עברית
Library

חנוכה

322

ב"ה. חנוכה, תשכ"ד

ברוקלין, נ.י.

צו די עסקנים און פריינט פון די בית רבקה שולעס — אין אַלגעמיין, און צו די אָנטיילנעמער אין דעם צוואַנציקסטן יערלעכען באַנקעט — בפרט

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

דער היי­יאָריגער יערלעכער באַנקעט, וואָס קומט פאָר בלויז עטלעכע טעג נאָך חנוכה, גיט אַ גלענצענדע געלעגענהייט צו פאַרוואַנדלען די באַגייסטערונג פון דעם ליכטיגען יום­טוב אין פּראַקטישע מעשים.

דער מוסר פון צינדען חנוכה­ליכט אַנטהאַלט דריי יסודות'דיגע נקודות, וועלכע האָבן אַ דירעקטע פאַרבינדונג מיט די פּראָבלעמען פון אונזער צייט און גיבן פּראַקטישע אָנווייזונגען:

(א) די חנוכה­ליכט (וועלכע סימבאָליזירן "נר מצוה ותורה אור") דאַרפן אָנגעצונדן ווערן ווען עס איז פינסטער. דאָס לערנט אוז, אַז מען טאָר ניט נתפעל ווערן פאַר דער "פינסטערניש" און גייסטיגער אָרעמקייט, ווייל אפילו אַ ביסעלע ליכטיקייט פון תורה און מצוות פאַרטרייבט אַ סך פינסטערניש.

(ב) די חנוכה­ליכט דאַרפן אָנגעצונדן ווערן אַזוי אַז זייער ליכטיקייט זאָל אַרויסשיינען אין דרויסן. דאָס לערנט אונז, אַז מען טאָר זיך ניט באַגענוגענען דערמיט וואָס באַ זיך אינדערהיים איז ליכטיק און וואַרעם מיט נר מצוה ותורה אור; מען מוז זיך באַמיען אויך ליכטיג צו מאַכן אין גאַס און אין דער גאַנצער סביבה.

(ג) די חנוכה­ליכט ווערן אָנגעצונדן מוסיף והולך — מיט אַ ליכטעלע מער יעדע נאַכט פון חנוכה. דאָס לערנט אונז, אַז די אַרבעט צו פאַרשטאַרקן און פאַרשפּרייטן תורה­אידישקייט דאַרף זיין אין אַ שטייגענדער מאָס, און אַז די דאָזיגע אַרבעט אַנטהאַלט שוין אין זיך אַליין די פאַרזיכערונג אויף אַ שטייגענדעם דערפאָלג.

אונזערע חכמים, זכרונם לברכה, אונטערשטרייכן, אַז אויך די פרויען — פּונקט ווי די מענער — זיינען מחוייב אין דער מצוה פון נר­חנוכה, ווייל די פרויען האָבן אויך געהאַט אַ חלק אין דעם נס­חנוכה. דערביי ווערט ספּעציעל אונטערשטראָכן די מסירות­נפש פון די אידישע פרויען אין יענער צייט צו באַשיצן די קדושה פון דער אידישער היים און צו האַלטן ריין און אומבאַפלעקט דעם כבוד פון אידישע טעכטער.

היינט­צו­טאָג, נאָך מער ווי ווען עס איז, איז דער געבאָט פון דער שעה צו דערציען אידישע טעכטער אין דעם גייסט פון זייער היסטאָרישע ראָלע — אַלס די פון וועמען עס איז אין אַ גאָר גרויסער מאָס אָפּהענגיק דער המשך פון דעם אידישן

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-3eyh1ga1

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources