עברית
Library

Likkutei Sichos

Ki Sisa

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

178אין אַ דעת רחבה, דעמאָלט איז מען אים ממלא אַלץ וואָס ער דאַרף, ביז אַז אויך ווען ער פאַלט אַראָפּ פון זיין מדריגה זאָל ער האָבן אַלע ענינים וואָס ער דאַרף.

לויט דעם וועט מען פאַרשטיין דעם מאמר הגמרא, וטוב לב משתה תמיד זה שדעתו רחבה, אַז דער וואָס בכללות איז דעתו רחבה, פּועל'ט ער

פרשת

א. אויפן פּסוק זה יתנו גו' זאָגט דער ירושלמיא), אמר ר' מאיר כמין מטבע של אש הוציא הקב"ה מתחת כסא כבודו והראהו למשה ואמר לו זה יתנו, כזה יתנו — ווייל משה נתקשה בו, משה'ן איז געווען שווער דער ענין פון מחצית השקל, דערפאַר הראה לו הקב"ה כו'.

תוספות אין חוליןג) איז מבאר אַז משה'ן איז ניט שווער געווען וואָס ס'מיינט מחצית השקל, נאָר ער האָט זיך געוואונדערט אויף דעם וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט מען זאָל געבן כפר נפשו; ווי איז שייך צו געבן כפר נפשו, עס איז דאָך עור בעד עור וכל אשר לאיש יתן בעד נפשו ועדיין לא נגע)).

לויט דעם דאַרף מען פאַרשטיין, ווי אַזוי איז ביי משה רבינו געוואָרן פאַרענטפערט דער ענין ווי איז שייך כפר נפשו דורך דעם וואָס דער אויבערשטער האָט אים באַוויזן מטבע של אש מתחת כסא הכבוד?

ב. צו פאַרשטיין דאָס, דאַרף מען אַלע המשכות מלמעלה, אַז מען איז אים ממלא כל צרכיו, ובמילא איז וטוב לב משתה תמיד, אַז תמיד, אַפילו ווען ער פאַלט אַראָפּ פון זיין מדריגה און האָט קוצר הדעת, איז ער אויך וטוב לב, וואָרום ער האָט כל צרכיו.

(משיחת שבת פרשת תשא,

שושן פורים קטן, תשי"ז) תשא

פריער מבאר זיין דעם ענין פון מטבע של אש מתחת כסא הכבוד, וואָס אין דעם זיינען פאַראַן דריי ענינים; א) מטבע. ב) אש. ג) כסא הכבוד.

מטבע ; די גמרא) זאָגט אַז מטבע איז — חריף לצאת. דאָס איז דער חילוק פון מטבע מיט שוה כסף. שוה כסף שאַצן אָפּ ניט אַלע גלייך, איינער דאַרף האָבן מערער דעם חפץ, איז דאָס ביי אים מערער ווערט, אַ צווייטער דאַרף האָבן ווייניקער דעם חפץ, איז דאָס ביי אים ווייניקער ווערט, און אַ דריטער דאַרף אים אינגאַנצן ניט. אָבער מטבע איז חריף לצאת, ד. ה. מטבע האָט אַ באַשטימטע ווערט, און דאָס איז ביי אַלעמען גלייך.

אש; עס איז ידוע דער חילוק פון אש מיט שארי היסודות. שארי היסודות יורדים למטה, און אַפילו רוח וואָס איז ניט יורד למטה אָבער מ"מ בלייבט ער במקומו וואו ער געפינט זיך, און זיין אָרט איז דאָך למטה, ורוח אלקים מרחפת על פּני179המים, און אויף דעם אָרט בלייבט ער, אָבער אש איז בטבעו עולה למעלה, ביז מען דאַרף זוכן פאַרשידענע תחבולות מיט וואָס אַראָפּברענגען דעם אש און האַלטן אים למטה, אַז ער זאָל דאָרטן מאיר זייןח).

כסא הכבוד; אין כסא הכבוד אַליין זיינען פאַראַן צוויי ענינים; א) כסא. ב) כבוד. כסא איז מלשון כיסוי, ווי עס שטייט אין ספרים. כבוד מיינט, אַז דער כסא איז מוסיף כבוד. ועל דרך משל במלך בשר ודם אַז דורך דעם וואָס ער איז יושב על כסא כבודו איז דאָס מוסיף כבוד. אין פלוג זיינען זיי דאָך ענינים הפכיים. וואָרום כבוד קומט דורך התגלות דוקא. בשעת דער מלך אַנטפּלעקט זיין גרויסקייט וואַרפט ער אויף אַלעמען אַ פּחד און אַלע גיבן אים כבוד, אַנדערש אָבער בשעת ער איז באַהאַלטן און פאַרהוילן פּועל'ט עס ניט קיין כבוד, ואדרבה. היינט וואָס איז דער חיבור פון כסא הכבוד, זיי זיינען דאָך ענינים הפכיים?

נאָר דער ענין איז כלשון המגידח), אַז אויב עס וואָלט מאיר זיין רוב וגודל הבהירות שלמעלה, וואָלטן נבראים ניט קענען נעמען דערפון. דערפאַר מוז זיין אַ כיסוי, וואָס איז מעלים ומסתיר אויף דער בהירות. עס איז אָבער ניט קיין העלם והסתר לגמרי, עס איז מער ניט וואָס עס איז מעלים ומסתיר אויף דער ליכטיקייט וואָס איז העכער ווי די נבראים קענען מקבל זיין, און דורך דעם ווערט נתגלה דער אור וואָס איז בערך הנבראים, און דער גילוי פּועל'ט אויף זיי, זיי זאָלן געבן כבוד צום אויבערשטן.

און דאָס איז אויך דער ענין פון כסא כפּשוטו — אויף אַ כסא זיצט מען, וידוע דישיבה הוא ענין השפּלה. בשעת מען שטייט איז מען העכער און ישיבה איז אַ השפּלה. וזהו ענין כסא הכבוד, וואָס דער אויבערשטער איז זיך מצמצם ומשפּיל צו נבראים.

אויף דעם זיינען אויך מורה די אותיות כסא אין כסא הכבוד — כס אל"ף. דער אל"ף — אור אין סוף ברוך הוא אלופו של עולם, איז זיך מתכסה אין דעם כס און דורך דעם ווערט ער נתגלה צו נבראים.

וזהו ענין כסא הכבוד — דער פאַרבונד פון דעם אויבערשטן מיט נבראים, ראשית התגלות אור אין סוף ברוך הוא בנבראים. (כידוע דכסא הכבוד הוא בבריאה, עולם הכסא).

ג. דער גילוי פון כסא הכבוד רופט אַרויס ביי נבראים צוויי פאַרשידענע תנועות, רצוא און שוב.

רצוא; וויבאַלד נבראים הערן אָן הפלאת אלקות — די רייכקייט פון טלעכקייט — וואָס זיי קענען ניט פאַרנעמען אין זייערע כלים, ניט אין שכל און ניט אין הרגש הלב, רופט עס ביי זיי אַרויס אַ רצוא וכליון, וואָס זיי גייען אַרויס פון זייערע כלים והגבלות און ווילן נכלל ווערן אין אלקות.

— די מדריגה וואָס איז העכער לגמרי פון כסא הכבוד, איז ניט שייך אַז זי זאָל אַרויסרופן אַ כלות הנפש. וואָרום וויבאַלד אַז עס איז באין ערוך לגמרי איז ניט שייך צו הערן אַפילו קיין הפלאה אין דעם. אָבער די מדריגה פון כסא הכבוד איז שייך180מען זאָל הערן, על כל פּנים, די הפלאה פון דעם —

שוב; וויסנדיק דעם רצון וכוונה פון דעם אויבערשטן שנתאוה הקב"ה להיות לו יתברך דירה בתחתונים, וואָס דערפאַר האָט ער זיך מעלים געווען דורכן כסא הכבוד, אויף אַראָפּקומען אין נבראים, רופט עס אַרויס אַ תנועה פון שוב, מען זאָל שטיין אין אַ קבלת עול און מקיים זיין תורה ומצות דאָ למטה.

ד. די צוויי תנועות רצוא און שוב זיינען אויך די צוויי ענינים פון מטבע און אש.

רצוא איז דער ענין פון אש, שטבעו לעלות למעלה — רצוא וכליון לעלות למעלה. שוב איז דער ענין פון מטבע, שחריף לצאת — ביי אַלעמען גייט עס און ביי אַלעמען איז דאָס גלייך.

וואָרום דער חילוק פון רצוא מיט שוב איז;

רצוא איז מצד דעם הרגש הנברא. ער איז מרגיש די הפלאה פון אלקות ווי דאָס איז העכער און מופלא פון זיינע כחות, רופט דאָס אַרויס ביי אים אַ כלות הנפש. במילא זיינען פאַראַן אין דעם חילוקי מדריגות. וואָרום דער רצון וכליון איז תלוי לפי גודל ההבנה וההרגש בהעילוי וההפלאה דאלקות לגבי זיינע רצון, שכל ומדות.

מה שאין כן די עבודה פון שוב איז ניט מצד אָפּשאַצן דעם ריחוק והפלאת אלקות לגבי זיינע הגבלות, נאָר מצד קבלת עול מלכות שמים, וואָס ער וויל אויספירן דעם אויבערשטנס רצון, ובמילא איז דאָס ביי אַלעמען גלייך.

נאָך אַ טעם אויף דעם וואָס „מטבע" איז מורה אויף „שוב" מטבע איז מלשון טבע.

די צוויי פּירושים אין מטבע זיינען פאַרבונדן. וואָרום דאָס וואָס מטבע איז חריף לצאת, און האָט אַ באַשטימטן ווערט איז דאָס ניט תלוי אין הרגש פון יעדן מענטשן וואָס נוצט עס, נאָר דאָס איז אַ „טבע" און רעזולטאַט פון די תכונות חומר המטבע וכיו"ב, וואָס דערפאַר איז דאָס בשווה פאַר אַ רבוי מענטשן וואָס זיינען פאַרשידן צווישן זיך בכל שאר עניניהם — און דאָס איז דער ענין פון „שוב" וקבלת עול — השוואה בכל אחד ואחד און קומט פון הכרה אַז דער אויבערשטער וויל כביכול דירה בתחתונים אין וועלט, אין גשם און לבושי הטבע.

ה. דער תכלית איז, עס זאָל זיין „מטבע של אש", דער חיבור פון מטבע מיט אש צוזאַמען.

בטבע בני אדם, בשעת מען טוט אַן ענין מצד ההרגש האָט מען אין דעם אַ חיות און אַ התלהבות (וואָס דאָס איז אַ טעם נוסף אויף דעם וואָס רצוא נקרא בשם אש, מצד דעם חיות והתלהבות וואָס אין אש), אָבער בשעת מען טוט אַן ענין מצד קבלת עול, האָט מען אין דעם ניט קיין קאָך און קיין חיותז).

עס דאַרף אָבער זיין „מטבע של אש", ביידע זאַכן צוזאַמען, עס זאָל זיין מטבע, קבלת עול, און פונדעסטוועגן זאָל מען האָבן אין דעם אַ התלהבות און אַ קאָך. דער קאָך זאָל זיין ניט אין ענינים וואָס ער וויל, נאָר אין ענינים פון קבלת עול מלכות שמים.

ו. ווי אַזוי פּועל'ט מען עס זאָלן זיין ביידע הפכים צוזאַמען 1 איז בכח הנברא קען דאָס טאַקע ניט זיין, נאָר

181דאָס קומט מצד התגלות האלקות

בנבראים, וואָס ער איז דאָך נושא

הפכים.

און דאָס מיינט מטבע של אש

מתחת כסא הכבוד: פון וואַנען קומט

די „מטבע של אש" — מתחת כסא

הכבוד, שהוא ראשית התגלות אלקות

בנבראים כנ"ל.

בפּרטיות בנשמות ישראל, איז כסא

הכבוד די עצם הנשמה וואָס חצובה

מתחת כסא הכבוד, וואָס אין איר איז דער ניצוץ קטן שבבורא*). ומצד *) אים איז דאָ די עבודה פון מטבע של אש.

ז. לויט דעם וועט מען שוין פאַרשטיין, וואָס דער הראה לו הקדוש ברוך הוא מטבע של אש מתחת כסא הכבוד איז געווען אַן ענטפער אויף משה רבינו'ס וואונדער ווי קען זיין כופר נפשו.

וואָרום דער ענין החטאים והפּגמים, אַפילו חטא העגל, רירן אָן מער ניט ווי אין גילויים, אָבער די עצם הנשמה איז דאָך אַלע מאָל גאַנץ, וגם בשעת החטא היתה באמנה אתו יתברך), איז דורך דער עבודה פון „מטבע של אש", חיבור רצוא ושוב, וואָס קומט מתחת כסא הכבוד, עצם הנשמה, פּועל'ט זי אויך אין די גילויים, אַז עס ווערט כפּרה מלשון קינוח, דאָס נעמט אַראָפּ אַלע פּגמים און נאָך מער, ביז אַז ער ווערט רצוי כמו קודם החטאכ).

ח. מיט דער אויבנדערמאָנטער דערקלערונג אין דעם ענין מחצית

השקל, וועט מען פאַרשטיין פאַרשיאַ דענע פּרטי דינים וואָס זיינען געווען

במחצית השקל;

א) דער דין ביי מחצית השקל איז,

העשיר לא ירבה והדל לא ימעיט.

אין פלוג, וויבאַלד ער איז אַן עשיר,

פאַרוואָס טאַקע לא ירבה נאָך מע־

רער איז ניט פאַרשטאַנדיק, וויבאַלד

אַז פון דעם מחצית השקל האָט מען

געקויפט קרבנות צבור, און דער דין

ביי קרבנות איז עשיר שהביא מנחת

עני לא יצאיא), היינט פאַרוואָס —

העשיר לא ירבה?

