עברית
Library

Likkutei Sichos

Vayeitzei

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

60פרשת ויצא

א. היינטיקע סדרה הויבט זיך אָן; ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה. דאָס איז — ווי רש"י זאָגט — אַן איבערדערציילונג פון דעם סיום פון פאָריקער סדרה.

אין תורה איז אַלץ דייטלעך. אפילו פון איין איבעריקן אות לערנט מען אָפּ גאַנצע הלכות, היינט מכל שכן אַ גאַנצער ענין וואָס עס חזר'ט זיך איבער עטלעכע מאָל, איז דאָך דאָס געוויס אָן הוראה לדורות, פאַר יעדער צייט און אין יעדער אָרט און אויך פאַר היינטיקער צייט, ווייל די תורה איז אַן אייביקע.

ב. אויף דעם נאָמען באר שבע זאָגט די תורהא) צוויי טעמים; א) צוליב דער שבועה וואָס איז געווען ביי דעם כריתות ברית, וואָס אבימלך האָט געמאַכט מיט אברהם'ן. ב) צוליב דעם זיבעטן ברונעם וואָס מ'האָט געגראָבן נאָכן שלום מיט אבימלך'ן. ביידע טעמים ווייזן אויף אַ צושטאַנד פון רואיקייט ביי אידן. וילך חרנה, דער ענין פון חרן איז להיפּך, ווי רז"ל זאָגן)) חרון אף של עולם, (דער צאָרן פון וועלט).

מ'פרעגט אַ קשיא; דער אויבערשטער האָט אונז געגעבן תורה און מצוות פון זיין פולער און ברייטער האַנט, — וואו מ'גיט זיך נאָר אַ קער, איז שוין פאַראַן אָדער אַ מצות עשה וענפי', אָדער מ'דאַרף זיך אָפּהיטן פון איינע פון די שס"ה מצות לאתעשה וענפי' — האָט ער דאָך געדאַרפט לכל הפּחות אַראָפּנעמען די דאגות פון אונז, דאגת הגלות, דאגת הפּרנסה וכו', כדי עס זאָל זיין לייכטער דער קיום המצוות? נאָך מערער, מען זאָל בכלל ניט האָבן צו טאָן מיט עניני העולם, און זיין מערער באהלה של תורה.

אויף דערויף דערציילט די תורה דעם סדר פון יעקב'ן, ד. ה. דעם סדר פון ישראל בטהרתם, ווי זיי זיינען שוין אָפּגעטיילט, לא כאברהם שיצא ממנו ישמעאל ולא כיצחק שיצא ממנו עשו, נאָר כיעקב וואָס מטתו שלימהח).

איידער יעקב האָט געדאַרפט חתונה האָבן — בויען דעם בית ישראל, האָט מען אים געהייסן אַרויסגיין פון באר שבע, אַוועקגיין אויך פון די ישיבות פון שם ועבר, און גיין קיין חרן, חרון אף של עולם.

איידער ער האָט געדאַרפט אויפּשטעלן דעם עם ישראל, האָט ער געקאָנט, און געדאַרפט, זיין אין באר שבע, אַן אָרט פון גילוי אלקות במוחש, וואו מצוות קומען אָן גרינג און עבירות קומען אָן שווער, אָבער בכדי אויפצובויען דעם בית ישראל, האָט ער געדאַרפט אַרויסגיין פון באר שבע, און קומען קיין חרן, אַן אָהט פון העלם והסתר (וואָס אלקות איז פאַרבאָרגן און באַהאַלטן),

— אויך עולם (וועלט) אַליין, איז כשמו — לשון העלםד), ומכל שכן חרון אף של עולם —

61וואָס דאָרט איז עבירות קומען אָן זייער גרינג און מצוות זייער שווער. און דורך דעם וואָס ער איז בייגעשטאַנען די נסיונות, האָט ער בונה געווען בית ישראל — מטתו שלינה.

דאָס איז אויך אָן הוראה צו יעדער אידן; דוקא דורך דעם וואָס ער האָט נסיונות און איז זיך מתגבר אויף זיי און שטייט זיי ביי — בויט ער אויף אַ אידישע הויז, אַ ליכטיקע הויז און אַ וואַרעמע הויז.

ג. דער סדר אין דעם דאַרף זיין — ווי דערציילט ווייטער אין סדרה.

בשעת יעקב איז אַוועק אין חרן, איז די ערשטע זאַך וואָס ער האָט געטאָן, — ויפגע במקום, געשטעלט זיך דאַוונעןח). לכאורה, אַז ער גייט קיין חרן געפינען זיין זיווג, האָט ער די ערשטע זאַך געדאַרפט אויסלערנען זיך די שפּראַך און מנהגים פון דער מדינה, אָנטאָן זיך אין די קליידער פון דער מדינה וכו' וכו'. יעקב האָט אָבער אָפּגעלייגט די אַלע זאַכן, און אין וואָס האָט ער זיך עוסק געווען — אין עבודת התפלה.

ווי געזאָגט פריער, איז דער סיפּור מיט יעקב'ן — אַזוי ווי אַלע סיפּורים פון תורה — אַן אָנווייזונג אויף אַלע דורות.

ווען איינער גייט בויען אַ בית בישראל, קען ער דאָך טראַכטן: מילא ביז איצטער איז ער געזעסן און געלערנט תורה און עוסק געווען אין תפלה ומצות, אָבער איצטער אַז ער גייט אַרויס אין וועלט, דאַרף ער דאָס אַלץ אָפּלייגן און אָפּגעבן זיך אויף אויסלערנען און נאָכצוטאָן די מנהגי המדינה, נאָכלויפן די איינוואוינער פון דער מדינה א. אַ. וו. — אויף דעם זאָגט מען אים ; ניין. אויף וואָס דאַרף ער זיך אַוועקגעבן — אויף דעם „ויפגע במקום".

אדרבה, ערשט איצטער דאַרף ער זיך נעמען צום ויפגע במקום, נאָך מערער ווי פריער. וואָרום זיין גאַנצע פריערדיקע עבודה, וואָס ער האָט זיך עוסק געווען אין תורה, מצוות און תפלה, איז ניט גענוג פאַר זיין איצטיקן מצב, וואָס ער גייט אַרויס אין וועלט — אין נסיונות וועלכע זיינען ניט בערך גרעסער פון די פריערדיקע, און ער דאַרף בעטן דעם אויבערשטן, ער זאָל זיין אַן עומד בנסיון.

ד. בשעת יעקב איז געווען אויפן וועג קיין חרן, דערציילט אונז ווייטער די תורה: ויקח מאבני המקום וישם מראשותיו, טייטשט רש"י: עשאן כמין מרזב סביב לראשו שירא מפּני חיות רעות. יעקב האָט געוואוסט וואוהין ער גייט, און אַז אַפילו אויפן וועג — נאָך ניט דערגייענדיק צו חרן — געפינען זיך חיות רעות. דערפאַר האָט ער גענומען שטיינער און אַרומגערינגלט די קאָפּ, כדי צו פאַרהיטן זיך פון די חיות רעות.

אין פלוג איז ניט פאַרשטאַנדיק וואָס יעקב האָט אַרומגערינגלט מיט די שטיינער נאָר די קאָפּ אַליין, און ניט אויך די איבעריקע אברים? ממה נפשך, האָט ער געהאַט בטחון, און פאַרלאָזן זיך אויף דעם אויבערשטן, האָט ער אויך די קאָפּ ניט געדאַרפט אַרומרינגלען ? און אויב ער האָט ניט געוואָלט אָנקומען צו עני־62נים פון למעלה מהטבע, האָט ער דאָך געדאַרפט פאַרהיטן אויך דעם גוף מיט די פיס?

וועט מען עס פאַרשטיין לויט דעם וואָס שטייטח) יגיע כפּיך כי תאכל אשריך וטוב לך. איז דער דיוק אין דעם יגיע כפּיך (די האָרעוואַניע פון דיינע הענט) דוקא. התעסקות (באַשעפטיקונג) אין פּרנסה קען זיין אויף צוויי אופנים; א) יגיע כפּיך. די קאָפּ איז פריי און ליגט אין תורה ועבודה, און ער האָרעוועט אין פּרנסה נאָר מיט די הענט. ב) יגיע ראשך. ער איז איבערגעגעבן צו פּרנסה אויך מיטן קאָפּ.

און דאָס מיינט — יגיע כפּיך כי תאכל (אָבער די קאָפּ ליגט אין תורה ועבודה) — איז אשריך וטוב לך, ניט נאָר אין רוחניות נאָר אויך אין גשמיות, וויילע די פילערליי התחכמות (קליגען זיך) און תחבולות העלפן גאָר ניט, ווי עס שטייט ולא לחכמים לחם, ואדרבה, זיי מאַכן נאָך קאַליע, ווי עס ווערט דערקלערט אין פילע ערטערז).

בשעת יעקב איז געגאַנגען קיין חרן, האָט ער גוט געוואוסט וואוהין ער גייט, ער האָט געוואוסט אַז ער וועט דאַרפן אַרבעטן ביי לבן הארמי, ער האָט אויך געוואוסט אַז אַפילו אויפן וועג זיינען שוין פאַראַן חיות רעות וכו'. דערפאַר האָט ער גענומען שטיינער און אַרומגערינגלט די קאָפּ, אַז צום קאָפּ זאָל קיינער ניט צוטרעטן. די קאָפּ זאָל זיין באַשיצט, און אין טרדות הדרך אָדער די אַרבעט ביי לבן'ען — ד. ה. די הכנות לפּרנסה און פּרנסה — וועט ער האָרעווען נאָר מיט די הענט.

און דאָס איז אויך די הוראה צו יעדן איינעם, אַז ער דאַרף זען, אַז די קאָפּ זאָל זיין באַשיצט, און אַז די קאָפּ וועט זיין ווי עס דאַרף זיין, וועלן שוין במילא אויך די הענט מיט די פיס זיין ווי עס דאַרף צו זיין. עסק הפּרנסה וועט זיין על פּי שלחן ערוך, די הענט וועלן זיין באופן אַז נאָר שמאל איז דוחה, אָבער ימין איז מקרבת, און די רגלים וועלן זיין רצות לדבר מצוה.

ה. מיט וואָס האָט זיך יעקב אַרומגערינגלט און אָפּגעצוימט פון וועלט אַז די וועלט זאָל אויף אים ניט פּועל'ן, — מיט אבנים דוקא. ניט מיט קיין שכל, ניט מיט קיין הרגש, נאָר מיט אבנים — סוג הדומם, וואָס האָט אין זיך ניט קיין חיות, און אַפילו ניט קיין נפש הצומחת, מיט דעם האָט זיך יעקב פאַרבונדן.

די הוראה פון דעם איז;

אַז מ'גייט אַרויס אין וועלט, און מ'וויל אַז זי זאָל ניט פּועל'ן, דאַרף מען זיך צוערשט פאַרבינדן מיט קבלת עול מלכות שמים שלימה)), אבנים. שכל און הרגש זיינען ווייניק צו דעם. נאָר ער דאַרף זיך פילן ווי אַן אבן דומם, אם לא שויתי ודוממתי *)), ונפשי כעפר לכל תהי'י).

אַ דומם קען זיך ניט רירן אַליין פון אָרט, ביז וואַנען אימיצער וועט63אים נעמען און איבערטראָגן פון איין אָרט צום צווייטן, אַזוי דאַרף ער זיך פילן ווי אַ דומם — אַן עבד פּשוט — וואָס דער אויבערשטער טראָגט אים פון איין אָהט צום צווייטן און ער דאַרף זיך לאָזן טראָגן, כדי אויסצופירן די כוונה און די שליחות וואָס דער אויבערשטער האָט אויף אים אַרויפגעלייגט.

ו. דער שכר פון דעם איז, ווי ביים ענדע פון פּרשה — והאבן הזאת אשר שמתי מצבה יהי' בית אלקים. ניט זילבער און ניט גאָלד, נאָר פּשוט'ע שטיינער, נאָך מערער, ניט קיין שטיינער פון שטאָט, פון אַ באַזעצטער הויז, נאָר שטיינער וואָס יעקב האָט זיי געפונען אין מיטן וועג, זיינען געוואָרן אַ בית אלקים. דורך וואָס? — דורך דעם וואָס ער האָט זיך אַרומגערינגלט מיט שטיינער, און דורך דעם וואָס ער האָט זיך פאַרבונדן צום אויבערשטן מיט אַ נדר — וואָס דער ענין פון נדר איז; אַז כאָטש מצד זיין ווילן, פאַרשטאַנד און געפיל, וואָלט ער דאָס ניט געטאָן, אָבער דער נדר צווינגט אים — איז דורך דעם איז ער צוגעקומען צום תכלית העלי', אַז אויך די געוויינלעכסטע זאַכן וואָס ביי אים, זיינען געוואָרן אַ בית אלקים.

