Likkutei Sichos
Metzora
239אַראָפּ דעם העלם וואָס איז מעלים אויף י־ה, וואָס דאָס איז קליפת עמלק, דאין השם שלם כו' עד שימחה זרעו של עמלק*0)), און דער „ומלתם
א. היינטיקער שבת, ווי אַלע שבתות השנה, איז פאַרבונדן מיט אַ געוויסער פּרשה פון תורה,
— כ"ק מו"ח אדמו"ר פלעגט זיך משתמט זיין צו דערמאָנען דעם נאָמען פון דער היינטיקער פּרשה. אין פאַרשידענע ספרים ווערט די פּרשה ניט גערופן מיט איר נאָמען, נאָר „פרשת טהרה". אָבער כ"ק מו"ח אדמו"ר פלעגט איר בכלל ניט וועלן רופן
ס'איז נאָמען, און מערסטנס, שרייבן אָדער זאָגן נאָר דעם טאָג פון חודש, וכדומה. —
אויך איז איצט חודש ניסן, דער זמן פון יציאת מצרים.
און ווי אַלע ענינים, איז אויך דאָס וואָס מען לייענט די היינטיקע פּרשה בחודש ניסן בהשגחה פּרטית, ווייל די צוויי ענינים האָבן צווישן זיך אַ פאַרבונד.
ב. אויף יציאת מצרים זאָגן רז"ל1)); בזכות האמונה נגאלו אבותינו ממצרים. איז דער דיוק אין דעם — אמונה דוקא. ניט השגה נאָר אמונה. את ערלת לבבכם" ברענגט 1)) דעם „ומל הוי' אלקיך את לבבך ואת לבב זרעך", בביאת משיח צדקנו.
(משיחת ש"פ שמיני, תשי"ס) מצורע
וואָס איז דער אויפטו פון אמונה, און וואָס איז איר שייכות מיט יציאת מצרים אַז דוקא אין איר זכות נגאלו אבותינו ממצרים?
אויך חסידי אומות העולם זיינען מודה אין מציאות הבורא. ביי זיי איז דאָס אָבער ניט קיין אמונה, נאָר אַן ענין וואָס איז מוכרח מצד השכל. ווען מען טראַכט זיך אַריין אין מציאות העולם, איז מצד דעם כלל אין דבר עושה את עצמו)), קומט מען צו אַ הכרה, אַז עס איז דאָ דער וואָס האָט איר באַשאַפן און פירט מיט איר אָן.
וויבאַלד אַז בעצם לייגט זיך ביי זיי אלקות ניט אָפּ, נאָר די מציאות פון וועלט ברענגט זיי צו הודאה אין אלקות, איז זייער הודאה אויך נאָר אויף וויפל וועלט איז דאָס מכריח, ד. ה. אויף וויפל אלקות איז שייך צו וועלט ומצומצם בלבושי הטבע. אויף העכער פון וועלט און טבע זיינען זיי ניט מודה.
אָבער די אמונה פון אידן קומט ניט פון וועלט. אידן זיינען בעצם פאַרבונדן מיט אלקות, במילא לייגט זיך ביי זיי אָפּ ג־טלעכקייט. פּונקט240ווי ביי אומות העולם איז זייער ענין — עולם, אַזוי איז ביי אידן זייער ענין אלקות. במילא איז אין דעם ניטאָ קיין הגבלות הטבע, און עס לייגט זיך ביי זיי אָפּ בפּשיטות אויך אלקות שלמעלה מהטבע.
אַזוי ווי עס ווערט דערקלערט אין חסידות)) דער חילוק פון אמונת אומות העולם מיט אמונת ישראל, אַז אמונת ישראל איז אין שם הוי', הי' הוה ויהי' כאחד, למעלה מהטבע. און די אמונה פון אומות העולם איז אין שם אלקים, בגימטריא הטבע. ווי פּרעה מיט זיינע חרטומים האָבן געזאָגט; לא ידעתי את הוי', אצבע אלקים הוא
אין יעדער ענין אין וועלט, זוכט דער ניט־איד די טבע פון דעם, סיידן ווען ער זעט אַ נס גלוי וואָס האָט ניט קיין אָרט אין טבע, מוז ער מודה זיין אַז דאָס איז אַ ג־טלעכע זאַך. און אויך דאַן, אויף וויפל ער קען וויל ער עס אָנטאָן אין לבושי הטבע. אָבער אַ איד, להבדיל, איז אין יעדער זאַך וואָס ער זעט, זוכט ער באַלד די ג־טלעכקייט אין דעם.
און פּונקט ווי אַן אינו יהודי זוכט אַפילו אין אַ נס גלוי, בכל המיני השתדלות, צו מסביר זיין אַז דאָס איז מצד הטבע, איז פאַרקערט ביי אַ אידן, אַפילו אין אַן ענין וואָס אין פלוג איז ער אינגאַנצן מצד הטבע, שטעלט ער זיך מיטן תוקף פון עם קשה עורף און טענה'ט דאָס איז ניט מצד הטבע נאָר מצד אלקות.
און ווי שוין גערעדטח) בפּירוש דברי הירושלמי, מאמין בחי העולמים וזורע: כאָטש אַלע ווייסן אַז על פּי טבע, אויב מען פאַרזייט אַ קערנדל אין דער ערד, וואַקסט, וועט אָבער אַ איד זיך אויף דעם ניט פאַרלאָזן, ער וועט ניט נעמען אַ קערנדל און אים אַריינלייגן אין דער ערד, פּטר'ן אַ זאַך בידים, צוליב דעם וואָס מצד חוקי הטבע דאַרף וואַקסן; חוקי הטבע זיינען ביי אים ניט גענוג פאַרלעסלעך אַז צוליב זיי זאָל ער פּטר'ן אַ זאַך בידים. דער טעם פאַרוואָס ער זייט, איז, ווייל ער איז מאמין בחי העולמים און בוטח אין אים אַז זיין זריעה וועט מצמיח זיין און געבן פּירות.
ד. פּונקט ווי אַ נס, וואָס האָט גאָר ניט קיין אָרט אין טבע, איז דאָך זיכער פון דעם אויבערשטן וואָס האָט געמאַכט דעם שינוי הטבע, אַזוי זיינען אויך די ענינים טבעיים.
אויב מען וויל זיך נאַרן, איז אַפילו ביי אַ נס גדול ביותר, קען מען זיך אויך איינריידן אַז עס איז ניט קיין נס. אַפילו דער נס פון קריעת ים סוף, וואָס איז איינער פון די גרעסטע ניסים, ביז אַז חז"ל זאָגן דערויף דעם לשון „קשה", אויך דאָ איז געווען אַ נתינת מקום לטעות, צו זאָגן אַז עס איז ניט קיין נס.
עס שטייט אין מכילתאיז) אַז בשעת קריעת ים סוף, כל מים שבעולם נבקעו (חוץ מנהר פּרת. ווי עס שטייט241אין כ"ק אדמו"ר מהר"ש'ס אַ מאמר). און דאָס איז וואָס עס שטייט תפּול עליהם אימתה ופחד, אַז בשעת די אומות האָבן געזען די בקיעת המימות, האָבן זיי זיך נאָכגעפרעגט אויף דער סיבה דערפון, און ווען זיי האָבן זיך דערוואוסט אַז דאָס איז צוליב אידן, איז תפּול עליהם אימתה ופחד.
פון דער צווייטער זייט, דאָס וואָס נבקעו כל מים בעולם האָט אויך געגעבן אַן אָרט אויף נאַרן זיך. ווען עס וואָלט זיך שפּאַלטן נאָר דער ים סוף, וואָלטן אַלע קלאָר געוואוסט אַז דאָס איז אַ נס פון דעם אויבערשטן צוליב אידן. וויבאַלד אָבער אַז נבקעו כל מים שבעולם, האָט עס געגעבן אַ נתינת מקום לטעות בשכל, אַז דאָס איז מצד תהלוכות הטבע וכו', און ניט קיין נס צוליב אידן. והראי', אַז נבקעו כל מים שבעולם.
בכדי עס זאָל קענען זיין בחירה, איז דער אופן ההנהגה מלמעלה אַז אַפילו אין אַ נס גדול ביותר, איז דאָ אַ מקום לטעות, וכמאמר רז"ל)); כתוב והרוצה לטעות יטעה.
