Likkutei Sichos
Chayei Sarah
31די, וואָס אין דרויסן זעט זיך אין זיי פּלשתים האָבן גאָר צוגענומען די ניט אָן מער ווי שטיינער און בלאָטע ברונעמס — איז וואָס פאַר אַן אָרט וואָס פאַרדעקן אויף די מים חיים, איז דאָ על פּי שכל נאָך ווייטער צו און אפילו אויך מיט די וואָס עס גראָבן?
נאָך אַמאָל, און ניט נאָר וואָס ער זעט
ניט קיין תועלת, נאָר אדרבא, די
פרשת חיי שרה
א. אין דער היינטיקער סדרה שטייט; מאָלט איז „ויבא אברהם" — די „ותמת שרה בקרית ארבע היא חברון נשמה — „לספוד לשרה ולבכותה"; בארץ כנען". טייטשט דער זהר אַז די נשמה וויינט, ווייל אויך נאָכן שרה איז אַ רמז (אָנדייט) אויף דעם טויט, און לאחר ההסתלקות, איז די גוף און אברהם — אויף דער נשמה 1)). נשמה פאַרבונדן מיטן גוף.
לויט דעם, אַז שרה איז אַ רמז „ותמת שרה", אַז ווען דער גוף אויף דעם גוף און אברהם אויף דער שטאַרבט „בקרית ארבע", וואָס ער נשמה, איז אין פלוג ניט פאַרשטאַנבאַשטייט פון די פיר יסודות, „היא דיק וואָס עס שטייט „כל אשר תאמר חברון", וואָס כל זמן ער האָט גע־אליך שרה שמע בקולה"
27) ברכות י, א.
אח ז ב א ם רר ב מא " ר ם חר ם אר32פון בעל שם טוב)) אויף דעם פּסוק כי תראה חמור שונאך גו'.
„כי תראה חמור" — אַז דו וועסט זיך איינקוקן אין דיין חומר (קערפּערלעכקייט) וועסטו זען אַז „שונאך" — ער איז דיין שונא, ווייל אין אָנהויב עבודה און ביים אָנהויב פון לעבן זיינען גוף און נשמה שונאים איינעדעם צווייטן „רובץ תחת משאו" — משא מיינט דער עול (לאַסט) פון תורה און מצוות. ניט קוקנדיק אַז דאָס איז „משאו", זיין משא, וואָס דערפאַר האָט מען געגעבן מצוות צו נשמות אין גופים דוקא, ווייל די כוונה איז צוליב אויסלייטערן דעם גוף — פונדעסטוועגן איז דאָס פאַר אים אַ משא, וואָס ער וויל דאָס ניט, ממילא איז ער „רובץ תחת משאו".
ג. אויסער דעם וואָס די מצוות זיינען געגעבן געוואָרן דוקא צו נשמות אין גופים — זיינען די מצוות גופא אויך אָנגעטאָן דוקא אין גשמיות'דיקע זאַכן. און ניט נאָר די מצוות מעשיות, נאָר אויך די מצוות וועלכע זיינען חובת הלבבות — אַזוי ווי אהבה און יראה, — און חובת המוח — אַזוי ווי די מצוה פון האמנת היחוד (גלויבן אין דער איינציקייט פון דעם באַשעפער) — אויך די מצוות איז זייער ענין, אַז זיי זאָלן דערפילט ווערן דוקא אין דעם קערפּערלעכן פלייש פון האַרץ און מוח.
למשל: די מצוה פון אהבת ד'. אַזוי ווי אין גשמיות איז דאָך „שמועה טובה תדשן עצם"*) (אַ גוטע בשורה מאַכט פעט דעם ביין), ווי די גמרא דערציילטח) אַז פון דער גוטער בשורה וואָס מען האָט אים אָנגעזאָגט איז געוואָרן ביי אים אַ קערפּערלעכע ענדערונג, אַזוי אויך אין אהבת ד', אַז דער „קרבת אלקים לי טוב", וואָס דער מענטש דערהערט, דאַרף אויך זיין קענטיק אין זיין גוף.
אַזוי אויך אין יראה; ניט נאָר וואָס עס דאַרף זיין אַ כיווץ אין מוח אָדער אַפילו אין האַרצן, נאָר עס דאַרף זיין קענטיק אין דעם קערפּערלעכן פלייש פון מוח און האַרץ אַז ער שרעקט זיך.
אַלץ האָבן אונז געוויזן די נשיאים, און אויך אין דער זאַך איז פאַראַן אַ ביישפּיל. עס איז באַוואוסט די מעשה אַז דער אַלטער רבי האָט אַמאָל אין דאַוונען (ראש השנה אָדער יום כיפּור) קומענדיק צו די ווערטער „ובכן תן פּחדך" — זיך אָנגעהויבן קייקלען אויף דער ערד זאָגנדיק פּח, פּח, (מיט אַ פּתח אונטערן פּא), און פאַר גרויס פּחד האָט ער ניט געקאָנט פאַרענדיקן דעם וואָרט. ערשט אין אַ צייט אַרום האָט ער אויסגעפירט דעם גאַנצן וואָרט „פּחדך".
נאָך אַ מעשה פון דעם רבי'ן דעם צמח צדק; אין די ערשטע יאָרן פון זיין נשיאות איז ער אַמאָל געזעסן און פאַרבראַכט מיט חסידים. מען האָט געבראַכט קאַוויט (דאָס וואָס הייסט היינט 0־ער), האָט ער גענומען איין גלאָז, און נאָך אַ גלאָז און געהייסן אָנגיסן אַ דריטע גלאָז. נאָכדעם האָט ער אַ פיר געטאָן מיט דער האַנט איבער דעם שטערן, און ס'איז אויף אים גאָרניט ניכר געווען די משקה.
33האָט דער צמח צדק שפּעטער דערקלערט, אַז ער האָט זיך אַריינגעטראַכט אין גדולת ד', איז אויף אים אָנגעפאַלן אַ פּחד, און „יין קשה פּחד מפיגו" (פּחד ניכטערט אויס פון שטאַרקן וויין)ח), און דער פּחד נעמט אַראָפּ פון דעם קערפּער די ווירקונג וואָס דער וויין האָט אויף אים. די יראה האָט ביי אים אַזויפיל געווירקט, און עס איז אַזוי ווייט קענטיק געווען, אויך אויף דעם קערפּער, אַז עס האָט אַראָפּגענומען די ווירקונג פון דער משקה.