און דאָס איז אויך אָן הוראה און אַ מוסר השכל פאַר אַלעמען, ובפרט צו די וואָס גייען בויען אַ בית בישראל, חתן וכלה, אַז ניט נאָר דער סידור און דער חומש וואָס געפינט זיך אין שטוב איז הייליק, נאָר אויך — להבדיל — דער גאָפּל און די לעפל פון שטוב דאַרפן זיין הייליק. דורך וואָס? דורך דעם וואָס די התחלה איז — ויפגע במקום, ביז אַז ניט נאָר וואַכעדיקערהייט און אין דאַוונען, נאָר אויך אַפילו אין שלאָף איז; וזה — דאָרט וואו ער איז — שער השמים, דעמאָלט ווערט דער בית און אַלץ וואָס געפינט זיך אין אים — בית אלקים.

(משיחת ש"פ ויצא, תשי"א)

ז. אין היינטיקער סדרה ווערט דערציילט, ווי אַזוי אַן איין און איינציקער איד איז געגאַנגען אין אַ פרעמד לאַנד. קומענדיק אַהין האָט ער גאָרניט געהאַט מיט זיך. ער האָט געמיינט אַז ער וועט האָבן אַ פאַרמעגן, צום סוף האָט ער אָבער געזען, אַז ער האָט גאָרניט, כי במקלי עברתי את הירדן. ניט קוקנדיק אויף דעם, איז ער געגאַנגען מיט אַ לייכטער האַרץ און מיט מוט *י), וואָרום ער האָט געהאַט בטחון אין דעם אויבערשטן.

קומענדיק אין חרן, האָט ער געזען, אַז ער האָט דאָרט ניט אויף וועמען צו פאַרלאַזן זיך, אויך ניט אויף קרובים. אַפילו זיין פעטער, לבן, האָט אים אויסגענאַרט. ער האָט אָבער ניט פאַרלאָרן ח"ו זיין בטחון אין דעם אויבערשטן.

און דערפאַר, איז טראָץ דעם וואָס עס האָט גענומען פיל יאָרן, מיט גרויס האָרעוואַניע — ביום אכלני חרב וקרח בלילה, בייטאָג האָט געברענט די היץ און ביינאַכט דער פראָסט — פונדעסטוועגן, אַרבעטנדיק מיט בטחון, איז דער סוף געווען, אַז ער האָט מיט זיך מיטגענומען אַ סך אייגנס, אַ גרויס רייכטום64און דער עיקר — עס איז געווען „מטתו שלימה"; אַלע זיינע קינדער זיינען געווען ווי עס דאַרף צו זיין — גאַנץ, בשלימות.

אברהם האָט געהאַט אַ גוטן זון, יצחק ער האָט אָבער געהאַט נאָך אַ זון, ישמעאל. יצחק האָט געהאַט אַ גוטן זון, יעקב; ער האָט אָבער אויך געהאַט אַ זון, עשו. הגם זיי ביידע — אברהם און יצחק — האָבן געהאָדעוועט זייערע קינדער אין ארץ ישראל און ניט אין גלות, פונדעסטוועגן האָט געקענט פּאַסירן, אַז עס זיינען געווען קינדער ווי ישמעאל און עשו — דאַקעגן יעקב, וואָס ער מיט זיינע קינדער זיינען געווען אין גלות, ניט געהאַט אויף וועמען צו פאַרלאָזן זיך, ווי ער האָט גע'טענה'ט ; מאין יבוא עזרייא) יאמר נא ישראל, ישראל סבאיב), דער אַלטער ישראל — יעקב.

