Likkutei Sichos
Vayishlach - 19 Kislev
68פריער, און ביחוד בלימוד התורה, איז דאָך אַזוי אָפּגע'פּסק'נט אין שלחן ערוך הלכות תלמוד תורה לרבינו הזקןלא) אַז מען קומט בגלגולים רבים ביז מ'איז משלים כל המצות ותורה הן אין פּשט רמז דרוש, הן אין סוד
א. אויפן פּסוק עם לבן גרתי, זאָגט רש"י, ותרי"ג מצות שמרתי. איז ניט פאַרשטאַנדיק אין דעם; א) די שייכות פון דעם דרש אויפן פּסוק — ותרי"ג (אותיות גרתי)א) מצות שמרתי — צום פּשוט'ן פּשט פון פּסוק, גרתי מלשון גירות? ב) וואָס איז געווען נוגע מודיע זיין עשו'ן אַז ותרי"ג מצות שמרתי? ג) וואָס איז די תורה — הוראה — פון דעם פאַר אונז?
ב. דער פּירוש פון עם לבן גרתי איז, אַז אַלע ענינים פון לבן הארמי — אַלע גשמיות'דיקע זאַכן, שור וחמור צאן ועבד ושפחה, זיינען ביי אים געווען מער ניט ווי — גרתי — גירות. אַ פרעמדע זאַך. ס'איז ניט זיין ענין.
זיין היים איז די נשמה און די ענינים פון תורה ומצות, און די אַלע גשמיות'דיקע זאַכן זיינען מער ניט ווי גירות.
און דאָס איז אויך וואָס ער זאָגט ווייטער אין דער סדרה, ויבן לו בית ולמקנהו עשה סכותג); „לו", צו אים, — (כפי יכולת השגתו ושרש נפשו למעלה)לב) — און נאָר דורך דעם קען די נשמה צוקומען להתתקן ולהשתלם בצרור החיים את ה' במקורה אשר חוצבה משם.
ד. ה. צו זיין עצם — נשמה מיט אירע ענינים — האָט ער געבויט אַ „בית", דירת קבע. „ולמקנהו", צו די גשמיות'דיקע זאַכן וואָס זיי זיינען „צוגעקויפטע" (וואָרום די נשמה מצד עצמה — ובפרט הנשמה למעלה דאַרף עס ניט האָבן און נאָכמער, זי האָט ניט קיין שייכות צו דעם, מער ניט וואָס קומענדיק למטה קויפט זי איין דברים גשמיים), „עשה סכות" — דירת עראי.
— כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט דערציילט אין אַ שיחהח) אַ וואָרט פון דעם מעזריטשער מגיד וואָס ער האָט געזאָגט אַז אין דער היים איז אַנדערש, אין דער היים דאַרף מען טאַקע אַלץ האָבן, אָבער אין וועג מאַכט ניט אויס אַז ס'איז ניט אַזאַ שיינע דירה און עס זיינען ניט אַזוינע שיינע מעבל, ער איז דאָך אין וועג. —
לויט דעם וועט מען פאַרשטיין די שייכות פון דעם פּשט הפּסוק מיטן דרש הפּסוק: מצד דעם וואָס עם לבן גרתי, וואָס די גשמיות'דיקע זאַכן69זיינען ביי אים געווען בבחינת גירות, דורך דעם האָט די גשמיות ניט מבלבל געווען (געשטערט) צו די רוחניות, און ער האָט געקענט דורכפירן דעם — ותרי"ג מצות שמרתי.
ג. נאָך מערער ; דורך דעם וואָס די דברים הגשמיים זיינען אין אַן אופן פון גירות, איז ניט נאָר וואָס די גשמיות שטערט ניט צו רוחניות, נאָר די רוחניות ווערט נמשך אויך אין גשמיות, ביז די גשמיות ווערט רוחניות און קדושה.
