עברית
Library

Likkutei Sichos

Shemini

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

222נאָך דעמאָלט זיין דער רוח הטומאה, און משיח'ס עבודה וועט זיין מעביר זיין דעם רוח הטומאה מן הארץ —

קען מען דאָך מיינען, אַז איצטער דאַרף מען גאָר ניט טאָן און פאַרלאָזן זיך אינגאַנצן אויף משיח'ן, אויף דעם איז די הוראה פון קריאת פרשת פרה:

בכדי צוקומען צו דער טהרה וגאולה בפּועל ובשלימות, דאַרף מען

פרשת

א. אין היינטיקער סדרה רעדט זיך וועגן די בהמות טהורות וועלכע מען מעג עסן, און די בהמות טמאות וואָס מען טאָר ניט עסן. און די תורה גיט אָן צוויי סימנים אויף אַ בהמה טהורה: מעלת גרה און מפרסת פרסה.

וועגן די סימנים איז פאַראַן אַ חקירה1)), צי זיי זיינען סיבות אויף טהרה וטומאה, ד. ה. אַז מצד דעם וואָס די בהמה איז אַ מעלת גרה און אַ מפרסת פּרסה איז זי אַ טהורה, און אַזוי פאַרקערט, אָדער זיי זיינען בלויז סימנים המבררים, דאָס הייסט, אַז די טהרת הבהמה איז מצד אַנדערע סיבות, נאָר בכדי מיר זאָלן וויסן וועלכע בהמות זיינען טהורות, האָט דער אויבערשטער אַריינגעגעבן אין זיי סימנים דורך וועלכע מיר וועלן וויסן אַז זיי זיינען טהור.

1) צסנת פענח (להרגצובי) על הרמב"ם

ריש הלכות מאכלות אסורות — עיין שם

כל זה בארוכה. ולהעיר ממורה נבוכים

ח"ג פמ"ח. זע אויך לקו"ש ח"ב ע' 375

ואילך. האָבן פריער אַ הכנה. מען דאַרף טאָן דעם ענין הטהרה וויפל מען קען. מטהר זיין זיך פון אבי אבות הטומאה, און ווי דער מאמר רז"ל)) כל העוסק בתורת חטאת כאילו הקריב חטאת, חטאת קרי' רחמנא*, די פרה אדומה, במילא ווערט מען פּטור פון די אבות ותולדות הטומאה, און דאָס וועט ברענגען די טהרה וגאולה בפּועל, בביאת משיח צדקנו בב"א.

(משיחת פרשת חחודש תשס"ז) שמיני

דער חילוק פון די צוויי אופנים איז;

דער דין איז, אַז היוצא מן הטהור טהור כו'), כאָטש ער האָט ניט קיין סימני טהרה. ווי צום ביישפּיל, היוצא מן הטהור ופרסותיו קלוטות. כאָטש ער האָט ניט קיין סימני טהרה, וויבאַלד, אָבער, ער קומט אַרויס פון אַ טהור איז ער אויך טהור.

אויב מען וועט זאָגן אַז די סימני טהרה זיינען ניט מער ווי סימנים מבררים, איז דער דין פאַרשטאַנדיק אויך מצד הסברא וויבאַלד ער איז יוצא מן הטהור, האָט דאָרט דער ענין פון סימנים קיין אָרט ניט. אויב,

אָבער, מען וועט זאָגן אַז די סימנים זיינען אַ סיבה אויף דער טהרה,

דאַרף מצד הסברא אויסקומען אַז

אויב פּרסותיו קלוטות דאַרף ער זיין223טמא. און דאָס וואָס דער דין איז אַז ער איז טהור איז דאָס מצד גזירת הכתוב.

אַ נפקא מינה לדינא, צי די טהרה איז מצד הסברא, צי מצד גזירת הכתוב איז;

מיט אַ דבר טהור טאָר מען זיך ניט שפּילן. ווען איז דאָס גערעדט געוואָרן? אויב ער איז פון אַ מין טהור, אויב, אָבער, זיין מין איז אַ טמא, נאָר ער איז טהור מצד אַ גזירת הכתוב, איז דער איסור ניטאָ.

