Likkutei Sichos
Mishpatim
155פרשת משפטים
א. אין היינטיקער סדרה שטייט, על כל דבר פּשע גו' על כל אבידה אשר יאמר כי הוא זה עד האלקים יבא דבר שניהם גו' ישלם שנים לרעהו. זאָגט די גמרא, אַז דער פּסוק רעדט וועגן אַ שומר, וואָס טענה'ט אַז דער פּקדון איז ביי אים פאַרלאָרן געגאַנגען, וואָס מיט דער טענה ווערט ער פּטור פון צו באַצאָלן: ביי אַ שומר חנם — טענת גניבה ואבידה און ביי אַ שומר שכר — טענת אונסין, און ער האָט געשוואָרן אויף זיין טענה, און צום סוף האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז ער האָט גאָר פּושע געווען אין דעם פּקדון און מועל געוועןא) אין דער שבועה — איז דער דין; עד האלקים יבא דבר שניהם גו' ישלם שנים לרעהו.
מען האָט שוין גערעדט פיל מאָל, אַז אַלע ענינים פון גליא דתורה זיינען פאַראַן אויך אין רוחניות, און אדרבה, ווייל די ענינים זיינען פאַראַן אין רוחניות דערפאַר קומען זיי דערנאָך אַראָפּ אין גליא.
אויך דער דין פון פּשיעה, שליחות יד בפּקדון, מעילה בשבועה און דער פּסק דין — עד האלקים יבא דבר שניהם וגו', זיינען אויך דאָ אין רוחניות.
ב. כבוד קדושת אדוננו מורנו ורבנו דער צמח צדק נשמתו עדן, טייטשט אויס אין אַ מאמר דעם פּסוק על כל דבר פּשע גו' אין דער עבודה רוחנית פון נפש האדם.
וועט מען איבערריידן אַ טייל פון דעם מאמר וואָס איז שייך דערצו מיט אייניקע הוספות בדרך אפשר;
ביי יעדער אידן געפינט זיך דעם אויבערשטנ'ס אַ פּקדון, דאָס איז די נשמה)), וועלכע ער דאַרף היטן, זי זאָל איבערבלייבן בשלימות און ניט נפגם ווערן חס ושלום, און נאָך מער, מעלה זיין די נשמה נאָך העכער ווי זי איז געווען פאַר דער ירידה, ווי באַוואוסט אַז ירידת הנשמה בגוף איז — ירידה צורך עלי'.
די שמירה וואָס אַ איד דאַרף היטן די נשמה, איז פאַרבונדן אויך מיט אַ שבועה, כמאמר רז"ל), אַז בשעת אַ נשמה דאַרף אַראָפּגיין למטה, משביעין אותו תהי צדיק ואל תהי רשע.
„על כל דבר פּשע", אַז ער איז אַ פּושע אין פּקדון און מועל אין דער שבועה, — מצד וואָס קומט עסז זאָגט דער פּסוק — „על שור על חמור על שה ועל שלמה", דאָס זיינען פּרטי סוגים אין דעם נפש הבהמית (כדלהלן), וועלכע ברענגען דעם „על כל אבידה", אַז דער נפש האלקית ווערט רחמנא לצלן פאַרלאָרן. ביז „אשר יאמר כי הוא זה", אַז אויף „הוא" זאָגט ער אַז דאָס איז „זה".
„זה" — באמיתית המובן — גייט אויף קדושה ואלקות. אויף קיין זאַך קען מען ניט זאָגן „זה", נאָר אויף דעם אויבערשטן, מצד צוויי טעמים:
156א) „זה" מיינט: דאָס איז „דאָס", און „דאָס" קען מען זאָגן נאָר אויפן אויבערשטן. נברא איז דאָך זיין מציאות ניט ער, נאָר דער חיות אלקי וואָס איז אים מהווה תמיד מאין ליש, ובלשון הרמב"ם: אין שם מצוי אמת מלבדו.
ב) „זה" מיינט; אָט דאָ איז דאָס, ווען מען איז און וואו מען איז קען מען זאָגן, אָט איז דאָס. און דאָס איז שייך נאָר אויף אלקות, וואָרום יעדער נברא איז מוגבל, ער איז ניטאָ אומעטום, ובמילא איז ניט שייך זאָגן אויף דעם „זה". אָבער שם שמים איז שגור בפי כל)). נאָר דער אויבערשטער וואָס ער איז דאָ אומעטום, דלית אתר פנוי מיני', איז אויף אים שייך זאָגן, אָט איז ער — „זה".
