Likkutei Sichos
Vayikra
205פרשת ויקרא
פ' זכור
א. אין אָנהויב פּרשת ויקרא (פּ' הקרבנות) שטייט, אדם כי יקריב מכם קרבן להוי'. אין פלוג איז ניט פאַרשטאַנדיק; אויב דער פּירוש איז נאָר כפּשוטו, אַז דער „מכם" גייט אויפן וואָרט „אדם", אַז אַ מענטש פון אייך וועט מקריב זיין, האָט ער געדאַרפט זאָגן אדם מכם כי יקריב, פאַרוואָס זאָגט ער אדם כי יקריב מכם ?
איז דאָך באַוואוסט וואָס ס'שטייט אויף דעם אין חסידות, אַז דערמיט קומט ער אויך דערקלערן דעם ענין פון קרבנות ברוחניות — אין עבודה בנפש האדם.
עס איז דאָך באַוואוסט דער דיוק רז"לא) אויפן פּסוק ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם, בתוכו לא נאמר אלא בתוכם, בתוך כל אחד ואחד מישראל. וואָס פון דעם איז פאַרשטאַנדיק, אַז אַלע עבודות וואָס זיינען געווען אין משכן ומקדש הגשמי, זיינען אויך דאָ אין רוחניות — אין דעם מקדש הרוחני וואָס איז פאַראַן אין יעדן אידן.
דאָס איז בנוגע אַלע עבודות. מכל שכן עבודת הקרבנות, וואָס אויך אין מקדש הגשמי גופא — וואס כפשוטו איז דאָס געווען אַן עבודה גשמית און מען האָט מקריב געווען אַ בהמה גשמית — איז אין פּנימיות דאָס אויך געווען אַן עבודה רוחנית.
דערפאַר האָט געדאַרפט זיין — בשעת הקרבת הקרבן — די באַטייליקונג פון די כהנים מיט זייער עבודה, און די לויים בשירם וזמרם, וואָס דאָס זיינען ענינים רוחניים. ווי עס שטייט אין זהרא) דכהני בחשאי וברעותא דלבא — המשכה, ולויים בשירה וזמרה — העלאה מלמטה למעלה.
איז דאָך עבודת הקרבנות אויך אין מקדש געווען אַן עבודה רוחנית, און מכל שכן עבודת הקרבנות ווי עס איז ביי יעדן אידן.
די דערקלערונג פון פּסוק לויטן טייטש פון אַלטן רבי'ן)) „אדם כי יקריב", ווען אַ מענטש וויל נתקרב ווערן צו אלקות (וואָס דער ענין פון קרבן איז קירוב הכחות והחושים))), איז „מכם קרבן להוי'", דאַרפט איר מקריב זיין פון אייך אַליין.
ב. אין דעם אַליין זיינען פאַראַן צוויי פּרטים; א) „מכם", דער קרבן פון נפש האלקית. ב) „מן הבהמה", די בהמה וועלכע געפינט זיך אין דעם מענטשנס האַרץ, ד. ה. פון נפש הבהמית. וואָס אויף דעם רעכנט
דערקלערט אין חסידות*.
עבודה פון נפש האלקית מצד עצמה, נאָר אין בירור נפש הבהמית דוקא.
און אויך דאָס איז מרומז אין פּסוק. ביי דעם וואָרט „מכם", זאָגט ער קרבן להוי', און נאָך דעם ווי ער זאָגט מן הבהמה מן הבקר ומן הצאן, פירט ער אויס לרצונו לפני הוי', פאַר הוי'), העכער פון הוי', ווייל דער בירור פון נפש הבהמית דערלאַנגט העכער, אַזוי ווי עס שטייטז), ורב תבואות בכח שור.
דערפאַר דערלאַנגט דער קרבן פון „מכם" נאָר צום שם הוי'. אמת טאַקע אַז אויך דער קרבן פון „מכם" איז ניט צו „אלקים", בגימטריא הטבע (אלקות וואָס באַהאַלט זיך אין טבע), נאָר צו הוי' דוקא, ווי עס ווערט דערקלערט אין זהר) אויפן פּסוק זובח לאלקים יחרם, און דאָך קומט עס ניט צו דער עלי' דורך דעם בירור הגוף ונפש הבהמית, וואָס דורך דעם דוקא דערלאַנגט מען נאָך העכער, לפני הוי', למעלה מהשתלשלות לגמרי, ווי עס שטייט*), כד אתכפיא סטרא אחרא אסתלק יקרא דקודשא ת בריך הוא בכולהו עלמין, אור שבכל ם העולמות בשוה*1)).
מיות האָט מען די ערשטע זאַך גע־
דאַרפט זען אַז די בהמה זאָל זיין
אַ גאַנצע. מען האָט איר געדאַרפט
בודק זיין זי זאָל ניט האָבן קיין
מום, און ערשט דאַן „ירצה לקרבן".
ברוחניות. ביי עבודת הקרבת בהמה
הרוחנית, איז איידער מען גייט צו
מקריב זיין דעם נפש הבהמית להוי',
דאַרף מען צום ערשטן זען אַז די בהמה — דער נפש הבהמית, זאָל זיין בשלימות און ניט האָבן קיין מוםכא).
דערפאַר איז בתחלת העבודה — בדיקה, בודק זיין בכל פּינות נפשו, אין מוחין, אין מדות ובפרט אין די דריי לבושים מחשבה דבור ומעשה, צו וויסן די ענינים וועלכע טויגן ניט, און מתקן זיין זיי.
בכדי אַז די בדיקה זאָל זיין אדעתא דנפשי', ניט בדרך מצות אנשים מלומדה, דאַרף ער וויסן אַז דאָס איז אים נוגע בחיי נפשו ממש. דאַן וועט די בדיקה זיין ווי עס דאַרף זיין, און אויך די תיקונים וועלכע פאָדערן זיך, וועט ער דורכפירן בפּועל, וואָרום ער ווייס דאָך אַז דאָס איז אים נוגע בחיי נפשו.
ד. ווען ער וועט זיך עוסק זיין אין עבודת הבדיקה און זיך פאַר־207טראַכטן אין זיין מעמד ומצב אדעתא דנפשי', וועט ער זיך אָפט מאָל כאַפּן, אַז אויב אַפילו איצטער איז ער ניט קיין בעל עבירה, איז דאָך אָבער „וחטאתי נגדי תמיד", אַז די חטאים וואָס ער האָט געטאָן במשך ימי חלדו (פון זיין פריסטער יוגנט אָן), אויך די וואָס ער האָט געטאָן פאַר בר מצוהיב), זיינען דאָך פאַרבליבן, וואָרום ער האָט זיי נאָך ניט אין גאַנצן מתקן געווען.
אַ ראי' אַז ער האָט נאָך די חטאים ניט מתקן געווען און ער האָט נאָך ניט געטאָן קיין תשובה ווי עס דאַרף זיין: אויב זיין תשובה וואָלט געווען ווי מען דאַרף, וואָלט זיין עבודה געווען שטאַרקער, ווייל דאָס וואָס ער איז געווען פריער בארץ צי' וצלמות, האָט געדאַרפט ביי אים דערוועקן אַ גרויסע תשוקה און אַן אהבה צו אלקות, אַן אהבה וואָס זדונות נעשו לו כזכיותיג), און ער זעט אַז ביי אים איז ניט אַזוי;
אדרבה, ווען ער באַטראַכט זיך אין זיין מצב ווי ער איז באמת, ניט וועלן מאַכן זיך גרינג און ניט וועלן אָפּנאַרן זיך, פילט ער ביי זיך אַז ער שטייט אין אַ פאַרקערטן ציור, ניט נאָר אַז עס איז ניט „נעשו כזכיות" — נאָר עס איז געבליבן אַן עבירה, וואָס דערפאַר ציט אים צו אַן עבירה — עבירה גוררת עבירהיד), זעט ער דאָך אַז ער האָט נאָך קיין תשובה ווי עס דאַרף צו זיין ניט געטאָן.
