Likkutei Sichos
Pesach
244דיקעיח), דוקא האַנט־מצהיח) און דוקא דאסוותא און מיכלא דמהימנותאיט), מצה שמורהכ), וואָס דורך דעם וועט וואָס אמונה איז דאָך דער יסוד פון ביי הונדערטער און אפשר טויזנטער אַלע מצוות, און פון אידישן לעבן אידן אָפּגעהיט ווערן מצות אכילת בכללכז) — אַז דאָס מקיים זיין די מצה ווי עס דאַרף צו זיין, ובהידור. מצוה ווי עס דאַרף זיין און מיט אין די ערטער וואו עס פירט זיך אַ הידור — וועט געבן אַ חיות אין צו מאַכן אַלגעמיינע סדרים (ווי האָ־ קיום פון תורה ומצוות דעם גאַנצן טעלן וכדומה) איז זעלבסטפאַרשטענד־יאָר, עס זאָל זיין אַ געזונטער יאָר לעך דאַרפן דאָס טאָן די מסדרים ברוחניות, וועט בדרך ממילא זיין אַ
געזונטער יאָר בגשמיות.
וגדולה מעלת וסגולת מצוות מצה,
וואָס איז, כלשון הזהר הקדוש, מיכלא
חג הפסח
לויט דער וויכטיקייט פון די ענינים
דער סדר פון די פיר קשיות לויט און ניט לויט דעם סדר וואָס דאָס דעם מנהג חב"דא) איז; מטבילין, קינד זעט פריער.
א זז אר אא אממות אא מארמ א אז ע מא" מ מ בא' ר" אמאר מר ע דיקט אאיס עם ענין אמרת.
און ערשט צום סוף מטבילין — וואָס
19) זע אין די ספרים וואָס זיינען גע־איז בלויז אַ מנהג.
בראַכט אין שדי חמד אסיפת דינים מע'
חמץ ומצה סימן יג. שערים מצוינים בהלכה
לקיצור שו"ע סימן קי. הגדת מבאר (פעט־ פריער, האָט מטבילין געדאַרפט זיין
אָדער גאָר צום סוף (ווייל דער עיקר
20) זע פרי חדש לשולחן ערוך אורח איז דער טיבול שני), אָדער על כל חים סימן תננ. שו"ע רבנו הזקן שם פנים נאָך מסובין, ווייל מסובין איז
1) בסדר הזה הוא במשנה שבירושלמי —
רי"ף ורא"ש (אבל שתי קושיות האחרונות
חסרות שם. והגהת הב"ח ברי"ף צ"ע). חלק ב מא, א. לקוטי תורה צו יג, ד. בסי' רע"ג (כת"י ב"מ) בסי' רס"ג, רמב"ם, ד"ה כימי צאתך, תש"ח לכ"ק מו"ח אטור אבודרהם (מדמקדימין פי' קושיית מו"ר — סוף פרק יב.
מטבילין לפי' שאר ירקות) זבת פסח למה־
ר"י אברבנאל, פע"ח שער כא פ"ז, סידור לאדמו"ר האמצעי.
האריז"ל, מ"ח ועוד. וכן הוא בהנדה
הראשונה שבדפוס (שונצינו 1485).246דאָך ביי קידוש, נאָך פאַר דעם ערשטן טיבול*).
ב. עס זיינען פאַראַן אַזעלכע וואָס זאָגן אַז מצוות דאורייתא דאַרף מען מקיים זיין מיט אַ תוקף ביז מסירת נפש. אויך מצות דרבנן דאַרפן זיין מיט שטאַרקייט, ווייל זיי גייען אַריין אין דער מצוה „לא תסור", (וכמו שהאריך הרמב"ם) בענין הגדרים, הסייגים ובפרט המצוות דרבנן שהם בכלל לא תסור), אָבער מנהגים — איז אויב זיי קומען אָן גרינג, מהיכי תיתי, אָבער מוסר נפש זיין זיך אויף דעם איז מען ניט מחוייב.
נאָך מער טענה'ן זיי; בעת מען דאַרף מחנך זיין קינדער בדרך התורה, און אַלץ אויספירן איז דאָך זייער שווער, — איז אַמאָל כדאַי צו פאַרקוקן אויף מנהגים, און אָפּגעבן זיך נאָר אויף אַריינגעבן אין זיי שטאַרקייט אין ענינים עיקריים.
איז אויף דעם די אָנווייזונג פון דעם סדר הקושיות: די ערשטע זאַך וואָס אַ קינד פרעגט, די ערשטע זאַך וואָס ער באַמערקט און עס מאַכט אויף אים אַן איינדרוק, איז ניט קיין ענין פון דאורייתא אָדער אַ דרבנן, נאָר אַ מנהג ישראל, דאָס פאַרכאַפּט זיין אויג, און האָט אויף אים די גרעסטע ווירקונג.
אויב די הנהגה פון דעם קינד און אַרום אים וועט זיין ענלעך צו דער ניט־אידישער סביבה, איז אויב אַפילו ער וועט האָבן אַ קביעות צו לערנען תורה, ער וועט דאַוונען, מקיים זיין מצוות, א. א. וו. וויבאַלד אָבער אַז אין זיין אויפפירונג איז ער גלייך צו דער סביבה, אויף אים איז ניט קענטיק אַז ער איז אַ איד און ביי אים הערט זיך ניט אָן דער המבדיל בין ישראל לעמים, דער אתה בחרתנו מכל העמים, ברענגט עס, אַז אויך אין די מצוות וועלכע ער איז מקיים און אין דער תורה וואָס ער לערנט הערט זיך ניט אָן די נויטיקע קדושה.
און ווען עס פעלט אין דעם יסוד — קדושת התורה וקדושת המצוות — איז מעגלעך אַז מיט דער צייט זאָל ביי אים פעלן, חס ושלום, אויך אין קיום המצוות בפּועל.
ג. אויסער דעם וואָס מנהגי ישראל זיינען אַליין תורה, ווי דער מאמר; מנהג ישראל תורה היא (ואפילו מנהג נשיםח), דאַרף מען ניט שוקל זיין וואָס איז וויכטיקער, אַזוי ווי עס שטייט, אורח חיים פּן תפלסח), ובמילא
פאַרבויגן אויף קיין שום זאַך, — איז אויסער דעם דער ערשטער יסוד פון חינוך; דאָס קינד זאָל וויסן אַז ער איז אַנדערש ווי אַלע, ער זאָל וויסן אַז ער איז אַ איד. און דאָס באַקומט ער בעיקר דורך מנהגי246ישראל. מנהגים וואַרפן זיך אין די אויגן, זיי בעיקר קאַרבן איין אין אים דעם געפיל אַז אַתה בחרתנו מכל העמים, וואָס דערפון איז געקומען וקרבתנו מלכנו לעבודתך — דער יסוד און קיום פון דער גאַנצער תורה.
אַזוי ווי די רז"ל זאָגןז); גדולה שימושה יותר מלימודה.
ד. בשעת מען איז מחנך קינדער ווי עס דאַרף זיין, און מען לערנט זיי אַז אויך מנהג ישראל תורה היא, און מען דאַרף זיך אויף דעם מוסר נפש זיין, דעמאָלט זאָגט מען2 עבדים היינו לפרעה במצרים, ויוציאנו ה' אלקינו משם ביד חזקה ובזרוע נטוי'; אַזוי איז אויך איצטער, כימי צאתך מארץ מצרים, ניט קוקנדיק אויף דעם חושך כפול ומכופּל פון גלות, איז יוציאנו מאפילה לאור גדול, און נודה לך שיר חדש, ניט שירה חדשה לשון נקבה נאָר שיר חדש לשון זכר), אַז עס וועט זיין די גאולה שלימה ואמיתית שאין אחרי' גלות, על ידי משית צדקנו במהרה בימינו.
וועגן דעם לשון הרי אַני כבן שבעים שנה, בכ"ף הדמיון, זאָגט די גמרא) אַז באמת איז רבי אלעזר בן עזרי' געווען אַ סך אינגער, נאָר אהדרו לי' תמני סרי דרי חיוורתא — ער האָט באַקומען אַכצן שורות ווייסע האָר, — האָט ער אויסגעזען ווי אַ זקן. און דאָס איז דער דיוק כבן שבעים שנה, מיט אַ כ"ף הדמיון בלבד.
לויט דעם איז ניט פאַרשטאַנדיק וואָס ער זאָגט ווייטער ולא זכיתי כו'. לויט דער פּשטות הלשון איז דער וואונדער פון „ולא זכיתי" ניט נאָר מצד חכמה, נאָר אויך מצד דעם וואָס ער איז אַ זקן כבן שבעים שנה און האָט אַ סך צייט אָפּגעגעבן אויף דעם, דערפאַר האָט ער געדאַרפט מנצח זייןי) עס זאָל זיין הלכה כמותו, אָבער וויבאַלד ער האָט בלויז אויסגעזען ווי אַ זקן פאַלט דאָך אָפּ די טענה עס זאָל זיין הלכה כמותו?
נאָר עס איז ידועיא) אַז די משלים ודוגמאות שבתורה זיינען ניט סתם משלים, נאָר זיי ווערן נשתלשל פון זייער נמשל, איז דאָס גופא וואָס נראה כזקן — איז דאָס ווייל ברוחניות איז ער באמת געווען אַ זקן בן שבעים שנה, און אַזוי ווי עס שטייט אין סידור האריז"ל אַז בצירוף זיינע יאָרן פון ערשטן גלגול איז ער געוואָרן דעמאָלט בן שבעים שנה.
און דערפאַר איז ער מסיים בתמי' ולא זכיתי כו'; מצד דעם וואָס ברוחניות איז ער געווען אַ זקן, האָט ער געדאַרפט זוכה זיין, די הלכה זאָל זיין ווי ער.
און דורך דעם וואָס די זקנה ברוחניות האָט זיך פאַרבונדן מיט אַן ענין פון תורה, הלכה כמותו, וואָס תורה געוועלטיקט אויף גשמיות, האָט זיך עס אויסגעדריקט אויך אַז ער האָט טאַקע אויסגעזען ווי אַ בן שבעים247שנה, אַפילו אין זיינע גאַנץ אויסערלעכע ענינים (שערות — האָר — הטפל לבשרויח)), און לויט דעם מאמר הירושלמייח) אויף דעם פּסוק א־ל גומר עלי, אַז די מציאות פון וועלט ווערט לויט דעם פּסק דין פון תורה.
ו. די אָנווייזונג פון דעם אין עבודה פאַר יעדן איינעם;
רוב נשמות אין אונזערע דורות זיינען ניט קיין נייע נשמות, נאָר זיי זיינען שוין געווען אַמאָל אין אַ גלגול. איז בשעת עס קומט צו אַן ענין אין עבודה וואָס מצד זיינע כחות און ענינים פון דעם איצטיקן גלגול זעט ער ניט אַז ער זאָל עס קענען דורכפירן, דאַרף ער וויסן, אַז עס קען ביי אים אויך נתגלה ווערן דער טוב פון פריערדיקן גלגול, און דאָס העלפט אַרויס אין זיין עבודה, ניט נאָר אין שכל און מדות — כחות פּנימיים — נאָר אויך אין מחשבה דבור ומעשה — ענינים חיצוניים (דוגמת השערות) — אין טאָגטעגלעכן לעבןיד).
ז. אין פלוג קען מען פרעגן: אויב מען איז מצרף די ענינים פון פריערדיקן גלגול, ווערט דאָך אין פלוג דער רע אויך נצטרף, און ווער ווייס ווי איז געווען זיין מצב אין פריערדיקן גלגול, איז פון וואַנען זאָל ער נעמען כחות אויף קעמפן מיטן רע און טאָן זיין עבודה?
איז דער ענטפער אויף דעםב
טוב איז אַ מציאות נצחי. בשעת אַ איד טוט אַ מצוה בלייבט עס אויף שטענדיק, ווי עס שטייט אין תניאי), „ויחוד זה למעלה הוא נצחי לעולם ועד". אָבער רע איז קיין מציאות ניט, עס איז מער ניט ווי אַ העלם והסתר, און אויב ער האָט שוין באַקומען אַן עונש הממרק (אַ שטראָף וואָס לייטערט אויס), בגשמיות צי ברוחניות, אויף דעם וואָס ער האָט געטאָן, אָדער אַז ער האָט אַף דערויף תשובה געטאָן, איז דאָך אַ ודאי דער רע שוין בטל געוואָרן. ומכל שכן בתשובה מאהבה — וואָס זדונות נעשים כזכיותי).
ח. און דאָס איז אויך אַן ענטפער צו די וואָס פרעגן, ווי קען דאָס זיין אַז די פריערדיקע דורות האָבן ניט זוכה געווען צו גילוי המשיח, און איצטער וואָס אכשור דרא בתמי', וועט מען זוכה זיין צו גילוי המשיח — איז דער ענטפער אויף דעם, אַז אין איצטיקן דור איז דאָ אויך דער טוב פון די פריערדיקע דורות כנ"ל, דערפאַר וועט מען איצטער דוקא זוכה זיין לביאת המשיח במהרה בימינו.
