Likkutei Sichos
Vayeishev
76אַז בחודש כסלו איז מאיר אין וועלט אַ נייער גילוי, — דער ענין הניסים.
חסידות איז גוט מבאר דעם ענין, אַז באמת איז הנהגת הטבע אויך נסים0)), נאָר דער חילוק איז 7 טבע איז אַ גילוי וואָס איז פאַראַן שטענדיק, איז מצד דעם הרגל זעט זיך ניט אָן דער נס, ביז וואַנען אַז מען קען מיינען, אַז עס איז אַ בירה בלא מנהיג ח"ו, אָבער בשעת עס קומט אַ נס, וואָס מען איז ניט איינגעוואוינט אין דעם, דעמאָלט איז דאָס בגילוי, וואָס דאָס איז דער ענין הנסים, אַז עס איז אַ גילוי חדש.
און דערפאַר איז כסלו אַ חודש פון נסים. ווייל עס איז דאָך אַ זמן פון אַ גילוי חדש אין תורה, און אסתכל באורייתא וברא עלמא, ווערט דאָס נמשך אויך אין וועלט, אַז אויך אין דער הנהגה פון עולם איז דאָס אַ זמן פון נסים, אַ גילוי חדש.
א. אויפן פּסוק וישב יעקב בארץ מגורי אביו בארץ כנען, טייטשט דער מעזריטשער מגידא): „וישב יעקב" — אַז יעקב איז געווען איינגעזעסן בישיבה ועכבה „בארץ" — אין ערדישקייט. צוליב וואָס האָט ער עס געטאָן ? בכדי צונויפקלייבן — „מגורי" (מלשון אוגר קיץ))) — די ניצוצות הקדושה וועלכע געפינען זיך אין די
דערפאַר איז געווען בחודש כסלו דער נס פון חנוכה, וואָס דער נס איז בשמן — רזין דרזין — און אַ גילוי נעלה ביותר (גאָר אַ הויכער גילוי). ווי דער רמב"ן שרייבט 41)) אין נאָמען פון מדרש, אַז דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו אהרן, שלך גדולה משלהם. די נרות חנוכה זיינען העכער פון נרות המקדש, וואָרום נרות המקדש זיינען ניט קיימים אויף אייביק און נרות חנוכה זיינען קיימים לעולם (אייביק).
און אַזוי אויך שפּעטער איז געווען דער נס פון י"ט כסלו, פון הפצת תורת החסידות וואָס דאָס איז אויך אַן ענין וואָס איז קיים לעד ולעולמי עולמים, ווייל הפצת מעיינות החסידות איז אַ כלי און אַ הכנה צו גילוי המשיח.
(משיחת ש"פ תולדות, תשי"ז) וישב
גשמיות'דיקע זאַכן און זיי דערהויבן צו „אביו" שבשמים.
און כאָטש אַז די ישיבה ועכבה אין ארץ איז אַ ירידה, איז עס אָבער מער ניט ווי צייטווייליק, און דוקא דורך דעם קומט מען צו אַ תוספת ועלי'.
און דאָס זאָגט ער „בארץ כנען" — כנען מלשון מסחר און ווי עס שטייט ולא יהי' כנעני עוד בבית ה')), און אין מסחר פירט זיך אַז77פריער גיט מען אויס געלט כדי שפּעטער צו פאַרדינען, אַזוי ווי עס שטייט)) יש מפזר ונוסף עוד.
אַ איד דאַרף ניט זוכן קיין גרויסע זאַכן דוקא, נאָר זיין עבודה דאַרף זיין צונויפקלייבן, מברר זיין און מעלה זיין די ניצוצות פון קדושה וועלכע געפינען זיך אין וועלטישע זאַכן.
און צוליב וואָס דאַרף מען עס טאָן — „אביו", צוליב זיין פאָטער אין הימל. ישראל נמשלו לדבורה)), מה דבורה כל מה שמסגלת אינה מסגלת אלא לבעלה כך ישראל כל מה שעושין הוא לאביהם שבשמים (אידן זיינען געגליכן צו אַ בין, אַזוי ווי אַ בין, אַלץ וואָס זי נעמט אַריין איז דאָס פאַר'ן בעל הבית, אַזוי אויך אידן — אַלץ וואָס זיי טוען איז דאָס פאַר זייער פאָטער אין הימל), ניט קיין עבודה על מנת לקבל פּרס (אויף צו קריגן אַ באַלוינונג) אין גשמיות אָדער אין רוחניות*), נאָר די גאַנצע עבודה דאַרף זיין לאָביו שבשמים.