דאָס הייסט, אַז דער „וחטאתי נגדי תמיד" איז ביי אים ניט דערפאַר ווייל מצד זיין איצטיקן מעמד ומצב איז ניט גענוג די פריערדיקע תשובה און ער דאַרף האָבן אַ העכערע תשובהיח), נאָר ער האָט לכתחילה ניט מתקן געווען זיינע ענינים, און זיי זיינען אַ מסך מבדיל בינו לבין אביו שבשמיםי), מפסיק און מונע פון עבודת הוי'.
איז בשעת ער איז זיך מתבונן אין דעם אַלעם און ווייסט אויך די גרויסקייט פון דעם ענין פון קרבנות, אַז קרבנות איז קירוב הכחות והחושים, ביז עס ווערט נכלל באש של מעלה, און רזא דקורבנא עולה עד רזא דאין סוףיז), פרעגט ער ביי זיך; וואָס פאַר אַ שייכות האָט ער צו קרבנות, און ווי אַזוי איז ירצה לקרבן להוי', אַז ער איז „אין בו מתום"?1
צו פאַרענטפערן די קשיא, איז מוסיף כ"ק מו"ח אדמו"ריט) אויפן פּירוש פון אַלטן רבי'ן אין דעם וואָרט „מכם" — מכם ובכם הדבר תלוי, דאָס איז אָפּהענגיק פון אייך אַליין. ניט קוקנדיק אויף זיין מעמד ומצב און אויף דעם וואָס ער איז אַדורך ביז איצט, פונדעסטוועגן איז בכם הדבר תלוי, ביז אַז יעדער איד קען זאָגןכ), מתי יגיעו מעשיי למעשי אבותי אברהם יצחק ויעקב.
208ה. דער סדר אין הקרבת הקרבן בגשמיות איז, אַז נאָכדעם ווי מען געפינט אויס אַז די בהמה איז אַ תמימה אָן אַ מום, דאַרף מען זי שחט'ן. אויך נאָך דער שחיטה בלייבט איבער דער קערפּער פון דער בהמה גאַנץ, מען נעמט נאָר אַרויס איר חיות. דאַן איז מען איר מקריב אויפן מזבח, וואו עס ווערט פאַרברענט אויך איר גשמיות'דיקער קערפּער, — ביי אַלע קרבנות דעם חלב, און ביי קרבן עולה, התחלת הקרבנות, די גאַנצע בהמה, כליל למזבח — אין דעם גטלעכן פייער וואָס פלעגט אראפקומען מלמעלה.
אַזוי אויך אין רוחניות. נאָך דעם וואָס מען איז מתקן די מומים, דאַרף זיין שחיטה, שחט'ן דעם גוף און נפש הבהמית, ד. ה. אַרויסנעמען דעם קאָך און חיות פון ענינים גשמיים. די דברים גשמיים אַליין בלייבן גאַנץ, אָבער זיי זיינען אָן אַ קאָך, ער באַנוצט זיך מיט זיי נאָר בכדי ער זאָל האָבן אַ תוספת כוח אין עבודת הוי', כמאמרכ) חמרא וריחא פקחין, דלאכא) אכלי בישרא דתורא לא דקדקתי טעמו של דבר, וואָס דאָס איז דאָך דער ציווי בכל דרכיך דעהו41)), אַז אַלע ענינים זאָלן זיין לשם שמים. אָדער נאָך טיפער, ניט נאָר אויסנוצן די דברים הגשמיים צוליב קדושה נאָר מאַכן פון זיי אַליין מצוה וקדושה, — ווי אכילת שבת ויום טוב, אָדער ווי ציצית מצמר גשמי און תפילין מקלף גשמי.
