English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - שיחות א

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

273אור ליום ג', כ"ד טבת ה'תשל"ח

א. כ"ד טבת איז דאָך דער יום ההילולא פון דעם אַלטן רבי'ן, מייסד תורת חסידות חב"ד — וואָס תורת חסידות חב"ד איז אַ המשך און אַ ביאור פנימי אויף תורת החסידות הכללית פון דעם בעש"טא.

[וואָס די שייכות פון דעם אַלטן רבי'ן מיטן בעש"ט איז געווען אויף אַזוי פיל אַז ער האָט אים גערופן „זיידע", כסיפור כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנוב,

ביז וואַנעט אַז ווען ס'איז געווען די שקו"ט צווישן דעם אַלטן רבי'ן מיט דעם בעש"ט'ס אַן אייניקל — האָט דער אַלטער רבי מדגיש געווען יתרונו אַז ער איז אַן אייניקל פון דעם בעש"ט און דער בעש"ט איז זיין „זיידע ברוחניות"ג].

ב. דער נאָמען פון דעם אַלטן רבי'ן איז „שניאור זלמן". און לויט דעם וואָס דער אַלטער רבי איז מבאר אין שעהיוה"אד אַז שמו אשר יקראו לו בלה"ק איז מהווה, מחי' און מקיים דעם וועמען מ'רופט מיט דעם נאָמען — איז פאַרשטאַנדיק, אַז אַזוי איז אויך בנוגע צו זיין נאָמען, אַז אין דערויף ווערט אַרויסגעגעבן ענינו פון דעם אַלטן רבי'ן.

והביאור בזה:

ס'איז דאָך ידוע דער ביאור וואָס דער בעש"ט האָט געזאָגט אויף דעם נאָמען „שניאור" — אַז דאָס איז מרמז אויף „שני אור", דער אור פון נגלה דתורה, און דער אור פון פנימיות התורה, תורת החסידותה.

און דער צווייטער נאָמען, „זלמן", איז אותיות „לזמן"ו — וואָס איינער פון די ביאורים בזהז איז, אַז מ'איז ממשיך דעם ענין פון „שני אור" אין „(ל)זמן" (און אין מקום), אין עולם, ביז אין עוה"ז התחתון שאין תחתון למטה ממנוח.

ד.ה. אַז אע"פ אַז „(שני) אור" איז אַן ענין וואָס איז העכער פון וועלט, ובפרט אַז ס'רעדט זיך וועגן דעם „אור" פון תורהט, וואָס אפי' ווי תורה שטייט שוין אין אַן אופן פון „אור" — באופן דהמשכה, איז זי אויך העכער פון וועלט, כמארז"לי „אלפים שנה קדמה תורה לעולם", וכמבואר אין תורת החסידותיא דער ענין פון „אלפים שנה כו'" —

איז אָבער ענינו פון דעם אַלטן רבי'ן געווען — ממשיך זיין דעם ענין פון „שני אור" אין זמן ומקום, ביז אין עוה"ז התחתון שאין תחתון למטה ממנו.

ג. און ווי מ'זעט בכל פעולותיו, אַז דער תכלית ומטרה שבזה איז געווען אַז סוכ"ס זאָל דאָס אַראָפּקומען במעשה בפועל,

274און אַז דאָס זאָל אָנקומען ביז אין אַ פנה נדחת אין „מקום", און אין אַ נקודה נדחת אין „זמן" — אין כמה דורות לאחריו, ביז אין דעם דרא דעקבתא דמשיחא — אַז אין דעם חושך כפול ומכופל פון דרא דעקבתא דמשיחא, זאָל דאָרטן בוקע זיין דער ענין פון „שני אור", דער אור פון נגלה דתורה און דער אור פון פנימיות התורה, ביז אין אַן אופן אַז דאָס ווערט איין וואָרט — „שניאור".

וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז ענינו פון דעם אַלטן רבי'ן איז געווען — פועל'ן אין זמן און מקום (אין וועלט) אַז זיי זאָלן שטיין אין דער דרגא פון „אור", ביז צו דער דרגא פון „שני אור".

ד. האמור לעיל (דער ביאור אין דעם נאָמען פון דעם אַלטן רבי'ן) איז פאַרבונדן מיט דעם ענין פון „טוב לשמים וטוב לבריות":

„שני אור", דער אור פון נגלה דתורה און דער אור פון פנימיות התורה, איז דער ענין פון „טוב לשמים"; און „לזמן" — דאָס וואָס מ'איז ממשיך דעם ענין פון „שני אור" אין זמן ומקום (אין וועלט) — איז דער ענין פון „טוב לבריות".

ובפרטיות יותר איז אין „שני אור" גופא אויך פאַראַן סיי דער ענין פון „טוב לשמים" און סיי דער ענין פון „טוב לבריות" — וואָרום דער חילוק צווישן נגלה דתורה, „גופי תורה", מיט פנימיות התורה, „נשמתא דאורייתא"יב (ווי זיי

זיינען בערך זל"ז) — איז ע"ד החילוק

צווישן „טוב לשמים" (פנימיות התורה)

און „טוב לבריות" (נגלה דתורה).

וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק אַז ענינו פון דעם אַלטן רבי'ן איז געווען — סיי דער ענין פון „טוב לשמים" און סיי דער ענין פון „טוב לבריות".

און ווי מ'זעט דאָס אויך אין די צען „זכויות" פון דעם אַלטן רבי'ן וואָס חסידים האָבן גערעכנטיג — אַז צווישן זיי זיינען דאָ ענינים וואָס זיינען „טוב לשמים", און ס'זיינען דאָ ענינים וואָס זיינען „טוב לבריות".

און דער ענין (פון „טוב לשמים וטוב לבריות") איז בהדגשה מיוחדת בשנה זו, וואָרום בש.ז. איז די קביעות פון יום ההילולא ביום השלישי שהוכפל בו כי טוביד, „טוב לשמים וטוב לבריות"טו. וכמדובר בארוכה כמ"פ אין די התוועדויות במשך ש.ז. וועגן דעם ענין פון „טוב לשמים וטוב לבריות".

ה. כמדובר כמ"פ אַז פון יעדער ענין דאַרף מען אַרויסנעמען דעם „בכן" און די הוראה בנוגע לפועל.

ווי מ'זעט דאָס אויך אין דעם ענין פון לימוד התורה — אַז נאָך די גאַנצע שקו"ט דאַרף מען אַרויסנעמען די מסקנא בנוגע להלכה במעשה בפועל.

וואָס דער ענין (אַרויסנעמען די מסקנא בנוגע להלכה למעשה) איז נוגע צו די שקו"ט גופא — וואָרום דאָס וואָס ער ווייסט אַז פון זיין שקו"ט וועט מען אַרויסנעמען אַ פס"ד בנוגע למעשה בפועל, פועל'ט אויף אים און העלפט אים אַרויס ער זאָל זיך מערער פאַרטיפן אין דעם ענין, און ער זאָל מכוון זיין די הלכה לאמיתתהטז.

275ועד"ז (און נאָכמער) איז בנוגע צו קיום המצות [וואָס לימוד התורה איז דאָך אויך איינע פון די רמ"ח מ"ע, ואדרבה, זי איז איינע פון די גרעסטע מצוותיז] — אַז דער עיקר איז קיום המצוה בפועל, און ווי דער אַלטער רבי איז מבאר אין תניאיח, אַז אפי' אויב ער האָט מכוון געווען כל הכוונות וואָס זיינען דאָ אין דער מצוה, ער האָט אָבער ניט מקיים געווען די מצוה בפועל — פעלט ביי אים דער גאַנצער ענין פון קיום המצוה.

[נאָר אין דערויף זיינען דאָ חילוקים:

אין מצוות מעשיות — איז דער ענין המעשה בפועל — כפשוטו; אין מצוות התלויות בדיבור — באַשטייט דער ענין המעשה בפועל אין „עקימת שפתיו (וואָס) הוי מעשה"יט;

און אין מצוות התלויות במחשבה [ווי אהבת ה' און יראת ה', וואָס זיי זיינען דאָך כולל כל המצות כולם, ווי דער אַלטער רבי איז מבאר אין תניאכ, אַז אהבה איז כולל כל רמ"ח מ"ע, און יראה איז כולל כל שס"ה מל"ת], וואָס דאָרטן איז דאָך לכאו' ניט שייך דער ענין המעשה, און אפי' ניט „עקימת שפתיו הוי מעשה" —

איז דאָך מבאר כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו בכמה ממאמריוכא, אַז די אהוי"ר דאַרפן זיין אין אַן אופן אַז ס'זאָל זיין ניכר אין דעם בשר הלב (וואָס משכן המדות (אהוי"ר) איז דאָך אין לב), און דוקא ווען די אהוי"ר איז ניכר אין בשר הלב, דעמולט איז דער קיום המצוה בשלימותה.

און ווי מ'זעט בפועל אַז אהוי"ר אמיתיים פועל'ן אויף בשר הלב כפשוטו, ואדרבה, דורך דערויף ווערט דער לב געזינטער — וויבאַלד אַז ער איז ממלא תפקידו צו זיין אַ דירה לו ית', וואָס דאָס ווערט אויפגעטאָן דורך דעם וואָס אהבת ה' און יראת ה', זיינען בלבו אין אַן אופן אַז דער לב ווערט אַ „דירה" דערצו, וואָס דער ענין הדירה איז דאָך, אַז דאָרטן געפינט ער זיך בכל עצמותו (כמבואר ענין הדירה אין מאמרי רבותינו נשיאינוכב)].

וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז פון יעדער ענין דאַרף מען אַרויסנעמען אַ הוראה בנוגע למעשה בפועל — ע"ד ווי דאָס איז אין לימוד התורה וקיום המצות.

ו. ובנוגע לעניננו:

די כוונה פון יעדער התוועדות [ועאכו"כ אַ התוועדות וואָס איז פאַרבונדן מיט אַן ענין וואָס האָט געטראָפן מיט נשיא הדור (וואָס דאָס איז אויך פאַרבונדן מיט נשיא דורנו, וואָרום ער איז דער „ממלא מקום" פון דעם נשיא הראשון, דער אַלטער רבי, מייסד תורת חסידות חב"ד)] איז דאָך, אַז דאָס זאָל אַראָפּקומען אין מעשה בפועל.

ובנוגע צו דער התוועדות פון כ"ד טבת, איז פאַרשטאַנדיק, אַז די ענינים וואָס דאַרפן דערפון אַרויסקומען בנוגע למעשה בפועל — זיינען די ענינים האמורים לעיל, בנוגע צו דעם נאָמען פון בעל ההילולא:

276„שני אור", דער אור פון נגלה דתורה און דער אור פון פנימיות התורה, ד.ה. אַז ס'דאַרף צוקומען אַ הוספה אין לימוד התורה, סיי אין נגלה דתורה סיי אין פנימיות התורה,

און אַז דאָס זאָל אַראָפּקומען אין „(ל)זמן", ד.ה. אין מעשה בפועל (וואָס מעשה בפועל איז דאָך פאַרבונדן מיט זמן ומקום), וואָס דאָס איז דער ענין פון קיום המצוות, ביז צו קיום המצוות בהידור.

און כדי אַז דער ענין פון לימוד התורה און קיום המצוות זאָל זיין בשלימות — דאַרף מען האָבן הקדמת עבודת התפלה, ווי דער אַלטער רבי איז מבאר בכ"מכג, ועד"ז לאחרי קיום התומ"צ דאַרף מען אויך אָנקומען צו עבודת התפלה, וואָרום דער ענין התפלה איז „סולם מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה"כד, וואָס דורך אים זיינען די תומ"צ עולה למעלהכה.

ז. ובכללות זיינען דאָס די צוויי ענינים פון תורה און צדקה, וואָרום דער ענין הצדקה נעמט דאָך אַרום און איז דער תוכן פון כל המצוותכו,

וואָס דאָס איז פאַרבונדן מיט דעם ענין פון „ציון במשפט תפדה ושבי' בצדקה"כז — ווי דער אַלטער רבי איז מבאר אין די דרושיםכח עה"פ אז „במשפט" איז דער ענין התורה — וואָס דאָס זיינען די צוויי ענינים פון תורה און צדקה.

און דורך דעם וואָס מ'איז מוסיף אין לימוד התורה („במשפט") און אין צדקה — איז מען מקדים ומזרז און מ'ברענגט אַראָפּ אין זמן ומקום פון עוה"ז התחתון דעם קיום היעוד „ציון במשפט תפדה ושבי' בצדקה",

במהרה בימינו ממש, ע"י משיח צדקנו, יבא ויגאלנו ויוליכנו קוממיות לארצנו.

ח. בנוגע צו אַ התוועדות אין אַ יום הילולא, איז דאָך לכאו' דאָ די שקו"טכט ווי אַזוי ס'דאַרף זיין די הנהגה אין אַ יאָרצייט ויום הילולא —

געפינט מען אָבער אַ הוראה ברורה פון דעם אַלטן רבי'ן בנוגע צו יום ההילולא פון דעם מגיד — וואָס דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק בנוגע צו יום ההילולא שלו:

איינע פון די גרעסטע שמחות וואָס זיינען געווען ביים אַלטן רבי'ן, איז דאָך דער ענין פון י"ט כסלו. ביז אַז כ"ק מו"ח אדמו"ר רופט דאָס אָן בשם „חג החגים"ל, ווי גערעדט אַמאָללא דעם ביאור בזה.

[וואָס דער ענין פון י"ט כסלו איז דאָך נוגע (ניט נאָר צום אַלטן רבי'ן אַליין, וויבאַלד אַז בדידי' הוה עובדא, נאָר) צו אַלע אידן עד סוף כל הדורות, און ס'איז נוגע צו כללות התורה ומצוותי',

וואָרום דורך דער גאולה פון י"ט כסלו, האָט זיך אויפגעטאָן דער ענין פון „יפוצו מעינותיך חוצה"לב, און דורך277דערויף ווערט דער קאתי מר דאָ מלכא משיחאלג.

וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער ענין פון י"ט כסלו איז אַן ענין הכי כללי, וואָס איז נוגע אין גאַנץ סדר השתלשלות, ביז אַז ס'איז נוגע אפי' צו אוה"ע, וואָרום בביאת משיח צדקנו (וואָס דאָס ווערט דורך „יפוצו מעינותיך חוצה" — דער ענין פון י"ט כסלו) וועט זיין דער אויפטו פון „אז אהפוך אל עמים שפה ברורה גו' לעבדו שכם אחד"לד].

איז בשעת דער אַלטער רבי שרייבט במכתבולה וועגן די גאולה פון י"ט כסלו — שרייבט ער אַז דאָס איז געווען ב"יום י"ט כסלו, יום ג' שהוכפל בו כי טוב, יום הילולא רבא של רבינו הקדוש נ"ע".

וואָס לכאו', דער ענין פון אַ יום הילולא דאַרף דאָך אַרויסרופן אַ תנועה הפכית (ניט קיין תנועה של שמחה) — זעט מען דאָך אַז ס'זיינען דאָ מענטשן וואָס זייער יום הילולא איז פאַרבונדן מיט אַן ענין של שמחה (ביז אַז ס'ווערט „חג החגים") — ווי דער אַלטער רבי האָט אָפּגע'פסק'נט בנוגע צום יום ההילולא פון רבו, אַז דער ענין הגאולה פון י"ט כסלו איז פאַרבונדן מיט דעם „יום הילולא רבא" פון דעם מגיד, ד. ה. אַז דאָס איז אַן ענין של שמחה.

און וויבאַלד אַז דער אַלטער רבי האָט אָפּגע'פסק'נט בנוגע צום יום ההילולא פון דעם מגיד אַז דאָס איז אַן ענין של שמחה, איז דער פסק אויך בנוגע צו יום ההילולא שלו (פון דעם אַלטן רבי'ן).

וואָס דאָס איז ע"ד תורת הבעש"טלו אויף דער משנהלז „נפרעין מן האדם מדעתו ושלא מדעתו" — אַז מ'פרעגט ביי אים זיין מיינונג בנוגע צו אַ צווייטן, און בשעת ער פסק'נט בנוגע צו דעם צווייטן (וואָס דאָס איז „מדעתו"), גיט ער אַרויס דעם זעלבן פסק אויך בנוגע צו זיך אַליין, אע"פ אַז ווען ער האָט דאָס געזאָגט בנוגע צום צווייטן האָט ער ניט געוואוסט אַז דערמיט פסק'נט ער אָפּ אויך בנוגע צו זיך („שלא מדעתו").

ועד"ז איז אויך בנדו"ד: וויבאַלד אַז דער אַלטער רבי האָט אָפּגע'פסק'נט בנוגע צו יום ההילולא פון דעם מגיד אַז דאָס איז אַן ענין של שמחה, האָט ער דערמיט אַרויסגעגעבן אַ פסק אויך בנוגע ליום ההילולא שלו.

ט. און דערפון איז פאַרשטאַנדיק בנוגע צו דעם „יום הילולא רבא" פון דעם אַלטן רבי'ן — אַז דאָס איז ע"ד ווי די הילולא פון דעם מגיד בי"ט כסלו.

ד.ה. אַז אַזוי ווי י"ט כסלו איז פאַרבונדן מיט דעם ענין פון „יפוצו מעינותיך חוצה", איז עד"ז כ"ד טבת אויך פאַרבונדן מיט דעם ענין פון „יפוצו מעינותיך חוצה".

און צוזאַמען דערמיט ווערט דאָס אַ „הילולא רבא" כפשוטו — אַ שמחה גדולה ביותר, וואָס אַ שמחה גדולה ביותר איז פאַרבונדן מיט „הילולא" (חתונה) דוקא, כמבואר בארוכה אין המשך שמח תשמח תרנ"זלח.

וואָס דאָס נעמט אַראָפּ מלכתחלה די שאלה הנ"ל (ס"ח) וועגן אַ התועדות אין יום ההילולא. ובפרט ווען כ"ד טבת278קומט אויס ביום השלישי שהוכפל בו כי טוב — אַזוי ווי די קביעות פון י"ט כסלו בפעם הראשונה, וועלכע איז אויך געווען ביום השלישי שהוכפל בו כי טוב.

ובפרט ע"פ המבואר אין דעם בריוו פון דעם טאַטןלט די רמזים אין דעם וואָס די „הילולא רבא" פון דעם אַלטן רבי'ן איז געווען אין חודש טבת, און בכ"ד טבת — וואָס דערפון איז נאָכמער פאַרשטאַנדיק ווי אַזוי דאָס איז אַן ענין של שמחה.

י. והמעשה הוא העיקרמ — מוסיף זיין ביתר שאת ויתר עז אין דעם ענין המעשה בפועל, סיי אין לימוד נגלה דתורה, און סיי אין לימוד פנימיות התורה, און סיי אין קיום המצוות,

און טאָן דאָס אין אַן אופן פון „יפוצו מעינותיך חוצה" — ווי גערעדט אַמאָל אַז ס'שטייט „מעינותיך", לשון רבים, דערפאַר וואָס ס'איז דאָ דער „מעין" ווי דאָס איז אין נגלה דתורה, און ס'איז דאָ דער „מעין" ווי דאָס איז אין פנימיות התורה, און ס'איז דאָ דער „מעין" ווי דאָס איז אין קיום המצות,

וואָס דער ענין פון אַ „מעין" איז דאָך, אַז ער איז פאַרבונדן מיטן מקור, וואָס דערפאַר איז אַ „מעין" מטהר בכל שהואמא, ביז אַז ער איז מטהר פון אַלע ענינים, אפי' פון אַן ענין וואָס איז פאַרבונדן מיטן אבי אבות פון היפך הטהרהמב.

און די דריי ענינים הנ"ל (נגלה דתורה, פנימיות התורה, און מעשה המצוות) דאַרפן זיין אין אַן אופן פון „יפוצו מעינותיך חוצה", כמדובר כמ"פמג דער דיוק בזה, אַז ס'דאַרף זיין אין אַן אופן פון „יפוצו", און אין „חוצה".

און טאָן דאָס בשמחה רבה כפשוטה, וויבאַלד אַז דאָס איז אַ יום הילולא רבא — וואָס די שמחה גופא וועט נאָכמער מוסיף זיין אין דעם ענין פון „יפוצו מעינותיך חוצה".

און דורך דעם וועט מען ממהר זיין דעם „אחישנה" אין דעם „אחישנה" גופאמד, וקאתי מר דא מלכא משיחא, ובעגלא דידן.

יא. צוה לנגן ואמר מאמר ד"ה הבאים ישרש יעקב.

*

יב. מ'האָט גערעדט פריער (בהמאמר) אַז דער תכלית הכוונה אין דער ירידה למצרים, „הבאים מצרימה"מה, איז געווען כדי אַז דורך דערויף זאָל מען צוקומען צום עילוי פון מ"ת.

וואָס דאָס איז פאַרבונדן מיט פרשת השבוע, פ' שמותמו, וואָרום אין פ' שמותמז שטייט: „בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה", וואָס דאָס איז דאָך דער ענין פון מ"תמח.

279ועד"ז איז דאָס אויך פאַרבונדן מיט פ' וארא (וואָס יום ההילולא איז חל ביום ג' שהוכפל בו כי טוב פ' וארא).

[וואָס אין פ' וארא רעדט זיך שוין וועגן דעם ענין הגאולה (ניט נאָר בתור הבטחה, נאָר ווי דער ענין הגאולה שטייט) בגלוי — אַז נאָך זייענדיק אין מצרים, און אין אַ מעמד ומצב וואָס פרעה איז געווען אַ מושל בכיפהמט, איז שוין דעמולט געווען דער „והפליתי"נ, די הפרשה והבדלהנא צווישן אידן מיט אוה"ע בנוגע צו די עשר מכות (וואָס וועגן רובם ווערט דערציילט אין פ' וארא)] —

וואָרום בתחלת פ' וארא שטייט: „וארא אל אברהם גו' ושמי הוי' לא נודעתי להם", און דערנאָך איז ער ממשיך: „לכן אמור לבנ"י אני הוי'", אַז דער אויבערשטער וועט נתגלה ווערן צו אידן בשם הוי' — וואָס דער גילוי פון שם הוי' צו אידן האָט זיך אויפגעטאָן במ"ת, ווי דער בעל ההילולא איז מבאר אין די דרושים אויף פ' ואראנב.

יג. און דאָס (דער עילוי פון מ"ת וואָס צוליב דערויף איז געווען די ירידה אין מצרים) איז פאַרבונדן מיט פנימיות התורה (וואָס נתגלתה בתורת החסידות, ביז אין אַן אופן פון „יתפרנסון"נג — דורך דעם בעל ההילולא), והביאור בזה:

דער אַלטער רבי איז מבאר אין תו"אנד אַז די ירידה למצרים איז געווען צוליב די עלי' וואָס וועט קומען לאח"ז — דער עילוי פון מ"ת. און ער איז מבאר דאָרטן אַז ס'זיינען דאָ ב' עליות: דער עילוי פון מ"ת פון נגלה דתורה, און דער עילוי פון מ"ת פון פנימיות התורה.

וואָס דאָס איז פאַרבונדן עם המבואר לעיל (ס"ב), אַז דער נאָמען „שניאור" איז מרמז אויף „שני אור", דער אור פון נגלה דתורה, און דער אור פון פנימיות התורה, ביז אַז די צוויי ענינים (נגלה דתורה און פנימיות התורה) שטייען צוזאַמען אין איין וואָרט — „שניאור".

וואָס דערפאַר איז דאָך דער דיןנה אַז דער נאָמען „שניאור" דאַרף געשריבן ווערן (וואו עס דאַרף געשריבן ווערן ע"פ תורה) אַלס אַ תיבה אחת, אָן אַ הפסק וואָס מ'מאַכט בין תיבה לתיבה — וויבאַלד אַז דאָס ווערט איין זאַך.

וואָס דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק בנוגע צו דעם ענין פון „שני אור", דער אור פון נגלה דתורה און דער אור פון פנימיות התורה — אַז ביידע דאַרפן ווערן איין זאַך.

וכמובן אויך דערפון וואָס שטייט אין זהריב אַז נגלה דתורה איז „גופי תורה", און פנימיות התורה איז „נשמתא דאורייתא" — וואָס גוף און נשמה ווערן דאָך נתאחד און זיי ווערן איין זאַך,

וואָרום שלימות הנשמה איז ווען זי איז ממלא תפקידה אַלס אַ נשמה בגוף, און שלימות הגוף איז ווען ער איז חי פון דער נשמה. און ס'איז ניט אין אַן אופן אַז דער גוף מיטן חיות (נשמה) איז צוויי באַזונדערע זאַכן, נאָר אין יעדער נקודה פון דעם גוף איז דאָ חיות הנשמה, און די נשמה איז זיך מתאחד און ווערט איין זאַך מיטן גוף.

יד. כאמור לעיל אַז ס'דאַרף זיין סיי דער ענין פון נגלה דתורה און סיי דער ענין פון פנימיות התורה — זעט מען280דאָס בנוגע צום בעל ההילולא, אַז נוסף לזה וואָס דורך אים איז געווען דער גילוי פון פנימיות התורה, האָט ער אויך געשריבן דעם שו"ע, נגלה דתורה, ביז אַז דאָס (כתיבת השו"ע) איז איינע פון די עשר זכויות פון דעם אַלטן רבי'ןיג.

און וויבאַלד אַז דער ערשטער ענין וואָס דער אַלטער רבי האָט אָפּגעדרוקט אין נגלה דתורה איז געווען הלכות ת"ת [און אויך ברכת הנהנין (לוח ברכת הנהנין, און סדר ברכת הנהנין — כידוע אַז ס'איז געווען דער שינוי אין דעם נאָמען דורך דעם אַלטן רבי'ן אַליין).

— מסדר זיין דעם שו"ע האָט ער אָנגעהויבן אַ סאַך פריער, און הלכות ציצית און הלכות פסח האָט ער מסיים געווען נאָך זייענדיק ביים מגיד, ווי בני הגאון המחבר שרייבן בהקדמתם צום שו"ע; אָבער די ערשטע זאַך וואָס ער האָט אָפּגעדרוקט, איז געווען הלכות ת"ת] —

וועט מען מבאר זיין*55 אַן ענין אין הל' ת"ת [און אויך אַן ענין אין התחלת השו"ע (לקמן סי"ז)].

אין הל' ת"ת הויבט אָן דער אַלטער רבי: „אע"פ שהקטן פטור מכל המצוות, וגם אביו אינו חייב לחנכו במצוות מן התורה אלא מד"ס, אבל תלמוד תורה מ"ע מן התורה על האב ללמד את בנו הקטן תורה".

וואָס לכאו' איז ניט פאַרשטאַנדיק: פאַרוואָס הויבט אָן דער אַלטער רבי מיטן חיוב פון ת"ת בנוגע צו אַ קטן, צום אַלעם ערשטן דאַרף מען מבאר זיין דעם חיוב פון ת"ת ביי אַ גדולנו, און ערשט דערנאָך קען מען זאָגן אַז דער חיוב פון ת"ת איז דאָ אויך ביי אַ קטן?

איז דער ביאור אין דעם: בפשטותנז איז דער מקור פון חיוב לימוד התורה — דערפון וואָס מ'זאָגט אין ק"ש (פעמיים בכל יום) „ושננתם לבניך" און אויך „ודברת בם"נח, וואָס „בדברי תורה הכתוב מדבר"נט.

און וויבאַלד אַז דער מקור אויף חיוב לימוד התורה איז פון „ושננתם לבניך" — דערפאַר הויבט ער אָן הל' ת"ת מיטן חיוב וואָס איז דאָ על האב ללמד תורה את בנו הקטן.

טו. אין דערויף איז אויך דאָ אַ רמז — אַז כללות לימוד התורה בעוה"ז לגבי לימוד התורה וואָס וועט זיין בביאת משיח צדקנו, איז אַזוי ווי דער לימוד פון אַ קטן:

ס'איז דאָך ידוע מארז"לס „התורה שאדם למד בעוה"ז הבל הוא לפני תורתו של משיח", ד.ה. אַז דאָס איז שלא בערך צום לימוד התורה וואָס וועט זיין בביאת משיח צדקנו.

וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק אַז דער לימוד התורה בעוה"ז איז ע"ד לימוד התורה פון אַ קטן, וואָס ענינו איז281דער ענין החינוך, כדי אַז ווען ער וועט ווערן אַ גדול זאָל ביי אים זיין דער לימוד התורה כדבעי; איז עד"ז פאַרשטאַנדיק בנוגע צו לימוד התורה בעוה"ז, אַז דאָס איז אַן ענין של חינוך לגבי עיקר לימוד התורה וואָס וועט זיין לע"ל.

ביז אַז מ'זאָגט דאָס אפי' לגבי קיום המצות — אַז דער קיום המצוות בזמן הגלות, איז מערניט ווי אַ ציון וסימןסא, כמ"שסב „הציבי לך ציונים", ד.ה. אַז דאָס איז אַן ענין של חינוך כדי מ'זאָל וויסן ווי אַזוי צו מקיים זיין „מצוות רצונך" לע"לסג.

וואָס דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק בנוגע צו כללות לימוד התורה בעוה"ז — אַז דאָס איז אַן ענין של חינוך צום לימוד התורה דלע"ל.

און ע"ד ווי דער אַלטער רבי איז מבאר אין לקו"תסד, אַז כדי ס'זאָל זיין דער לימוד התורה אין ג"ע, דאַרף מען האָבן דעם „תלמודו בידו"סה, דער לימוד התורה וואָס ער האָט געלערנט בעוה"ז זייענדיק אַ נשמה בגוף,

עד"ז איז פאַרשטאַנדיק בנוגע צו כללות לימוד התורה שבעוה"ז, אַז כדי מ'זאָל זוכה זיין צום לימוד התורה וואָס וועט זיין לע"ל, תורתו של משיח, דאַרף מען האָבן דעם לימוד התורה בעוה"ז.

וואָס אין דערויף (וואָס מ'זאָגט אַז דער לימוד התורה שבעוה"ז איז ע"ד לימוד התורה פון אַ קטן) איז אויך דאָ דער רמז, אַז אידן ווערן אָנגערופן בשם „קטן", ווי ס'שטייטסו „מי יקום יעקב כי קטן הוא" [און אידן זיינען „המעט מכל העמים"סז], וכמובן אויך פון סוגית הגמרא אין חוליןסח די מעלה פון אידן אַלס אַ „קטן".

און ווי ס'שטייטסט „כי נער ישראל ואוהבהו" — אַז מצד דערויף וואָס אידן זיינען אין דער דרגא פון „נער" (קטן), דערפאַר איז „ואוהבהו"ע.

טז. און וויבאַלד אַז „מגיד דבריו ליעקב חקיו ומשפטיו לישראל"עא — איז דאָ דער ענין וואָס אבינו שבשמים איז מחוייב ללמד תורה את בנו הקטן, וואָס (נוסף על הנ"ל) בערך הקב"ה זיינען דאָך אַלע קטנים,

און דער חינוך איז אין אַן אופן אַז „זה הקטן גדול יהי'" — ביז אַז דוקא ער וועט קענען מברר זיין אַ ספק בתורה, כמבואר אין אגה"קעב אַז בירור הספיקות שבתורה קען זיך אויפטאָן דוקא דורך אַ נשמה בגוף, ובפשטות — אַז תורה „לא בשמים היא"עג, נאָר מ'דאַרף פסק'נן ווי דער פס"ד פון ב"ד דאָ למטה, ביז אַז דער אויבערשטער אַליין זאָגט*73 „נצחוני בני נצחוני"עד.

וואָס דאָס ווערט דורך דעם וואָס דער אויבערשטער איז זיי מחנך — אַז ער282גיט זיי דעם ענין פון הבנה והשגה אין תורה, „יהב חכמתא לחכימין"עה,

[אָנהויבנדיק פון מעמד הר סיני, כמובן פון מדרז"לעו אַז בשעת מ"ת זיינען אידן געשטאַנען אין אַ מעמד ומצב פון אַ תינוק וואָס געפינט זיך אין בית־הספר און דער מלמד לערנט מיט אים תורה],

ביז אַז ער ווערט אַ גדול אין לימוד התורה, ביז אין אַן אופן אַז דער אויבערשטער זאָגט אויף אים „נצחוני בני נצחוני".

יז. אין התחלת השו"ע [אין מהדורא תניינא — משא"כ אין מהדו"ק, וואָס דאָרטן זאָגט ער נאָר „יתגבר כארי לעמוד בבוקר כו'", אַזוי ווי אין דעם שו"ע פון ב"י] הויבט אָן דער אַלטער רבי: „יהודה בן תימא אומר הוי עז כנמר וקל כנשר רץ כצבי וגבור כארי לעשות רצון אביך שבשמים"עז.

איז דאָך ידוע די שאלה: צוליב וואָס ברענגט דער אַלטער רבי דעם נאָמען פון בעל המאמר „יהודה בן תימא"?

[אויפן טור (וואָס ער ברענגט אויך די משנה צוזאַמען מיטן נאָמען פון בעל המאמר) איז דאָס ניט קיין קושיא, וואָרום דרכו איז צו ברענגען מאמרי רז"ל (און אפי' פוסקים) בשם אומרם, משא"כ בנוגע צום אַלטן רבי'ן, איז אפי' ווען ער ברענגט אַראָפּ אַ מארז"ל (ובארוכה ע"ד ווי דאָס שטייט אין טור) — דערמאָנט ער ניט דעם נאָמען פון בעל המאמר].

איז ידוע דער ביאור בזהעח, אַז דאָס איז דערפאַר וואָס אַלס הקדמה צו לימוד התורה (ל' הוראה — שהיא ענינו דשו"ע) דאַרף זיין דער ענין פון „יהודה בן תימא". והביאור בזה:

„יהודה" איז מלשון הודאהעט, וואָרום דער נאָמען „יהודה" איז ע"ש „הפעם אודה את הוי'"פ. און אַלס הקדמה צום שו"ע זאָגט מען אַז ס'דאַרף זיין דער ענין ההודאה והביטולפא.

וואָס אע"פ אַז לימוד התורה דאַרף זיין בהבנה והשגה דוקא [ביז אַז אין תושבע"פ מוז זיין דער ענין פון הבנה והשגה, און אָן דערויף איז ער ניט יוצא י"ח מצות ת"תפב], און דער ענין פון הבנה והשגה איז היפך הענין פון הודאה — קען ער דאָך טענה'ן אַז פריער דאַרף זיין דער ענין פון „נשמע", הבנה והשגה, און ערשט דערנאָך וועט זיין דער ענין פון „נעשה",

אויף דערויף זאָגט מען, אַז דער יסוד פון גאַנץ שו"ע איז „יהודה" — דער ענין פון הודאה וביטול, ד.ה. אַז ס'דאַרף זיין הקדמת נעשה לנשמע.

ער הויבט אָן מיט דעם ענין פון הודאה — און דערנאָך, וויבאַלד אַז דער אויבערשטער וויל אַז נאָך דעם „נעשה" זאָל זיין דער „נשמע", אַז ס'זאָל אויך זיין דער ענין פון הבנה והשגה אין תורה — הויבט ער אָן לערנען תורה אין אַן אופן פון הבנה והשגה, ביז אין אַן אופן פון יגיעה.

283יח. דאָס איז אָבער נאָך אַלץ ניט גענוג, וואָרום דער ענין ההודאה איז דאָך נאָר בתחלת הלימוד, און דערנאָך איז ער זיך עוסק אין לימוד התורה בהבנה והשגה — קען ער דאָך טראַכטן אַז „כחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה"פג, אַז וויבאַלד ער האָט אַ גוטע קאָפּ און אַ גוטע הבנה והשגה, דערפאַר קען ער זיך אַוועקשטעלן אין אַן אופן אַז דער אויבערשטער זאָגט אויף אים „נצחוני בני נצחוני",

אויף דערויף קומט די באַוואָרעניש אַז ס'דאַרף זיין „בן תימא". והביאור בזה:

„בן תימא" איז (אויך) דער פירוש בזה אַז ענינו (פון יהודא) איז „תימא". ע"ד ווי דער פירוש פון „בן חורין", אַז ער שטייט אין אַן אופן פון „חורין".

ובעניננו: דאָס וואָס ער לערנט תורה איז דאָס מערניט ווי אין אַן אופן פון „בן תימא" — ער זאָגט נאָך דעם אויבערשטןפד. ע"ד ווי ס'שטייט „ופי (איז נאָר) יגיד תהלתך"פה. און ווי דער מגיד האָט געזאָגט צום ב"י (בעל השו"ע) „אני המשנה המדברת בפיך"פו.

ער מוז טאַקע זאָגן, וואָרום לימוד התורה מוז זיין בדיבור דוקא, כמארז"לפז עה"פפח „חיים הם למוצאיהם", „א"ת למוצאיהם, אלא למוציאיהם בפה" — ער דאַרף אָבער וויסן אַז דאָס איז „בן תימא", דאָס זאָגט זיך ביי אים מצד דערויף וואָס ער האָט דעם „נפש השנית בישראל" וואָס זי איז „חלק אלקה ממעל ממש"פט, במילא וויל ער מקיים זיין רצון הבורא, און וויבאַלד אַז רצון הבורא איז אַז לימוד התורה זאָל אַראָפּקומען בהבנה והשגה, ביז צום שכל פון נה"ב, האָרעוועט ער און לייגט אַריין זיין שכל אין תורה, און דעמולט האָט ער די הבטחה אַז ווען ס'וועט זיין „יגעתי", וועט זיין „מצאתי"צ.

וואָס דאָס איז די הקדמה כללית צום גאַנצן שו"ע (דער ענין פון לימוד התורה) — אַז ס'דאַרף זיין דער ענין פון „יהודה בן תימא", און דעמולט איז דער לימוד התורה כדבעי,

און דעמולט איז דער לימוד מביא לידי מעשה — קיום המצוות, וואָס כדי אַז קיום המצוות זאָל זיין כדבעי, דאַרף ער שטיין אין אַ מעמד ומצב פון „עז כנמר כו'" ביז „גבור כארי".

יט. אין דערויף איז דאָ נאָך אַ דיוק:

לכאו' איז ניט פאַרשטאַנדיק: צוליב וואָס דאַרף מען ברענגען אַ דוגמא פון אַ „נמר" (ועד"ז די איבעריקע דוגמאות, נשר, צבי און ארי. ובשו"ע הב"י — דארי), מ'האָט דאָך געקענט זאָגן אַז מ'דאַרף זיין אַן „עז" — צוליב וואָס דאַרף מען זאָגן „הוי עז כנמר"?

נאָכמער: דאָס וואָס מ'דאַרף האָבן דעם ענין העזות איז דאָך נאָר בנוגע צו ענינים פון עבודת ה' — „שלא להתבייש מפני בני אדם המלעיגים", און ווי דער אַלטער רבי באַוואָרענטצא „שלא יקנה קנין בנפשו להיות עז פנים אפי' שלא במקום עבודתו ית'" — האָט דאָך דאָס לכאורה קיין שייכות ניט צו די עזות פון אַ „נמר", איז צוליב וואָס דאַרף מען זאָגן „הוי עז כנמר"?

284[ובפרט אַז ס'קען גאָר זיין אַז דער מלמד האָט קיינמאָל ניט געזעהן קיין „נמר", במילא קען ער זיך ניט פאָרשטעלן די עזות פון אַ נמר. עאכו"כ אין אַמאָליקע שטעטלעך [וואָס די משנהצב זאָגט דאָך „הזהרו בבני עניים שמהם תצא תורה"], ווייס איך ניט צי איין מלמד פון צען האָט אַמאָל געזעהן אַ נמר בפועל.

ער האָט געוואוסט אַז אַ נמר איז אַ מזיק און האָט חברבורות, דערפון וואָס ישעי' הנביא זאָגטצג, ואומר „ונמר חברבורותיו"צד, און אַלע איבעריקע פרטים וועגן אַ „נמר", ווייסט ער ניט.

ואדרבה, דאָס וואָס ער ווייסט אַז אַ „נמר" איז אַן „עז" — ווייסט ער דאָס דערפון וואָס די משנה זאָגט אים „הוי עז כנמר" (וואָרום ווען אַ „נמר" וואָלט ניט געווען קיין „עז", וואָלט די משנה ניט געזאָגט „עז כנמר")].

כ. והביאור בזה:

דאָס וואָס מ'זאָגט „הוי עז כנמר כו'", איז בדוגמא צו דעם וואָס די גמ'צה זאָגט עה"פצו „מלפנו מבהמות הארץ ומעוף השמים יחכמנו", אַז מ'לערנט זיך געוויסע זאַכן פון „בהמות הארץ" און „עוף השמים". און ווי די גמ' איז ממשיך: „אלמלא לא ניתנה תורה היינו למדין צניעות מחתול וגזל מנמלה כו'".

טייטשט אָפּ רש"יצז: „שנתן בהם חכמה להורות לנו", אַז דער אויבערשטער האָט געגעבן חכמה צו די בהמות, כדי אַז אידן זאָלן זיך לערנען פון זיי.

וואָס לכאו' איז דאָך דאָס אַ דבר פלא: אידן זיינען „בנים אתם לה' אלקיכם"צח, און צוליב אידן איז באַשאַפן געוואָרן די גאַנצע וועלט, כולל אויך די אַלע חיות ובהמות: נמר, חתול און נמלה וכו', זיינען זיי אַלע באַשאַפן געוואָרן „בשביל ישראל שנקראו ראשית"צט;

און אעפ"כ זאָגט מען, אַז בשעת דער אויבערשטער וויל לערנען אידן אַן ענין של חכמה, איז „מלפנו מבהמות הארץ": ער באַשאַפט אַ חתול און אַ נמלה וכו', און גיט אַריין אין זיי חכמה, און אידן דאַרפן זיך לערנען פון זיי!

וואָס דאָס איז מתאים מיט תורת הבעש"ט הידועהק אַז פון יעדער ענין וואָס אַ איד זעט אין וועלט, דאַרף ער דערפון אַרויסנעמען אַ הוראה אין עבודת ה'.

און דאָס איז אויך וואָס מ'זאָגט „הוי עז כנמר" — אַז מ'זאָל וויסן אַז פון אַ „נמר" דאַרף מען אויך אָפּלערנען אַ הוראה אין עבודת ה'.

בשעת ער גייט אַרויס אין וועלט, און דערזעט אַ נמר מיט זיינע תכונות וכו' — קען ער לכאו' טראַכטן ביי זיך: וואָס קען מען אָפּלערנען דערפון אין עבודת ה'?! פון אַ „נמר" דאַרף מען אַנטלויפן, וואָרום דאָס איז אַ דבר המזיק [ובפרט לויט ווי די משנהקא זאָגט אַז אַ „נמר" איז פון די חיות וואָס האָבן אַ דין בפ"ע], אָבער וואָס קען מען דערפון אָפּלערנען אין עבודת ה'?!

285זאָגט רש"יצט צו אַ בן חמש למקרא, אַז ער זאָל וויסן זיין אַז „בראשית" איז „בשביל ישראל שנקראו ראשית", די גאַנצע וועלט, שמים וארץ וכל צבאם, זיינען באַשאַפן געוואָרן „בשביל ישראל שנקראו ראשית" און „בשביל התורה שנקראת ראשית".

וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז פון יעדער ענין וואָס איז דאָ אין וועלט דאַרף מען אָפּלערנען אַ הוראה אין עבודת ה', וואָרום דאָס איז באַשאַפן געוואָרן „בשביל ישראל שנקראו ראשית ובשביל התורה שנקראת ראשית".

ד.ה. אַז אַ איד דאַרף אָפּלערנען אַ הוראה פון עניני העולם כפי הוראת התורה: בשעת ער דערזעט אַ „נמר", וואָס אַ נמר איז דאָך אַ מזיק וטורף — זאָגט אים תורה אַז ניט דאָס דאַרף ער אָפּלערנען פון דעם נמר, ער דאַרף אָפּלערנען פון אים דעם ענין העזות, „הוי עז כנמר" אין ענינים פון עבודת ה'.

און מ'קען ניט פרעגן קיין קושיא: היתכן אַז מ'זאָל זאָגן אַ אידן אַז ער דאַרף זיך אָפּלערנען פון אַ חי' וואָס איז בטבעה אַ מזיק, און איז אַ חי' בלתי טהורה — אַזוי ווי אַ „נמר", ועד"ז די איבעריקע זאַכן וואָס ער רעכנט אויס, נשר און ארי

[מ'דערמאַנט אויך „צבי", וואָס איז אַ חי' טהורה, ביז אַז ווען מ'שרייבט אַ ס"ת אויף עור פון אַ צבי, איז דאָס אַ גאַנצער יחוס וכו', ווי מ'געפינט אין דעם ענין פון „גדולים מעשי חייא"קב, אַז דאָס איז געווען פאַרבונדן מיט פאַנגען אַ צבי, און שרייבן אויף זיין עור חמשה חומשי תורה וכו' — אָבער אַלע איבעריקע זאַכן וואָס מ'רעכנט אויס (ועד"ז וואָס די גמרא זאָגט „צניעות מחתול וגזל מנמלה"), זיינען בלתי טהורים].

איז היתכן אַז מ'זאָל זאָגן אַ אידן אַז ער דאַרף זיך אָפּלערנען פון חיות טורפות און בלתי טהורות?!

ע"פ חסידות וואָלט מען געקענט מבאר זיין אַז דאָס גופא וואָס די חיות זיינען בלתי טהורות, באַווייזט דאָס אַז זייער שורש איז גבוה ביותר, וואָס דערפאַר זיינען זיי אַראָפּגעפאַלן למטה ביותרקג; אָבער דאָ רעדט זיך דאָך וועגן שו"ע, וואָס דער שו"ע פסק'נט אַז אַ „נמר" איז אַ חי' טמאה, און אַז מ'זאָגט „הוי עז כנמר", מיינט מען אַ „נמר" כפשוטו, אין עוה"ז, אַ חי' טמאה, וואָס ער איז אַן „עז" — איז לכאו', היתכן מ'זאָל זאָגן אַ אידן ער זאָל זיך אָפּלערנען פון אַ חי' טמאה?!

איז דאָס מלכתחלה קיין קושיא ניט, וואָרום כאמור לעיל אַז יעדער זאַך וואָס איז באַשאַפן געוואָרן אין וועלט, איז תכליתה כדי אַז אַ איד זאָל זיך אָפּלערנען דערפון אין עבודת ה', ובמילא איז ניט שייך צו זאָגן אַז פון דעם ענין וויל ער אָפּלערנען אַ הוראה אין עבודת ה', און פון אַ צווייטן ענין וויל ער ניט אָפּלערנען אַ הוראה אין עבודת ה' (וויבאַלד אַז דאָס איז אַ חי' בלתי טהורה), וואָרום פון יעדער ענין וואָס איז דאָ אין וועלט, דאַרף אַ איד אָפּלערנען אַ הוראה אין עבודת ה', כמארז"לקד „כל אחד ואחד חייב לומר בשבילי נברא העולם", כולל הפי'קה — כדי ער זאָל דערפון אָפּלערנען אַ הוראה אין עבודת ה'.