ה. און דאָס מיינט אַז בזכות האמונה נגאלו אבותינו ממצרים;
מצרים איז מלשון מצרים וגבולים. און זיי זיינען אין צוויי אופנים; א) מצרים דקדושה, ד. ה. עס הערט זיך אָן ג־טלעכקייט אָבער עס איז באַגרענעצט אין טעם ודעת כו' — דוגמת האמונה בשם אלקים. דאָס איז אַ שרש ונתינת מקום אַז בירידה והשתלשלות וכו' זאָל קענען זיין ב) מצרים דקליפּה, וואָס מען פאַרגעסט חס ושלום לגמרי אויף אלקות ביז בירידה למטה מטה — שיקוע אין מ"ט שערי טומאה.
ובזכות האמונה, וואָס אידן האָבן זיך כלל ניט גערעכנט מיט עניני עולם ותהלוכות הטבע; אַז ניט נאָר אין ענינים רוחניים נאָר אויך אין ענינים גשמיים, אין וועלכע אידן זיינען לכאורה גלייך צו אומות העולם, להבדיל, אויך אין זיי היו ישראל מצוינים שם,
האָט עס געבראַכט דעם גילוי פון שם הוי' שלמעלה מהטבע, ובמילא אַ יציאה ממצרים, און ניט נאָר פון מצרים דקליפּה נאָר אויך פון מצרים דקדושה.
ו. און דאָס איז אויך מרומז אין היינטיקער סדרה — בענין הנגעים.
דער רמב"ם שרייבט)וועגן נגעים — נגעי בגדים ונגעי בתים — אַז זיי זיינען ניט ממנהגו של עולם, נאָר אות ופּלא הי' בישראל כדי להזהירן מלשון הרע. און ער איז מבאר באריכות דעם סדר וואָס איז אין דעם געווען, אַז די ערשטע זאַך משתנות קירות ביתו, אויב דאָס האָט ניט געהאָלפן איז משתנין כלי העור שבביתו, א. א. וו.
איז כשם ווי אין דעם ענין הנגעים האָט מען דאָך געזען קלאָר אַז עס איז ניט מצד הטבע נאָר קומט מלמעלה, אַזוי האָבן אידן געגלויבט אַז אַלץ קומט מלמעלה בהשגחה פּרטית, און פּונקט ווי ביי נגעים איז אין יעדער זאַך פאַראַן אַ כוונה מיוחדת, ווי להזהירם מן החטא וכו' און באמת איז אויך דאָס טוב — אַ פאַרבאָרגענער טוב, ביז אויך אַ242טוב בגלוי אַזוי ווי עס איז געווען ביי נגעים, ווי עס שטייט אין מדרש20)), אַז דורך דעם ונתץ את הבית האָט מען געפונען די מטמוניות של זהב — אוצרות פון גאָלד — וואָס די כנענים האָבן באַהאַלטן.
ז. לויט דעם אויבנגעזאָגטן וועט מען אויך פאַרשטיין דעם מאמר רז"ליב): רוח צפונית אינה מסובבת. שטייטיג) דער טעם דערויף, בכדי צו באַווייזן דעם פּלא שבבריאת שמים וארץ. טאָמער וועט ווער קומען און זאָגן אַז אין בריאת שמים וארץ איז ניטאָ קיין פּלא, וועט מען אים זאָגן, אדרבה, גיי פאַרענדיק דעם רוח צפונית, וועט ער מוזן מודה זיין אַז די בריאה איז נאָר בחיק הבורא ב"ה.
ולכאורה איז ניט פאַרשטאַנדיק, ווי איז גאָר שייך מען זאָל זיך איינריידן און טענה'ן אַז בריאת העולם איז ניט קיין פּלא?
אָבער לויט ווי מען האָט פריער גערעדט וועט עס זיין פאַרשטאַנדיק. בכדי עס זאָל קענען זיין בחירה גיט מען מלמעלה אַ רשות דעם יצר הרע לפתות ולהטעות, און ער, דער יצר הרע אַלס אַן אומן גדול בעבודתו, קען איינריידן דעם מענטשן די ווילדסטע זאַכן, ביז, אַז בריאת שמים וארץ איז ניט קיין פּלא.