אָבער מצד דעם העלם והסתר פון נפש הבהמית פאַרבייט מען, און מען זאָגט אויף „הוא" אַז דאָס איז „זה".
ג. אין די פּרטי המדריגות פון נפש הבהמית, וואָס דער פּסוק איז זיי כולל אין די פיר סוגים; שור, חמור, שה און שלמה, איז כ"ק אדמו"ר הצמח צדק מבאר אין מאמר, אַז שור מיינט שור נגח. חמור — חמרא בתקופת תמוז קרירא לי'. שלמה — ובגד בוגדים בגדו, און שה — שה פּזורה ישראל.
הגם מען דאַרף זיך אויסהיטן פון אַלע סוגי נפש הבהמית, וואָרום זיי אַלע קענען ברענגען צו אבידת נפש האלקית רחמנא לצלן, פונדעסטוועגן, איז אין יעדער זמן דאָ זיין קליפּה, און מען דאַרף זיך שטעלן ביחוד אַנטקעגן איר. דערפאַר וועט מען זיך אָפּשטעלן בעיקר אויף מבאר זיין דעם ענין פון „שה", וואָס דאָס איז נוגע ביחוד אין אונזער דור.
ד. אויף דעם וואָס עס שטייט שה פּזורה ישראל, פרעגט מען אַ קשיא; ישראל איז דאָך אַ שם המעלה, און שה פּזורה איז אַ חסרון, איז פאַרוואָס בשעת ער וויל זאָגן שה פּזורה, דערמאָנט ער ישראל דוקא? נאָר דער ענין איז, אַז דאָס פרעגט טאַקע דער נביא. וויבאַלד אַז אידן ווערן באַצייכנט מיט דעם נאָמען ישראל — כי שרית עם אלקים ועם אנשים ותוכל, ד. ה. אַז אַ איד האָט בכוח צו זיין אַ בעל־הבית — שרית — ניט נאָר אויף מענטשן — אנשים — נאָר אויך אויף מלאכים — אלקים — היינט ווי קומט עס אַז ער האָט ניט אין זיך קיין תוקף, ביז אַז ער שלעפּט זיך נאָך נאָך יעדער איינעם, ער איז אַ שה פּזורה?1
און דאָס איז אויך געווען די טענה פון המן'ען, דער מקטרג אין הימל, צו אחשורוש זה הקב"ה שאחרית וראשית שלו; ישנו עם אחד מפוזר ומפורד בין העמים גו' ואת דתי המלך אינם עושים. „ישנו עם אחד", עס איז דאָ אַ פאָלק וואָס זיין מהות איז — אחד, זיי קאָנען מאַכן אחד אומעטום, ביז בארץ, ווי עס שטייט גוי אחד בארץ, און ניט קוקנדיק אויף זייער גרויסקייט, זיינען זיי מפוזר ומפורד בין העמים, זיי ווערן נתפּעל פון יעדער איינעם, ובמילא, ואת דתי המלך — מלכו של עולם — אינם עושים.
ה. דער סדר ווי עס דאַרף זיין איז, אַז אַ איד וואו ער קומט, דאַרף ער אָנפירן מיט דער (רוחניות, וואָס דאָס איז די אמת'ע מציאות, פון דער)157גאַנצער שטאָט, מיט דעם גאַנצן אַרום, מיט דער גאַנצער מדינה. און אָנשטאָט דעם, פאַרלירט ער זיך, אַז ניט נאָר וואָס ער איז ניט קיין משפּיע, נאָר ער ווערט נאָך אַ מושפּע, ער טוט־נאָך די שטותים פון דער מדינה, פון דער סביבה און פון דער שטאָט.
אָנשטאָט דעם וואָס ביי יעדער זאַך דאַרף ער פּועל'ן אויף דער גאַנצער סביבה אַז דער שולחן ערוך זאָל זיין זייער פּוסק, אָנשטאָט דעם, איז דער פּוסק ביי אים די סביבה, און דער „נעקסט־דאָר" — דער שכן — איז ביי אים דער פּוסק אחרון, וואָס לויט דעם שטעלט ער איין זיין גאַנצע הנהגת הבית.
