לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ב
298משיחת ש"פ בא, ח' שבט ה'תש"מ
א. בהמשך להמדובר לעיל אַז דער שבת איז מברך דעם טאָג פון עשירי בשבט, „העשירי יהי' קודש"א, דער יום ההילולא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר —
איז כאן המקום צו רעדן וועגן די ענינים וואָס מ'דאַרף טאָן בתור הכנה צום יום ההילולא, בכדי אַז די החלטות אין דעם יום ההילולא עצמו זאָלן זיין באופן הכי מתאים.
און ווי דאָס איז באַ יעדער דבר שבקדושהב, אַז וויבאַלד דאָס האָט אַ חשיבות מיוחדת, דאַרף מען דערצו האָבן אַ הכנה, ביז צו אַ „הכנה דרבה"ג.
ווי מ'זעט דאָס בפשטות אין דעם ענין פון סעודת שבת, אַז דוקא צו סעודת שבת דאַרף מען האָבן אַ הכנה, משא"כ בנוגע צו סעודת חול, איז אע"פ אַז דאָס איז טאַקע אויך אַ דבר הכרחי, וויבאַלד אָבער אַז די סעודה האָט ניט קיין חשיבות מיוחדת — מאַכט מען ניט קיין הכנה דערצו,
און ווי די גמרא זאָגט אין ביצהד בנוגע צו „ביצה שנולדה ביו"ט" אַז דאָס איז אסור „משום הכנה", ווייל „אין שבת מכינה ליו"ט", און רש"יה איז מסביר אַז דאָס איז ווייל „יו"ט נמי קרוי שבת ובעיא סעודתו הזמנה", „אבל סעודת חול לא חשיבא ולא שייכא בה הזמנה כו'".
[עד"ז געפינט מען בנוגע צו דעם ענין פון נרות שבת קודש, אַז דאָס איז צוליב „שלום בית"ו [בשבועות האחרונות זיינען געווען אַזעלכע וואָס האָבן זיך מפלפל געווען אין דעם ענין, ותבוא עליהם ברכה פאַר „פלפולא דאורייתא"].
וואָס אע"פ אַז ס'איז „גדול השלום שכל התורה ניתנה לעשות שלום בעולם" (וואָס דערפאַר איז „נר ביתו" *) קודם צו „נר חנוכה")ז, וואָס עפ"ז האָט מען געדאַרפט האָבן אַן ענין פון נרות אויך באַ סעודת חול, וואָרום דעמולט איז אויך נוגע „שלום בית" —
אעפ"כ געפינט מען ניט אַז מ'זאָל דאָס מתקן זיין דעמולט, וואָרום [נוסף לזה וואָס כמה פון סעודות שניות דחול זיינען ניט דוקא בלילה*7, איז אויך — דעמולט איז ניטאָ קיין חשיבות מיוחדת אין דער אכילה, ובמילא — בכל השייך לה, משא"כ בשבת האָט די סעודה אַ חשיבות, און דערפאַר דאַרף מען האָבן „נר ביתו"].
וואָס עד"ז איז פאַרשטאַנדיק בנוגע צו אַלע ענינים פון טוב וקדושה, אַז וויבאַלד זיי האָבן אַ חשיבות מיוחדת דאַרף מען דערצו האָבן אַ הכנה.
ועד"ז בנוגע צו דעם יום ההילולא עשירי בשבט.
ובפרט (וגם זה עיקר) אַז מעשה רב, מ'האָט געזען בפועל דעם אונטערשייד אין הצלחת הפעולה וועלכע איז געווען בהכנה, אָדער אָן אַ הכנה.
299ב. אַזוי ווי פאַראַכטאָגןח האָט מען בעיקר גערעדט וועגן די הכנות צו יו"ד שבט וואָס דאַרפן זיין באַ גדולים בידיעות און גדולים בשנים (וואָס אויף זיי איז תורה מעיד אַז זיי האָבן דעת) —
וועט מען איצטער בעיקר רעדן וועגן די הכנות וואָס דאַרפן זיין אין צוזאַמענהאַנג מיט קטנים און קטנות בשנים, ועד"ז — קטנים וקטנות בידיעות.
וואָס בנוגע צו קטנים וקטנות איז נאָכמער נוגע דער ענין ההכנה (צו דעם יום ההילולא) לגבי ווי דאָס איז נוגע צו גדולים: באַ גדולים קען די הכנה זיין בשעת מעשה, ווען זיי הערן אַז ס'איז דאָ דער ענין פון דעם יום ההילולא, אָדער עכ"פ אַ רגע לפנ"ז וכו';
משא"כ בנוגע צו קטנים וקטנות דאַרף מען זיי ערשט מסביר זיין וואָס דער יום ההילולא איז, און מה יום מיומיים אַז מ'דאַרף מיטאַמאָל אָננעמען נייע החלטות וכו', און דערנאָך דאַרף נעמען אַ משך זמן און נאָך הסברות ביז דאָס וועט זיך באַ זיי אָפּלייגן אין שכל וכו'.
ג. וויבאַלד אַז די הכנה צום יום ההילולא באַ קטנים וקטנות דאַרף זיין אייניגע טעג פאַר יום ההילולא עצמו, עכ"פ אָנהויבנדיק פון דעם שבת,
און אַזוי ווי „מפקחין על צרכי ציבור בשבת"ט, ועאכו"כ בנוגע צו עניני חינוך — וועט מען איצטער (ביום ש"ק) רעדן כמה נקודות וואָס מ'קען איבערגעבן די קינדער בשעת מ'וועט זיי צוזאַמענקלייבן אין דעם זמן לפני דעם יום ההילולא (וואָס דאָס איז אויך איינע פון די טעמים אויף דער התוועדות — צו רעדן די נקודות), און אין דעם יום ההילולא עצמו.
און מען דאַרף דאָס איבערגעבן צו ביידע סוגים פון קטנים וקטנות — סיי צו קטנים וקטנות וואָס זיינען לפני בר־מצוה און בת־מצוה, וואָס זיי האָבן די מעלה פון „הבל שאין בו חטא"י, וואָס פּונקט ווי דאָס איז אין זייער „הבל", עד"ז איז דאָ אַ מעלה מיוחדת בכל עניניהם — אַז דאָס טוט אַזאַ וואָס „אין בו חטא"יא,
און סיי צו די וואָס זיינען נאָך בר־מצוה און בת־מצוה, וואָס זיי האָבן די מעלה פון „מצווה ועושה"יב, וואָרום באַ זיי איז דאָ דער ענין הדעת ע"פ תורה,
[וואָס אע"פ אַז מ'געפינט אויך באַ קינדער פאַר בר־מצוה און בת־מצוה דעם ענין פון פאַרשטיין, ביז אַ הפלאה אין הבנה והשגה, און „בוצין בוצין מקטפי' ידיע"יג, און ווי ער איז מבאר אין קונטרס התפלהיד —
איז אָבער באַ זיי נאָך ניטאָ די שלימות אין דעת, און דערפאַר זיינען זיי ניט קיין „מצווה ועושה", משא"כ בנוגע צו די וואָס זיינען נאָך בר־מצוה און בת־מצוה, וואָס זיי האָבן די מעלה פון „מצווה ועושה"],
און זיי האָבן אויך די מעלה אַז זיי זיינען מלאים מרץ וכו', און זיי פאַרשטייען ניט קיין „דריידלאַך" און דערפאַר — זיינען זיי ניט מקבל קיינע פשרות.
300און בשעת מ'קלייבט צוזאַמען די קינדער דאַרף מען מיט זיי רעדן אין אַן אופן ווי חסידות מאָנט, וואָס דאָס איז מיוסד אויפן מארז"לטו אַז עס דאַרף זיין „ימין מקרבת", אַז דער קירוב דאַרף זיין בימין, אַ סך און מיט אַ תוקףטז, און אויב עס דאַרף זיין „דוחה" — דאַרף די דחי' זיין מיט „שמאל", מיט אַ „יד כהה"טז,
און אפילו אַז ער וועט איבערכאַפּן די מאָס פון „ימין מקרבת", איז וואָס איז?! האָט ער איבערגעכאַפּט די מאָס פון „ואהבת לרעך כמוך"יז!
משא"כ אויב ער וועט, ח"ו, איבערכאַפּן די מאָס פון „שמאל דוחה" — איז דאָס היפך פון דעם ענין פון „ואהבת לרעך כמוך", וואָס איז אַ „כלל גדול בתורה"יח.