און דאַן קען זיין די הקרבה, אַז דער גוף און נפש הבהמית זאָלן נכלל ווערן אין ג־טעכן פייער וואָס אין דער נשמה, אַזוי ווי עס שטייט, רשפי' רשפי אש שלהבת י־ה, ואמרו רז"ל, כאש של מעלהכח), דאָס איז די אהבה פון דער נשמה צום אויבערשטן — און אין איר ווערן נכלל דער גוף ונפש הבהמית, אַז אויך דער נפש הבהמית באַקומט אַן אהבה צו דעם אויבערשטן, אַזוי ווי עס שטייט ואהבת את הוי' אלקיך בכל לבבך ואמרו רז"לכד) בשני יצריך.
(פון מאמר ד"ה באתי לגני, תשי"ב)
פ' ז כור
ו. מלחמת עמלק מיט אידן, געפינען מיר, בכלל, אין פיר זמנים א) באַלד ווי די אידן זיינען אַרויס פון מצרים. ב) אין די לעצטע יאָרן וואָס די אידן זיינען געווען אין מדבר, איידער זיי זיינען אַריין אין ארץ ישראל (נאָר דאַן האָט זיך עמלק פאַרשטעלט פאַר אַ כנעני)יח). ג) אין די ערשטע יאָרן פון זייער זיין אין ארץ ישראל, נאָך דעם מינוי פון שאול המלך און פאַרן בנין בית המקדש (וואָס אַזוי איז דער סדר אין די ג' דברים שנצטוו בכניסתם לארץ מינוי מלך, מלחמת עמלק ובנין בית המקדש). ד) בדרא דמלכא משיחא.
דברי ימי ישראל, זינט אידן זיי־209נען געוואָרן אַ פאָלק אַרויסגייענדיק פון מצרים מקבל זיין די תורה, טיילן זיך אין צוויי תקופות; א) ווען אידן ד זיינען געווען אין מדבר און ניט א געהאַט צו טאָן מיט גשמיות עולם
הזה, און זייערע באַדערפענישן וועל־
כע טיילן זיך אין מזון, לבוש ובית
(שפּייז, קליידונג און דירה), האָבן זיי
געהאַט פון מן, בארה של מרים און ענני הכבוד. ב) ווען אידן זיינען אַריין אין ארץ שבעת עממין בכדי צו מאַכן פון איר ארץ ישראל, וואָס אין דער תקופה גייט אויך אַריין דער זמן הגלות, ווען אידן זיינען בארצות האומות אויף צוגרייטן דאָרטן דעם „עתידה ארץ ישראל שתתפשט בכל הארצות", צו מאַכן פון זיי אַ דירה לו יתברך.
די אויבנדערמאָנטע פיר זמנים פון מלחמות עמלק, זיינען די ערשטע צוויי געווען אין אָנהויב און סוף פון דער ערשטער תקופה, און די אַנדערע צוויי — אין אָנהויב און סוף פון דער
צווייטער תקופה.
פון דעם וואָס מיר זעען אַז אין
די צוויי מלחמות פון דער ערשטער
תקופה, איז די ערשטע געווען מיט
אַן אָפענעם עמלק און די צווייטע
כנעני), איז פון דעם אַ באַווייז, אַז
אויך די צוויי מלחמות פון דער צוויי־
בימי שאול געווען מיט אַן אָפענעם
עמלק, און די צווייטע מלחמה, בדרא
בימינו, איז מיט אַ פאַרבאַָרגענעם
עמלק.
ז. אויף מלחמת עמלק אין אָנהויב
פון דער ערשטער תקופה, שטייט „אשר קרך". טייטשט דער מדרש
דער'הרג'ט חס ושלום, ער האָט נאָר
בשעת אידן זיינען געגאַנגען צו מתן תורה, און געוואָלט שרייען נעשה קודם לנשמע, צי מען וועט יאָ פאַרשטיין צי ניט פאַרשטיין וועט מען מקיים זיין וואָס מען וועט הערן, קומט צו גיין עמלק און קילט אָפּ
ער טענה'ט ניט מען זאָל חס ושלום ניט גיין צו קבלת התורה, ער איז דאָך אויך אַן אייניקל פון אברהם ויצחק. ער טענה'ט נאָר; וואָס איז אַזוי די התפּעלות וואָס דו שפּרינגסט פון די כלים און שרייסט נעשה קודם לנשמע, ביסט מקבל אויף זיך צו טאָן איידער דו ווייסט וועגן וואָס עס רעדט זיך? דו ביסט דאָך אַ בעל שכל, והראי' אַז מען וויל דיר געבן אַ תורה וואָס היא חכמתכם ובינתכם לעיני כל העמים, איז פאַר אַ בעל שכל פּאַסט ניט ער זאָל אַרויס פון די כלים און אַרויסשפּרינ־
גען פון מדידה והגבלה, פון זיין
„נעשה", ער וועט טאָן אַלץ וואָס
ער וועט הערן סיי ער וועט פאַר־
שטיין, סיי ער וועט ניט פאַרשטיין.
אויף לימוד התורה, אָבער ניט אויף
הנהגת יעקב איש תם יושב אהלים. ער
ניט פרעגן פריער וועגן וואָס עס רעדט זיך און וואָס מען וועט פון
387 ואילך.
210אים פאַרלאַנגען, נאָר נעשה קודם
לנשמע, אויף דעם איז ער ניט מסכים.
ער האַלט מיט דעם סדר פון עשו'ן — איש יודע ציד, ער פאַרשטייט,
ער רעכנט אויס וויפל ער קען פאַנ־
גען און פאַרנעמען, ער שאַצט אָפּ זיינע כוחות מיט זיין שכל וויפל ער וועט לערנען און וויפל ער וועט מקיים זיין. ער גייט מיט אַ סדר פון נשמע ונעשה, צו ערשט הערן און פאַרשטיין — ערשט דאַן וועט מען קענען אָפּשאַצן צי מען קען דאָס טאָן צי ניט.
אדרבה, טענה'ט ער, וויבאַלד אַז תורה איז אמת, און עס איז דאָך אַן ענין של חכמה, איז למאי נפקא מינה צי מען וועט מקדים זיין נעשה לנשמע אָדער פאַרקערט, סיי ווי סיי, אַפילו ער וועט מקדים זיין נשמע לנעשה, וועט ער אויך זיכער קומען צום נעשה, וואָרום עס איז דאָך מחוייב על פּי שכל.
אויף דעם האָט די תורה באַוואָרנט, מ'זאָל וויסן אַז דורך דעם סדר פון אשר קרך — קרירות, ווערט דערנאָך דער צווייטער טייטש אין אשר קרך, מלשון קריכז). וענינו, אַז פון די פּנימיות החיות וואָס איז געגעבן געוואָרן אויף פּרו ורבו ומלאו את הארץ וכבשוה, אייננעמען די גאַנצע וועלט און מאַכן פון איר אַ דירה לו יתברך, איז פון דעם חיות ווערט הגדלת כוחות הקליפות רחמנא לצלןכ). און דאָס הויבט זיך אָן פון דעם ערשטן טייטש אין אשר קרך — קרירות. פון יודע ציד קומט מען צו איש שדה, אַרויס און אַוועק
פון די אהלים, אהלי שם ועבר, תורה שבכתב און תורה שבעל פּה.
מען מוז זיך פירן מיט דעם וועג פון יעקב איש תם, וואָס דעמאָלט גייט מען אויפן ריכטיקן וועג, ווי די גמראד) זאָגט אויפן פּסוק תומת ישרים תנחם — אויב מען גייט מיט אַ תמימות דעמאָלט איז — תנחם, מען גייט אויפן גלייכן וועג. אָבער די וואָס האַלטן ניט פון דעם סדר פון עמא פּזיזא, זיי טענה'ן אַז תורה איז אַן ענין פון שכל, און בפרט בשעת עס האַנדלט זיך וועגן גאָר אַ הויכן און טיפן שכל, דאַרף מען ניט שפּרינגען פון דער הויט, מען דאַרף צו דעם צוגיין מיט אַ סדר, נשמע און דערנאָך נעשה, איז סוף כל סוף — וסלף בוגדים תשדם, עס ווערט דערפון דער צווייטער טייטש אין אשר קרך, כנ"ל.