ו. דער ענין פון שה פּזורה ישראל, וואָס עס פעלט דער תוקף, איז אויף אַזוי פיל, אַז אַפילו אין דעם חינוך פון די קינדער וואָס זיי זיינען דאָך די האָפענונג און יסוד פון יעדער הויז פון דעם גאַנצן אידישן פאָלק, אויך אין דעם זעט זיך אָן אַז עס פעלט דער תוקף.
אויף אידן אַפילו אין שווערסטן גלות, גלות מצרים, שטייט, מלמד שהיו ישראל מצוינים שם, שלא שינו את שמם לשונם ולבושם*)), און אָנשטאָט דעם, האָט מען אין אונזער צייט אין זיך ניט קיין תוקף, און מען זוכט אַלע תחבולות, עס זאָל ניט זיין קענטיק אויפן קינד אַז ער איז אַ איד.
דאַרפן דאַרף זיין, אַז בשעת אַ אידישער קינד גייט אין גאַס דאַרף נאָך פון דער ווייטן זיין קענטיק אַז עס גייט אַ איד, וואָרום ישראל איז דאָך אַ שם המעלה, איז אָנשטאָט דעם, שעמט מען זיך גאָר דערמיט און מען זעט מיט אַלע מעגלעכקייטן עס אויסצובאַהאַלטן.
ז. לויט דעם קען מען אויך דערקלערן, וואָס די גמרא) פרעגט ביי דעם דין פון אבדה, שה דכתב רחמנא למה לי, און די גמרא זאָגט, שה דאבדה קשיא (מאי קא משמע לן אַז מ'דאַרף אומקערן — פּשיטא). ביי שור חמור ושלמה איז דאָ אַ חידוש פאַרוואָס מ'איז מחזיר די אבדה (כדמפרש בגמרא), אָבער ניט ביי שה.
לויט ווי מען האָט גערעדט פריער קען מען דאָס דערקלערן אין עבודת האדם (בקיצור על כל פּנים)2 א) שור — נגח. ב) חמור — וואָס ניט קוקנדיק אויף שמש ה' בתוקף תקופת תמוז, איז קרירא לי'. ג) שלמה — בגד בוגדים בתורה ומצוות — איז אַ חידוש אַז זיי קענען זיך אומקערן ושב ורפא לו, אָבער שה פּזורה, מער ניט וואָס זי פאַרלירט זיך בין העמים, איז מאי קא משמע לן אַז מ'קערט אום די אבדה, עס איז דאָך אַ כל שכן פון שור וכו'. ענטפערט מען אדרבה שה דאבדה קשיאז) — דאָס איז אַמשווערסטן אומצוקערן. אַז עס איז ניטאָ דער יסוד והתחלה פון אַלע פיר חלקים טור ושולחן ערוך, דער אל יבוש מפּני המלעיגים — ווי וועט ער קומען צום שולחן ערוך און דאָס איז דער חידוש אַז אַזאַ אבדה קשה איז מען אויך מחזיר. אין לך דבר העומד בפני התשובה.
158ח. ער זאָגט ווייטער אין פּסוק פון דער סדרה, אַז דער פּסק דין און די עצה צו דער פּשיעה שבפּקדון שבסיבת שור חמור שלמה און אַפילו שה איז: „עד האלקים — דייניא — יבא דבר שניהם", וואָס דאָס גייט אויפן ערשטן דיין — משה'ן און אתפּשטותא דמשה בכל דרא ודרא*), וואָס ער גיט דעם כוח אויף טאָן תשובה כדבעי — „ישלם שנים לרעהו", רעהו גייט אויפן אויבערשטן*, ער וועט באַצאָלן דעם אויבערשטן בכפלים, ווי קודם החטא, ווי עס שטייט אין אגרת התשובה הי' רגיל לקרות דף אחד יקרא שני דפים כו'.
און דעמאָלט וועט אים דער אויבערשטער געבן מדה כנגד מדה, אַז אויך די זדונות וועלן ווערן כזכיות, און אויך דער נפש הבהמית וועט מסייע זיין לעבודת ה'.