אַזוי איז אויך אין אהבה. אַזוי ווי הרה"צ ר' מנחם נחום טשערנאָבעלער איז געווען פעט בגופו פון זאָגן אמן יהא שמי' רבאט. אַז ער האָט זיך אַריינגעטראַכט אין דעם „שמי' רבא" און גדולת הוי', אַז דער אויבערשטער איז „מברך לעלם ולעלמי עלמיא", אַז ער ווערט נמשך אין אַלע עולמות, וואָס אויך עולם העשי' הגשמי איז אין כלל — איז ער נתעורר געוואָרן מיט אַן אהבה און תענוג, ביז וואַנען אַז דאָס האָט גע'פּועל'ט אַ פעטקייט אין זיין קערפּער.
ד. „וחדלת מעזוב לו" — איז דער בעל שם טוב ווייטער מבאר אין זיין תורה אויף דעם אויבן־דערמאָנטן פּסוק; קענסטו דאָך מיינען אַז וויבאַלד דער גוף איז „רובץ תחת משאו" וועסטו זיך פאַרנעמען מיט אַזאַ עבודה וואָס געהערט צו דער נשמה, און דעם גוף וועסטו צעברעכן דורך תעניתים וסיגופים — זאָגט מען; „עזוב תעזוב עמו", ווייל מען דאַרף מברר זיין דעם גוף.
אפילו ווען ער זאָל מכוון זיין אַלע כוונות פון דער מצוה און די מצוה בפּועל וועט ער ניט מקיים זיין; ער וועט מכוון זיין די כוונות פון תפילין, נאָר בפּועל וועט ער קיין תפילין ניט לייגן, — איז ניט נאָר וואָס עס פעלט דער קיום פון דער מצוה, נאָר ער האָט נאָך עובר געווען אַן עבירה — ער האָט מבטל געווען די מצוה פון תפילין.
אויב אָבער ער וועט בפּועל לייגן תפילין, און די כוונות האָט ער ניט מכוון געווען — צי ווייל ער ווייסט ניט די כוונות, אָדער ער ווייסט יאָ, נאָר ער האָט ניט מכוון געווען — איז שמייסן וועט מען אים, ווייל ער האָט באַדאַרפט מכוון זיין, אָבער די מצוה האָט ער מקיים געווען.
ביי איינעם פון דעם צמח צדק'ס אייניקלעך האָט געדאַרפט זיין אַ ברית, און עס זיינען דאָרט געווען צוויי מוהלים. איינער איז געווען אַן עלטערער וואָס האָט געוואוסט כתבי האריז"ל — צי אַלע צי ניט אַלע, אָבער די ענינים וואָס האָבן אַ שייכות צו מילה האָט ער געוואוסט — און איינער איז געווען אַן אינגערער, אַ מומחה, אָבער אַ סך פּשוט'ער ווי דער עלטערער. האָט דער צמח צדק געזאָגט אַז מען זאָל נעמען דעם אינגערן, און געזאָגט דעם טעם, ווייל מען דאַרף פּשוט אין גשמיות אָפּשניידן.
און דאָס איז דער פּשט פון „כל אשר תאמר אליך שרה שמע בקולה" — וואָס „שרה" מיינט מען — לפירוש הזהר — דעם גוף, ווייל דער עיקר כוונה איז דער גוף. איצט איז דאָס בהעלם, און לעתיד לבוא וועט דאָס זיין בגלוי, ביז וואַנען אַז די נשמה34וועט נעמען חיות פון דעם גוף ביי די אבות איז דאָך ידוע אַז „הטעימן הקב"ה בעולם הזה מעין עולם הבא") (דער אויבערשטער האָט זיי געגעבן צו פאַרזוכן מעין עולם הבא שוין אויף דער וועלט), דערפאַר האָט מען אברהם'ען געזאָגט; כל אשר תאמר אליך שרה שמע בקולה.
ה. דער ערשטער שידוך און חתונה וואָס איז באַשריבן בפירוש אין דער תורה, איז אין היינטיקער סדרה — די חתונה פון יצחק'ן. וועגן אדם און חוה שטייט אויך אין מדרשי) אַז זייער חתונה איז מרומז אין דער תורה, אָבער דאָס איז מער ניט ווי אַ רמז און בלויז אין עטליכע ווערטער.
ווען אליעזר האָט דערציילט ווי אברהם האָט אים געשיקט קיין ארם נהרים, און ווי ער איז אַהין געקומען, האָט ער געזאָגט ; ואבוא היום, אַז היינט איז ער געקומען. טייטשט רש"יכא) „היום יצאתי והיום באתי, מכאן שקפצה לו הדרך" — היינט בין איך אַרויסגעפאָרן און היינט בין איך אָנגעקומען, מיינט דאָס, אַז ער האָט געהאַט קפיצת הדרך.
צוליב וואָס האָט געדאַרפט זיין די קפיצת הדרך, און צוליב וואָס האָט דאָס אליעזר דערציילט ? זיינען אויף דעם פאַראַן צוויי הסברות; די צווייטע איז אַ חסידישע, וועט מען דערביי זען די הפשטה און נשמה'דיקייט פון אַ חסידישער הסברה.
ו. א) בשעת אברהם האָט געשיקט אליעזר'ן קיין ארם נהרים, האָט ער אָנגעשריבן אַ שטר מתנה אויף זיין גאַנצן פאַרמעגן צו יצחק'ןיח). וואָס טוט מען אָבער מיט דעם זמן (דאָטום) פון דעם שטר? שרייבן אַ פריערדיקן זמן, ד. ה. דעם טאָג ווען אליעזר איז אַרויסגעפאָרן — פאַרוואָס זאָל ער עפּעס אַוועקגעבן זיין פאַרמעגן במשך די זיבעצן טעג וואָס די נסיעה דאַרף נעמען? און בפרט לויט דעם פּסק פון דער משנה אַז חייב אדם להיות חס על נכסיויח) (אַ מענטש דאַרף שוינען זיינע פאַרמעגנס). מילא פון שפּעטער אָן — ד. ה. פון זינט אליעזר'ס אָנגקומען אין אַרם נהרים — מוז ער אַוועקגעבן דעם פאַרמעגן צוליב דעם שידוך, אָבער ניט מיט זיבעצן טעג פריער. שרייבן מיט אַ זמן פון זיבעצן טעג שפּעטער, איז עס דאָך אַ שטר מאוחר. אמת טאַקע, אַ שטר מאוחר איז כשר, אָבער פאָרט ניט אַזוי גלאַטיקיד). האָט אברהם געשריבן דעם זמן — דאַטום — ווען ער האָט אים אָנגעשריבן דעם שטר, און דערפאַר איז געווען קפיצת הדרך — היום יצאתי והיום באתי — כדי דער פאַרמעגן זאָל ניט אַרויס פון זיין רשות פאַר דער צייט.