ח. דאָס איז געווען מלחמת עמלק אין אָנהויב פון דער ערשטער תקופה. ביים סוף פון אָט־דער תקופה, אין די לעצטע יאָרן פון דור המדבר איידער אידן זיינען אַריין אין ארץ ישראל, דעמאָלט איז ווידער געקומען עמלק מלחמה האַלטן מיט די אידן, אָבער דאָ האָט ער אָפּגעטאָן נאָך אַן ערמה, אַ שפּיצל, ער האָט זיך אָנגעטאָן אין לבושים פון אַ כנעני בכדי מען זאָל ניט דערקענען אַז דאָס איז דער זעלבער וואָס האָט מלחמה געהאַלטן אין אָנהויב פון די פערציק יאָר.
אין דער צווייטער מלחמה איז ער ניט געקומען ווי אַ בן אברהם ויצחק, נאָר ווי אַ כנעני, אַ גוי. אין די211ענינים פון תורה און אידישקייט מישט ער זיך אינגאַנצן ניט. אין דער צייט וואָס דו לערנסט און ווילסט זיך פירן ווי אַ איד — טענה'ט ער — מיש איך זיך ניט, טו וואָס דו ווילסט. איך פאַרלאַנג נאָר איין זאַך; די ענינים וואָס געהערן צו ארץ כנען, אין דעם לערן זיך פון מיר, אונטערוואַרף זיך אַ כנעני.
ער איז געקומען צום אידן און גע'טענה'ט2 אַזוי ווי איצטער פאַרענדיקסטו דיין בילדונג מיטן חינוך פון דור המדבר און דאַרפסט זיך גרייטן אַריינגיין אין ארץ כנען, זיך עוסק זיין אין אַלע ל"ט מלאכות עובדין דחול, מוזטו זיך אויסלערנען די ענינים און סדרים פון ארץ כנען, דו זאָלסט קענען האָבן אַן אחיזה אין דער לאַנד.
אויב דו וועסט זיך ניט אויסלערנען סדרי ארץ כנען און אונטערוואַרפן זיך צו זיי, קענסטו ניט דערוואַרטן אַז קומענדיק אין ארץ כנען וועסטו קענען דורכלעבן דאָרט, דורכגיין די וועלט און בלייבן אַ איד, ד. ה. אי האָבן אויף דער הוצאה, אי שמירת שבת ויום טוב, אי געבן צדקה, געבן די קינדער חינוך על פּי תורה וכו' — ווי וועסטו דאָס קענען באווייזן?
און דאָס איז וואָס דער מדרשכ) זאָגט אויפן פּסוק וישב ממנו שבי, אַז דער כנעני מלך ערד האָט צוגענומען ביי אידן אַ שפחה כנענית. דער כנעני נעמט ניט ביי אידן אַ זאַך וואָס מצד עצמה איז דאָס זייערע, ער נעמט צו מער ניט ווי אַ שבי, אַן ענין וואָס אידן אַליין האָבן גענומען בשבי פון וועלט. אין לימוד התורה וקיום המצות מישט ער זיך ניט, ער וויל נאָר אַז אַרויסגייענדיק פון די ד' אמות של תורה, קומענדיק אין וועלט, זאָל מען זיך פירן ווי אַ כנעני, להבדיל.
האָט די תורה מגלה געווען, אַז אין די טענות פון כנעני מלך ערד איז פאַרבאַהאַלטן עמלק. וואָרום אַ גוי האָט אין אַ אידן גאָר קיין אחיזה ניט, אַ איד איז אינגאַנצן קדושה און אַ גוי איז אינגאַנצן דער היפּך, קען ניט זיין קיין חיבור פון שני הפכים. אָבער ווען אַ כנעני קומט מלחמה האַלטן ווען אין אים איז אָנגעטאָן אַן עמלק, וואָס ער שטאַמט דאָך פון אברהם ויצחק, דאָ וואַקסן אויס פאַרשידענע טענות מיט די תוצאות פון טענות עמלק — ויזנב בך כל הנחשלים אחריך גו'.