די ראי' אויף דעם; לויתן זה יצרת לשחק בו, פרעגט דער ירושלמי)), ווי מעג מען זיך שפּילן מיט אַ דבר טהור? און ער ענטפערט, אַז לויתן איז בעצם אַ דבר טמא והותר מכלל איסור. זעט מען פון דעם, אַז אויב די טהרה איז מצד אַ גזירת הכתוב, מעג מען זיך דערמיט שפּילן.

ב. עס זיינען פאַראַן כמה ראיות אַז די סימני טהרה זיינען אַ סיבה אויף דער טהרה. אַזוי איז אויך משמע פון לשון הפּסוק, וואָס ער זאָגט, כי מעלה גרה הוא ופּרסה איננו מפריס וגו'.

עס איז אויך אַ ראי' פון דעם דין תרנגול דאגמא אסור. זאָגט תוספות אַז דאָ גייט ניט אָן דער כלל היוצא מן הטהור טהור, וויילע דער אפרוח מעפרא קא גדיל (ער וואַקסט פון ערד), במילא ווערט ער טמא מצד די סימני טומאה. אויב מען וועט זאָגן אַז זיי זיינען נאָר סימנים המבררים, היינט וויבאַלד אַז מען ווייס פון וואָס פאַר אַ מין דער תרנגול קומט, איז וועמען אָרט דאָס אַז ער האָט סימני טומאה? מוז מען זאָגן אַז די סימנים זיינען אַ סיבה צו דער טהרה, און דער כלל היוצא מן הטהור טהור איז אַ גזירת הכתוב, דערפאַר אויב מעפרא קא גדיל — איז דאָך ניט שייך דער כלל.

דאַרף מען פאַרשטיין די שייכות פון מעלת גרה ומפרסת פּרסה צו טהרה. ובפרט אַז בפּנימיות הענין, — אַפילו מען וועט זאָגן אַז די סימנים זיינען ניט מער ווי מבררים, — איז ווי באַוואוסט אַז אַלץ אַפילו ענינים פון וועלט זיינען בהשגחה פּרטית, ועל אחת כמה וכמה עניני התורה ומצותי', איז דאָך פון דעם גופא וואָס די סימנים זיינען נקבע געוואָרן אויף טהרה, אַ ראי' אַז זיי זיינען שייך צו טהרה, על כל פּנים בתור מסובב, ניט בתור סיבה ווי לויט דעם ערשטן אופן.

ג. איינער פון די טעמיםח) אויף מאכלות אסורות איז, ווייל פון יעדער מאכל וואָס מען עסט ווערט דאָך דם ובשר כבשרו, האָט די תורה גע'אסר'ט די מאכלות אסורות בכדי עס זאָלן ניט איינגעגלידערט ווערן אין דעם מענטש די אייגנשאַפטן פון דעם מאכל האסור, וואָס זיינען ניט קיין גוטע.

פון דעם איז פאַרשטאַנדיק אויך אין דעם ענין פון סימני טהרה וטומאה. דער איסור פון עסן אַזעלכע בהמות וועלכע זיינען ניט מעלה גרה און מפריס פּרסה בכדי די תכונות — אייגנשאַפטן — זאָלן ניט איבער־224גיין אין דעם מענטש — באַווייזט אַז דעם מענטשנס פירונג דאַרף זיין — מפריס פּרסה און מעלה גרה.

ד. ווי געזאָגט אַז אין תורה איז יעדער ענין אַ הוראה, אַן אָנווייזונג צום מענטש, איז דאָס — וואָס די סימנים ביי אַ בהמה זיינען, על כל פּנים, לברר טהרת הבהמה — אויך אַ הוראה אַז די תכונות מעלה גרה און מפריס פּרסה ביי דעם מענטשן, זיינען מברר און מבחין זיינע הנהגות, צי זיי זיינען טהור, אָדער חס ושלום פאַרקערט.

נאָך אַ פּרט אין דעם; די הבחנה ובירור אויף טהרה — זיינען בנוגע אַ בהמה. ודוגמת זה באדם — הבהמה שבלבו של אדם, די נפש הבהמית. די הבחנה און בירור זיינען ניט בנוגע די ענינים פון נפש האלקית, תורה ומצותי', צי זיי זיינען אינגאַנצן לשמה צי מיט אַ פּני', ניט אויף דעם איז די הבחנה — וואָרום אַפילו בשעת ס'איז מיט אַ פּני' דאַרף מען אויך לערנען תורה און מקיים זיין מצות, לעולם ילמוד ויקיים מצות אפילו שלא לשמה שמתוך כו'ח). די הבחנה איז בנוגע ענינים הגשמיים, וועלכע זיינען פאַרבונדן מיטן נפש הבהמית, דאַרף מען מבחין זיין צי די „בהמה" איז אַ טהורה צי ניט.

ביידע בהמות שטייען אין דער תורה, אויך די בהמה טמאה. ד. ה. אַז אַפילו פירנדיק זיך על פּי תורה, קען מען אויך זיין אַ בהמה טמאה. ווי דער רמב"ן זאָגט אַז מען קען זיין אַ נבל ברשות התורה (ד. ה. אַז עס דוכט זיך אויס אַז דאָס איז ברשות התורה, באמת איז ער דאָך עובר אויפן ציווייז) פון קדושים תהיו — אַ ציווי עיקרי ושרשי). איז אויף צו מבחין זיין וואָס איז אַ בהמה טהורה, גיט די תורה צוויי סימנים; א) מפרסת פּרסה. ב) מעלת גרה.

ה. בכלל איז אויך ביי אַ בהמה פאַראַן אַן עיקר'דיקער חילוק צווישן ראש (קאָפּ) מיט רגל (פוס) — ווי פאַרשטאַנדיק אויך פון הלכות טריפות וכו'. איז אויסער דעם אפילו ביי אַ בהמה זיינען נאָענט צו דער ערד נאָר די פיס, ד. ה. אַז מיט די כחות נעלים אויך פון נפש הבהמית — דאַרף מען ניט ליגן אין גשמיות, ענינים ארציים, נאָר מיט די כחות פון מעשהח) וויפל מען מוז.

— מען דערציילט אַז דער רבי (מוהרש"ב) נ"ע האָט געזאָגט צו אַ חסיד, וועלכער איז געווען אַ ציור און אַ בעל כשרונות וואָס האָט זיך אַריינגעטאָן אין מסחר פון קאַלאָשן; „פיס אין קאַלאָשן האָב איך געזען, אָבער אַ קאָפּ אין קאַלאָשן . . . " —

אויסער דעם דאַרף זיין אין רגל, צווישן דער פוס און דער ערד — אַ פּרסא, אַ הפסק אפילו צווישן רגלים און ערדישקייט.

די פּרסה וואָס איר ענין איז כנ"ל פרסא — באל"ף — הפסק והעלם, דאַרף אָבער זיין אַ צעשפּאָלטענע. דאָס הייסט אַז אויך אין די ענינים ארציים זאָל לייכטן ־טלעכקייט, ער זאָל אין זיי זען אלקות.

226(ווי עס ווערט דערקלערט אין חסידות)) בענין השערות, אַז ביי אַן אשה איז שער באשה ערוה, אויך ביי די לויים איז והעבירו תער כו', אָבער ביי אַ נזיר שטייט גדל פּרע שער ראשו. רעדט זיך דער ביאור אין דעם, אַז וואו דער חיות ואור איז במיעוט דאָרט זיינען שערות (צמצום, ועל ידי הפסק הגלגולת) אַ חסרון, מה שאין כן וואו דער חיות און אור איז בריבוי — דאַרף זיין שערות. דערפאַר איז ביי אַ נזיר קדוש יהי' גדל פּרע וכו'. וכן הוא בענין הפּרסה פון אַ בהמה אַז די פּרסה דאַרף זיין אַ צעשפּאָלטענע).

און ווי געזאָגט אין תניאי), שגם בעניני ארץ לא יפרדו מאחד האמת — אַז אויך אין די ענינים פון וועלט זאָל מען זיך ניט אָפּשיידן פון דעם אויבערשטן — אחד האמת. און דערפאַר דאַרף די צעשפּאָלטנקייט זיין אויף דורך און דורך — עס זאָל אָנקומען אויך גאָר אונטן.

וואָס דעמאָלט דוקא קען מען מאַכן פון דער בהמה אַ בהמה טהורה, דאָס הייסט אַז זיין בהמה, די גשמיות וואָס איז מוכרח מצד הגוף, זאָל זיין אַ בהמה טהורה.

און ווי עס שטייט אין קהלת יעקב פון בעל המחבר ספר מלא הרועים אַז בהמה איז ראשי תיבות; בשר היורד מן השמים, וואָס דאַן איז זי אַוודאי אַ טהורה, כי אין דבר טמא יורד מן השמיםיא).

ז. נאָך אַ פּרט איז דאָ אין מפריס פּרסהיב), אַז די פּרסה איז צעשפּאָלטן אויף צווייען, ד. ה. אַז דער הילוך על הארץ, דער האָבן צו טאָן מיט ענינים ארציים, דאַרף זיין אין צוויי תנועות, ימין מקרבת ושמאל דוחהיג).

עס זיינען פאַראַן אַזעלכע וואָס ביי זיי איז נאָר דער ימין מקרבת, אָן קיין שום אָפּהאַלט. זיי טענה'ן אַז בכדי צו מקרב זיין אידן צו תורה, איז כדאי צו פאַרבויגן ענינים פון תורה און אַפילו איבערמאַכן חס ושלום תורה לפי רוח הזמן.

דער ענין אַז מען דאַרף מקרב זיין אַלע אידן צו תורה, איז טאַקע אמת, ווי מען האָט שוין גערעדט מערערע מאָליד) אין דעם פּירוש המשנהי), אוהב את הבריות ומקרבן לתורה, אַז אַפילו די וואָס זיינען ניט מער ווי בריות בעלמא, ד. ה. וואָס זיי האָבן אין זיך ניט קיין מעלה מער ניט וואָס זיי זיינען דעם אויבערשטנס באַשעפענישןי), דאַרף מען אויך זיי מקרב זיין צו תורה.

אָבער דאָס וואָס זיי טענה'ן אַז צוליב דעם זאָל מען מאַכן תיקונים — וואָס באמת זיינען דאָס קילקולים — אין תורה חס ושלום, דאָס איז היפּך דרך התורה, און ווי דער לשון אין דער משנה גופא; ומקרבן לתורה, צוברענגען זיי צו תורה, אָבער ניט שלעפּן די תורה חס ושלום און איבערמאַכן זי לפי רוחם.

228אַפילו אויב זייער טענה וואָלט געווען אַ גערעכטע טענה, אַז דורך דעם וועט מען מקרב זיין אידן, דאַרף מען וויסן אַז על פּי דין התורה טאָר מען ניט משנה זיין חס ושלום אַפילו קיין דקדוק קל פון תורה, סיי אַ דאורייתא, סיי אַ דרבנן, און אַפילו דאָס וואָס רבותינו האָבן מתקן געווען אין די לעצטע דורות.

— סיידן אַ נביא אמת און ווען ער זאָגט עס בדרך הוראת שעה בלבד, — וואָס דאַן איז דאָס אַ דין פון תורה — ווי אַלע מצות — אַז מען דאַרף זיך צוהערן צו אים, און אַזוי ווי אליהו בהר הכרמל, אַ נביא, און דאָס אויך בלויז בדרך הוראת שעהיז), אָבער ווען ניט דאָס, טאָר מען ניט אָפּקערן חס ושלום אַ זיז כל שהוא פון תורה, ניט קוקנדיק וואָס דורך דעם וועט מען אויפטאָן —

ובפרט אַז דער אמת איז, אַז ניט נאָר וואָס דורך דעם וועט מען גאָר ניט מתקן זיין און מען וועט ניט מקרב זיין אידן צו תורה, נאָר אדרבה, מען מאַכט דורך דעם ערגער, מען ווערט אַליין איינגעשלונגען אין זיי, ביז מען קערט אָפּ חס ושלום לגמרי פון תורה און אידישקייט.