בשעת אליעזר איז געקומען קיין אַרם נהרים, האָט ער מורא גע־36האָט אַז בתואל און לבן וועלן אים פרעגן, ווי קומט דאָס וואָס דער זמן פון דעם שטר איז פון היינט, עס איז דאָך אַ שטר מאוחר וועלכער איז ביי אברהם'ען „מחזי כשיקרא"? האָט אליעזר באַלד פאַרכאַפּט און געזאָגט: פרעגט ניט קיין קשיות — היום יצאתי והיום באתי.
ב) עס שטייטיח) אַז רבקה, ביי בתואל'ן אין שטוב, איז געווען „כשושנה בין החוחים" (ווי אַ רויז צווישן דערנער). דוקא דאָרט וואַקסט די שושנה, און די דערנער געהערן צו איר אויפהאַלט און וואוקסי). און מען דאַרף האָבן אַ טענה און אַ כוח אויף אַרויסנעמען די שושנה פון דאָרט, וואָרום די דערנער לאָזן ניט. אין דעם זכות פון דער שושנה באַוואַסערט מען דעם גאַנצן פּלאַץ, ממילא לעבן זיי אויך דערפון. בשעת רבקה איז געוואָרן אַלט דריי יאָר מיט אַ טאָג — וואָס דעמאָלט איז זי ראויה לביאה, חתונה צו האָבן מיט יצחק'ן — האָט זיך דאָס גלייך דערהערט ביי אברהם'ען. די דאָזיקע ענדערונג איז אויך דער כוח און די טענה אויף צו פאַרבינדן זיך מיט קדושה און אַרויסצוגיין פון צווישן די דערנער. האָט אברהם גלייך געזאָגט צו אליעזר'ן; „אל ארצי ואל מולדתי תלך ולקחת אשה לבני ליצחק". ווען עס וואָלט ניט געווען קיין קפיצת הדרך, וואָלט רבקה געווען ביי לבן און בתואל איבעריקע צייט. דערפאַר האָט מען ניט געקאָנט אָנהויבן דעם אַרויסגיין פון צווישן די דערנער — דורך שיקן אליעזר'ן — איידער רבקה איז אַלט געוואָרן דריי יאָר מיט אַ טאָג, און דעריבער איז דערנאָך געווען קפיצת הדרך, כדי זי זאָל דאָרט ניט בלייבן קיין איבעריקע צייט.
בשעת אליעזר איז געקומען קיין אַרם נהרים האָט ער פאַרשטאַנען, אַז לבן און בתואל וועלן טענה'ן אַז רבקה זאָל איבערבלייבן אויף אַ צייט ביי זיי (אַזוי ווי זיי האָבן טאַקע גע'טענה'ט „תשב הנערה אתנו ימים או עשור"). האָט ער זיי גלייך געזאָגט: „היום" — איר זאָלט וויסן אַז דאָס איז אַן ענין וואָס האַנדלט זיך אין מינוטן, יעדער מינוט איז אַ שאָד, און אַ ראי' ; היום יצאתי והיום באתי.
ז. די אָפענע אָנווייזונג פונעם תוהסיפּור פאַר אונז און ווייטערע דורות איז; מעשה אָבות סימן לבניםיז). אַזוי ווי ביי רבקה'ן איז געווען קפיצת הדרך כדי זי זאָל ניט פאַרבלייבן אַן איבעריקע מינוט אין בתואל'ס הויז, אַזוי איז דאָס אויך אַ סימן לבנים; מען דאַרף ניט אַראָפּפאַלן ביי זיך פון דעם חושך פון גלות, וואָרום דער אויבערשטער וועט צואיילן די גאולה, אַז מען זאָל ניט דאַרפן בלייבן קיין איבעריקע מינוט אין גלות.
אַזוי ווי מצרים איז דער שורש פון אַלע גלות'ן, איז פּונקט ווי אין גלות מצרים איז געווען „בעצם היום יצאו וגו'", און ווי ער זאָגט אין מכילתאיח) אַז דער אויבערשטער האָט זיי ניט36אויפגעהאַלטן אַפילו קיין אויג־ליק, אַזוי איז אויך — כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאותיט) — אין איצטיקן גלות. מען דאַרף נאָר משלים זיין די פּכים קטנים און דערנאָך וועט זיין במהרה בימינו די גאולה שלמה דורך משיח צדקנו.
ח. אויף דער פּרשה ואברהם זקן זאָגן די רז"לכ) ; יפה שיחתן של עבדי בתי אבות מתורתן של בנים (עס זיינען בעסער די רייד פון די קנעכט פון די אבות ווי די תורה פון די קינדער), וואָרום כמה גופי תורה לערנט מען אָפּ פון איין איבעריקן אות א. א. וו., ד. ה. אַז „תורתן של בנים" איז געזאָגט געוואָרן קורץ, דורך אַ רמז, וואָס דאָס איז דער אונטערשייד פון תורה שבכתב און תורה שבעל פּה, וואָס תורה שבעל פּה איז באריכות און מיט איינצלהייטן און תורה שבכתב איז קורץ און מיט רמזים.
אָבער שיחתן של עבדי אָבות שטייט באריכות און אויספירלעך. נאָך מער; איין ענין שטייט צוויי־דריי מאָל, אַזוי ווי די מעשה פון אליעזר'ן, שטייט פריער וואָס אברהם האָט אים געזאָגט און וואָס מיט אים האָט פּאַסירט, און דערנאָך שטייט דאָס אַלץ נאָך אַמאָל, ווי אליעזר דערציילט וואָס אברהם האָט אים געזאָגט און וואָס עס האָט מיט אים פּאַסירט.
ט. כאָטש דער טעם אויף דעם איז ווייל „יפה שיחתן של עבדי אבות", אָבער ביי וועלכן ענין ווערט דאָס דערציילט אין תורה? אין אַן ענין פון אַ שידוך און אַ חתונה. פון דעם איז פאַרשטאַנדיק, אַז אויסער דער מעלה פון שיחתן של עבדי אבות איז די מעלה אויך דער ענין פון אַ חתונה.
די דערקלערונג דערפון איז; אַז אַ איד גייט בויען אַ אידישע הויז, איז דאָס אַ בנין עדי עד (אויף אייביק), ווייל ער בויט עס על פּי תורה, וואָס איז אַ תורת חיים וועלכע איז געגעבן געוואָרן פון דעם וועלכער לעבט אייביק, און ממילא ווערט ער אויך „ואתם הדבקים בד' אלקיכם חיים כלכם היום"כא), און די הויז וואָס ער בויט ווערט אויך אַ בנין נצחי וואָס נאָר דאַן הייסט דאָס חיים באַמתכב).
דערפאַר שטייטכג) אַז דאָס וואָס אליעזר האָט געגעבן רבקה'ן אַ „נזם זהב בקע משקלו" און „שני צמידים עשרה זהב משקלם" איז דאָס געווען פאַר קידושין, און עס איז געווען אַנטקעגן דעם מחצית השקל בקע לגלגלת — וואָס דאָס איז די מצוה פון צדקה וועלכע ווערט אָנגערופן „כללות המצוות"כד), און אַנטקעגן די צוויי לוחות מיט די עשרת הדברות, — וואָס דאָס איז די „כללות התורה" וועלכע אידן האָבן אויף זיך גענומען מיט אַ קבלת עול — זאָגנ־37דיק „נעשה" פאַר „נשמע"יח) — וואָרום דער יסוד פון בויען אַ אידישע שטוב איז תורה ומצוה מיט קבלת עול.
י. דער טעם וואָס ער האָט געגעבן צוויי צמידים — אַנטקעגן די צוויי לוחות, אויף וועלכע די עשרת הדברות זיינען געווען דוקא „חרות" (אויסגעקריצט), ניט אָנגעשריבן, איז;
תורה שבכתב בכלל איז געשריבענע אותיות — טינט אויף פאַרמעט, ד. ה. אַז דער טינט, די אותיות איז אַ באַזונדער זאַך און דער פאַרמעט איז אַ באַזונדער זאַך, און פון די צוויי זאַכן צוזאַמען איז צונויפגעשטעלט תורה שבכתב.
אויך אין תורה שבעל פּה איז פאַראַן צוויי זאַכן; די רייד פון תורה, און דער מענטש וואָס לערנט די תורה — וועלכער איז דאָך אַ באַזונדערע זאַך.
דאַקעגן די עשרת הדברות וועלכע זיינען געווען אויף די לוחות, זיינען די אותיות געווען איינגעקריצטע, ד. ה. די לוחות זיינען ניט קיין באַזונדערע זאַך פון די עשרת הדברות, נאָר פון זיי אַליין זיינען געמאַכט די אותיות.
דער ענין פון „אותיות החקיקה" (איינגעקריצטע אותיות) אין עבודת השם איז, ווי די גמרא זאָגטכ), אַז נאָכדעם ווי ער איז זוכה, ווערט עס „ובתורתו" — זיין תורה — ער מיט דער תורה ווערן איין זאַך.
און דערפאַר האָט אליעזר געגעבן צמידים אַנטקעגן די לוחות דוקא, אויף צו ווייזן אַז די אידישע שטוב וועלכע דאַרף זיין אויף די יסודות פון תורה און מצוות — איז ניט גענוג דער איד זאָל מקיים זיין די תורה מיט קבלת עול, אָבער ער מיט דער תורה זיינען צוויי באַזונדערע זאַכן, כאָטש זיי שטימען — נאָר ער מיט דער תורה זאָלן ווערן איין זאַך — צו מאַכן פון זיך אַליין תורה, ער ווערט איינס מיט אנכי ד' אלקיך און אַזוי מיט אַלע דברות.
יא. און דאָס איז וואָס יפה שיחתן של עבדי אבות מתורתן של בנים, וואָס מיר זען דאָס דורך דעם ענין פון אַ חתונה. עבדי אבות איז דער ענין פון קבלת עול, און חתונה איז אויך אַ בנין אויף די יסודות פון תורה און מצוה מיט קבלת עול אין אַן אופן פון אותיות החקיקה — דאָס איז אַ יסוד אויף „תורתן של בנים".
בשעת עס איז פאַראַן דער ענין פון קבלת עול אין דעם לייגן די יסודות — באריכות און אויספירלעך, איבערגע'חזר'ט איינמאָל און נאָכאַמאָל, דאַן קאָן זיין „תורתן של בנים" — די פּרטי ההלכות — קורץ און מיט אַ רמז.
עס שטייט: קוב"ה אסתכל באורייתא וברא עלמא, דער אויבערשטער האָט אַריינגעקוקט אין תורה און באַשאַפן די וועלט, און אַזוי שטייט אויך; בר נש אסתכל באורייתא ומקיים עלמאיז) אַז אַ מענטש קוקט אַריין אין תורה שטייט דורך דעם די וועלט. דער יסוד פון וועלט איז תורה. ממילא איז אויך ביי יעדן איינעם אין זיין אייגענער וועלט; בשעת ער קוקט אַריין אין תורה — די יסודות פון תורה און מצוה מיט38קבלת עול אין אַן אופן פון אַ בנין נצחי — דעמאָלט ווערט באַשאַפן און שטייט די וועלט, אַז די שטוב וואָס ער בויט איז אַן אייביקע, ולא תשכח מפּי זרעו ומפּי זרע זרעו עד עולם בדור ישרים יבורך.
יב. אין דער היינטיקער סדרה שטייט, אַז אברהם אבינו האָט געזאָגט צו אליעזר'ן שים נא ידך תחת ירכי. די גמראכח) לערנט אָפּ דערפון, אַז אַ שבועה דאַרף זיין דוקא בנקיטת חפץ. זאָגט רב פּפּא, אַז דאָס מיינט אַ ספר תורה, ד. ה. אַז באַשווערן מוז מען דוקא מיט אַ ספר תורה, און אַז אַ דיין וועלכער באַשווערט אָן אַ ספר תורה איז אַ טועה בדבר משנה און דאַרף חוזר זיין.