בשעת דער כנעני מלך ערד קומט צוגיין און זאָגט מען זאָל זיך לערנען די ענינים פון ארץ כנען וואָס דורך דעם דוקא וועט מען קענען אין איר אַריינגיין, דאַרף מען וויסן, אַז ניט נאָר וואָס דאָס איז ניט קיין וועג אויף מאַכן פון ארץ כנען — ארץ ישראל, ארץ אשר עיני הוי' אלקיך בה, נאָר אדרבה, דאָס איז אַן ענין וואָס האַלט מלחמה אַנטקעגן אידן און אַנטקעגן ארץ ישראל, אין דעם איז אָנגעטאָן דער זעלבער עמלק וואָס האָט ניט געוואָלט צולאָזן אידן מקבל זיין די תורה, און אָפּגעקילט זיי פון אַלע עניני קדושה.
נאָך מער האָט די תורה מגלה געווען; ניט נאָר וואָס אין דעם כנעני מלך ערד איז אָנגעטאָן אַן עמלק וואָס שטערט צו מתן תורה און שטערט צו רחניות פון אידן, נאָר212נאָך מערער, אין דעם איז אָנגעטאָן אַן ענין וואָס שטערט און האַלט מלחמה אַנטקעגן אידישן גוף, ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, בימי הפּורים, די אמת'ע פּנימיות הכוונה פון די אַלע טענות, להשמיד להרוג ולאבד ח"ו את כל היהודים, אויך דעם גוף.
מען דאַרף וויסן אַז די וועג צו אַריינגיין אין ארץ ישראל, איז ניט צו גיין אין דער שיטה פון כנעני מלך ערד, נאָר אדרבה, „ויחרם אתהם".
ט. ווי גערעדט פריער, איז אויך ביים סוף פון דער צווייטער תקופה איידער מען דאַרף אַריינגיין אין ארץ ישראל, ארץ אשר עיני הוי' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה, וואָס דאָס איז אונזער דור, דאַרף מען פריער מנצח זיין די מלחמה פון כנעני מלך ערד.
וואָס איז זיין מלחמה? ער קומט צוגיין צו אַ אידן און זאָגט; וויבאַלד אַז דו דאַרפסט זיין אַ סוחר, דאַרפסטו זיך אויפפירן אין דיין מסחר ווי רוב הסוחרים — ווי אַ גוי, להבדיל. אויב דו דאַרפסט האָבן אַ שטעלע, אַ דזשאַב, דאַרפסט זיך צו דעם גרייטן ווי אַ גוי גרייט זיך דערצו. צו דעם אַלעם דאַרפסטו זיך אויסלערנען די ענינים וואָס זיינען היפּך התורה, ניט רעכענען זיך מיט השגת גבול, אבק לשון הרע, רבית וכו', און דו מוזט מבטל זיין פון לימוד התורה כדי צו מצליח זיין אין עניני העולם.
צום אַלעם ערשטן — טענה'ט ער — דאַרפסטו פאַרגעסן אַז יעדער ענין איז בהשגחה פּרטית פון דער השגחה העליונה און דער אדם התחתון למטה דאַרף ניט מער ווי מאַכן אַ כלי אויף מקבל זיין דעם אויבערשטנס ברכה *41)). אויף דעם אַלעמען דאַרפסטו פאַרגעסן, דו דאַרפסט גיין מיטן צוגאַנג פון כחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה.