ווי ער פירט אויס אין פּסוק ויהי לי שור וחמור צאן ועבד ושפחה — דאָס אַלץ איז געוואָרן — לי, צום עיקר ועצם פון יעקב'ן.
ד. אין מדרש)) אויפן פּסוק ויהי לי שור וחמור צאן ועבד ושפחה, זאָגט ער, חמור זה מלך המשיח שנאמרח) עני ורוכב על חמור וגו'.
ביאת המשיח איז אָפּהענגיק פון עבודת הבירוריםח). ד. ה. אַז דורך דעם וואָס יעדער איד וועט מברר זיין זיין גוף און נפש הבהמית און
זיין חלק אין עולם, און אויסנוצן זיי אין קדושה, דורך דעם וועט מען ממ־
שיך זיין די גילויים פון לעתיד.
פּסוקים, עם לבן גרתי גו' ויהי לי
שור וחמור — דורך דעם וואָס ביי
יעקב'ן זיינען געווען די גשמיות'דיקע
זאַכן בבחינת גירות און ער האָט זיי
כפּשוטו, וואוינען אין זיי — דורך
דעם איז ער שוין געווען גרייט צו משיח'ן — ויהי לי גו' וחמור זה מלך המשיח"ז).
און צוליב דעם האָט ער געשיקט מלאכים צו עשו'ן, דערציילן אים, אַז ער האָט שוין דורכגעטאָן אַלע בירורים, און איז גרייט צו משיח'ן, רעכענענדיק, אַז אויך עשו איז שוין לאחר הבירורח), און אויך מצד עשו'ן קען שוין קומען די גאולה.
אויף דעם האָבן אים די מלאכים געענטפערט, באנו אל אָחיך אל עשו. פון דיין זייט איז ער שוין „אחיך" — ביסט שוין גרייט צו דער גאולה, אָבער ער פון זיין זייט איז נאָך „עשו", קודם הבירור ובמילא קען נאָך ניט קומען די גאולה.
ה. תורה און אירע הוראות זיינען אייביק, פאַר יעדן אידן, אין יעדער צייט און אין יעדן אָרט.
די הוראה פון דעם אַלעם איז;
יעדער איד דאַרף וויסן, אַז אַפילו אויב מצד דעם אַרום, מצד דער וועלט, איז נאָך ניט ראוי עס זאָל שוין קומען די גאולה, וואָרום די וועלט איז נאָך ניט מבורר (נאָך ניט אויסגעאיידלט), אָבער ער פון זיין זייט — דאַרף צוגרייטן זיך מיט
אַלע זיינע ענינים, צאן ועבד ושפחה,
צו דער גאולה שלימה.
לבן גרתי. ער דאַרף וויסן אַז גאַנץ
עולם הזה איז מער ניט ווי גרתי.
גר אנכי בארץ.
70די גאַנצע ימי שנותינו בהם שבעים שנה ואם בגבורות שמונים שנהכ), והיו ימיו מאה ועשרים שנהיא), זיינען מער ניט ווי גרתי, און דעמאָלט איז די גשמיות ניט קיין סתירה צו רוחניות, און דורך דעם האָט ער שור וחמור צאן ועבד ושפחה אויך אין גשמיות.
און דורך דעם וואָס ער גרייט צו זיך מיט זיינע ענינים צו דער גאולה, פּועל'ט ער עס אויך אין וועלט, וואָרום דער עולם איז אַ שקוליב) (גלייך אויף גלייך), במילא איז מיט איין גוטער פּעולה וועט ער מכריע זיין די גאַנצע וועלט, און ברענגען די גאולה אין דער גאַנצער וועלט.
און ווי דער רמב"ם פּסק'נטיג); ישראל שעושים תשובה מיד נגאלים (ווען אידן טוען תשובה ווערן זיי גלייך אויסגעלייזט). און דער אַלטער רבייד) איז מוסיף; תיכף ומיד. במילא איז ניט קוקנדיק אויפן מצב פון וועלט, קען ער דורך תשובה פּועל'ן די גאולה הפּרטית ביי זיך, און אויך די גאולה הכללית אין דער גאַנצער וועלט.
