אַז מצות אהבת ישראל איז אַפילו צו אַזאַ וואָס ער האָט אים קיינמאָל ניט געזען — ד. ה. אַפילו איידער ער האָט זיך געשטעלט גרייטן צום דאַוונען — און קיינמאָל ניט געהאַט קיין שייכות מיט אים, וואָרום יענער איז באין ערוך צו אים אַפילו ווי ער איז איידער ער שטעלט זיך דאַוונען וואָס זיין נשמה (איז דעמאָלט מער ניט ווי)באפ

און דאָס איז ניט נאָר אַ מצוה פון אהבת ישראל וואָס זי איז דער יסוד פון דער גאַנצער תורה, דאָס איז אויך נוגע צו זיין דאַוונען, און צו זיינע עליות, אהבת ישראל איז די הכנה און הקדמה צו זיין תפלה.

דער טעם אויף דעם איז, ווייל דער סדר העלי' איז, אַז מען מוז אויפהויבן פון גאָר דעם נידעריקסטן, ווי עס איז באַוואוסטא) דער משל וואָס אַ בנין הויבט מען אויף דורך אַ ליווער.

און עס איז פּשוט, אַז אויך אין זיין נפש דאַרף ער מיטנעמען ניט נאָר דעם בצלאל שבנפשו נאָר אויך דעם דן וירוד שבנפשו. ער דאַרף דאַוונען מיט אַלע כחות צוזאַמען, פון אַלעמען מאַכן אַ משכן פאַר דעם אויבערשטן.

202יא. און דאָס איז דער ענין פון די אַכצן ברכות פון שמונה עשרה אַנטקעגן די ח"י מאָל כאשר צוה וואָס שטייען במשכן שני וואו עס ווערט דערמאָנט אויך אהליאב, ווייל דער תכלית הכוונה איז צו מאַכן אויך פון די ענינים פון אהליאב אַ משכן, און אַזוי אויך אין תפלה דאַרף מען מעלה זיין אויך אהליאב'ן.

יב. אַזוי ווי אין משכן איז דורך דערהויבונג פון אונטן אַרויף (און בפּרטיות אין דעם ענין פון די קרבנות פון משכן, וואָס דאָס איז איינע פון די עיקר עבודות שבמשכן) געווען שפּעטער די המשכה פון אויבן אַראָפּ — ושכנתי בתוכם (ריח ניחוח), און זיי — די העלאה והמשכה — האָבן געבראַכט דעם „כאשר צוה", צוה מלשון צוותא — התקשרות והתחברות, דער פאַרבונד פון די דברים גשמיים מיט עצמות, חיבור נברא ובורא,

— און ווייל דער כוח אויף דער התקשרות איז פון משה רבינו, (אין דער בחינה פון משה רבינו וואָס איז פאַראַן ביי יעדן איינעם) דערפאַר זאָגט ער כאשר צוה ה' את משה. —

אַזוי אויך אין דעם ענין פון תפלה (וואָס תפלות כנגד קרבנות תקנום). בשעת עס איז דאָ די העלאה, דער מתפּלל ווייס אַז ער דאַרף זיך צו קיינעם ניט ווענדן נאָר צום אויבערשטן אַליין, — דורך דעם איז ער ממשיך מלמעלה אַלע המשכות וואָס ער דאַרף, רופא חולים ומברך השנים וכו' און די העלאה והמשכה פּועל'ן דעם חיבור און די פאַראיינציקונג פון דעם מענטשן מים אלקות, ביז צום העכסטן יחוד, וואָס דאָס איז סיום התפלה „בשלום".

(משיחות פרשת ויקהל, פקודי,

תשי"א, תשח"י)

יג. פון פּרשת פּקודי גייט מען אַריין אין פּרשת ויקרא.

