עברית
Library

Likkutei Sichos

Vayigash

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

94אות ניט פאַר זיך, און זיין גאַנצע מלמעלה אין אַן אופן וואָס איז אינמציאות איז מקיים זיין דעם רצון גאַנצן ניט נוגע צו מציאות.

אַזוי אויך פון צווייטן זייט, אַז די

ער איז ניט אויסן אַז ער זאָל זיין הנהגה שלמעלה איז ניט פאַרבונדן דער „טראַכטער", דער „זאָגער" און מיט מציאות, רופט זי אַרויס ביי אידן דער „טוער", ער איז אויסן אַז די זאַך אַן אַוועקלייג פון מס"נ. און דוקא מס"נ זאָל זיך אָפּטאָן, ובמילא איז אים קיין איז דאָ ביי אַלע אידן, אַפילו ביי אַ נפקא מינה ניט, צי די זאך קומט קל שבקלים ווען עס דערנעמט איםד) דורך אים צי דורך אַן אַנדערן, אַבי די

זאַך זאָל זיך אָפּטאָן.

דעמאָלט געווען דער נס פון פּך השמן

אויף צו באַווייזן חיבתם של ישראל, פאַראַן דער ענין פון מהדרין מן וואָס עס האָט ניט קיין שייכות מיט המהדרין וואָס עס איז ניטאָ ביי אַנדעענינים פון מציאות. דורך דעם ענין רע מצות, און אַלע אידן האָבן דאָס פון הידורים איז די הנהגה פון ניסים אָנגענומען, ווייל דער גאַנצער ענין שלמעלה מהטבע, אָבער עס איז פאַר־פון חנוכה איז מהדרין מן המהדרין — בונדן מיט גוף, מיט מציאות. אָבער ביטול אין גאַנצן, וואָס דאָס איז דער דורך מס"נ וואָס ער לייגט אַוועק זיין ענין פון מסירת נפש.

מציאות אינגאַנצן, איז די הנהגה

פרשת ויגש

א. אויפ'ן פסוק ויגש אליו יהודה

זאָגן רז"ל1)), אַז אין דער דאָזיקער זיך איינגעשטעלט פאַר בנימין'ען, זאָגט הגשה (דערנענטערן זיך) צו יוסף'ן, דער פסוק ווייטער „כי עבדך ערב את איז יהודה געווען גרייט אויף אַלץ,

36) תניא פי"ט. ד"ה אין הקב"ה בא

בטרוניא תרפ"ה. ספר המאמרים תש"ט ע'

1) ב"ר צנ, ו.96הנער". און דערפאַר איז ער געווען גרייט אויך אויף מלחמה.

אין פלוג, ווי אַזוי איז געווען רעכט ביי יהודה'ן מלחמה האַלטן מיט יוסף'ן, בשעת אַז יהודה מיט זיינע ברידער זיינען געווען אַ קליינע צאָל און יוסף איז געווען דער הערשער וואָס האָט געהאַט אונטער זיך גאַנץ מצרים?

אמת טאַקע, אַז יהודה איז געווען אַ גבור, אָבער יוסף מיט זיינע קינדער זיינען דאָך געווען נאָך גרעסערע גבורים, ווי עס ווערט דערציילט אין מדרש)), אַז בשעת יהודה מיט די ברידער האָבן געגעבן אַ קלאַפּ מיט די פיס אַז גאַנץ מצרים איז אויפגעטרייסלט געוואָרן, האָט יוסף אויך געוויזן אַזאַ גבורה, ביז אַז יהודה האָט געזאָגט, זה גבור ממני — ער איז שטאַרקער פון מיר — היינט ווי איז ביי אים געווען רעכט צו האַלטן מלחמה קעגן זיי?

נאָר דער טעם אויף דעם איז; מצד דעם וואָס יהודה האָט גענומען אויף זיך די אחריות פון בנימין'ען — כי עבדך ערב את הנער — ער זאָל אים צושטעלן צו יעקב'ן, איז ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס עס בלייבן דאָך גאַנץ די איבעריקע ברידער, האָט ער זיך אָבער מוסר נפש געווען אויך צוליב איין אידיש קינד, ווייל ער האָט גענומען אחריות אויף זיך.

ב. און דאָס איז אַן אָנווייזונג און אַ מוסר השכל פאַר יעדער פאָטער און מוטער, וואָס דער אויבערשטער האָט אויף זיי אַרויפגעלייגט די אחריות פון יעדן איינעם פון זייערע קינדער, אַז זיי דאַרפן זיך מוסר נפש זיין אפילו אויף איין קינד, אַז מיט אים זאָל ניט פּאַסירן דאָס וואָס עס דאַרף ניט פּאַסירן מיט אַ אידיש קינד.

און דורך דעם מס"נ אויף חינוך הבנים והבנות על טהרת הקודש, קומט מען צום אויספיר פון דער סדרה — ויפרו (און נאָך מערער) וירבו (ביז צו) מאד.

(משיחת ש"פ ויגש, תשי"א)

ג. אויפ'ן פסוק ואת יהודה שלח גו' להורות לפניו גשנה, ברענגט רש"י אין נאָמען פון מדרש „לתקן לו בית תלמוד שמשם תצא הוראה".

בשעת דער אויבערשטער האָט געהייסן יעקב'ן גיין אין מצרים, האָט יעקב באַוואָרנט פריער — לפניו — אַז דאָרטן זאָלן זיין ישיבות. הגם דער אויבערשטער האָט אים צוגעזאָגט אַז ער וועט מיט אים מיטגיין, „אנכי ארד עמך מצרימה ואנכי אעלך גם עלה", פונדעסטוועגן האָט יעקב זיך באַמיט צוגרייטען פריער ישיבות, און ערשט דאַן איז ער געגאַנגען אַהין מיטן אויבערשטן, ווייל ישיבות איז דער יסוד און דער קיום פון אידן.

און די ישיבות וואָס יעקב אָבינו האָט געגרינדעט, זיינען געווען די גאַנצע צייט וואָס אידן זיינען געווען אין מצרים, ווי די רז"ל)) זאָגן: מימיהן של אבותינו לא פרשה ישיבה מהם, היו במצרים ישיבה עמהם, שנאמר)) לך ואספת את זקני ישראל.

אין אַלע צייטן און אין אַלע ערטער וואו אידן זיינען געווען, אַפילו אין גלות מצרים, וואָס איז געווען זייער96אַ שווערער גלות, זיינען געווען ישיבות וואו מען איז געזעסן און געלערענט תורה, ווייל, ווי געזאָגט פריער; ישיבות זיינען דער עקזיסטענץ פון אידישן פאָלק.

ד. גלות מצרים איז געווען דער שווערסטער גלות פון אַלע גלות'ן, אַפילו פון דעם איצטערדיקן גלות, מצד כמה ענינים ;

א) גלות מצרים איז געווען נאָך פאַר מ"ת. הגם אַז אויך דעמאָלט האָט מען געלערענט תורה, ווי עס איז צו זען פון די פיל מאמרי רז"ל, אויך פון דעם מאמר גופא מימיהן של אבותינו לא פרשה ישיבה מהם, פונדעסטוועגן, וויבאַלד אַז די תורה וואָס זיי האָבן געלערנט איז געווען מיט זייער אייגענעם כוח, איז ווי הויך אַ נבראָ זאָל ניט דערלאַנגען — איז דאָס נאָר ביז שרש הנבראים, אָבער ניט העכערח).

ב) גלות מצרים איז געווען דער ערשטער גלות ביי אידן, ובמילא איז דאָס געווען זייער שווער צו איבערטראָגן. ווי מיר זען אַז ווען עס טרעפט זיך ביי איינעם אַן אומגליק ר"ל, איז דעם ערשטן מאָל דאָס זייער שווער איבערצוטראָגן, אָבער אַז דער זעלבער אומגליק טרעפט זיך ביי אים נאָך אַמאָל ר"ל, איז שוין ניט אַזוי שווער, וואָרום ער איז שוין „איינגעוואוינט" אין דעם.

ג) אין מצרים זיינען אַלע אידן געווען צוזאַמען. אין די שפעטערדיקע גלות'ן איז צדקה עשה הקב"ה בישראל שפזרן לבין האומות*). אַז אידן געפינען זיך אין פאַרשידענע פּלעצער, איז אַז מען פּייניקט אידן אין איין פּלאַץ קען מען דערווייל איבערכאַפּן דעם אָטעם אין אַ צווייטן פּלאַץ, און אויך העלפן די אידן וואָס געפינען זיך אין דעם שווערן מצב. דאַקעגן אין מצרים זיינען אַלע אידן געווען אין איין פּלאַץ און אונטער איין ממשלה.

ד) מצרים איז געווען זייער אַ שווערע לאנד, אַז אפילו קיין עבדיז) האָט ניט געקענט אַנטלויפן פון דאָרטן, און דאָ האָבן געדאַרפט אַרויסגיין פון מצרים ששים רבוא לבד נשים וטף (זעקס מאָל הונדערט טויזנט אויסער פרויען און קינדער).

פונדעסטוועגן, ניט קוקנדיק אויף די אַלע שוועריקייטן, לא פרשה ישיבה מהם. עס זיינען געווען שטענדיק ישיבות אין וועלכע מען איז געזעסן און געלערענט תורה.

ה. מען האָט שוין גערעדט מערערע מאָל, אַז תורה איז ניט ח"ו קיין היסטאָריע־בוך, נאָר יעדער ענין און סיפּור, אַפילו יעדער אות פון תורה, איז אַן אָנווייזונג אין יעדער צייט און אָרט.

פאַראַן אַזעלכע וואָס טענה'ן, אַז איצטער איז ניט קיין צייט פון ישיבות, אין אַזאַ שווערן צושטאַנד איז גענוג אויך אַ תלמוד תורה, און אויב שוין יאָ ישיבות, איז אָבער ניט קיין ישיבות ווי אַמאָל, א. אַ. וו.

אויף דעם איז די הוראה פון גלות מצרים; דאָרט, אין מצרים, איז געווען אַ סך אַ שווערערער צושטאַנד ווי איצטער, און פונדעסטוועגן האָט מען97ניט געמאַכט קיין חשבונות און מען האָט געלערנט תורה. נאָך מערער; ניט נאָר וואָס מען האָט ניט געמאַכט קיין חשבונות פון דעם שווערן מצב פון גלות, מען האָט אויך ניט געמאַכט קיין חשבונות וואוהין די תורה דערלאַנגט, צי אין שרש הנבראים צי העכער. היינט איצטער אַז דער גלות איז אַ סך גרינגער ווי דעמאָלט, און דער לימוד התורה איז אַ סך העכער ווי דעמאָלט, דאַרף מען אַודאי ניט מאַכן קיין חשבונות און עס דאַרפן זיין ישיבות.

ו. די זעלבע זאַך איז בנוגע אויסהאַלטן ישיבות: פאַראַן אַזעלכע וואָס טענה'ן אַז איצטער איז אים ענג — ענג אין קאָפּ און ענג אין קעשענע, — אַז ער וועט אָפּעסן, אָפּטרינקן און אויסשלאָפן זיך, און עס וועט אים ווערן ברייטער אין קעשענע, דעמאָלט וועט ער געבן אויף דער ישיבה, און ער וועט נאָך פּראַווען מסירת נפש, און געבן אויך זיינע קינדער אין ישיבה, ביז דרייצן יאָר.

דאַרף מען אים זאָגן; מצרים איז געווען אַ סך אַ שווערערער גלות. מען האָט אַפילו קיין אייגענע קש — שטרוי — ניט געהאַט און מ'האָט געדאַרפט אַרומגיין אין אַ פרעמדע מדינה זוכן שטרוי, בשעת די נוגשים זיינען געשטאַנען מיטן בייטש איבערן קאָפּ און איבער דער פּלייצע, און פונדעסטוועגן — קיין אייגענע שטרוי איז טאַקע ניט געווען, אָבער ישיבות האָט מען אויסגעהאַלטן.

ז. אין גמרא)) איז פאַראַן אַ קלער, וואו איז ערגער פאַרביי צו גיין — דורך אַ גאַס פון זונות אָדער פאַרביי אַן עבודה זרה. אין פלוג, דאַרף מען פאַרשטיין — מילא גיין פאַרביי זונות טויג ניט מצד ראי', וואָרום ראי' אַפילו אָן הרהור — איז מעורר כידוע), אָבער וואָס אָרט דאָס אַז ער וועט גיין פאַרביי אַן עבודה זרה? דער טעם פון ראי' איז דאָך דאָרטן ניט שייך, וואָרום וואָס וועט ער זען אויסער האָלץ און שטיינער? נאָר דער טעם איז; יעדער זאַך פּועל'ט אויף דעם אויר וואָס אַרום אים, און אין אַן אָרט וואָס ס'איז פאַראַן טומאה, איז אין יענעם אַויר דאָ המשכת הטומאה, און דער אַויר קען פּועל'ן אויפן מענטשןכ).

אַנטקעגן וואָס זאָג איך דאָס?

דער אַויר פון גאַס, אַז איצטער איז ניט קיין צייט אויף ישיבות — האָט גע'פּועל'ט אויך אויף אַ טייל תלמידי הישיבות.

עס זיינען דאָ תלמידים וואָס טענה'ן, אַז זיי איז שווער צו לערנען ווי מען באַדאַרף, ווייל זיי מוזן זיך פריער פאַרזאָרגן מיט פּרנסה. ער קען ניט לערנען רואיק, וואָרום עס דריקט אים שוין אין קאָפּ, מיט וואָס וועט ער מפרנס זיין די קינדער וואָס דער אויבערשטער וועט אים געבן נאָכדעם ווי ער וועט קומען צו דער צייט פון שידוכים, און מען וועט טאָן אין דעם, און ער וועט געפינען זיין בת גילו, און עס וועט זיין תנאים און דערנאָך חתונה און דערנאָך וועלן געבאָרן ווערן קינדער98בשעה טובה ומוצלחת. אויך דאגה'ט ער וואָס וועט ער זיי איבערלאָזן נאָך הונדערט און צוואַנציק יאָר, ובמילא גייט ער שוין אַוועק אין גאַס — על כל פּנים זיין כוח העמקה גייט אַוועק — און טראַכט וועגן „תכלית" פון פּרנסה.

פון וואַנען קומט אַזאַ געפיל צו תלמידי הישיבות? — פון דעם אַויר פון גאַס כנ"ל. וואָרום, כאָטש, דער רבי דער שווער האָט געזאָגט, אַז די אייז (אין אַמעריקע) האָט זיך שוין גערירט, אָבער פונדעסטוועגן איז פאַראַן אַ חילוק און אַ מרחק אין דעם אייז פון „זיך גערירט", ביז אַז עס זאָל זידן און קאָכן מיט דעם הוי' אלקיך אש אוכלה הואיא). דערצו זיינען נאָך אויך פאַרבליבן שיריים פון פריער, און דער סוג תלמידים כאַפּן פון די פריערדיקע שיריים.

ח. אַ לימוד זכות איז טאַקע דאָ אויף זיי, אַז דאָס קומט פון דער אַטמאָספער פון דער סביבה כנ"ל, אָבער עס דאַרף דאָך ניט זיין אַזוי. און אויך אויף דעם איז דאָ אַ הוראה מהנ"ל;

אין מצרים איז אויסער דעם וואָס עס איז געווען זייער אַ שווערער גלות כנ"ל, איז מען געווען אַזוי שטאַרק דערדריקט אַז מ'האָט גאָר ניט פאַרנומען אַ מחשבה וועגן אַרויסגיין פון גלות. בשעת משה רבינו האָט אָנגעזאָגט די בשורת הגאולה איז — ולא שמעו אל משה מקוצר רוח ומעבודה קשהיב), און פונדעסטוועגן, איז אפילו איידער משה איז געקומען און געזאָגט פּקדתי, האָט מען ניט געטראַכט חשבונות, וואָס וועט זיין דער „תכלית", נאָר מ'איז געזעסן אין ישיבות און געלערנט. איז מכל שכן איצטער דאַרף ניט איינגיין אין קאָפּ, „וואָס וועט זיין דער תכלית", און מען דאַרף זיצן און לערנען ניט טראַכטנדיק קיין חשבונות.

