English
ספרייה

לקוטי שיחות

תשא ב

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

223תשא ב

א. שוין גערעדט פיל מאָל וועגן גודל הדיוק אין פירוש רש"י עה"ת, ובכלל זה, אַז ע"ד הרוב חזר'ט רש"י ניט איבער זיין פירוש צוויי מאָלא [ע"ד ווי רש"י זאָגט בנוגע דעם משכן אין פ' ויקהלב: „כבר פירשתי נדבת המשכן ומלאכתו במקום צוואתם"], סיידן אַז דעם צווייטן מאָל קומט צו אַ תוספת ענין או ביאור וכיו"ב, אָדער ווען צווישן די צוויי פסוקים איז דאָ אַ הפסק פון כו"כ פרשיות ועאכו"כ — אין אַן אַנדער חומש, וואָס דאַן חזר'ט ער איבער דעם פירוש (בקיצור עכ"פ) אויך ווען ס'קומט ניט צו קיין ביאור, ווייל עס קען זיין אַז דער (תלמיד ה)לומד געדענקט ניט זיין פירוש פון ערשטן מאָל.

על אחת כו"כ אין איין פרשה גופא, איז ניט מסתבר אַז מען זאָל פאַרגעסן וואָס רש"י האָט מפרש געווען מיט עטלעכע פסוקים פריער, און במילא איז פשוט אַז רש"י דאַרף ניט איבער'חזר'ן דעם פירוש (אָן אַ תוספת חידוש וביאור).

עפ"ז דאַרף מען פאַרשטיין בפרשתנו, וואו מ'געפינט אַז רש"י חזר'ט איבער דעם זעלבן פירוש צוויי מאָל: אויפן פסוקג „ושלחתי לפניך מלאך וגרשתי את הכנעני האמורי והחתי והפריזי החוי והיבוסי", איז רש"י מעתיק פון פסוק „וגרשתי את הכנעני וגו'", און איז מפרש: ששה אומות הן והגרגשי עמד ופנה מפניהם מאליוד;

און אויך באָם ווייטערדיקן פסוקה „הנני גורש מפניך את האמורי והכנעני גו'", איז רש"י מעתיק „את האמורי וגו'" און איז מפרש: ו' אומות יש כאן כי הגרגשי עמד ופנה מפניהם.

איז ניט פאַרשטאַנדיק: פאַרוואָס דאַרף רש"י איבער'חזר'ן דעם זעלבן פירוש אַ צווייטן מאָל?

ב. ס'דאָ מפרשיםו וואָס זאָגן, אַז רש"י חזר'ט איבער דעם פירוש דערפאַר ווייל ביים צווייטן מאָל רעדט דער פסוק אַז דער אויבערשטער בעצמו „ילך לפניהם לגרשם", ניט דורך אַ מלאך, ווי ביים פריערדיקן פסוק — און דעריבער איז רש"י מפרש, אַז אעפ"כ וועט אין דעם פרט ניט זיין קיין חילוק, און אויך224ווען „הנני גורש מפניך" וועלן די אַנדערע ו' אומות ניט אַוועקגעטריבן ווערן פון לאַנד, ניט צו מלחמה האָבן מיט די אידן, נאָר בלויז גרגשי — ווי ביי ושלחתי לפניך מלאך.

דאָס איז אָבער ניט גלאַטיק, וואָרום: א) דער חידוש, אַז די ו' אומות וועלן ניט אַוועקגיין מעצמם אפילו ווען „פני ילכו"ז, שטייט ניט אין רש"י; ער באַוואָרנט בלויז פאַרוואָס דער פסוק רעכנט ניט גרגשי — און דאָס פאַרשטייט מען (ובמכש"כ) פון דעם וואָס רש"י האָט פריער מפרש געווען אַז „גרגשי עמד ופנה מפניהם".

ב) בשלמא ווען עס וואָלט אין פסוק געשטאַנען אַז אידן וועלן מלחמה האָבן און מנצח זיין ווייל דער אויבערשטער גייט מיט זיי, איז מובן די באַוואָרעניש פון דעם פירוש: אע"פ אַז „ילך נא אדנ־י בקרבנו"*7, וועט מען פאָרט דאַרפן אָנקומען צו מלחמה מיט שש אומות און נאָר גרגשי וועט מעצמו פונה זיין מפניהם; אָבער אין פסוק „הנני גורש מפניך את האמורי גו'" רעדט זיך גאָרניט וועגן מלחמה און (נאָכמער) — פשטות לשון הפסוק איז משמע אַז דאָ רעדט מען וועגן אַ בעסערן אופן הכיבוש: „הנני גורש מפניך" — ולפי הנ"ל קומט אויס אַז דער פירוש איז אין סתירה לעילוי פון „הנני גורש מפניך", ווייל אויך דאָ איז נאָר „גרגשי עמד ופנה מפניהם"?

ג. די קשיא ווערט נאָך שטאַרקער:

אויב לפי דעת רש"י דאַרף מען באַוואָרענען בפשוטו של מקרא, פאַרוואָס דער פסוק רעכנט נאָר ו' אומות בעת ס'איז ידועח אַז ס'זיינען דאָ ז' אומות — האָט דאָס רש"י געדאַרפט מפרש זיין ווען דער פסוק רעכנט אויס נאָר ו' אומות צום ערשטן מאָל (עכ"פ מפרש זיין פריער): מען געפינט דאָס כמה פעמים פריער אין חומש שמות: צוויי מאָל אין פ' שמותט און איין מאָל אין פ' משפטיםי — און דאָרט איז רש"י גאָרניט מפרש?!

אין פ' משפטים קען מען נאָך פאַרענטפערן פאַרוואָס רש"י איז דאָרט ניט מפרש, ווייל גלייך בהתחלת הענין שטייט דאָרטיא „הנה אנכי שולח מלאך לפניך" און רש"י איז מפרש: „כאן נתבשרו שעתידין לחטוא ושכינה אומרת להם כי לא אעלה בקרבך"יב, וואָס די אמירה איז דאָס בפרשתנו וואו דער אויבערשטער האָט אים געזאָגט לאחרי חטא העגל „ושלחתי לפניך מלאך גו' כי לא אעלה בקרבך גו'"; און וויבאַלד אַז מ'זאָגט אַז מען וועט לערנען ווייטער בפרשתנו וועגן דעם, פאַרלאָזט זיך רש"י אויך אין דעם פרט (וואָס דער פסוק רעכנט בלויז ו' אומות) אויף דעם וואָס ער טייטשט שפּעטער בפרשתנויג.

עס איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק ביי די צוויי מאָל אין פ' שמות, וואו דער פסוק רעכנט אויס ששה אומות און לאָזט אויס גרגשי, פאַרוואָס רש"י שטעלט זיך דאָרט ניט אָפּיד אויף דעםטו.

225ד. אויך דאַרף מען פאַרשטיין די שינויי לשונות אין די פירושי רש"י שבפרשתנו:

א) דעם ערשטן מאָל זאָגט רש"י „ששה אומות הן"טז, און אין צווייטן פירוש — „ו' אומות יש כאן"יז.

ב) בפירושו בפעם הא' — „והגרגשי", ובפי' הב' — „כי הגרגשי".

ג) בפי' הא' איז ער מסיים „(מפניהם) מאליו", משא"כ דעם צווייטן מאָל איז ער משמיט דעם וואָרטיח.

ד) ביי דעם ערשטן מאָל איז רש"י מעתיק פון פסוק „וגרשתי את הכנעני וגו'", ביי דעם צווייטן מאָל איז ער מעתיק בלויז „את האמורי וגו'" (און ניט — „הנני גורש מפניך").

ה. דער חילוק צווישן די פסוקים שבפרשתנו און די פסוקים שבפ' שמות (און פ' בא), וואָס אויך אין זיי ווערן אויסגערעכנט נאָר ו' אומות, איז בפשטות:

אין פ' שמות רעדט זיך ניט וועגן די ז' אומות כשלעצמן, נאָר וועגן זייער לאַנד — דער אויבערשטער זאָגט צו אַז ער וועט די אידן אַרויסנעמען פון מצרים און ברענגען זיי „אל ארץ טובה ורחבה, אל ארץ זבת חלב ודבש אל מקום הכנעני והחתי והאמורי והפריזי והחוי והיבוסי", „ואמר אעלה אתכם מעוני מצרים אל ארץ הכנעני וגו' אל ארץ זבת חלב ודבש".

ובמילא איז (אין פשוטו של מקרא) קיין קשיא ניט פאַרוואָס ער רעכנט ניט אויס אַלע ז' אומות — וואָרום דאָס איז מובן פון פשט הפסוק: ער איז (מקדים און) מדגיש „אל ארץ טובה ורחבה אל ארץ זבת חלב ודבש", וי"ל אַז דערפאַר רעכנט ער נאָר די אומות (און ניט גרגשי), ווייליט אָט די מעלה פון א"י איז בעיקר אין דעם מקום הכנעני וגו'כ — נאָר פון די ו'כא אומותכב.

226בפרשתנו אָבער רעדט זיך ניט וועגן ארץ פון די אומות, נאָר וועגן (דעם גירוש ומפלה פון) די אומותכג גופאכד: „ושלחתי לפניך מלאך וגרשתי את הכנעני גו'" — במילא דאַרף רש"י דאָ באַוואָרענען פאַרוואָס מען דערמאָנט ניט דער גירוש פון גרגשי.

ו. אין דעם גופא איז אָבער דאָ אַן אונטערשייד פון דעם ערשטן פסוק לגבי דעם צווייטן פסוק — און דער חילוק ווערט אָנגעדייט אין די ווערטער וואָס רש"י איז מעתיק פון פסוק:

ביים ערשטן פסוק איז רש"י מעתיק די ווערטער „וגרשתי את הכנעני גו'" — דאָרט רעדט זיך ווי דער אויבערשטער וועט איבערגעבן די אומות אין די הענט פון בנ"י — ער וועט פאַרטרייבן דעם כנעני אאַ"וו — פאָדערט זיך גלייך ביאור: דער פסוק רעכנט דאָ נאָר זעקס — ווי אַזוי זיינען אידן פטור געוואָרן פון דער זיבעטער אומה, גרגשי? באַוואָרנט רש"י: „ששה אומות הן" — אַז דער „וגרשתי" באַציט זיך טאַקע נאָר צו זעקס אומות, און די זיבעטע — „והגרגשי — עמד ופנה מפניהם מאליו"כה.

משא"כ אין דעם צווייטן פסוק קומט דער ענין הגירוש (פון די אומות) בהמשך צו דעם וואָס שטייט פריער „שמר לך את אשר הנני מצוך היום וגו'"כו און אַלס הקדמה צו די ווייטערדיקע ציווים („השמר לך וגו'"), ד. ה. די תורה איז דאָ ניט אַזוי אויסן צו מתאר זיין דעם אופן ההנהגה פון דעם אויבערשטן ביים פאַרטרייבן די אומות, נאָר דאָס ווערט דערמאָנט אַלס הקדמה צו די ווייטערדיקע ציווים צו אידן — און דערפאַר איז מובן, אַז דאָ שטעלט זיך די שאלה (ניט, כנ"ל, ווי איז מען פטור געוואָרן פון גרגשי, נאָר): פאַרוואָס דערמאָנט דאָ ניט דער פסוק גרגשי, וויבאַלד אַז די ווייטערדיקע ציווים זיינען בנוגע צו אַלע זיבן אומות, כולל גרגשי?

[מ'קען ניט פאַרענטפערן, אַז וויבאַלד אַז דאָ שטייט „הנני גורש מפניך", און מ'האָט ערשט געלערנט אַז „גרגשי עמד ופנה מפניהם", קען דעריבער דער פסוק ניט צורעכענען גרגשי — ווייל:

227א) הא גופא קשה: פאַרוואָס שטייט טאַקע אַזאַ לשון „הנני גורש" וואָס קען ניט כולל זיין גרגשי? וויבאַלד דער פסוק איז דאָ אויסן (בעיקר) די אזהרות וציווים בשייכות צו די אַלע אומות — האָט דער פסוק געדאַרפט נוצן אַ לשון וואָס איז מתאים אויך פאַר גרגשי?

ב) ועיקר: בנדו"ד איז מתאים דער ל' „גורש (מפניך)" אויך בנוגע גרגשי. אינעם פריערדיקן פסוק „וגרשתי את הכנעני וגו'" איז מובן פאַרוואָס „וגרשתי" שליסט אויס גרגשי — היות אַז דאָרט איז דער עיקר מקום וואו דער פסוק רעדט וועגן חידוש וענין הגירוש פון די אומות, דעריבער איז ניט פּאַסיק כולל צו זיין גרגשי אין גירוש פון די ו' אומות (ווייל מען וועט מיינען, אַז ביי גרגשי איז געווען דער גירוש אין זעלבן אופן, דורך מלחמה וכו'); משא"כ אין צווייטן פסוק, וואו דער גירוש פון די אומות ווערט דערמאָנט נאָר דרך אגב, בתור הקדמה כנ"ל. און נאָך דעם ווי מ'ווייסט פון פריער אַז גרגשי איז „פנה מפניהם", איז דער לשון גירוש („הנני גורש גו'") מתאים אויך לגבי גרגשי. וואָרום דאָס וואָס דער אויבערשטער פאַרטרייבט די אומות קען זיין אויף כמה אופנים, כולל אויך דעם אופן אַז ער גיט אין זיי אַריין (לדוגמא) אַזאַ אימה ופחד, אַז זיי אַנטלויפן מעצמםכז].

ז. דעריבער זאָגט רש"י אַז דער טעם וואָס דאָ ווערן אויסגערעכנט נאָר ו' אומות און ניט גרגשי איז ווייל — „ו' אומות יש כאן": נאָר די ו' אומות זיינען (בשעת הכניסה לארץ) געווען יושבי הארץ — און דערמיט איז מובן פאַרוואָס די ציווים בהמשך הפרשה („פן תכרות ברית ליושב הארץ אשר אתה בא עלי' . . כי את מזבחותם תתוצון גו'") זיינען אָנגעזאָגט געוואָרן נאָר בשייכות די ו' אומותכח, היות אַז בנוגע גרגשי איז ניט נויטיק זיי אָנצוזאָגן — „כי הגרגשי עמד ופנה מפניהם" (און ס'איז מדוייק דער לשון רש"י „כי הגרגשי כו'" (ניט „והגרגשי" ווי אין ערשטן פסוק), ווייל בנדו"ד איז דאָס אַ נתינת טעם פאַרוואָס די ציווים זיינען דאָ ניט נוגע צו גרגשי).

עפ"ז איז אויך מובן וואָס רש"י זאָגט ניט אין צווייטן פירוש „עמד ופנה מפניהם מאליו": דאָ איז ניט נוגע צי דאָס איז געווען מאליו אָדער ניט, נאָר בלויז דער עצם ענין אַז „עמד ופנה מפניהם", און דערפאַר איז ער ניט געווען אין כלל פון „יושב הארץ" בעת אַז „אתה בא עלי'".

ח. פון די ענינים בנוגע להלכה וואָס מ'קען אַרויסנעמען פון דעם פרש"י:

וויבאַלד אַז „גרגשי עמד ופנה מפניהם" און איז בעת הכניסה ניט געווען קיין יושב הארץ, יש לחקור צי די ווייטערדיקע אזהרות וציוויםכט זיינען חל (להלכה) אויך בנוגע גרגשיל,228ובפרט אין פאַל ווען די בני גרגשי קומען צוריק אין א"י: צי דער זמן הכניסה לארץ איז מכריע און היות אַז דעמאָלט איז ער ניט געווען קיין יושב הארץ, איז בנוגע אים מלכתחילה ניט חללא די אזהרה; אָדער וויבאַלד אַז בשעת אמירת הציווי איז ער יע געווען אַ יושב הארץ איז אויך בנוגע אים חל דער ציווי (ובפרט — ווען ער קומט צוריק לארץ), אידן דאַרפן אויך לגבי אים אָפּהיטן אַלע אזהרות הנ"ל.

פון דיוק לשון רש"י דאָ „ו' אומות יש כאן כי הגרגשי עמד ופנה מפניהם" איז משמעלב, אַז דאָס וואָס דער ציווי איז געזאָגט געוואָרן נאָר בנוגע די ו' אומות, איז דערפאַר ווייל בפועל זיינען בלויז זיי דאָרט געווען — „יש כאן כי הגרגרשי עמד ופנה מפניהם". אָבער בעצם הענין איז אויך בנוגע גרגשי חל דער חיוב, (ובפרט — און ווייל בשעת הציווי איז אויך ער געווען אַ יושב הארץלג, ובמילא ווערט דאָס ניט בטל אויך נאָך דעם)לד.

ועפ"ז איז מובן וואָס מען געפינט מפורש במשנה תורהלה „ונתנם ה"א לפניך והכיתם החרם תחרים אותם לא229תכרות להם ברית ולא תחנם ולא תתחתן בם . . מזבחותיהם תתוצו גו'" אויך בנוגע גרגשילו; און מען מוז ניט דוחק זיין אַז די ציווים ריידן (נאָר) בנוגע גרגשי איידער „עמד ופנה"לז, אָדער וועגן די גרגשים וואָס זיינען געבליבן מפוזרים אין א"ילח צווישן די אַנדערע ו' אומות.

ט. מיינה של תורה אין פירוש רש"י ובהקדם:

די צוויי לשונות אין פרש"י „והגרגשי עמד ופנה מפניהם מאליו", און „כי הגרגשי עמד ופנה מפניהם" ריידן לכאורה וועגן צוויי באַזונדערע זמנים: לויט דעם ערשטן פירוש „ששה אומות הן ו(וא"* ו המוסיף)הגרגשי עמד ופנה מפניהם" איז משמע אַז דער „וגרשתי" האָט פועל געווען אויף די ששה אומות ומוסיף (אויך אויף — ולאחר זה, ווען ס'איז נאָכדעם געקומען צו גרגשי איז) „הגרגשי עמד כו'". אין לשון „כי הגרגשי עמד ופנה מפניהם" איז מודגש אַז דאָס איז געווען פאַר דעם „הנני גורש מפניך", וכפשטות הלשון: „ששה אומות יש כאן כי הגרגשי עמד ופנה מפניהם", ער איז ניט נכלל געוואָרן אין דעם „הנני גורש מפניך". וואָס בפשטות איז אַזוי געווען דער סדר המאורעות בפועל, אַז נאָך איידער די אידן זיינען אַריין אין א"י און מלחמה געהאַלטן מיט די ו' אומות, איז „הגרגשי עמד ופנה כו'".

וי"ל אַז עס איז ניט קיין מחלוקת במציאות: רובו דהגרגשי איז אַוועקגעגיין בתחלה און מיעוטו (געמישט אין די ו' אומות) פנה נאָכדעם. ואכ"מ.

יו"ד. דער ביאור אין דעם בפנימיות הענינים:

ס'איז ידועלט, אַז די ז' אומות „הכנעני האמורי גו'" זיינען די ז' מדות רעות וועלכע זיינען זה לעומת זה פון די ז' מדות דקדושה: כנעני איז חסד דקליפה, חתי — גבורה, וכו'. און דער ענין פון כיבוש ז' אומות איז די עבודה צו כובש זיין און מברר זיין די ז' מדות רעות, וואָס יעדער אומה פרטית איז די מדה וואָס איז אַ מנגד צו דער מדה לעומתה אין קדושה.

איז מבואר אין ספריםמ דער ענין פון „גרגשי (פנה מאליו)", אַז גרגשי איז די בחי' פון מלכות דקליפה, וואָס בשעת מ'איז מברר ומתקן די ו' אומות (הכנעני וגו') ווערט מדת המלכות נתברר ומתוקן בדרך ממילא. וואָרום מלכות איז בחי' נוקבא (דקליפה), וואָס לית לה מגרמה כלום (ס'איז בלויז אַ מקבל פון די העכערע מדות), און אַז עס ווערט בטל דער רע פון די ו' מדות דקליפה, ווערט בדרך ממילא בטל בחי' מלכות דקליפהמא.

230דער ענין פון מלכות דקליפה אין עבודה איז די בחי' פון מחשבה דבור און מעשה אין ענינים פון לעו"ז. און בשעת מ'איז מתקן די ששה מדות (די מדת החסד — עס זאָל ביי אים ניט זיין קיין אהבה זרה ותאוות; מדת הגבורה — מבטל זיין די מדה פון כעס וכיו"ב, ועד"ז אין די אַנדערע מדות רעות), איז מלכתחילה ניטאָ קיין אָרט פאַר מחשבה דבור ומעשה פון לעו"ז. וואָרום ענינם פון מחשבה דבור ומעשה איז דאָס וואָס זיי זיינען לבושים און אַ פועל יוצא פון די מדות — ער טראַכט, רעדט בדיבור און טוט במעשה דאָס וואָס די מדות ווילן און זיינען מחייב.