אָבער די גמרא פירט דאָרט אויס ניט ווי רב פּפּא, און דער דין בלייבט אַז כאָטש לכתחלה דאַרף מען טאַקע האָבן אַ ספר תורה, אָבער בדיעבד איז גוט תפילין אויך. און אַ תלמיד חכם, משום כבודו, מעג אפילו לכתחלה שווערן מיט תפילין און ניט דוקא מיט אַ ספר תורה. דער גאַנצער דין אַרום וועלכן די גמרא רעדט, איז וועגן אַ שבועה פון אַ מודה במקצת הטענה. זיינען דאָ ניט פאַרשטאַנדיק צוויי זאַכן;
א) די קשיא וואָס תוספות פרעגט דאָרט; וויבאַלד אַז דעם גאַנצן ענין לערנט מען אָפּ פון אברהם אבינו, וואָס ביי אים איז דאָך ניט געווען דער ענין פון מודה במקצת, — איז פאַרוואָס לערנט מען דאָס דאָ אָפּ אויף מודה במקצת דוקא? מען האָט דאָך דאָס געדאַרפט אַרויסלערנען אויך אויף שבועת הביטוי און שבועת הפּקדון? — און תוספות בלייבט ביי אַ קשיא.
ב) ביי אברהם'ען איז דאָך ניט געווען ניט קיין ספר תורה און ניט קיין תפילין, נאָר אַן אַנדער מצוה — פון וואַנען זשע נעמט מען צו זאָגן אַז מען דאַרף האָבן אַ ספר תורה אָדער תפילין דוקא?
יג. דער ענין פון אַ שבועה ווערט דערקלערט אין דעם אַלטן רבי'נס אַ מאמר, און אויספירלעכער אין דעם צמח צדק'ס אַ מאמרכט), אַז שבועה איז מלשון שובע (זאַטקייט), ד. ה. אַז דאָס גיט מען אַ כוח מלמעלה. דערפאַר איז דער דין אַז נשבעין לקיים את המצוותל) (מען מעג שווערן אויף מקיים זיין מצוות), כאָטש ער איז דאָך סיי ווי סיי באַשוואָרן דערויף, פון באַרג סיני, ווייל דורך דער שבועה גיט מען אים אַ העכערן כוח. און דאָס איז אויך דער ענין פון משביעין אותו תהי צדיק ואל תהי רשע (מען באַשווערט דעם מענטשן איידער ער ווערט געבוירן, דו זאָלסט זיין אַ צדיק און זאָלסט ניט זיין קיין רשע)כב).
בכדי אַז דער כוח וואָס מען גיט מלמעלה זאָל זיך פאַרבינדן מיט'ן מענטשן דא־אונטן, אַז ער זאָל באַקומען דעם דאָזיקן כוח און זאָל אים קענען אויסנוצן, דאַרף מען האָבן אַ ממוצע וועלכער פאַרבינדט דעם מענטשן מיט דעם כוח פון למעלה.39דער דאָזיקער פאַרבונד איז אַ מצוה, וואָרום מצוות זיינען דעם אויבערשטנס שלוחים, אַזוי ווי עס שטייט: כבדו את המצוות שהן שלוחי*1)) (גיט אָפּ כבוד די מצוות ווייל זיי זיינען מיינע שלוחים), און „שלוחו של אדם כמותו"לח), דערפאַר קען אַ מצוה אַראָפּטראָגן און פאַרבינדן דעם כוח פון אויבן מיט דעם מענטשן.
און דאָס איז דער טעם פאַרוואָס אַ שבועה דאַרף זיין דוקא בנקיטת חפץ, וואָרום דורך דעם וואָס ער האַלט אַ חפץ פון אַ מצוה אין זיין האַנט, פאַרבינדט אים דער דאָזיקער חפץ מיט דעם כוח פון אויבן.
יד. דאָס איז די דערקלערונג אויף נקיטת חפץ בכלל. פאַרוואָס אָבער נעמט מען דוקא אַ ספר תורה אָדער תפילין?
עס שטייט; לא ברא הקב"ה דבר אחד לבטלהג) (דער אויבערשטער האָט ניט באַשאַפן קיין שום זאַך אומזיסט), דערפאַר איז, אומעטום וואו אַ איד איז, דאַרף ער פון יעדער זאַך מאַכן קדושה, און ממילא דאַרף ער אויסנוצן די שבועה — דעם כוח וואָס מען גיט אים פון אויבן — אין דער גאַנצער וועלט. דער דאָזיקער פאַרבונד פון דעם כוח פון אויבן — דורך דעם מענטשן — מיט דער גאַנצער וועלט, איז דורך תורה, וואָרום תורה איז דער ממוצע — פאַרבינדונגסקראַפט — צווישן דעם אויבערשטן מיט וועלט, לויט דעם אויבן־דערמאָנטן מאמר אַז „אסתכל באורייתא וברא עלמא".
לויט דעם וועט מען אויך פאַרשטיין דעם ענין פאַרוואָס מען נעמט תפילין צו אַ שבועה, ווייל תפילין איז דער ענין פון תורה, אַזוי ווי עס ווערט דערקלערט אין דעם מאמר חסידותלח) ד"ה „איתא במדרש תהלים"לח) ; ר' אליעזר אומר: אמרו ישראל לפני הקב"ה, רבש"ע רוצין אנו ליגע בתורה יומם ולילה אבל אין לנו פנאי, א"ל הקב"ה, קיימו מצות תפילין ומעלה אני עליכם כאלו אתם יגיעים בתורה יומם ולילה. (אידן האָבן געזאָגט פאַר דעם אויבערשטן; מיר ווילן האָרעווען אין תורה טאָג און נאַכט, נאָר מיר האָבן קיין צייט ניט. האָט זיי דער אויבערשטער געענטפערט: זייט מקיים די מצוה פון תפילין און איך וועל אייך פאַררעכענען גלייך ווי איר וואָלט געהאָרעוועט אין תורה טאָג און נאַכט). פאַרשטייט מען דאָך פון דעם מאמר רז"ל, אַז תפילין איז דער זעלבער ענין פון ספר תורה.
דער ביאור הענין איז; וואָרום דער ענין פון תורה איז ממשיך זיין מוחין אין מדות, און דאָס זעלבע ווערט אויך אויפגעטאָן דורך תפילין. דורך לייגן תפילין למטה, פּועל'ט מען די הנחת תפילין למעלה, ווי עס שטייט הקב"ה מניח תפיליןלז) (אַז דער אויבערשטער כביכול לייגט תפילין), הקב"ה — ז"א, מדות, און תפילין איז דער ענין פון מוחין — הקב"ה מניח תפילין מיינט ; המשכה פון מוחין אין מדות.
און דערפאַר קען מען אויך דורך40האַלטן תפילין בשעת דער שבועה, — וואָס זייער ענין אין עבודת השם איז משעבד זיין דעם מוח און האַרץיח) — אויפטאָן דעם פאַרבונד פון דעם כוח שלמעלה מיט וועלט, אַזוי ווי דורך תורה.
אָבער דאָס איז בלויז אַן ענין פון דיעבד, אַזוי ווי עס איז אויך דער לשון פון דעם דערמאָנטן מדרש, אַז אידן וואָלטן וועלן האָרעווען אין תורה טאָג און נאַכט, נאָר וויבאַלד אַז „אין לנו פּנאי" (מיר האָבן קיין צייט ניט) איז בדיעבד גענוג אויך דער ענין פון תפילין, דער שעבוד פון קאָפּ און האַרץ לכל הפּחות פון אָנהויבס טאָג — וואָס דורך דעם בלייבט דאָס אויך אויף אַ גאַנצן טאָג ווי עס דאַרף צו זיין.
טו. דער טעם פאַרוואָס ביי אַ תלמיד חכם איז אַפילו לכתחלה גענוג אויב ער האַלט תפילין אין האַנט בשעת דער שבועה;
עס שטייט אין זהר אַז אַ תלמיד חכם ווערט אָנגערופן שבת89)). אַן אָנדייטונג אויף דעם איז פאַראַן אויך אין גמראמ) ; די גמרא דערציילט אַז עס איז געקומען אַ תלמיד חכם צו גאַסט, האָט מען אים געגעבן אַ גרויסע סעודה. האָט דער תלמיד חכם געפרעגט פון וואַנען האָט מען גענומען די סעודה — מען האָט זיך דאָך אויף אים ניט געריכט? האָט מען אים געענטפערט אַז דאָס האָט מען צוגעגרייט אויף שבת, און אַז ער איז געקומען, האָט מען אים אַוועקגעגעבן די שבת'דיקע סעודה.
די שייכות פון שבת מיט תלמיד חכם איז, ווייל שבת איז מען אָפּגעשיידט פון וואָכעדיקע באַשעפטיקונגען, ד. ה. פון די ענינים פון דער חומריות'דיקער וועלט, און אַזוי איז אויך אַ תלמיד חכם; ער איז אָפּגעשיידט פון דער חומריות'דיקער וועלט*1)). דערפאַר דאַרף אַ תלמיד חכם אויך לכתחלה ניט האַלטן אַ ספר תורה בשעת אַ שבועה, וואָרום דער ענין פון אַ ספר תורה, ווי אויבן דערמאָנט, איז צו פאַרבינדן דעם כוח פון אויבן מיט דער וועלט. וויבאַלד ער איז אָבער אָפּגעשיידט פון דער וועלט, דאַרף ער דערצו ניט אָנקומען.
צו תפילין דאַרף אָבער אויך אַ תלמיד חכם אָנקומען, ווייל תפילין איז דאָך משעבד זיין קאָפּ און האַרץ, און דאָס טוט אויף דעם פאַרבונד פון דעם כוח פון אויבן מיט דעם מענטש, אַנדערש ווי אַ ספר תורה וואָס איר ענין איז דער פאַרבונד פון דעם דאָזיקן כוח מיט וועלט.
טז. דאָס וואָס ביי אברהם אבינו איז ביי דער שבועה ניט געווען קיין ספר תורה און תפילין נאָר די מצות מילה דוקא — וועט מען עס פאַרשטיין דורך דער הקדמה פון דער באַוואוסטער קשיא1)); וויבאַלד אַז אברהם אָבינו האָט דאָך מקיים געווען די גאַנצע תורהח), פאַרוואָס האָט ער געוואַרט מיט מצות מילה ביז דער אויבערשטער וועט אים הייסן?
41דער תירוץ אויף דעם איז, לויט דעם וואָס ס'איז באַוואוסט וועגן דעם אויפטו פון מתן תורה אויף די מצוות וועלכע די אָבות האָבן מקיים געווען נאָך פריער. פאַר מתן תורה איז געווען די גזירה אַז בני רומי לא ירדו לסוריא ובני סוריא לא יעלו לרומימד), ד. ה. אַז עס זאָל ניט זיין קיין פאַרבונד פון רוחניות מיט גשמיות, און ביי מתן תורה איז די דאָזיקע גזירה בטל געוואָרן. עס איז געוואָרן אַ מעגלעכקייט אויף אַזאַ פאַרבונד. מתן תורה האָט אויפגעטאָן אַז אויב אַ איד איז מקיים אַ מצוה מיט אַ גשמיות'דיקע זאַך, ווערט דער דבר הגשמי — הייליק.
די מצוות וואָס די אָבות האָבן מקיים געווען, כאָטש זיי האָבן עס געטאָן אין גשמיות'דיקע זאַכן, האָט דאָס אָבער צום גשמי אַליין קיין שייכות ניט געהאַט. דער גשמי איז געבליבן אין זיינע חומריות אַזוי ווי פריער. נאָך מתן תורה ווערט — דורך דער מצוה — דער גשמי אַליין קדוש, און דערפאַר בלייבט איבער אויף אים אַ קדושה אויך נאָכן מקיים זיין די מצוה.
דער טעם דערויף איז ווייל דער קיום המצוות ביי די אָבות איז געווען מיט זייער אייגענעם כוח, האָט עס ניט געקענט דורכדרינגען דעם גשמי — אַזוי ווי דאָס איז נאָך מתן תורה.
עס איז דאָך „מעשה אָבות סימן לבנים" — און עס איז אויך אַ נתינת כוח צו די בנים — האָט מען די אָבות געגעבן אַ מצוה ענלעך צו די מצוות וואָס נאָך מתן תורה, און דאָס איז די מצוה פון מילה, וואָס מען מאַכט דעם גשמי קדוש, און די קדושה איז ניט נאָר בשעת דעם קיום המצוה, נאָר זי פאַרבלייבט אויך אויף שפּעטער, אַזוי ווי די מצוות פון נאָך מתן תורה (אַ ראי' אויף דעם איז, וואָס בשעת דער שבועה האָט ער אים געזאָגט שים נא ידך תחת ירכי, ווייל די קדושה איז געבליבן אויך אויף שפּעטער, אַפילו נאָך דעם ווי ער האָט שוין מקיים געווען די מצוה).