ובפרט אַז איצטער איז די עבודה אַ סך אַ גרינגערע ווי דעמאָלט. ווי עס איז באַוואוסטיג) אַז ר"ב ניצוצות פון די רפ"ח ניצוצות שנפלו, האָט מען מברר געווען אין גלות מצרים, ווי עס שטייט וגם ערב ר"ב עלו אתם און עס איז געבליבן ניט מער ווי פ"ו ניצוצות בגימטריא אלקים, און אויך פון די פ"ו ניצוצות גופא, האָבן אידן במשך הזמן, מיט שווייס און מיט בלוט, אַ סך פון זיי מברר געווען, און ס'איז געבליבן נאָר פּכים קטנים וואָס מ'דאַרף מברר זיין.

ובמילא איז דאָך די עבודה אַ סך אַ לייכטערע, ווייל: א) עס איז געבליבן נאָר אַ מיעוט צו מברר זיין. ב) עס איז פאַראַן דער סיוע הניצוצות וואָס מ'האָט שוין מברר געווען.

(משיחת ש"פ שמות, תשי"ג)

ט. עס שטייט אין כתבי האריז"ליד), אַז דורך דעם „הא לכם זרע" וואָס אין דעם איז אויך אָנגעדייט אַז יוסף האָט זיי גענויט מל זיין זיך, האָט מען מוסיף געווען חיות אין מצרים — קליפות, — ענין גלות מצרים. און אין הא לחמא עניא איז מרומז אויך די גאולה.

99— דאָס איז אויך דער טעם וואָס נוסח האריז"ל אין דער פּיסקא הא לחמא עניא איז — הא בצירי און ניט האָ בקמץ.

(דער חילוק פון האָ בקמץ ביז הא בצירי איז אויך אין פּירוש: האָ (בקמץ) לחמא עניאָ כו' איז דער טייטש: דאָס איז די לחמא עניאָ וואָס אכלו אבהתנא בארעא דמצרים, און הא (בצירי) לחמא עניא כו' איז דער פּשט: נאַט אייךטז) לחמא עניא).

י. בכדי צו פאַרשטיין ווי אַזוי דער „הא לחמא עניא" איז אַ באַוואָרעניש און אַ תיקון אויף דעם „הא לכם זרע", דאַרף מען פריער דערקלערן דעם ענין פון דעם קלקול — שאָדן — וואָס עס איז אַרויסגעקומען פון דעם וואָס יוסף האָט געזאָגט, הא לכם זרע.

אין פלוג איז דאָך ניט פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס האָט דער „הא לכם זרע", וואָס יוסף האָט געזאָגט צו די מצריים, ניט געטויגט. על פּי שכל דאַרף דאָך אויסקומען, אַז די הנהגה פון יוסף'ן בכלל וואָס ער האָט געזאָגט הא לכם זרע, איז ניט נאָר וואָס עס האָט ניט געדאַרפט ברענגען קיין חסרון, נאָר אדרבה, נאָך אַ מעלה. אויסער דעם וואָס מיט דעם „ואת העם העביר" גו' — איבערפירנדיק די מצריים פון איין אָרט צום צווייטן האָט ער אַראָפּגענומען די שאַנד פון זיינע ברידער, מען זאָל זיי ניט רופן גולים (גלותמענטשן)י), איז דאָך אויך ידוע אַז דער ענין פון יוסף ברוחניות איז צדיק יסוד עולםיז) און זיינע אַלע עובדות זיינען געווען השפּעות פון טלעכקייט — איז דאָך דאָס די כוונה הרצוי' צו פאַרשפּרייטן און משפּיע זיין ג־טלעכקייט צו אַלעמען, אַפילו צו מצריים?

נאָר דער ענין איז;

יוסף האָט דאָס געטאָן מדעת עצמו. דערפאַר איז כאָטש ער האָט טאַקע גע'פּועל'ט ביי די מצריים אַ דערנענטערונג צו קדושה, אָבער וויבאַלד ער האָט דאָס געטאָן מדעת עצמו, האָט עס געבראַכט אַ הוספה פון חיות — לעבן — אין קליפּות, ווייל מצרים, פון זייער זייט, זיינען נאָך אינגאַנצן ניט געווען ראוי צו דעם.

דאָס האָט געבראַכט די שטאַרקייט פון גלות מצרים, וואָס דאָס איז דער פּשט פון הא לחמא עניאָ כו' בארעא דמצרים, אַז דאָס וואָס יוסף האָט געזאָגט הא לכם זרע, איז געווען אַ סיבה אויף דער שטאַרקייט פון גלות מצרים.

ענלעך געפינט מען אויך ביי משה רבינו אַז דורך דעם וואָס ער האָט מיטגענומען דעם ערב רב מדעת עצמו, האָט דאָס געבראַכט דעם חטא פון עגל. ווי דער אויבערשטער האָט אים געזאָגטיח) שחת עמך אשר העלית גו' — וואָס דו האָסט זיי אַרויפגעבראַכטיט).

יא. כ"ק מו"ח אדמו"ר שרייבט אין אַ סך פון זיינע בריוו, אויך איז דאָס פאַראַן אין פאַרשידענע מאמרים, אַז פון יעדער זאַך וואָס מען לערנט איז דער עיקר ; אַרויסנעמען פון דעם אַ בכן אין עבודה.

דער פריערדיקער ענין אין שייכות צו עבודה איז;

100מען מאָנט דאָך שטענדיק, מען זאָל מקרב זיין אַלעמען, ניט רעכענענדיק זיך ווער עס זאָל ניט זיין. אָבער מען דאַרף שטענדיק געדענקען אַז מען זאָל אַליין ניט אָפּטרעטן, און דער קירוב וואָס מען איז יענעם מקרב דאַרף זיין אָן קיינע פּשרות חס ושלום אין תורה און מצוות.

און לויט דעם באַוואוסטן וואָרט, אַז בשעת איינער טרינקט זיך רחמנא לצלן מוז מען אים ראַטעווען, אָבער מען דאַרף זיין פאָרזיכטיק אַז מען זאָל אַליין ניט דערטרונקען ווערן ח"ו.

און ווי מען האָט שוין אַמאָל גערעדטכ) אין דעם פּירוש פון דער משנהכא) הוה מתלמידיו של אהרן כו' אוהב את הבריות ומקרבן לתורה, אַז אין דעם זיינען פאַראַן צוויי הוראות; א) מען דאַרף מקרב זיין אַלעמען, אַפילו בריות (ד. ה. אַזעלכע וועלכע האָבן ניט קיין אַנדער זכות מער ניט ווי דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט זיי באַשאַפן) ; ב) דער אופן אין דעם דאַרף זיין „ומקרבן לתורה", ניט צופּאַסן די תורה לויט דעם גייסט פון די בריות, חס ושלום, נאָר אדרבה, מקרב זיין די בריות צו תורה — תורה תמימה אָן קיינע פּשרות. אַזוי אויך בנוגע מנהגי ישראל וואָרום מנהגי ישראל תורהכב).

יב. וואָס ס'איז נוגע לפּועל;

פאַראַן אַזעלכע וואָס טענה'ן, בשעת איך קען מקרב זיין אַ אידן צו אידישקייט — איז וואָס זאָל איך דאָ גיין מאַכן חשבונות ? איך וועל פאַרבויגן אַ ביסל וועגן מחיצות אין אַ שול וכדומה, דערווייל אָבער וועלן דאָך קומען נאָך אַ סך אידן אין שול, און זיי וועלן נענטער ווערן צו אידישקייט.

און נאָך טענה'ט מען; מילא אין אַ סביבה פון אידן שומרי תורה ומצוות, דאַרף מען טאַקע מהדר זיין אויך אויף אַ קוצו של יו"ד, אָבער בשעת מען געפינט זיך אין אַן אָרט וואָס ס'איז דאָ קעגנערשאַפט צו תורה ומצות, דעמאָלט דאַרף מען פאַרבויגן אויפן „טפל", בכדי צו פאַרהיטן דעם עיקר.

איז למה הדבר דומה — צו וואָס איז דאָס געגליכן — צו איינעם וואָס וועט זאָגן, אַז אין דער היים און אין אַ שעת שלום וועט ער גיין מיט כליזיין, וואָרום הגם עס איז טאַקע אַ שעת שלום, פונדעסטוועגן איז זיכערער בשעת ער וועט גיין מיט כלי זיין. אָבער בשעת ער גייט אויף מלחמה, וועט ער גיין אָן כלי־זיין, וויילע:; ערשטנס, וויל ער אַז מען זאָל ניט דערקענען אַז ער איז אַ שונא. צווייטנס, כדי ער זאָל זיך קענען גרינגער באַוועגן, בשעת ער וועט דאַרפן. פאַרשטייט מען דאָך אַז עס איז אַ שטות גדול ומוחלט.

יג. אויף אַ געוויסער אסיפת הרבנים מיט יאָרן צוריק האָט איינער געזאָגט, אַז בשעת מען נוצט וואַסער אויף טרינקען, איז אַ נפקא מינה צי עס איז גוטע וואַסער צי ניט; בשעת מען דאַרף אָבער לעשן אַ שריפה, איז ניט קיין נפקא מינה וועלכע וואַסער דאָס איז. האָט אים ב"ק מו"ח אדמו"ר געענטפערט5 דאָס איז נאָר דאַן בשעת עס איז זיכער אַז דאָס איז וואַסער, עס איז מער101ניט אַ קלער צי ס'איז ריינע וואַסער אָדער ניט. בשעת אָבער עס איז גאָר ניט קיין וואַסער, נאָר עס איז קעראָסין — נעפט — דעמאָלט איז ניט נאָר וואָס מען קען דערמיט ניט לעשן די שריפה, נאָר אדרבה, די שריפה וועט נאָך ווערן שטאַרקער, הגם אַז קעראָסין איז אויך אַ משקה.

און אַזוי איז אויך בנוגע דעם אויבנדערמאָנטן ענין, אַז מיט משנה זיין אַפילו אַ מנהג ישראל איז ניט נאָר וואָס מען קען דערמיט ניט פּועל'ן לטובה אויף דער סביבה, נאָר גאָר פאַרקערט.

אַזוי ווי עס איז דאָ אין גמראג), בנוגע די סליחה וכפרה פון יום כפּור, אַז אַפילו למאן דאמר עצומו של יום מכפר אָן תשובה, און אַפילו אויף עבירות וואָס ער האָט געטאָן יום כיפּור גופא, אָבער אויף עבירות וועלכע ער האָט געטאָן אין יום כיפּור, וואָס זיינען פאַרבונדן מיט איסורים פון יום כיפּור אַליין, איז יום כיפּור ניט מכפּר, ווייל אין קטיגור נעשה סניגור*)).

יד. און אויף דער טענה, אַז וועמען אָרט דאָס אַז ער וועט פאַרבויגן אַ חוט השערה, וויבאַלד אַז דורך דעם וועט ער פאַרדינען דעם עיקר?

זיינען פאַראַן דערויף צוויי תשובות;

א) אפילו אויב עס וואָלט געווען זיכער, אַז מען וועט האָבן דורך דעם די גרעסטע תועלת אין קירוב ישראל לאביהם שבשמים, שטייט אָבער אויף אַזעלכע ענינים; אל תהי צדיק הרבה28)). מען דאַרף ניט זיין פרימער פון דער תורה. וויבאַלד אַז על פּי שולחן ערוך טאָר מען ניט, דאַרף ער ניט זיין פרימער פאַרן שולחן ערוך, און דאַרף ניט זאָרגן אויף מקרב זיין אידן צו אידישקייט מער ווי תורה זאָרגט.

קען ער דאָך ווייטער טענה'ן; גוט, איך בין טאַקע ניט מחוייב צו זאָרגן פאַר אידן מער ווי תורה זאָרגט פאַר זיי, אָבער וועמען אָרט דאָס אַז איך וועל יאָ זאָרגן? דאַרף מען אים ענטפערן אַז ס'איז ניט אַזוי, ער האָט באמת ניט קיין רשות עובר צו זיין אויף דברי תורה, צוליב זיין פרומקייט. און ווער זאָגט דאָס אַז די תועלת פון מקרב זיין אידן (וואָס ער מיינט אַז ער וועט דורכדעם דערגרייכן) איז וויכטיקער ווי דער דין אין שולחן ערוך.

