עברית
Library

י"ט כסלו

298

און אומקערנדיק זיך צו דאָס אויבנגעשריבענע — אויב פון יעדן אידן ווערט געפאָדערט צו דערפילן די דערמאָנטע הויפּט אויפגאַבע, וואָס אויף דעם באַקומט יעדער איד ספּעציעלע כוחות — על אחת כמה וכמה אַז דאָס ווערט געפאָדערט פון אַן אָפּשטאַמלינג פון אַ רבי'עשע משפחה. וואָס אין צוגאָב צו די אַלגעמיינע כוחות פון תורה צוה לנו משה מורשה קהלת יעקב, האָט ער בירושה אויך ספּעציעלע כוחות פון עלטערן און אורעלטערן.

איך וועל נאַטירלעך זיין צופרידן, און עס וועט מיר פאַרשאַפן אַ באַזונדערן פאַרגעניגען צו הערן פון אייך גוטע בשורות אין באַצוג צו אַלעס אויבנגעשריבענע.

בכבוד ובברכה.

אין ענטפער אויף אייער הצעה. . . אויב מ'זאָל אפילו אָננעמען, אַז זיינערצייט, ד.ה. מיט עטלעכע צענדליג יאָר צוריק, איז די וועג אויף פאָרברענגען חסידות צו ברייטערע קרייזן געווען דורך סטיליזירן דאָס, ביז וואַנעט דאָס זאָל ווערן ענלעך צו אַ שיטה וואָס איז פרעמד צו חסידות, באַטראַכטנדיג אַז דאָס וועט זיין אַ צוגרייטונגס­שטופע צום צוקומען סוף סוף צו חסידות — איז זיכער, אַז אין די לעצטע יאָרן איז ניט געווען אין דרויף קיין נויטווענדיקייט. במילא האָט מען מיט דעם צוגאנג — בלויז געגעבן אַ פאַלשן בילד פון חסידות, פון דעם וואָס איז אמת לאמתו פון תורת אמת.

מיין פּערזענלעכע מיינונג, באַגרינדעט אויך אויפן לעבן אין דייטשלאַנד עטלעכע יאָר, איז אַז אויך דאַן האָט מען געקענט פאָרברענגען חסידות אין איר אמתן תוכן, און עס וואָלט זיך צוגענומען אין דער ריכטיגער פאָרם, אָן פיל יוצא­דופן'ס. . .

(ממכתב ב' כסלו תשכ"ח)

נעם לי לקבל מכתבו מאור ליום ד', בו כותב אודות מצב רוחו והשקפתו בנוגע לחסידות, תורתה ועניני' וכו'.

ותקותי חזקה אשר ע"י הכירו תורה זו בפנימיות יותר ובעומק, יתקרב לה ולמסקנות שלה, וביחוד שסוף סוף פנימיות התורה שנתגלתה בתורת החסידות, הרי היא נשמה ופנימיות של תורתנו הק' תורת הנגלה, ובסגנון הזהר הק' — נשמתא דאורייתא.

ולהזכירו במכתבו, שבדורות הקודמים היו שהתנגדו לתורה זו וכו', הרי ביארו טעמם ונמוקם באריכות, שחששו שעל ידי הליכה בתורה זו יתרחקו ח"ו מקיום מצות מעשיות וכיו"ב, ואם בתקופה ההיא היו חילוקי דיעות, היש איזה מקום לחשש כזה,

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-b9t360bd

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources