Likkutei Sichos
Kedoshim
260האָט די תורה געוואָלט, אַז אין אַ דאורייתא זאָל זיין ספיקו לחומרא און אין אַ דרבנן ספיקו להקל) א. ד. גל.
אַזוי איז אויך בנוגע דעם חיוב וואָס יעדער איינער דאַרף זיך מגדיר זיין בדברים המותרים, וואָרום אויך דאָס איז אַ ציווי התורה — ושמרתם את משמרתי.
נוסף אויף דער עשה) פון קדושים תהיו וגו' והתקדשתם, קדש עצמך במותר לך, צו הייליקן זיך אַפילו אין דברים המותרים, גייט עס אַריין אויך אין ושמרתם את משמרתי — עשו משמרת למשמרתי.
ד. און דאָס וואָס זיי ברענגען אַ ראי' פון דעם ירושלמי און פון חטא עץ הדעת, איז דער ענטפער אויף דעם;
אדם הראשון זייענדיק אין גן עדן איז געווען אַ) מרכבה צו אלקות און ניט געהאַט קיין שייכות צו רע. אַ
א. די ערשטע דריי ציוויים פון אָנהויב פּרשה זיינען; א) קדושים תהיו1)). ב) איש אמו ואביו תיראו. ג) את שבתותי תשמרו. ראי' אויף דעם איז, וואָרום גן עדן איז דאָך ניט סובל קיין מציאות הרע (וואָס דערפאַר איז נאָך דעם חטא האָט ער ניט געקאָנט זיין אין גן עדן).
אַ מרכבה — אַלץ וואָס זי טוט איז דאָס רצון הרוכב. במילא דאַרף מען דאָרטן קיין גדרים וסייגים ניט האָבן, וואָרום עס איז ניטאָ קיין חשש מען זאָל נכשל ווערן, ואדרבה, ניט נאָר וואָס די גדרים וסייגים זיינען איבעריק, נאָר זיי זיינען נאָך אַ חסרון,
וואָרום דער וואָס איז אַ מרכבה צו אלקות, און כל עשיותיו זיינען קדושה, איז בשעת ער טוט אַן ענין איז ער אים מעלה, און דורך דעם וואָס ער איז זיך מונע פון אַן ענין, איז ער מונע אַן עלי', ובדוגמת אכילת קדשים, אכילת שבת וכו'.
דאָרט אָבער וואו מען דאַרף די גדרים וסייגים יאָ האָבן, זיינען זיי אַ מעלה).
אין תורה איז דאָך אַלץ בדיוק, מוז מען זאָגן, אַז דאָס וואָס די דריי ציוויים קומען צוזאַמען איז אויך בדיוק, און זיי זיינען צווישן זיך פאַרבונדן.
ב. קדושה מיינט דאָ הבדלה, אַזוי ווי ביים סוף פון דער סדרה) שטייט: והייתם לי קדושים וגו' ואבדיל אתכם מן העמים, וואָס מיינט, אַז אידן דאַרפן זיין אָפּגעטיילט פון די אומות העולם,261ווי עס שטייט)): ונפלינו אני ועמך מכל העם אשר על פני האדמה.
דער ענין הבדלה איז נויטיק און שייך נאָר אין אַזוינע ענינים וואָס אויסערלעך זיינען זיי גלייך, און אַזוי אויך דער ציווי קדושים תהיו רעדט זיך ניט וועגן תורה ומצוות, וואָרום צו דעם האָבן דאָך די אומות העולם מלכתחילה קיין שייכות ניט, ווי עס שטייט: מגיד דבריו ליעקב גו' לא עשה כן לכל גוי גו'*). עס רעדט זיך נאָר בנוגע דברי הרשות; עסן, טרינקען, מסחר א. א. וו. וואָס אין זיי זיינען אידן אין פלוג אויסערלעך גלייך צו אַנדערע פעלקער, אויף דערויף זאָגט אָן תורה; קדושים תהיו.