ו. אַלע ענינים זיינען דאָך בהשגחה פּרטית. די גאולה פון אַלטן רבי'ן מיט חסידות — י"ט כסלו תקנ"ט — איז געווען אין דער וואָך וואָס נאָך שבת פ' וישלח, אין וועלכער עס זיינען די אויבנדערמאָנטע הוראות.
חסידות גיט יעדן אידן דעם כוח אויף ניט רעכענען זיך מיט דעם מצב פון וועלט, דורכטאָן ביי זיך די עבודה פון עם לבן גרתי, ובמילא צוקומען צום ויהי לי גו' וחמור זה מלך המשיח.
חסידות איז אַ הכנה און אַ כלי צום גילוי המשיח, אַז דורך יפוצו מעינותיך חוצה איז קא אָתי מר, במהרה בימינו.
ז. אין דעם דערמאָנטן מדרש שטייט; וחמור זה מלך המשיח. איז ניט פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס האָט יעקב מרמז געווען די גאולה העתידה אין דעם ענין פון חמור דוקא? עס שטייט דאָך אין גמראיח) כתיב וארו עם ענני שמיא גו'י) (אַז משיח וועט קומען דורך אַ וואָלקן) וכתיב עני ורוכב על חמור (אַז משיח וועט קומען אויף אַ חמור) ? זכו עם ענני שמיא לא זכו עני רוכב על חמור (אַז אידן זיינען זוכה וועט משיח קומען דורך אַ וואָלקן, אויב ניט — אויף אַן אייזל). איז לויט דעם נאָך מער שווער, אַז דאָס וואָס יעקב איז געווען גרייט צו דער גאולה העתידה איז דאָך דאָס געווען מצד דער שלימות פון זיין עבודה — „זכו", — איז פאַרוואָס האָט ער מרמז געווען משיח'ן ניט אין ענין פון ענן נאָר אין דעם ענין פון רוכב על חמור דוקא?
ח. אין פּרקי דרבי אליעזריא) שטייט אַז דער חמור וואָס עס שטייט71ביי משיח'ן „עני ורוכב על חמור", איז דאָס דער זעלבער חמור וואָס עס שטייט ביי משה רבינו, וירכיבם על החמוריח), און דער זעלבער חמור וואָס עס שטייט ביי אברהם אָבינו, ויחבוש את חמורויט).
דאָס הייסט אַז אברהם, משה מיט משיח'ן זיינען אַ המשך פון דעם זעלבן ענין, אברהם האָט אָנגעהויבן שני אלפים תורהכ), משה רבינו האָט מקבל געווען די תורה מסיני און איבערגעגעבן צו כל ישראלכא) (הגם דער פּסוק וירכיבם על החמור איז געזאָגט געוואָרן פאַר מתן תורה, אָבער דאָס שטייט דאָך ביי דעם ענין פון יציאת מצרים וואָס ס'איז אַ הכנה צו מתן תורה, ווי עס שטייט בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזהכב)), און דער תכלית פון מתן תורה וועט נתגלה ווערן דורך מלך המשיח.
ט. פונדעסטוועגן איז דאָ אַ חילוק צווישן דעם שימוש (באַנוצן זיך) פון אברהם'ן מיטן חמור און דעם שימוש פון משה'ן, ביז דעם שימוש פון משיח'ן.
ביי אברהם'ן שטייט אַז דעם חמור האָט ער גענוצט אויף די עצים ומאכלת (די האָלץ און מעסער), ער אַליין מיט זיינע נערים זיינען געגאַנגען צו פוס, נאָר די עצים ומאכלת — ענינים וואָס העלפן צו צום מענטשן — האָט ער אַוועקגעלייגט אויפן חמור.
ביי משה רבינו שטייט, ויקח את אשתו ואת בניו וירכיבם על החמור — אשתו ובניו זיינען אַ סך נענטער צום מענטשן ווי עצים ומאכלת, וואָרום אשתו איז דאָך עזר כנגדוכג), כגופו דמיאב), און ברא כרעא דאבוהכח), וואָס ירך איז דער נידעריקער טייל פון דעם מענטשן אַליין.
ביי משיח'ן שטייט עני ורוכב על חמור, משיח אַליין וועט זיין רוכב על חמור.
י. דער ענין פון שימוש ורכיבה (רייטן) אויפן אייזל איז וואָס דורך דעם קען קומען דער מענטש מיט זיינע ענינים אין אַן אָרט, וואָס מצד זיין הויכקייט אָדער ווייטקייט, קען מען אָן דעם חמור ניט צוקומען אַהין.
אַזוי איז אויך בענין רכיבה על ההמור אין רוחניות.
— וואָס חמור ווייזט אויף „חומר", ווי עס איז באַוואוסט דער טייטש פון בעל שם טובכח) אויפן פּסוק כי תראה חמור גו'כז) —
ד. ה. אַז דורך אויסאיידלען און אויסלייטערן די חומריות און גשמיות קען מען צוקומען און אויפהויבן זיך צו אַזאַ מדריגה וואָס די נשמה מצד עצמה קען אַהין ניט72צוקומען, אַזוי ווי עס שטייט ורב תבואות בכח שורלא).
יא. אין די צייטן פון אברהם אבינו, — דער אָנפאַנג פון די שני אלפים תורה, ד. ה. אין אָנפאַנג פון דער עבודה, — האָט דער גשם און חומר נאָך ניט געקענט מעלה זיין דעם אדם אַליין, וואָרום דער גשם אַליין איז נאָך ניט געוואָרן קדושה, ווי עס ווערט דערקלערט אין פילע ערטער אַז עס איז נאָך געווען די גזירה פון בני רומי לא ירדו כו'כח), עס האָט געקענט פּועל זיין מער ניט מי אין די זאַכן וועלכע העלפן צו — עצים ומאכלת — אַז דורך דער עבודה פון מברר זיין דעם גשם, זאָלן זיי אין יענער צייט צוהעלפן צו קדושה.
ביי משה רבינו איז דורכן חמור געוואָרן אַן עלי' אין די ענינים התחתונים פון דעם מענטשן אַליין, וואָרום נאָך גלות מצרים און מתן תורה איז געוואָרן אַ זיכוך אויך אין חומר פון וועלט, ביז אַז דער גשם אַליין ווערט קדושה דורך דער מצוה.
— און ווי עס איז באַוואוסט דער אונטערשייד צווישן פאַר מתן תורה און נאָך מתן תורה. פאַר מתן תורה איז דער גשם ניט געווען קיין כלי וועלכע פאַראיינציקט זיך מיט רוחניות, און די עבודה איז באַשטאַנען נאָר אין דעם אַז די וועלט זאָל ניט מנגד זיין, און אַפילו מסייע זיין צו די המשכות שעל ידי העבודה, אָבער אַז דער גשם אַליין, בפּנימיותו זאָל ווערן קדושה, דאָס איז געוואָרן על ידי מתן תורה.
אַזוי ווי ביי די מקלות ורהטים פון יעקב, הגם אַז דורך דער עבודה פון מקלות און רהטים איז נמשך געוואָרן אַן אור אַזוי ווי דורך דער מצוה פון תפיליןכ), אָבער ס'איז ניט געווען אין אַ פּנימיות ובקליטה, והראי', אַז נאָך דער עבודה איז ניט געבליבן קיין אור אין די מקלות, ווייל אויך פריער איז דאָס ניט געווען בדרך קליטה והתאחדות.