ט. כנגד ארבעה בנים דברה תורה אחד חכם ואחד רשע ואחד תם ואחד שאינו יודע לשאול:
אין דער פּיסקא איז ניט פאַרשטאַנדיק
א) דער סדר פון די ארבעה בנים, וואָס ער שטעלט אַוועק דעם רשע248לעבן חכם, לכאורה האָט ער זיי געדאַרפט שטעלן אָדער לויט סדר המקראות8 רשע, תם, שאינו יודע לשאול, חכם. אָדער לויט זייער חשיבות; חכם, תם, שאינו יודע לשאול און רשע.
— וואָס אַזוי איז דאָך זייער חשיבות אויך מצד סדר העולמות, ווי עס איז פאַראַן אין כתבי האריז"ליז אַז די ארבעה בנים זיינען כנגד די ד' עולמות, חכם — באצילות (דאבא — חכמה — עילאה מקננא באצילות), רשע — בעשי' שהקליפּה קרובה שםיח), תם — בבריאה, ושאינו יודע לשאול — ביצירה.
אין פּשטות קען מען פאַרענטפערן, אַז ער רעכנט זיי כדרך חכמתםיח) ; אויך קען מען זאָגן אַז פריער רעכנט ער דעם קצה היותר עליון, נאָכדעם, דעם קצה היותר תחתון, און צום סוף די וועלכע געפינען זיך צווישןכ).
אין תורה איז דאָך אָבער יעדער ענין בדיוק, איז וויבאַלד אַז מען שטעלט פאָרט דעם רשע לעבן דעם חכם, מוז מען זאָגן אַז עס איז צווישן זיי דאָ אַ שייכות, ובפרט אַז ער זאָגט „ואחד רשע" מיט אַ וא"ו המוסיףכא). דאַרף מען פאַרשטיין, וויבאַלד אַז חכם איז קצה היותר עליון און רשע קצה היותר תחתון, ווי קען מען זיי שטעלן איינער לעבן צווייטן און נאָך אין אַן אופן פון וא"ו המוסיף?
ב) דער ענטפער צום רשע איז, בעבור זה עשה ה' לי בצאתי ממצרים, לי ולא לו אילו הי' שם לא הי' נגאל. איז ניט פאַרשטאַנדיק; אויב ער האָט אינגאַנצן קיין שייכות ניט צו יציאת מצרים, איז ווי קומט ער אין דער הגדה, וואָס רעדט מען וועגן אים אין סדר, און מען הייסט נאָך פאַרנעמען זיך מיט אים, ווי דער לשון פון דער הגדה ואמור לו?
ג) עס שטייט אין כתבי האריז"ליח) אַז די ארבעה כוסות זיינען כנגד די ארבעה בנים. כוס ראשון — חכם, כוס שני — רשע, א. א. וו. דעם עיקר ההגדה זאָגט מען אויפן כוס שני. אין פלוג, וויבאַלד אַז אילו הי' שם לא הי' נגאל, ווי קומט עס וואָס דוקא מיט דער אמירה לרשע איז פאַרבונדן דער עיקר ההגדה?
ד) נאָך דער הקדמה פון והגדת צו די ארבעה בנים, מיטן קביעות זמן אויף דערויף (יכול מראש חודש כו'), הויבט זיך אָן דער סיפּור פון יציאת מצרים אַליין — מתחלה עובדי עבודה זרה היו אבותינו. זאָגט די גמראח) מתחיל בגנות. איז ניט פאַרשטאַנדיק, בעת מען זעצט זיך אַוועק פּסח צום סדר דערציילן וועגן שעבוד ויציאת מצרים, וואָס איז דאָ נוגע צו דערציילן די פּאַסירונגען פון פאַר התחלת הגלות און פאַר דער צייט פון אברהם אבינו?
249י. די גמרא זאָגטד)2 אף על פּי שחטא ישראל הוא. יעדער איד אין וועלכן מצב ער זאָל ניט זיין, האָט ער אין זיך די נקודת היהדות, און לויט דעם וואָרט פון כ"ק מו"ח אדמו"רכח), אחד חכם ואחד רשע; אין יעדן איינעם איז דאָ דער „אחד", אויך אין דעם רשע, נאָר ביי אים איז עס פאַרבאָרגן און מען דאַרף עס אַנטפּלעקן.
דער „אחד" אין יעדער אידן איז פאַרבונדן מיט חכמה שבנפשיח), דערפאַר שטעלט מען דעם רשע לעבן חכם, צו ווייזן אַז אויך דער רשע האָט דעם „אחד", ווייל אויך ער האָט דאָך בחינת חכמה שבנפש.
יא. דער חוב אויף צו פאַרנעמען זיך מיטן רשע אויף אויפהויבן אים, איז ניט קיין קלענערער ווי דער חוב צו פאַרנעמען זיך מיטן תם ושאינו יודע לשאול, און אַפילו מיטן חכם.
עס איז דאָך כנגד ארבעה בנים דברה תורה, עס איז אַ דבור פון תורה צו פאַרנעמען זיך מיט זיי, ובמילא זיינען אַלע אויפן זעלבן וואָגשאָל, ווייל אין תורה איז יעדער דבור פּרטי נוגע צו גאַנץ תורה.
בשעת עס פעלט איין אותיז) אין אַ ספר תורה איז דאָס נוגע אין דער קדושה פון אַלע אותיות, ניט געקוקט וואָס פאַר אַ אות דאָס איז. עס איז ניט נוגע צי עס איז פאַרבונדן מיט דעם אחד חכם, צי מיטן אב וואָס צו אים איז דער ציווי והגדת לבנך, דער אב — אבינו שבשמים, וואָס ער פאַרענטפערט און נעמט אַראָפּ אַלע קושיות — אָדער עס איז פאַרבונדן מיט דעם רשע. יעדער דבור טראָגט, ביי צו דער שלימות הקדושה אין כללות התורה.
יב. דאָס איז אויך מרומז אין דעם מאמר רז"ל אף על פּי שחטא ישראל הוא.
לשון רז"ל איז דאָך מדויק. פאַרוואָס שטייט דער לשון ישראל הוא, לכאורה האָט געדאַרפט שטיין ניט דער שם המעלה ישראל, נאָר — יהודי א. ד. גל.
ישראל איז ראשי תיבות; יש ששים רבוא אותיות לתורה. דאָס מיינט; פּונקט אַזוי ווי די גאַנצע תורה איז אָפּהענגיק אין יעדער אות, כנ"ל, אַזוי איז אויך כללות ישראל תלוי אין יעדער אידן. בנים אתם להוי' אלקיכם און אבינו שבשמים, זיינען אַלע כביכול תלוי אין יעדער אידן בפרטכח).
דורך דעם וואָס מען וועט אַרייננעמען אויך דעם רשע אין סדר, וועט זיך אויספירן די כללות הכוונה פון אַלע ענינים.
יג. נאָך אַ טעם אויף שטעלן דעם רשע לעבן דעם חכם;
ווער קען מגלה זיין דעם „אחד" וואָס געפינט זיך אין דעם רשע, — דער חכם דוקא. דער תם מיטן שאינו יודע לשאול האָבן קיין כוח ניט צו250מעלה זיין אים. דער חכם, דער קצה היותר עליון, ער דוקא האָט בכוח צו מגלה זיין דעם „אחד" וואָס אין רשע. ועל דרך כל הגבוה גבוה ביותר יורד למטה מטה ביותר.
און דערפאַר איז מען מסמיך דעם רשע צום חכם, ווייל זיין העלאה איז דורך דעם חכם דוקא*)).
יד. דאָס איז אויך דער דיוק כנגד ארבעה בנים דברה תורה. תורה איז הוראה, (אָנווייזונג). תורה איז אַ הוראה אין עבודה ווי אויספירן די כוונה אין יעדער זאַך. דערפאַר איז דער סדר מצד התורה, אחד חכם ואחד רשע.
אין דעם סדר מצד העולמות איז דער רשע צום סוף, וכנ"ל אַז עשי' איז דער נידעריקסטער און דער לעצטער עולם. דער ענין פון תורה אָבער איז דאָך, ניט דער עולם זאָל פאַרבלייבן ווי ער איז במציאותו, נאָר מעלה זיין יעדער ענין, דערפאַר איז מצד התורה דער סדר, רשע לעבן דעם חכם, וואָס דורך אים איז זיין העלאה.