ווי אַזוי קען זיין אַז בשעת מען געפינט זיך אין עניני עולם הזה און בפרט בזמן הגלות, חושך כפול ומכופּל, זאָל אין דעם זיין קדושה7 זאָגט ער אויף דעם; „כי קדוש אני" — אידן וואו זיי געפינען זיך זיינען זיי פאַרבונדן מיט דעם אויבערשטן, מיט „אתה קדוש", דערפאַר זיינען אויך זיי אַ גוי קדוש, ביז — בדומה לקדושתו של הקב"ה. יכול כמוני — בניחותא*
ג. דער תכלית פון אַ אידן איז דאָך ניט נאָר אַליין צו זיין קדוש, נאָר ווי עס שטייט אויפן ערשטן אידן, אברהם אבינו, אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו ושמרו דרך הוי*) — אויף דערויף קומט דער צווייטער ציווי: איש אמו ואביו תיראו, וואָס אין דעם איז מרומז חובת החינוך. די ערשטע מחנכים זיינען דאָך אמו ואביו. די מוטער און דער פאָטער דאַרפן אַריינברענגען אין די קינדער דעם געפיל אַז זיי זיינען אַנדערש פון דער גאַנצער וועלט, זיי זיינען מיטגלידער פון אַ גוי קדוש.
און דער סדר הכתוב איז אמו ואביו — פריער די מוטער, ווייל זי איז די עקרת הבית און דער עיקר החינוך בפּועל — ליגט ביי איר אין די הענט.
ד. ווי אַזוי באַאיינפלוסט מען קינדער, און אויך זיך אַליין, אַז עס זאָל זיין — ונפלינו אני ועמך? אויף דעם קומט דער דריטער ציווי2 את שבתותי תשמרו.
שבת איז אַן אות — צייכן — צווישן דעם אויבערשטן מיט אידן, עס באצייכנטיז) די אמונה אין חידוש העולם און שטאַרקט זי — די געוויסקייט, אַז דער אויבערשטער איז דער באַשעפער פון דער וועלט און פירט מיט איר אָן שטענדיק.
וואָס אין דעם זיינען אידן אָפּגעטיילט פון אַנדערע פעלקער. די אומות העולם זאָגן, אַז דער אויבערשטער האָט איבערגעלאָזן די וועלט אין די הענט פון די שטערן און מזלות; עזב ה' את הארץ — ביד כוכבים ומזלות, אָבער אידן זיינען פאַרבונדן דורך זייער אמונה, מיט דעם אויבערשטן שלמעלה מהטבע, און מיט טבע דאַרפן זיי זיך ניט רעכענען, ווי עס שטייט)); מאותות השמים אל תחתו — (אָבער) יחתו הגוים מהמה. וואָס דאָס איז דער אויפטו פון שבת אויף די ששת ימי262החול. ביי דער בריאה שטייט ל"ב פעמים אלקים — בגימטריא הטבע. אָבער שבת איז — שבת להוי', הי' הוה ויהי' כאחד — למעלה מהטבע.
און געגעבן האָט מען דעם שבת צו אידן דוקא, און ניט צו אומות העולם, ועכו"ם ששבת חייב מיתהי). ווייל זייער שייכות איז נאָר צו אלקים, בגימטריא הטבע, און ניט צו שבת להוי'.
וואָס דאָס איז אויך דער צווייטער רמזיא) אין שבת — יציאת מצרים, אַרויס פון אַלע מצרים וגבולים פון טבע.
ה. און דורך דעם „ואת שבתותי תשמורו", — אָפּהיטן דעם צייכן און פאַרבונד צווישן אידן מיטן אויבערשטן שלמעלה מהטבע, דורך שטאַרקן די אמונה, אַז אידן זיינען ניט אונטערגעוואָרפן צו טבע נאָר זיינען אָפּגעהיט דורך השגחה פּרטית פון דעם אויבערשטן אַליין,
פּועל'ט מען ביי זיך, און אַזוי אויך ביי די קינדער, דעם קדושים תהיו, אַז אַפילו אין די ענינים גשמיים זאָל זיין קדושה, וואָרום מען האָט די פעסטע אמונה אַז אויך די גשמיות פון אידן איז פאַרבונדן מיטן קדוש אני.
און ווי ער זאָגט ווייטער אין פּרשה, את שבתותי תשמורו ומקדשי תיראו, סמך שבת למקדש, אַז דורך דעם שבתותי תשמורו פּועל'ט אַ איד אַז אַלע ענינים זאָלן זיין אַ משכן ומקדש לו יתברך.
ו. ווי גערעדט פריער, מיינט דער ענין פון קדושה און הבדלה אַז אויך אין אַזוינע ענינים וואָס אויסערלעך זיינען זיי גלייך צו אומות העולם — דאַרף אין זיי זיין קדושה.
וואָס דאָס איז דאָך אויך וואָס ער זאָגט, ווייטער אין דער פּרשה, דעם ציווי והתקדשתם והייתם קדושים — קדש עצמך במותר לך. אויך במותר לך, עניני הרשות, דאַרף זיין קדושה, ווי עס שטייטיא): בכל דרכיך דעהו.