ער האָט שווער געאַרבעט און, איינצייטיק דערמיט, געדאַרפט באַוואָרענען, אַז די קינדער, זין און טעכטער — צוועלף קינדער צווישן אַ גאַנצן פרעמדן פאָלק — זאָלן ניט איבערנעמען די הנהגות (לעבנס־פירונגען) פון חרן. זיי זאָלן, אדרבה, אָנזאַפּן זיך מיט דער תורה, וואָס ער, דער הונדערט־יאָריקער און נאָך עלטערער טאַטע האָט איבערגענומען פון זיינע עלטערן און אור־עלטערן שם ועבריג), און געבראַכט אין דעם נייעם לאַנד פון יענער זייט ירדן — יעקב האָט עס אַלץ דורכגעזעצט. און דורכדעם דוקא אויסגעפירט; ויפרוץ האיש מאד מאדיד), ער איז געוואָרן אַ גרויסער גביר פּשוט אין גשמיות, און דאָס איז געווען אמת מוצלח'דיקע און גליקלעכע עשירות, וואָרום ער האָט געהאַט די נאָך גרעסערע עשירות — היתה מטתו שלימה, ער האָט אַרויסגענומען פון גלות אַלע זיינע זין און טעכטער שלימים.

ח. דער נמשל און די אָפּשפּיגלונג פון דעם אַלעם פאַר אונז אין דער איצטיקער צייט — איז קלאָר.

און בנוגע צום אַלגעמיינעם מצב פון אידן, און צום ענין החינוך בפרט

מיר זעען אַז אַלע הבטחות כו' זיינען גאָרנישט. עזרי מעם ה'. אָנו אין לנו להשען אלא על אָבינו שבשמיםיח), מיר קענען זיך פאַרלאָזן מער ניט ווי אויף דעם אויבערשטן אַליין, וואָס אונזער פאַרבונד מיט אים איז נאָר דורך תורה ומצוות.

אַז מען וועט דערציען קינדער אין דער תורה־וועג פון ישראל סבא; עם לבדד ישכוןי) — אַ חדר פאַר זיך, אַ ישיבה פאַר זיך, — ברוח תורת ה', וואָס מיר האָבן באַקומען פון אונזערע עלטערן און אור־עלטערן, תורה ביראת שמים, אָן פּשרות, דאַן וועט זיין מטתו שלימה, אַז בנערינו ובזקנינו נלך, בבנינו ובבנותינויא). אַז משיח וועט קומען, וועלן מיר מיט באַרעכטיקטן שטאָלץ קענען זאָגן; אָט זיינען אונזערע סאָלדאַטן, — אונזער אַרמיי „מייד אין אַמערי־66קא", — געבאָרן און געהאָדעוועט אין אַמעריקע, אָבער — גאַנצע אידן, שלימים — גרייט צו גאולה.

ויהי רצון, אַז מיר אַלע זאָלן גיין אַנטקעגן משיח צדקנו במהרה בימינו, אמן.

(משיחת ז' כסלו, תשי"ב)

ט. די ערשטע נישואין (חתונה) וואָס ווערט באַשריבן אין תורה איז די נישואין פון יצחק'ןיח). אָבער וועגן יצחק'ס חתונה ווערט באַשריבן מער ניט ווי די הכנות צו דער חתונה, די ערשטע נישואין וואָס די תורה באַשרייבט בפּרטיות דעם סדר פון דער חתונה אַליין, איז די נישואין פון יעקב'ן — בחיר האבות. און מען לערנט אָפּ פון דעם כמה דינים ווי עס דאַרף זיין דער סדר פון אַ אידישער חתונה.

פון דעם פּסוק מלא שבוע זאת גו' (וואָס שטייט ביי יעקב'ס חתונה), לערנט מען אָפּיט) צוויי דינים: א) דעם דין פון שבעת ימי המשתה. ב) אין מערבין שמחה בשמחה, ד. ה. אַז די שמחת החתונה דאַרף מען ניט מאַכן אין דער צייט פון אַן אַנדער שמחה.

פרעגט מען אויף דעםכ) 2 אין פלוג איז דאָך דאָס קעגן דעם כלל אַז אין למדין מקודם מתן תורה (מען לערנט ניט אָפּ פון די ענינים וועלכע האָבן פּאַסירט פאַר מתן תורה)א) ?