מצות מילה איז דעריבער געווען אַנדערש פון די אַנדערע מצוות וועלכע די אָבות האָבן מקיים געווען — ווייל דאָס איז געווען דורך אַ ציווי פון דעם אויבערשטן. און דערפאַר האָט אברהם אבינו געוואַרט מיט דער דאָזיקער מצוה ביז דער אויבערשטער וועט אים הייסן, ווייל די מצוה איז אינגאַנצן אַנדערש פון די אַנדערע מצוות וואָס אברהם האָט מקיים געווען, און אויף דעם האָט מען געדאַרפט האָבן אַ כוח מלמעלה.
לויט דעם וועט מען פאַרשטיין פאַרוואָס אברהם'ס שבועה איז געווען דורך מצוות מילה, כאָטש איצט דאַרף מען דערויף האָבן אַ ספר תורה; דער ענין פון מצוות מילה דעמאָלט איז געווען צו פאַרבינדן און ממשיך זיין קדושה אין וועלט ביז דעם גשמי — דאָס זעלבע וואָס מתן תורה האָט אויפגעטאָן און וואָס תורה טוט אויף איצט, ווייל דעמאָלט איז מצות מילה געווען דער כללות ענין פון תורה.
יז. לויט דעם וועט מען אויך פאַרשטיין פאַרוואָס מען לערנט עס אָפּ נאָר אויף דער שבועה פון מודה במקצת און ניט אויף די איבעריקע42שבועות, ווייל די שבועה פון מודה במקצת ציז נוגע צו כללות עכודת ה', און בשעת מען באַקומט אַ כוח פון אויבן אין דעם ענין פון) מודה במקצה, ווערן שוין במילא פאַריכט די ענינים פרטייב.
די דערקלערונג פון דעם ענין פון מודה במקצת אין רוחניות'דיקער עבודה איז; „נשמה שנתת בי" — אַז די בשמה וואָס זער אויבערשטער האָט אין מיר אַריינגעגעבן איז דאָס בכדי דער מענטש זאָל דורך זיין עבודה קומען צו אַן עלי'. און אַזוי שטייט אויך אין מדרשה) וועגן יעדן פּרט פון דער עבודה; „מי הקדימני ואשלם"ו*) — אַז דער אויבערשטער גיט כוח אַ אידן אויף יעדער מצוה בפרט. און די כחות וואָס דער אויבערשטער גיט זיינען אויף באָרג — ער מאָנט אַז מען זאָל דאָס אָפּצאָלן, ד. ה. אויסנוצן זיי אין עבודה.
ווי דער רבי דער ישווער (כ"ק מו"ח אדמו"ר) האָט איבערגעזאָגטז), אין נאָמען פון די פריערדיקע רביים, דעם טייטש פון דעם לשון „הקפות"; אַזוי ווי תשרי איז אַ חודש כללי — „חודש השביעי" פון לשון מושבע — אָנגעזעטיקט — מכל טובמח), מען זעטיקט אָן דעמאָלט אַ אידן אויך מיט כחות אויף אַ גאַנץ יאָר, וואָס מ'גיט אים „בהקפה" — אויף באָרג, און מען מאָנט עס זאָל זיין עבודה, (אַזוי ווי עס שטייט ביי אברהם'ען) „וילך למסעיו", אַז ביי זיין צורי־וועג האָט ער אָפּגעצאָלט זיינע הלוואותד).
כאָטש אַז די כחות גיט מען פון אויבן, פונדעסטוועגן, מצד דעם יצר הרע וואָס כאַפּט זיך אַריין אין אַ אידן, איז רעכט אַז ער זאָל אָנהויבן אַביסל לייקענען און טענה'ן אַז „כחי ועצם ידי עשה לי את החיל הזה"מ) — אַז זיין אייגענער כוח און שטאַרקייט האָט אים געבראַכט דאָס וואָס ער פאַרמאָגט.
„כופר הכל" (איינער וואָס לייקנט אין גאַנצן), זאָגט די גמרא אַז דאָס קען ניט זיין, ווייל די חזקה איז, אַז אַ מענטש וועט ניט זיין אַזאַ עז פּנים פאַר זיין בעל חוב61)).
לייקענען חס ושלום אין אויבערשטן קען ניט אַ איד, וואָרום ער האָט דאָך אַ נשמה וואָס אַפילו בשעת ער זינדיקט איז זי באָמנה אתו ית'82)) — די נשמה זעט שטענדיק ג־טלעכקייט, זי איז „בפני בעל חובו" און „חזקה אין אָדם מעיז פּניו בפני בעל חובו", אַפילו אַ קל שבקלים האָט ניט די העזה צו לייקענען אינגאַנצן דעם חוב, מיינענדיק אַז עס איז „כחי ועוצם ידי".
נאָר וואָס? — ער איז אַ „מודה במקצת", אין געוויסע פּרטים האַלט ער אַז עס איז כחו ועוצם ידו, (זיין כוח און זיין שטאַרקייט), אין געוויסע ענינים מיינט ער אַז ער איז אַליין אַ בעל־הבית און קען טאָן וואָס ער וויל. ער דאַווענט און לערנט טאַקע, אָבער נאָכן דאַוונען און נאָכן43לערנען — טראַכט ער — האָט ער שוין דעם אויבערשטן אָפּגעגעבן זיין חוב, און איצט איז עס שוין כחו ועוצם ידו — אין די איבעריקע לייקנט ער.
ער מאַכט ביי זיך אַ חשבון אַז איסורים איז ער דאָך ניט עובר, ווי דער לשון אין מאמר איז, ולא עבר עבירה מימיו, און בפרט אַז ער לערנט תורה און איז מקיים מצוות, האָט ער דאָך אָפּגעגעבן דעם אויבערשטן אַלץ וואָס אים קומט, און די איבעריקע איז זיין אייגענער כוח — זאָגט מען אים אַז אַלץ וואָס ער פאַרמאָגט, און זיין גאַנצע מציאות, איז ניט זיין כוח און שטאַרקייט, נאָר ער מוז מודה זיין אַז דאָס גאַנצע געהערט צום אויבערשטן, און ממילא מוז ער אים אַלץ אָפּצאָלן.