ז. דער ציווי פון קדש עצמך במותר לך, איז ניט ווי אַנדערע מיינען אַז עס איז אַן ענין פון אַ הידור והדומה, נאָר דאָס איז אַ מצות עשה של תורהיח), וואָס אויף מצות שטייט; אל תהא יושב ושוקל כו' קלה שבקלות וחמורה שבחמורות שוין44)), במילא איז פאַראַן ביי דער מצוה פון „קדש עצמך" די זעלבע האַרבקייט און תוקף ווי ביי אַלע מצוותיח).
נאָך מער; עס רעדט זיך אין חסידות, אַז די עבודה אין קדש עצמך במותר לך וועט ברענגען די גאולה העתידה. לימוד התורה, קיום המצות, און אָפּהיטן זיך פון דברים263האסורים, זיינען ניט גענוג אויף ממשיך זיין די גאולה העתידה, נאָר עס פאָדערט זיך אויך דער קדש עצמך במותר לך.
און דאָס איז אויך וואָס רז"ל זאָגןי) ; עתידין צדיקים שאומרין לפניהן קדוש כדרך שאומרין לפני הקב"ה. אַלע גילויים דלעתיד זיינען דאָך אָפּהענגיק אין אונזערע איצטיקע מעשים און עבודה — תלוי במעשינו ועבודתינו עכשיויז), — איז דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז דער גילוי דלעתיד, עתידין צדיקים כו' (וואָס מיט דעם מיינט מען אַלע אידן ווי עס שטייט*1)); ועמך כולם צדיקים), וועט זיין דורך דער עבודה פון קדושה — קדש עצמך במותר לך.
ח. די דערקלערונג אין דעם איז; וואָס דער אור איז העכער, איז דאָרט מער נוגע דער פאַרשטעל אויך פון אַ הסתר היותר דק. ועל דרך מה שכתוב וסביביו נשערה מאד, אַז מיט צדיקים איז מען מדקדק כחוט השערהיח) — וואָס דער צדיק איז גרעסער, אַלץ מער איז אים נוגע אַפילו די סאַמע קלענסטע זאַך.
מיר געפינען ענלעך דערצו ביי דעם ענין פון מילה. בשעת אברהם אבינו האָט געדאַרפט זוכה זיין צו דעם גילוי פון שם שד־י, האָט געמוזט זיין הסרת הערלה הגסה, התהלך לפני והי' תמים. צו מתן תורה, וואָס דאַן האָט זיך אויפגעטאָן דער גילוי פון שם הוי' וואָס איז העכער פון שם שד־י, כמו שכתוב וארא גו' בא־י ושמי הוי' לא נודעתי להם, איז ניט געווען גענוג הסרת ערלה הגסה נאָר עס האָט געדאַרפט זיין אויך פּריעה — הסרת ערלה הדקה, שוב מול את בני ישראל שנית, פּריעה, שנתחדשה הלכה למשה מסיניכ).
אַזוי איז אויך בכדי עס זאָל קענען זיין דער גילוי דלעתיד וואָס איז נאָך העכער פון דעם גילוי פון מתן תורה, דאַרף מען אַראָפּנעמען אויך די ערלה (ערלת הלב) היותר דקה, ניט נאָר אין דברים האסורים, נאָר אַפילו אין דברים המותרים — קדש עצמך במותר לך.
ט. דאָס איז אַ ביאור אויפן כללות הענין וואָס צום גילוי דלעתיד פאָדערט זיך מער עבודה ווי אויף די גילויים וואָס ביז איצט.
די שייכות פון גילוי דלעתיד מיט דער עבודה פון קדש עצמך במותר לך בפרט, איז;
דער אויפטו פון גילוי דלעתיד איז, אַז דעמאָלט וועט זיין גילוי העצמות, וואָס איז העכער פון אלקות השייך לעולמות. ווי עס איז ידוע אַז לעתיד וועט זיך אויספירן תכלית שלימות כוונת הבריאה, שיהי' לו יתברך דירה בתחתונים, — וואָס דירה לו מיינט — לעצמותו.
למשל אַ דירה פון אַ מלך בשר ודם, וואוינט דאָך דער גאַנצער מענטש אין דער דירה, ניט נאָר זיין התפּשטות אין כחות פּרטים, אַזוי איז אויך דירה לו יתברך בתחתונים — אַ דירה לעצמותו.