286כא. אין דערויף קומט צו נאָך אַן ענין:

די גמ'קו זאָגט: „ג' עזין הם, ישראל באומות כו'". וואָס דאָ רעדט זיך וועגן דעם ענין העזות כפשוטו, ניט וועגן דעם ענין העזות אין עבודת ה', וואָרום דער ענין העזות אין עבודת ה' איז ניט שייך ביי אוה"ע [ביי זיי איז שייך נאָר די שבע מצוות בני נח], איז וויבאַלד אַז מ'זאָגט אַז ישראל זיינען עזין שבאומות — מוז מען זאָגן אַז ס'רעדט זיך וועגן דעם ענין העזות כפשוטו.

און דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז אַ איד מוז אויסנוצן דעם ענין העזות (וואָס ער האָט בטבעו) אין עבודת ה', וואָרום אויב ער וועט דאָס ניט אויסנוצן אין עבודת ה', וועט דער ענין העזות שבטבעו [דאָס וואָס ישראל זיינען עזין שבאומות] אַרויסשפּאַרן אין אַ כיוון בלתי רצוי.

וכידוע וואָס די גמ'קז זאָגט: „האי מאן דבמאדים (דער וואָס איז געבאָרן געוואָרן אין מזל „מאדים") יהי גבר אשיד דמא כו' אי גנבא („לסטים ההורג נפשות" (פירש"י)) אי טבחא אי מוהלא".

ד. ה. אַז וויבאַלד ער איז געבאָרן אין מזל „מאדים", וואָס דאָס איז פאַרבונדן מיט „דם" — האָט ער די ברירה צו זיין אַ שוחט (ע"פ שו"ע), וואָס דאָס איז דאָך אַן עבודה הכי נעלית, וואָרום „אין ושחט אלא ומשך"קח — דורך דערויף איז ער מושך ומעלה די בהמה וכו'; און אויב ניט, קען ער ווערן פּונקט דער היפך דערפון — אַ שופך דמים רח"ל (וואָרום ער האָט בטבעו דעם ענין פון „דם" כו', איז אויב ער נוצט דאָס ניט אויס אין קדושה, שפּאַרט דאָס אַרויס אין דעם צד ההפכי).

ועד"ז איז פאַרשטאַנדיק בנוגע צו דעם ענין העזות — אַז וויבאַלד ישראל זיינען עזין שבאומות, מוז ער אויסנוצן דעם ענין העזות אין קדושה, וואָרום אויב ער וועט דאָס ניט אויסנוצן אין קדושה, וועט דאָס ארויסשפּאַרן אין דעם צד ההפכי.

כב. די הוראה דערפון בנוגע לימינו אלו:

ס'זיינען דאָ אַזוינע וואָס טענה'ן, אַז וויבאַלד „מי יקום יעקב כי קטן הוא"סו, דאַרף מען זיין אַראָפּגעפאַלן פאַר יעדער גוי, און מ'טאָר ניט זאָגן פאַרקערט פון דעם גוי, ווייל דער גוי האָט די „ידים ידי עשו"קט.

באַוואָרנט מען גלייך בתחלת השו"ע „הוי עז כנמר", אַז בשעת ס'רעדט זיך וועגן ענינים וואָס זיינען פאַרבונדן מיט עבודת ה', דאַרף ער זיין „עז כנמר" און ניט נתפעל ווערן פאַר קיינעם.

בשעת ער טרעפט זיך מיט אַ גוי מסוים, דאַרף ער אים טאַקע אָפּגעבן דעם כבוד וואָס אים קומט, וואָרום ס'דאַרף זיין „ודרשו את שלום העיר גו' כי בשלומה יהי' לכם שלום"קי, אָבער ווען דער גוי וויל אָנרירן אין אַן ענין וואָס איז פאַרבונדן מיט הגנה אויף אידן (ועאכו"כ אויף אַ קיבוץ פון אַ סאַך אידן) — דאַרף ער זיך אַוועקשטעלן מיטן תוקף המתאים, „הוי עז כנמר".

און דאָס איז דער ביאור אַז התחלת השו"ע (פון דעם אַלטן רבי'ן — וואָס ער287שרייבט אויך טעמי ההלכות (משא"כ דער ב"י, וואָס אין דעם שו"ע האָט ער געשריבן נאָר די הלכות אָן די טעמים, דערפאַר וואָס ער האָט זיך פאַרלאָזט אויף זיין חיבור אויפן טור)) הויבט זיך אָן מיט „יהודה בן תימא", און דערנאָך זאָגט מען „הוי עז כנמר":

בשעת ביי אים איז דאָ דער ענין פון „יהודה", „אודה את ה'", ער גייט טאָן אַ זאַך דערפאַר וואָס ער איז מודה און וויל מקיים זיין דעם אויבערשטנ'ס רצון, דעמולט שטייט ער אין אַן אופן פון „עז כנמר", און ווערט פאַר קיינעם ניט נתפעל, אים איז קיין נפק"מ ניט וואָס די וועלט וועט זאָגן אויף דערויף, וואָרום ער גייט מקיים זיין דעם אויבערשטנ'ס רצון.

און אַז מ'פרעגט ביי אים: היתכן, דו ווייסט דאָך אַז „מי יקום יעקב כי קטן הוא", איז וואָס פאַרטשעפּעסטו זיך מיט דער וועלט? — זאָגט ער, אַז דער שו"ע הייסט מ'זאָל זיין „עז כנמר"; אין וועלט איז דאָ אַ נמר, און ער האָט די תכונה פון עזות, און צוליב וואָס איז באַשאַפן געוואָרן דער נמר מיט זיין תכונת העזות — כדי אַז אַ איד זאָל זיך פון אים אָפּלערנען, אַז בשעת ס'רעדט זיך וועגן אַן ענין פון תורה ומצוותי', דאַרף ער פאַר קיינעם ניט נתפעל ווערן, „עז כנמר".

און מ'איז נאָך מדגיש „עז כנמר" — דאָס וואָס אַ נמר געפינט זיך אין וועלט און האָט זיין טרף, און ער האָט אַ קיום פון ששת ימי בראשית ביז ימים אלו — איז דאָס נאָר דורך דערויף וואָס ער האָט אין זיך דעם ענין העזות.

נאָר ביי אַ אידן באַוואָרענט מען אַז דער ענין העזות דאַרף ביי אים זיין מערניט ווי בנוגע צו ענינים פון עבודת ה', ד.ה. אַז מ'מאָנט ביי אים אַ דבר והיפוכו: דער ענין פון עזות טאָר ניט ווערן קיין „קנין בנפשו להיות עז פנים אפילו שלא במקום עבודתו ית'", ולאידך, ווען ס'קומט צו אַן ענין פון עבודת ה', זאָגט מען אים אַז „לה' הארץ ומלואה"קיא, במילא ווערט ער (דורך תורת ה') אַ מלך בעולם, „מאן מלכי רבנן"קיב.

און די טענה פון וועלט אַז וויבאַלד מ'געפינט זיך אין גלות, איז ווי איז שייך ס'זאָל זיין אַן ענין של חוצפה ועזות — ענטפערט ער, אַז ס'איז דאָ אַ דוגמא פון וועלט: אַ נמר האָט דעם ענין העזות, און דורך דעם וואָס ער שטעלט זיך אַוועק מיט עזות, פירט ער אויס זיינס. און די גאַנצע מציאות פון דעם נמר איז (בשביל ישראל) מערניט כדי אַז אַ איד זאָל זיך פון אים אָפּלערנען אַז ווען ס'קומט צו ענינים פון עבודת ה', דאַרף ער פאַר קיינעם ניט נתפעל ווערן.

בשעת ס'קומט צו אַן ענין פון תורה ומצוותי' — איז וואָס הייסט ער זאָל נתפעל ווערן פאַר אַ גוי! עאכו"כ ניט נתפעל ווערן פאַר אַ אידן — וואָרום יעדער איד האָט דאָך די נפש השנית בישראל, במילא וויל ער אַליין אַז מ'זאָל אים ניט פאָלגן [משא"כ אַ גוי, וואָס ער ווייסט ניט וואָס עס טוט זיך, מערניט מצד „מזלייהו חזו"קיג].

וואָס דאָס („הוי עז כנמר") איז ניט קיין ענין וואָס שטייט אין אַ ספר מוסר [וואָס אויף אַ ספר מוסר קען מען זיך אויך פאַרלאַזן], אָדער אין אַ ספר חסידות [וואָס אויף אַ ספר חסידות קען מען זיך זיכער פאַרלאָזן] — נאָר דאָס שטייט אין שו"ע.

288אָנהויבנדיק פון דער משנהעז, וואָס „הטועה בדבר משנה חוזר"קיד, וואָרום ס'איז ניט שייך זאָגן באופן אחר, און דאָס ברענגט זיך אַראָפּ אין שו"ע אַלס פס"ד — וואָס דערפון איז מובן אַז די הנהגה מוז זיין באופן האמור, אַז ווען ס'רעדט זיך וועגן אַן ענין וואָס איז פאַרבונדן מיט עבודת ה', דאַרף ער שטיין בתוקף המתאים, „הוי עז כנמר".

און דוקא בשעת ער שטייט מיט אַ תוקף, פירט ער אויס און פועל'ט ביים גוי דאָס וואָס ער וויל פועל'ן, ביז אַז ס'ווערט „ורב יעבוד צעיר"קטו.

כג. האמור לעיל (אַז ווען מ'שטייט מיט אַ תוקף, דעמולט פועל'ט מען אויפן גוי) זעט מען אויך פון די מאורעות וואָס האָבן געטראָפן לאחרונה אין ארץ הקודש — אַז ס'איז געקומען פלוני בן פלוני פון מצרים, און האָט מציע געווען די הצעה פון שלום:

דאָס וואָס ער איז געקומען מיט דער הצעה פון שלום — איז בפשטות געווען דערפאַר וואָס ער האָט דערזעהן אַז מ'האָט אָנגעהויבן רעדן מיט אַ תוקף, און ניט נתפעל ווערן פאַר גוים,

ובפרט אַז ער האָט דערהערט אַז ס'האָט זיך אָנגעהויבן הערן בתוקף שם ה' אין אה"ק אַז ס'זיינען דאָ אַזוינע וואָס שרייען אַז „בשם אלקינו נדגול"קטז, און „בשם ה' אלקינו נזכיר"קיז — וואָס דאָס האָט גע'פועל'ט אויף אים דערפאַר וואָס „מזלייהו חזו",

[און דערפאַר האָט מען אויך געזעהן אַז התחלת והמשך דבריו זיינען געווען פאַרבונדן מיט אַן ענין של אמונה —

וואָס דער רמב"םקיח פסק'נט אַז אמונת הישמעאלים איז ניט קיין ע"ז (ניט ווי אמונת הנוצרים וואָס איז ע"זקיט — כמבואר אין די ערטער אין רמב"ם וואָס דער צענזאָר האָט ניט אַרויסגעוואָרפן, אָדער אין די דפוסים וואָס מ'האָט אָפּגעדרוקט אָן אַ צענזורע פון אוה"ע)],

און ער האָט געוואוסט אַז ס'זיינען דאָ אידן וואָס שטייען על הגבולות, און זיי קענען מאַכן פון אים אש־ןּאָרעך [ווי מ'האָט דאָס שוין געזעהן בעבר, און ווען מ'וואָלט זיך ניט מונע געווען, וואָלט מען שוין לאַנג פטור געוואָרן פון אַלע לחצים ואיומים והפחדות], און מ'האָט „רכב" און „סוסים", און ער האָט חוקר ודורש געווען און האָט געזעהן אַז כחם רב בפשטות —

האָט דאָס גע'פועל'ט אויף אים אַ פחד, און ער האָט מחליט געווען אַז ע"פ החשבון לוינט ניט פאַרפירן זיך מיט מלחמות און דערפאַר איז ער געקומען מיט דער הצעה פון שלום.

[כל זמן אַז ס'זיינען געווען די פריערדיקע, וואָס זיי האָבן ניט דערמאָנט שם ה', און זיינען געווען אַראָפּגעפאַלן ביי זיך פאַר אַ גוי, און אפי' ווען מ'האָט גערעדט מיט אַ תוקף, האָט מען אָבער גלייך געשיקט אַ שליח מאחורי הפרגוד, און מודיע געווען אַז דאָס איז מערניט ווי דיבור בעלמא, אָבער בפועל וועט מען פאָלגן און אַלץ אומקערן, אַבי זיי זאָלן זאָגן „אחי הוא" (כמסופר אין תנ"ךקכ בנוגע צו אחאב און מלך ארם) — ואין להאריך אין אַן ענין וואָס איז ניט בשבחם של ישראל —289איז דער פחד ניט געווען אויף אַזוי פיל אַז דאָס זאָל פועל'ן ביי אים מאַכן דעם צעד ראשון;

אָבער בשעת מ'האָט אָנגעהויבן רעדן מיט אַ תוקף, און באַווייזן אַז מ'ווערט ניט נתפעל פאַר אַ גוי, און מ'האָט אָנגעהויבן דערמאָנען שם ה'

[דורך אַ אידן וואָס (כו"כ קענען אים באופן אישי, ואני הקטן בתוכם, און מ'ווייסט אַז ער) איז אַ מאמין באמת (ניט צוליב דעם ביינקל אָדער כבוד וכיו"ב, נאָר) באמונה פשוטה, און ער האָט אין זיך דעם תוקף אַז ער ווערט ניט נתפעל פאַר אַ גוי

(נאָר אין זיין חבורה זיצן, ליידער, אַזוינע וואָס (האָבן סמיכה אויף רבנות וכו', מיט אַלע מעלות וואָס זיי האָבן, אָבער זיי) זיינען ביי זיך אַראָפּגעפאַלן פאַר אַ גוי, און מ'באַרימט זיך אַז אַזוי איז געווען זיין חינוך — לויט ווי גויים האָבן געוואָלט)] —

האָט דאָס גע'פועל'ט אויף אים אַ פחד, ביז אַז ער האָט געמאַכט דעם צעד ראשון, און איז געקומען מיט דער הצעה פון שלום (וואָס ווי דער המשך זאָל זיין, איז שוין געוואָרן אַ שנוי לטובה)].

וואָס דערפון זעט מען אַז דוקא ווען מ'שטעלט זיך מיט אַ תוקף, און מ'ווערט ניט נתפעל פון דעם גוי — דוקא דורך דעם קען מען פועל'ן אַז דער גוי זאָל זיך דערשרעקן, ביז אַז ס'ווערט „ורב יעבוד צעיר".

און ניט ווי די וואָס טענה'ן אַז מ'טאָר ניט האָבן קיין נשק, און מ'טאָר ניט רעדן מיט אַ תוקף, ווייל „אל תתגרה בגוי קטן"קכא — וואָרום דאָס איז ניט קיין ענין של התגרות, ס'רעדט זיך וועגן ארץ ישראל לגבולותי', און וועגן הגנה אויף כו"כ פעמים ס"ר מבנ"י וואָס געפינען זיך אין אה"ק, וואָס דערפאַר דאַרף מען שטיין בתוקף המתאים.

כד. מובן בפשטות, אַז דאָס וואָס מ'דאַרף האָבן נשק און מ'דאַרף שטיין בתוקף וכו', האָט ניט קיין שייכות כלל מיט אתחלתא דגאולה — כמדובר כמ"פקכב אַז ס'איז נאָך פאַר אתחלתא דגאולה, ואדרבה, ס'איז א חושך כפול ומכופל,

ביז אַז מ'האָט אַריינגעשלעפּט אין א"י דעם ענין פון חו"ל, דעם רגש הגלות, אויף נתפעל ווערן פון אַ גוי, און נאָכלויפן אים, אפשר וועט ער מסכים זיין אַז מ'זאָל שרייבן אויף אים אַז ער איז אַ „יהודי"!

ס'קומט איינער און זאָגט אַז ער איז דער באכח פון פרומע אידן, און ער דרוקט און „שטעלט אַוועק" אַ מנורה פון שבעה קניםקכג, און שרייבט אָן אַ פּאַפּיר מיט אותיות מרובעות אַז יענער גוי איז אַ „יהודי" [ניט קיין ישראלי, נאָר אַ „יהודי" — „מודה בכל התורה כולה"קכד], און שרייט אַז ער וועט אַליין חתמ'נן אויף דערויף אע"פ אַז דאָס איז היפך ההלכה! — ס'איז ניטאָ קיין גרעסערער ענין של גלות דערפון! ובפרט אַז מ'טוט דאָס אין א"י, „פלטרין של מלך"!

290וואָס דערפון איז אַרויסגעקומען היפך קידוש ה' אין דעם ערגסטן אופן — כידוע די השתלשלות הענינים ווי ס'איז געוואָרן דער חוק האומלל פון „מיהו יהודי", אַז פריער איז געווען אָנגעשריבן אַז מ'זאָל אַנערקענען מערניט ווי גיור כהלכה, דערנאָך האָט מען געמאַכט דערפון אַ טומל: היתכן אַז מ'זאָל ניט אַנערקענען אַ גיור וואָס איז שלא כהלכה?

האָט מען געפרעגט וואָס זאָגט דער מוסלמענער וואָס זיצט דאָרטן, און וואָס זאָגט דער קאָמוניסט וואָס זיצט דאָרטן, און וואָס זאָגן די אידן וואָס געפינען זיך אין אַ גלות הכי שפל, וואָס זיינען בטל פאַרן גוי בנפשם ובחיצוניותם ובהנהגתם —

איז געווען אַזאַ חושך בעולם רח"ל, אַז ס'איז געווען רוב קולות (צוזאַמען מיטן מוסלמענער און דעם קאַמוניסט) וואָס האָבן געזאָגט אַז מ'זאָל אַרויסוואַרפן, ר"ל, דעם וואָרט „כהלכה" (כדי אַז מ'זאָל קענען אַנערקענען אַ גיור שלא כהלכה)1 וואָס דאָס איז דאָך דער גרעסטער חילול ה' וואָס קען זיין!

[וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז אע"פ אַז ס'זיינען דאָ כו"כ ענינים הדורשים תיקון, איז אָבער דער ענין פון „מיהו יהודי" די ערגסטע זאַך:

בנוגע צו שאר הענינים, זאָגט מען (בדיבור עכ"פ) אַז מ'טוט דאָס ניט דערפאַר וואָס מ'וויל זיך פאַרטשעפּען מיט תורת ה', נאָר מ'טוט דאָס דערפאַר וואָס דערפון קומט אַרויס אַ תועלת וכו',

ע"ד ווי דער ענין פון „ניתוחי מתים" — אַז מ'זאָגט אַז מ'טוט דאָס צוליב עניני רפואה, „היתר עבודה בשבת" — זאָגט מען אַז דאָס איז אַן ענין של סכנה פאַר דעם גאַנצן שטח, לארץ ולדרים עלי' וכו', מ'באַרימט זיך אָבער ניט אַז מ'טוט דאָס דערפאַר וואָס דאָס איז היפך ההלכה;

די איינציקע זאַך וואָס מ'האָט מכריז געווען בגלוי אַז מ'טוט דאָס דערפאַר וואָס דאָס איז היפך ההלכה — איז דאָס דער חוק האומלל פון „מיהו יהודי"!

ובמילא איז מובן אַז בשעת מ'הויבט זיך אָן דינגען וועלכער ענין איז קודם, און וואָס איז אַן עיקר וכו' — איז ניט שייך צו דינגען זיך וועגן דעם, וואָרום אַלע איבעריקע ענינים זיינען אינגאַנצן ניט אין דעם סוג פון „מיהו יהודי", וואָרום דער ענין פון „מיהו יהודי" איז פאַרבונדן מיט היפך קידוש ה' ובאופן הכי גרוע, וואָרום מ'איז מכריז בגלוי אַז מ'טוט דאָס דערפאַר וואָס דאָס איז היפך ההלכה (משא"כ בנוגע לשאר הענינים, כנ"ל).

נאָר ס'זיינען דאָ אַזוינע וואָס זיינען משוחד רח"ל פון כבוד (אַ ביינקל וכו'), אָדער דערפון וואָס מ'באַקומט געלט פאַר אַ ישיבה וכיו"ב, במילא זוכט מען באַרואיקן זיך אַליין מיט טענות — ס'איז נאָך ניט געקומען די צייט, דער תירוץ, יענער תירוץ, וואָס אין כאן המקום להאריך בזה.

און דאָ זעט מען אַז וויבאַלד מ'פאַרלירט דעם ענין העזות אין עבודת ה' — שפּאַרט דאָס אַרויס אין אַן אַנדער ענין — אַז מ'שטעלט זיך מיט עזות קעגן (גיור דוקא) הלכה].

זעט מען דאָך אַז ס'איז נאָך פאַר אתחלתא דגאולה, ואדרבה, ס'איז גאָר אַ חושך כפול ומכופל —

דאָס האָט אָבער ניט קיין שייכות להמדובר לעיל, אַז אידן דאַרפן האָבן נשק, און מ'דאַרף זיך אַוועקשטעלן קעגן אַ גוי בתוקף המתאים — וואָרום דאָס291איז נוגע צו פקו"נ פון כו"כ מבנ"י, וואָס אפי' נפש אחת מישראל איז אויך אַן „עולם מלא"קד, עאכו"כ ווען ס'רעדט זיך וועגן כו"כ פעמים ס"ר מבנ"י כן ירבו.

כה. און ווי דער פס"ד ברור אין שו"עקכה, אַז „נכרים שצרו על עיירות ישראל", איז אויב דאָס איז אַן „עיר הסמוכה לספר", איז „אפילו אינם רוצים לבוא אלא על עסקי תבן וקש", און אפי' אַז זיי זיינען נאָך ניט געקומען, נאָר „ממשמשים לבוא" — איז „יוצאים עליהם בכלי זיין ומחללין עליהם את השבת". „שמא ילכדו העיר ומשם תהא הארץ נוחה ליכבש לפניהם".

וואָס לכאו' איז ניט פאַרשטאַנדיק: מ'וויל דאָך מציל זיין אידן פון גויים, און וויבאַלד אַז „אתם המעט מכל העמים", דאַרף מען דאָך האָבן דעם סיוע פון דעם אויבערשטן — איז פאַרוואָס דאַרף מען נעמען כלי נשק און מחלל שבת זיין — מ'דאַרף זאָגן תהלים, לערנען תורה, אָבער ניט אַרויסגיין בשבת מיט כלי זיין?!

פסק'נט אָפּ דער שו"ע אַז דער אויבערשטער וויל אַז אין אַזאַ פאַל זאָל זיין „יוצאים עליהם בכלי זיין ומחללין עליהם את השבת", וואָרום דער אויבערשטער וויל אַז מ'זאָל בנדו"ז מאַכן אַ לבוש אין דרך הטבע.

מ'דאַרף זאָגן תהלים, און לערנען תורה, און קאַכן זיך אין „הקול קול יעקב", און וויסן אַז דער אויבערשטער פירט אָן מיט די גאַנצע וועלט; אָבער דערנאָך האָט ער אַ ציווי ער זאָל נעמען כלי זיין, און אַוועקשטעלן זיך על הגבול, וואָרום דאָס איז אַן ענין וואָס איז פאַרבונדן מיט פקו"נ פון אידן.

וואָס דאָס איז דאָך אַ פס"ד אין שו"ע, און דאָס האָט קיין שייכות ניט מיט אתחלתא דגאולה וכו' — דער זעלבער דין איז ווען ס'רעדט זיך וועגן אַ עיר וואָס געפינט זיך אין חו"ל, און בזמן הגלות.

וכאמור אַז דאָס איז אַ פס"ד אין שו"ע — וואָס דער שו"ע האָט דאָך געוואוסט אַז ס'שטייט „הקול קול יעקב והידים ידי עשו", ובפרט אַז דער ב"י איז געווען אַ למדן און האָט געלערנט תורה בהתמדה ושקידה שלא בערך ת"ח פון איצט, והראי', אַז ספרו איז נתקבל געוואָרן בכל תפוצות ישראל,

[ביז אַז דער אורים ותומים (אין זיינע הגהות אויף „תקפו כהן"קכו) שרייבט אויף אים אַ דבר נפלא:

ער ברענגט דאָרטן אַז מ'קען זיך ניט קריגן אויף אַן ענין וואָס שטייט אין שו"ע, און ער איז מוסיף אַז דאָס איז אפי' בנוגע צו אַ דיוק וואָס מ'איז מדייק אין דעם לשון פון שו"ע.

וואָס אע"פ אַז ס'קען גאָר זיין אַז דער ב"י האָט ניט מכוון געווען באַוואָרענען דעם דיוק, און ס'קען גאָר ניט זיין ער זאָל מכוון זיין אַלע דיוקים, וואָרום ס'איז ניט בגדר פון אַ בשר ודם באַוואָרענען אַלע דיוקים וואָס מ'האָט מפלפל געווען און מחדש געווען אין די אַלע דורות שלאחריו —

זאָגט אָבער דער אורים ותומים (וואָס ער איז דאָך געווען אַ פוסק), אַז וויבאַלד אַז „רוח ה' נוססה בקרבם", האָט דער אויבערשטער אַריינגעגעבן אין אים ער זאָל שרייבן דעם לשון דוקא, וואָס דערפון וועט מען שפּעטער מדייק זיין292די ענינים וואָס אים איז גאָר ניט איינגעפאַלן (בשכל הגלוי) צו באַוואָרענען, און על יסוד זה דאַרף מען פסק'נען דעם פס"ד],

און אעפ"כ פסק'נט אָפּ דער שו"ע, אַז אין אַזאַ פאַל איז „יוצאים עליהם בכלי זיין ומחללין עליהם את השבת", ווייל דער אויבערשטער וויל אַז מ'זאָל מאַכן בנדו"ז אַ לבוש אין דרך הטבע.

וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז מ'דאַרף זיך אַוועקשטעלן בתוקף המתאים, און ניט נתפעל ווערן פאַר אַ גוי — וואָרום דאָס איז אַן ענין וואָס איז נוגע צו פקו"נ פון כו"כ מבנ"י.

כו. ומובן בפשטות, אַז קיינער קען ניט זאָגן אַז דאָס האָט ניט קיין שייכות צו אים, דערפאַר וואָס מ'האָט ביי אים ניט געפרעגט דעם דין — וואָרום דאָס איז אַן ענין וואָס איז נוגע צו דריי מליון אידן כן ירבו!

ער דאַרף ניט פסק'נן קיין דין, ער דאַרף נאָר זאָגן אַז ס'איז דאָ אַ פס"ד ברור אין שו"ע וז"ל כו',

[איינער האָט זיך אויסגעדריקט אַז דאָס איז אַ „דעת יחיד" — ס'איז טאַקע אַ „דעת יחיד" — פון דעם „בית יוסף", וואָס ער איז געווען אַ יחיד בדורו, און ער האָט אָפּגעדרוקט דעם שו"ע, און ס'איז נתקבל געוואָרן בכל תפוצות ישראל, אויף אַלע דורות, ביז ביאת משיח צדקנו],

און דער פס"ד איז אַז מ'דאַרף האָבן כלי נשק, און דאָס איז אַן ענין וואָס איז פאַרבונדן מיט עבודת ה', פּונקט אַזוי ווי מ'דאַרף לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, עאכו"כ אַז דאָס איז אַן ענין וואָס איז פאַרבונדן מיט פקו"נ!

מ'געפינט זיך טאַקע אין גלות, און ס'איז דאָ דער ענין פון „אל תתגרה בגוי קטן", עאכו"כ „בגוי גדול", און ס'איז דאָ דער ענין פון „שלא יעלו ישראל בחומה"קכז — איז דאָס אָבער דוקא ווען ס'איז ניטאָ קיין פס"ד ברור אין שו"ע להיפך, און אין דעם פאַל איז דאָ אַ פס"ד ברור אין שו"ע אַז „יוצאים עליהם בכלי זיין ומחללין עליהם את השבת".

און בשעת אַז איינער וועט פרעגן אַ שאלה, צי מ'מעג נעמען נשק בשבת כדי צו מציל זיין אַ אידן — איז אויב מ'וועט אים ענטפערן אַז וויבאַלד אַז ס'איז קדוש היום לאדוננו (ס'איז שבת קודש), במילא דאַרף ער זיצן און לערנען תורה אַ גאַנצן טאָג, און ער טאָר ניט נעמען נשק און מציל זיין דעם אידן

[און ער טענה'ט, אַז ס'שטייט אין הל' ת"ת אַז יעדער איד איז מחוייב צו זיצן און לערנען תורה, אפי' זקן און בעל יסורים, ועאכו"כ ביום השבת, ועאכו"כ ווען ס'איז אַ זמן של סכנה כפשוטה, דאַרף מען זיך זיכער פאַרבינדן מיט תורה, וכמשל הידוע פון ר"ע וועגן די „דגים שבים"קכח] —

דאַרף ער וויסן זיין אַז ער טוט היפך פון אַ פס"ד ברור אין שו"ע, אַז „נכרים שצרו על עיירות ישראל", איז אויב דאָס איז אַן „עיר הסמוכה לספר", איז „אפילו אינם רוצים לבוא אלא על עסקי תבן וקש", און אפי' אַז זיי זיינען נאָר „ממשמשים לבוא", איז „יוצאים עליהם בכלי זיין ומחללין עליהם את השבת".

בשעת ס'איז דאָ אַ גזירה אויף דעם ענין פון לימוד התורה — דאַרף מען ערשט לערנען תורה (כנ"ל — דברי רע"ק); אָבער בשעת אַז די „גזירה" איז „על עסקי תבן וקש" — זאָגט תורה אַז293אפי' ווען מ'געפינט זיך אין חו"ל און אין גלות, דאַרף מען נעמען נשק (און וויסן ווי אַזוי מ'נוצט זיך דערמיט), און אַרויסגיין ממקומו כו', וואָרום ס'איז אַן ענין וואָס איז נוגע צו פקו"נ.

כז. אַזוי ווי ס'זיינען אָבער דאָ אַזוינע וואָס האַלטן אַז מ'טאָר ניט רעדן מיט אַ גוי מיט אַ תוקף, וואָרום מ'דאַרף ניט איינ'רוגז'ן דעם גוי — האָט דער אויבערשטער באַוויזן אין די דריי מלחמות, אין אַלע דריי האָט מען געזעהן וואָס עס קומט אַרויס פון דער הנהגה וואָס מ'איז ביי זיך אַראָפּגעפאַלן פאַרן גוי, און מ'וויל זיך ניט פירן לויט ווי ס'שטייט אין שו"ע:

אנשי הצבא האָבן געזאָגט אַז אויב מ'וועט אָפּגעבן דעם און דעם שטח, וועט דאָס קאָסטן קרבנות רח"ל, זיינען געקומען די מדינאים און האָבן געזאָגט, אַז מצד פּאָליטיקע טאָר מען זיך ניט שטעלן קעגן דעם גוי, און מ'דאַרף אים פאָלגן — און דערנאָך האָט דאָס אָפּגעקאָסט צענדליקער און הונדערטער קרבנות רח"ל!

ביז ווי ס'איז געווען אין דער מלחמה האחרונה, אַז מ'האָט מודיע געווען אין וואָשינגטאָן [וויסנדיק אַז מ'וועט דאָס גלייך מודיע זיין בכל קצווי תבל] אַז מ'וועט ניט אָנהויבן קיין מלחמה, און נאָכמער: מ'וועט אפי' ניט מאַכן קיין גיוס כדבעי, און מ'האָט טאַקע געטאָן אַזוי [דאָ! נוצט מען „נצח ישראל לא ישקר"קכט], מ'האָט זיך ניט געגרייט כדבעי — און דערנאָך האָט דאָס אָפּגעקאָסט הונדערטער קרבנות רח"ל.

וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז דוקא ווען מ'ווערט נית נתפעל פאַר דעם גוי, נאָר מ'שטעלט זיך אַוועק מיטן תוקף המתאים, דעמולט איז מען מצליח.

און ווי מ'זעט בפועל, אַז בשעת מ'האָט זיך געשטעלט מיט אַ תוקף, האָט דער אדון הגדול געזאָגט, אַז ער איז ניט גורס קיין ממשלה פון לעו"ז. — לכתחילה האָט מען גערעכנט אַז דאָס קען גאָר ניט זיין, וואָרום ער האָט אַליין געזאָגט אַז אי אפשר בלא"ה, און אעפ"כ, בשעת מ'האָט זיך געשטעלט מיט אַ תוקף, האָט דאָס גע'פועל'ט אויף אים ער זאָל זאָגן אַז ער וויל ניט אַז ס'זאָל זיין אַ ממשלה פון לעו"ז.

ועד"ז זעט מען פון דעם מאורע וואָס איז געווען לאחרונה אין א"י — אַז מצד דערויף וואָס ער האָט דערהערט אַז אידן שטייען מיט אַ תוקף, האָט דאָס גע'פועל'ט אויף אים ער זאָל קומען און בעטן זיך ביי אידן אַז מ'זאָל מאַכן שלום [וואָס דאָס גופא וואָס ער איז געקומען בעטן, באַווייזט אויף אַן ענין פון „רב יעבוד צעיר"], כנ"ל (סכ"ג) בארוכה.

[ולאחרי כ"ז זיינען נאָך דאָ אַזוינע אידן וואָס זיינען רח"ל אַזוי פיל פאַרבלענדעט, אַז זיי שרייען אַז מ'טאָר זיך ניט טשעפּען מיט אַ גוי, און מ'טאָר ניט זאָגן קיין הויכן וואָרט, נאָר מ'דאַרף אים נאָכלויפן און זאָגן אים אַז מ'איז תומך בו — וויסנדיק אַז דאָס איז אַן ענין וואָס איז פאַרבונדן מיט פקו"נ פון די אידן וואָס געפינען זיך אין אה"ק].

און ניט ווי די וואָס טענה'ן אַז אויב מ'וועט זיך אַוועקשטעלן קעגן דעם גוי מיט אַ תוקף וכו', וועט דאָס קאַליע מאַכן — נאָר אדרבה, דוקא דורך דעם וואָס מ'שטעלט זיך מיט אַ תוקף, פועל'ט מען אויפן גוי.

וואָס דערפאַר דאַרף מען זיך פירן מכאן ולהבא אין אַן אופן אַז מ'זאָל ניט294נתפעל ווערן פאַר אַ גוי, און זיך אַוועקשטעלן מיטן תוקף המתאים, וואָס דאָס גופא וועט פועל'ן אויפן גוי.

כח. און ווי מ'זעט דאָס אויך פון דער הנהגה פון דעם אַלטן רבי'ן (בעל ההילולא):

איינע פון די הויפּט טענות וואָס זיינען געווען אויפן אַלטן רבי'ן, וואָס דערפאַר איז געווען דער מאסר — איז געווען פון דעם וואָס ער שיקט געלט אין א"י.

וואָרום אַזוי ווי דעמולט איז געווען די מלחמה צווישן רוסלאַנד מיט טערקאַיי, און דער אַלטער רבי האָט דאָך געשיקט געלט אין אה"ק פאַר די כוללים וואָס זיינען דאָרטן געווען — האָט מען מעליל געווען אויף אים אַז ער שיקט די געלט צו די טערקן כדי זיין זאָלן קענען מלחמה האָבן מיט די רוסישע מלוכהקל.

איז לכאו', נאָך דערויף וואָס ער איז באַפרייט געוואָרן, האָט ער געדאַרפט מכאן ולהבא עכ"פ ניט מאַכן קיין שטורעם וועגן שיקן געלט אין די כוללים פון א"י, ווייל ער איז אָט ערשט אַרויס פון דער סכנה פון היפך החיים [ביז אַז ס'איז געווען אַן ענין של נס גדול ווי דער אַלטער רבי שרייבט במכתבוקלא אַז ס'איז געווען „הפליא ה' והגדיל לעשות בארץ"], וואָס די סכנה איז געווען כנ"ל דערפאַר וואָס ער האָט געשיקט געלט אין אה"ק.

זעט מען אָבער אַז גלייך ווי ער איז באַפרייט געוואָרן, האָט ער ממשיך געווען שיקן געלט אין די כוללים אין אה"ק, ואדרבה, ער האָט געשריבן במכתבוקלב אַז די צדקה פון א"י (דאָס וואָס ער האָט געשיקט געלט די כוללים אין א"י (וואָס מ'האָט דאָס אויסגעטייטשט אַז ער שיקט די געלט אין טערקאיי)), איז „היא שעמדה לנו לפדות חיי נפשנו כו'" — דאָס גופא האָט אים מציל געווען פון דעם מאסר, און ס'איז געוואָרן די גאולה, צוזאַמען מיטן ענין פון „יפוצו מעינותיך חוצה".

וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז בשעת ס'קומט צוגיין אַ איד און זאָגט, אַז מ'טאָר זיך ניט שטעלן קעגן אַ גוי, אפי' אַז דער גוי וויל אַז מ'זאָל אָפּגעבן דעם „כותל המערבי"

[ס'איז ניט קיין באַהאַלטענער ענין — מ'האָט געזאָגט בפירוש אַז מ'וויל אָפּגעבן ירושלים העתיקה. און דאָס וואָס מ'האָט אויפגעהערט רעדן וועגן דערויף, איז דאָס מצד די אידן וואָס האָבן זיך ניט דערשראָקן פאַר דעם גוי],

וואָרום אויב מ'וועט זיך שטעלן קעגן דעם גוי, וועט דאָס קאַליע מאַכן — דאַרף מען וויסן זיין אַז ס'איז פּונקט להיפך: דוקא דורך דעם וואָס מ'שטעלט זיך מיטן תוקף המתאים, פועל'ט מען אויפן גוי, און מ'פירט אויס וואָס מ'וויל, ביז אַז ס'ווערט „רב יעבוד צעיר", כנ"ל בארוכה.

כט. ויה"ר אַז מ'זאָל ניט דאַרפן אָנקומען צו אַלע ענינים הנ"ל („יוצאים עליהם בכלי זיין" וכו'), וואָרום ס'וועט זיין „ונתתי שלום בארץ ושכבתם ואין מחריד"קלג.

נאָר כדי אַז ס'זאָל ניט זיין קיין פחד פון גויים אויף אידן — דאַרפן זיך אידן295אַוועקשטעלן מיטן תוקף המתאים, און ניט שרעקן זיך פאַר קיין גוי.

און דורך דעם וואָס מ'פירט זיך באופן כזה, ווערט בטל די גאַנצע מציאות של מלחמה, ואדרבה, ער מצד השני — מאַכט דעם ערשטן צעד אויף קומען בעטן זיך מ'זאָל מאַכן שלום.

— כדרך התגרים בעט ער אַלץ, כדי אַז ס'זאָל זיין וועגן וואָס צו דינגען זיך, מיט נאָך כמה טעמים בזה, אָבער דאָ איז ניט נוגע וואָס דער „נמר" טראַכט, דאָ איז נאָר נוגע וואָס, להבדיל, דער אויבערשטער האָט באַוויזן בנוגע לפועל — אַז בשעת מ'שטעלט זיך אַוועק מיט אַ תוקף, און מ'זאָגט אַז מ'וועט שטיין על עמדם, און מ'האָט חיל אויף צו דורכפירן דאָס בשלימות (דערפאַר וואָס מ'האָט מבטל געווען די חוות דעת פון די וואָס לויפן נאָך די גויים) — ווערט דער ענין פון „ורב יעבוד צעיר", ווי מ'האָט געזעהן בפועל אַז ער איז געקומען בעטן זיך אַז מ'זאָל מאַכן שלום.

דורך דעם וואָס מ'איז מקיים דעם פס"ד הנ"ל פון שו"ע, וואָס שטייט אין חלק „אורח חיים" (אין הל' שבת) — ווערט דאָס דער „אורח חיים" כפשוטו, דאָס איז די וועג ווי אַזוי אַ איד דאַרף לעבן, און דעמולט איז ער לעבעדיק.

און דעמולט ווערט „נפל פחד היהודים (די אמת'ע יהודים) עליהם"קלד, און ס'ווערט „תפול עליהם אימתה ופחד"קלה, ניט דערפאַר וואָס דאָס איז „כחי ועוצם ידי", נאָר דערפאַר וואָס דאָס איז (כהמשך הכתוב) „בגדול זרועך" של הקב"ה.

ביז אַז סוכ"ס וועט זיין דער קיום היעוד „והיו מלכים אומניך ושרותיהם מניקותיך"קלו, בביאת משיח צדקנו.

און „טועמי' חיים זכו"קלז — מעין זה נאָך בזמן הגלות, אַז דורך דעם וואָס מ'שטעלט זיך בתוקף, און אין אַן אופן פון „בשם אלקינו נדגול", ווערן בטל די איומים און לחצים, ואדרבה, זיי גופא ווערן מסייעים, ביז אַז „גם אויביו ישלים אתו"קלח.

ל. ועד"ז בנוגע לכאו"א אין עבודתו בעבודת ה' — אַז מ'זאָל ניט נתפעל ווערן פאַר דעם „א־ל זר אשר בקרבך"קלט, פאַר די גוי'שקייט שבקרבו, עאכו"כ ניט נתפעל ווערן פאַר די גוי'שקייט שמבחוץ, ועאכו"כ ניט נתפעל ווערן פאַר אַ גוי — אין אַן אופן פון „אל תתגרה בגוי קטן", וכנ"ל (סי"ט) „שלא יקנה קנין בנפשו להיות עז פנים אפילו שלא במקום עבודתו ית'", נאָר אין ענינים וואָס זיינען נוגע אין עבודת ה'.

און מ'זאָל פאַרענדיקן די לעצטע טעג פון גלות אין אַן אופן אַז מ'וועט מוסיף זיין אין לימוד התורה און אין קיום המצוות, מתוך שמחה וטוב לבב, ומתוך הרחבה,

און טאַנצן בקרוב ממש גייענדיג לקבל פני משיח צדקנו, וואָס דורך אים וועט זיין דער „קץ שם לחושך"קמ, אַז ער וועט פאַרענדיקן דעם חושך הגלות, און ס'וועט זיך אָנהייבן אתחלתא דגאולה, ויבנה מקדש במקומו, ויקבץ נדחי ישראלקמא, ובקרוב ממש.

296צוה לנגן הושיעה את עמך. פרזות תשב ירושלים. ופרצת. אני מאמין.

לא. אַזוי ווי מ'האָט דאָך גערעדט פריער (ס"ז) וועגן דעם ענין פון „ציון במשפט תפדה ושבי' בצדקה" —

וועלן מסתמא אַרויפגיין אַלע „טאַנקיסטן", און פאַנאַנדערטיילן לכאו"א פון די מסובים שטר אחד געבן לצדקה, און יעדערער זאָל נאָך מוסיף זיין מדילי'.

ויה"ר אַז בקרוב ממש זאָל זיין דער „קרובה ישועתי לבוא וצדקתי להגלות"קמב, ווי גערעדט בארוכה בעשירי בטבתקמג — יהפך בקרוב ממש „לששון ולשמחה ולמועדים טובים"קמד, דורך „האמת והשלום אהבו",

און זוכה זיין מקבל זיין פני משיח צדקנו בקרוב ממש ובעגלא דידן.

(אחרי חלוקת הדולרים) צוה לנגן ניגון הכנה. ניגון אדה"ז (בבא הרביעית פ"א). ניע זשוריצי חלאָפּצי.

לב. אַזוי ווי ס'איז דאָך דער יום ההילולא פון דעם אַלטן רבי'ן, און ס'איז דאָך ידוע דער פתגם פון רבי'ן (מהורש"ב) נ"עקמה אַז מיר דאַרפן אָנקומען צו זיין זכות, און „זכותו יגן עלינו" — איז מען מציע יעדערן טאָן אין די ענינים וואָס זיינען פאַרבונדן מיט יום ההילולא:

מ'זאָל לערנען אַ פרק משניות וואָס הויבט זיך אָן מיט איינע פון די אותיות פון שמו הקדוש (עכ"פ איין פרק משניות), און אָפּלערנען אַ סעיף אין שו"ע שלו, במקום שלבו חפץ, און לערנען אַ פרק פון ספרו תניא קדישא, און לערנען אויך אַן ענין אין די דרושי חסידות פון בעל ההילולא, ומה טוב אַן ענין וואָס איז בעתו ובזמנו — אַן ענין אין תו"א פ' וארא.

כולל אויך די נתינה לצדקה כנ"ל.

און דאָס וועט נאָכמער מזרז זיין אַז זכותו יגן עלינו ועל כל בני ישראל בכל מקום שהם.

ובפרט לויט ווי דער בעל ההילולא שרייבט אין אגה"קקמו, אַז ביום ההסתלקות איז „כל עמל האדם שעמלה נפשו בחייו כו' מתגלה ומאיר כו'", און דורך דעם איז „מאיר חסד ה' מעולם עד עולם על יראיו ופועל ישועות בקרב הארץ",

וכידוע דער דיוק אין „בקרב הארץ" וואָס שטייט ביי גלות מצריםקמז, אַז „בקרב הארץ" מיינט אין די ארציות (און חומריות) — זאָגט מען אַז „פועל ישועות בקרב הארץ", אַז אפי' אין „קרב הארץ" פועל'ט דאָס אין אַן אופן פון „ישועות".

און ע"פ המבואר אין אגה"קקמח איז פאַרשטאַנדיק, אַז בכל שנה ושנה ווערט ניתוסף אין דערויף ביתר שאת וביתר עז לגבי ווי ס'איז געווען בשנים שעברו, כהציווי „מעלין בקודש"קמט.

ויה"ר אַז דער „פועל ישועות" זאָל נתגלה ווערן בקרוב „בקרב הארץ" —297אַז ס'זאָל זיין „בשלם סכו ומעונר בציון"קנ, וואָס אין מקרא יוצא מיז פשוטוקנא, אַז דאָס גייט אויף ירושלי און אויפן ביהמ"קקנב,

בביאת משיח צדקנו, ובקרוב ממש. רי

* *

ית

(אח"כ אמר:) די וואָס דאַרפן מאַכן אַ

ברכה אחרונה, וועלן זיכער מאַכן אַ

ברכה אחרונה — ביז צו די התוועדות

הבאה לקראתנו לשלום.

טרם צאתו התחיל לנגן כי בשמחה

תצאו.

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-478fe475

עותקים

פעילות אחרונה

#194 Likkutei Sichos vol 21: machine reading · אושרה
#137 Likkutei Sichos vol 21: machine reading · נסגרה

מקורות