Likkutei Sichos
Yisro
148פרשת יתרו
א. ביי מתן תורה שטייט, וידבר אלקים את כל הדברים האלה לאמר. פרעגן מפרשים, וואָס מיינט „לאמר"? אומעטום וואו עס שטייט „וידבר גו' לאמר" מיינט, אַז מען זאָל דאָס איבערזאָגן צו די אידן וואָס האָבן ניט געהערט בשעת מעשה, אָבער ביי מתן תורה, וויבאַלד אַז אַלע אידן זיינען דאָרט געווען, און אַלע האָבן געהערט, היינט וואָס מיינט „לאמר"?
מען קען ניט זאָגן, אַז דאָס איז צוליב די ווייטערדיקע דורות, וואָרום ביי מתן תורה זיינען דאָך געווען אויך די נשמות פון שפּעטערדיקע דורותב).
ענטפערט אויף דעם דער מעזריטשער מגיד נשמתו עדן, אַז דער ענין פון מתן תורה איז; ממשיך זיין די עשרת הדברות פון תורה אין
די עשרה מאמרות שבהם נברא העולם, ווי עס איז באַוואוסט דער פּירושא) אויפן פּסוק עשרה עשרה הכף בשקל הקודש, אַז די עשרה מאמרות זיינען שקול און מכוון אַנטקעגן די עשרת הדברות. און דערפאַר שטייט וידבר גו' לאמר, ממשיך זיין דעם וידבר — די עשרת הדברות, אין לאמר — די עשרה מאמרות.
ב. דער ענין פון דעם אין עבודת השם איז;
אַז דער אור התורה — עשרת הדברות, דאַרף לייכטן אויך אין די ענינים פון וועלט — עשרה מאמרות.
ניט ווי די וואָס מיינען אַז תורה איז אַ באַזונדער זאַך און וועלט איז אַ באַזונדער זאַך, זייענדיק אין דער סביבה פון תורה וועט ער זיין אַ תורה־איד און קומענדיק אין וועלט וועט ער זיך פירן לויט די הנחות149העולם — לויט דעם שטעל פון וועלט און די פירונגען פון וועלט — נאָר עס פאָדערט זיך, אַז אַלע זיינע ענינים, אויך די ענינים פון וועלט, זאָלן זיין לויט די הנחות פון תורה.
מען רעדט ניט וועגן דברים האסורים. דאָס איז דאָך אַ פּשוט'ע זאַך, אַז דאָס וואָס מען טאָר ניט — טאָר מען דאָך ניט. מען מיינט אַז אַפילו אין דברים המותרים, דאַרף ניט זיין קיין הנחות העולם, בעל־הבתי'שע הנחות)), נאָר די הנחות פון תורה.
ג. דאָס איז אויך וואָס שטייט, היתה לי דמעתי לחם יומם ולילה באמור אלי כל היום אי' אלקיך.
היתה לי דמעתי לחם יומם ולילה; ער איז אַזוי פיל פאַרביטערט, ביז אַז די דמעות פאַרבייטן לחם. די טרערן באַשטייען אָנשטאָט ברויט, ווי עס איז באַוואוסט אַז מרירות — פאַרביטערטקייט — ווירקט אַז מען פילט ניט קיין הונגער, און פון וואָס איז די פאַרביטערטקייט, זאָגט ער ווייטער אין פּסוק — באמור אלי, מען טענה'ט און מען מאָנט מלמעלה; כל היום, אַ גאַנצן טאָג, אי' אלקיך.
אלקיך מיינט כוחך וחיותך (דיין כח און דיין לעבן))), און ווער איז אלקיך; הוי' — אלקיך. הוי' איז למעלה מזמן ומקום ולמעלה מהשתלשלות, דאָס איז אלקיך — כוחך וחיותך. נאָך מערער; אנכי הוי' אלקיך. אנכי מיינט; אנכי מי שאנכי דלא איתרמז לא בשום אות ולא בשום קוץ*)), דאָס איז אלקיך — כוחך וחיותך.
און דאָס מאָנט מען ביי אים; כל היום אי' אלקיך?! דער הרגש פון אנכי הוי' אלקיך, וואו איז ער ביי דיר דעם גאַנצן טאָג?1
דאָס וואָס ער הערט אָן דעם „אלקיך" בשעת'ן דאַוונען און לערנען, אָדער בשעת אַ פאַרברענגען, דאָס איז ווייניק. ניט דאָס איז די כוונה. דאָס האָט מען געקענט אויספירן אויך מיט מלאכים אָדער מיט נשמות למעלה ווי זיי שטייען תחת כסא הכבוד. די כוונה פון ירידת הנשמה בגוף איז אויף מברר זיין דעם גוף ונפש הבהמית, (וואָרום הנשמה עצמה אינה צריכה תיקון כלל))), ביי אים מאָנט מען, אַז אַ גאַנצן טאָג, בשעת ער עסט, בשעת ער טרינקט, בשעת ער האַנדלט, און בשעת ער רעדט מיט מענטשן, זאָל זיין ביי אים דער „אלקיך", אַזוי ווי ער אַליין האָט עס פאַרשטאַנען און דערהערט בשעת'ן דאַוונען און בשעת'ן לערנען.
ד. עס זיינען פאַראַן אַזעלכע וואָס טענה'ן אַז תורת החסידות איז אַן ענין פון נסתר — דאַרף מען דאָס ניט לערנען ח"ו. דער ענטפער אויף דעם איז;
בשעת מתן תורה האָט מען געגעבן כל התורה כולה, סיי נגלה און סיי נסתר פון תורה. אדרבה, נגלה פון תורה איז געווען דאַן בנסתר,150ווי עס איז באַוואוסטז), אַז אין די עשרת הדברות זיינען פאַראַן תר"ך אותיות, וואָס אין זיי זיינען מרומז די תר"ך מצוות; תרי"ג מצוות דאורייתא וז' מצוות דרבנן, זיינען דאָך די אַלע מצוות געווען בעשרת הדברות — נאָר ברמז ובנסתר. דאָקעגן נסתר פון תורה איז געווען בנגלה, וואָרום אַלע אידן האָבן דאַן געזען מעשה מרכבה, (ווי עס איז אויך אָנגעדייטעט אין פּסוק; אלפי שנאן גו' סיני בקודש, שנאן ראשי תיבות שור נשר ארי' און דער נו"ן איז פּני אדם) וואָס מעשה מרכבה איז דאָך פּנימיות התורה.
ה. די וועלכע זיינען מנגדים אויף לימוד החסידות האָבן בדרך כלל צוויי טענות;
א) אויב עס איז אַ נויטיקער לימוד, פאַרוואָס איז דאָס פריער ניט געווען. און אויב מען האָט געקענט אויסקומען אַזוי פיל יאָרן אָן חסידות, איז אַ סימן אַז עס איז ניט קיין נויטיקער לימוד.
ב) עס איז אַזאַ לימוד וואָס ברענגט צו מבטל זיין מציאות הגשם והיש, און ביטול איז דאָך אַן ענין פון שלילה והעדר.
עס שטייט אין שמונה פּרקים להרמב"םח) אַז אַזוי ווי עס זיינען פאַראַן קראַנקייטן און רפואות אין גוף, אַזוי זיינען אויך פאַראַן קראַנקייטן און רפואות אין נפש. פון דעם איז פאַרשטאַנדיק אַז פון אַ סך ענינים וואָס זיינען בחולי ורפואת הגוף — קען מען אָפּלערנען אויף חולי און רפואת הנפש.
ז. אין אַלגעמיין, מיינט אַ קראַנקייט רחמנא לצלן, אַז עס פעלט, אָדער עס איז קאַליע אַ געוויסער טייל פון גוף. עס איז דאָ אָבער אַ קראַנקייט וואָס עס פעלט גאָרנישט אין גוף, אדרבה, עס איז גאָר צוגעקומען (צוגעוואַקסן) אַ שטיקל פלייש. איז אין פלוג וועמען אָרט אַז עס איז דאָ נאָך אַ שטיקל פלייש, עס פעלט דאָך גאָרנישט פון דעם טייל וועלכער דאַרף יאָ זיין? פונדעסטוועגן זעט מען דאָך אַז דאָס איז אַ קראַנקייט. און אדרבה, אַמאָל רחמנא לצלן, איז דאָס נאָך אַ גרעסערע קראַנקייט ווי ווען עס פעלט עפּעס אין גוף, ביז עס איז אַזאַ שטאַרקע חולאת ר"ל, אַז מען וויל דאָס אַפילו מיטן נאָמען ניט אָנרופן.
