Likkutei Sichos
Vayeira
23אַ ענין וואָס מען האָט געגעבן פון אויבן, ווי עס שטייט אַז מילת אַברהם איז דער ענין פון מילה שלמעלהיח) — ומל ד' אלקיך את לבבך. און אַזוי בכלל — איז מען דורך מצות מילה ממשיך אורות נעלים ביותר, וואָס זיינען אינגאַנצן העכער פון בריאה און סדר ההשתלשלות80)).
דערפאַר איז מילה פאַרבונדן מיט דעם ענין פון געבורט, וואָס ווען אַ ולד ווערט געבוירן איז דאָך דאָס אַ דבר חדש און די אַנטפּלעקונג פון
א. אַזוי ווי היינט איז כ' מרחשון — דער יום הולדת (געבורטס־ג) פון דעם רבי'ן אדמו"ר מוהרש"ב נ"ע, — דעם שווערס פאָטער — וועל איך דאָ איבערדערציילן אַ מעשה 1)) וואָס כ'האָב שוין אַמאָל דערציילט;
דער רבי (מוהרש"ב) נ"ע פלעגט יעדן כ' מרחשון — זיין יום הולדת — אַריינגיין צו זיין זיידן, כ"ק אדמו"ר הצמח צדק, בעטן אַ ברכה. מעגלעך, אַז אַזוי איז אויך געווען דער סדר ביי די אַנדערע אייניקלעך פון צמח צדק.
איין מאָל בשעת דער רבי נ"ע איז אַריינגעגאַנגען — (ער איז דאַן אַלט געווען פיר אָדער פינף יאָר, וואָרום דער רבי נ"ע איז געבאָרן דעם כוח פון אין סוף למטה, ווי עס ווערט דערקלערט אין חסידות*1).
במילא דאַרף די וואָך אַוודאַי זיין אַ פריילעכע, און אַזוי אויך די וואָכן וואָס קומען דערנאָך זאָלן אויך זיין פריילעכע, ווי דער רבי זאָגט41)) אַז שמחת תורה ווערט נמשך דער מקיף כללי וועלכער איז כולל אַלע מקיפים פון גאַנץ חודש תשרי, און פון שמחת תורה ווערט דאָס נמשך אויף אַ גאַנץ יאָר.
געוואָרן אין יאָר תרכ"א, און אין ניסן תרכ"ו איז דער צמח צדק נסתלק געוואָרן) — האָט ער זיך פאַנאַנדערגעוויינט. האָט אים דער צמח צדק געפרעגט וואָס וויינסטו? האָט ער געענטפערט, אַז ער האָט געלערנט אין חומש (אָדער געהערט איבערדערציילענדיק) אַז דער אויבערשטער האָט זיך באַוויזן צו אברהם אבינו (עס איז געווען פּרשת וירא), וויינט ער פאַרוואָס האָט ער זיך צו אים ניט באַוויזן.
האָט אים דער צמח צדק געענטפערט; אַז אַ איד (אַ צווייטע נוסחא אַ איד אַ צדיק) באַשליסט ביי זיך צו ניין און ניינציק יאָר, אַז ער דאַרף זיך מל זיין, איז ער ווערט, אַז דער אויבערשטער זאָל זיך צו24אים באַווייזן. דער תירוץ איז ביים קינד אָנגענומען געוואָרן און ער האָט אויפגעהערט צו וויינען.
ב. כאָטש די מעשה מיטן רבי'ן נ"ע איז געווען ווען ער איז נאָך געווען אַ קינד פאַר בר מצוה, און נאָך איידער ער איז געווען „הגיע לחינוך" — פונדעסטוועגן דאַרף מען די מעשה לערנען, וואָרום וויבאַלד אַז דער רבי נ"ע האָט די מעשה דערציילט צו זיין איינציקן זון — דעם רבי'ן, און דער רבי האָט דאָס איבערדערציילט, מען זאָל עס איבערגעבן דער וועלט, איז אַ ראי' אַז די מעשה רירט אָן אויך אונז. מען קען פון איר אָפּלערנען צוויי ענינים, ד. ה. סיי פון דער שאלה און סיי פון דער תשובה.
ג. פון דעם רבי'נס וויינען אויף דעם וואָס דער אויבערשטער האָט זיך ניט באַוויזן צו אים, קאָן מען אָפּלערנען, אַז יעדער איד — אין וועלכן מצב ער זאָל זיך ניט געפינען, אַפילו ער איז „לא הגיע לחינוך", ד. ה. אַז ער האָט אויף אַזוי פיל קיין דעת ניט, אַז ניט נאָר וואָס ער אַליין פאַרשטייט ניט, נאָר ער קען אויך ניט נעמען קיין השפּעה פון אַ צווייטן,
— אין יאָרן קען ער אַפילו זיין אַ גדול, אָבער אין רוחניות איז ער אַ קטן שלא הגיע לחינוך. אַזוי ווי דער רבי דער שווער האָט געזאָגט אַז אידישע יאָרן רעכענען זיך ניט לויטן פּאַספּאָרט. אויפן פּאַספּאָרט קען ער זיין אַן אַלטער איד, און אין זיינע אמת'ע, רוחניות'דיקע יאָרן, אין זיין מקיים זיין תורה און מצוות, איז ער אַ קליין קינד וואָס שפּילט זיך אונטערן טיש, —
קען אויך ער מאָנען, און מאָנען מיט אַ שטאַרקייט, וואָס דאָס איז דאָך דער ענין פון וויינען,
— אַן ענין וועלכער איז העכער פון זיין פאַרשטאַנד, העכער פון מוחין וועלכע קענען דאָס ניט מער סובל זיין, איז מצד „מותרי מוחין" קומען טרערן *1)) —
אַז דער אויבערשטער זאָל זיך באַווייזן צו אים, אַזוי ווי צו אברהם אבינו.
ד. נאָך מער; ער קען מאָנען אַז דער אויבערשטער זאָל זיך באַווייזן צו אים אַזוי ווי ער האָט זיך באַוויזן צו אברהם אבינו נאָכדעם ווי ער האָט מקיים געווען מצות מילה, וואָס אין דעם מצב איז דאָך געווען דער „וירא אליו הוי'".
אויך פאַר דעם געפינען מיר די התגלות פון שם הוי' צו אברהם'ען, אָבער עס איז ניט גלייך צו דער אַנטפּלעקונג — „ואיתגלי" — וואָס איז געווען נאָך מצות מילה, וועלכע איז אַ פיל העכערע)).
בשעת דער אויבערשטער האָט זיך אַנטפּלעקט צו אברהם'ען נאָך דער מצות מילה, האָט ער שוין דעמאָלט געהייסן אברהם מיט אַ צוגעגעבענעם ה"א. זאָגט אויף דעם די גמרא אַז דאַן אין אברהם געוואָרן אַ בעלהבית אויף די פינף איברים; עינים, אזנים וראש הגוי' — וואָס לויט26דער נאַטור איז אַ מענטש אויף זיי קיין בעל־הבית ניט. פריער האָט ער געהייסן אברם — אָן אַ ה"א. ער איז געווען אַ בע־הבית נאָר אויף דעם וואָס אַ מענטש קען לויט זיין נאַטור הערשן. אָבער דערנאָך, דורך דעם וואָס ער האָט געטאָן בכוח עצמו — וויפל מען קען טאָן מיטן אייגענעם כוח — האָט מען אים געגעבן פון הימל אויך אַזעלכע ענינים וואָס אַליין קען מען צו זיי ניט צוקומען און ער איז געוואָרן אַ בע־הבית אויך אויף די זאַכן, וועלכע לויט דער נאַטור קען מען זיי ניט באַהערשן.
ממילא איז פאַרשטאַנדיק אַז די אַנטפּלעקונג צו אברהם אבינו נאָך דער מצות מילה איז געווען אַ פיל העכערע ווי פריער.
פונדעסטוועגן קען יעדער איד — אפילו אַזאַ וועלכער איז „לא הגיע לחינוך" אין רוחניות — אויך מאָנען, אַז דער אויבערשטער זאָל זיך צו אים באַווייזן אַזוי ווי ער האָט זיך באַוויזן צו אברהם'ען ווען ער האָט שוין געהאַלטן אין דער מדריגה וואָס נאָך דער מצות מילה.
ה. פון דעם צמח צדק'ס ענטפער, אַז די התגלות — אַנטפּלעקונג — צו אברהם'ען איז געווען דערפאַר וואָס ער האָט געוואוסט אַז ער דאַרף זיך מל זיין, קען מען זיך אָפּלערנען; אַז אמת טאַקע, יעדער איד קען מאָנען אַז דער אויבערשטער זאָל זיך צו אים באַווייזן. עס פאָדערט זיך אָבער אָן הקדמה ער זאָל וויסן אַז מען דאַרף זיך מל זיין. ד. ה. אַז ניט קוקנדיק אויף די אַלע מעלות וואָס ער האָט בפּועל אָדער לכל הפּחות בכוח,
— בכוח קען יעדער איד צוקומען צו די העכסטע מדריגות, ווי מען האָט פריער גערעדט און ווי עס שטייט)) אַז יעדער איד איז מחוייב צו זאָגן; מתי יגיעו מעשי למעשי אבותי אברהם יצחק ויעקב (ווען וועלן מיינע מעשים צוקומען צו די מעשים פון מיינע אָבות אברהם יצחק און יעקב). פון דעם וואָס ער רעכנט אברהם'ען צוזאַמען מיט יצחק ויעקב, איז אויך אַ ראי' אַז דאָס מיינט מען אברהם'ען אין דער מדריגה ווי ער איז געווען נאָך דער מצות מילה —
ו. נאָך מער; אויך די וועלכע האָבן די מעלות בפּועל, וואָס דאָס זיינען די צדיקים וועלכע באַהערשן אויך די איברים וואָס בטבע קען מען אויף זיי ניט זיין קיין בעל הבית — אַזוי ווי אברהם אבינו — אויך זיי דאַרפן וויסן אַז זיי דאַרפן זיך מל זיין.
— עס איז ידוע די מעשה מיטן רבי'ן (מוהרש"ב) נ"ע, אַז אַמאָל האָט ער זיך געקלאָגט אַז ער הערט ניט אויף איין אויער. ווען מען האָט אָנגעהויבן צו זוכן די סיבה דערפון איז מען דערגאַנגען, אַז שבת ווען ער האָט געזאָגט חסידות, האָט מען אין אַ צווייטן צימער געשמועסט, און דאָס האָט אים מבלבל געווען צו זאָגן דעם מאמר. אַזוי ווי ער האָט געפילט די אַחריות, אַז זיין ענין איז משפּיע צו זיין חסידות, און דער שמועסן האָט אים געשטערט — האָט ער מסלק געווען דעם חוש השמיעה26פון דעם אויער וועלכער איז געווען צו דער זייט פון יענעם צימער.
און דאָס איז וואָס עס שטייט אין אַ מאמרח) אַז צדיקים האָבן ביי זיך צוגענומען די ראי' אָדער די שמיעה בשעת עס האָט געשטערט צום נפש האלקית. וואָרום צדיקים זיינען בעלי בתים אויך אויף די חושים וואָס בטבע געוועלטיקט מען איבער זיי ניט.
אָבער אויך אַזעלכע וועלכע שטייען אין אַזאַ הויכע מדריגה דאַרפן וויסן אַז זיי דאַרפן זיך מל זיין.
ז. דער טעם דערויף איז, ווייל ווען עס איז פאַראַן אַפילו נאָר אַן ערלה דקה ביותר ברוחניות, קען עס, נאָך פילע השתלשלות, אַראָפּקומען ביז אין נידעריקע זאַכן.
און דאָס איז דער דיוק פון דעם רבי'ן צמח צדק'ס לשון, אַז אַ איד אַ צדיק צו ניין און ניינציק יאָר ווייסט אַז ער דאַרף זיך מל זיין. צו הונדערט יאָר — ד. ה. אַז ער האָט מברר געווען אַלע צען כחות, יעדער כוח ווי ער באַשטייט פון צען — דאַן האָט ער שוין ניט וואָס מורא צו האָבן, וואָרום ער האָט שוין ניט קיין שייכות צו די ענינים פון וועלט, ווי עס שטייט)) בן מאה כאילו מת ועבר ובטל מן העולם,
— וואָרום אין פלוג איז ניט פאַרשטאַנדיק וואָס ער זאָגט אין אָבות בן מאה כאילו מת ועבר ובטל מן העולם. אַלע ענינים וואָס ער רעכנט דאָרט אויס אין דער משנה זיינען למעשה'דיקע אָנווייזונגען ווי אַזוי זיך צו פירן, בן חמש למקרא, בן עשר למשנה, בן י"ג למצוות כו', אָבער וואָס פאַר אַן אָנווייזונג איז דאָס, אַז צו הונדערט יאָר איז ער „כאילו מת ועבר ובטל מן העולם"? נאָר דער פּשט איז, אַז ווען ער האָט שוין מברר געווען אַלע צען כחות — און דוקא בפּרטיותז), יעדער איינער ווי ער באַשטייט פון צען)), ער איז אַ „בן מאה", איז ער „כאילו עבר ובטל מן העולם", ער האָט שוין מער קיין שייכות ניט צו די ענינים פון וועלט און האָט ניט פאַר וואָס מורא צו האָבן, גלייך ווי ער וואָלט שוין מער ניט געהאַט קיין יצר הרע).
בשעת ער איז אָבער 99 יאָר, עס פעלט אים נאָך עפּעס צו דעם בירור פון אַלע צען כחות בפּרטיות, דעמאָלט דאַרף ער זיך מל זיין, וואָרום בריבוי ההשתלשלות
— מען מיינט ניט ריבוי השתלשלות, אַז דער אדם געפינט זיך אין איין עולם און די ירידה איז אין אַ צווייטן עולם, נאָר וויבאַלד דער אָדם איז דאָך קדם למעשה בראשית ואחור למע"בי), איז באַ אים גופא קען זיין אַ ריבוי השתלשלות —
קען עס אַראָפּקומען ביז צו נידעריקע ענינים.
27בשעת אָבער עס איז פאַראַן דער אַלגעמיינער ביטול, ער ווייסט אַז ער דאַרף זיך מל זיין, ער ווייסט אַז אַזוי ווי ער איז טויג ניט, און ער דאַרף אַנדערש ווערן, איז דאָס אַ הקדמה אויף צוצוקומען צו די העכערע מדריגות, עס זאָל זיין וירא אליו ה', אַזוי ווי צו אַברהם אבינו נאָך מצות מילה, און ער ווערט „אברהם" מיט אַ צוגעגעבענער ה"א; ער ווערט אַ בע־הבית אויף אַלע זיינע חושים, אַפילו אויף די וואָס בטבע קען מען אויף זיי ניט געוועלטיקן.
נאָך מער; ער ווערט אַ בעל־הבית אויף זיין חלק אין וועלט. אַזוי ווי מען האָט גערעדט אין מאמר וועגן צדיקים, אַז דורך דעם וואָס זיי פּועל'ן אַ זיכוך (אויסלייטערונג) ביי זיך אַליין, באַווירקן זיי אויך אַ זיכוך אין זייער חלק אין וועלט.
אַזוי אויך, דורכדעם וואָס ער ווערט אַ בעל הבית אויף זיינע חושים ווערט ער אויך אַ בעל הבית אויף זיין חלק אין וועלט, אויף אַלע זאַכן וואָס ער דאַרף האָבן אויף צו דינען דעם אויבערשטן, סיי אין בני, סיי אין חיי און סיי אין מזוני (קינדער, לעבן און פּרנסה), און דאָס אַלעס זאָל זיין — רויחי (בריוח).
*
ח. איינע פון די מעלות צו וועלכע אברהם אבינו איז צוגעקומען דורך מצות מילה איז, אַז דעמאָלט איז ער געוואָרן ראוי צו געבוירן יצחק'ן, און לויט דעם מאמר רז"ליא), אַז יצחק האָט געדאַרפט געבאָרן ווערן מטיפּה קדושה דוקא, ווי עס שטייטיח) אויך דער לשון „אשר קדש ידיד מבטן". דערפאַר איז אברהם — כאָטש אויך פאַר מצות מילה איז ער געווען אַ מרכבה צו אלקות, אָבער ער איז נאָך ניט געווען ראוי צו האָבן יצחק'ן, נאָר בשעת ער איז צוגעקומען צום „והי' תמים" דורך מילה, דעמאָלט דוקא האָט געקענט זיין יצחק'ס געבורט.
פון דעם איז אויך פאַרשטאַנדיק די מעלה פון יצחק'ן אויף אברהם'ען, וואָרום ביי אברהם'ס געבורט געפינט מען ניט אַז עס זאָל האָבן געדאַרפט זיין דער דערמאָנטער תנאי, אָבער יצחק'ס געבורט — אפילו נאָך אַלע פריערדיקע מעלות פון אברהם'ען — האָט דאָס ניט געקענט זיין איידער ער איז צוגעקומען צום „והי' תמים".
ט. וואָס איז דער טעם פאַרוואָס דוקא יצחק האָט געדאַרפט געבאָרן ווערן מטיפּה קדושה?
דער חילוק פון אברהם מיט יצחק איז;
אברהם'ס ענין איז — המשכה מלמעלה למטה. יצחק'ס ענין איז — העלאה מלמטה למעלהיח).
אַזוי ווי עס ווערט דערקלערט אי פיל מאמרי חסידות אַז די עבודה פון אברהם'ען איז „אהבה כמים" (אַ ליבשאַפט צום אויבערשטן וועלכע איז געגליכן צו וואַסער), אַזוי ווי מיר זאָגן (אין תפלת גשם) „זכור אב נמשך אחריך כמים" (געדענק דעם פאָטער (אברהם) וועלכער האָט זיך נאָכגעצויגן נאָך דיר ווי וואַסער),28וואָס די טבע פון וואַסער איז אַראָפּצונידערן פון אויבן אַראָפּיד). די עבודה פון יצחק'ן איז אהבה כרשפּי אש (ווי פלאַמען־פייער), וואָס די טבע פון פייער איז אַז עס ציט זיך פון אונטן אַרויף.
דער אונטערשייד פון אברהם'ען מיט יצחק'ן איז געווען ניט נאָר אין דער עבודה מיט זיך אַליין, נאָר אויך אין זייער עבודה וואָס זיי האָבן אויפגעטאָן אין דער וועלט.
אברהם האָט גע'פּועל'ט אין דער וועלט, אַז אין איר זאָל נמשך ווערן ־טעקייט מלמעלה למטה, און יצחק האָט גע'פּועל'ט אין וועלט, אַז זי אַליין זאָל דערהויבן ווערן, ווערן אַ כלי צו ג־טלעכקייט — העלאה מלמטה למעלה.
און אָט דעם חילוק זעט מען אויך אין די אופנים פון זייער הנהגה, לויט ווי די תורה דערציילט אונז.
י. אברהם אבינו האָט ממשיך געווען ג־טלעכקייט צו אַלעמען: אין ארץ כנען — ווי זי איז געווען קודם הבירור — און אויך אין מצרים, ביז וואַנען ער האָט ממשיך געווען ־טלעכקייט אויך צו ערביים (אַראַבער) וועלכע פלעגן זיך בוקן צו דער שטויב פון זייערע פיסיח), וואָס דאָס איז די סאַמע נידעריקסטע מדריגה.
— אַ מענטש איז איינגעטיילט אין דריי טיילן; ראש, גוף, רגל. דער פוס איז דער סאַמע נידעריקסטער אבר. דער שטויב פון די פיס איז נאָך נידעריקער פון דעם פוס אַליין. די ערביים זיינען געשטאַנען אין אַזאַ נידעריקער מדריגה, אַז זיי האָבן זיך געבוקט צו דעם שטויב פון זייערע פיס, ד. ה. אַז דער שכל פון קאָפּ איז ביי זיי געשטאַנען נידעריקער ווי דער שטויב פון די פיס. —
פונדעסטוועגן האָט אברהם אבינו זיך אָפּגעגעבן אויף ממשיך צו זיין אלקות אויך אין זיי, אַזוי ווי די חז"ל זאָגןיח) אויף דעם פּסוקיז) ויקרא שם בשם הוי' א־ל עולם — אל תיקרי ויקרא אלא ויקריא. ד. ה. ער האָט געמאַכט אויסרופן; ער האָט גע'פּועל'ט ביי זיי אַז זיי זאָלן שרייען „א־ל עולם"
אַזוי ווי דער ענין פון אברהס'ס עבודה איז געווען המשכה, אַזוי זינען אויך דער וועג און די כלים דערצו געווען אין אַן אופן פון המשכה, אַזוי ווי עס ווערט דערציילט אין רז"ליח) אַז דער אופן ווי אַזוי אברהם פלעגט מאַכן באַקאַנט גטעכקייט אויף דער וועלט איז געווען דורך הכנסת אורחים.
ער האָט אַריינגענומען אורחים אין מדבר, געגעבן זיי אַלע זאַכן, און דערנאָך בשעת זיי האָבן אים געוואָלט דאַנקען, האָט ער זיי געזאָגט; ברכו למי שאכלתם משלו; הודו ברכו ושבחו למי שאמר והי' העולם (בענטשט דעם וואָס איר האָט געגעסן פון זיינע; דאַנקט, בענטשט און לויבט דעם וואָס מיט זיין וואָרט איז געוואָרן די וועלט).
יא. יצחק'ס ענין איז געווען — ווי פריער געזאָגט — העלאה מלמטה למעלה. דערפאַר האָט ער ניט29געהאַט אינגאַנצן קיין שייכות צו מצרים און צו חוצה לארץ בכלל, ווייל ער איז געווען אַן עולה תמימהיט), און אויך זייענדיק אין ארץ ישראל, האָט ער געהאַט צו טאָן מיט חפירת בארות (גראָבן ברונעמס), וואָס דאָס איז מרמז אויף דעם אופן פון גילוי אלקות בדרך העלאה, אַנטפּלעקן ג־טלעכקייט דורך דערהויבן דעם אונטן. ווייל מדריגת יצחק איז געווען — אָפּגעטראָגן פון וועלט, העלאה והסתלקות מלמטה למעלה.
אַזוי ווי ער אַליין איז געווען אין דער בחינה פון העלאה, האָט ער די זעלבע זאַך אויך אויפגעטאָן אין וועלט, געמאַכט פון איר אַ כלי (וואָס ציטזיך) צו אלקות.
יב. ווי די תורה דערציילט אונז, איז יצחק'ס עבודה געווען חפירת הבארות, גראָבן די ברונעמס. דאָס מיינט אַנטפּלעקן און אַרויפציען די מים חיים וועלכע געפינען זיך אונטן אין דער ערד. ניט אַריינגיסן אַהין מים חיים פון אַן אַנדער אָרט, נאָר אַנטפּלעקן דאָס קוועלנדיקע וואַסער וועלכע געפינט זיך דאָרטן גופא. וואָרום דער אמת איז אַז דאָרט געפינען זיך מים חיים, מער ניט וואָס עס איז פאַרדעקט מיט ערד, בלאָטע און שטיינער, און בשעת מען נעמט אַראָפּ דעם צודעק, ווערן אַנטפּלעקט די מים חיים.
וואָס דאָס וויזט אויך אָן אויף זיין רוחניות'דיקער עבודה: אַראָפּנעמען די אַלע זאַכן וועלכע פאַרדעקן און פאַרשטעלן, און מאַכן די וועלט פאַר אַ כלי צו גטעכקייט — העלאה מלמטה למעלה. ווי די מים חיים אַליין, וועלכע זיינען נובע מתתא לעילא, (קוועלן פון אונטן אַרויף).
יג. ניט נאָר וואָס יצחק האָט זיך ניט גערעכנט מיט די קעגנשטאַנדן וועלכע דעקן צו די מים חיים, נאָר נאָך מער; ער האָט זיך אויך ניט גערעכנט מיט קיין מנגדים וועלכע שטערן צום גראָבן די ברונעמס.
ווי די תורה דערציילט אונז, אַז בשעת עס זיינען געקומען אבימלך'ס פּאַסטעכער און האָבן פאַרטריבן יצחק'ס פּאַסטעכער און פאַרשטאָפּט דברונעמס, איז יצחק ניט נתפּעל געוואָרן און געהייסן ווייטער גראָבן.
נאָך מער; אַפילו ווען מען האָט צוגענומען די ברונעמס וועלכע עבדי*) יצחק האָבן אויסגעגראָבן און זי אַוועקגעגעבן צו די פּלישתים — דאָס מיינט אין טיפערן זין, אַז די לעבעדיקייט און וואַרעמקייט צו וועלכע מען האָט זיך קוים דערגראָבן, נעמט מען אַריין אין דער קליפּה פון פּלישתים (וואָס דאָס איז „מבוי המפולש)כ) — אויך דעמאָלט איז יצחק ניט נתפּעל געוואָרן און ווייטער געגראָבן. און בשעת מען האָט צוגענומען אויך דעם צווייטן ברונעם, האָט ער געגראָבן אַ דריטן, ביז ער איז צוגעקומען צו „רחובות" (ברייטקייט), „הרחיב ה' לנו ופרינו בארץ"כא).
יד. על פּי שכל איז ניט געווען קיין אָרט ניט נתפּעל צו ווערן פון אבימלך'ן, אין דער צייט וואָס אַבימלך זיצט אויף זיין כס־מלוכה און שטערט צו גראָבן די בארות30פון קדושה, און די ברונעמס וואָס מען האָט אויפגעגראָבן מיט דער גרעסטער אָנשטרענגונג נעמט אַבימלך צו זיך. יצחק האָט זיך אָבער ניט גערעכנט מיט קיינע חשבונות פון שכל, ער האָט געוואוסט אַז זיין ענין איז צו אַנטפּלעקן מים חיים, און די אַרבעט האָט ער געטאָן מיט מסירת נפש.
די עבודה צו מאַכן פון וועלט אַ כלי צו ג־טלעכקייט דערלאַנגט אין בלי גבול האמתי (אמת'ע אומבאַגרענעצטקייט) אין סוף ברוך הוא, וואָרום דורך דעם פיהט זיך דורך דער תכלית .הכוונה *יא). אַזוי ווי עס שטייט דער טעם אויף אָנרופן אים מיטן נאָמען יצחק — „צחוק עשה לי אלקים"יח). אַז דער בירור וזיכוך פון די ענינים וועלכע פאַרשטעלן און וועלכע נעמען זיך פון דעם שם אלקים בגימטריא „הטבע")) — דאָס דוקא רופט אַרויס דעם צחוק ותענוג שלמעלה)).
