English
ספרייה

לקוטי שיחות

ויקהל ב

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

244ויקהלג

א. אין זהר פון היינטיקער פרשהא ווערט דערציילט, אַז איינמאָל, ווען די „חברייא" פון ר' שמעון בן יוחאי זיינען ביי אים געווען און גערעדט ענינים פון סודות התורה, האָט רשב"י געזען אַז ר' יוסי „הוה מהרהר במילי דעלמא". האָט ער אים געזאָגט: „יוסי קום אשלים דיוקנך דאת חד חסר בך" — רשב"י האָט געזען, אַז מצד דעם וואָס ר' יוסי האָט מהרהר געווען „במילי דעלמא", איז געוואָרן אַ חסרון אין זיין „דיוקן", איין אות (פון זיין נאָמעןב) „חסר בך".

דערנאָך „קם ר' יוסי וחדי במילין דאורייתא . . אסתכל בי' ר' שמעון א"ל ר' יוסי השתא אנת שלים . . ודיוקנך שלים" (און ר' שמעון האָט געזאָגט דערנאָך אַ תורה אויפן פסוקג „ויעשד את ציץ גו'").

אין פלוג איז דער סיפור תמוה ביותר: ווי קען זיין, אַז ר' יוסי, וואָס איז געווען פון די גדולי התנאיםה און געפינענדיק זיך במסיבת רשב"י וחברייא שלו ביי וועלכער מ'האָט גערעדט רזי תורה, זאָל בשעת מעשה מהרהר זיין „במילי דעלמא"?!

און אויב מ'וועט געפינען אַ הסברה אַז דאָס וואָס ר' יוסי האָט מהרהר געווען „במילי דעלמא" איז געווען אין אַן אופן וואָס איז אויסגעהאַלטן ע"פ תורה (ביז אַז צוליב דעם איז רעכט צו מפסיק זיין דעם הערן די רזי תורה וואָס האָבן זיך דאַן גערעדט)ו — איז שווער לאידך גיסא: פאַרוואָס איז ביי אים דורכדעם נחסר געוואָרן אַן אות פון זיין נאָמען?

ב. לכאורה קען מען דאָס מבאר זיין — על יסוד דעם ביאור פון טאַטן אין זיינע הערות אויף זהר (כדלקמן סעיף ג) — ובהקדים:

אע"פ אַז ר' יוסי איז געווען פון די „חברייא" של רשב"יז, וואָס ביי זיי איז (בכלל) געווען „תורתן אומנותן"ח, איז ערט אָבער ניט געווען (עכ"פ — בכל הזמנים) אין דעם סוג פון נאָר „עוסקין בתורה", וואָס זיינען ניט מפסיק זייער לערנען אויף צו עוסק זיין אין אַן אומנות („מילי דעלמא"), ווי עס ווערט דערציילט אין גמראי אַז „שלחא הוה" („אומן לעבד אורות"יא).

אויך געפינט מען אַז ר' יוסי האָט זיך עוסק געווען אין צרכי ציבור (לדוגמא — די פאַרשידענע תקנות וואָס ער האָט איינגעפירט אין צפורייב).

245עפ"ז קען מען זאָגן, אַז די „מילי דעלמא" וועלכע ר' יוסי האָט מהרהר געווען, זיינען געווען ענינים פון צרכי ציבוריג. און דערפאַר האָט ער צוליב דעם מפסיק געווען אין מיטן שמיעת רזי תורה — ווייל עסק בצרכי ציבור איז דוחה תלמוד תורהיד.

און דערמיט וואָלט מען אויך געקענט מבאר זיין, פאַרוואָס עס איז פונדעסטוועגן נחסר געוואָרן דורכדעם אַן אות פון זיין נאָמען — ווייל דאָס וואָס עסק בצ"צ איז דוחה ת"ת, איזטו צוליב תועלת וטובת הרבים, אָבער אין דעם עוסק בצרכי ציבור עצמו קען ווערן (דורך דער התעסקות) אַ ירידה (ביז אַז חז"ל זאָגןטז „הטל עליהן צ"צ והן כלין מאיליהן")יז.

[און ווי מ'געפינטיח ביי מרדכי — ווי גערעדט אַמאָל בארוכהיט — אַז ער איז געבליבן אַ משנה למלך, ווייל זיין „בטל מדברי תורה ונכנס לשררה"כ איז געווען לטובת כלל ישראל (וואָס איז דוחה ת"ת), פונדעסטוועגן, ביי אים גופא האָט עס גע'פועל'ט אַ ירידה („ירד מחשיבותו אצל חכמים"כא), ווייל עס האָט ביי אים געפעלט דער עילוי וגדלות פון ת"תכב].

ג. דער הסבר איז אויך גענומען פון ביאור פון טאַטן (אין זיינע הערות אויף זהרכג) אויף דעם סיפור — אַז דאָס וואָס ר' יוסי האָט מהרהר געווען „במילי דעלמא" מיינט ניט אַ הרהור פון „דברים בטלים ח"ו", נאָר דאָס איז דער ענין פון „עמל שיחה" וואָס איז אַ „דבר גדול" —

[ווי גערעדט אַמאָל בארוכהכד אינעם ביאור מחז"לכה „אדם לעמל יולד . . איני יודע אם לעמל תורה אם לעמל שיחה . . הוי אומר לעמל תורה נברא" — אַז פון דעם גופא וואָס אין תורת אמת איז דאָ אַ הוי אמינא אַז אַ מענטש איז באַשאַפן געוואָרן „לעמל שיחה", איז מובן, אַז דאָס איז אַן עבודה נעלית. און נאָכמער: אויך לויט דער מסקנא אַז „לעמל תורה נברא", איז דאָס ניט שולל לגמרי דעם ענין פון „עמל שיחה", נאָר אַז „עמל שיחה" (אַליין) איז ניט דער תכלית בריאת האדם;

ואדרבה — כדי צו דערגרייכן צום תכלית ועילוי פון „עמל תורה", מוז פריער זיין די עבודה פון „עמל שיחה"],

ובפרט אַז דורך דעם טוט מען אויף די „שיחה" למעלהכו — אַז דער אוי־246בערשטער זאָל „זאָגן" כביכול די עשרה מאמרות שבהן נברא העולם, ווי דער אַלטער רבי איז מבאר אין תניאכז, אַז די עשרה מאמרות זיינען שטענדיק מלובש אין עולם להתהוותו ולהחיותו ולקיימו (און דאָס איז דער טייטש פון „מילי דעלמא" — די עשרה מאמרות וואָס זיינען בורא און מלובש אין עולם, און ווערן אָנגערופןכח „מילין דהדיוטא").

אין עבודה־אותיות הייסט עס: „מהרהר במילי דעלמא"*) („עמל שיחה"כט) איז די עבודה פון „בירורים" — צו מברר ומזכך זיין די עניני העולם (בפרטל) דורך דער עבודה פון „כל מעשיך יהיו לשם שמים"לא און „בכל דרכיך דעהו"לב (דער בירור וזיכוך פון עניני הרשות (של האדם) — „מילי דעלמא"לג), וואָס די עבודה טוט אויף דעם קיום העולםלד (ע"י „שיחה" דלמעלה).

אָבער פונדעסטוועגן איז דאָס ניט בערך צו דעם ענין פון „עמל תורה" (ובפרט — סודות ורזי תורה), ווייל אע"פ אַז דורך „עמל שיחה" ווערט אויפגעטאָן דער קיום העולם (— ע"י העשרה מאמרות)

[און נאָכמער: די כוונה פון ירידת הנשמה למטה איז (ניט לתקן עצמה, נאָר) לתקן הגוף ונפש הבהמית וחלקו בעולםלה, און דורך דער עבודה — עבודת הבירורים — פירט זיך בעיקר אויס דער תכליתלו פון בריאת העולם דנתאווה הקב"ה להיות לו דירה בתחתוניםלז],

פונדעסטוועגן איז „עמל תורה" העכער פון „עמל שיחה"לח, ווייל עס איז ממשיך דעם אור אלקי וואָס איז העכער פון עולםלט. און דערפאַר איז געוואָרן אַ חסרון אין ר' יוסי'ס נאָמען ווען הרהר „במילי דעלמא", ווייל דאָס איז אַ ירידה לגבי דעם ענין פון זיין „עמל תורה".

ד. אָבער בעומק יותר, איז דאָס ניט קיין ביאור מספיק אויף דעם וואָס „אות חד חסר בך":

די הנהגה פון תנאים ואמוראים איז געווען בהתאם צו שורש נשמתםמ. ע"ד ווי אין אונזער פאַל, אַז דאָס וואָס ר' יוסי דוקא האָט מהרהר געווען „במילי דעלמא", איז ווייל — ווי דער טאַטע איז מבארמא — ר' יוסי איז בחינת המלכות,247וואָס זי איז דער מקור אויף עולמות בי"ע (וועלכע ווערן נתהווה פון די עשרה מאמרות דמלכות); און דערפאַר איז זיין עבודה אין דעם ענין פון „עמל שיחה" (וקיום העולם).

און וויבאַלד אַז שליחותו פון ר' יוסי בעלמא דין איז די עבודה פון „עמל שיחה", איז (אמת טאַקע, אַז אין עמל תורה איז דאָ אַן עילוי גדול לגבי עמל שיחה, ווייל תורה איז העכער פון וועלט — אָבער) ווי קען מען זאָגן, אַז צוליב דעם וואָס ר' יוסי „הוה מהרהר במילי דעלמא" זאָל ווערן אַ חסרון אין זיין נאָמען (וואָס דער שם האדם איז מכוון צו בחינת נשמתומב), בעת אַז דאָס איז די עבודה וואָס איז בהתאם צו זיין נשמה (ובמילא — צו זיין שם)מג?

[ע"ד ווי דער באַוואוסטער וואָרט בשם פון ר' זוסיא אַניפּאָלער, אַז מ'וועט ביי אים ניט מאָנען פאַרוואָס ער איז ניט אין דער דרגא פון צדיקים גדולים, נאָר פאַרוואָס איז ער ניט זוסיא].

זאת ועוד: וויבאַלד אַז צוליב דעם וואָס ביי אים איז ניטאָ דער עילוי פון אַ צווייטער עבודה ווערט אַ חסרון בשמו, איז ירע לבבו און די ידיעה וועט אים שטערן צו מקיים זיין די עבודה וואָס איז אים צוגעטיילט געוואָרן — בשמחה וטוב לבבמד.

אויך דאַרף מען פאַרשטיין: פאַרוואָס האָט ר' יוסי ניט מרגיש געווען דעם חסרון וואָס איז געוואָרן בדיוקנו ובשמומה ביז רשב"י האָט אים געזאָגט, און אַזוי אויך — ווען ער איז צוריק געוואָרן (דורך דעם וואָס „חדי במלין דאורייתא") אַ „שלים", האָט עס עם רשב"י מגלה געווען?

ה. דער ביאור אין דעם, אַז — היא הנותנת:

ר' יוסי מצד עצמו — ד.ה. לויט ווי זיין עבודה דאַרף זיין מצד זיין שורש הנשמה — איז זיין הרהור „במילי דעלמא" ניט געווען קיין חסרון, ואדרבה (כנ"ל), זיין עבודה (ובמילא — דיוקנו ושמו) איז געווען בשלימות;

248דאָס וואָס עס האָט דאַן געפעלט אין אים איז געווען בענינו אַלס איינער פון חברייא דרשב"ימו, (רשב"י אַלס תורתו אומנתו (כדלקמן)) וואָס האָט (אויך) דעמאָלט געדאַרפט ביי אים זיין — און דערפאַר האָט דוקא רשב"י (ראש החברייא) געקענט דערקענען אין ר' יוסי דעם חסרון (און אויך — ווען דער חסרון איז דערנאָך נשלם געוואָרן).

ו. וועט מען דאָס פאַרשטיין לויט דעם וואָס דער אַלטער רבי ברענגט אַראָפּ אין הלכות תלמוד תורהמז, אַז „כל נפש צריכה לתיקונה לעסוק בפרד"ס כפי מה שהיא יכולה להשיג . . וא"א לה להתתקן ולהשתלם . . בלתי ידיעה זו". און איינער וואָס „נתעצל ולא השיג וידע אלא מעט, צריך לבא בגלגול עד שישיג וידע כל מה שאפשר לנשמתו להשיג מידיעת התורה".

ווי איז דער ענין אויב דער וואָס לערנט „מעט" איז דאָס ניט מצד עצלות, נאָר ווייל ע"פ תורה איז ער פטור פון ת"ת? — זאָגט דער אַלטער רבי (אין תורה אורמח), אַז אין דעם פאַל קען זיין צוויי אופנים:

א) דאָס גופא איז אַ הוראה, אַז זיין נשמה איז ניט שייך צו מער (ובמילא — דאַרף זי ניט מער) השגת התורה, און דערפאַר קומט זי צו צו איר שלימות (אויך) מיט דעם לימוד מועט, ביז אפילו פון „פרקמט אחד שחרית ופרק אחד ערבית".

ב) וויבאַלד אַז ער איז „עוסק (בתורה) כל מה שאפשר לו", איז „ישלים לו הקב"ה" דאָס וואָס עם קומט און ער האָט עס ניט באַקומען דורך לימודו והשגת התורה.

ויש לומר בדרך אפשר, אַז בכללות זיינען די צווי אופנים תלוי אין דער סיבה פאַרוואָס עס איז אי אפשר לו לעסוק בתורה:

אויב דאָס איז ווייל ער איז פאַרנומען (בהיתר וע"פ תורה) מיט עניני פרנסה וכיו"ב פרטיים שלו, איז דאָס אַ הוראה אַז זיין נשמה געהערט ניט צו „מארי תורה"נ נאָר צו „מארי עובדין טבין"נ, זי איז ניט אויף אַזויפיל שייך צו השגת התורה (און דערפאַר איז פאַר אים גענוג דער לימוד התורה פון „פרק אחד שחרית ופרק אחד ערבית");

אויב אָבער ער איז געווען פאַרנומען (בהיתר וע"פ תורה) מיט ענינים פון אַנדערע (צדקה וכיו"ב), ובפרט — צרכי ציבור וואָס זיינען דוחה ת"ת מצד טובת ותועלת הרבים — דעמאָלט איז דאָס אין אַן אופן, אַז דער אויבערשטער איז משלים דאָס וואָס עם פעלטנא אין באַקומען דורך לימודו והשגת התורה —

כולל אויך דעם אופןנב, אַז ער בענטשט אים מיט הצלחה מרובה אין לימוד התורה און אַז אין אַ זמן מועט249טוט ער אויף אין תורה דאָס וואָס ע"ד הרגיל דאַרף געדויערן אַ ריבוי זמן; ע"ד ווי עס שטייט אין ירושלמינג (בנוגע צו „חסידים הראשונים" וואָס היו שוהין . . ומתפללין" — ט' שעות ביוםנד) אַז „ע"י שהיו חסידים היתה ברכה ניתנת בתורתן" — (האָט דאָס גע'פועל'ט) „שהצליחו להבין ולהשכיל מיד ולא היו שוהין"נה.

און ווי עס שטייט אויף צדקה, אַז עי"ז „נעשה מוחו ולבו זכים אלף פעמים ככה"נו.

ז. עפ"ז קען מען אויך מבאר זיין דעם סיפור הנ"ל אין זהר:

דאָס וואָס רשב"י האָט דערזען אַז באַ ר' יוסי פעלט אַן אות פון זיין נאָמען

— ובפרט ווי דער טאַטע איז מבאר, אַז דאָס איז דער אות יו"דנז פון „יוסי" וואָס איז כנגד דעם יו"ד פון שם הוי', וואָס איז מאיר אין אצילות; און אין עבודת האדם, איז דאָס דער ענין פון „עמל תורה" (ובפרט — סודות התורה) וואָס איז העכער פון „עמל שיחה" (די עשרה מאמרות, מקור עולמות בי"ע), וואָס דאָס איז ענינו פון רשב"י — תורתו אומנתו (און — מארי רזי תורה)נח —

איז געווען אַ הוכחה והוראה, אַז איצט פאָדערט זיך, אַז ר' יוסי זאָל אַריבערגיין פון זיין עבודה „במילי דעלמא" און פאַרנעמען זיך איצט מיט „עמל תורה", אין אַן אופן פון חברייא דרשב"י, „תורתו אומנתו".

וי"ל בדא"פ יותר מזה: ווייל עס איז דאַמאָלס געווען אַן עת רצון בענין התורה, אַז זיין לימוד התורה אין דעם זמן וועט זיין „כמה פעמים ככה" — וועט נשלם ווערן אַלס וואָס ער האָט געדאַרפט באַקומען דורך לימודו והשגת התורה (אין דער צייט וואָס ער איז געווען „מהרהר במילי דעלמא");

און ווי עס איז דערנאָך געווען, אַז דורך דעם וואָס „קם ר' יוסי וחדי במלין דאורייתא", איז געוואָרן (ווי רשב"י האָט אים געזאָגט) „אנת שלים . . ודיוקנך שלים", דיל"פ — שלימות בתכלית — אויך דעם עבר משלים געווען.

(משיחות ש"פ ויק"פ תשל"ב, תשל"ה)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-ccwmg0k2

עותקים

פעילות אחרונה

#194 Likkutei Sichos vol 21: machine reading · אושרה
#137 Likkutei Sichos vol 21: machine reading · נסגרה

מקורות