נאָך מער: אין די צוויי לימודים גופא איז דער דין פון שבעת ימי המשתה נאָר־*) אַ דרבנן — אויף דעם ערשטן טאָג איז דאָ אַ סבראח) אַז ס'איז דאורייתא אָבער די איבעריקע טעג זיינען זיכער דרבנן — ווייל ס'איז ניט קיין דרשה גמורה, און דער טעם אויף דעם קען מען זאָגן ווייל אין למדין מקודם מתן תורה, היינט ווי אַזוי לערנט מען אָפּ פון דעם זעלבן פּסוק די הלכה פון אין מערבין שמחה בשמחה, וואָס — לדעת התוספותכח) — איז עס אַ דרשה גמורה און דאורייתא?

י. דער תירוץ אויף דעם איז, אַז דער כלל אין למדין מקודם מתן תורה איז אין ענינים פון הלכות דוקא. ווייל ניתנה תורה ונתחדשה הלכהב). אָבער ענינים פון גילוי תכונות נפש האדם (ענינים וועלכע ווייזן אָן אויף די כאַראַקטער־שטריכן פון מענטשן), קען מען אָפּלערנען אויך פון פאַר מתן תורה, ווייל אין דעם איז ניטאָ קיין חילוק פון פאַר מ"ת ביז נאָך מ"ת.

במילא איז פאַרשטאַנדיק דער חילוק פון די צוויי דערמאָנטע דינים: וועגן שבעת ימי המשתה — דאַרף מען אָפּלערנען אַ הלכה, מה שאין כן בענין אין מערבין שמחה בשמחה, איז פון פאַר מתן תורה לערנט מען אָפּ נאָר דאָס וואָס ס'איז נוגע צו תכונות הנפש, און דעם דין פון אין מערבין שמחה בשמחה, ווייס מען שוין במילא, ווי עס וועט שפּעטער דערקלערט ווערן.

66יא. אין תכונות הנפש קענען זיין צוויי סברות: א) בשעת אַ מענטש איז אין אַ געוויסער תנועה־שטימונג, אַזוי ווי די תנועה פון שמחה, איז הגם די שמחה איז פון אַ באַשטימטן ענין, פונדעסטוועגן העלפט דאָס אויך צו דער שמחה פון אַן אַנדער ענין, ווייל ס'איז דאָך די זעלבע תנועה. ב) בשעת אַ מענטש שטייט אין אַ תנועה פון שמחה מצד וועלכע ס'איז סיבה, איז ניט נאָר וואָס די שמחה העלפט ניט צו אַן אַנדער שמחה, נאָר אדרבה, עס שטערט נאָך. הגם אַז ביידע מסובבים (רעזולטאַטן) זיינען פון דער זעלבער תנועה, וויבאַלד אָבער די סיבות זיינען פאַרשידענע, און במילא — מבלבל איינע די צווייטע, מוז דאָס אַזוי אַרויסקומען אויך אין די מסובבים — אין דער שמחה.

און דאָס לערנט מען אָפּ פון דעם פּסוק מלא שבוע זאת, אַזוי ווי די צווייטע סברא. און ממילא ווייס מען דעם דין פון אין מערבין שמחה בשמחה.

שמחת חתן וכלה דאַרף זיין, אַזוי ווי יעדער שמחה של מצוה, אַזאַ שמחה און אין אַזאַ אופן אַז מען זאָל דאָרטן זיין אינגאַנצן. ווייל מצוה איז קיום רצונו יתברך, און דער מענטש דאַרף עס טאָן מיט זיין אייגענעם רצון, עשהכח) רצונו כרצונך, וואָס דעמאָלט איז דער מענטש דאָרטן, ווי דער מאמר הבעל־שם־טוב; במקום שרצונו של אדם שם הוא עצמו (דאָרט וואו עס איז דעם מענטשנס רצון, דאָרט איז ער מיט זיין גאַנצן עצם), במילא דאַרף זיין די שמחה פון דעם גאַנצן נפש. וויבאַלד מען ווייס אַז שמחת חתן וכלה דאַרף זיין אַ שמחה וואָס אין דעם זאָל שטיין דער גאַנצער נפש, לערנט מען אָפּ פון פאַר מתן תורה, אַז אין תכונות הנפש איז איין שמחה מבלבל די צווייטע, ווייס מען בדרך ממילא, אַז אין מערבין שמחה בשמחה פון אַ צווייטער מצוה, ווייל עס איז מבלבל צו דער שמחה פון דער מצוה.