ח. פון דער צווייטער זייט, כאָטש מצד דעם העלם — פאַרשטעל — קען מען האָבן אַזאַ גרויסן טעות, איז פונדעסטוועגן פאַראַן אין יעדער ענין אויך דער גילוי אלקות. דער אויבערשטער לאָזט איבער אַ פּרט ניט קיין פאַרענדיקטן וואָס נבראים בכוח עצמם קענען ניט גומר זיין. פון דעם האָבן זיי אַ הוראה אויפן גאַנצן כלל אַז ער איז נאָר בחיק הבורא.
וכשם ווי דאָס איז אין בריאת העולם, אַזוי איז עס אויך אין הנהגת העולם, סיי באופן ניסי, סיי באופן טבעי. אפילו ווען אַ מענטש וויל זיך איינריידן אַז זיין הצלחה קומט מצד תהלוכות הטבע, אָדער אַז כחו ועוצם ידו עשה לו את החיל הזה — און דער העלם והסתר פון עולם גיט אויף דעם אַן אָרט — לאָזט אָבער דער אויבערשטער איבער איין פּרט וועלכן אַ נברא קען בשום אופן ניט גומר זיין, וואָס דורך התבוננות אין דעם פּרט קומט מען צו צו דער הכרה אַז אויך דער גאַנצער כלל איז נאָר מצד ברכת הוי'.
ט. דערפאַר, בשעת אַ מענטש זעט אַז אין אַ געוויסן פּרט פון זיינע ענינים איז ער בשום אופן ניט מצליח, דאַרף ער שטאַרקן זיין אמונה און בטחון אין דעם אויבערשטן, וועט דאַן שוין דער אויבערשטער גומר זיין אויך דעם פּרט.
אַזוי ווי דאָס איז בחיי הפּרט, איז עס אויך בחיי הכלל. בשעת מען זעט אין אַן ענין כללי איין פּרט וואָס מען קען ניט גומר זיין, איז די עצה צו דעם ניט תחבולות, נאָר צו שטאַרקן די אמונה און בטחון אין דעם אויבערשטן.
און דאַן וועט דער אויבערשטער גומר זיין אויך דעם רוח צפונית,243מצפון תפתח הרעה*14)), אַז עס וועט ווערן אַ מ"ם סתומה מכל הצדדים, וואָס דאָס איז דער ענין פון דער גאולה העתידהיד). מען וועט מער ניט דאַרפן אָנקומען צו חסדי אומות העולם — וואָס דער אמת איז דאָך
וחסד לאומים
לגרמייהו עבדין18)) — נאָר דער אויבערשטער אַליין וועט אונז ברענגען אל ארץ טובה ורחבה, ארץ אשר עיני הוי' אלקיך בה, דורך משיח צדקנו במהרה בימינו.
י. אין חודש ניסן זיינען פאַראַן כמה סוגי ענינים; ענינים וואָס זיינען מדאורייתא, מדרבנן און מנהגים. פון די עיקרי חודש ניסן איז — חג הפּסח. ווי די גמרא טייטשט דאָס וואָס עס שטייט אין דער משנה; באחד בניסן ראש השנה לרגלים, אַז דאָס מיינט מען רגל שבו — פּסחמ), און בפּסח ביחוד זיינען דאָ די סוגים הנ"ל; דאורייתא, דרבנן און מנהגים.
אַמאָל איז געווען אַ מנהג, אַז פאַר פּסח פלעגן די רבנים אַריינשיקן מצות שמורה צו זייערע בעלי־בתים2 אַ גאַנג מצות, ד. ה. זעקס מצות אויף ביידע סדרים, אָדער לכל הפּחות, צוויי מצות אויף דעם כזית מצה, ד. ה. פאַר דער מיטלסטער מצה.
טעם המנהג בפּשטות איז געווען — צוליב דעם רב'ס הכנסה. דערביי האָט מען אָבער באַוואָרנט אַן ענין עקרי; עס איז דאָך פאַראַן אַ ריבוי דינים ודקדוקים אין מצות מצוהיז), און ניט אַלע זיינען בקי אין דעם אָדער קענען דאָס אויספירן, דערפאַר פלעגן די רבנים פאַרזאָרגן די בעלי־בתים דערמיט, כדי מען זאָל זיכער יוצא זיין מיט מצוות מצה.