אָבער נאָך מתן תורה, אַז מען טוט אַ מצוה מיטן גשם, ווערט דער גשם אַליין קדושה, ד. ה. גשמיות העולם ווערט אַ כלי צו אלקות. אָבער פונדעסטוועגן איז אויך דאַן די עלי' געווען מער ניט ווי אין די חלקים התחתונים של האדם — אשתו (כגופו) ובניו (ברא כרעא דאבוה), ביז אין די כחות הגלוים פון דער נשמה שירדו למטה ונתלבשו בגוף (וועלכע טוען זיך אָן אין אַ גוף). —
אָבער אין ביאת המשיח וועט זיך אויפטאָן אַ טיפערער ענין; עני ורוכב על חמור, עס וועט זיך אַנטפּלעקן די מעלה פון גוף איבער דער נשמה — אשת חיל עטרת בעלה*41)), אַפילו אין חי' יחידה שבנפש וועט זיך אויך אויפטאָן אַן עלי' דורכן בירור פון דעם חומר.
אין ביאת המשיח וועט נתגלה ווערן דער אמת'ער שרש פון יש הנברא, וואָס די אמיתית פון יש הנברא איז דער יש האמיתי, דערפאַר איז דורך בירור החומר, בירור יש הנברא — וועט זיך אויפטאָן אַן עלי' אויך אין דעם עצם הנשמה.
73יב. דאָס איז אויך דער רמז אין דעם מאמר רז"ל; זכו עם ענני שמיא לא זכו עני ורוכב על חמור — „זכו", דורך דער עבודה אין דברים זכים ורוחניים (קלאָרע און רוחניות'דיקע זאַכן), וועט זיין עם ענני שמיא, אַ גילוי בדרך אור ישר מלמעלה למטה; „לא זכו", אויב די עבודה איז אין ענינים וועלכע זיינען נאָך ניט אויסגעלייטערט, ד. ה. ענינים גשמיים וחומרים, און מען וועט זיי מברר ומזכך זיין, דעמאָלט וועט זיין דער גילוי פון עני ורוכב על חמור, דער גילוי בדרך אור חוזר מלמטה למעלה, אַז דורכן חמור וועט מען צוקומען אין אַן אָרט וואָס די נשמה מצד עצמה קען אַהין ניט צוקומען.
און דאָס איז וואָס יעקב האָט געזאָגט ויהי לי שור וחמור, מצד זיין עבודה, דוקא מיט לבן'ען — צו מברר צו זיין די דברים הגשמיים והחומריים — איז ער געווען גרייט צום העכסטן גילוי פון עני ורוכב על חמור.
יג. כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט דערציילט בשעת דער אַלטער רבי איז געזעסן אין תפיסה האָט אים אויסגעפאָרשט דער טאָוואַרישטש־מיניסטער, ד. ה. דער פאַרטרעטער פון מיניסטער, וועלכער איז געווען בקי אין תנ"ך און אַ געלערנטער אין אידישע ענינים.
איינע פון די שאלות וואָס ער האָט געשטעלט דעם אַלטן רבי'ן איז געווען וועגן דעם פּשט פון פּסוק; „ויקרא ה' אלקים אל האדם ויאמר לו אַיכה"לח), צי דען האָט דער אויבערשטער ניט געוואוסט וואו אדם הראשון געפינט זיך וואָס ער האָט אים געפרעגט אַיכה? האָט אים דער אַלטער רבי געענטפערט, לויט פּירוש רש"י. זאָגט אים דער מיניסטער; וואָס רש"י זאָגט ווייס איך אַליין, איך וויל אָבער הערן אַ פּשט פון דעם רבי'ן. האָט אים דער אַלטער רבי געענטפערט; בשעת אַ מענטש איז אַלט אַזוי פיל יאָר למשל, — זאָגנדיק דערביי די גענויע צאָל יאָרן פון דעם מיניסטער — פרעגט אים דער אויבערשטער; „אַיכה", וואו ביסטו? צי ווייסטו אויף וואָס דו ביזט באַשאַפן געוואָרן אויף דער וועלט, וואָס דו דאַרפסט טאָן און וואָס דו האָסט געטאָן?
און כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט אויסגעפירט; דעם אַלטן רבי'נס ענטפער צום מיניסטער האָט אים — דעם אַלטן רבי'ן — אָפּגעראַטעוועט פון כלות הנפש (נשמה־אויסגאַנג), וואָרום דער אַלטער רבי איז געווען בשמחה גדולה וואָס ער האָט זוכה געווען זיצן אין תפיסה און זיך מוסר נפש זיין פאַר תורת הבעש"ט והרב המגיד, ער האָט דערפון געהאַט אַ גרויסן תענוג ביז כלות הנפש. נאָר בשעת ער האָט זיך באַטראַכט אַז דער אויבערשטער פרעגט ביי יעדער מענטשן; „אַיכה"? צי האָט ער אויפגעטאָן וואָס ער דאַרף אויפטאָן, האָט דאָס אויף אים פּועל געווען ער זאָל בלייבן למטה — אַ נשמה אין גוף, און דורכפירן די ענינים צוליב וועלכע זיין נשמה איז אַראָפּגעקומען למטה.
יד. אַן ענין וואָס האָט פּאַסירט ביי נשיאינו רבותינו הקדושים, וואָס אַ נשיא ורועה ישראל האָט אונז דערציילט און איבערגעגעבן — איז אָן הוראה לצאן מרעיתו פאַר עדת הח־74סידים, און דורך זיי — פאַר אַלע אידן.
יעדער איד דאַרף וויסן אַז די שאלה אַיכה — פרעגט מען ביי יעדן איינעם שטענדיק, פון דעם גדול שבגדולים ביז דעם קטן שבקטנים (דעם גרעסטן ביז דעם קלענסטן). נאָר די שאלה קומט צו יעדער איינעם לויט זיין מהות.
ביי איינעם מאָנט מען מיט דער שאלה „אַיכה" — אָפּהאַלטן זיך פון כלות הנפש, (לויט ווי עס שטייט ביי בני אהרן בקרבתם לפני ה' וימותולח)) נאָר ער זאָל טאָן זיין שליחות ועבודה דאָ למטה אויף אויספירן די כוונה פון דירה בתחתונים.
און ביי איינעם מאָנט מען מיט דער שאלה „אַיכה", ער זאָל זיך ניט אַריינלאָזן אין תאוות והדומה וואָס דורך דעם וועט ער אַראָפּפאַלן אין גאַנצן, נאָר ער זאָל זיך שטאַרקן אין לערנען תורה און מקיים זיין מצוות.
און אָט־דער מאָנען — איז אַ נתינת כוח, אַז יעדער איינער זאָל דורכפירן זיין עבודה און אויספירן די כוונה צוליב וואָס ער איז באַשאַפן געוואָרן, בשמחה ובטוב לבב.
טו. וועגן דער שייכות פון דער שאלה „אַיכה" צום מאסר פון אַלטן רבי'ן קען מען אפשר זאָגן;
דעם אַלטן רבי'נס מאסר איז געקומען מצד דעם קטרוג וואָס ס'איז געווען דעמאָלט אויף דעם גילוי רזין דאורייתא (סודות התורה) — תורת החסידות.
בשעת דער אַלטער רבי האָט מגלה געווען און מפרסם געווען רזין דרזין דאורייתא צו אַלע אידן, דורך דעם וואָס ער האָט זיי אַראָפּגעטראָגן אין שכל וחב"ד פון נפש האלקית, און דורך דעם קומט עס אַראָפּ אויך אין חב"ד דנפש השכלית ונפש הבהמית, ביז עס זאָל דערנעמען און דורכנעמען אויך דעם גוף הגשמי, איז געוואָרן אויף דעם אַ קטרוג למעלה, און מצד דעם איז אַראָפּגעקומען אויך דער קטרוג אין מאסר למטה.