יב. די דערקלערונג פון דעם אין רוחניות ;

די אָבות פאַר מתן תורה האָבן דערלאַנגט מיט דעם כוח פון זייער עבודה ביז שורש הנבראים, וואָס דאָס איז די העכסטע שלימות צו וועלכער נבראים קענען צוקומען מצד עצמם. אָבער זייער גאַנצע עבודה איז געווען ברוחניות, מצד דער גזירה פון בני רומי לא ירדו לסוריא ובני סוריא לא יעלו לרומי, ווי עס שטייט אין מדרש רבהכח). אָבער בשעת מתן תורה איז נתבטל געוואָרן די גזירה, און ווי דער אויבערשטער זאָגט ואני המתחיל — וירד הוי' על הר סיני ואל משה אמר עלה אל ה', איז איצטער — נאָך מתן תורה — קען מען אויך דורך אַ דבר גשמי דערלאַנגע; און פאַראיינציקן זיך מיט עצמות ומהות אין סוף ברוך הוא, כביכול. וואָרום דאָס איז בכחו יתברך — ואני המתחיל.

און דאָס מיינט, אין למדים מקודם מ"ת, ווייל ניתנה תורה ונתחדשה הלכה — פאַר מ"ת זיינען געווען פאַרשידענע עצות און דרכים ווי אַזוי צו דערלאַנגען למעלה און ביז וואַ־67נען צו דערלאַנגען. אָבער נאָך מתן תורה — ניתנה תורה ונתחדשה הלכה, עס זיינען געוואָרן נייע אופנים ודרכים, ווי אַזוי צו איבערשטעלן זיך בשעתא חדא (אין איין וויילע), און אויך דורך אַ דבר גשמי — מעומק תחת אין עומק רום (פון זייער טיף צו זייער הויך).

פונדעסטוועגן איז דאָס וואָס ס'איז נוגע צו תכונות הנפש לערנט מען יאָ אָפּ פון פאַר מתן תורה, ווייל דורך קיום פון תורה ומצוות דאַרף מען מברר זיין און מתקן זיין די ענינים וואָס זיינען געווען פאַר מתן תורה, תיקון פון ענין שבירת הכלים, חטא עץ הדעת און די איבעריקע חטאים, וואָרום נאָכן חטא העגל איז דאָך חזרה זוהמתן פון נחש הקדמוניכז). במילא זיינען נוגע תכונות הנפש פון פאַר מתן תורה. וויבאַלד אַז מען דאַרף זיי מברר זיין, דאַרף מען וויסן מיט וועמען מען האָט צו טאָן. דאָס איז אָבער אַלץ וואָס איז בנוגע צו דעם מתברר, אָבער בנוגע צו דעם מברר און די אופנים פון די בירורים, איז אין למדים מקודם מתן תורה, ווייל ניתנה תורה ונתחדשה הלכה.

יג. חודש כסלו איז דער חודש הגאולה און חודש פון ניסים, ובחודש הזה האָבן רבותינו נשיאינו אונז מגלה געווען פּנימיות התורה ביותר ובהרחבה ביותר וואָס דאָס גיט אַ חיות והתלהבות אויך אין גליא דתורה און אין קיום המצות. עס איז ניט גלייך דער לימוד פון גליא דתורה און דער חיות אין קיום המצות (וכתוצאה מזה — ההידור) איידער ער ווייס פּנימיות התורה צו נאָכדעם ווי ער ווייס פּנימיות התורה. די ידיעה פון פּנימיות התורה גיט אים אַ חיות און אַ שמחה אויך אין נגלה, און אין מעשה המצוות.

איז דאָס — על דרך הנ"ל ובסגנון הנ"ל — אַן ענין; פון נתגלה פּנימיות התורה ונתחדשה הלכה — אופני הליכה בעבודת ה', דאָס וואָס איידער עס איז נתגלה געוואָרן פּנימיות התורה האָט מען ניט געקענט דערגרייכן, אָדער — נאָר יחידי סגולה, אָדער מען האָט געדאַרפט אָנקומען צו אַ יגיעה עצומה בנתיבות ושבילים, איז איצטער נתגלה תורה ונתחדשה הליכה בדרך המלךכח), אַז אַלע אידן קענען צוקומען צו דעם אַלעם דורך לימוד פּנימיות התורה והליכה בהדרכותי', און אין דעם אויך דעם ענין השמחה.