די צוגעוואָקסענע שטיקל פלייש איז שעדלעך פאַר דעם אָרט וואו זי געפינט זיך, און זי קען זיך אויך פאַרשפּרייטן ר"ל ווייטער.
אַזוי ווי די קראַנקייט איז אַנדערש פון אַלע אַנדערע קראַנקייטן, אַזוי אויך די רפואה צו איר, איז אַנדערש ווי די רפואות צו אַנדערע קראַנקייטן. אַלע רפואות גיט מען צו צו דעם מענטשן. דאַקעגן די רפואה צו דער מחלה איז צו צעשטערן דעם איבעריקן טייל, און דורך דעם ווערט דער מענטש געזונט מיט אַן אמת.
די רפואה צו דער דאָזיקער קראַנקייט ר"ל האָט מען אויסגעפונען אינגאַנצן מיט אַ פאַר דורות צוריק, און די וועגן בפּרטיות ווי אַזוי צו נוצן די רפואה האָט מען אויסגעפונען נאָך שפּעטער, און מען האַלט נאָך אין מיטן פאָרשן.
151ח. זעלבסטפאַרשטענדלעך אַז בשעת איינער וועט זיך ניט וועלן נוצן מיט דער רפואה מצד די טענות; א) רפואה איז אַן ענין פון פאַרברייטערן און פאַרשטאַרקן דעם מציאות הגוף, און ניט פון צעשטערן. ב) וויבאַלד אַז דורות נאָך דורות האָט מען דאָס ניט גענוצט, וויל ער זיך ניט צוהערן צו די נייע דאָקטוירים מיט זייערע נייע רפואות, ער איז „סאַם סאַפּאָזשניק" און וועט זיך פירן ווי מ'האָט זיך געפירט אַמאָל. פאַרשטייט דאָך יעדער איינער אַז דאָס זיינען קיין טענות ניט.
ווייל דאָס וואָס מען דאַרף פאַרשטאַרקן און פאַרברייטערן, איז דאָס דעם געזונטן טייל פון גוף, אָבער ניט דעם צוגעוואָקסענעם טייל, ווייל ער געהערט ניט צו דעם גוף, און אדרבה, ער איז מזיק (שעדלעך) צום גוף, מוז מען אים צעשטערן.
אַמאָל איז די קראַנקייט ר"ל ניט געווען אַזוי אָפן און אָפט ווי היינט, האָט מען ניט געזוכט אַזוי שטאַרק, און דער עיקר וואָס מלמעלה האָט מען ניט מזמין געווען די רפואה צו דעם. דאַקעגן לעצטנס, אַז די מחלה איז פאַרמערט געוואָרן, ר"ל — איז הקדוש ברוך הוא הקדים רפואה למכה, און האָט מזמין געווען די רפואה צו דעם.
ט. אַלע ענינים אין גשמיות נעמען זיך פון זייער שורש און ענלעכקייט אין רוחניות. אַזוי אויך די מחלה און רפואה הנ"ל, וואָס איז געקומען אין די לעצטע דורות, איז עס מצד זייער ענלעכקייט אין רוחניות, וואָס איז אויך געקומען בדורות האחרונים.
עס איז דאָך עקבתא דעקבתא דמשיחא, אָט באַלד איז — קץ שם לחושך, במילא ווערט פאַרשטאַרקט און פאַרמערט קליפּת עמלק, חוצפּה, ישות אָן אַ טעם און אָן אַ פאַרוואָס.
— אַמאָל איז אויך געווען גאוה און ישות, עס איז אָבער ניט געווען אַזוי פאַרגרעבט ווי היינט. —
און פון דעם איז אַרויסגעקומען אויך אין גשמיות — אַ מציאות וואָס האָט אין זיך ניט קיין שום טעם און פאַרוואָס, די מציאות נעמט צו די כחות פון גוף, אַזוי ווי דער עיקר מציאות וואָלט געווען נאָר זי.
האָט דער אויבערשטער מקדים געווען רפואה למכה, און האָט מגלה געווען תורת החסידות, וואָס פּועל'ט אַ צעשטערונג און אַ פאַרוויסטונג אין דעם קראַנקן טייל מציאות הישות.
