לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ומכתבים ו
379בשלח
די גמרא דערציילט „כיון שהגיעו להר הבית", ווען זיי (רבן גמליאל, רבי אליעזר בן עזרי', רבי יהושע און רבי עקיבא) זיינען צוגעקומען צום הר הבית (דעם אָרט פון בית המקדש), האָבן זיי געזען אַ פוקס וואָס איז אַרויסגעגאַנגען פון (דעם אָרט פון) בית קדשי הקדשים, האָבן זיי (די ערשטע דריי תנאים) אָנגעהויבן וויינען און רבי עקיבא האָט אָנגעקוואָלן. האָבן זיי צו אים געזאָגט פאַרוואָס קוועלסטו? האָט ער צו זיי געזאָגט וכו' וכו' אין דער נבואה פון אורי' שטייט געשריבן כו' „ציון שדה תחרש" (ציון וועט צעאַקערט ווערן ווי אַ פעלד) און אין זכרי' שטייט געשריבן „עוד ישבו זקנים וזקנות ברחובות ירושלים" (עס וועלן נאָך זיצן זקנים און זקנות אין די גאַסן פון ירושלים) — ביז ס'איז ניט מקויים געוואָרן די נבואה פון אורי' האָב איך מורא געהאַט ס'זאָל ניט מקויים ווערן די נבואה פון זכרי', איצטער, אַז עס איז מקויים די נבואה פון אורי', איז בידוע אַז עס ווערט מקויים די נבואה פון זכרי' (בגאולה העתידה במהרה בימינו אמן).
פרעגט זיך די קשיא: זכרי' הנביא דערציילט אונז, אַז ירושלים וועט נאָך אויפגעבויט ווערן על תילה און זקנים וועלן זיצן אין די גאַסן פון ירושלים; אָבער וואָס מיינט עס, אַז אויך פרויען וועלן זיצן אין די ירושלים'ער גאַסן — דאָס איז לכאורה דער היפך פון „כל כבודה בת מלך פנימה" (דער כבוד פון אַ אידישער פרוי איז צו זיין אין איר היים, און ניט געפינען זיך אין גאַס)?
ענלעך דערצו קען מען פרעגן אויך אין דער נבואה פון ירמי' הנביא וועגן דער גאולה העתידה: „עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים (מען וועט נאָך הערן אין די שטעט פון יהודא און אין די גאַסן פון ירושלים) . . קול חתן וקול כלה" — דער קול פון אַ פרוי אין די גאַסען איז דאָך דער היפך פון צניעות?
קען מען עס פאַרשטיין לויט דער ערקלערונג פון תוספות, אַז די נבואה „עוד ישבו זקנים וזקנות" איז געזאָגט געוואָרן אויף דעם זמן פון נאָך תחיית המתים, — און אין דער צייט איז „גם אויביו ישלים עמו", אַז אויך דער יצר הרע וועט שלום מאַכן מיטן רצון פון אַ אידן צו דינען דעם אויבערשטן. וועט במילא דאַן ניט נויטיק זיין די איצטיקע באַוואָרעניש פון „כבודה בת מלך פנימה" און עס וועלן קענען מקויים ווערן די נבואות „עוד ישבו זקנים וזקנות בערי ירושלים"; „עוד ישמע . . קול חתן וקול כלה".
דאָס אַלץ איז געזאָגט געוואָרן וועגן דער צוקונפט. יעדער זאַך וואָס מיר לערנען האָט דאָך אָבער אויך אַ געוויסע לערע פאַר אונז; יעדער ענין אין תורה קען און דאַרף געבן אַ הוראה אויך אין אונזער לעבן.
עס זיינען פאַראַן אַזעלכע וואָס פרעגן: פאַרוואָס גיט מען זיך היינט אָפּ אַזוי פיל מיט חינוך הבנות — און אין אַזאַ פאַרנעם וואָס מ'האָט ניט געזען אין די פריערדיקע דורות — וויבאַלד אַז דערצו פאָדערט זיך, אַז די אידישע טאָכטער מוז,380אין אַ געוויסער מאָס, אַרויסגיין פון „פנימה", בכדי צו באַקומען אָט דעם חינוך אין אַ בית הספר לבנות?
נאָך מער, אידישע פרויען זיינען היינט באַשעפטיקט אין דער אַרבעט לטובת הכלל, פאַר תורה און אידישקייט, און זיי דאַרפן אָפט אַרויסטרעטן פון די ד' אמות פון זייער „כבודה פנימה"־שטח בכדי צו דורכפירן אָט די אַרבעט, מיט הצלחה.
מיר זעען אָבער פאָרט, אַז דאָס איז איינגעפירט געוואָרן אין פריערדיגען דור אויף די אָנווייזונגען פון די גדולי הדור, די אמת'ע גדולי הדור, און עס זיינען לויט זייערע הוראות געגרינדעט געוואָרן בתי ספר לבנות ישראל, אויף אַן ענליכן אופן ווי ישיבות פאַר בני ישראל (מיט אַן אַנדער סדר לימודים) — כאָטש אַזאַ חינוך הבנות איז פאַרבונדן מיט זייער אַרויסגיין פון דער היים אין בית ספר.
נאָר ווען עס האַנדלט זיך וועגן „עת לעשות לה'", אַ צייט פון נויט און אידישקייט און מקדש זיין שם שמים, אין אַזאַ „עת לעשות לה'" נעמען אָן די גדולי התורה ספּעציעלע מיטלען אום דאָס דורכצופירן. די גדולי הדור האָבן געזען און געפילט די דרינגענדיגע נויט צו איינאָרדנען בתי חינוך פאַר אידישע טעכטער, בכדי צו געבן זיי דאָרט אָט די פרום־אידישע תורה־דערציאונג וואָס די היים אַליין איז ניט ביכולת גענוג זיי דערמיט צו באַזאָרגן — און אַזוי אַרום אויפברענגען צוקונפטיקע אידישע פרומע דורות.
אויך בנוגע די טעטיקייטן פון פרויען אויפן געביט פון אַרבעט פאַר אידישקייט און תורה־חינוך, איז דאָס אַ זאַך וואָס איז דערמוטיקט און געשטאַרקט געוואָרן דורך די גדולי הדור; אַזוי איז עס אויך געווען אין שייכות צו דער אָרגאַניזירונג פון פרויעגרופּען — אין אַ וועג פון צניעות און איבערגעבנקייט. און אַזוי ווי דער זכות און די אויפטואונגען פון אידישע פרויען האָט אין זיינער צייט געבראַכט צו דער אויסלייזונג פון די אידן אין מצרים, אַזוי וועלן זייערע פעולות טובות אויך איצט העלפן ברענגען די גאולה שלימה.
דער שכר פון אַ מצוה איז ענלעך צו דער מצוה גופא וואָס מ'איז מקיים. בכדי צו באַקומען אָט די צוגעזאָגטע באַלוינונג פון „ישבו זקנים וזקנות ברחובות ירושלים" (אַ באַלוינונג וואָס נעמט אַריין די פרויען צוגלייך מיט די מענער), מוז די באַשעפטיקונג און די מצות זיין אין אַן ענלעכן אופן צו דעם דאָזיקן שכר.
און דאָס איז היינט דער תפקיד און די אויפגאַבע פון אידישע פרויען: זיי גיבן אַוועק זייער צייט און מי צו דורכפירן די וויכטיקע אידישקייט־פליכטן — און אין אַן אופן פון צניעות — דורך „רחובות ירושלים", דורך אַ „ירושלים" וואָס יעדער איינער קען און דאַרף אויפבויען פאַר זיך: די אַרבעט זאָל געטאָן ווערן מיט „יראה שלם" (— ירושלים), מיט דער גאַנצקייט פון יראת שמים; און צוזאַמען מיט דעם זאָל די אַרבעט געפירט ווערן „בהרחבה" (רחובות), מיט ברייטקייט — וואָס דורך דעם וועט מען מצליח זיין און אויך צוגרייטן דעם וועג פאַר משיח צדקנו.
381. . . אין דער פרשה וואָס מען האָט געלערנט אין טאָג פון יום הילולא . . . רעדט זיך וועגן שירת מרים, די דאָזיקע שירה פון מרים איז — לויט דעם ילקוט ראובני — געווען ניט דורך געזאַנג אויף אַ קול, נאָר, צוזאַמען מיט די אַנדערע אידישע פרויען, האָט מרים געלויבט דעם אויבערשטן דורך אַ כלי־זמר: „ותקח מרים הנביאה את התוף בידה", — און מרים האָט גענומען דעם פּויק אין איר האַנט.