ובפּרטיות: פון דעם נפש הבהמית שבבחינת שור וועט ווערן ורב תבואות בכח שורי). פון חמור — יששכר חמור גרםיא), די עבודה פון קבלת עול כחמור למשא. פון שה פּזורה ישראל, וואָס דאָס איז אויך וואָס עס שטייט תעיתי כשה אובדכח), ער בלאָנדזשעט אַזוי ווי אַ שה וואָס האָט ניט קיין אייגענעם תוקף און ווערט פאַרלאָרן, ווערט דער בקש עבדך, משכני אחריך, אַז ער ציט זיך נאָכן אויבערשטן למעלה מטעם רעת. פון שלמה — וריח שלמתיך כריח לבנוןכח).
אין אַלגעמיין איז דאָס, אַז אויך דער נפש הבהמית איז מסייע צו עבודת הוי' כמאמר רז"ליד): ואהבת את הוי' אלקיך בכל לבבך — בשני יצריך.
תשס"ו)
ט. אין היינטיקער סדרה זאָגט ער, אם כסף תלוה. זאָגן רז"לי), אַז כאָטש עס שטייט „אם", מיינט דאָס ניט קיין רשות, נאָר דאָס איז אַ מצוה און אַ חובה.
אויפן פּסוק מגיד דבריו ליעקב חקיו ומשפּטיו לישראל זאָגן רז"לי), אַז דאָס וואָס דער אויבערשטער הייסט טאָן אידן, טוט ער אויך אַליין. וואָס דאָס מיינט חקיו ומשפּטיו, זיינע חוקים און זיינע משפּטים, וואָס ער אַליין איז זיי מקיים.
פון דעם איז פאַרשטאַנדיק אַז אויך דער אויבערשטער איז מקיים אם כסף תלוה את עמי.
י. דער ענין פון הלואה איז. מען גיט יענעם געלט, כאָטש עס קומט אים ניט. יענער גיט ניט עפּעס פאַר דעם. עס איז אָבער ניט קיין מתנה, נאָר יענער ווערט נתחייב אָפּצוגעבן שפּעטער.
אַזוי אויך דער אויבערשטער גיט אַ אידן ענינים און כחות, ער מאָנט אָבער, מען זאָל אויסנוצן דאָס אַלץ אויף אויספירן זיין שליחות, אָפּגעבן דאָס אין חוקיו ומשפּטיו.
159יא. אין דעם ענין פון געבן אַ זאַך על מנת צוריקצוגעבן, זיינען פאַראַן צוויי אופנים. שאלה און הלואה. דער חילוק פון די ביידע איז: ביי שאלה — מוז דער שואל אָפּגעבן די זעלבע זאַך וואָס ער האָט גענומען, עס ווערט ניט זיינע. אָבער מלוה — להוצאה ניתנה, עס ווערט אינגאַנצן דעם לוה'ס, און ער קען דאָס נוצן אויף אַלערליי ענינים.
דער טעם וואָס דער נתינת כוח פון דעם אויבערשטן, כסף תלוה, ווערט אָנגערופן מיטן נאָמען הלואה, איז ווייל דעם כוח קאָנען אידן נעמען און אויסנוצן אויף פּועל'ן אין זייערע ענינים, אַפילו בשעת אַז דאָס זיינען נידעריקע ענינים.
יב. דער ענין פון דעם אין פּועל ובלימוד החסידות בפרט איז;
פאַראַן אַזעלכע וואָס מיינען אַז מיט לערנען חסידות דאַרף מען וואַרטן ביז ער וועט זיין פריער אָפּגעהיט בתכלית אַפילו אין אַ דקדוק קל של דברי סופרים און אין אַ הידור מצוה. כל זמן ער איז נאָך חושש, אַז ער האַלט נאָך ניט דערביי, ווער רעדט נאָך אַז ער ווייס אַז ער קען אַמאָל אַריבערפאַלן אין אַ הידור מצוה, און אין אַ דקדוק קל של דברי סופרים, ומכל שכן אויב ער פאַלט דורך אַפילו אין אַ דרבנן, און אַמאָל אַפילו אין אַ דאורייתא, סיי אין אַן ענין פון קום ועשה און סיי אין אַן ענין פון שב ואל תעשה, דאַן — טראַכט ער — קען ער זיך ניט עוסק זיין אין לימוד החסידות און אין עבודת התפלה, און בכלל אין ענינים נעלים.
זאָגט מען מלוה להוצאה ניתנה ניט קוקנדיק אויף דער הויכקייט פון תורת החסידות, וואָס דער אַלטער רבי האָט אויף דעם געגעבן אַ משל פון אַן אבן טובה וואָס געפינט זיך בכתר המלךיז), וואָס אָן דעם אבן טובה איז דער גאַנצער כתר קיין כתר ניט, פונדעסטוועגן, גיט מען רשות צו יעדער אידן נעמען דעם כתר המלך און אויסנוצן אים אין זיינע ענינים.
מען מאָנט ביי יעדער אידן, אַז ווי נידעריק ער זאָל ניט זיין, זאָל ער קיין איין טאָג ניט פאַרפעלן זיין שיעור וואָס ער האָט אין חסידות, און אַפילו אין דעם טאָג גופא וואָס ער איז נכשל געוואָרן ח"ו אין אַ דאורייתא, סיי אין אַן ענין פון קום ועשה סיי אין אַן ענין פון שב ואל תעשה, זאָל ער אויך דעם טאָג ניט פאַרפעלן זיין שיעור אין לימוד החסידות, און ניט נאָר אַן ענין פון עבודה נאָר אויך אַן ענין פון השכלה אין אלקות, און אַפילו אַזאַ ענין אין השכלה וואָס מצד זיין הויכקייט ווייס ער גאָר ניט ווי דאָס אַראָפּצוטראָגן צו זיך.
יג. דער טעם אויף דעם נתינת כוח וואָס דער אויבערשטער גיט — כסף תלוה, זאָגט ער אין פּסוק — את עמי. זאָגן רז"ליח), עמי ונכרי עמי קודם. וויבאַלד אַז מען דאַרף באַוואָרענען און זאָגן עמי קודם, איז פאַרשטענדלעך אַז ס'איז פאַראַן אַן אָרט אויף זאָגן אַנדערש, און פונדעסטוועגן זאָגט מען עמי קודם.
פון דעם איז פאַרשטאַנדיק אַז דער נתינת כוח קומט פון אַזאַ אָרט וואָס דאָרטן רירט ניט אַן עבודת הנבראים, בחינת אדון יחיד שרש160השרשיםכד). ווי ער זאָגט *) איני יודע באיזה מהם חפץ, במעשה צדיקים צי במעשה רשעים, און ס'דאַרף זיין אַ לימוד אויף דעם ווייל דאָרט קען זיין אַ נתינת מקום עס זאָל זיין אַנדערש. נאָר מצד דער בחירה עצמית, וואָס דער אויבערשטער האָט בוחר געווען אין נשמות ישראל, איז עמי קודם.
און דאָס איז די מדריגה וואָס אויף איר שטייט, הלא אָח עשו ליעקב נאום ה' ואוהב את יעקב ואת עשו שנאתי*31)). מעשה התחתונים רירט דאָרטן ניט אָן, דערפאַר איז אָח עשו ליעקב, ביידע גלייך. און פונדעסטוועגן, מצד דער בחירה ואהבה עצמית, איז ואוהב את יעקב גו'.
און דאָס איז אויך וואָס ער זאָגט אם כסף תלוה, כסף איז מרמז אויף אהבה, מלשון נכסוף נכספת לבית אביךכג), ד. ה. אַז די מלוה, נתינת כח, איז ניט מצד עבודה נאָר מצד דער אהבת עצמית פון דעם אויבערשטן צו אידן.
יד. וויבאַלד אַז דער נתינת כוח איז פון אַזאַ אָרט וואו ס'איז ניט נוגע מעשה התחתונים, במילא איז דער נתינת כוח צו יעדער אידן, וואָרום אין דעם אָרט פון וואַנען עס ווערט נמשך דער כוח, האָט העדר העבודה ניט גע'פּועל'ט קיין פּגם.
און דאָס איז אויך וואָס דער פּסוק איז ממשיך, את העני עמך ניט קוקנדיק וואָס ער איז אַן עני, ער האָט זיך אַריינגעטראַכט אין זיין מעמד ומצב און ער איז צעבראָכן פון דעם, און האָט טאַקע פון וואָס צו זיין צעבראָכן, פונדעסטוועגן דאַרף ער וויסן אַז אויך ער האָט דעם כוח מלמעלה, וואָרום אהבה עצמית, דערגרייכט אַלעמען, אויך אים, און אדרבה — דערפאַר ווייל ער איז אַן עני, איז דאָך באַוואוסט אַז דער אויבערשטער געפינט זיך אין אַ לב נשבר ונדכה דוקא.