אָבער לויט ווי מען האָט דערקלערט איז פאַרשטאַנדיק; דער חילוק פון עשיר מיט עני איז נאָר אין כחות הגלויים, אָבער מצד העכער פון כחות הגלויים ועל אחת כמה וכמה מצד העצם איז דאָך כולן מתאימות ואב אחד לכולנה וכו'יב), איז בשעת מען דאַרף האָבן אַן עבודה שמצד העצם, זיינען אַלע גלייך.

ב) מחצית השקל האָט מען געדאַרפט געבן כסף דוקא און ניט קיין שוה כסףיג) — ווייל אַן עבודה שמצד עצם הנשמה וואָס אין דעם איז ניטאָ קיין חילוקים, דאַרף זיין פון כסף דוקא, מטבע שחריף לצאת, ביי אַלעמען גלייך.

ג) פון מחצית השקל האָט מען געקויפט קרבנות צבור און ניט קיין קרבנות יחידיד). ביי קרבנות יחיד איז דאָ התחלקות, און אַן עשיר אַז ער ברענגט אַ מנחת עני איז לא יצא. קרבנות ציבור איז אַן ענין מצד הת־182אחדות וכללות ישראל, וואָס אַלע אידן צוזאַמען זיינען אַ קומה שלימה.

ד) פון מחצית השקל האָט מען געמאַכט אדני המשכן דוקא און ניט קיין יריעות וקרשים. יריעות וקרשים זיינען געווען איש כפי נדבת לבו — ווייל יריעות וקרשים שייכים לכחות הגלויים שיש בהם התחלקות, משא"כ אדני המשכן, דער יסוד המשכן, איז אין עבודת ה' דער ענין פון קבלת עולכח).

ט. נאָכן חורבן בית המקדש איז מחצית השקל איבערגעטראָגן געוואָרן אין צדקהי). מיר געפינען אַז צדקה גיט מען אין דערפרי קודם התפלה, כמאמר רז"ליח) יהיב פּרוטה לעני והדר מצלי.

די שייכות פון תפלה וצדקה איז; א) תפלות כנגד תמידין תקנוםיח) און תמידים זיינען קרבנות צבור. ב) תפלה איז דער יסוד העבודה פון כל היום (וואָרום דאָס איז דאָך דער אָנפאַנג פון דער גאַנצער עבודת היום), און דאָס פאַרנעמט דעם גאַנצן מענטשן עד מיצוי הנפש, כלשון הספרי. במילא איז מובן די שייכות פון צדקה, וואָס דאָס נעמט כל נפשו החיונית כו' חיי נפשו כו' *א), צו תפלה.

י. אַזוי ווי אין מחצית השקל איז דער חיבור פון מטבע און אש, אַזוי איז אויך אין צדקה.

צדקה מיינט אַז ער גיט אַוועק זיין געלט צום אָרעמאַן. דאָס קריגן די געלט איז געגליכן צו אש, וואָ־

דום אויף די געלט האָט ער דאָך געהאָרעוועט אָדער, על כל פּנים, ער האָט פאַר די געלט געקענט קויפן חיי נפשו, במילא איז ער דאָך פאַרקאָכט אין דעם מיט אַ התלהבות וחיותכ).

און ער גיט עס אַוועק לעני דלית לי' מגרמי' כלום, ד. ה. אַז ער האָט ניט קיין סיבה און טעםיא) צוליב וואָס ער גיט (וואָרום אויב ער גיט מצד אַ טעם, איז דאָס ניט קיין ענין פון נתינת צדקה לעני בטהרתה, און יענער איז שוין אויך ניט קיין עני דלית לי' מגרמי' כלום, ער האָט דאָך עפּעס אַן ענין וואָס מצד דעם קומט אים מען זאָל אים געבן), מער ניט ווי מצד קבלת עול בלבד.

איז דאָס אַן ענין פון מטבע של אש. ער נעמט זיין „אש", זיין חיות, און מאַכט פון אים אַ מטבע, קבלת עול.

נאָך מערער, אַז דער קבלת עול גופא איז מיט אַ חיות והרגש, וואָרום עס דאַרף דאָך זיין דער מפייסו, דער הרגש. נאָר דער הרגש איז ניט מצד אַן ענין וואָס יענעם קומט, נאָר מצד קבלת עול.

און דאָס איז וואָס צדקה הייסט מטבע של אש, מצד צוויי טעמים; א) ער גיט אַוועק זיין חיות אויף קבלת עול. ב) דער קבלת עול גופא איז מיט אַ חיות.