ב) דאָס אַלץ וואָלט געווען אַפילו אויב מען וואָלט געווען זיכער אַז דער סאָרט פירונג ברענגט אַ וויכטיקן נוצן. דער אמת איז אָבער, אַז וויבאַלד דאָס איז ניט על פּי תורה, וועט עס זיכער ניט ברענגען קיין תועלת — נוצן — נאָר אַדרבה, קלקול — שאָדן.

טו. און דאָס איז וואָס מיר זאָגן, הא לחמא עניא די אַכלו אבהתנא בארעא דמצרים, וואָס דאָס איז אַ תיקון אויף דעם וואָס יוסף האָט געזאָגט הא לכם זרע.

מיר ווייסן — זאָגן מיר — אַז דורך דעם וואָס יוסף האָט געזאָגט הא לכם זרע איז — אכלו אבהתנא102בארעא דמצרים, האָט דאָס גורם גע־ דאַרף און מוז מאַכן דעם גאַנצן ווען דעם גלות מצרים כנ"ל. דער־סדר הפּסח.

פאַר איז כאָטש כל דכפין ייתי וייכול

כל דצריך ייתי ויפסח, מען דאַרף דער וועג, פּועל'ט מען, אַז הגם טאַקע אַלעמען מקרב זיין, אָבער מען השתא הכא און השתא עבדין, פונדאַרף עס טאָן נאָר אין דעם וועג ווי דעסטוועגן איז לשנה הבאה בארעא תורה מאָנט, טאַקע ייתי וייכול, אָבער דישראל און לשנה הבאה בני חורין. מיטן באַדינג אַז ייתי ויפסח, ער

פרשת ויחי

א. די ברכה מיט וועלכער יעקב כאָטש אין מקראָ יוצא מידי פּשוטו1)), אָבינו האָט געבענטשט זיין זון אָשר אַז ס'איז טאַקע געווען — פּשוט אין איז: מאשר שמנה לחמו. זאָגט אויף גשמיות — אַ סך זיתים (אוילדעם רש"י אַז דאָס מיינט, אַז ביי בירטן) אין דער נחלה פון אשר, ווי אים זאָל זיין אַ סך בוימל, און רש"י ברענגט דערויף דעם סיפּור רש"י איז מוסיף אַז דאָס איז אויך וואָס ווערט דערציילט אין גמרא, געווען משה רבינו'ס ברכה צו אָשר'ן שעפּט דאָס אָבער ניט אויס דעם

גאַנצן אינהאַלט פון פּסוק, און עס מוז ואז ו"ז א ר מאל ער אן רוותמאאר ר נך אוירך וואָס זיינען דאָ אין גשמיות, זיינען

אויך דאָ אין רוחניות. און אדרבה רגלו אין רוחניות איז;

— פון די ענינים אין רוחניות קומען

אַראָפּ די זעלבע ענינים אויך למטה חכמה)), וואָס חכמה איז דער העכס־

טער טייל ביי דעם מענטשן. רגל

איז דער נידעריקסטער טייל פון

אויב דאָס איז אַזוי אין ענינים מענטשן. וטובל בשמן רגלו מיינט, פון וועלט, איז מכל שכן וקל וחומר אַז — רגל נוצט זיך מיט שמן, ד. ה. אַז די ענינים וועלכע שטייען אין אַז כאָטש אויסערלעך איז דאָך רגל תורה" זיינען דאָ אין רוחניות. ווא־ די נידעריקסטע מדריגה, פונדעסטרום יעדער ענין פון תורה האָט דאָך וועגן איז פאַראַן אין איר גאָר אַ אין זיך ניט נאָר דעם פּשט נאָר גרויסע מעלה, ביז אַז אפילו חכמה

— שמן — קומט ניט צו דער מעלה,

אַזוי אויך די ברכה „מאשר שמנה

לחמו" און „וטובל בשמן רגלו" איז

3) מנחות פה, ב.

1) דברים לג, כד.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-zm7tnsbs

Copies

Recent activity

#109 Likkutei Sichos vol 1: machine reading · approved

Sources