בכדי צו פּועל'ן די דירה לעצמותו, איז סיי מצד דער עבודה סיי מצד דעם מענטש וואָס טוט די עבודה, דאַרף עס זיין אין אַזאַ אופן וואָס264איז שייך צו זייער עצמות, וואָס דאָס איז אין דער עבודה פון קדש עצמך במותר לך דוקא, ווי ווייטער דערקלערט.
י. דער אויפטו פון קדש עצמך במותר לך אויף קיום התורה ומצוות אין דעם אדם העובד איז;
אין קיום התורה ומצוות קען זיין, אַז ער לערנט תורה און איז מקיים מצוות, אָבער ער איז נאָך אַ מציאות פאַר זיך, מער ניט ווען עס קומט צו תורה ומצוות איז ער זיך כופה ומבטל צום רצון העליון. אין דעם אופן רירט עס אָן נאָר די התפּשטות פון זיין נפש. אָבער ווען ער איז זיך מקדש אַפילו אין מותר לך — זיינע אייגענע ענינים און ער שיידט זיך אָפּ פון זיי — הייסט דאָך דאָס אַז ער זאָגט זיך אָפּ און האָט קיין אייגענע זאַכן ניט, ער איז בטל ממציאותו, רירט עס אָן אין זיין עצם הנשמה.
און דאָס מיינט אויך והייתם לי קדושים, על דרך ווי ער זאָגט אין מכילתא אויפן פּסוק והייתם לי סגולה, שתהיו קנויים לי, עוסקים בתורה ולא תהיו עוסקים בדברים אחרים. דורך דעם וואָס מען האָט אינגאַנצן ניט צו טאָן מיט אייגענע ענינים, אויך די דברים המותרים זיינען ניט זיינע, נאָר קדושה, דורך דעם איז קנויים לי, זיין גאַנצע מציאות ווערט אלקות.
און דורך דעם וואָס ער איז עובד מיט זיין עצם, נעמט ער אויך למעלה עצם, אַז דער מציאות פון זיין עצם ווערט דער מציאות העצמות — עתידין צדיקים שאומרין לפניהן קדוש כדרך שאומרים לפני הקב"ה.
יא. דער אויפטו פון קדש עצמך במותר לך אויף קיום התורה ומצוות אין דער עבודה איז
דער יתרון פון מתן תורה אויף קיום המצוות פון די אָבות איזמב), וואָס עבודת האבות איז געווען ברוחניות און לאחר מתן תורה איז די עבודה בגשמיות. איז באַוואוסט דער טעם אין דעם, וויילע עבודת האבות האָט דערלאַנגט נאָר אין שרש הנבראים — הגבלה, במילא איז רוחניות מער כלי ווי גשמיות, אָבער ביי מתן תורה שטייט „אנכי", ראשי תיבות; אנא נפשי כתבית יהבית, אַז עצמות אַליין האָט זיך אָפּגעגעבן, מצד דעם איז ניטאָ קיין חילוק פון רוחניות מיט גשמיות, און אדרבה כל הגבוה גבוה ביותר יורד למטה מטה יותר.
פונדעסטוועגן, איז אויך נאָך מתן תורה דאָ די הגבלה וואָס תורה גיט, וואָס דער אויבערשטער האָט זיך אָפּגעגעבן אין מצוות דוקא און ניט אין אַנדערע ענינים.
דערפאַר איז דער דין, מצוה לקום מפּני עושי מצוה, מפּני ה' השוכן ומתלבש בנפשם בשעה זו *1)). איז דאָך דאָס אָבער מפּני עושי מצוה דוקא און ניט מפּני עושי דברי הרשות לשם שמים, ווייל אין וואָס האָט זיך דער אויבערשטער אָפּגעגעבן — אין מצוות דוקא.
לעתיד אָבער, וואָס דעמאָלט וועט זיין דער תכלית שלימות גילוי העצמות, דעמאָלט וועלן ניט זיין קיין שום הגבלות, עס וועט זיך אָנזען אלקות אומעטום און אין יעדער זאַך,265עס וועט זיין בגילוי, אַז לית אַתר פּנוי מיני', ואין עוד מלבדו.
יב. אויספירלעכער צו דערקלערן דעם ענין מיינט דאָס
עס שטייט אין זהר*4)), תלת דרגין אינון, קודשא בריך הוא אורייתא וישראל, וכולהו סתים וגליא.