אָבער די פעולה און בירור אין מלכות דקליפה קען זיין אויף אַן אופן, אַז נאָך איידער ער האָט מברר ומזכך געווען זיינע מדות רעות, איז ער כובש יצרו, אַז די מדות רעות זאָלן ביי אים ניט אַרויסקומען אין מחשבה, דיבור און מעשה.

[ע"ד די עבודה פון אַ בינונימב, וואָס דער „רע שבחלל השמאלי" איז „בתקפו כתולדתו להתאוות תאוה לכל תענוגי עוה"ז . . ולא נדחה ממקומו כלל", ער איז זיך אָבער מתגבר און שולט אויף דעם רע אַז ער זאָל זיך ניט מתלבש זיין אין מחשבה דיבור ומעשה].

יא. און דאָס איז דער חילוק צווישן די צוויי פירושי רש"י:

אין דעם ערשטן פירוש רעדט זיך וועגן סדר מסודר בהכניסה לא"י — דער כיבוש און בירור פון די ז' (אומות) מדות רעות, וואָס אין דעם איז דער סדר „וגרשתי את הכנעני גו'", מ'דאַרף פאַרטרייבן, מברר זיין די ששה אומות — מדות, און דעמאָלט איז „והגרגשי עמד ופנה מפניהם מאליו"מג, ווערט בדרך ממילא „מאליו" בטל בחי' המלכות — דער מחשבה, דבור ומעשה אין וועלכע עס זיינען זיך מתלבש די ו' מדות רעות.

אין דעם צווייטן פסוק אָבער רעדט זיך ניט וועגן דעם סדר הכניסה לא"י, ד. ה. דער כיבוש ובירור פון די ז' (אומות) מדות, נאָר בשייכות צו די ציווים ואזהרות צו אידן, און די עבודה פון תורה און מצות איז לכל לראש אין „המעשה אשר יעשון" און „אלה אשר לא תעשינה" — ווי עס דאַרפן זיין די מחשבה דבור און מעשה שלו.

און דעריבער קען מען דאָ ניט זאָגן אַז „גרגשי עמד ופנה מפניהם מאליו", וואָרום „ו' אומות יש כאן" — דער רע פון די זעקס מדות דקליפה איז דאָך „בתקפו ובגבורתו בחלל השמאלי כתולדתו"מד, ס'איז נאָר וואָס „הגרגשי עמד ופנה מפניהם", ד. ה. אַז זיין עבודה איז באופן אַז די לבושים פון מחשבה, דיבור ומעשה זיינען אָפּגעקערט און אָפּגעריסן פון די מדות רעות,

[וואָס אויך דאָס איז מצד דעם „יתרון ושליטה" פון בחי' חכמה פון „נפש האלקית שבמוח", וואָס דאָס גיט דעם כח עס זאָל נדחה ווערן די „סכלות" פון דער „קליפה וסט"א שבחלל השמאלי" (כמבואר בארוכה אין תניאמב לגבי אַ בינוני) — און דערפאַר זאָגט מען אויף דעם „עמד ופנה מפניהם" — ס'ווערט נדחה פאַר „אור קדושת נפש האלקית"].

און וויבאַלד אַז „ו' אומות יש כאן", דאַרף זיין „שמר לך" — אַ שמירה מיוחדת אַז זיי זאָלן ביי אים ניט פועל'ן231אין דער מדה הז' — אין די לבושי הנפש ואיברי הגוף כנ"ל.

און די עבודה אין דעם בירור פון די אַלע ז' מדות איז די הכנה והכשרה צו דעם כיבוש פון אַלע עשר אומות — אויך כתר חכמה בינהמה, וואָס דאָס וועט זיין בפועל אין דער גאולה האמיתית והשלימה, וואָס מ'וועט דעמאָלט האָבן די ארץ שבעה עממין און אויך קני קניזי וקדמונימו — ארץ ישראל השלימה („ירחיב ה"א את גבולך"מז), בקרוב ממש ע"י משיח צדקנו.

(משיחת ש"פ ויק"פ תש"מ)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-7p1nx0t4

עותקים

פעילות אחרונה

#194 Likkutei Sichos vol 21: machine reading · אושרה
#137 Likkutei Sichos vol 21: machine reading · נסגרה

מקורות