אַזוי אויך דער נצחון און גאולה וואָס ס'איז געווען דאָ למטה — איז דאָס געווען מצד דעם וואָס למעלה האָט מען געגעבן רשות — אַ כוח און אַ ציווי — אויף צו אַנטפּלעקן רזין דרזין ביז אין מענטשלעכן שכל, און מצד דעם איז געקומען אויך דאָ למטה די גאולה פון אַלטן רבי'ן און תורת החסידות.
ווי קען דאָס אָבער זיין אַז מען זאָל נעמען רזין דרזין און אַראָפּטראָגן זיי אין מענטשלעכן שכל בהתיישבות? רזין דרזין דאַרפן דאָך פּועל זיין אַן ענין פון כלות הנפש און היפך פון התיישבות?
נאָר בשעת דער אַלטער רבי — אין זיין מעמד פון כלות הנפש — האָט דערהערט דעם „אַיכה", די שאלה וואָס מען פרעגט מלמעלה צי האָט מען דורכגעפירט די כוונת הבריאה צו מאַכן לו יתברך דירה בתחתונים, — גיט עס אַ כוח, אַז די תחתונים ווי זיי זיינען במציאותם זאָלן זיי זיין אַ דירה צו עצמות.
76דאָס האָט אַראָפּגענומען אַלע הגבלות, וואָרום ווען מען טוט עס ניט אַליין נאָר מען טוט עס בשליחותו (של מקום) און מיט'ן כוח פון דעם וואָס רופט „אַיכה", וואָס דאָס איז עצמות — נמנע הנמנעות*3)) ונושא הפכים, טראָגט מען אַראָפּ אויך סתים דאורייתא אַז עס זאָל קומען בגילוי, וואָס דאָס איז מעורר ומגלה דעם סתים שבנשמה ווי זי איז פאַרבונדן מיטן סתים דקודשא בריך הוא88)).
טז. וועגן חודש כסלו שטייט, אַז ער איז ווי חודש סיון. סיון איז דער דריטער חודש פון ניסן, וואָס ניסן איז אויך ראש השנה, ווי עס שטייט במשנהל), אַזוי איז אויך חודש כסלו דער דריטער חודש פון דעם ראשהשנה — וואָס אין תשרי.
דער חילוק פון ניסן און תשרי איז, ניסן איז עבודת הצדיקים. וואָרום יציאת מצרים איז אַן ענין פון גירות, וגר שנתגייר כקטן שנולד דמי87)), ער האָט ניט קיינע חטאים און קיינע ענינים וואָס זיינען ניט ווי עס דאַרף צו זיין, וואָרום ער איז כקטן שנולד.
און חודש סיון וואָס ער איז דער דריטער חודש פון ניסן, איז דער זמן פון מתן תורה.
תשרי איז עבודת בעלי תשובה. כסלו, וואָס ער איז דער חודש השלישי פון תשרי, איז מתן תורה — דער גילוי פון פּנימיות התורה.
אַזוי ווי דער ענין פון תשובה, הגם אַז תשובה איז העכער פון תורהח),
וואָס דערפאַר העלפט תשובה אויך אויף אַן ענין וואָס ער האָט פּוגם געווען אין תורה,
פונדעסטוועגן
התשובה גופא נעמט מען אַרויס פון תורה,
אַזוי אויך אין דעם ענין פון גילוי פּנימיות התורה, וואָס דאָס איז אין חודש כסלו, איז דאָס גופא נעמט זיך אויך פון מתן תורה שבסיון. וואָרום בשעת מתן תורה בסיון — האָט מען געגעבן אַלע ענינים פון תורה, אַפילו די תורה וואָס משיח וועט לערנען און מגלה זיין, וואָס דאָס איז דער טיפסטער ענין אין תורה, ווי ער זאָגט אין מדרשכח), אַז תורה דעכשיו (פון איצט) איז הבל לגבי תורתו של משיח, איז אויך דאָס האָט מען געגעבן בשעת מתן תורה פון סיון.
אָבער פונדעסטוועגן, איז פּנימיות התורה געווען בהעלם (פאַרבאָרגן) אין מתן תורה שבסיון און דער גילוי פון פּנימיות התורה איז בחודש כסלו, דער חודש השלישי פון חודש תשרי, עבודת התשובה, וואָס דעמאָלט בחודש כסלו איז דער גילוי פון פּנימיות התורה און הפצת מעיינות חוצה, וואָס דאָס איז אָן הכנה צום גילוי המשיח.
יז. מצד דעם וואָס חודש כסלו איז אַ זמן פון גילוי־תורה, אַ נייער גילוי אין תורה, עס איז נתגלה געוואָרן פּנימיות התורה, מצד דעם קומט אויך אַראָפּ אין וועלט,76אַז בחודש כסלו איז מאיר אין וועלט אַ נייער גילוי, — דער ענין הניסים.
חסידות איז גוט מבאר דעם ענין, אַז באמת איז הנהגת הטבע אויך נסים0)), נאָר דער חילוק איז 7 טבע איז אַ גילוי וואָס איז פאַראַן שטענדיק, איז מצד דעם הרגל זעט זיך ניט אָן דער נס, ביז וואַנען אַז מען קען מיינען, אַז עס איז אַ בירה בלא מנהיג ח"ו, אָבער בשעת עס קומט אַ נס, וואָס מען איז ניט איינגעוואוינט אין דעם, דעמאָלט איז דאָס בגילוי, וואָס דאָס איז דער ענין הנסים, אַז עס איז אַ גילוי חדש.
און דערפאַר איז כסלו אַ חודש פון נסים. ווייל עס איז דאָך אַ זמן פון אַ גילוי חדש אין תורה, און אסתכל באורייתא וברא עלמא, ווערט דאָס נמשך אויך אין וועלט, אַז אויך אין דער הנהגה פון עולם איז דאָס אַ זמן פון נסים, אַ גילוי חדש.
א. אויפן פּסוק וישב יעקב בארץ מגורי אביו בארץ כנען, טייטשט דער מעזריטשער מגידא): „וישב יעקב" — אַז יעקב איז געווען איינגעזעסן בישיבה ועכבה „בארץ" — אין ערדישקייט. צוליב וואָס האָט ער עס געטאָן ? בכדי צונויפקלייבן — „מגורי" (מלשון אוגר קיץ))) — די ניצוצות הקדושה וועלכע געפינען זיך אין די
דערפאַר איז געווען בחודש כסלו דער נס פון חנוכה, וואָס דער נס איז בשמן — רזין דרזין — און אַ גילוי נעלה ביותר (גאָר אַ הויכער גילוי). ווי דער רמב"ן שרייבט 41)) אין נאָמען פון מדרש, אַז דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו אהרן, שלך גדולה משלהם. די נרות חנוכה זיינען העכער פון נרות המקדש, וואָרום נרות המקדש זיינען ניט קיימים אויף אייביק און נרות חנוכה זיינען קיימים לעולם (אייביק).
און אַזוי אויך שפּעטער איז געווען דער נס פון י"ט כסלו, פון הפצת תורת החסידות וואָס דאָס איז אויך אַן ענין וואָס איז קיים לעד ולעולמי עולמים, ווייל הפצת מעיינות החסידות איז אַ כלי און אַ הכנה צו גילוי המשיח.
(משיחת ש"פ תולדות, תשי"ז) וישב
גשמיות'דיקע זאַכן און זיי דערהויבן צו „אביו" שבשמים.
און כאָטש אַז די ישיבה ועכבה אין ארץ איז אַ ירידה, איז עס אָבער מער ניט ווי צייטווייליק, און דוקא דורך דעם קומט מען צו אַ תוספת ועלי'.
און דאָס זאָגט ער „בארץ כנען" — כנען מלשון מסחר און ווי עס שטייט ולא יהי' כנעני עוד בבית ה')), און אין מסחר פירט זיך אַז
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק א׳
- Id
- rh-sw9rgrvm