טו. לויט דעם וועט מען פאַרשטיין פאַרוואָס יצחק האָט געדאַרפט געבאָרן ווערן מטיפּה קדושה דוקא. ווייל אברהם'ס מדריגה מצד זיך אַליין איז געווען אצילות, ד. ה. אלקות בהגבלה, און דורך מקיים זיין די מצוה פון מילה איז ער צוגעקומען צו „תמימות" (גאַנצקייט) — הי' תמים — וואָס דאָס איז דער ענין פון אלקות שלמעלה מאצילות180)). און דאָס האָט אַרויסגערופן ביי יצחק'ן, אַז זיין עבודה זאָל זיין אָן קיינע הגבלות, אפילו ניט קיין הגבלות פון שכל דקדושה 40)).
טז. די אָנווייזונג פון דעם איז;
אברהם און יצחק ווערן ביידע אָנגערופן אבות פון יעדן אידן.
ביי יעדער אידן דאַרפן זיין צווייערליי עבודות; די עבודה פון אברהם'ען און די עבודה פון יצחק'ן.
בשעת אַ איד האָט צו טאָן מיט תורה, תפלה און מקיים זיין מצוות, געפינט ער זיך דאָך אין ליכטיקע ד' אמות. ער האָט ניט צו טאָן מיט דער וועלט. ניט נאָר ווען ער פאַרנעמט זיך מיט די צוויי קוים פון תורה און עבודה, נאָר אפילו ווען ער פאַרנעמט זיך מיטן קו פון גמילות חסדים — מקיים זיין מצוות — וואָס ער דאַרף טאָן מיט גשמיות'דיקע זאַכן, איז ער אָבער פונדעסטוועגן אויך דעמאָלט פאַרנומען מיט מקיים זיין דעם רצון העליון (דעם אויבערשטנס ווילן). מער ניט וואָס ער איז ממשיך דעם אויבערשטנס רצון אויך אין גשמיות, אָבער ער האָט ניט צו טאָן מיטן גשמי אַליין, און כל שכן ניט מיט קיין מנגד און אפילו ניט מיט עפּעס וואָס פאַרדעקט און פאַרשטעלט טלעכקייט.
איז אפילו אַז מען האַלט ביי אַזאַ דרגא, דאַרף מען וויסן אַז נאָך ניט דאָס איז דער תכלית פון עבודת השם. דאָס איז בלויז די עבודה פון אברהם אָבער מען דאַרף זיך פאַרנעמען אויך מיט דער עבודה פון יצחק.
מען דאַרף האָבן צו טאָן אויך מיט31די, וואָס אין דרויסן זעט זיך אין זיי פּלשתים האָבן גאָר צוגענומען די ניט אָן מער ווי שטיינער און בלאָטע ברונעמס — איז וואָס פאַר אַן אָרט וואָס פאַרדעקן אויף די מים חיים, איז דאָ על פּי שכל נאָך ווייטער צו און אפילו אויך מיט די וואָס עס גראָבן?
פרשת חיי שרה
א. אין דער היינטיקער סדרה שטייט; מאָלט איז „ויבא אברהם" — די „ותמת שרה בקרית ארבע היא חברון נשמה — „לספוד לשרה ולבכותה"; בארץ כנען". טייטשט דער זהר אַז די נשמה וויינט, ווייל אויך נאָכן שרה איז אַ רמז (אָנדייט) אויף דעם טויט, און לאחר ההסתלקות, איז די גוף און אברהם — אויף דער נשמה 1)). נשמה פאַרבונדן מיטן גוף.
לויט דעם, אַז שרה איז אַ רמז „ותמת שרה", אַז ווען דער גוף אויף דעם גוף און אברהם אויף דער שטאַרבט „בקרית ארבע", וואָס ער נשמה, איז אין פלוג ניט פאַרשטאַנבאַשטייט פון די פיר יסודות, „היא דיק וואָס עס שטייט „כל אשר תאמר חברון", וואָס כל זמן ער האָט גע־אליך שרה שמע בקולה"
27) ברכות י, א.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק א׳
- Id
- rh-npky3bpz