די שייכות פון ביידע פּרשיות איז;

ביי דער ענדע פון פּרשת פּקודי רעהט זיך וועגן דעם ענן (וואָלקן) וואָס איז געווען אויף דעם משכן. ענן איז העלם, וואָס האָט ניט געלאָזן משה'ן אַריינגיין אין אוהל מועד, ולא יכול משה גו', דערנאָך איז ויקרא אל משה, קריאה איז דער ענין פון גילוי (אַנטפּלעקונג). דער גילוי וואָס נאָך העלם.

דער גילוי וואָס נאָך דעם העלם איז העכער ווי גילוי אַליין, ווי באַוואוסט.

יד. דער ענין פון גילוי וואָס נאָך דעם העלם אין דער עבודה פון מענטשן איז עבודת התשובה. תשובה קומט דאָך נאָך דעם ווי דער מענטש האָט זיך דערווייטערט פון אלקות — העלם. און תשובה איז דאָך דער טייטש צוריקגעקערט — גילוי.

אויך ביי תשובה — אַזוי ווי ביים גילוי וואָס נאָכן העלם — איז כפלים לתושי'*18)), ביז צו תכלית התשובה — זדונות נעשו לו כזכיות, אתהפכא חשוכא לנהורא (זדונות ווערן ווי זכיות און פינצטערניש ווערט איבערגעקערט אויף ליכטיקייט).

טו. דאָס איז אויך דער פּשט וואָס במקום שבעלי תשובה עומדים צדיקים גמורים אין יכולים לעמוד שם48)).

203ביי צדיקים זיינען פאַראַן זכיות. און אין דעם גופא זיינען דאָ צוויי מדריגות; א) די המשכה דורך מצוות עשה, וואָס דאָס איז דער קו פון ועשה טוב. ב) די המשכה דורך מצוות לא תעשה, דער קו פון סור מרע, אָבער דאָך מער ניט ווי אָפּשטופּן דעם רע, ניט איבערקערן דעם רע אַליין צו טוב. אין אַן ענין און עבודה פון גילויים זיינען דאָ הגבלות, רע בלייבט רע און מען מוז דאָס אָפּשטופּן. אָבער תשובה וואָס דאָס רירט אָן אין עצם הנפש און אַזוי אויך למעלה אין עצמות, דאָרטן זיינען ניטאָ קיין הגבלות. זדונות אַליין ווערן זכיות.

און דאָס איז דער ענין פון תכלית הקריאה וואָס קומט נאָך העלם, ניט אָפּשטופּן און אַראָפּנעמען דעם העלם, נאָר אַז „לילה כיום יאיר" (נאַכט וועט לייכטן ווי טאָג).

טז. און דאָס איז אַ הוראה צו יעדער איינעם אין זיין עבודה, אַז אין וועלכן מצב ער געפינט זיך, טאָר ער זיך ניט מייאש זיין חס ושלום, נאָר אדרבה דורכן העלם קען מען צוקומען צו אַ העכערן גילוי.

אַזוי אויך וועגן דורות בכלל. פרעגט מען דאָך די קשיא; עס זיינען געווען אַ סך שענערע דורות ווי היינט און פונדעסטוועגן איז מען געווען נאָך ווייט פון דער גאולה, היינט ווי זאָל מען עס פאַרשטיין, אַז דוקא אין דעם דור וואָס אכשור דרא בתמי' וועט זיין די גאולה?

איז דער ענטפער אויף דעם, אדרבה, היא הנותנת כנ"ל.

צו פאַרטאָג איז דער שלאָף אַ שטאַרקערער, און דעמאָלט דאַרף מען זען זייער שטאַרקן זיך ניט צו פאַרשלאָפן חס ושלום און אויפכאַפּן זיך צום אור הבוקר, ביז מען וועט זוכה זיין צו „לילה כיום יאיר".

(משיחת פרשת פקודי, תשי"ז)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-p54c7k8d

Copies

Recent activity

#109 Likkutei Sichos vol 1: machine reading · approved

Sources