און דעמאָלט בשעת דו וועסט האָבן די „קנאת סופרים" און טענה'ן אַז דו דאַרפסט באַווייזן קונצן און אויפטאָן ענינים, וועסטו קענען מצליח זיין אויף דיין שטעלע און אין דיין מסחר, און דעמאָלט וועסטו קענען זיין אַ „סוקסעספול ביזנעסמאַן", האָבן הצלחה אין דיין מסחר אָדער אויף דיין שטעלע, ווייל דו וועסט האָבן די זעלבע הכנות וואָס עס האָט דערצו להבדיל אַ גוי.
אויף דעם האָט די תורה באַוואָרנט, מען זאָל וויסן ווער עס איז באַהאַלטן אין די טענות. אין דעם איז באַהאַלטן עמלק וואָס שטערט אידן צו מתן תורה. און אויסער דעם וואָס ניט דאָס איז דער וועג צו מאַכן די וועלט פאַר אַ דירה לו יתברך, צו מאַכן פון ארץ כנען — ארץ ישראל, ווייזט זיך אַרויס שפּעטער, אַז מען וויל להשמיד להרוג ולאבד את כל היהודים, ר"ל, אויך זייער גוף.
וואָרום בכדי אַז אידן זאָלן בלייבן גאַנץ אין זייער גוף, איז דאָס נאָר דורך דעם וואָס זייער נשמה וועט בלייבן גאַנץ, וואָס דער וועג צו דעם איז דער תומת ישרים תנחם, און ניט צולאַזן ח"ו די וואָס ווילן אָפּקילן פון התלהבות אין תורה. דאָס איז דער איין און איינציקער וועג צו באַוואָרענען אַז אויך דער גוף זאָל213בלייבן גאַנץ, כפּשוטו, ברמ"ח אבריו מצוות עשה) ושס"ה גידיו (כנגד שס"ה
מצוות לא תעשה).
הר ר ר אד דר אמא קר ום א ועט מו דון אז עי הו' צו דעם — לימוד התורה תורת אלקיך בה" ניט נאָר יום כיפּור בשעת חיים, וואָס גיט אים חיי עולם אין נעילה, בשבת ויום טוב אָדער בשעת'ן עולם הזה הגשמי, און קיום המצות, דאַוונען און לערנען, נאָר מראשית וחי בהם, ער זאָל זיין אַ לעבעדיקער השנה ועד אחרית שנה.
פורים ופרשת צו
א. דער יום טוב פּורים איז צו־געהערשט איבער דער וועלט)). איז ליב דעם נס און הצלה וואָס דער דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז עס איז ניט אויבערשטער האָט געראַטעוועט דעם געווען קיין תקופה אין גלות אין אידישן פאָלק פון דער גזירת כלי' וועלכער אידן זאָלן זיין, על פּי טבע,
מער זיכער מיט זייער עקזיסטענץ,
יענע תקופה איז געווען, על פּי ווי בימי אחשורוש.
טבע, די גליקלעכסטע פאַר אידן אין
דער צייט פון גלות. די אידן האָבן קערט. גראָד דאַן ווען על פּי טבע דאַן פאַרנומען אַ גרויסן אָרט אין איז זייער מצב געווען אַזוי זיכער, דער רעגירונג, מרדכי ראש הסנהדרין איז געקומען אַ גזירה פון פאַרניכאיז געווען פון די שרי המלוכה טונג ר"ל, להשמיד להרוג ולאבד את היושבים בשער המלך, אסתר איז כל היהודים — היל"ת — מנער ועד געווען די פרוי פון מלך, וואָס אשתו זקן טף ונשים ביום אחד, וואָס דאָס כגופו דמיאא). אין די גאַנצע דברי איז געווען די שווערסטע פון אַלע ימי ישראל בזמן הגלות געפינען מיר גזירות וואָס זיינען געווען אויף אידן, ניט — אויסער דעם פאַל פון אסתר קיין מאָל איז ניט געווען אַ גזירת המלכה — אַז אַ אידישע פרוי זאָל כלי' ר"ל אויף אַלע אידן, ווי די זיין די פרוי פון אַ קעניג וואָס האָט גזירה בימי אחשורוש.
1) ברכות כך, א.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק א׳
- Id
- rh-a8gp0z7b