טו. דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט געמאָנט ביי זיינע נאָנטע מקושרים,
— וואָס די מקושרים ביותר זיינען דאָך מסתמא אויך יודעי תורה ביותר, עוסקים בעבודת התפלה, און מקיימי מצוות בהידור (קו פון גמילות חסדים) —
אַז זיי זאָלן זיך פאַרנעמען מיט אנשים פּשוטים, און לערנען מיט זיי אויך ענינים פּשוטים ווי אל"ף בי"ת, צי כפּשוטו, צי דעם אל"ף בי"ת פון עבודת התשובה וקיום המצוות.
אין פלוג, וואָס האָט מען געדאַרפט אויסנוצן אויף דעם די מקושרים ביותר, דאָס האָבן דאָך געקענט טאָן אויך אַנדערע, וואָרום ווי ווייניק זיי ווייסן, איז זייער ידיעה נאָך אַלץ גענוג אויף עוסק זיין זיך דערמיט, און די מקושרים ביותר זאָלן זיך אָפּגעבן נאָר מיט שטייגן אין לימוד התורה, עבודת התפלה וקיום המצות בהידור?
איז דער טעם אויף דעם: ווייל די העלאת הרשע והנמוך ביותר איז על ידי החכם והגבוה ביותר דוקא, (דורך דעם גרעסטן חכם און דעם העכסטן).
טז. בפּרטיות איז אין דעם דאָ אַ צווייענדיקע הוראה
א) דעם רשע זאָגט מען ער זאָל ניט אַראָפּפאַלן ביי זיך, וואָרום אויך ער האָט אַ האָפענונג, דער אויבערשטער שיקט אים צו אַ חכם וואָס זאָל משפּיע זיין אויף אים און אַרויסהעלפן אים צו פאַרבעסערן זיינע דרכים. עס מאָנט זיך נאָר פון אים, ער זאָל ניתוסף ווערן (דער רמז אין וא"ו המוסיף) און ווערן אַ טפל צו דעם חכם.
ב) דעם חכם לערנט מען, ער זאָל ניט טענה'ן מה לי ולרשע, יאבד ברשעו (וואָס האָב איך צו טאָן מיטן רשע? זאָל ער פאַרלאָרן ווערן אין זיין רשעות) — נאָר כל ישראל ערבין (ומעורבין) זה בזה0)), ליגט251דער חוב צו משתדל זיין זיך מחזיר למוטב זיין יעדן איינעם41)) אויך דעם רשע. נאָר אין דעם איז דאָ אַ תנאי (דער רמז אין וא"ו המוסיף), ער זאָל זען דער רשע זאָל ניתוסף ווערן צו אים, ער זאָל זיין מושפּע ומקבל פון חכם, און ניט פאַרקערט חס ושלום.
עס איז פאַרשטאַנדיק, אַז אויב מען מאָנט צו פאַרנעמען זיך אַפילו מיט אַ רשע, איז מיט אַ תם (טפּש) ושאינו יודע לשאול, על אחת כמה וכמה.
יז. נאָך אַ הוראה אין דעם. דער חכם דאַרף שטענדיק געדענקען אַז דער רשע איז זיין שכן — לפּתח חטאת רובץ48)), כל הגדול מחבירו יצרו גדול ממנו, און צופה רשע (שבקרבו) לצדיק ומבקש להמיתו, און דערפאַר דאַרף ער נאָך מער מדקדק זיין אויף זיך און בעטן רחמים, דער אויבערשטער זאָל אים העלפן, וואָס נאָר דאַןד קען ער בייקומען דעם רשע שבקרבו. וכפּתגם כ"ק מו"ח אדמו"ר*4))2 דער חכם דאַרף האָבן אַ שטאַרקע שמירה פאַר זיין שכן דעם רשע.
און די צוויי הוראות צום חכם זיינען צווישן זיך פאַרבונדן דורך דעם וואָס דער חכם וועט זיך פאַרנעמען מיטן רשע שחוץ ממנו, צו מעלה זיין אים, דורך דעם וועט ער קענען בייקומען אויך דעם רשע שבקרבו.
יח. דורך דעם וואָס דער חכם פאַרנעמט זיך און הויבט אויף דעם רשע, תם ושאינו יודע לשאול — יעדער פון זיי מיט אַ וא"ו המוסיף בתחילתו, וא"ו דא אות אמת, המשכת תורת אמת, איז השם יתברך ממלא אונזער בקשה: ברכנו אבינו כולנו כאחד. ווען האָט מען דעם ברכנו אָבינו — אויב כולנו באחד.
אַזוי ווי עס איז געווען בשעת דער אויבערשטער האָט געגעבן די תורה צו אידן, ויחן שם ישראל, לשון יחיד, וואָס מתן תורה איז דאָך דער תכלית פון יציאת מצרים, ווי עס שטייט: בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה.
יט. און דאָס איז אויך וואָס אַלס אָן הקדמה צום ענין פון ארבעה בנים, זאָגט מען, ברוך המקום ברוך הוא ברוך שנתן תורה לעמו ישראל ברוך הוא.
עס זיינען פאַראַן דיעות אַז דער לשון איז נתקן געוואָרן מצד דעם סדר וואָס איז געווען אַמאָל אַז דער ראש המשפּחה פלעגט זאָגן און אַלע פלעגן ענטפערן; ווען דער ראש המשפּחה האָט געזאָגט ברוך המקום, האָבן אַלע געענטפערט ברוך הוא, ווען ער האָט געזאָגט ברוך שנתן תורה לעמו ישראל, האָבן אַלע נאָך אַמאָל געענטפערט ברוך הוא.
בכל אופן אָבער, זיינען די פיר מאָל ברוך כנגד די ארבעה בנים; אין יעדן איינעם פון זיי דאַרף מען פּועל'ן ברוך מלשון המשכה, ממשיך זיין אין אים דעם „אחד". וואָס דאָס דאַרף מען ניט נאָר אין רשע נאָר אויך אין חכם, וכנ"ל אַז אויך דער חכם דאַרף האָבן אַ בקשת רחמים.
252און כדי צו ממשיך זיין דעם אחד אין אַלע ארבעה בנים, איז דאָס דוקא דורך דעם סדר פון אחד חכם ואחד רשע, כנ"ל, דורך כולנו כאחד.
כ. לויט דעם קען מען דערקלערן, אַז דאָס וואָס עס שטייט ואמור לו אילו הי' שם לא הי' נגאל, מיינט מען ניט מיט דעם מדחה זיין חס ושלום דעם בן רשע, אדרבה, מען מיינט אַז מען דאַרף אים מבאר זיין דעם נועם פון תורה, וואָרום פּועל'ן אויף יענעם קען מען בעיקר דורך קירוב.
בשעת דער אויבערשטער האָט געזאָגט אנכי הוי' אלקיך לשון יחיד, איז ביי יעדער אידן איינגעקריצט געוואָרן אַז אלקיך, זיין כח וחיות, איז אנכי הוי'. ומצד תורה, איז יעדער איד, ווער עס זאָל ניט זיין, מוז אויסגעלייזט ווערן, וואָרום ער איז נוגע אין כללות הכוונה כנ"ל.
און דאָס מיינט ואמור לו אילו הי' שם לא הי' נגאל, שם דוקא, אין מצרים פאַר מתן תורה, אָבער מצד תורה, וועט אויך ער נגאל ווערן.
און דורך דעם וואָס מען ווייזט אים דעם נועם פון תורה, פּועל'ט מען אין אים אַ קירוב לאבינו שבשמים.
כא. לויט דעם קען מען אויך דערקלערן דעם טעם אויף דעם, וואָס דעם עיקר ההגדה זאָגט מען אויפן כוס שני און אויף דעם וואָס מתחיל בגנות
יציאת מצרים, כאָטש זי איז העכער פון אַנדערע גאולות, וואָרום אין אַלע גאולות איז נאָך געבליבן אַן ענין פון גלות, אָבער בגאולת מצרים שטייט וינצלו את מצרים, כמצודה שאין בה דגן וכמצולה שאין בה דגים*4)), איז דאָס נאָך פונדעסטוועגן ניט געווען קיין גאולה שלימה, וואָרום יש אחרי' גלות. דער תכלית פון יציאת מצרים איז אויף צוקומען צו דער גאולה העתידה, גאולה שלימה שאין אחרי' גלות, צו וועלכער מען גייט פון יציאת מצרים אָן41)).
און אַזוי ווי צוקומען צו דער גאולה העתידה קען מען דורכן כולנו כאחד דוקא, כנ"ל, דערפאַר איז עיקר אמירת ההגדה, דער עיקר השתדלות — דאָרטן וואו עס איז אַמשווערסטן — אויפן כוס שני כנגד אחד רשע. נאָך מער, מען הויבט אָן — מתחלה עובדי עבודה זרה היו אבותינו, וואָס אין דעם איז מרומז דער פינפטער סאָרט בן*)), וואָס פרעגט אַפילו ניט מה העבודה הזאת לכם, ווייל ער ווייסט אינגאַנצן ניט פון אידישקייט, ער איז זיך גאָר ניט מתייחס צו אברהם יצחק ויעקב, נאָר צו מתחלה עובדי עבודה זרה היו אבותינו, צו תרח'ן און צו נחור'ן.
איז דורך דעם וואָס מען פאַרנעמט זיך מיט אַלע ארבעה בנים און אויך מיטן פינפטן בן, וועט מען זוכה זיין צו דער גאולה העתידה, ווי מען איז מסיים באמירת ההגדה אויפן כוס שני, ונודה לך שיר חדש לשון זכר, וואָס דאָס גייט אויף דער גאולה העתידה — וואָס צו איר וועלן זוכה זיין אַלע סוגים, אויך דער בן רשע, כאָטש מצד עצמו וואָלט ער ניט זוכה געווען אַפילו צו גאולת מצרים וועלכע איז נידעריקער פון253גאולה העתידה, אָבער מצד דעם ענין פון תורה וועט אויך ער, און אַפילו דער פינפטער סוג בן וואָס איז נאָך נידעריקער, זוכה זיין צו דער גאולה העתידה וואָס איז העכער פון גאולת
א. אויפן פּסוק ושמרתם את משמרתי, זאָגט די גמראא) ; עשו משמרת למשמרתי. דאָס איז דער יסוד צו די גדרים וסייגים דרבנן, אַזוי אויך צו די גדרים וסייגים וואָס יעדער איד איז מחוייב צו מגדיר זיין זיך אַפילו בדברים המותרים — בכדי ניט צוקומען חס ושלום צו אַן איסור,
ווי עס שטייט אין ספרי מוסר, אַז מען דאַרף זיך אָפּהיטן אין מאה שערים פון היתר, בכדי ניט צוקומען צו איין שער פון איסור.
ב. פאַראַן וואָס זיינען בטעות און טענה'ן; צו וואָס דאַרף מען זוכן נייע חומרות? מילא דאָס וואָס רבותינו אין יעדן דור האָבן גע'אסר'ט, איז „לא תסור מן הדבר אשר יגידו לך"ב), דאַרף מען אָבער אויך ניט צופיל מדקדק זיין אין דעם, וואָרום עס איז דאָך מער ניט ווי אַ דרבנן, ומכל שכן נייע חומרות דאַרף מען געוויס ניט זוכן, דייך מה שאסרה לך התורה
און זיי ברענגען נאָך אַ ראי' לדעתם פון דעם וואָס עס שטייט אין ירומצרים, און דורך כולנו כאחד, וועלן מיר אַלע זוכה זיין צו דער גאולה השלימה שאין אחרי' גלות דורך משיח צדקנו, במהרה בימינו.
(מלוקט משיחות חגח"פ תשי"בת אחרי
שלמי*), אַז אַ מענטש וועט דאַרפן אָפּגעבן אַ דין וחשבון אויף יעדער זאַך וואָס ער האָט געזען און ניט געגעסן.
נאָך מער — טענה'ן זיי — אַזוי ווי אויספירן אַלץ איז דאָך זייער שווער, איז ניט כדאי צו מרבה זיין חומרות און הידורים, דורך דעם קען מען חס ושלום פאַרלירן דעם עיקר. צופיל חומרות קענען נאָך ברענגען אַז מען זאָל אינגאַנצן אַוועק פון דרך התורה חס ושלום, און זיי ברענגען דערויף אַ ראי' פון חטא עץ הדעת, שרש כל החטאים, אַז דורך דעם וואָס מען האָט צוגעלייגט אַן איסור וואָס דער אויבערשטער האָט ניט געהייסן, מען האָט צוגעלייגט צום „לא תאכלו ממנו", דעם „לא תגעו בו", איז אַרויסגעקומען דער חטא.
ג. די טענה איז אָבער אַ גרויסער טעות און דער ענטפער אויף דעם איז;
כולם מרועה אחד ניתנו. מצד דעם לאו פון לא תסור האָבן אויך די גזירות דרבנן דעם תוקף און האַרבקייט ווי דינים דאורייתא, און די חילוקי דינים צווישן דאורייתא און דרבנן, זיינען מצד דעם וואָס אַזוי
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק א׳
- Id
- rh-rdkwf8rh