לא תהי' לו כנושה; אויב דער לוה האָט ניט מיט וואָס צו צאָלן, ובמילא וועט דער מאָנען ניט העלפן, מער ניט ווי מאַכן אים ענג, טאָר מען ביי אים ניט מאָנען. נאָך מער? מען טאָר ניט דורכגיין פאַרביי דעם לוה באופן עס זאָל אים מאַכן ענג.
ווי גערעדט פריער — איז מגיד דבריו ליעקב גו' מה שהוא מצוה לבניו הוא עושה, איז אַזוי אויך למעלה — בשעת אַז מיטן מאָנען דורך קו השמאל און מיט יסורים, טוט מען גאָרנישט אויף, איז סתם מאָנען — לא תהי' לו כנושה.
אַזוי ווי עס שטייט על מה תוכו עוד תוסיפו סרהד). על מה תוכו — וויבאַלד אַז דאָס פּועל'ט ניט, אדרבה, עוד תוסיפו סרה. בשעת דער אויבערשטער זעט אַז מיט דעם קו השמאל טוט מען ניט אויף, וועט ער ווידער אָנהויבן מיטן קו הימין, מיט קירוב בחסד וברחמים בטוב הנראה והנגלה.
טו. אין מדרש תנחומא שטייט אויפן פּסוק אם כסף תלוה את עמי את161העני עמך, אַז דאָס באָרגט מען דעם אויבערשטן, מלוה ה' חונן דל, דורך דעם וואָס מען איז חונן דל — נתינת הצדקה — איז מען מלוה הוי', מען באָרגט דעם אויבערשטן.
דער אויבערשטער אַז ער צאָלט — צאָלט ער לויט זיין מדה. דער אויבערשטער איז דאָך בלי גבול — צאָלט ער אויך בלי גבול (אָן אַ גרענעץ).
ווי מען האָט גערעדט אין דער התועדות פון יו"ד שבט, אין דעם ענין וואָס דער צ"צ איז מבאר אין ספר החקירה בתחילתו, אַז הגם בלי גבול בפּועל איז ניט שייך אין נבראים, וואָרום אפילו אַז עס וועט ניתוסף ווערן נאָך און נאָך, איז, סוף כל סוף, בלייבט דאָך דאָס בהגבלה;
דאָס איז אָבער מער ניט וואָס בפּועל איז ניטאָ קיין בלי גבול אין נבראים, אָבער בכח קען דאָך דער אויבערשטער געבן ווייטער און ווייטער, דור אחר דור, עד אין קץ. טיפער דער ענין — אַ זאַך אַ גבולי בזמן, הויבט זיך אָן זיין תחילת הסוף, אַ שינוי און חלישות, אַ סך צייט פריער. וכלשון הידועכה), אַז נבראיםכו) מיום הבראם הולכים ומתיבשים. מזה מובן, אַז זעענדיק אַ השפעה וואָס במשך זמן רב איז אין איר ניטאָ קיין חלישותכז), ואדרבה — איז דאָס מגדרי אין סוף בפּועל. דאָס איז דער כללות הענין פון המשכת בלי גבול בגבול.
אין צדקה, וואָס שקולה צדקה כנגד כל המצות, איז דאָ דער העכסטער אופן פון צדקה, וואָס דאָס איז גמילות חסדים, לויט דעם מאמר רז"לכח) גדולה גמילות חסדים יותר מן הצדקה, דצדקה הוא לעניים דוקא וגמילות חסדים בין לעניים בין לעשירים. מצד צדקה מוז דאָך זיין עשיר ועני, וואָרום אויב אַלע וואָלטן געווען עשירים, איז — חסד ואמת מן ינצרו* הוב), לא יחדל אביון מקרב הארץ, אָבער מצד גמילות חסדים דאַרף קיין עני ניט זיין, אפס כי לא יהי' בך אביון, וואָרום גמילות חסדים איז אויך לעשירים.