מצד פאַרשידענע טעמים, איז, אין אַ סך ערטער, דער מנהג בטל געוואָרן. עס איז ניט נוגע איצט צו ריידן איבער די טעמים פאַרוואָס דער מנהג איז בטל געוואָרן. וואָס איך וויל זאָגן איז, אַז איך בעט — און, לו יישר חילי, וואָלט איך הייסן — איינצופירן צוריק דעם מנהג, אַז די רבנים זאָלן אַריינשיקן מצות שמורה צו זייערע בעלי־בתים.
און ניט דוקא אַ רב, נאָר יעדער איינער וואָס האָט אַ השפּעה; זאָל דאָס זיין אַ רב, אַ שוחט, אַ רעוורענד צי אַ שמש, איז אויב ער האָט נאָר עמעצן וואָס אויב ער וועט אים אַריינשיקן מצות — וועט יענער נוצן צום סדר די מצות וואָס ער האָט אים אַריינגעשיקט, זאָלן זיי דאָס טאָן; אַריינשיקן מצות, און דוקא קיילעכ־244דיקע 18)), דוקא האַנט־מצה 18)) און דוקא דאסוותא און מיכלא דמהימנותאיא), מצה שמורה 20)), וואָס דורך דעם וועט וואָס אמונה איז דאָך דער יסוד פון ביי הונדערטער און אפשר טויזנטער אַלע מצוות, און פון אידישן לעבן אידן אָפּגעהיט ווערן מצות אכילת בכלל27)) — אַז דאָס מקיים זיין די מצה ווי עס דאַרף צו זיין, ובהידור. מצוה ווי עס דאַרף זיין און מיט אין די ערטער וואו עס פירט זיך אַ הידור — וועט געבן אַ חיות אין צו מאַכן אַלגעמיינע סדרים (ווי האָ־ קיום פון תורה ומצוות דעם גאַנצן טעלן וכדומה) איז זעלבסטפאַרשטענד־יאָר, עס זאָל זיין אַ געזונטער יאָר לעך דאַרפן דאָס טאָן די מסדרים ברוחניות, וועט בדרך ממילא זיין אַ
געזונטער יאָר בגשמיות.
וגדולה מעלת וסגולת מצוות מצה,
וואָס איז, כלשון הזהר הקדוש, מיכלא
חג הפסח
לויט דער וויכטיקייט פון די ענינים
דער סדר פון די פיר קשיות לויט און ניט לויט דעם סדר וואָס דאָס דעם מנהג חב"ד 1)) איז; מטבילין, קינד זעט פריער.
א זז אר אא אממות אא מארמ א אז ע מא" מ מ בא' ר" אמאר מר ע דיקט אאיס עם ענין אמרת.
און ערשט צום סוף מטבילין — וואָס
19) זע אין די ספרים וואָס זיינען גע־איז בלויז אַ מנהג.
בראַכט אין שדי חמד אסיפת דינים מע'
חמץ ומצה סימן יג. שערים מצוינים בהלכה
לקיצור שו"ע סימן קי. הגדת מבאר (פעט־ פריער, האָט מטבילין געדאַרפט זיין
אָדער גאָר צום סוף (ווייל דער עיקר
20) זע פרי חדש לשולחן ערוך אורח איז דער טיבול שני), אָדער על כל חים סימן תננ. שו"ע רבנו הזקן שם פנים נאָך מסובין, ווייל מסובין איז
1) בסדר הזה הוא במשנה שבירושלמי —
רי"ף ורא"ש (אבל שתי קושיות האחרונות
חסרות שם. והגהת הב"ח ברי"ף צ"ע). חלק ב מא, א. לקוטי תורה צו יג, ד. בסי' רע"ג (כת"י ב"מ) בסי' רס"ג, רמב"ם, ד"ה כימי צאתך, תש"ח לכ"ק מו"ח אטור אבודרהם (מדמקדימין פי' קושיית מו"ר — סוף פרק יב.
מטבילין לפי' שאר ירקות) זבת פסח למה־
ר"י אברבנאל, פע"ח שער כא פ"ז, סידור לאדמו"ר האמצעי.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק א׳
- Id
- rh-jpa7pgrv