ד. כמה נקודות וואָס מ'קען די קינדער מסביר זיין (וואָס יעדערער קען פון די נקודות אַרויסנעמען לפי ערך די — וועמען ער דאַרף דאָס איבערגעבן):
אָנהויבנדיק פון דער משנה ברורה ומוחלטת אין פרקי אבותיט, אַז „חביבין ישראל שנקראו בנים למקום", אַז יעדער איד בפרט איז חביב באַ דעם אויבערשטן, דערפאַר וואָס ער איז דעם אויבערשטן'ס אַ זוןכ,
[ביזכא אַז יעדער איד ווערט אָנגערופן „אדם" ע"ש „אדמה לעליון"כב, ער איז ענליך, כביכול, צו דעם אויבערשטן, דער אדם העליון היושב על כסא הכבוד].
און ער איז אַ זון ניט נאָר צו דעם אויבערשטן ווי ער ווערט נתגלה אין העכערע עולמות, וואָס דעמולט ווערט דער אויבערשטער אָנגערופן מיט כו"כ שמות, ובפרט מיט שם הוי', וואָס דאָס איז דער „שם המפורש", „שם העצם" און „שם המיוחד"כג,
נאָר ער איז איינער פון „בנים למקום", אַ קינד צו דעם אויבערשטן ווי ער ווערט אָנגערופן בשם „מקום", וואָס ער ווערט אַזוי אָנגערופן דערפאַר וואָס ער איז „מקומו של עולם"כד, ער געפינט זיך בעולם, ביז בעולם הזה הגשמי.
[וואָס דערפאַר דאַרף מען האָבן די באַוואָרעניש אַז „אין העולם מקומו"כד, וואָס לכאורה איז ניט פאַרשטאַנדיק: דער אויבערשטער איז דאָך דער וואָס האָט באַשאַפן אַלע עולמות, איז וואָס דאַרף מען האָבן די באַוואָרעניש אַז „אין העולם מקומו", ס'איז דאָך מעצמו מובן ופשוט?!
איז דער ביאור בזה: וויבאַלד דאָ רעדט זיך וועגן אלקות ווי עס ווערט נתגלה און עס געפינט זיך אין עולם, און ניט נאָר ווי אלקות געפינט זיך דאָרטן אין אַן אופן פון „שכינה", „ע"ש ששוכנת ומתלבשת תוך כל עלמין"כה, וואָס דאָ איז בגלוי דער ענין פון „שכינה" — נאָר301ווי אלקות געפינט זיך אין עולם אין אַן אופן פון „מקום", אַז אלקות איז בהעלם (און מ'דאַרף אָנקומען צו דעם אַז די גימטריא פון „מקום" איז קפ"ו, וואָס דאָס איז דער הכל פון די אותיות פון (די אותיות) שם הוי' בכפל: יו"ד פעמים י', ה' פעמים ה', ו' פעמים ו', ה' פעמים ה' (כמבואר בספריםכו)), און דער טעם פאַרוואָס ער ווערט אָנגערופן „מקום" — איז דערפאַר וואָס ער איז „מקומו של עולם" —
דערפאַר דאַרף מען האָבן די באַוואָרעניש אַז אויך בבחי' זו איז „אין העולם מקומו"].
ד.ה. אַז אויך ווי דער אויבערשטער ווערט נתגלה דאָ למטה בהעלם אין וועלט, וואָס דערפאַר ווערט ער אָנגערופן „מקום" („מקומו של עולם") — איז אויך מצד דער דרגא אין אלקות זיינען אידן „בנים", זיי ווערן אָנגערופן „בנים למקום".
דערפאַר איז יעדער איד אין וואָס פאַר אַ מעמד ומצב ער זאָל זיך נאָר געפינען, אפילו אויב ביי אים איז אלקות בהעלם — ווערט ער אויך אָנגערופן איינער פון „בנים למקום".
ונוסף על כ"ז — איז „חיבה יתירה נודעת להם שנקראו בנים למקום"יט — דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט אַז מ'זאָל מודיע זיין אַ אידן (אין אַן אופן פון דעת — וואָס דאָס איז אַן אופן אַז ער האָט אַ הכרה והרגשה אין דעם ענין) וועגן דער מעלה וואָס זיי האָבן (— וואָס זיי ווערן אָנגערופן „בנים למקום"),
וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק אַז עס איז אַ „חיבה יתירה", וואָרום דער אויבערשטער הייסט אַז מ'זאָל זיי דאָס מודיע זייןכז.
ה. דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק אַז אע"פ וואָס בשעת מ'גיט אַ קוק אַרום זיך זעט מען אַ גרויסע וועלט, און בכמות זיינען אידן „המעט מכל העמים"כח, מיט די אַלע טענות הידועות בזה, ביז ווי מ'זאָגט אַ „גר שבא להתגייר בזמן הזה" אַז אידן זיינען „דוויים ודחופים ומסוחפין כו'"כט מיט די אַלע לשונות שבזה — איז לכאורה אין וואָס איז די חיבה צו אידן אין עוה"ז הגשמי?!
זאָגט מען אַז אויך אין עוה"ז התחתון שאין תחתון למטה ממנול, וואו אלקות איז בהעלם, ווערן אידן אָנגערופן „בנים למקום",
און דאָס איז אַ „חיבה יתירה", וואָרום — „נודעת להם" אין דעם עוה"ז הגשמי, ווי זיי געפינען זיך אַלס נשמה בגוף!
און מ'איז זיי מסביר אַז דערפאַר בענטשט מען דעם אויבערשטן בכל בוקר „שלא עשני גוי", וואָרום „חביבין (און — חיבה יתירה) ישראל שנקראו בנים למקום".
וא"ו. אין דעם ענין וואָס מ'זאָגט בכל בוקר „שלא עשני גוי"לא — איז לכאורה ניט פאַרשטאַנדיק:
נאָך דערויף וואָס אַ איד איז איינמאָל באַשאַפן געוואָרן אַ איד, ד.ה. אַז ער איז302געבאָרן געוואָרן פון אַ אידישער מאַמע — איז „פאַרפאַלן", קיינער קען גאָרניט טאָן צו משנה זיין דאָס וואָס ער איז אַ איד — איז פאַרוואָס איז מען מברך בכל יום „שלא עשני גוי", מ'האָט דאָס געדאַרפט זאָגן איין מאָל?!
איז איינער פון די ביאורים וואָס מ'גיט אין דעםלב:
די ברכה איז אויף „יציאת נשמתו בלילה שלא נדבק בה נשמת נכרי כו'",
וואָרום ווען אין אַ אידן זאָל זיך אַריינמישן אַ ניצוץ פון אַ נשמה פון אַ גוי, קען דאָס ברענגען צו ווער ווייסט וואָס, רח"ל —
איז דערפאַר בכל בוקר בשעת מ'שטייט אויף אינדערפרי, וואָס דעמולט איז מען אַ „ברי' חדשה" (ווי דער אַלטער רבי ברענגט די הלכה אין שו"ע שלולג), און מ'זעט אַז „החזרת בי נשמתי", און ס'איז „נשמה שנתת בי", ד.ה. די זעלבע נשמה וואָס ער האָט געהאַט פאַר דעם וואָס ער האָט זיך געלייגט שלאָפן —
ז. דערנאָך איז מען מסביר די קינדער די צווייטע זאַך — די מעלה וואָס אידן האָבן דורך דערויף וואָס זיי האָבן די תורה,
ווי ער איז ממשיך אין דער משנה: „חביבין ישראל שניתן להם כלי חמדה".
תורה וואָס זי איז די „כלי" פון דעם אויבערשטן, און ניט סתם אַ „כלי", נאָר „כלי חמדה", דאָס איז ביי אים זיין כלי וואָס ער האָט פון איר תענוג — האָט דער אויבערשטער אָפּגעגעבן צו יעדן אידן,
[אויך צו קטנים, און צו קטנות — ווי דער אַלטער רבי זאָגט אין הל' ת"תלד בנוגע צו נשים ובנות אַז די „הלכות הצריכות להן" זיינען זיי מחוייב צו לערנען, ועד"ז אַלע ענינים אין תורה וואָס זיינען פאַרבונדן מיט מ"ע שאין הזמ"ג (ואפילו אייניגע מ"ע שהזמ"ג — ווי די ענינים אין תורה וועגן פסחלה וכיו"ב), מיט אַלע מל"ת — זיינען אויך שייך צו זיי].
און דער אויבערשטער בעט זיך באַ יעדן אידן, „אם (מלשון תחנוניםלו) בחוקותי תלכו ואת מצוותי תשמרו ועשיתם אותם"לז, וועט דורך דערויף זיין — „ונתתי גשמיכם בעתם גו' וישבתם לבטח בארצכם ונתתי שלום בארץ גו' והייתי לכם לאלקים ואתם תהיו לי לעם"לח.
ח. דערנאָך איז מען זיי מסביר — אַז „המעשה הוא העיקר"לט, ד.ה. אַז אַלע החלטות וואָס זיי וועלן מאַכן דאַרפן אַראָפּקומען במעשה בפועל.
וואָס בנוגע צו מחשבה פון אַ קטן איז דאָ אַ שקו"טמ צי ביי אים איז דאָ דער ענין פון מחשבה אָדער ניט, און די מסקנא איז — אַז אַ קטן האָט ניט קיין מחשבה, ועד"ז בנוגע צו דיבור שלו;
303משא"כ אָבער בנוגע צו מעשה, איז „קטן יש לו מעשה", און וויבאַלד אַז „המעשה הוא העיקר" — איז דאָס דער עיקר,
ד.ה. אויך אַז דאָס נעמט דעם עיקר פון כל העניניםמא.
ונוסף לזה: דער אַלטער רבי זאָגט אין תניאמב, אַז מ'קען האָבן אַלע גוטע כוונות, אויב עס פעלט אָבער די מעשה בפועל — פעלט דער עיקר, משא"כ אויב מ'טוט די מעשה בפועל, איז אפילו אַז מ'האָט ניט געהאַט קיינע כוונות — האָט מען דעם עיקר, וואָרום „המעשה הוא העיקר".
וואָס דערפאַר דאַרף יעדער החלטה אַראָפּקומען אין אַ מעשה בפועל, און ניט פאַרלאָזן זיך אויף דעם וואָס מ'האָט אָפּגערעדט און מחליט געווען אין מחשבה און אין דיבור — וואָס עס קען זיין אַז דאָס וועט ניט אַראָפּקומען אין אַ מעשה בפועל.
און ווי מ'זעט דאָס בפשטות, אַז עס קען זיין אַז באַ דער התוועדות האָט מען מחליט געווען געוויסע החלטות, און דערנאָך איז דאָס אויך אַראָפּגעקומען אין דיבור, אַז מ'האָט גערעדט און אָפּגערעדט אַז אַזוי און אַזוי וועט מען טאָן, און מ'האָט געהערט און דערהערטמג וואָס מ'האָט גערעדט — אָבער דערנאָך ווען מ'גייט אַוועק פון די ד' אמות קען זיין אַז „וישכחהו".
ט. דער ענין (אַז עס קען זיין אַז דאָס זאָל אַראָפּקומען אין מחשבה און דיבור, אָבער ניט אין מעשה) איז אויך פאַרשטאַנדיק פון דעם מארז"למד אַז „בה"א נברא העוה"ז":
אין סוף שער היחוה"אמה איז דער אַלטער רבי מבאר אַז תמונת האותיות באַווייזן אויף דעם ציור ההמשכה וואָס ווערט נמשך דורך זיי, וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק אַז וויבאַלד אַז „בה"א נברא העוה"ז" — איז דערפאַר (דער טבע פון) עוה"ז בדוגמא צו דעם ציור פון אות ה"א:
דער אות ה"א באַווייזט אויף די ג' קוין (לבושים) פון מחשבה, דיבור און מעשהמו, דער גג און דער רגל הימיני פון דעם אות ה"א זיינען כנגד מחשבה ודיבור, און דער רגל השמאלי איז כנגד מעשה.
און וויבאַלד אַז ס'איז דאָ אַ הפסק צווישן דעם גג און רגל הימיני מיט דעם רגל השמאלי — באַווייזט דאָס אַז צווישן דעם ענין מחשבה ודיבור מיט מעשה איז דאָ אַ הפסק, ד.ה. אַז עס איז ניט בהכרח אַז אַן ענין וואָס איז דאָ במחשבה ודיבור זאָל דערנאָך אַראָפּקומען אין מעשה.
וואָס דערפאַר איז אַזוי אויך אין טבע פון עוה"ז אַז אַן ענין וואָס געפינט זיך אין מחשבה ודיבור, איז ניט בהכרח אַז דאָס זאָל אַראָפּקומען אין מעשה, עס קען זיין „וישכחהו".
און בשעת אַז דאָס בלייבט נאָר במחשבה ודיבור, איז דאָס אַן אות דלי"ת, וואָס דאָס באַווייזט אויף „דלות" (ווי דער בעל ההילולא ברענגט אין דעם304מאמר וואָס ער האָט אַרויסגעגעבן בקשר מיט דעם יום ההילולאמז);
דוקא ווען דאָס קומט אַראָפּ אויך אין מעשה ווערט אַ גאַנצער אות ה"א, וואָס באַשאַפט אַ גאַנצע וועלט, „בה"א נברא העוה"ז".
