עברית
Library

י"ט כסלו — חנוכה

314

דער טראָפּ געשטעלט אויף לערנען און פאַרשפּרייטן תורה און מצוות דורכגע­דרונגען מיט דער אינערלעכער ליכטיקייט און לעבעדיקייט פון פנימיות התורה — נשמתא דאורייתא, ווי באַצייכנט אין זוהר הק' — וואָס דער בעל הגאולה האָט אויפגעקלערט און געמאַכט צוגענגלעך פאַר אַלעמען.

דער מרכז הישיבות תומכי­תמימים פאַרקערפּערט אין זיך — אין דער פולסטער מאָס — דעם גייסט פון חנוכה און די אייגנאַרטיקייט פון דער מצוה פון נר חנוכה, וואָס אונטערשטרייכט דריי עיקר­דיגע נקודות אין דעם כללות הענין פון נר מצוה ותורה אור: ערשטנס, וואָס מ'זעט בעיני בשר ממש ווי אַ איד מאַכט ליכטיג באַ זיך און אַרום זיך בשעת ער טוט אַ מצוה; צווייטנס, אַז אין אַלע ענינים פון אידישקייט, תורה און מצוות, טאָר מען זיך ניט באַגנוגנען מיט דעם מצב וואו מ'האַלט, ווי גוט דאָס זאָל זיין, נאָר מ'דאַרף טאָן אין אַן אופן פון מוסיף והולך, אַלץ מער און ליכטיגער; דריטנס, מ'טאָר זיך ניט באַגנוגנען וואָס באַ זיך אין שטוב איז ליכטיג, נאָר מ'דאַרף טאָן אין אַן אופן פון על פתח ביתו מבחוץ — ליכטיג מאַכן אויך פאַר די וועלכע בלאָנדזשען אין דער פינצטערניש "אין דרויסן", ביז אויך זיי און זייערע הייזער וועלן דורכגעדרונגען ווערן מיט דעם גייסט פון חנוכה און מיט דער ליכטיקייט פון נר מצוה ותורה אור אין טאָג­טעגלעכן לעבן.

און דאָס זיינען אויך די יסודות פון דעם תורה­חינוך וואָס די תלמידים פון די ליובאַוויטשער ישיבות — די "תמימים" — באַקומען; וואָס אויך נאָכדעם ווי זיי גייען אַרויס פון דער ישיבה, און ניט קוקנדיג וואָס זייער פרנסה איז, זיינען זיי שטענדיג "נרות להאיר" — שיינענדיגע ליכט, וואָס באַגייסטערן אידישע נשמות, דערוואַרעמען אידישע הערצער און מאַכן ליכטיג אידישע היימען מיט דער ליכטיקייט פון תורה און מצוות, אין פולן איינקלאַנג מיט דעם אינהאַלט פון די חנוכה ליכט.

איך האָף און בין זיכער, אַז די חשובע טשערלייט, געערטע געסט און אַלע איבערגע[גע]בענע פריינד פון דער צענטראַלער ישיבה תומכי­תמימים וועלן — אין גייסט פון חנוכה און פון די חנוכה ליכט, ווי אויבנדערקלערט — נאָכמער פאַרגרעסערן זייער באַטייליגונג אין דער לעבנסוויכטיגער אַרבעט פון דעם דאָזיגען תורה מוסד. אין צוגאָב צו דעם עצם ענין און אייביגען זכות, וועט מען דערמיט אויך נאָכמער פאַרגרעסערן די צנורות צו באַקומען דעם אויבערשטנ'ס ברכות — אויך אין אופן פון מוסיף והולך — אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך, אין דער פולער מאָס.

בכבוד ובברכה להצלחה בכל האמור.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-dvg4r62z

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources