עברית
Library

Likkutei Sichos

Tazria

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

231פרשת תזריע

א. אויפן פּסוק אשה כי תזריע וילדה זכר זאָגן רז"לא), איש מזריע תחלה יולדת נקבה אשה מזרעת תחלה יולדת זכר.

אָבער נאָר איצטער איז עס אַזוי, לעתיד לבא וועט דער ולד זיין בבחינת זכר אויך ווען איש מזריע תחלה, ווי עס שטייט אין תורה אור)) אויפן פּסוק ולציון יאמר איש ואיש יולד בה, איש ואיש, אויך בשעת איש מזריע — יולדת בחינת זכר (איש).

ב. אַ דוגמא אויף דעם ענין, געפינען מיר אויך איצטער.

אין לקוטי תורה פון דער היינטיקער סדרה ווערט דערקלערט אַז דורך שמחה של מצוה טוט מען אויף שתלד זכר. וואָרום שמחה של מצוה למטה איז מעורר שמחה אויך למעלה, און שמחה איז פּורץ גדר, גייען אַראָפּ אַלע הגבלות מצד סדר הבריאה ובכללם אויך די הגבלה פון איש מזריע תחלה יולדת נקבה.

על דרך משל, אַ מלך בשר ודם בשעת ער איז בשמחה גייט ער אַרויס פון זיינע גדרים און חוקים, און ער ווערט אַנטפּלעקט צו אַלעמען, צו קליין ווי צו גרויס. אַזוי אויך למעלה, מצד השמחה ווערט נתגלה אלקות וואָס איז העכער מהגבלה און עס גייען אַראָפּ אַלע גדרים.

ג. די פּנימיות פון דעם ענין איז;

שמחה של מצוה קומט דורך התבוננות אין מעלת המצות, אַז דורך זיי איז מען ממשיך אַן אור שלמעלה מערך העולמות, העכער אַפילו פון דעם גילוי אור פון ג־עדן. און ווי דער מאמר רז"ל)), יפה שעה אחת בתשובה ומעשים טובים בעולם הזה מכל חיי עולם הבא. כל חיי עולם הבא איז אַלץ אַן ענין פון נבראים, וואָס נבראים זיינען בהגבלה. אָבער מצות זיינען רצונו יתברך, און ער איז בלי גבול כלל.

און די התבוננות פּועל'ט אַז די עבודה זאָל זיין בשמחה, און נאָך מער, ובטוב לבב.

אַזוי ווי עס שטייט), עבדת את הוי' אלקיך בשמחה ובטוב לבב מרוב כל, מצד וואָס קומט דער „עבדת את הוי'*) אלקיך בשמחה ובטוב לבב" — „מרוב כל", פון דער התבוננות אַז מצות זיינען העכער ווי „רוב כל", וואָס אין דעם גייען אַריין אַלע העכסטע עולמות.

און וויבאַלד אַז שמחה של מצוה איז מצד דעם וואָס מען פאַרבינדט זיך מיט עצמות, וואָס ער יתברך איז ניט מוגבל אין קיינע הגבלות, נעמט מען אַראָפּ אַלע הגבלות, און אויך ווען איש מזריע תחלה קען זיין — יולדת בחינת זכר.

ד. על דרך זה וועט מען פאַרשטיין דעם ענין אויך ווי ער איז לעתיד לבא: וויבאַלד לעתיד וועט זיין התגלות העצמות, וועלן אַראָפּגיין אַלע הגבלות, וועט אויך זיין,232ולציון יאמר איש ואיש יולד בה, איש מזריע תחלה — יולדת בחינת זכר.

ה. לויט דעם וועט מען אויך פאַרשטיין די*) פּלוגתא פון בבלי מיטן ירושלמי וועגן ולד זכר ונקבה. אין בבליח) שטייט אַז ביז פערציק טעג קען העלפן בקשת רחמים דער ולד זאָל זיין אַ זכר, אָבער נאָך פערציק טעג איז עס אַ תפלת שוא. אין ירושלמי)) שטייט אַז אויך נאָך פערציק טעג, און לויט נאָך אַ דיעה, אַפילו ווען די פרוי גייט שוין צו קינד, קען מען נאָך פּועל'ן דורך תפלה אַז דער ולד זאָל זיין אַ זכר.

לויט דעם אויבן דערמאָנטן קען מען דאָס אַזוי דערקלערן; ווען דער ולד ווערט שוין אויסגעפורעמט, איז אַ תפלת שוא. אָבער לויט דעם ירושלמי אַז אַלע מאָל קען העלפן תפלה, איז דאָס ווייל אין ירושלמי — היפּך פון במחשכים וקושיות פון תלמוד בבליט) — איז מעין הגילוי דלעתיד, און מצד יענער בחינה איז גאָר קיין הגבלות ניטאָ.

ו. ווי מען האָט עטלעכע מאָל גערעדט, איז יעדער דבר גשמי, און בפרט וואָס שטייט אין תורה, אויך דאָ ברוחניות, און פון רוחניות ווערט נשתלשל דער ענין בגשמיות.

אויך דער ענין פון זכר ונקבה, מיט די אויבנדערמאָנטע פּרטים — א) חילוק צווישן איש מזריע תחלה און אשה מזרעת תחלה. ב) חילוק פון איצטער מיט לעתיד, — זיינען פאַראַן ברוחניות בעבודה בנפש האדם.

ז. אין לקוטי תורה (דאָרט) איז ער מבאר דעם מאמר רז"ל איש מזריע כו' ברוחניות. איש ואשה גייט עס אויף הקב"ה וכנסת ישראל. איש מזריע תחלה מיינט, אַז די התעוררות הויבט זיך אָן מלמעלה — אתערותא דלעילא. אשה מזרעת תחלה מיינט, אַז די התעוררות הויבט זיך אָן פון דעם אדם — אתערותא דלתתא.

איז אויב איש מזריע תחלה — יולדת נקבה, וויבאַלד די התעוררות קומט מלמעלה, טוט עס אויף למטה אַן ענין פון „נקבה", ד. ה. אַ דבר שאינו של קיימא, כמאמר) נשים דעתן קלות. וואָרום וויבאַלד אַז דער אדם האָט ניט צוגעגרייט קיין כלי צו דעם, די התעוררות איז נאָר מלמעלה, האָט דאָס ביים מענטשן קיין אָנהאַלט ניט. בשעת, אָבער, אשה מזרעת תחלה, אַז עס איז דאָ אַ התעוררות מצד האדם, ווערט ער דאָך אַ כלי צו דעם, דאַן איז יולדת „זכר", עס איז אַ דבר של קיימא, וואָרום דער מענטש איז עס קולט — נעמט דאָס אַריין — אין אַ פּנימיות.

ח. פונדעסטוועגן איז דאָ אַ מעלה אויך אין איש מזריע תחלה (אתערותא דלעילא). ווייל אתערותא דלתתא, קען ממשיך זיין ניט מער ווי אַן אור שבערך הנבראים. אָבער ווען איש מזריע, די המשכה קומט מלמעלה, קאָן און ווערט נמשך אַן אור בלי גבול, שלמעלה מהעולמות.

קומט אויס, אַז אין יעדן אופן איז דאָ אַ מעלה. די מעלה אין איש233מזריע תחלה איז אין דעם אור, אַז דער אור איז אַ העכערער, און די מעלה אין אשה מזרעת תחלה — אַז עס קומט אַראָפּ אין אַ פּנימיות.

לעתיד, אָבער, וועט זיין איש ואיש יולד בה — עס וועלן זיין ביידע מעלות: אור שלמעלה מערך העולמות און בפּנימיות, להוי כדין וכדין)).

ט. די צוויי ענינים פון המשכה מלמעלה למטה והעלאה מלמטה למעלה זיינען, בכללות, אויך דער חילוק פון די חדשים ניסן און תשרי.

וועגן די חדשים ניסן און תשרי, זאָגט דער מדרשי), משבחר הקב"ה בעולמו קבע בו ראשי חדשים ושנים ומשבחר ביעקב ובניו קבע בו ראש חודש של גאולה. דער ראש השנה משבחר הקב"ה בעולמו איז אין תשרי, און דער חודש של גאולה משבחר ביעקב ובניו איז ניסן.

אין עקידה און אין אַנדערע ספרים ווערט דערקלערט דער ענין פון די צוויי חדשים; אין דער הנהגה וואָס דער אויבערשטער פירט אָן מיט דער וועלט זיינען פאַראַן צוויי אופנים; הנהגה טבעית און הנהגה נסית וואָס איז העכער פון טבע. תשרי איז ראש השנה אויף הנהגת הטבע, וואָרום בא' בתשרי איז געווען בריאת האדם — גמר הבריאהיא) על פּי סדר הטבע. ניסן איז דער ראש השנה אויף דער הנהגה למעלה מהטבע, וואָרום אין חודש ניסן איז געווען יציאת מצרים — נסים שלמעלה מהטבע.

עס איז אָבער נאָך ניט פאַרשטאַנדיק, פאַרוואָס דאַרף דער ראש השנה פון הנהגה נסית זיין אין אַן אַנדער זמן. אויב צוליב יציאת מצרים וואָס איז געווען אין חודש ניסן, דאַרף מען דאָס גופא פאַרשטיין, פאַרוואָס יציאת מצרים איז געווען אין ניסן און ניט אין תשרי, בפרט אַז התחלת הגאולה איז דאָך טאַקע געווען אין תשרי, ווי עס שטייט אין גמראכח): בתשרי בטלה עבודה מאבותינו במצרים, היינט פאַרוואָס איז אויך די גאולה שלימה ניט געווען בתשרי נאָר בניסן דוקא?

דער ענין אין דעם; דער חילוק פון תשרי מיט ניסן איז, תשרי איז גבורה, תשובה, העלאה מלמטה למעלה. און וויבאַלד אַז נבראים מצד זייער עבודה, ווי הויך זיי זאָלן ניט עולה זיין, איז דאָס אַלץ בהגבלה, דערפאַר איז תשרי ראש השנה אויף הנהגת הטבע. ניסן איז חסד, המשכה מלמעלה למטה, העכער פון עולמות, דערפאַר איז ניסן ראש השנה אויף הנהגה נסית שלמעלה מהטבעיח).

234דערפאַר זעט מען אויך אַז אין תשרי איז מען מתפּלל אויף גשם און אין ניסן אויף טל. דער חילוק פון גשם מיט טל איז דאָך ידוע, גשם קומט דורך אתערותא דלתתא, ואד יעלה מן הארץ; און טל קומט באתערותא דלעילא.

(דאָס איז אויך דער טעם וואָס מטר מיעצר — רעגן קען איינגעהאַלטן ווערן, וויבאַלד אַז המשכת המטר איז תלוי אין עבודת הנבראים איז אויב ס'פעלט די עבודה, פעלט דער רעגן. טל איז לא מיעצריד), וואָרום דאָס איז אַ המשכה מלמעלה, וואו עבודת הנבראים רירט ניט אָן).

און דערפאַר בתשרי, העלאה, איז מען מתפּלל אויף גשם, און בניסן, המשכה, אויף טל.

י. איז ווי קומט עס — לויט דער אויבנדערמאָנטער דערקלערונג — וואָס בתשרי בטלה העבודה מאבותינו, און התחלת הגאולה איז געווען בתשרי?

וועט מען עס פאַרשטיין דערקלערנדיק פריער דעם דיוק הלשון משבחר הקב"ה בעולמו. ניט משברא הקב"ה את עולמו נאָר משבחר דוקא. בחר איז העכער ווי ברא, וואָרום דורך דעם וואָס דער אויבערשטער האָט בוחר געווען אין עולם איז דאָך אין עולם געוואָרן אַן עילוי, ער האָט באַקומען אַ שייכות צו אלקות.