י. זעלבסטפאַרשטענדלעך אַז אין איין פּרט איז ניט גלייך דער משל צום נמשל. אין משל, אויב מען האַלט די רפואה צופיל צייט, קען דאָס פּועל'ן אַ הירוס אויך אין דעם געזונטן טייל פון גוף. דאַקעגן אין רוחניות קען מען האַלטן אין איין לערנען חסידות, ווייטער לערנען און נאָך לערנען, און עס וועט פּועל'ן אַ הירוס נאָר אין דעם טייל פון גאוה וישות. אין געזונטן טייל וועט דאָס אדרבה, געבן אַ חיזוק און תוספת כוח, ווי עס שטייט) אַז תורה איז עוז ותושי', תושי' לנפש הבהמית און עוז לנפש האלקית.
152עס איז דאָ אַ רשימה פון כבוד קדושת מורי וחמי אדוננו מורנו ורבנו בעל ההילולא, וואָס דאָרטן זיינען פאַרצייכנט זכרונות פון זיין זיידן דעם רבי'ן מהר"ש, אַזוי אויך פון זיין באָבען הרבנית הצדקנית רבקה (דעם רבי מהר"ש'ס רביצין), וואָס איר יאָרצייט איז אויך יו"ד שבט.
צווישן די זכרונות איז פאַרשריבן אַ סיפּור, וואָס דער סיפּור איז שוין אויך געדרוקט), אַז בשעת זי איז אַלט געווען אַכצן יאָר, איז זי געווען שטאַרק ניט געזונט. דער דאָקטאָר האָט איר געהייסן זי זאָל עסן באַלד ווי זי שטייט אויף פון שלאָף. אַזוי ווי זי האָט ניט געוואָלט עסן פאַרן דאַוונען, פלעגט זי אויפשטיין גאָר פרי, דאַוונען און נאַכהער עסן. במילא האָט זי ניט געגעסן פאַרן דאַוונען און אויך געגעסן פרי. אָבער זעלבסטפאַרשטענדלעך אַז דאָס האָט ניט נאָר ניט צוגעגעבן קיין געזונט, נאָר מצד דעם איז זי נאָך אויך ניט דערשלאָפן.
האָט איר דער צמח צדק געזאָגט; אַ איד דאַרף זיין געזונט און אַ בעל כוח. אויף מצוות שטייט וחי בהם, איז דער טייטש וחי בהם מען דאַרף אַריינברענגען חיות אין די מצוות (כפירוש המגיד ממעזריטש שנזכר בהמאמר). בכדי אַז מען זאָל קענען אַריינברענגען אַ חיות אין מצוות, מוז מען זיין אַ בעל כוח און זיין בשמחה. און דער צמח צדק האָט מסיים געווען: דו דאַרפסט ניט זיין קיין ניכטערע. בעסער עסן צוליב דאַוונען ווי דאַוונען צוליב עסן.
*
אַלע ענינים וואָס די רביים האָבן דערציילט, ובפרט דאָס וואָס מען האָט איבערגעגעבן מדור לדור, זיינען דאָך ניט סתם קיין סיפּורים. פון דעם וואָס מען האָט עס איבערגעגעבן מדור לדור איז דאָך זיכער אַז דאָס האָט אַ שייכות צו די הערער, אַז זיי זאָלן זיך אָפּלערנען פון דעם.
* * *
די ענינים פון מענטשן ווערן פאַנאַנדערגעטיילט בכלל אויף צוויי סאָרטן; א) די ענינים וואָס מען טוט צוליב דעם אויבערשטן, אַזוי ווי לימוד התורה, תפלה און קיום המצות. ב) די ענינים וואָס מען טוט צוליב זיך, דאָס וואָס עס איז די אמת'ע נוטיקייט פאַר מענטשן אָדער דאָס וואָס עס ווייזט זיך אויס אַז עס איז נויטיק פאַר אים.
די נקודה פּנימית פון די צוויי סוגים איז „דאַוונען" און „עסן". דער ערשטער סאָרט איז „דאַוונען", וואָרום דער ענין פון דאַוונען איז ווענדן זיך, באַהעפטן זיך און דע לפני מי אתה עומד — לפני מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא. דער צווייטער סאָרט איז „עסן", אַלץ וואָס דער מענטש דאַרף, „הונגערט" זיך אים צו דעם, און באַקומענדיק זיין באַדערפעניש — שטילט ער זיין הונגער — עסן.