און וויבאַלד אַז דער חיבור פון די צוויי הפכים קומט מצד קבלת עול ועצם הנפש כנ"ל, ווערט עס כופר נפשו, וחטאך בצדקה פּרוקיא),183עס ווערט אַ כפוה על כל החטאים, וגם חטא העגל וואָס איז דוגמת חטא עץ הדעתיח) און האָט גורם געווען סילוק השכינהכד), און דורך צדקה איז מען מכפּר כל החטאים ביז אַז יתרצה לו לראות פּני המלך, אחזה פניך, השראת השכינה כמ"ש ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם, בתוך כל אחד ואחד מישראל.

(משיחת ש"פ שקלים, תשי"ז)

יא. אין היינטיקער הפטרה ווערט דערציילט וועגן אלי' הנביא וואָס ער האָט געטאָן בשעת עס איז געווען אַן עת צרה — וועלכע איז געקומען, ווי יעדער עת צרה, מצד טשטוש הדיעות ובלבול המוחות. אלי' הנביא האָט צונויפגעקליבן אַלע נביאי הבעל מיט אַלע אידן, און געזאָגט זיי, עד מתי אתם פּוסחים על שתי הסעיפים.

לכאורה, פאַרוואָס האָט ער ביי זיי געמאָנט עד מתי אתם פּוסחים על שתי הסעיפים, ער האָט געדאַרפט מאָנען עד מתי אתם עובדים לבעל, שוין צייט איר זאָלט אויפהערן דינען דעם בעל און אָנהויבן זאָגן הוי' הוא האלקים.

וועט מען עס פאַרשטיין דורך דערקלערן פריער דעם חילוק צווישן עבודה זרה און פּוסחים על שתי הסעיפים.

יב. באמת איז דאָך ניט פאַרשטאַנדיק ווי קומט עס אַז אַ איד זאָל זיין אַן עובד עבודה זרה? אידן זיינען דאָך מאמינים בני מאמינים און זיינען ניט שייך צו כפירה חסושלום כלל.

וועט מען עס פאַרשטיין לויט ווי דער רמב"םכח) זאָגט אַז די התחלה פון עבודה זרה איז געקומען מצד דעם וואָס די השפּעה שמלמעלה גייט דורך די כוכבים ומזלות, דערפאַר האָבן זיי זיך משתחוה געווען און אָפּגעגעבן כבוד צו די כוכבים ומזלות, בכדי די כוכבים ומזלות זאָלן זיי משפּיע זיין השפּעות.

דער אמת איז, אַז כאָטש אַז די השפּעה גייט דורך די כוכבים ומזלות, דאַרף מען זיי ניט געבן קיין כבוד, ווייל זיי זיינען מער ניט ווי כגרזן ביד החוצב.

און ווי עס ווערט דערקלערט אין חסידותכ) דער חילוק פון אב ואם, שנצטוינו לחלוק להם כבוד, ביז כוכבים ומזלות, אַז ניט נאָר שלא נצטוינו לחלוק להם כבוד, נאָר אדרבה, עס איז נאָך אַן עבירה — וויילע אב ואם זיינען בעלי בחירה, מה שאין כן כוכבים ומזלות זיינען כגרזן ביד החוצב.

און בשעת מען גיט כבוד און מען בוקט זיך צו כוכבים ומזלות, איז דאָס עבודה זרה, וואָס איז פון די האַרבסטע עבירות, ווי עס שטייט אין גמראכז), חמורה עבודה זרה שכל הכופר בה כאילו מודה בתורה כולה.

נמצא אַז די סיבה וואָס זיי האָבן געדינט עבודה זרה איז געווען בכדי צו האָבן, לויט זייער פאַלשן באַגריף, פון זיי השפּעות גשמיות, ד. ה. צוליב זייערע אייגענע פּניות.

184און דאָס איז די סיבה וואָס אויך אידן וואָס זיינען מאמינים בני מאמינים זאָלן קענען איבערפאַלן רחמנא לצלן אין חטא ע"ז — ווייל דאָס איז ניט וואָס זיי דינען די ע"ז מיט אַן אמת חס ושלום, דאָס איז מער ניט ווי צוליב פּניות.

(דאָס וואָס אַ איד דינט דעם אויבערשטן איז דאָס ניט נאָר בכדי ער זאָל אים משפּיע זיין זיינע באַדערפענישן, נאָר ווייל ער איז איבערגעגעבן צו אים מיט אַן אמת ובלב שלם, שלא על מנת לקבל פרס, מה שאין כן אַן עובד עבודה זרה, להבדיל, איז דאָס נאָר צוליב די השפּעות וועלכע זי איז משפּיע).

און דאָס איז אויך דער טעם וואָס זיי האָבן געדינט צום בעל, כמ"שח) ומן אז חדלנו גו' חסרנו כל.