היינט ביינאַכט קומט דאָך פאַר די אסיפה פון חברה גמילות חס־ים שומרי שבת (דער וואָרט שומרי שבת איז באמת ניט מכוון, וואָרום כשם ווי אין גמילות חסדים דאַרף ניט זיין קיין חילוק בין עניים לעשירים, אַזוי דאַרפן אויך קיין אַנדערע חילוקים ניט זיין. נאָר מען מיינט דאָס מסתמא אַלס אַ מטרה) — זאָל זיך יעדער איינער משתתף זיין אין דעם, מען זאָל אַנטלייען געלט אין דער קופּה אויף דער לענגסטער צייט, וואָס דעמאָלט וועט די קופּה קענען אַנטלייען גרעסערע סכומים אויף לענגערע זמנים, און דערמיט וועלן כל המשתתפים בזה מקיים זיין גמילות חסדים.
וכשם ווי אין גמילות חסדים איז ניטאָ די הגבלה פון עניים און עשירים בנוגע וועמען צו אַנטלייען, אַזוי דאַרף אין דעם אויך ניט זיין קיין הגבלה בנוגע ווער עס זאָל זיך מש־162תתף זיין אין דעם, דערפאַר זאָל יעדער איינער געבן אין דער קופּה.
וואָס דאָס שטימט מיט דער פּרשת שקלים וואָס מען לייענט היינט, און ווי עס איז באַוואוסט דער וואָרט פון אַלטן רבי'ן אַז מ'דאַרף לעבן
א. אין אָנהויב פון דער היינטיקער סדרה שטייט דריי מאָל דער וואָרט „תרומה"; א) ויקחו לי תרומה; ב) אשר ידבנו לבו תקחו את תרומתי; ג) וזאת התרומה אשר תקחו מאתם זהב וכסף ונחושת. זאָגט אויף דעם די גמראא), אַז די דריי תרומות זיינען: תרומת בקע לגולגולת שנעשו מהם האדנים (א תרומה וואָס יעדער איד האָט געדאַרפט געבן אַ מחצית השקל, פון וועלכן מען האָט געמאַכט די שוועלן צום משכן). תרומת המזבח בקע לגולגולת לקופות לקנות מהם קרבנות ציבור (די תרומה פון מחצית השקל וואָס יעדער איד האָט געדאַרפט געבן, פון וועלכן מען האָט געקויפט קרבנות ציבור). תרומת המשכן נדבת כל אחד ואחד (די תרומה פאַרן משכן און זיינע כלים).
עס איז פאַראַן אָבער צווישן זיי אַ חילוק. די תרומות וועלכע מען האָט גענוצט פאַר די קרבנות און פאַר די אדנים זיינען געווען בקע לגולגולת, אַ האַלבן שקל פאַר יעדן — אַלע גלייך. אָבער די תרומה צוליב דעם משכן וכליו, איז ניט געמיט דער צייט, מיט דער קריאה אין תורה פון דער צייט, וואָס אין מחצית השקל האָבן זיך אַלע אידן משתתף געווען.
(משיחת שבת פרשת משפטים, פרשת שקלים תשח"י)
ווען אין דעם קיין באַשטימטער סכום, נאָר וויפיל יעדער איינער האָט געוואָלט געבן.
דאַרף מען פאַרשטיין, פאַרוואָס זיינען תרומת קרבנות און תרומת אדנים אַנדערש פון דער תרומה פאַר די איבעריקע באַדערפענישן פון דעם משכן?
ב. דאָס וואָס תרומת המזבח איז בקע לגולגולת, פאַר אַלעמען גלייך, איז פאַרשטאַנדיק, ווייל תרומת המזבח איז צוליב „לכפּר על נפשותיכם" (וכדפּירש רש"י, אַז דאָס גייט אויף תרומת המזבח לקנות מהם קרבנות ציבור, „שהקרבנות לכפּרה הם באים"), ד. ה. אַ כפּרה אויפן חטא העגל, ווי עס שטייט אין ירושלמי און אין מדרש.
דער חטא פון עגל איז געווען אַ חטא כללי, וואָס האָט אָנגערירט ניט נאָר די וואָס האָבן זיך דערין באַטייליקט, נאָר אויך שבט לוי, וועלכע האָבן זיך ניט באַטייליקט אין דעם חטא, און אַפילו משה רבינו, וואָס ער איז בשעת מעשה אַפילו גאָרניט געווען אין אָט די ד' אמות, ד. ה. ער איז גאָרניט געווען אַפילו אין דעם גדר פון מי שיש בידו למחות כו' (וואָס מיט זיינע מעגלעכקייטן האָט
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק א׳
- Id
- rh-keq65r5e