*4 *
אין דעם אופן ווי אַזוי צו דאַוונען און ווי אַזוי צו עסן, קענען זיין עטלעכע אופנים.
עס קען זיין אַן אופן אַז דער מענטש איז צעשפּאָלטן. דער „דאַוונען" מיטן „עסן" האָבן קיין שייכות ניט צווישן זיך. בשעת'ן דאַוונען (ד. ה. בשעת ער לערנט, איז מקיים153מצוות און דאַוונט) האָט ער ניט קיין שייכות צו ענינים פון וועלט, ביז מען קען מיינען אַז ער איז אַ צדיק גמור, אָבער שפּעטער בשעת עס קומט צו עניני העולם, מסחר אָדער עסן כפּשוטו, איז אינגאַנצן ניט קענטיק אויף אים קיין ענין פון קדושה, רוחניות און איידלקייט.
אָבער אַזאַ אופן איז דאָך אַן ענין וואָס אויף דעם זאָגט מען אָטו בשופטני עסקינן? וברשיעי לא עסקינן.
אַ צווייטער אופן, אַז דער דאַוונען מיטן עסן האָבן אַ שייכות, אין אַלע זיינע ענינים קוקט ער איין אין שולחן ערוך און טוט ווי דאָרטן שטייט, אָבער ער דאַוונט צוליב עסן.
דאָס הייסט: אַזוי ווי ער ווייס אַז ער דאַרף „נעבעך" אָנקומען צום אויבערשטן, און די וועג ווי אַזוי צו באַקומען פון דעם אויבערשטן, איז ווי ער זאָגט אין פּסוק אם בחוקותי תלכו גו' ונתתי גשמיכם בעתם, דערפאַר טוט ער וואָס דער אויבערשטער הייסט, בכדי אַז דערנאָך זאָל ער קענען קומען צום אויבערשטן מיט דעם וועקסל, אַז דער אויבערשטער זאָל אים געבן אַלץ וואָס ער דאַרף, אויסצאָלן אים פאַר זיין דאַוונען.
די גמראיא) זאָגט טאַקע, אַז האומר סלע זו לצדקה על מנת שיחי' בני הרי זה צדיק גמור, ובמילא, איז דער וועג פון דאַוונען צוליב עסן אויך אַ וועג. אמת טאַקע, רש"י זאָגט דאָרטן: אם רגיל בכך — ניט אָפּגעבן איין מאָל צדקה און דערנאָך לכשיחי' בנו אויפהערן, נאָר רגיל בכך, אָבער פונדעסטוועגן, אַפילו אויב ער איז איינגעוואוינט אין דעם, וויבאַלד אָבער אַז דאָס איז צוליב אַ פּני' איז ניט דאָס איז דער תכלית.
אמת, די גמרא זאָגטיב), אַז מען זאָל לערנען תורה און מקיים זיין מצות אפילו שלא לשמה, פאַרוואָס אָבער? — גיט די גמרא דעם טעם, אַז ער וועט צוקומען צו לימוד התורה וקיום המצות לשמה.
4 4
דער אופן און תכלית הנרצה איז, ניט אַז דער דאַוונען מיטן עסן זאָלן קיין שייכות ניט האָבן, אויך ניט דאַוונען צוליב עסן, נאָר — עסן צוליב דאַוונען.
דאַוונען, דאַרף מען געוויס צוליב דאַוונען, דאָס איז אַ פּשוט'ע זאַך. בשעת ער האָט אַ ידיעה אַז דער אויבערשטער וויל ער זאָל לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, קען זיך ביי אים גאָר ניט לייגן אַנדערש ווי דער אויבערשטער האָט געהייסן. ובמילא דאַוונט ער שלא על מנת לקבל פּרס, נאָר וויילע אַזוי האָט דער אויבערשטער געהייסן. ער פרעגט ניט צי ער וועט האָבן דערפאַר עולםהבא צי ניט, ומכל שכן אַז ער פרעגט ניט נאָך שכר אין עולם־הזה.
אָבער דאָס איז נאָך ווייניק. דאָס וואָס עס פאָדערט זיך איז, אַז אויך זיין עסן זאָל זיין צוליב דאַוונען. אַלע זיינע ענינים זאָלן זיין צוליב קדושה, אַזוי ווי עס שטייט בכל דרכיך דעהו.