יג. הגם דער כללות ענין פון ע"ז איז צוליב די השפּעות וועלכע מען איז מקבל דורך איר, איז אָבער אין דעם גופא פאַראַן צוויי אופנים; ע"ז און פּוסח על שתי הסעיפים.

עבודה זרה מיינט, אַז ער מיינט טאַקע באמת אַז די ע"ז גיט אים השפּעה, איז כאָטש ס'איז טאַקע צוליב אַ פּני', פונדעסטוועגן איז דאָך אָבער די פּני' ביי אים מיט אַן אמת, ער האַלט טאַקע אַז דורך דעם וואָס ער וועט דינען די כוכבים ומזלות וועלן זיי אים געבן השפּעה.

מה שאין כן פּוסח על שתי הסעיפים, איז דאָך בספק, און עס זיינען דאָ אַזעלכע וואָס זיי זיינען תמיד בספק, ומזמן לזמן כאַפּט ער זיך אַז די ע"ז איז אין בה ממש. נאָך אַן אופן פון פּוסח — ענין השיתוף; ער גלויבט אין דעם אויבערשטן און אויך אין דער עבודה זרה להבדיל.

וואָס דער אמת איז דאָך, אַז אַפילו דינען עבודה זרה בשיתוף אָדער משום ספק — אפילו אויב מער ניט ווי בדבור אַליין צי במעשה אַליין אָן קיין שום אמונה בלב כלל, איז אויך אַן עבירה גדולה ביותר, ביז אַז אויך אויף דעם איז זיך אַ איד מוסר נפש, כדאיתא בתניאכט).

יד. לויט דעם וועט מען פאַרשטיין אַז אין פילע פּרטים איז דער ענין פון פּוסח על שתי הסעיפים ערגער פון עבודה זרה.

הגם אַז בכללות איז עבודה זרה ערגער, וואָרום ער איז שטענדיק פאַרדאָרבן, ער איז אַ כופר רחמנא לצלן, — אָבער בנוגע צו תשובה, איז הפּוסח על שתי הסעיפים ערגער, וואָרום ס'איז שווערער אַז דער פּוסח על שתי הסעיפים זאָל טאָן תשובה טלימה אמיתית.

אין דעם זיינען פאַראַן צוויי פּרטים;

א) דער וואָס האָט געגלויבט אין דער עבודה זרה, איז בשעת ער כאַפּט זיך אַז הוי' הוא האלקים און ביז היינט האָט ער געהאַט אַ ביטערן טעות, פילט ער דאַן דעם גרויסן חטא וואָס ער האָט געטאָן, ובמילא טוט ער תשובה ווי עס באַדאַרף זיין, און דאַן איז ושב ורפא לו.

דאַקעגן דער פּוסח על שתי הסעיפים, וויבאַלד ער גלויבט דאָך אויך אין דעם אויבערשטן, איז אַפילו שפּעטער, פילט ער ניט אויף אַזוי פיל דעם גודל החטא, ער טראַכט ביי זיך; וואָס האָב איך געטאָן אַזאַ חטא?186איך בין דאָך מלכתחילה געווען בספק אפילו בחיצוניות, ובאמת בין איך דאָך ווי אַלע אידן אַלע מאָל געווען אַ מאמין וכו' וכו'. במילא האָט ער ניט קיין חרטה מיט אַן אמת ואין תשובתו שלימה*)).

ב) דער וואָס גלויבט אין עבודה זרה ניט בשיתוף איז ער מקולקל בתכלית ר"ל, ער האָט אַ טעות און מיינט אַז הבעל הוא — חס ושלום — האלקים. עס קען אָבער זיין אַז כאָטש ער איז אָפּגעריסן פון אלקים אמת, אָבער דער כללות ענין הרוחניות איז אים נוגע. דאַקעגן הפּוסח על שתי הסעיפים בשיתוף, ווייזט דאָך אויף אַזאַ פאַרדאָרבנקייט, אַז ניט נאָר וואָס ער וויל ניט האָבן אַ שייכות צו אלקים אמת, נאָר ער האָט ניט קיין שייכות צו כללות ענין הרוחניות, וראיה על זה, אַז וויסנדיק דעם אמת אַז הוי' הוא האלקים, איז ביי אים רעכט צו פאַרבייטן — חס ושלום — דעם אויבערשטן צוליב גשמיות, פאַרבייטן מקור מים חיים אויף לחצוב בארות נשברים*1)).

אַן עובד עבודה זרה, אויב רוחניות רירט אים אָן, איז בשעת ער כאַפּט זיך זיין טעות, וועט ער תשובה טאָן. דאַקעגן הפּוסח כו', וויבאַלד אים איז ניט נוגע דער ענין הרוחניות, אים איז נוגע נאָר זיינע גשמיות, איז אַפילו קומענדיק צום אמת אַז גשמיות הענגט אָפּ נאָר פון אויבערשטן, וועט ער אויך ניט תשובה טאָן צום אויבערשטן באמת — נאָר צוליב די גשמיות.

טו. דאָס אַלץ איז נאָר בנוגע צו זיך. עס איז אָבער פאַראַן נאָך אַן ענין מיט וואָס פּוסח על שתי הסעיפים איז ערגער פון עבודה זרה, און דאָס איז; בנוגע צו יענעם.

דער וואָס דינט עבודה זרה ר"ל וועט זיך קיין איד פון אים ניט אָפּלערנען. וויסנדיק אַז ער איז אַ כופר, האָט מיט אים קיינער ניט קיין געשעפטן. דאַקעגן דער פּוסח על שתי הסעיפים, וויבאַלד ער איז דאָך אַ מאמין אויך, איז ער בכלל מחטיא את הרבים, והמחטיא את הרבים קשה מכולם.

טז. די גמראז) זאָגט אַז דעם יצר הרע פון עבודה זרה האָט מען מבטל געווען זיין כוח, אָבער דער ענין פון פּוסח על שתי הסעיפים איז אויך היינט שטאַרקער פון יצר הרע דעבודה זרה, צי אין דקות דדקות, צי אין דקות אָדער נאָך מערער.

עס זיינען פאַראַן אַזעלכע וואָס צוליב גשמיות'דיקע פּניות, פּרנסה, כבוד המדומה און מה יאמרו הבריות, זיינען זיי מוותר לפי שעה אויף כמה וכמה ענינים פון תורה ומצות. אויף די פאַר טעג צי די פאַר וואָכן שטעלט ער אַוועק דעם שולחן ערוך צוזאַמען מיטן אויבערשטן כביכול אויפן פּאָליצע — שעלוו — בכדי מען זאָל ניט זאָגן אויף אים אַז ער איז אַ בטלן, אַז ער פאַרשטייט ניט די היינטיקע צייט, ובפרט אַז דאָ אין אַמעריקע דאַרף מען פאַרבויגן אויף די אַלטע זאַכן, מען דאַרף זיך פירן אַ ביסל לויטן רוח הזמן כו'.

און צוליב דעם, מען זאָל ניט186זאָגן אויף אים אַז ער איז אַ בטלן, בכדי ער זאָל האָבן כבוד המדומה, אָדער נאָך געלט (וואָס באמת גייט אַוועק די געלט אויף דאָקטוירים וכו', וואָרום וויבאַלד אַז די געלט קומט ניט לויט דעם אויבערשטנס רצון — גייט עס אַוועק אויף ענינים בלתי רצויים, וואָרום עס פעלט דער יברכך גו' וישמרך מן המזיקים) איז ביי אים רעכט צו פאַרקויפן, לפי שעה על כל פּנים, דעם אויבערשטן כביכול מיט זיין אייגענע נשמה.

דאַרף מען וויסן אַז אין פילע פּרטים איז דאָס נאָך ערגער פון עבודה זרה, מצד די פריער־דערמאָנטע טעמים;

א) עס איז שווערער צו טאָן תשובה מיט אַן אמת, וואָרום ער פילט ניט אַזוי שטאַרק דעם חטא. ער וועט זיך איינריידן אַז זיין חטא איז ניט אַזוי גרויס, וואָרום בכלל איז ער דאָך אַן ערלעכער איד, איז מה רעש אַז אויף אַ קליינער וויילע האָט ער פאַרבויגן אַן ענין צוליב פּרנסה א. א. וו.

ב) ער איז אַ פאַרדאָרבענער. ער קען פאַרבייטן גייסטיקע ענינים וואָס זיי זיינען ענינים נצחיים, אויף ענינים גשמיים וואָס זיי זיינען מער ניט ווי לפי שעה. ער פאַרקויפט עולםהבא הנצחי צוליב געלט און כבוד.

ג) ער איז מחטיא את הרבים. בשעת ער וועט אַרויסגיין חס ושלום מיט אַן עפענטלעכער כפירה, וועט מען אים אַרויסוואַרפן פון די ד' אמות, אָבער בשעת ער פאַרוויקלט די ענינים פון היפּך התורה און זאָגט אַז לפי שעה מאַכט ניט אויס און ברענגט נאָך אַ „ראי'" פון אַ פּסוק אָדער אַ מאמר רז"ל, איז ער מחטיא את הרבים.

יז. אויף דעם איז די הוראה פון דער הפטרה אַז די עיקר מאָנונג איז „עד מתי אתם פּוסחים על שתי הסעיפים", דאָס איז נאָך ערגער פון עבודה זרה.