און דאָס איז דער דיוק הלשון, משבחר הקב"ה בעולמו קבע בו ראשי חדשים ושנים, אַז אויך דער ראש השנה פון תשרי, וואָס איז דער ראש השנה אויף הנהגת הטבע, אויך דאָס איז שוין העכער ווי עולם מצד עצמו, דאָס איז שוין ווי עולם איז מצד בחירת הקב"ה.

בריאת העולם מצד עצמו איז בכ"ה באלולי), און משבחר הקב"ה בעולמו איז באחד בתשרי (זמן בריאת האדם, וואָס דורך עבודת האדם איז דער עולם געוואָרן אַ כלי צו אלקות). וואָס אויף אחד בתשרי שטייט זה היום תחלת מעשיך. כ"ה באלול איז בחינת „כה" און א' בתשרי איז בחינת „זה". „זה" איז העכער ווי „כה", ווי דער מאמרי); כל הנביאים נתנבאו בכה ומשה נתנבא בזה. עולם מצד עצמו איז בחינת „כה", וואָרום מצד העלם והסתר שבעולם קען מען ניט אָנווייזן און זאָגן זה, נאָר בחינת „כה" בלבד, אָבער מצד בריאת האדם ועבודתו קען מען זאָגן „זה". מען זעט אלקות במוחש. ועל דרך שכל אחד ואחד מראה באצבעו ואומר זה א־לי.

אָבער דאָס אַלץ איז נאָר די בחינה פון אלקות השייך ומתצמצם לפי ערך העולם, און פירט אָן די וועלט בהנהגת הטבע. מער ניט, וואָס די מדריגה גופא איז ניט בהעלם נאָר בגילוי. אָבער בחודש ניסן לייכט אלקות שלמעלה מהעולמות, וואָס אין אים איז ניטאָ קיין הגבלת הטבע חס ושלום, און מצד דעם קומט אַרויס די הנהגה נסית שלמעלה מהטבע.

לויט דעם וועט מען שוין פאַרשטיין דעם ענין וואָס בתשרי בטלה העבודה מאבותינו, ווייל אויך אין תשרי איז מאיר מהות אלקות, דער־236פאַר איז דער שעבוד בטל געוואָרן און עס איז געווען אתחלתא דגאולה. מען איז נאָך אָבער אַלץ געווען אין מצרים, מלשון מצרים וגבולים, וואָרום דאָס איז אַלץ דער אלקות וואָס האָט זיך אַריינגעשטעלט אין טבע. יציאת מצרים איז געווען בחודש ניסן דוקא, וואָס אין חודש ניסן לייכט דער אלקות ווי ער איז בלי גבול, דאַן איז געווען די יציאה מכל המצרים וההגבלות.

יא. לויט דעם וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס דער אָנהויב פון עשרת הדברות איז אנכי הוי' אלקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים. איז דאָך באַוואוסטיז) די קשיא, פאַרוואָס זאָגט ער אשר הוצאתיך מארץ מצרים און ניט אשר בראתי שמים וארץ, וואָס איז מער פּלאי) ווי יציאת מצרים?

נאָר דער ענין איז; דער אויפטו פון מתן תורה איז אַז דורך תורה ומצות פאַרבינדט מען זיך מיט עצמות ומהות אלקות ווי ער איז העכער פון עולמות. דערפאַר איז בהתחלת מתן תורה דערמאָנט ער ניט בריאת שמים וארץ נאָר יציאת מצרים דוקא — ווייל דער אויפטו פון מתן תורה איז יציאה מכל המצרים וההגבלות פון עולם, און פאַרבינדן זיך מיט אלקות שלמעלה מהעולמות.

יב. לויט דעם וועט מען אויך פאַרשטיין די פּלוגתא אין גמרא*14)), וועגן דעם זמן פון גאולה העתידה, רבי אליעזר האַלט, בניסן נגאלו בתשרי עתידין להגאל, און רבי יהושע האַלט, בניסן נגאלו בניסן עתידין להגאל.

איז אין פלוג ניט פאַרשטאַנדיק דעת רבי אליעזר, פאַרוואָס זאָל דער זמן הגאולה העתידה זיין אַן אַנדערער ווי זמן גאולת מצרים?

אָבער לויט דעם אויבנדערמאָנטן, אַז ניסן איז המשכה מלמעלה למטה תשרי איז העלאה מלמטה למעלה, ועט מען דאָס פאַרשטיין. ר' אליעזר און ר' יהושע גייען דאָ לויט זייער שיטה אין אַ צווייטער פּלוגתא וועגן דעם אופן פון דער גאולה העתידה. ר' אליעזר האַלט, אם ישראל עושין תשובה נגאלין כו', וואָרום וויבאַלד אַז דער גלות איז געקומען בסיבת החטא, ומפּני חטאינו גלינו מארצנו, דאַרף די גאולה אויך קומען דורך תיקון החטא, עבודת התשובה. תשובה איז דאָך עבודה מלמטה למעלה, דערפאַר וועט די גאולה זיין בתשרי, העלאה. אויך אין פּשטות איז עיקר זמן התשובה בחודש תשרי, ווי עס שטייט דרשו הוי' בהמצאו, זאָגן די רז"ליא), אלו עשרה ימים שבין ראש השנה ליום הכיפּורים.

אָבער ר' יהושע האַלט אַז די גאולה וועט זיין באופן ולא בכסף תגאלו לא בתשובה כו', נאָר זי וועט קומען מלמעלה למטה, דערפאַר האַלט ער אַז בניסן עתידין להגאל, און אַזוי איז אויך די הלכה, ווי ער איז סותם אין מדרש 48)).

יג. מען דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין די פּנימיות פון זייער פּלוגתא אין דער גאולה העתידה, צי זי וועט236זיין דורך עבודה צי על ידי גילוי מלמעלה.

אויך דאַרף מען פאַרשטיין די סלקא דעתך פון דער גמרא דאָרטן, אַז אויך לדעת ר' יהושע האָט מען על פּי סברא געדאַרפט זאָגן אַז בתשרי עתידין להגאל, און ווי די גמרא ברענגט דאָרטן כמה ראיות אַז די גאולה וועט זיין בתשרי, נאָר אין דער מסקנא איז די גמרא דוחה די ראיות און פירט אסס אַז די גאולה וועט זיין בניסן, וואָס פון דעם איז משמע אַז אין פּשטות האָט טאַקע אַזוי געדאַרפט זיין אַז די גאולה העתידה זאָל קומען דורך עבודה מלמטה למעלה — בתשרי, און ערשט צום סוף איז מען מסיק, אַז די גאולה וועט זיין בדרך מלמעלה למטה — ניסן.

דאַרף מען פאַרשטיין ר' אליעזר'ס סברא און די סלקא דעתך לדעת ר' יהושע. עס איז דאָך כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות*14)), און יציאת מצרים איז געווען אין חודש ניסן, מלמעלה למטה, פאַרוואָס זאָל זיין אַפילו אַ סלקא דעתך אַז די גאולה העתידה וועט זיין אין תשרי, מלמטה למעלה:

יד. די דערקלערונג אין דעם איז; מען האָט דאָך גערעדט פריער אַז עס איז דאָ אַ מעלה אויך אין העלאה מלמטה למעלה. אמת טאַקע אַז דער אור איז אַ נידעריקערער, אָבער עס קומט אין אַ פּנימיות. דערפאַר איז דאָ אַן אָרט אין שכל אַז די גאולה וועט זיין בתשרי, מצד מעלת הפּנימיות.

יציאת מצרים איז געווען פאַר מתן תורה, און די אידן זיינען געווען משוקע אין מ"ט שערי טומאה, האָט מען געדאַרפט אָנקומען צום נגלה עליהם מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא בכבודו ובעצמו, דערפאַר איז די גאולה געווען בניסן.