אין קודשא בריך הוא איז דער גליא — דער אלקות השייך לעולמות, וואָס פון אים נעמט זיך הנהגת הטבע, און דער סתים — דער אלקות שלמעלה מהעולמות, וואָס פון אים נעמט זיך הנהגה ניסית שלמעלה מהטבע.
טיפער גערעדט, גייט הנהגה ניסית אויך אַריין אין גליא דקוב"ה, ווייל הגם זי איז העכער פון עולמות, וואָס דערפאַר קומט עס אין אַן אופן פון שידוד הטבע, וועלט קען עס ניט מקבל זיין אין אַ פּנימיות, פונדעסטוועגן, בפּרטיות, גייט עס אויך אַריין אין גליא דקוב"ה, וואָרום די ניסים זעט מען דאָך אָן אויך איצט בגלוי.
פון סתים דקודשא בריך הוא נעמען זיך די ניסים הנסתרים בלבושי הטבע, וואָס אין בעל הנס מכיר בניסו, מצד דער הויכקייט פון די ניסים קענען זיי ניט קומען בגלוי אַפילו בבחינת מקיף, שידוד הטבע.
וואָס אויף דעם שטייטב)8 עושה נפלאות לבדו, אַז די נפלאות ווייס פון זיי קיינער ניט נאָר ער לבדו.
לעתיד וועלן אויך די נפלאות קומען בגילוי, ווי עס שטייט אַראנו נפלאות, אראנו איז דער טייטש איך וועל ווייזן, ד. ה. גילוי העצמות, און ווי ס'איז באַוואוסט דער ענין פון צוויי מאָל זהכח) וואָס שטייט אויף לעתיד — ביי קריעת ים סוף איז געווען נאָר איין מאָל זה, זה א־י ואנוהו, גילוי הניסים פון שידוד הטבע, און לעתיד וועט זיין צוויי מאָל זה, עס וועלן נתגלה ווערן אויך די ניסים הנסתרים.
אַזוי אויך דאָ, אַז איצטער איז דער גילוי אלקות נאָר אין תורה ומצוות, ניט אין עולם אַליין, דערפאַר איז דער גילוי נאָר אין שידוד הטבע, אָבער דער אלקות וואָס אין טבע אַליין איז בהסתר, אָבער לעתיד וואָס דעמאָלט וועט זיין גילוי העצמות, איז מצד העצמות וועט זיין דער גילוי אַפילו אין עולם גופא.
יג. עס איז דאָך תלת קשרין מתקשרין דא בדא ישראל באורייתא ואורייתא בקוב"ה, איז בכדי צו נעמען סתים דקודשא בריך הוא, איז דאָס דורך דער עבודה פון סתים דנשמה דורך סתים דאורייתא.
פּנימיות התורה, וואָס דערקלערט דעם ענין פון הוי' ואלקים כולא חד, אַז אלקים בגימטריא הטבע און הוי' שלמעלה מהטבע זיינען איין זאַך און אין עוד מלבדוכד), רופט אַרויס ביי דעם מענטש וואָס לערנט און פאַרטיפט זיך אין דעם ענין, דעם גוי אחד בארץ, אַז אויך אין ענינים ארציים הערט ער דעם „אחד", ובמילא איז והתקדשתם והייתם קדושים, קדש עצמך במותר לך, וואָס דאָס רירט אָן אין זיין עצם, סתים דישראל, און דורך דעם ווערט ער אַ כלי אויף צו נעמען סתים דקודשא בריך הוא.
266יד. דער רבי דער שווער האָט דערציילט וועגן דריי תורות וואָס דער באַרדיטשעווער האָט געהערט פון בעל שם טוב. איינע פון די תורות איז;
כל תורה שאין עמה מלאכה סופה בטילהכא). מלאכה מיינט התעסקות אין אהבת ישראל. בכדי די תורה זאָל האָבן אַ קיום, מר צו איר זיין התעסקות אין אהבת ישראל.
און די תורה האָט גע'פּועל'ט אויפן באַרדיטשעווער אַז זיין הנהגה כל ימיו זאָל זיין, התעסקות אין אהבת ישראל.
טו. פון דעם וואָס דער סיפּור איז דערגאַנגען צו אונז, איז אַ ראי' אַז ער איז אונז נוגע. וואָרום אַלץ איז דאָך בהשגחה פּרטית — צוליב אַ הוראה אין עבודה.