וואָס דאָס איז געווען איינע פון די פאָדערונגען פון דעם בעל שם טוב; עבדו את הוי' בשמחהב); און נאָך פריער, — ווי באַוואוסט אַז דער אריז"ל האָט זוכה געווען צו רוח הקדש, דורך שמחה של מצוהל).

און לויט דער דערקלערונג, אַז דער טעם וואָס תכונות הנפש לערנט מען אָפּ פון פאַר מתן תורה, ווייל מען דאַרף אויפטאָן אין ענינים פון פאַר מתן תורה — איז דאָך באַוואוסט אַז כמעט אַלע נשמות פון אונזערע דורות זיינען ניט קיין נייע נשמות, נאָר וואָס זיינען אַראָפּגעקומען אין גלגול אויף ממלא זיין ענינים פון68פריער, און ביחוד בלימוד התורה, איז דאָך אַזוי אָפּגע'פּסק'נט אין שלחן ערוך הלכות תלמוד תורה לרבינו הזקןלא) אַז מען קומט בגלגולים רבים ביז מ'איז משלים כל המצות ותורה הן אין פּשט רמז דרוש, הן אין סוד

פרשת

וי" ט

א. אויפן פּסוק עם לבן גרתי, זאָגט רש"י, ותרי"ג מצות שמרתי. איז ניט פאַרשטאַנדיק אין דעם; א) די שייכות פון דעם דרש אויפן פּסוק — ותרי"ג (אותיות גרתי)א) מצות שמרתי — צום פּשוט'ן פּשט פון פּסוק, גרתי מלשון גירות? ב) וואָס איז געווען נוגע מודיע זיין עשו'ן אַז ותרי"ג מצות שמרתי? ג) וואָס איז די תורה — הוראה — פון דעם פאַר אונז?

ב. דער פּירוש פון עם לבן גרתי איז, אַז אַלע ענינים פון לבן הארמי — אַלע גשמיות'דיקע זאַכן, שור וחמור צאן ועבד ושפחה, זיינען ביי אים געווען מער ניט ווי — גרתי — גירות. אַ פרעמדע זאַך. ס'איז ניט זיין ענין.

זיין היים איז די נשמה און די ענינים פון תורה ומצות, און די אַלע גשמיות'דיקע זאַכן זיינען מער ניט ווי גירות.

און דאָס איז אויך וואָס ער זאָגט ווייטער אין דער סדרה, ויבן לו בית ולמקנהו עשה סכותג); „לו", צו אים, — (כפי יכולת השגתו ושרש נפשו למעלה) 32)) — און נאָר דורך דעם קען די נשמה צוקומען להתתקן ולהשתלם בצרור החיים את ה' במקורה אשר חוצבה משם.

(משיחת ב' כסלו, תשי"ד) וישלח

כלו

ד. ה. צו זיין עצם — נשמה מיט אירע ענינים — האָט ער געבויט אַ „בית", דירת קבע. „ולמקנהו", צו די גשמיות'דיקע זאַכן וואָס זיי זיינען „צוגעקויפטע" (וואָרום די נשמה מצד עצמה — ובפרט הנשמה למעלה דאַרף עס ניט האָבן און נאָכמער, זי האָט ניט קיין שייכות צו דעם, מער ניט וואָס קומענדיק למטה קויפט זי איין דברים גשמיים), „עשה סכות" — דירת עראי.

— כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט דערציילט אין אַ שיחהח) אַ וואָרט פון דעם מעזריטשער מגיד וואָס ער האָט געזאָגט אַז אין דער היים איז אַנדערש, אין דער היים דאַרף מען טאַקע אַלץ האָבן, אָבער אין וועג מאַכט ניט אויס אַז ס'איז ניט אַזאַ שיינע דירה און עס זיינען ניט אַזוינע שיינע מעבל, ער איז דאָך אין וועג. —

לויט דעם וועט מען פאַרשטיין די שייכות פון דעם פּשט הפּסוק מיטן דרש הפּסוק: מצד דעם וואָס עם לבן גרתי, וואָס די גשמיות'דיקע זאַכן

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-86s16fkd

Copies

Recent activity

#109 Likkutei Sichos vol 1: machine reading · approved

Sources