יו"ד. וואָס דערפאַר אויך — בשעת מ'וועט צוזאַמענקלייבן די קינדער — זאָל מען דאָס פאַרבינדן מיט אַן ענין של פועל:
מיט דעם ענין פון לימוד התורה, וואָס דאָס איז „ציון במשפט תפדה"מח — דורך דערויף וואָס מ'וועט מיט זיי רעדן וועגן (לערנען) אַן ענין אין תורה — *) פרשת השבועמט, אָדער אין די י"ב פסוקים ומאמרי רז"ל, אָדער זיי ביידע, וכיו"ב,
[וואָס דאָס איז אויך שייך צו קטנות — ווי ס'איז פאַרשטאַנדיק פון דעם תוכן פון די עניניםנ],
און מיט דעם ענין פון נתינת צדקה, „ושבי' בצדקה"נא, אַז מ'זאָל דאָרטן האָבן אַ צדקה פּושקע בכדי יעדער איינער און איינע זאָל גלייך געבן צדקה בפועל (ווי גערעדט אַז יעדער ענין דאַרף מען גלייך פאַרבינדן מיט אַ מעשה בפועל).
און די צוויי ענינים פון תורה און צדקה זיינען אויך כולל כל התורה כולה,
צדקה איז „שקולה כנגד כל המצוות"נב, און תורה איז — בפשטות — כולל כל התורה [וואָרום ס'איז אַ תורה אחת — חאָטש בפרטיות האָט זי „ששים המה מלכות ושמונים פלגשים ועלמות אין מספר"נג (כמבואר אין די דרושים וואָס רעדן וועגן גלות מצריםנד)].
יא. וויבאַלד אַז דאָס אַלץ איז פאַרבונדן מיטן יום ההילולא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר — איז מען מסביר צו די קינדער אַז מ'האָט זיי צוזאַמענגעקליבן, און אין אַן אופן פון „ברוב עם הדרת מלך"נה, בקשר מיט דעם יום ההילולא פון יו"ד שבט, בכדי מ'זאָל מאַכן החלטות טובות וואָס זאָלן דערנאָך אַראָפּקומען במעשה בקשר מיט יום גדול זה,
און בכדי אַז מ'זאָל זיך לערנען פון דער מס"נ פון דעם בעל ההילולא אויף הפצת היהדות, וואָס ביום זה (אין דעם יום ההילולא) איז „כל עמל האדם שעמלה נפשו בחייו" איז „מתגלה ומאיר בבחי' גילוי מלמעלה למטה"נו.
[און ע"ד ווי ער שרייבט בנוגע צו זיין יום הגאולהנז, אַז „לא אותי בלבד גאל הקב"ה בי"ב תמוז, כי אם גם כל מחבבי תורתנו הק' ושומרי מצוה", ביז „גם את אשר בשם ישראל יכונה", עד"ז איז305פאַרשטאַנדיק בנוגע צו יום ההילולא שלו, אַז דאָס איז שייך צו יעדער איינעם, ביז אויך צו אַזאַ וואָס „בשם ישראל יכונה"].
און מ'איז זיי מסביר אַז דער בעל ההילולא האָט געהאַט אַ „חיבה יתירה" צו קטנים און קטנות, ביז אַז ער האָט זיך מוסר נפש געווען בפועל בכדי אַז קטנים און קטנות זאָלן באַקומען אַ אידישע ערציאונג.
און די מעשים פון דעם בעל ההילולא זיינען קיימים לעד, במכ"ש וק"ו פון דעם וואָס „דברי צדיקים קיימים לעד".
וואָס דערפאַר דאַרפן זיך די קינדער אָפּלערנען פון אים, און מרבה זיין אין תומ"צ און אויך פּועל'ן אויף אַלע זייערע חבריםות אַז זיי זאָלן אויך אַזוי טאָן,
[און וויסן אַז ס'איז ניט „כחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה"נח],
און זאָגן די קינדער אַז „עמדו הכן כולכם" (ווי דער בעל ההילולא שרייבטנט) צו מקבל זיין אויף זיך די אַלע החלטות טובות, וה' יצליחם,
וואָרום עמדו הכן כולכם צו מקבל זיין ברכות בעל ההילולא במכתביו ושיחותיו,
וואָס ברכות פון אַ צדיק זיינען קיימות ופועלות לעד.
און עמדו הכן כולכם — צו גיין מקבל זיין פני משיח צדקנו, „בנערינו ובזקנינו", (און דוקא אויך) „בבנינו ובבנותנו"ס,