די גאולה העתידה אָבער וועט קומען נאָך עבודת הנבראים שלאחרי מתן תורה, וואָס דורך עבודתינו בתורה ומצוות לייטערט מען אויס די וועלט און מען מאַכט איר פאַר אַ כלי צו אלקות. וואָס דאָס איז דאָך דער אויפטו פון מתן תורה אַז אויך די העכסטע ענינים דאַרפן זיין אין וועלט אין אַ פּנימיות, ביז אַז ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס דער גילוי פון משיח'ן איז העכער פון עולם, פונדעסטוועגן דאַרף ער אויך זיין דוקא אין אַ פּנימיות, דערפאַר זאָגט רבי אליעזר אַז בתשרי נגאלין.

אָבער רבי יהושע האַלט, און אַזוי איז אויך די הלכה, אַז די גאולה העתידה וועט קומען מלמעלה, און פונדעסטוועגן וועט עס זיין אין אַ פּנימיות, ווי עס שטייט: ולציון יאמר איש ואיש יולד בה, אַז כאָטש איש מזריע תחלה, אתערותא דלעילא, פונדעסטוועגן יולדת זכר — קיום און פּנימיות.

(ממאמר ד"ה חחודשהזח לכם, תשי"ז)

טו. אויפן פּסוק אשה כי תזריע וילדה זכר, זאָגט דער אור החיים הקדוש;: עוד ירמוז הכתוב אויף כנסת ישראל וואָס ווערט אָנגערופן אשה, דכתיב)) כי בועליך עושיך. אַז אידן וועלן מזריע זיין מצות ומעשים טובים237על דרך)) זרעו לכם לצדקה, זאָגט די תורה צו; וילדה זכר, זי וועט געבוירן אַ זכר, וואָס בחינת הזכר איז העכער פון בחינת הנקבה, וילדה ודאי (דערמיט פאַרענטפערט ער וואָס ער פרעגט פריער, פאַרוואָס שטייט וילדה און ניט אם תלד זכר ווי ער זאָגט ווייטער ואם נקבה תלד), דאָס גייט אויף גאולה העתידה וואָס וועט זיין בבחינת זכר.

און ער דערקלערט די מעלה פון דער גאולה העתידה אויף גאולת מצרים, אַז גאולת מצרים האָט ניט געהאַט קיין קיום, נאָך איר איז געווען אַ גלות, אָבער די גאולה העתידה וועט זיין אַ גאולה שלימה שאין אחרי' גלות, ווייל די עבודה פון אידן, אשה כי תזריע, וועט ברענגען אַז די גאולה העתידה זאָל זיין בחינת זכר, אַ קיום ועמידה לנצח.

דאָס איז דער תוכן פון זיינע רייד*)).

קען מען זאָגן, אַז דאָס איז על דרך ווי עס ווערט געבראַכט אין מכילתא 187)), ועד"ז אין מדרש תהלים; כל השירות לשון נקבה, חוץ משירה דלעתיד דלשון זכר, שירו לה' שיר חדש.

טז. דער טעם אויפן נאָמען אשה איז; כי מאיש לוקחה זאתב). אין איש אלא הקב"ה שנאמר ה' איש מלחמה*). כנסת ישראל וואָס נעמט זיך פון הוי' איש, הייסט דערפאַר אשה.

יעדער נאָמען פון אידן באַצייכנט אַ באַזונדערן ענין אין זיי. דער נאָמען אשה איז מורה אַז זייער גאַנצע מציאות איז נאָר וואָס מאיש לוקחה זאת. אַ אידן איז ניט נוגע קיין חומריות, אויך ניט קיין גשמיות, און בעצם נפשו איז אים אויך ניט נוגע דער פּרס ושכר רוחני, אַפילו די העכסטע מדריגות אין שכר רוחני. אים איז נוגע נאָר דער אויבערשטער אַליין*). און ווי גערעדט פריער אין מאמר *י) אַז אַפילו די העכסטע מדריגות אין גן עדן העליון זיינען ניט מער ווי הארה בלבד ובאין ערוך לגבי עצמות.

בשעת עס איז פאַראַן בחינת „אשה", דאַרף מען ערשט טאָן דעם „תזריע". זריעה איז בארץ דוקא. אַז מען וועט פאַרזייען אַ קערנדל ניט אין ארץ, נאָר למעלה מעשרה טפחים, אָדער אַפילו למטה מעשרה טפחים און אַפילו אין שלשה טפחים סמוך לארץ וואָס כלבוד דמי, וועט דערפון קיין צמיחה ניט זיין, די זריעה מוז זיין בארץ דוקא, און דאַן ווערט פון דעם אַ צמיחה.

אַזוי אויך די זריעת המצוות דאַרף זיין אין ארץ דוקא*1)), ונאמר)) וזרעתי' לי בארץ, כי תהיו אתם ארץ חפץ*)). און דאָס איז למטה דוקא. ניט למעלה מעשרה טפחים238— כחות מקיפים, אויך ניט למטה מעשרה טפחים — כחות פּנימיים שכל ומדות, נאָר בפּועל ממש בעשי' בפּועל דוקא.

כל זמן עס פעלט די עשי' הגשמית, איז ווייניק די כוונת המצוות אין מוח, ווייניק אויך דער געפיל פון האַרצן, טענה'נדיק רחמנא ליבא בעי), אַז עס איז גענוג אַז ער האָט אַ וואַרעמע האַרץ און אַן איידעלע קאָפּ, און דערמיט וועט ער יוצא זיין, זאָגט מען אים; ניין, עס מוז זיין די עשי' בפּועל ממש.

אין מצות הצדקה, כללות המצות, איז ניט גענוג וואָס ער וועט רחמנות האָבן אויף דעם אָרעמאַן, ער וועט פאַרגיסן טרערן אויף זיין מצב וכו' און דער דאָלאַר וועט בלייבן ביי אים אין קעשענע. מען דאַרף טאַקע געבן דעם דאָלאַר צום אָרעמאַן פּשוט אין גשמיות. און אַזוי ווי עס איז אין צדקה, אַזוי איז אין אַלע מצוות. זיי דאַרפן זיין בפּועל ממש, אין גשמיות דוקא, ציצית בצמר גשמי, תפילין בקלף גשמי וכו'.

און דאָס מיינט אשה כי תזריע. בשעת ער שטייט אין דער בחינה פון אשה, דאַרף און מוז נאָך זיין „תזריע", בארץ למטה. עס קען דאָך זיין, אַז מצד ההרגש אין דעם יוקר פון „איש", וואָס איז העכער פון אַלע גילויים כנ"ל, וועט ער שטיין אין אַ כלות הנפש, על דרך ווי נדב ואביהו וואָס זיינען געווען קדושים ביותר, ווי רש"ייד) ברעננט אַז משה האָט געזאָגט צו אהרן'ען אַז זיי זיינען גדולים ממני וממך, און „בקרבתם לפני ה'", איז — „וימותו" זיי האָבן געהאַט כלות הנפש).

דאַרף מען פּועל'ן עס זאָל זיין דער תזריע, בארץ דוקא.

און בשעת מען טוט דאָס — איז וילדה זכר, וילדה ודאי. און סוף סוף ברענגט מען די גאולה העתידה, בחינת זכר כנ"ל.

יז. פּונקט ווי עס איז דאָ דער ענין פון זכר בענין גאולה העתידה, איז עס אויך דאָ איצט בעבודת האדם. און דורך עבודת האדם בבחינת זכר, איז מען ממשיך די גאולה בבחינת זכר.

די עבודה איז — ווי די גמראז) זאָגט, איש דרכו לכבוש, מען דאַרף אייננעמען די וועלט מיט אַלע אירע ענינים. מען דאַרף עס טאָן מיט שטאַרקייט, מיט אַ תוקף פון אַן איש שדרכו לכבוש. ווי עס שטייט אין אָנהויב טור שולחן ערוך) יתגבר כארי ולא יתריייש מפני המלעיגים, און דורך דער עבודה, איז מען ממשיך די גאולה.

יח. דאָס איז אויך מרומז אין דעם וואָס ער זאָגט ווייטער אין דער סדרה, וביום השמיני ימול בשר ערלתו דורך דער עבודה פון זכר קומט מען צום יום השמיני. עס ווערן בטל די ענינים פון יצר הרע מיט אַלע שבע שמות מיט וועלכע ער ווערט אָנגערופן)) ובתוכם — ערל, און מען פּועל'ט דעם ענין פון מילה, מל ה). מען נעמט239אַראָפּ דעם העלם וואָס איז מעלים אויף י־ה, וואָס דאָס איז קליפת עמלק, דאין השם שלם כו' עד שימחה זרעו של עמלק*0)), און דער „ומלתם

פרשת

ושבת

א. היינטיקער שבת, ווי אַלע שבתות השנה, איז פאַרבונדן מיט אַ געוויסער פּרשה פון תורה,

— כ"ק מו"ח אדמו"ר פלעגט זיך משתמט זיין צו דערמאָנען דעם נאָמען פון דער היינטיקער פּרשה. אין פאַרשידענע ספרים ווערט די פּרשה ניט גערופן מיט איר נאָמען, נאָר „פרשת טהרה". אָבער כ"ק מו"ח אדמו"ר פלעגט איר בכלל ניט וועלן רופן

ס'איז נאָמען, און מערסטנס, שרייבן אָדער זאָגן נאָר דעם טאָג פון חודש, וכדומה. —

אויך איז איצט חודש ניסן, דער זמן פון יציאת מצרים.

און ווי אַלע ענינים, איז אויך דאָס וואָס מען לייענט די היינטיקע פּרשה בחודש ניסן בהשגחה פּרטית, ווייל די צוויי ענינים האָבן צווישן זיך אַ פאַרבונד.

ב. אויף יציאת מצרים זאָגן רז"לא); בזכות האמונה נגאלו אבותינו ממצרים. איז דער דיוק אין דעם — אמונה דוקא. ניט השגה נאָר אמונה. את ערלת לבבכם" ברענגטא) דעם „ומל הוי' אלקיך את לבבך ואת לבב זרעך", בביאת משיח צדקנו.

(משיחת ש"פ שמיני, תשי"ס) מצורע

הגרול

וואָס איז דער אויפטו פון אמונה, און וואָס איז איר שייכות מיט יציאת מצרים אַז דוקא אין איר זכות נגאלו אבותינו ממצרים?

אויך חסידי אומות העולם זיינען מודה אין מציאות הבורא. ביי זיי איז דאָס אָבער ניט קיין אמונה, נאָר אַן ענין וואָס איז מוכרח מצד השכל. ווען מען טראַכט זיך אַריין אין מציאות העולם, איז מצד דעם כלל אין דבר עושה את עצמו)), קומט מען צו אַ הכרה, אַז עס איז דאָ דער וואָס האָט איר באַשאַפן און פירט מיט איר אָן.

וויבאַלד אַז בעצם לייגט זיך ביי זיי אלקות ניט אָפּ, נאָר די מציאות פון וועלט ברענגט זיי צו הודאה אין אלקות, איז זייער הודאה אויך נאָר אויף וויפל וועלט איז דאָס מכריח, ד. ה. אויף וויפל אלקות איז שייך צו וועלט ומצומצם בלבושי הטבע. אויף העכער פון וועלט און טבע זיינען זיי ניט מודה.

אָבער די אמונה פון אידן קומט ניט פון וועלט. אידן זיינען בעצם פאַרבונדן מיט אלקות, במילא לייגט זיך ביי זיי אָפּ ג־טלעכקייט. פּונקט

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-fw9c9g7q

Copies

Recent activity

#109 Likkutei Sichos vol 1: machine reading · approved

Sources