ווי דער באַוואוסטער משל פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, אַז בשעת אַ מענטש געפינט זיך פאַרבלאָנדזשעט אין וואַלד צווישן חיות הטורפות — מיינט דאָך דאָס ניט אַז ער איז אַרויס פון זיין הויז גלייך אין מיטן טיפן וואַלד. נאָר פריער איז ער געגאַנגען בדרך המלך, מלכו של עולם, און דערנאָך האָט ער אָפּגעקערט פון דעם דרך המלך איין חוט השערה, און צו דער חוט השערה נאָך אַ חוט השערה, און נאָך אַ חוט השערה, ביז ער האָט זיך געכאַפּט אַז ער געפינט זיך אין טיפן וואַלד צווישן חיות טורפות.

ח. דער סימן פון מפרסת פּרסה אַליין איז אָבער ווייניק, מען דאַרף האָבן אויך דעם סימן פון מעלת גרה.

יעדער דבר גשמי וואָס מען גייט טאָן, דאַרף מען גוט איבערקייען, מברר זיין איין מאָל און נאָך אַמאָל, צי ער זאָל דאָס טאָן, און ווי ער זאָל דאָס טאָן, און נאָר דאַן איז עס אַ בהמה טהורה.

על פי חסידות — הענין דכללות הבירורים — בירור ב"ן ואחר כך בירור מ"ה.

ט. נאָך אַ הוראה קען מען אַרויסנעמען פון סימני טהרה ביי אַן עוף.

ביי אַן עוף, טאָר מען אויף סימנים אַליין זיך ניט פאַרלאָזן און מען דאַרף האָבן אויך מסורה 180)). אין פלוג, צוליב וואָס דאַרף מען האָבן מסורה? מען קען דאָך זען די סימנים און אַליין וויסן. נאָר דער ענין איז, אַז אויפן אייגענעם שכל קען מען זיך ניט פאַרלאָזן, מען קען לערנען שולחן ערוך, און אַפילו פירן זיך, לויט זיין שכל, לפנים משורת הדין און זיין בשעת מעשה אין שאול תחתית רחמנא לצלן. עס דאַרף זיין מסורה, וואָס מסורה איז אויך פון לשון מסירה והתקשרות, התקשרות צום רבי'ן, ורבי צייד, אַ רבי וואָס האָט זיך עוסק227געווען אין מציל זיין נפשות ישראל, און איז בקי בהם ובשמותיהם, פון עצת היצר.

(מלוקט משיחות ש"פ ראה

תש"י, ש"פ שמיני תשמ"ז)

י. דער סדר פון היינטיקער סדרה איז; פריער רעדט ער וועגן דעם יום השמיני למילואים, דערנאָך וועגן מיתת שני בני אהרן, און צום סוף פון סדרה וועגן בהמות טהורות כו' ביז צו איסור אכילת שקצים ורמשים.

די מעלה פון יום השמיני למילואים אויף די פריערדיקע טעג איז, וואָס ביום השמיני הקים את המשכן ולא פרקו (מען האָט אויפגעשטעלט דעם משכן און אים ניט צענומען). הגם יעדער זאַך וואָס מען טוט על פּי ציווי התורה איז דאָך אַן ענין אויף אייביקיח),

— דערפאַר איז כאָטש אַז כל קשר שעתיד להתירו איז ניט קיין קשר של קיימא, פונדעסטוועגן אויב דער קשר איז געמאַכט על פּי ציווי התורה, אַז די תורה האָט געהייסן מאַכן דעם קשר, דעמאָלט דאַרף מען זאָגן אַז דער קשר איז אַ קשר של קיימא. ציווי התורה מאַכט דעם ענין אָן ענין נצחי. למטה ווערט ער נמשך נאָר אין דעם זמן, אָבער דער ענין איז אַן ענין נצחי.

נאָך מער, אַפילו ווען דאָס וואָס עתיד להתירו איז אויך על פּי ציווי התורה, די תורה הייסט אים אָפּבינדן, פונדעסטוועגן איז דער קשר בשעת ער איז פאַראַן, אַן ענין נצחי. אויך דער היתר — אין זיין זמן — איז אַ נצחי נאָר דאָס איז אין אָן אַנדער זמן. על דרך ווי עס שטייט אין תניאיח) ויחוד זה למעלה הוא נצחי לעולם ועד וכו' אלא שלמטה הוא תחת הזמן.

דערמיט וועט זיין פאַרענטפערט וועגן דעם ענין פון קשר של תפילין, לויט די דעותלא) וואָס האלטן אַז יעדן טאָג דאַרף מען אויפבינדן דעם קשר און צוריק אים פאַרבינדן איבעראַנייס, אַז פונדעסטוועגן הייסט עס אַ קשר של קיימא. —

במילא איז דאָך אויך די הקמה פון שבעת ימי המילואים אַן ענין נצחי, פונדעסטוועגן איז דאָס ניט גלייך צו הקמת יום השמיני וואָס דאַן איז געווען הקימו ולא פּרקו בפּועל ממש. ובפרט אַז ביום השמיני איז ירדה אש מן השמים, וואָס דאָס איז אַ הויכער ענין וואָס אין די פריערדיקע טעג איז דאָס אינגאַנצן ניט געווען.

על כל פּנים איז שמונת ימי המילואים אַן ענין נעלה.

ווייטער אין דער סדרה רעדט ער וועגן מיתת שני בני אהרן און זאָגט אָן אַז עס זאָל דערצו ניט קומען.

עס איז באַוואוסטלא) אַז דער ענין פון מיתת שני בני אהרן איז רצוא אָן אַ שוב. דערפון איז פאַרשטאַנדיק אַז אידן זיינען געשטאַנען דעמאָלט אין זייער אַ הויכן מצב, וואָס מען האָט געדאַרפט פאַרהיטן פון כלות הנפש בפּועל ממש.

פונדעסטוועגן איז נאָכדעם אין דער228זעלבער סדרה זאָגט ער אָן, וועגן אכילת שקצים ורמשים שנפשו של אדם קצה בהם, וואָס אויך מצד שכל אנושי איז עס זייער מאוס. אין פלוג — ווי פּאַסט עס אַז דאָס זאָל שטיין בסמיכות צו אַזוינע הויכע ענינים?

קען מען זאָגן, אַז הגם ער רעדט וועגן זייער הויכע מדריגות, פונדעסטוועגן זאָגט ער אָן צום סוף וועגן קבלת עול דוקא: כי אני הוי' המעלה אתכם וגו' על מנת שתקבלו מצותי וכו'. וואָרום עס איז דאָך דאָ דער גוף211)) אויך, און פון דער צווייטער זייט — למעליותא ; דער גוף נעמט זיך דאָך פון אַן אָרט וואָס איז העכער פון שכל, השגה והתבוננות. איז דערפאַר שייכותו בעצם צו ענינים שאינם השגה כו'.

דערפון איז דער פּועל יוצא, אַז מען מוז אָנקומען אין אַלע זאַכן צו קבלת עול אַפילו אַז מען שטייט אין אַ הויכן מצב. אָן קבלת עול קען מען מיט דער צייט אַראָפּפאַלן ביז אכילת שקצים כו' חס ושלום.

(משיחת ש"פ שמיני תש"י)

יא. אין דער הפטרה פון היינטיקער סדרה דערציילט זיך ווי דוד המלך האָט געפירט דעם ארון האלקים פון בית עובד אדום הגתי צו עיר דוד. אויפן וועג, ווערט דערציילט, אַז ודוד מכרכר בכל עוז לפני ה' ודוד חגור אפוד בד. קומענדיק אין עיר דוד שטייט דער לשון; המלך דוד מפזז ומכרכר לפני ה'.