כאָטש דאָס איז געווען פאַר מתן תורה, האָט מען זיך שוין דאַן געפירט לויט די דינים פון צניעות אין דער פולסטער מאָס.
דאָס אַלץ לערנט אונז: די פרויען דאַרפן אַרויסגיין „ברחובות ירושלים", כדי צו דערגרייכן זייער ציל פאַר תורה און אידישקייט — דאָס מוז אָבער געטאָן ווערן מיט צניעות, וואָס דאָס וועט דערנענטערן די צייט פון דער גאולה שלימה און דעם קיום הנבואה פון „עוד ישבו זקנים וזקנות ברחובות ירושלים".
במענה למכתבו מט"ז חשון, בו כותב בהנוגע לסעודה שלישית דש"ק,
ולפלא שאלתו, כיון שהנדפס ב"היום יוםהוא כמו ששמעתי מכ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, ונדפס בחיים חיותו בעלמא דין, וראה הנדפס שם גם לאחרי ההדפסה.
דא"ג המועתק שם בהנוגע לס"ש — כן הוא במאמר חסידות של כ"ק אדמו"ר (מוהרש"ב) נ"ע ד"ה מהרה ישמע, תרמ"ח . . .
382ויה"ר* שיאיר מזלן וכו' דבנותיו תחי'.
בבית כ"ק מו"ח אדמו"ר לא ראיתי אף פעם אחת שידליקו בשמן (זית וכיו"ב) בנש"ק ויו"ט, כ"א בנרות חלב, והיפוכו בנרות חנוכה. טעם ע"ז לא שמעתי.
383— (ונפלאתי למה זה יצא מגדרו ובסי' ע"* ו מדבר בקול חלושה לענין העמדת מייקראָפאָן בביהכ"נ בר"ה, ובדברי תחנונים, ורק שמ"מ ל"פרדס", בה בשעה אשר מלבד שיש אוסרים גם אחרי כל הזהירות בהעמדת המייקראָפאָן ובהערכתו (כמדומה שהובאו מקצתם ב"פרדס" תש"ה) הנה ה"ז ענין שנמסר לע"ה וכשיתירו ביו"ט יעשו גם בש"ק, והחכם עיניו בראשו לראות שעי"ז פורצים פרצה לבוא לאיסורים דאורייתא. ואם גם אחרי רוב עיון ועומק לא מצא טעמים לאיסור ברור, עכ"פ לא הו"ל להדפיס תשובה זו ולתת מקום לומר: ראה שמחמירים ג"כ מקילים בזה. ועל כגון דא נאמר אם מלה בסלע משתוקא בתרין) . . .
(ממכתב חג הגאולה, י"ט כסלו, תש"ט)
6
עכ"פבקיצור עדהנ"ל. ובהקדם: המרז"ל לע"ע מצאתיו: בפס"ר פר' שור"ח, יל"ש ישעי' תקג, שם בסופו, יל"ש תהלים תשמא, ס' הרוקח סרכ"ט. ובכמה שינוים מזל"ז — ראה שם. וכנראה אבוהן דכולהי פס"ר הנ"ל.
ומהצ"ע בפס"ר: אריב"ל כו' א"ל (הקב"ה לבנ"י) בני בעוה"ז כמה פעמים הייתם עולים בשנה לא ג' פעמים בשנה כשיגיע הקץ כו' כל חודש וחודש ובכל שבת כו' כמש"נ והי' מדי חודש בחדשו ומדי שבת בשבתו. ד"א והי' מדי חודש בחדשו והאיך אפשר שיבוא כו' בכל חודש ובכל שבת א"ר לוי כו' העבים באין וטוענין אותם ומביאין אותם לירושלים והם מתפללים שם בבוקר כו' ד"א והי' מדי כו' והעבים טוענין אותם בהשכמה ומביאין אותם לירושלים והם מתפללים שם בבוקר והן טוענין אותם לבתיהם ומחזירים לירושלים כו' מנחה.
ולתרץ ולבאר חילוקי הד"א וכן קושית המפרשים דלכמה דעות יש תחומין למעלה מעשרה (עירובין מה, סע"ב טושו"ע ושו"ע אדה"ז חאו"ח רסת"ד)
י"ל דמתורץ זב"ז ובזה פליגי הד"א ולמ"ד דיש תחומין — באים מבערב והחילוק דלעת"ל ועתה הוא רק במספר הפעמים (כפשטות ל' ריב"ל וכו'), וגם ליל (א') דיו"ט היו בירושלים ועד"ז בשבת ור"ח ועפ"ז שלדעתו בהכרח לומר שהעננים יביאום בע"ש, ולפי"ז העילוי (דלעת"ל) הוא שאפילו בימות החול, לפני כניסת השבת, כבר יהיו בירושלים.
ועוד ועיקר — למד"א שבאים בבוקר שבת כו"כ הלכות חדשות ומסובכות384בזה — מצד חילוקי זמני התחלת הש"ק במקום שבו הי' בתחלתו לגבי המשך שלו. ועאכו"כ למד"א שבין בוקר ומנחה הולכים וחוזרים — ובזה פליגי המד"א
משא"כ — באת"ל שבעשור"ח באו. ואכ"מ.
. . . כן מ"ש אודות העלאת שרטון שבמקום שהוא מדרבנן אין חוששין שמא יעלה הים שרטון, ע"כ צ"ל שלא נתקבלה דיעה זו, כיון שלדעת כמה ראשונים וכמה גם מהאחרונים להלכה למעשה אין רה"ר בזה"ז, ובכ"ז מביאין ומאריכין בהחשש דעלה שרטון גם עתה . . .
(ממכתב ח"י אלול תשי"ד) * נעלם ממני זה, אבל אינו דומה כלל לנדו"ד, כי דיני רה"ר הובאו בשו"ע ונ"כ מפני א) שבכמה ענינים גם בזמה"ז גוזרים מפני דאתי לאחלופי, ב) בכ"מ נתוסף על אתר שבזמה"ז אין שייך לדין זה וכו', ג) רובם ככולם של דיני רה"ר מדברים בכלל, ולא בנוגע למאורע פרטי, ובמילא נוגע לכשתהי' רה"ר גמורה. — בנדו"ד א) אם יגזרו משום אחלופי נפל כל ההיתר, ב) החשש דהעלאת שרטון הובא בנוגע לעיר פרטית (סורא — אף דאין אוכלסא בבבל — קושטנטינא ועוד), ובזה שקו"ט. ולכן ברור פסק רבנו בזה בשו"ע שלו: מבוי הפתוח לר"ה או לכרמלית כו' שמא יעלה הים שרטון (סשס"ה סל"ה). — בנוגע לתיקון עירובין בנ. י. בכלל, כשבקרני עד"ז . . . ושאל חוו"ד, אמרתי לו אשר יישר חילי' של המתעסקים בזכות הרבים הכי גדולה זו, אבל יש לעשותו מבלי כל פרסום ועי"ז יסורו כמה חששות.
(ממכתב שלהי תשי"ד?)385אם גם אצלו יש מעין הכתוב בהמכתב — הרי בודאי אין להתרגש, ואם אין בהנהגתו לא מיני' ולא מקצתי' — הרי צ"ל שמח שממנים אותו משגיח על אנ"ש להנהגה מתאימה בעת התועדות. והשי"ת יצליחו בהרחבת הדעת והרחבת פרנסה ולבשו"ט אודות כל מה שכותב במכתבו.
. . . לברר בדפוסים (הקודמים) דשו"ע אדה"ז סשל"ו סו"ס יח: „ויו"ט" דלכאורה צ"ל „ולהחליף גם ביו"ט" (או כיו"ב).
בתמיהתו בשו"ע אדה"ז סרע"א סכ"ג בתיבת „הראשונה" — כבר ציין בקונטרס השלחן להרב נאה — לתקן „האחרונה". וכן מוכח גם מזה שלשון אדה"ז בזה הוא לשון הרמ"א על אתר.
. . . בנוגע לעסקו (שהגובים באים בעש"ק במאוחר וכו', אבל באים למשרד אחר כו') — ישאל רב מורה הוראה האם זה מספיק . . .
. . . ובמ"ש דעתי בהנוגע לנקוד דזכר עמלק, כתבתי מאז להרה"ג וכו' הר"ח נאה ע"ה מה שנראה לי, והכניס חוו"ד בלוח הכולל. והוא מיוסד על מאמר רבנו הזקן (נדפס בבונה ירושים* והובא בס' קצות השלחן בחלק ד' להנ"ל) . . .