און אויף דעם איז די שבועה פון לשון שובע (זאַטקייט) וואָס מען גיט אים אַ כוח פון אויבן, הקב"ה עוזרו, דער אויבערשטער העלפט אַז מען זאָל האָבן די איבערצייגונג אַז קיין אייגענע איז אינגאַנצן ניטאָ, און ממילא מוז מען פון אַלע ענינים פון דער וועלט מאַכן אלקות, וואָרום די גאַנצע וועלט געהערט צום אויבערשטן. און ווען מען נעמט דעם כוח און מען איז דאָס ממשיך אין וועלט, נאָכדעם ווי מען מאַכט אַ ברכה (וואָס ברכה איז מלשון המבריך88)) — המשכה למטה) דעמאָלט ווערט „והארץ נתן לבני אדם"84)): ער באַקומט אַ מקצת, אַ טייל וואָס ווערט זיינע.
יח. אַזוי ווי אין אַ שבועה גשמית דאַרף מען האַלטן אַ ספר תורה אָדער על כל פּנים תפילין כדי מען זאָל באַקומען דעם כוח פון אויבן, אַזוי איז אויך אין עבודה רוחנית.
לכתחלה דאַרף זיין דער ענין פון ספר תורה, האָרעווען טאָג און נאַכט אין תורה, וואָס תורה גיט דעם כוח אויף צו פאַרבינדן וועלט מיט ג־טלעכקייט ווי אויבן דערקלערט, אַז דער אויפטו פון מתן תורה איז געווען צו פאַרבינדן גשמיות מיט ג־טלעכקייט. דאָס איז דאָך אויך דער ענין פון תורה כפּשוטו: תורה מלשון הוראה 868)) — אַן אָנווייזונג, תורה ווייזט אָן ווי אַזוי אויסצונוצן יעדן ענין פון וועלט לויט דעם רצון פון דעם אויבערשטן. נאָר אויב מען קען ניט אויספירן אַז מען זאָל אַ גאַנצן טאָג האָרעווען אין תורה, זאָל על כל פּנים אין אָנהויב טאָג זיין דער שיעבוד פון מוח און האַרץ, דורך מצות תפילין, און דאָס זאָל זיין דער אָנהויב און די אָנווייזונג פאַר דעם גאַנצן טאָג, אַז אַלע זיינע געשעפטן דורך דעם טאָג זיינען געבויט אויף דעם שיעבוד — אונטערטעניקייט — פון מוח און האַרץ וואָס אין אָנהויב טאָג.
און דער ענין פון האַלטן אַ ספר תורה און תפילין אין אויבנדערמאָנטן זין פּועל'ט אויף אים ער זאָל זיין אַ „מודה בכולו", אַז אַלץ געהערט צום אויבערשטן, וועט ער שוין במילא פאַרשפּאָרן די שבועת הביטוי און אַנדערע שבועות.
לויט דעם וועט אויך זיין פאַרשטאַנדיק, וואָס די שבועה לערנט מען אָפּ פון דער שבועה פון אברהם אבינו בנוגע דער חתונה פון יצחק'ן44מיט רבקה'ן, וואָס דאָס איז דער ענין פון יחוד מ"ה וב"ן, אַ יחוד כלליח), ווי עס איז באַוואוסט בספרי הקבלה. במילא לערנט מען דערפון אויך אָפּ וועגן מודה במקצת, וואָס דאָס איז אויך אַ כללות'דיקער ענין אין עבודה.
יט. די אָנווייזונג לפּועל פון דעם גאַנצן ענין איז, אַז בשעת מען גייט אַרויס אין וועלט, דאַרף מען וויסן אַ כללות'דיקן ענין, אַז דער יסוד פון עבודה איז — מען זאָל מיטנעמען אַ ספר תורה מיט זיך, האָרעווען אין תורה אויף וויפל עס איז נאָר דאָ — לויט דעם שולחן ערוך — צייט, און אין די איבעריקע צייט זאָל על כל פּנים זיין די הנהגה מיט שיעבוד המוח והלב, וועט דאָס אים אויך געבן דעם כוח אויף מאַכן אַלע זיינע גשמיות'דיקע ענינים — כלים צו אלקות.
כ. אין היינטיקער סדרה הויבט זיך אָן צו ריידן וועגן דעם אָנהויב פון דער גאולה. אין דער פריערדיקער סדרה רעדט זיך וועגן גלות; „והכנעני אָז בארץ", און לויט ווי די רז"ל זאָגן87)) שהי' הולך וכובש כו' (ער פלעגט גיין און אייננעמען), אָבער אין היינטיקער סדרה רעדט זיך שוין וועגן דער גאולה, אַז אברהם אבינו האָט אָפּגעקויפט אַ פעלד אין ארץ ישראל ביי עפרון'ען און דאָס איז געווען פאַר די אויגן פון די בני חת, וואָס אַלע האָבן מודה געווען אַז דאָס געהערט צו אברהם'ען — אַן אָנהויב פון דער כללות'דיקער גאולה פון אַלע אידן.
כאָטש ער האָט אָפּגעצאָלט דערפאַר אַרבע מאות שקל כסף, שטייט אָבער וועגן דעם, אַז ניט נאָר איז עפרון'ען דורך דעם ניט צוגעקומען קיין מעלה, נאָר אדרבא, נאָך אַ חסרוןח) ; דערמיט האָט מען ביי אים צוגענומען פון זיין נאָמען דעם אות „ו".
ווי עס שטייט אין דעם ספר פּענח רזאָ — אַ ספר פון אַ ראשון — אַז דורך די פיר הונדערט שקל כסף וואָס אַברהם אָבינו האָט אָפּגעצאָלט, האָט יעדער איד באַקומען אַ חלק אין ארץ ישראל, ווי ער מאַכט דאָרט דעם חשבון — לויט דעם חשבון פון זרע חומר שעורים בחמישים שקל כסף88)) — אַז פאַר פיר הונדערט שקל האָבן ששים ריבוא אידן באַקומען אין ארץ ישראל יעדער איינער אַן אַמה על אַמה.
די גאולה האָט זיך נאָך אָנגעהויבן דעמאָלט, מען דאַרף בלויז אַראָפּנעמען די העלמות והסתרים, און אַראָפּברענגען די גאולה למטה בגילוי דורך משיח צדקנו במהרה בימינו ממש.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק א׳
- Id
- rh-55pt3dmt