און בכדי צו פּועל'ן ביי זיך אַז אין דער עבודה זאָלן זיך ניט אַריינכאַפּן קיין פּניות, איז דאָס דורך עבודה אין פּשוט'ע ענינים דוקא. בשעת ער האָט צו טאָן מיט דערהויבענע ענינים פון הבנה והשגה, דאָרטן קאָנען זיך אַריינכאַפּן פּניות, און בכדי אַז זיין עבודה זאָל זיין אַ ריינע, אָן פּניות, איז דאָס דורך עבודה פּשוטה אין ענינים פּשוטים דוקא.
און אַזוי ווי דער רבי כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט געזאָגט אַז די פּשיטות פון אנשים פּשוטים פאַרבינדט זיך מיט פּשיטות העצמותז), אַזוי אויך דאָ; די פּשיטות פון עבודה אין ענינים פּשוטים, פאַרבינדט זיך מיט פּשיטות העצמות.
און דאָס איז די מעלה פון קבלת עול, וואָס צוליב דעם ווערן אָנגערופן אידן בשם צבאות הוי') — דעם אויבערשטנס אַרמייען — וואָרום דער ענין פון אַ זעלנער איז קבלת עול.
און דאָס איז דער פּשט וישב יעקב בארץ מגורי אביו, אַז בכדי צוקומען צום „אביו", אַז זיין גאַנצע עבודה זאָל זיין נאָר פאַר אביו שבשמים, איז דאָס דורך ארץ מגורי דוקא, דורך עבודה פּשוטה, אָן חכמות און אָן פּשט'לעך, וואָס דעמאָלט פאַרלירן זיך אַלע פּניות און מען פאַרבינדט זיך מיט אביו.
און דאָס איז די אָנווייזונג פון יעקב אָבינו. יעקב האָט געטאָן אין עבודת הבירורים. ער איז געגאַנגען קיין חרן און געאַרבעט בצאן לבן, און גאָר שטאַרק געהאָרעוועט, אַזוי ווי עס שטייט, ביום אכלני חרב וקרח בלילה ותדד שנתי מעיני*), און אויסער האָרעוואַניע איז געווען אין דעם אויך צער פון גוף.
וואָס פון דעם ברענגט דער אַלטער רביי) אַ ראי', אַז כאָטש אַ מענטש78האָט ניט קיין שום רעכט איבער זיין אייגענעם קערפּער, צו שלאָגן און פּייניקן אים, ווייל דער קערפּער געהערט ניט צו אים נאָר צום אויבערשטן, אָבער פונדעסטוועגן „לצורך" (ד. ה. צוליב געלט, וואָס אין רוחניות איז דאָס דער ענין פון עבודת הבירורים) — מעג מען.
כאָטש יעקב האָט געקענט טענה'ן; נאָך וואָס זאָל איך גיין אין חרן? אמת טאַקע אַז יעקב מיט עשו'ן קענען ניט זיין צוזאַמען, אָבער מצד דעם האָט מען דאָך עשו'ן געקענט אַוועקשיקן פון באר שבע קיין חרן און יעקב זאָל בלייבן אין באר שבע בבית מדרשו של שם ועבר?
אָבער יעקב האָט קיין קשיות ניט געפרעגט, און געגאַנגען טאָן זיין עבודה אין עבודת הבירורים בדרך קבלת עול, און הגם ער האָט עס געטאָן מיט קבלת עול, האָט ער דאָס געטאָן מיט אַ חיות און שמחה, אַזוי ווי עס שטייט וישא יעקב רגליויא).
און דורך דעם, איז ניט נאָר וואָס ביי אים איז ניט געווען קיין ירידה נאָר אדרבה, מטתו שלימה, מיט אַלע ענינים וואָס ער האָט פון דאָרטן מיטגענומעןיח).
און דאָס מיינט בארץ כנען, מלשון מסחר, אַז ער האָט פון דעם פאַרדינט, וואָרום ער האָט מברר געווען אַלע ניצוצות ביי לבן'ען און אויך ביי עשו'ן, ביז אַז דורך המשכת המקיף וואָס ער האָט ממשיך געווען אויף עשו'ן האָט ער גע'פּועל'ט אַז „וישקהו" — ער האָט אים געקושטיח) — מיטן גאַנצן האַרצן.
און אויך מיינט כנען — מסחר בגשמיות, אַז ער איז רייך געוואָרן מיט אַ גרויסער עשירות, אַ סך מערער ווי פריער.
ד. און דאָס איז אַן אָנווייזונג צו יעדער אידן, אַז דורך דעם וישב בארץ מגורי אביו, איז — בארץ כנען. יש מפזר ונוסף עוד. דורכן פּיזור וירידה, פאַרדינט ער זיין פּרנסה אין רוחניות, און זיין פּרנסה אין גשמיות.
ביז מען פּועל'ט דערנאָך — עד אשר אבוא אל אדוני שעירה *א). וואָרום עבודת הבירורים בדרך קבלת עול וחיות, וואָס דערלאַנגען אין פּנימיות הנפש, פּועל'ט ביאת משיח הפּרטי ביי זיךיח), וואָס דאָס איז אויך אַ הכנה צו ביאת משיח הכללי, דער ועלו מושיעים בהר ציון לשפּוט את הר עשוי).
(משיחת ש"פ וישב, כ' כסלו, תשטו"ב)
ה. אין פ' וישב דערציילט די תורה וועגן יוסף הצדיק, אַז ער איז געווען יפה תואר ויפה מראה, און האָט מסלסל געווען בשערויז), ומצד דעם איז ותשא אשת אדוניו גו', און מען האָט אים אַריינגעזעצט אין תפיסה, און אויך זייענדיק דאָרטן, איז — אשר הוא עושה ה'*) מצליח.
אין דעם סיפּור זיינען פאַראַן צוויי79טיילן17 א) בנוגע יוסף'ן, אַז ער איז געווען יפה תואר ויפה מראה, און ב) בנוגע אשת פּוטיפר. ביידע טיילן זיינען, אַזוי ווי אַלע ענינים פון תורה, אייביקע אָנווייזונגען פאַר אונזער פירונג אין ט־טעגלעכן לעבן.
ו. אויף יוסף'ן שטייט; יוסף הוי' לי בן אחר. טייטשט כ"ק אדמו"ר הצ"ציח), אַז יוסף'ס עבודה איז באַשטאַנען צו מאַכן אַן „אחר" (אַ פרעמדן) פאַר אַ „בן". דאָס הייסט מאַכן בעלי תשובה.
דעם כוח אויף דעם האָט יוסף געהאַט, ווייל ער אַליין איז געווען יפה תואר ויפה מראה, יוסף אַליין איז געווען שיין אין אַלע ענינים, סיי אין מצות עשה סיי אין מצות לא תעשה (ווי עס ווערט דערקלערט אין פילע ערטעריט) אַז תואר איז דער ענין פון מצוות עשה און מראה — מצוות לא תעשה), דערפאַר האָט ער געקענט פּועל'ן אויך אויף אַנדערע, מאַכן פון „אַחר" — „בן".
און דאָס איז אַ הוראה צו יעדער איינעם, וואָס ביי יעדער איינעם מאָנט מען דאָך, ער זאָל טאָן ניט נאָר מיט זיך נאָר אויך מיט יענעם, איז בכדי צו אויפטאָן מיט יענעם, דאַרף מען געדענקען דעם כלל, קשוט עצמך ואחר כך קשוט אחריםי). מען דאַרף אַליין זיין „יפה תואר ויפה מראה", וועט מען קענען פּועל'ן אויך אויפן צווייטן.
מען מיינט ניט צו זאָגן, אַז מען זאָל וואַרטן מיט פאַרנעמען זיך מיט אַ צווייטן אידן ביז מען וועט צוקומען אַליין צו תכלית השלימות — דאָס איז זיכער ניט אַזוי. ניט קוקנדיק אויף דעם אייגענעם מצב מוז מען טאָן אויך מיט יענעם, און מען טאָר ניט אָפּלייגן.
אָבער פון דער צווייטער זייט דאַרף מען געדענקן אַז מען מוז טאָן מיט זיך, פאַרריכטן די אייגענע חסרונות, און דאָס — דער פאַרריכטן די אייגענע חסרונות — איז נוגע ניט נאָר צו זיך אַליין נאָר אויך צו יענעם.
וואָרום בשעת מען האָט אַליין חסרונות, וואָס מען טוט ניט אין פאַרריכטן זיי, פילט דאָס דער צווייטער, און במילא קען מען ניט אויפטאָן אין דעם צווייטן, דאָס וואָס מען דאַרף אין אים אויפטאָן.
דאַרף מען וויסן די גרויסע אחריות וואָס מען האָט בנוגע צו פאַרריכטן די אייגענע חסרונות, וואָרום אויב מען טוט ניט אין דעם, שאָדענט מען ניט נאָר זיך אַליין נאָר אויך אַנדערע.
מען דאַרף לייגן גאָר גרויס השתדלות אויף צו זיין אַליין יפה תואר ויפה מראה, וואָרום דאָס האַנדלט זיך ניט וועגן אַ יחיד נאָר וועגן אַ רבים.
ז. די הוראה פון דער מעשה מיט אשת פּוטיפר איז;
רז"ל דערציילן אונזיא), אַז אשת פּוטיפר לשם שמים נתכוונה. זי האָט געזען אַז פון איר וועלן אַרויסקומען קינדער צו יוסף'ן, נאָר זי האָט אַ טעות געהאַט; דאָס איז געווען ניט פון איר נאָר פון איר טאָכטער.