דאַרף מען פאַרשטיין דעם רמז אין די שינויים בלשון הכתוב צווישן חוץ לעיר מיט עיר דוד2 א) פריער ווערט דערמאָנט ודוד חגור אפוד בד און אין עיר דוד ווערט דאָס ניט דערמאָנט. ב) פריער שטייט נאָר מכרכר און אין עיר דוד — מפזז ומכרכר.

אויך דאַרף מען פאַרשטיין וואָס עס ווערט דערציילט ווייטער, אַז בשעת מיכל בת שאול האָט געזען ווי המלך דוד מפזז ומכרכר, האָט זי אָפּגעשפּאָט פון אים. האָט איר דוד געענטפערט, לפני ה' אשר בחר בי מאביך כו' ונקלותי עוד מזאת גו'. צוליב וואָס האָט ער מקדים געווען אשר בחר בי מאביך? ער האָט דאָך נאָר געדאַרפט דערקלערן די סיבה פון זיין שמחה.

יב. וועגן אפוד בד זאָגט דער רמב"םכד) אַז ער איז ניט פון די שמונה בגדי כהונה, וואָרום דער אפוד פון די בגדי כהונה איז געווען ניט נאָר פון בד — פּשתן — נאָר אויך פון תכלת וארגמן גו', און ברענגט אַ ראי' פון שמואל הנביא40)) וואָס ער איז געווען אַ לוי און פונדעסטוועגן שטייט אויף אים נער חגור אפוד בד.

און דער רמב"ם פירט אויס אַז דעם אפוד בד פלעגן טראָגן בני229הנביאים און דער וואָס איז ראוי שתשרה עליו רוח הקודט, אויף צו ווייזן אַז ער איז צוגעקומען „למעלת כהן גדול שמדבר על פי האפוד והחושן ברוח הקודש".

דאָס הייסט אַז אַזוי ווי נבואה איז זייער אַ הויכע מדריגה, וואָרום אין השכינה שורה אלא על חכם גבור ועשיר ובעל קומהכ) און די איבעריקע מעלות וואָס מען רעכנט אויס, און אויך דעמאָלט איז נוגע דער ענין פון די לבושים און ווי אַזוי זיי זיינען, ביז אַז מען זאָגט ויפשט את בגדיו, איז אַלס אַ סימן אַז מען איז גרייט און ראוי שתשרה עליו רוח הקודש, פלעגט זיין חגירת אפוד בד.

דער ענין וואָס דער רמב"ם זאָגט, האָט אַ מקור אין ירושלמיכא), אין נוב עיר הכהנים זיינען געווען 85 כהנים וואָס האָבן געטראָגן אפוד בד, פרעגט דער ירושלמי, אַ כהן גדול איז דאָך מער ניט ווי איינער? ענטפערט ער, שכולם היו ראויים לכהונה גדולה. והן הם דברי הרמב"ם.

יג. איינע פון די הכנות צו נבואה איז התבודדות, וואָס בדרך כלל איז דאָס אויסער דער שטאָט. בשעת דוד איז געווען אויפן וועג, מחוץ לעיר, דאָרט איז דער עיקר אָרט וואָס ער האָט זיך מכין געווען צו נבואה, דערפאַר איז דאָרט דערמאָנט אַז ער האָט אויך געטראָגן אַן אפוד בד.

דערפאַר איז אויך מכרכר בכל עוז לפני ה', וואָרום אין השכינה שורה אלא מתוך שמחה*28)). אויך איז מכרכר דער טייטש משבח, געזאָגט שירים ותשבחות צו דעם אויבערשטן, בכדי אַרויסרופן דעם גילוי הנבואה, וואָרום תשבחות והילולים רופן דאָך אַרויס כחות הנעלמים, ווי באַוואוסטכח).

ביי דער שמחה פון עיר דוד דערמאָנט זיך אויך מפזז, אַ באַווייז אויף ריבוי הריקודכ). מחוץ לעיר איז עס ניט געווען אַזוי, אָדער ס'איז גאָר קיין ריקוד ניט געווען. ריקוד, ווערט דערקלערט אין חסידות, קומט פון דעם וואָס די שמחה נעמט אים דורך, דורך און דורך, ביז עס דערלאַנגט אויך אין די פיס.

דערפאַר ווערט דער וואָרט מפזז דערמאָנט אין צווייטן פּסוק דוקא; די שמחה מחוץ לעיר איז געווען מיט אַ מבוקש — נבואה והשראת השכינה, ובמילא — בהגבלה, עס איז ניט אין גאַנצן דורך און דורך. די שמחה פון עיר דוד דוקא, אַ שמחה אָן אַ מבוקש ובמילא — בלי גבול, דאָרטן איז אויך — מפזז.

יד. דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס ביי מיכל בת שאול האָט זיך ניט אָפּגעלייגט דאָס וואָס דוד איז מפזז ומכרכר לפני ה' אין עיר דוד.

אויף אַ שמחה מיט אַ חשבון, איז הגם טאַקע אין רואים את המלך41)) ווען ער איז אין אַזוינע ענינים וואָס מאַכן אַ חלישות אין דעם שום תשים230עליך מלך שתהא אימתו עליך, פונדעסטוועגן, וויבאַלד עס איז מיט אַ מבוקש, האָט עס אַן אָרט אין טעם ודעת, על פּי שכל. אָבער מפזז ומכרכר אין עיר דוד, וואָס איז געווען למעלה מהגבלה, למעלה מטעם ודעת, לייגט עס זיך ניט אָפּ.

טו. דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין, וואָס דוד האָט איר געענטפערט אשר בחר בי מאביך — ער האָט דערמיט אָנגעוויזן דעם חילוק אין סדר העבודה. שאול'ס עבודה איז געווען על פּי טעם ודעת, וואָס דערפאַר האָט שאול ניט געוואָלט מחרים זיין עמלק'ן אינגאַנצן, ווייל על פּי שכל איז אויסגעקומען אַז מען דאַרף האָבן דעם מיטב הצאן והבקר למען זבוח לה' אלקיך, ווי ער האָט געזאָגט שמואל'ן.

און דאָס האָט דוד געזאָגט, אשר בחר בי מאביך; שאול וואָס הלך אחרי הטעם, האָט מען פון אים צוגענומען די מלוכה, און אָפּגעגעבן אים, לצוות אותי נגיד, דוד'ן דוקא, וואָס זיין עבודה איז קבלת עול, אַזוי ווי עס שטייט ודוד עבדי. איז אויב מען וויל עס זאָל זיין אַ מלוכה קיימת, דאַרף זיין קבלת עול, ונקלותי גו' והייתי שפל גו' — אָן הגבלה פון שכל.

טז. דאָס איז אויך אַ סיוע צו דעם וואָס מען פירט זיך ביי חסידים, און אַזוי האָט מען געזען אויך ביי די רביים, אַז שבת ויום טוב טאַנצט מען, מען פּאַטשט מיט די הענט וכו', כאָטש אַז לויט דער משנה פאַרלאַנגט דאָס אַ ביאור מיוחד על פי נגלה *1)), פונדעסטוועגן טוט מען עס בפּשטות. דאַרף מען זאָגן דעם טעם פּנימי כנ"ל;

אַזוי ווי עס ווערט דאָך אַלץ נענטער צו משיח'ן,

— באַלד נאָכן חורבן האָט מען שוין אנגעהויבן צו גיין אַנטקעגן משיח'ן, ווי דער מדרש דערציילטיא), אַז מרגע החורבן האָט גענומען נאָר כגעיה של פּרה ונולד מושיען של ישראל, און מרגע לרגע ווערט מען אַלץ נענטער צו דעם זמן וואָס ועבדי דוד מלך עליהם, על כל ישראל, נשיא להם לעולםד) —

דערפאַר פירט מען זיך — וכפּסק הרמב"םח) — אין דעם סדר פון ודוד עבדי — „מפזז ומכרכר לפני ה'".

(משיחת ש"פ שמיני, תשט"ו)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-q5dp27mb

Copies

Recent activity

#109 Likkutei Sichos vol 1: machine reading · approved

Sources