פּונקט ווי אויף דעם כללות ענין החסידות האָט דער אַלטער רבי געזאָגט, אַז עס איז ניט פאַר אַ כתה ומפלגה נאָר פאַר אַלע אידן,
— וואָרום חסידות איז דאָך אַ הכנה צו דער גאולה העתידהב), וואָס זי וועט זיין פאַר אַלע אידן; במילא איז אויך די הכנה צו דער גאולה העתידה, חסידות, פאַר אַלע אידן —
אַזוי איז אויך אהבת ישראל, כללות כל התורה*1)) — און דער בעש"ט האָט עס קובע געווען אַלס אַ יסוד אין חסידות — נוגע לכל ישראל.
טז. יעדער איד דאַרף טאָן אין אהבת ישראל צו משפּיע זיין אויף אַ צווייטן אידן, און דאָס איז אַ תועלת אויך פאַר אים אַליין, כמאמר רז"ל על פּסוק רש ואיש תככים נפגשו מאיר עיני שניהם ה' כו' עשיר ורש נפגשו עושה כולם ה', און אַזוי ווי אין רש ועשיר אין גשמיות איז אויך אין רש ועשיר אין רוחניות, אַז דורך השפּעת העשיר לרש גיט דער אויבערשטער אויך דעם עשיר.
די משנהלא) זאָגט: איזהו חכם הלומד מכל אדם. דאָס הייסט אַז יעדער האָט אַן ענין וואָס מען קען זיך פון אים אָפּלערנען, ממילא איז דאָך יעדער אַן עשיר אין זיין ענין. מאָנט מען ביי אים ער זאָל דאָס געבן צו אַ צווייטן וועמען דאָס פעלט, און דורך דעם וועט אויך ער באַקומען מלמעלה וואָס אים פעלט.
יז. דאָס איז דאָך אַן ענין וואָס שטייט בפירוש אין גמרא, אַז דורך דעם וואָס עס פעלט די השפּעה אויף דעם צווייטן פעלט דער מאיר עיני שניהם הוי', דער עזר שמלמעלה, און נאָך מער — ווי עס ווערט דאָרט אויסגעפירט — אַז פון דעם עשיר ווערט אַן עני. איז דאָך פאַרשטאַנדיק אַז תורה אַן אהבת ישראל סופה בטילה.
דער בעל שם טוב האָט נאָך מבאר געווען, אַז בכדי די תורה זאָל האָבן אַ קיום, איז ווייניק אַהבת ישראל סתם, נאָר עס דאַרף זיין אין דעם מלאכה, וכלשון הבעש"ט, התעסקות אין אהבת ישראל.
דעם טייטש פון התעסקות דער־267קלערט כ"ק מו"ח אדמו"ריח) אַז דאָס איז געגליכן צו אַ געשעפט. אַ בעל עסק מיינט ניט אַז ער זיצט ביי זיך אין הויז מיט זיין סחורה און וואָרט ביז עמעצער וועט זיך דערוויסן אַז ביי אים איז דאָ סחורה און וועט וויסן איר מעלה, און וועט קומען צו אים קויפן — ניט דאָס איז דער סדר פון אַ סוחר. דער סוחר עפנט אַ קראָם (סטאָר) וואו עס גייען פאַרביי אַ סך מענטשן און ער הענגט אויף אַ שילד, אַז אַלע פאַרבייגייער זאָלן וויסן אַז ביי אים געפינט זיך סחורה. דערמיט באַנוגענט ער זיך נאָך ניט. ער גייט אום און איז מפרסם און דערציילט די מעלה פון זיין סחורה, און רעדט איין מען זאָל ביי אים קויפן; ער טוט כל מיני *) השתדלות, מען זאָל זיין סחורה קויפן.
דער רבי האָט גערעדט דעמאָלט בענין עסק התורה והמצוות. דאָס זעלבע איז אויך בהנוגע התעסקות אין אהבת ישראל. מען דאַרף לייגן כל המיני השתדלות אויף טאָן אַ אידן אַ טובה, משפּיע זיין אים דאָס וואָס מען האָט, מסביר זיין אים די טייערקייט פון תורה ומצוות, פאַרשטייט זיך, תורת החסידות אַריינגערעכנט, און טאָן אַלע מיני השתדלות אַז אַ איד זאָל הערן אַ וואָרט חסידות. און דערמיט זיך ניט באַנוגענען, נאָר מען דאַרף נאָך יענעם מאַכן פאַר אַ טופח על מנת להטפיח, וואָרום ערשט דאַן ווען זיינע מקבלים וועלן אויך ווערן משפּיעים וועט מען וויסן אַז זיין השפּעה איז אין זיי נקלט געוואָרן.
און ווי דער דיוק הלשון יפוצו מעינותיך חוצה. מעין (אַ קוואַל) גייט אויך ווייטער. ווי דער רמב"םד) זאָגט וועגן בריכה, אַז בריכה האָט ניט קיין דין פון אַ מעין, אויב עס שטעלט זיך אָפּ און גייט ניט ווייטער.
יח. איינע פון די עניני ההשתדלות צו מקרב זיין אַ אידן איז טאָן יענעם אַ טובה אויך בגשמיות. אויסער דעם וואָס דאָס אַליין גייט אַריין אין אהבת ישראל, העלפט דאָס אויך צו מקרב זיין יענעם לרוחניות. מען דאַרף ניט וואַרטן און תולה זיין גשמיות אין רוחניות דוקא, בתנאי כו', נאָר מען דאַרף טאָן אויך בגשמיות, ניט שטעלנדיק קיינע תנאים, וואָס דאָס איז דאָך געווען דער אויפטו וואָס איז נתחדש געוואָרן פון בעל שם טוב אין דעם דרך העבודה פון די צדיקים הנסתרים בשנת תבוא עליו ברכה84)).
יט. אויב ביי אַלעמען מאָנט מען התעסקות באהבת ישראל, איז מכל שכן ביי די וועמען די השגחה העליונה האָט געבראַכט אין אַן אָרט וואָס תורה ומצוות איז דאָרטן במיעוט. במקום שאין אנשים ליגט אויף זיי אַ חוב (און זכות) פון השתדל להיות * אישח).
און דאָס וואָס ער טענה'ט אַז ער וועט באַוואָרענען זיך אַליין, ער וועט פון דאָרט אַנטלויפן ואני את נפשי הצלתי, — זאָל ער וויסן אַז דאָס איז אַן ענין פון פּיקוח נפשות, און בשעת עס האַנדלט זיך וועגן פּיקוח נפשות טאָר מען אַזעלכע חשבונות268ניט מאַכן. וויבאַלד אַז די השגחה עליונה האָט אים אַהין געבראַכט, האָט זי אויף אים אַרויפגעלייגט אַ שליחות, און אים געגעבן כחות, צו מאַכן דעם אָרט פאַר אַ מקום תורה ומצות.
די גמרא*)) דערציילט אַז רב ורב כהנא וכו' זיינען געקומען קיין בבל, ד. ה. דער אויבערשטער האָט מזמין געווען אַזוינע סיבות זיי זאָלן מוזן אַהין קומען. אין בבל זיינען דאַן געווען אַ צאָל ערטער וואו עס האָט געפעלט די אָפּגעהיטקייט אין פאַרשידענע ענינים, — שבת, בשר בחלב וכו', און ווי אַזאַ אָרט ווערט באַצייכנט בלשון רז"ליז) מיטן נאָמען בקעה — אַ טאָל אַ מקום פּרוץ — אַן אָפענער אָרט, אַן אָרט וואָס איז נידעריקער פון דער גלייכער אויבערפלאַך. און קומנדיק אַהין האָט ער דאָרט אויפגעשטעלט אַ גדר.
ווי אַלע סיפּורי רז"ל איז אויך דער סיפּור ניט קיין ענין פון דברי הימים (היסטאָריע) והדומה, נאָר אַן אָנווייזונג אין לעבן. אַ איד דאַרף וויסן אַז ווען ער קומט אין אַ געוויסן אָרט איז דאָס בהשגחה פרטית, ער זאָל מאַכן דעם אָרט פאַר אַ מקום תורה ומצוה, און ער דאַרף וויסן אַז דאָס איז די כוונה פון זיין שליחות.
און דורך מעשה הצדקה בגשמיות אָדער ברוחניות, איז צדקה תרומם גוי, שנעשים מוחו ולבו זכים אלף פּעמים ככה*)), ווי דער מאמר רז"ל*)); אתה החיית נפשו של עני, למחר וועט דער אויבערשטער מחי' זיין דיר, דיין זון און דיין טאָכטער.
דאָס איז דאָך אַ טובה און אַ תועלת פּרטית וואָס ער וועט דערפון האָבן. אויסער דעם, וועט דאָס מיטהעלפן ברענגען די גאולה הכללית, און ווי די הבטחה 0)) אַז דורך הפצת המעינות חוצה — קא אָתי מר בעגלא דידן בקרוב ממש. אמן.
