English
ספרייה

לקוטי שיחות

משפטים ב

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

133משפטים 2

א. אין פסוקא „הנה אנכי שולח מלאך לפניך גו' ולהביאך אל המקום אשר הכינותי", איז רש"י מפרש: „אשר הכינותי — אשר זמנתי לתת לכם" (און דערנאָך ברענגט רש"י אַ צווייטן פירוש (כדלקמן סעיף ב)).

מפרשים לערנעןב, אַז רש"י באַוואָרנט דאָ: אין פסוק שטייט „אשר הכינותי"*) סתם, און זאָגט ניט פאַר וועמען דער אויבערשטער האָט צוגעגרייט דעם מקום. איז רש"י מפרש, אַז דער „הכינותי" איז — „לתת לכם".

[וויבאַלד אָבער אַז לויט דעם פירוש איז שווער, פאַרוואָס דער פסוק זאָגט ניט בפירוש „אשר הכינותי לך" — ברענגט דעריבער רש"י אַ צווייטן פירוש, אַז „אשר הכינותי" מיינט „כבר מקומי ניכר כנגדו . . שבהמ"ק של מעלה מכוון כנגד בהמ"ק של מטה" (כדלקמן ס"ב), וואָס לויט דעם פירוש איז דער „הכינותי" געווען „לעצמו", כאילו עס וואָלט געשטאַנען „אשר הכינותי לי" (און עס דאַרף ניט שטיין בפירוש, ווייל „סתם הכינותי הוא לעצמו"ג)].

דער פירוש איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק, ווייל:

א) אין דרך הפשט איז מלכתחילה ניט קיין קשיא וואָס דער פסוק זאָגט דאָ „הכינותי" סתםד, ווייל ס'איז מובן מאליו אַז דער „הכינותי" איז פאַר אידן (וועגן וועמען עס רעדט זיך אין פסוק).

ב) לפ"ז האָט רש"י געדאַרפט זאָגן בקיצור (ע"ד ווי דער לשון פון אבן עזרא דאָ) „אשר הכינותי — לכם" — פאַרוואָס איז רש"י (א) מאריך בלשונו — „אשר זמנתי לתת (לכם)"; און נאָכמער: (ב) ער איז משנה פון לשון הפסוק („הכינותי") און נוצט דעם וואָרט „זמנתי".

ב. דערנאָך איז רש"י ממשיך: „זהו פשוטו, ומדרשו אל המקום אשר הכינותי כבר מקומי ניכר כנגדו, וזה א' מן המקראות שאומרים שבהמ"ק של מעלה מכוון כנגד בהמ"ק של מטה".

דער טעם פאַרוואָס רש"י איז נאָכאַמאָל מעתיק די ווערטער „אל המקום אשר הכינותי" אין דעם (צווייטן) פירוש, איז מובן — לרמז, אַז לויט „מדרשו" איז גלאַטיקער פשט הלשון (וואָס דער פסוק זאָגט) „אל המקום" — ניט „אל הארץ"ה — ווייל דער „הכינותי" באַציט זיך (ניט צו ארץ ישראל, נאָר) צום מקום המקדש.

[ס'איז אָבער ניט קיין קשיא מכריחה אויף „פשוטו" (פירוש הא') — ווייל אין פסוק געפינט מען אַז אויך אַ גאַנצע לאַנד ווערט אָנגערופן „מקום"ו; ואדרבה — פון המשך הענין דאָ איז, לכאורה, מוכרחז, אַז „ולהביאך אל134המקום גו'" רעדט זיך (ניט וועגן אַ מקום מסויים אין א"יח, נאָר) וועגן א"י בכלל;

וויבאַלד אַז לויט „מדרשו" (א) בייט זיך דער טייטש פון „אל המקום", און (ב) לפ"ז איז גלאַטיקער דער לשון „אשר הכינותי" (כדלקמן), דעריבער איז רש"י מעתיק די ווערטער אַראָפּברענגענדיק „מדרשו"].

מען דאַרף אָבער פאַרשטיין וואָס רש"י איז דאָ מוסיף נאָך אַן ענין: „וזה א' מן המקראות שאומרים שבהמ"ק של מעלה כו'" — דלכאורה: וואָס איז דאָ נוגע צו וויסן (מדגיש זיין) אַז עס זיינען פאַראַן נאָך „מקראות שאומרים שבהמ"ק של מעלה כו'"?

מ'קען ניט זאָגן, אַז דאָס איז אַן ענין וואָס לייגט זיך ניט אויפן שכל פון אַ „בן חמש למקרא", און דערפאַר מוז רש"י מוסיף זיין ע"ד ווי ער זאָגט בכ"מ „מצאתי לו חבר" — מ'געפינט דעם ענין אין נאָך ערטער,

ווייל רש"י האָט שוין פריערט — צוויי מאָל — געבראַכט דעם ענין, אַז „בהמ"ק של מעלה מכוון כנגד בהמ"ק של מטה", און אין יענע ערטער איז רש"י ניט מוסיף די ווערטער (די ראי' —) „וזה א' מן המקראות שאומרים כו'".

ג. אויך דאַרף מען פאַרשטיין נאָך דיוקים בלשון רש"י, ומהם:

א) דער מקור פון „מדרשו" איז אין תנחומאי, אָבער דאָרט איז דער לשון „זה אחד מן המקראות המחוורת שבה"מ שלמטן מכוון כנגד בהמ"ק שלמעלן" — פאַרוואָס איז רש"י מהפך דעם סדריא: שבהמ"ק של מעלה מכוון כנגד בהמ"ק של מטהיב?

ב) עס איז דאָ אַ גירסאיג אין רש"י „שבהמ"ק של מעלה מכוון כנגד של מטה" (ניט — „בהמ"ק של מטה") — פאַרוואָס איז רש"י משמיט (לגירסא זו) די ווערטער „בית המקדש"? ובפרט אַז אין די פריערדיקע צוויי ערטער זאָגט רש"י יע דעם לשון „בית המקדש (מקדש) של מטה"?

ד. דער ביאור אין דעם:

רש"י קומט דאָ באַוואָרענען אַ שאלה פשוטה אין די ווערטער „אשר הכינותי": „הכנה" באַדייט — אַ באַשטימטע ענדערונג אין דער זאַך, וואָס דערמיט ווערט זי „מוכן", ראוי ומוכשר צום ענין צו וועלכן מ'איז עס מכיןיד; שטעלט זיך די שאלה בנדו"ד: אין וואָס איז באַשטאַנען דער „הכינותי" פון ארץ ישראל צו אויפנעמען דאָרט די אידן — מ'געפינט ניט אַז אין איר איז עפּעס נשתנה געוואָרן איצט לגבי מצבה פריער?

ואדרבה: דער תוכן פון המשך135הפרשהטו איז מדגיש, אַז די לאַנד איז נאָך ניט מוכן פאַר אידן: אין א"י זיינען דאָ די שבע אומות, מ'דאַרף זיי ערשט פאַרטרייבן פון לאַנד, עס דאַרף קומען (ל' עתיד) „והכחדתיו" „אגרשנו"; און נאָכמער — עס איז ניט בעתיד הקרוב, עס קען ניט זיין בקרוב („פן תהי' הארץ שממה"), נאָר דוקא אין אַן אופן פון „מעט מעט אגרשנו" —

איז וואָס מיינט דער פסוק מיטן „(ולהביאך אל המקום) אשר הכינותי"טז?

פאַרענטפערט רש"י, אַז „(אשר) הכינותי" דאָ מיינט (ניט אַ צוגרייטונג דורך אַ פעולה, טאָן — ווי דער טייטש פון „הכנה" בכמה מקומותיז, נאָר) „אשר זמנתי לתת לכם", אַז ס'איז בלויז געווען אַ הזמנה — „זמנתי" (אויך) פון לשון זימון (איינלאַדונג): ווי ביים איינלאַדן אַ גאַסט, איז דאָך אין דעם איינלאַדן פאַר זיך ניטאָ קיין פעולת הכנה, ס'איז נאָר אַ הזמנה (בדיבור)יח — עד"ז בעניננויט: דער אויבערשטער האָט מזמין געווען ארץ ישראלכ פאַר דער שפּעטערדיקער נתינהכא צו אידן („זמנתי לתת לכם").

וויבאַלד אָבער אַז דער פירוש פון הכנה ע"פ רוב איז — הכשרה ושינוי אין דער זאַך, ברענגט רש"י אַ צווייטן פירוש — „ומדרשו" — „כבר מקומי ניכרכב כנגדו", וואָס לויט דעם פירוש האָט זיך אויפגעטאָן אַ הכנה והכשרהיט אין דעם מקום, נאָר ניט אין דעם מקום המקדש למטה, נאָר אין מקום המקדש של מעלה — „מקומי ניכר כנגדו".

ומהאי טעמא איז רש"י מדייק „שבית המקדש של מעלה מכוון כנגד בהמ"ק של מטה" — ניט אין דעם (פאַרקערטן) סדר (כלשון) התנחומא — ווייל די פעולת ההכנה איז געווען אינעם אָרט פון „מקדש של מעלה", אַז „מקומי" (פון מקדש של מעלה) איז געוואָרן „ניכרכב כנגדו" (פון דעם מקום מקדש של מטה).

ה. דאָס אַליין איז אָבער ניט מספיק —

ווייל עס איז ניט מסתבר צו זאָגן, אַז דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט מכין געווען דעם מקום המקדש של מעלה, זאָל כלל ניט האָבן קיין ווירקונג אויף דעם מקום המקדש של מטה, וואָס איז „מכוון כנגדו";

און ווי מיר זעען טאַקע אין פסוקכג (ביי יעקב'ן) „וזה שער השמים" — וואו136רש"י ברענגט צום ערשטן מאָל אַז „בהמ"ק של מעלה מכוון כנגד בהמ"ק של מטה" — אַז יעקב האָט מרגיש געווען קדושת המקום דלמטה, ווי ער האָט געזאָגט „מה נורא המקום הזה אין זה כי אם בית אלקים וזה שער השמים".

און וויבאַלד דער פסוק זאָגט אַז דאָ איז געווען „אשר הכינותי" — אַ הכנה אין דעם מקום מקדש של מעלה באופן אַז „כבר מקומי ניכר כנגדו" — האָט דאָס געדאַרפט זיין „ניכר" דאַמאָלס אויך אין דעם מקום המקדש של מטה —

ווי שטימט דאָס מיטן תוכן פון המשך הפרשה, וואו ס'איז מודגש אַז ארץ ישראל (כולל מקום המקדש) איז נאָך דאַן כלל ניט געווען גרייט (אפילו) פאַר ביאת בני ישראל לארץכד?

דערפאַר איז רש"י מוסיף ומבאר „וזה א' מן המקראות שאומרים שבהמ"ק של מעלה כו'"*): דער פסוק מיינט דאָ ניט צו זאָגן אַז איצט איז געווען אַ הכנה דורך דעם וואָס בהמ"ק של מעלה מכוון כנגד בהמ"ק של מטה; דער „הכינותי" איז געווען מאז ומקדם, און דאָס איז נאָר נאָך אַ פסוק (צווישן אַנדערע, אויך פריערדיקע „מקראות") וואָס דערציילט וועגן דעם זעלבן ענין, אַז (שוין פון פריער איז) „בהמ"ק של מעלה מכוון כנגד בהמ"ק של מטה" (און דער „כבר מקומי ניכר כנגדו" איז אויך געווען פון פריער (אַלעמאָלכה));

ובמילא איז שוין קיין קשיא ניט וואָס מיר געפינען ניט אַז עס זאָל איצט ווערן אַ שינוי אין דעם מקום המקדש של מטה.

עפ"ז, איז אויך מובן דער טעם פון דער גירסא „שבהמ"ק של מעלה מכוון כנגד של מטה" (אָן די ווערטער „בהמ"ק של מטה") — להדגיש, אַז די הכנה אין מקום המקדש של מעלה איז ניט פאַרבונדן מיטן מצב פון מקום מקדש של מטה: דער בית המקדש של מעלה איז דאָ אפילו ווען למטה איז ניטאָ קיין בית המקדש, עס איז „מכוון כנגד של מטה" (עס פעלט דער בית המקדש)כו; און דערפאַר איז קיין סתירה ניט, וואָס אע"פ אַז „כבר מקומי ניכר כנגדו", פונדעסטוועגן זעט זיך ניט דאָ למטה קיין שינוי והכנהכז, ואדרבה — אין מקום המקדש של מטה געפינען זיך אומות העולם, דער היפך פון בית המקדש.

ו. פון די עניני הלכה וואָס מען קען אַרויסנעמען פון דעם פירוש רש"י:

עס איז דאָ אַ מחלוקת הראשונים אין דעת אבייכח אַז „הזמנה מילתא היא" — צי אויך אַ הזמנה בדיבור מילתא היא, אָדער ניטכט

— און דאָס איז אויך אַ נפק"מ למעשה, ווייל (אויך) לדעת רבאכח (וואָס הלכה כמותו) אַז „הזמנה לאו מילתא137היא", זיינען אָבער דאָ געוויסע פאַלן וואו מען רעכנט זיך יע מיט „הזמנה"ל —

קען מען זאָגן אַז דאָס איז די נפק"מ להלכה צווישן די צוויי פירושים פון רש"י:

לויט „פשוטו" קומט אויס, אַז דאָס וואָס „זמנתי לתת לכם" (אָן אַ פעולת הכנה והכשרה אין דעם מקום), ווערט אָנגערופן (אין פסוק „אשר) הכינותי", ולפ"ז איז אויך הזמנה בדיבור אַן ענין של הכנה — מילתא היאלא.

משא"כ לויט „מדרשו", איז דער „הכינותי" פאַרבונדן מיט אַן אויפטו וואָס איז ניכר אין דער זאַך (באופן כנגדו) — „כבר מקומי ניכר כנגדו"; ולפ"ז איז מסתבר לומר, אַז הזמנה בדיבור לאו מילתא היא.

(משיחת מוצש"ק פ' משפטים תשל"ט)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-74e7ps0v

עותקים

פעילות אחרונה

#194 Likkutei Sichos vol 21: machine reading · אושרה
#137 Likkutei Sichos vol 21: machine reading · נסגרה

מקורות