און אַזוי ווי עס איז געווען דעמאָלט אַז אַלע אידן האָבן תשובה געטאָן און געזאָגט הוי' הוא האלקים, הוי' הוא האלקים, צוויי מאָל, נאָך מער ווי בשעת מתן תורה וואָס עס שטייט אנכי הוי' אלקיך איין מאָל48)), ווי עס ווערט דערקלערט אין פיל ערטער אַז דורך תשובה קומט מען צו העכער פון דעם מצב קודם החטא, כפלים לתושי';

און ניט נאָר צוויי מאָל אַזוי פיל אין כמות, נאָר נאָך מערער, אַז דער צווייטער מאָל איז אַ העכערע מדריגה באין ערוך פון דעם ערשטן מאָל —

אַזוי אויך איצטער; די אַלע וואָס זיינען פּוסחים על שתי הסעיפים דאַרפן תשובה טאָן, און בכפלים לתושי'.

ישראל זיינען דאָך ערבים זה בזה 44)), אידן זיינען אויסגעמישט איינער מיטן אַנדערן, איז דעם אור וואָס זיי וועלן באַקומען דורך זייער תשובה, וועט ער נמשך ווערן אויך אין די אידן וועלכע זיי האָבן, רחמנא לצלן, מחטיא געווען.

און דער אויבערשטער וועט געבן עס זאָל זיין בחסד וברחמים, און די187מחטיאים צוזאַמען מיט די וואָס זיי האָבן פאַרשלעפּט זאָלן תשובה טאָן בכפלים לתושי', און זאָגן אַלע צו־

פרשת

א. דער אָנהויב פון היינטיקער סדרה איז; ויקהל משה את כל עדת בני ישראל ויאמר אליהם אלה הדברים אשר צוה ה' לעשות אותם ששת ימים תעשה מלאכה וביום השביעי יהי' לכם קדש שבת שבתון וגו'.

זיינען אין דעם פאַראַן פיל דיוקים און קשיות, וואָס עטלעכע פון זיי פרעגן אויך די מפרשי התורה;

א) וואָס איז דער ענין פון ויקהל משה, דער געוויינלעכער לשון אין תורה איז דאָך ויאמר משה, ווי עס שטייט אין די מערסטע ערטער און אויך אין דער פּרשה אין עטלעכע פּסוקים ווייטער ביי דעם ציווי פון תרומת המשכן?

ב) ער זאָגט, אלה הדברים אשר צוה הוי' לעשות אותם, און ער דערקלערט ניט וואָס זיינען די דברים? רוב מפרשי התורה לערנען אַז דאָס גייט אויף ציווי תרומת המשכן, אָבער דאָס איז דאָך שווער, וואָרום ווייטער ביי תרומת המשכן זאָגט ער נאָך אַמאָל ויאמר גו', מוז מען דאָך זאָגן אַז די אמירה גייט אויף אַן ענין, וואָס איז פאַר דעם צווייטן ויאמר, אויף דעם וואָס ער זאָגט באַלד נאָך דעם — ששת ימים גו', איז דאָך אָבער ניט פאַרשטאַנדיק; אויף שמירת שבת זיינען זיי דאָך זאַמען הוי' הוא האלקים, הוי' הוא האלקים.

(משיחת שבת פרשת תשא, תשי"ז) ויקהל

שוין אָנגעזאָגט געוואָרן אין די עשרת הדברות.

ג) פאַרוואָס זאָגט ער שבת שבתון, צוויי מאָל דעם ענין פון שבת?

ד) רש"י זאָגט (און אַזוי שטייט אויך אין גמרא, מדרשא) און זהר) אַז ויקהל משה איז געווען אויף מאָרגן נאָך יום כיפּור, בשעת משה רבינו איז אַראָפּגעקומען פון הר סיני.

פון דעם איז פאַרשטאַנדיק אַז דער ויקהל משה גו' האָט אַ שייכות צו יום כיפּור וואָס זיין ענין איז — כפּורים, וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו משה'ן, „סלחתי כדבריך", וואָס דאָס איז די כפּרה אויפן חטא העגל. דאַרף מען פאַרשטיין וואָס איז די שייכות צווישן זיי?

ב. וועט מען עס פאַרשטיין דערמאָנענדיק פריער די דברי רז"לח) וועגן דעם דיוק פון לשון תעשה (תי"ו צרוי', עיי"ן קמוצה) און ניט תעשה (מיט אַ פת"ח). דער חילוק איז; תעשה (מיט אַ פת"ח) מיינט, עשי' בהתעסקות — טאָן מיט אַ פאַרנומענקייט. תעשה (מיט אַ ציר"י) מיינט עשי' בדרך ממילא — אַז

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-1g9h1fny

Copies

Recent activity

#109 Likkutei Sichos vol 1: machine reading · approved

Sources