80זעט מען דערפון, אַז עס קען זיין אַן ענין וואָס אין חיצוניות און בפּועל איז דאָס אינגאַנצן אַ היפּך פון קדושה, אָבער אין פּנימיות איז זיין כוונה גאָר לשם שמים, אויף מוסיף זיין און אויפטאָן אין קדושה.
דער אַלטער רבי רעדט אין תניאכא), אַז בשעת אַ איד שטייט און דאַוונט און בשעת מעשה קומט צו אים אַ גוי און ער איז אים מבלבל, דאַרף דאָס אין אים פּועל'ן, אַז ניט נאָר דאָס זאָל אים ניט אָפּשוואַכן, נאָר אדרבה, דאָס גופא זאָל אין אים מעורר זיין מער חיזוק, אַז ער זאָל דאַוונען מיט מער כוונה פון טיפעניש פון האַרצן.
אין פלוג, איז דאָך ניט פאַרשטאַנדיק, אויב די כוונה אין דעם איז מעורר צו זיין דעם אידן ער זאָל דאַוונען מיט מער כוונה, היינט פאַרוואָס קומט עס עפּעס אין אַזאַ אופן וואָס אַ גוי זאָל אים שטערן פון דאַוונען, וואָס דאָס איז דאָך אַ פאַרקערטער ענין?
נאָר דער פּשט איז, אַז דער גוי אַליין אין זיין פּנימיות און שרש (וואָס דער שרש פון יעדער זאַך איז דאָך אין קדושה) ווייס און פילט אַז ער דאַרף עפּעס מוסיף זיין אין קדושה, נאָר אַזוי ווי דאָס גייט דורך דורך דער פאַרמיטלונג פון אַ גוי דאָ למטה, וואָס ער איז דאָך היפּך הקדושה, דערפאַר דריקט זיך דאָס אויס אין אַ פאַרקערטן אופן. אָבער די כוונה פּנימית איז אויף צו העלפן און מוסיף זיין אין קדושה.
אַזוי ווי דער מעזריטשער מגיד נ"ע זאָגט, אַז דער גאַנצער ענין, וואָס לבן איז נאָכגעלאָפן נאָך יעקב'ן איז געווען, ווייל עס האָבן געדאַרפט צוקומען נאָך אותיות אין תורה, דערפאַר איז לבן נאָכגעלאָפן נאָך יעקב'ן, וואָס דער סיפּור איז אַריינגעשריבן געוואָרן אין תורה, און דורך דעם איז צוגעקומען אַ פּרשה אין תורה.
און דאָס איז אַ הוראה בנוגע צו אַלע העלמות און הסתרים אויף עבודת הוי', וואָס דער אמת איז ווי דער ענין שטייט בפּנימיותו ובשרשו, אַז ניט נאָר וואָס ער איז ניט קיין מנגד אויף קדושה, נאָר אדרבה ער העלפט גאָר צו קדושה, נאָר וויבאַלד דאָס גייט דורך דורך אַזאַ צינור, דערפאַר טייטשט זיך דאָס אויס אין אַ פּירוש הפּכי. אָבער אין פּנימיות איז דאָס אַ הילף און אַ הוספה אין קדושה.
און בשעת דער מענטש וועט זיך ניט נאַרן און ניט האָבן דעם טעות וואָס דער גוי האָט, נאָר ער וועט וויסן אַז אין רע יורד מלמעלה *א) עס איז גאָר ניטאָ קיין העלמות והסתרים און אַלע ענינים וואָס ער זעט זיינען אַ סיוע אין קדושה, ובמילא איז ניט נאָר וואָס דער העלם דאַרף אין אים ניט פּועל'ן קיין שוואַכקייט, נאָר אדרבה, דאָס דאַרף נאָך אין אים פּועל'ן אַ תוספות כוח וחיזוק,
בשעת ער וועט דאָס דערפילן און אָפּמאַכן ביי זיך אַ פעסטן באַשלוס מיט אַן אמת, — איז פאַרן אמת ווערן אַלע בטל, עס ווערן בטל אַלע81העלמות והסתרים, מניעות ועיכובים, וואָרום דורך דעם וואָס ער ווייס דעם אמת אַז אין יעדער זאַך איז דאָ אַ ניצוץ אלקי און אַלץ איז אַ סיוע צו קדושה, דורך דעם פּועל'ט ער אויך אין דעם דבר המעלים, אַז עס ווערט אין אים דערוועקט און אַנטפּלעקט זיין ניצוץ, ובמילא איז אויך דאָ למטה זעט זיך אין אים אָפן די כוונה האמיתית, אַז דאָס ברענגט אַ הוספה אין קדושה.
ח. און דאָס איז די הוראה פון דעם מאמר רז"ל אשת פּוטיפר לשם שמים נתכוונה;
בשעת ס'איז דאָ אַ העלם והסתר זיינען דאָ צוויי דרכים אין דעם; איין דרך איז: מלחמה האַלטן מיט דער זאַך וואָס איז מעלים, דאָס הייסט, מען נעמט דאָס טאַקע אָן פאַר אַן אמת'ן העלם והסתר, און מען האָרעוועט מיט אַלע כחות אויף מלחמה האָבן אַנטקעגן דעם. די צווייטע וועג (וואָס זי איז אַ געשמאַקערע) איז; מען ווייס אַז בפּנימיות איז דאָס גאָר אַ סיוע צו קדושה, און בשעת מען שטעלט זיך אַזוי אַוועק, איז מען דאָס מעורר ומגלה, אַז דאָס קומט אַראָפּ אויך בגילוי אַז דורכן דבר המעלים גופאָ קומט צו אַ תוספות אור אין קדושה.
חנוכה
ט. וועגן חנוכה געפינען מיר צוויי קעגנגעזעצטע ענינים;
א) עס שטייט אין ספרים 44)) אַז חנוכה איז מלשון חינוך. אַזוי איז אויך מובן בפשטות בלשון חנוכת המזבח וחנוכת בית המקדש, אַז דאָס איז געווען אַן אָנהויב, מען האָט אָנגעהויבן טאָן דעם אויבערשטנס עבודה (אין בית המקדש בכלל און אין מזבח ומנורה בפרט) פון דאָס ניי, — אַן ענין פון חינוך.
ב) דער נס פון חנוכה איז געווען אַז מען האָט געפונען אַ פּך שמן טהור חתום בחותמו של כהן גדוליח). כאָטש עלפּי דין האָט מען געקענט מדליק זיין אויך מיט שמנים טמאים, וואָרום טומאה דחוי' אָדער הותרה בצבורא), פונדעסטוועגן — בכדי צו ווייזן חיבתם של ישראל, האָט דער אויבערשטער באַוויזן אַ נס, מען זאָל קענען ניט נאָר אָנהויבן מקיים זיין די מצוה, נאָר מקיים זיין די מצוה בתכלית ההידור, אָן קיינע היתרים, אַפילו ניט קיין אויםגעהאַלטענע היתרים — היתרים על פּי שלחן ערוך.
זעט מען דערפון די הוראה, אַז בשעת עס רעדט זיך וועגן אַן ענין פון קדושה, דאַרף מען באַלד אין אָנהויב, אין אָנפאַנגס חינוך, עס טאָן בתכלית השלימות ובתכלית ההידור.
י. די זעלבע זאַך בפרט איז בנוגע חינוך הבנים והבנות באַלד פון קינדווייז אָן דאַרף מען זיי געבן אַ גאַנצע אידישקייט, אָן קיינע פּשרות און אָן קיינע היתרים.
באַוואָרענען אַז — גם כי יזקין לא יסור ממנהכז), קאָן מען ניט דורך פאַרלאָזן זיך אַז בשעת ער וועט ווערן עלטער און זיין אין גאַס, וועט מען82אים דעמאָלט דערציילן אַז ער דאַרף האַלטן מלחמה, דערציילן אים אַז ער דאַרף ניט נתפּעל ווערן פאַר קיין מונע ומעכב און ווי אַזוי ער דאַרף האָבן מסירת נפש. אויב מען וויל אַז דעמאָלט, כי יזקין, זאָל ער ביישטיין די נסיונות דאַרף מען אָנהויבן ווען ער איז נאָך אַ „נער".
דערפאַר האָבן דאָך חכמי ישראל זיך שטאַרק משתדל געווען און געלייגט גאָר גרויסע כחות אויפן חינוך פון בני ובנות ישראל אַז ער זאָל זיין על טהרת הקודש.
מען האָט מלחמה געהאַלטן אויף יעדער פּרט, אַפילו פּרטים וואָס האָבן אויסגעוויזן ניט אַזוינע וויכטיקע האָט מען געקעמפט ניט נאָכצוגעבן זיי, ווייל מען האָט געוואוסט אַז די חינוךיאָרן זיינען נוגע דעם בחור אָדער דער מיידל אויף זייער גאַנץ לעבן, מען האָט געוואוסט אַז מען דאַרף זיי מיטגעבן שטאַרקייט מיט כלי זיין, זיי זאָלן האָבן מיט וואָס צו אָפּשלאָגן די אַלע מלחמות וואָס זיי וועלן האָבן אויף זייער לעבנס־וועג.
אַ מענטש איז געגליכן צו אַ בוים. כי האדם עץ השדה.
אויב מען מאַכט אַ קריץ אין בוים בשעת ער איז שוין אויסגעוואַקסן, איז דער קריץ נאָר אויף דעם אָרט וואו מען מאַכט אים, און אויסער דעם, טוט דאָס ניט אָן קיין שאָדן. אָבער בשעת מען מאַכט אַ קריץ אין דעם קערנדל וואָס מען גייט איינפלאַנצן, איז רעכט אַז פון איין קריץ, זאָל אויסוואַקסן דער גאַנצער בוים אַ פאַרקריפּלטער.
יא. אַזוי איז אויך אין דעם ענין פון חינוך
אַ מענטש אין די מיטעלע יאָרן וואָס איז שוין דורכגעגאַנגען העלפט וועג פון זיין וועלט און מיינט אַז ער איז געצוואונגען צו גיין אויף פּשרות, רירט דאָס אים אָן מער ניט ווי אויף עטלעכע יאָר. פערציק יאָר האָט ער געלעבט אָן פּשרות, איז אויב ער ווערט נכשל און מאַכט אַ פּשרה אויף אַ יאָר, קענען אים געבן כוח די פריערדיקע פערציק יאָר וואָס ער האָט הינטער זיך, ער זאָל באַלד צוריק פאַרגעסן אויף דער פּשרה און האַלטן זיך ביי שלימות'דיקער אידישקייט.
בשעת אָבער עס האַנדלט זיך וועגן אַ יונגן דור, און זיי וויל מען דערציען אויף פּשרות, נעמט מען ביי זיי צו די וואַרעמקייט און קנאות אין אידישקייט אויפן גאַנצן לעבן. איבער דעם קריץ מיטן חסרון וואָס מען מאַכט אין זייער נשמה אין זייער יוגנט, איז רעכט אַז דערנאָך זאָל רחמנאָ לצלן אויסוואַקסן אַ פאַרקריפּלטער איד, אַ בעל מום.
יב. אמת טאַקע, אף־עפּי שחטא ישראל הוא*)), עס איז אָבער פאַראַן אַזאַ וואָס די גמרא זאָגט אויף אים במסכת סנהדרין, עכור אתה בעולם הזהח), דער גליק איז וואָס מען האָט אים באַוואָרנט מיט עולם הבא. מיר דאַרפן אָבער האָבן אַ יונגן דור אידן בעולם הזה, זיי זאָלן זיין געזונטע אידן, לעבעדיקע אידן ברוחניות, וממילא געזונטע אידן און לעבעדיקע אידן בגשמיות, און דער־83מיט וועלן זיי קענען אייננעמען דעם עולם־הזה ניט נאָר פאַר זיך, אַז זייער חלק זאָל זיין אַ מקדש פאַרן אויבערשטן, נאָר אויך פאַר דעם מיטעלן און עלטערן דור.
יג. עס זיינען פאַראַן אַזוינע פּרטים וועלכע ווייזן זיך אויס אין פלוג אַז זיי זיינען ניט אַזוי פיל נוגע, און אַז דאָס איז מער ניט ווי אַ חוט השערה,
אָבער עס קאָן דאָך זיין אַז דאָס איז דער חוט השערה אויף וועלכן די גמרא זאָגטלא), אַז דערפון וואַקסט אויס דער גאַנצער יצר הרע, וואָס רשעים נדמה להם כחוט השערה.
ווי אַזוי קומט דאָס אַז אַ איד זאָל ווערן אַ רשע רחמנא לצלן? אַ איד וויל דאָך מקיים זיין דעם אויבערשטנס רצון, היינט ווי קומט דאָס אַז ער זאָל טאָן זאַכן וואָס זיי זיינען קעגן דעם אויבערשטן ביז צו ווערן אָנגערופן רשע?
נאָר דאָס קומט פון דעם וואָס נדמה להם כחוט השערה, עס דוכט זיך אים אויס, אַז דאָס איז אַ קלייניקייט, און אַמאָל קען פּאַסירן אַז דאָס איז טאַקע אַ קלייניקייט, אָבער אין זיין מעמד ומצב אין וועלכן ער שטייט, קען די קלייניקייט אים מכריע זיין, אָדער ער זאָל זיין אַ צדיק און נכתב ונחתם ווערן לחיי עולם88)), אָדער רחמנא לצלן אַ רשע וואָס אויף אים זאָגט דער פּסוק לדראון עולם38)), און איבער וואָס — איבער דעם חוט השערה.
אויב ער האָט ניט ביי זיך גענוג שטאַרקייט און גענוג שכל אויף קענען אונטערשיידן צי דאָס איז דער פּרט אין וועלכן עס הענגט אָפּ זיין מהות, איז אין איצטערדיקע צייטן וואָס דער אמת ווערט אַלץ מער נתברר — איז דאָ די הבחנה פון דעם צד שכנגד;
בשעת מען זעט ווי דער צד שכנגד שטעלט זיך מיט אַזאַ שטאַרקייט אַז ס'איז רעכט פאַרלירן מיליאָנען מיט געלט, פאַרלירן כמה וכמה מענטשן, אָנצואווערן שטיצע פון אַלע זייטן, אַבי ניט נאָכצוגעבן אַ קליינעם פּרט, וואָס עס איז לגמרי ניט פאַרשטאַנדיק אין שכל, איז דאָס אַ הבחנה און אַ הוראה פאַר אונז, אַז מען טאָר ניט נאָכגעבן אפילו אָט דעם פּרט וואָס מען וויל אונז איינריידן אַז דאָס איז מער ניט ווי אַ קליינער פּרט, ווייל דאָס איז ערקתא דמסאנילד) בשעת גזרת השמד, און דאָס איז דער חוט השערה אין וועלכן עס הענגט אָפּ צי אין פאַרלויף פון דער צייט וועט ער בלייבן אַ איד.
יד. אַ ווייטערדיקער באַווייז אויף דעם ווי דער חוט השערה איז נוגע, זעט מען דערפון וואָס די גאַנצע צרה צו וועלכער מען איז צוגעקומען האָט זיך אָנגעהויבן ווי די רז"ל זאָגן 36)), כל המחניף לחבירו, אָדער ווי די צווייטע גירסא כל המחניף לרשע, — איין גירסא איז אין גמרא און איינע אין עין יעקב — לסוף נופל בידו.
מען האָט געזען אין די לעצטע יאָרן, אַז די אַלע וואָס זיינען גע־84גאַנגען מיט יאָרן צוריק אויף פּש' רות און האָבן געמיינט אַז דורך דעם וועלן זיי אייננעמען דעם יונגן דור (טראַכטנדיק אַז די וואָס מען האָט שוין אין פרומען צד וועלן זיי סייווי בלייבן גאַנץ), האָט מען געזען באַשיינפּערלעך אַז ניט נאָר וואָס מען האָט פאַרלאָרן די יוגנט וואָס מען האָט זיי געוואָלט פירן אויפן וועג פון פּשרות, נאָר מ'האָט אַריינגעבראַכט אַ שוואַכקייט אויך אין די יוגנט וואָס זיינען געווען אונטער זייער השפּעה און געהאַלטן זיך אינגאַנצן פרום.
די, אָבער, וואָס זיינען געגאַנגען מיט צען, פופצן אָדער צוואַנציק יאָר צוריק מיט דער שיטה אַז מען טאָר ניט נאָכגעבן קיין פּרט, ובפרט אין חינוך — די האָבן מצליח געווען.
טו. אַ תוספת כוח אין דעם חינוך הכשר גיבן אַריין די אַלע וואָס זיינען זיך מתעסק אין חינוך הכשר בגופם ובנשמתם, און די אַלע וואָס העלפן אין דעם מיט זייער געלט.
כאָטש אפילו מען קומט צוגיין צו אים און מען זאָגט הער זיך איין, וואָס האָסטו זיך איינגעשפּאַרט געבן די געלט אין אַ ישיבה וואָס וועט אויסהאָדעווען בטלנים, אויסהאָדעווען מענטשן וואָס האָבן ניט קיין שייכות צו הוויות עולם הזה, דער וועט גיין מיט אַ באָרד, דער מיט אַ קאַפּאָטע, און דו וועסט זיין דער גורם אויף אויסהאָדעווען מענטשן וואָס בשעת זיי וועלן אַרויסגיין אין דער וועלט וועלן זיי ניט וויסן ווי אַ קער טאָן זיך.
פונדעסטוועגן האָט ער אין זיך די שטאַרקייט אויף ניט נתפּעל ווערן און, אדרבה, פון דעם גופא לערנט ער אָפּ אַ הוראה, וויבאַלד מען זעצט זיך אָן אויף אים אַזויפיל און מען וויל אים אָפּרייסן פון דעם, איז אַ הוכחה אַז דוקא דאָ ליגט דער אמת און דוקא דאָ ליגט די הצלה פון עם ישראל, ובמילא איז ניט נאָר וואָס ער פאַרקלענערט ניט זיין אַרבעט פאַר חינוך הכשר בנשמתו אָדער בגופו אָדער בממונו, אָדער אין אַלע דריי, נאָר אַדרבה, מכאן ולהבאָ טוט ער נאָך מיט אַ גרעסערער שטאַרקייט.
דאָס גיט אַ שטאַרקייט דעם יונגן דור גופא. בשעת מען פרעגט ביי זיי אַ שאלה; אייערע חברים באַקומען אויך אַ אידישן חינוך אָבער אָן קנאות און אָן דקדוקים, וואו שטייט דאָס אַז איר דאַרפט זיין די מהדרים?
ווייזן זיי אָן, אָט איז דאָ אַ סוחר וואָס האַלט מיט אונז, אָט איז דאָ אַ גביר וואָס האַלט מיט אונז, אַ רב וואָס האַלט מיט אונז, אַן אַלטער איד אָדער אַ פרוי וואָס האַלט מיט אונז, איז דאָס גיט זיי אַ שטאַרקייט אויף דורכגיין די נסיונות וואָס זיי האָבן אין זייערע ד' אמות.
און דער יישר כוח קומט צו די וואָס לערנען מיט די תלמידים און ווערן ניט נתפּעל פון נסיונות און זיינען ממשיך אין דעם דרך החינוך, און צו די עסקני החינוך וואָס זשאַלעווען ניט מנשמתם, מגופם ומממונם, און גיבן וויפל זיי קענען, ובמשך הזמן וועלן זיי מסתמא געבן יותר מכפי יכלתם — אַבי אויפצוהאַלטן דעם חינוך על טהרת הקודש ביראת שמים טהורה.
85טז. בשעת מען שטעלט זיך אַוועק אויף דעם וועג פון חנוך לנער על פּי דרכו אָן קיינע פּשרות, ווי די הוראה וואָס עס איז געגעבן געוואָרן חנוכה, אַז מען האָט ניט געוואָלט אַפילו קולות אויסגעהאַלטן על פּי שולחן ערוך, מען האָט געזאָגט אַז מען וויל האָבן אַ נס, וואָרום מיר ווילן האָבן אַ מקדש טהור, אַ מנורה טהורה און שמן טהור, במילא וועט די ליכטיקייט אויך זיין אַזוי.
איז אַזוי ווי דעמאָלט האָט דער אויבערשטער געהאָלפן אַז במשך אַ קורצער צייט איז געווען דער „נתת" פון די אַלע חלוקות ביד עוסקי תורתך, און מען האָט מחנך געווען דעם בית המקדש מיט אַזעלכע נרות וואָס זיי לייכטן אונז ביז היינט, אַז אַפילו ווען די זון גייט אונטער, ווען אויפן גאָס ווערט פינסטער און נאָך פינסטערער, איז אין אידישע הייזער ליכטיק, און מוסיף והולך,
א. אין אָנהויב פון פּרשת מקץ, און אַזוי אויך אין דער פריערדיקער סדרה, וישב, דערציילט די תורה וועגן חלומות; דער חלום פון פּרעה'ן (אין פּרשת מקץ) און דער חלום פון יוסף'ן, מיט די חלומות פון שר המשקים און שר האופים (אין פּרשת וישב).
די אַלע חלומות זיינען געווען סיבות וועלכע האָבן געבראַכט צו גלות יעדער נאַכט ווערט די ליכטיקייט אַ גרעסערע —
איז כמו שעשה ניסים לאבותינו בימים ההם, אַזוי איז אויך איצטער בזמן הזה, קענען מיר זיין זיכער אַז במהרה בימינו וועלן מיר זוכה זיין, אַז עס וועט אַראָפּקומען דער מקדש טהור הבנוי למעלה — מען דאַרף מער ניט ווי צוגרייטן דאָ אַן אָרט וואו אַוועקשטעלן אים — און אידישע קינדער, אידישע אידן פון מיטעלן דור און פון עלטערן דור, וועלן מאַכן ליכטיק דעם בית המקדש מיט דער וועלט אַרום זיי, ניט נאָר מיט אַ נר של מצוה אַליין, נאָר אויך מיט אַ נר טהור בתכלית וקדוש בתכלית, וואָס דאָס וועט ממשיך זיין שכינתו יתברך בתחתונים ממש, אַז דער עולם־הזה וואָס איז געווען ביז איצטער אַ חומרי, אָדער לכל־הפּחות אַ גשמי, וועט ווערן אַ בית המקדש לשכינתו יתברך.
(משיחת ליל נר ג' דחנוכה, תשי"ד) — שבת חנוכה
מצרים — דער שרש פון אַלע גליותא). אַזוי ווי אַלע ענינים זיינען בהשגחה פּרטית, ממילא איז פאַרשטענדלעך, אַז דער מסובב — גלות, האָט אַ שייכות און איז ענלעך צו דער סיבה — חלום.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק א׳
- Id
- rh-k954zd1c