כ. דער פריערדיקער ענין איז אויך מרומז אין דער משנה; כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא, וועלכע מען זאָגט אַלס אָן הקדמה צו פּרקי אָבות, און אין דער ערשטער משנה, משה קבל תורה מסיני.
די מסכת אָבות לערנט מען דאָך אין די שבתים צווישן פּסח און שבועות, ווי אַ הכנה צו קבלת התורה, איז דער אָנהויב פון דער הכנה — התעסקות אין אהבת ישראל, וואָס דאָס איז מרומז אין די צוויי דערמאָנטע משנות.
כא. מען קען דאָך טענה'ן, צו וואָס זאָל איך אָפּגעבן מיין צייט אויף יענעם, פאַר דער צייט קען איך דאָך בעסער זיצן און לערנען, — אויף דעם איז די אָנווייזונג, כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא — מען קען ניט וויסן ווער עס איז העכער, עס קען זיין אַז יענער איז העכער פון אים. עולם הזה איז דאָך אַן עולם הפּוך1)) — אַ פאַרקערטע וועלט, —269מיינט ער אַז ער איז העכער פון יענעם און מאַכט חשבונות אַז עס איז ניט כדאַי צו אָפּגעבן זיך מיט יענעם. עולם הבא איז אַן עולם ברור — אַ קלאָרע וועלט — דאָרט קען זיך גאָר אַרויסווייזן פאַרקערט.
אַלע אידן מיט וועלכע ער האָט צו טאָן, האָבן זיכער אַ חלק אין עולם הבא. יענעם דאַרף מען דאָך אַלעמאָל דן זיין לכף זכות. אויף אים אַליין קען זיין אַ שאלה, עס איז דאָך על כל פּשעים תכסה אהבת עצמו, ואל תאמין בעצמך כו'. איז אויב ער וועט אים איצטער טאָן אַ טובה, וועט ער אים אָפּצאָלן לעולם הבא, הוא בגן עדן ורבו שלמדו תורה והביאו לחיי עולם הבא בגיהנם — קען דאָס פּועל'ן אַז מען נעמט אַרויס זיין רבי'ן צוליב אים. אויב ער וועט מקרב זיין יענעם, וואָס דורך דעם וועט ער ווערן יענעמס רבי, איז אין עולם הבא וועט יענער טענה'ן; איך קען ניט זיין אָן מיין רבי'ן, און צוליב יענעם וועט מען אויך אים אַרויסנעמען פון גיהנם און אַוועקזעצן אין ג־עד
א. חודש אייר האָט אַ מעלה אויף אַלע חדשי השנה, מיט דעם וואָס יעדער טאָג פון חודש איז פאַרבונדן מיט אַ מצוה — די מצוה פון ספירת העומר.
אין חודש ניסן, איז נאָר די צווייטע העלפט פון חודש פאַרבונדן מיט ספירה; אין חודש סיון איז נאָר דער אָנהויב פאַרבונדן מיט ספירה,
כב. אַזוי איז געווען אַלעמאָל. איצטער דאַרף מען ניט וואַרטן אויף לאחר מאה ועשרים שנה, נאָר יענער קען אָפּצאָלן אויף דער וועלט. עס איז דאָך הנה זה עומד אחר כתלינו, משיח האַלט אָט־אָט ביים קומען, אחכה לו בכל יום שיבא. און ניט נאָר דער אינגסטער פון דער חבורה נאָר אויך דער עלטסטער פון דער חבורה וועט בימיו קומען משיח, וועט דאָך די טובה וואָס יענער וועט אים צוריק־צאָלן קענען זיין אויף דער וועלט.
כג. ווען מען טוט מיט יענעם, דאַרף מען אָבער באַוואָרענען מען זאָל ניט מיינען אַז כחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה, מען דאַרף געדענקען — ווי עס איז פאַרשטאַנדיק פון דער דערמאָנטער משנה — אַז דאָס איז בכחו של משה וואָס אוהב ישראל הי' ומסרה ליהושע) ויהושע לזקנים וזקנים לנביאים א. א. וו. ביז רבותינו שבכל דור ודור — אתפּשטותא דמשה שבכל דרא ודרא) כו'.
אָבער אין חודש אייר זיינען כל ימי החודש פאַרבונדן מיט דעם.
הגם דעם רוב פון חודש תשרי און גאַנץ חודש ניסן זאָגט מען ניט קיין תחנון, און אויף חודש ניסן שטייט החודש הזה לכם ראש חדשים,
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק א׳
- Id
- rh-k30acfg9