דאָס וואָס ער וועט זיין אַ גביר, שטיין אין „דאַן און בראָדסטריט" גאָר הויך און זיין אין „בראקעט" וואָס צאָלן 95 פּראָצענט טעקסעס, נאָך154ניט דאָס איז דער תכלית פון בריאת האדם, נאָר אַז אַלע זיינע ענינים זאָלן זיין צוליב קדושה, בכדי ער זאָל לערנען תורה מיט מנוחת הנפש, מקיים זיין מצות בהרחבה, און געבן צדקה ביד רחבה.
און ניט באַנוגענען זיך דערמיט אַליין, נאָר זען ווירקן אויך אויף אַנדערע. וואָרום דורך דעם וואָס ער איז אַ גביר — וועט דאָך אים זיין גרינגער צו ווירקן אויף אַנדערע. ווי מיר זעען, אַז אַן אָרעמאַן לאַכט מען אויס, אָבער אַ גביר איז אַפילו ווען ער טוט אַ נאַרישקייט טוט מען אים נאָך, ומכל שכן בשעת ער טוט אַ גלייכע זאַך. ובמילא; בשעת ער וועט לייגן תפילין וועלן אַלע לייגן תפילין, בשעת ער וועט היטן שבת וועלן אַלע היטן שבת, וואָרום מען זעט דאָך אַז פאַרוואָס איז ער געוואָרן אַ גביר וויילע ער היט שבת, בשעת ער וועט לייגן רבנו תם'ס תפילין וועלן אַלע אָנהויבן לייגן רבנו תם'ס תפילין, און בשעת ער וועט עסן שמורה־מצות — וועלן זיך צומאַכן אַלע פּשוט־מצה־בעקערייען, וויילע אַלע וועלן אָנהויבן נוצן שמורה.
און דאָס מיינט „עסן צוליב דאַוונען", אַז אַלע מענטשלעכע ענינים און זיינע באַדערפענישן (וואָס דאָס אַלץ ווערט אָנגערופן „עסן") דאַרפן זיין צוליב „דאַוונען" (וואָס איז כולל כל התורה והמצות), אויף אויפטאָן אין זיי דעם וחי בהם, אַריינברענגען חיות אין תורה ומצות.
אַ ווייטערדיקע אָנווייזונג איז דאָ פון דעם אויבן־דערמאָנטן, דאָס וואָס די הוראה איז איבערגעגעבן געוואָרן צו אַ פרוי, אַ מאַמע פון קינדער, וואָס איינער פון זיי איז דערנאָך געוואָרן אַ נשיא בישראל.
די אָנווייזונג פון דעם איז;
בשעת מען וויל עס זאָלן אויסוואַקסן קינדער וואָס זייער פירונג זאָל זיין ניט דאַוונען צוליב עסן און ניט אַז דער דאַוונען מיטן עסן זאָלן זיין צוויי באַזונדערע וועלטן, נאָר זיי זאָלן עסן צוליב דאַוונען —
איז דאָס אָפּהענגיק פון דער מוטער. זי זאָל אַליין אויפפירן זיך אַזוי און אַריינגעבן דעם גייסט אין די קינדער, פון קליינווייז אויף, ווען זיי ליגן נאָך אין וויגעלע, אַריינגעבן אין זיי אָט דעם געפיל אַז אַלע ענינים דאַרפן זיין צוליב באַהעפטן זיך מיטן אויבערשטן, און אָן דעם — איז אַפילו אויב עס איז דאָ וואָס צו „עסן", האָט עס קיין טעם ניט.
און דאַן האָדעוועט מען אויס אַזעלכע קינדער וועלכע ווערן דערנאָך גדולים בישראל, אַז זיי האָבן מיט וואָס צו דאַוונען און האָבן וואָס צו עסן, און עסן ווי דער אויבערשטער וויל, וואָס זיין רצון איז דאָך, אַז אידן זאָלן האָבן מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה, אַז עס איז ניט נאָר בני רויחי, נאָר אויך חיי רויחי ומזוני רויחי.
עס זאָל זיין דער והריקותי לכם ברכה עד בלי די, אַ געבענטשטע הויז אין רוחניות און אַ געבענטשטע הויז אין גשמיות, און דער פאָטער מיט דער מוטער זאָלן האָבן נחת פון זיי לאורך ימים ושנים טובות, נחת אין רוחניות און נחת אין גשמיות.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק א׳
- Id
- rh-48wrq4t4