English
ספרייה

לקוטי שיחות

תצוה ב

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

181תצוה 3

א. די פרשה אין אונזער סדרה פון עשיית ולבישת בגדי כהונה פאַרענדיקט זיך מיטן אָנזאָגא „והיו על אהרן ועל בניו בבואם אל אהל מועד או בגשתם אל המזבח לשרת בקודש ולא ישאו עון ומתו". איז רש"י מעתיק דעם וואָרט „ומתו" און איז מפרש: „הא למדת שהמשמש מחוסר בגדים במיתה"ב.

פרעגן מפרשיםג: לויט פרש"י האָט מען שוין פריער געלערנטד „והי' על אהרן לשרת ונשמע קולו בבאו אל הקודש לפני ה' ובצאתו ולא ימות": „ולא ימות — מכלל לאו אתה שומע הן, אם יהיו לו לא יתחייב מיתה, הא אם יכנס מחוסר אחד מן הבגדים הללו חייב מיתה בידי שמים" — פאַרוואָס דאַרף מען נאָכאַמאָל לאַזן הערן („הא למדת") דעם זעלבן דין?

לולא פירוש רש"י ביים צווייטן פסוק, וואָלט מען געקענט לערנען אַז דער פסוק חזר'ט עס איבער נאָכאַמאָל נאָר בכדי צו מוסיף זיין אין דעם חומר הענין, ע"ד ווי מען געפינט בכ"מ, אַז די תורה חזר'ט איבער מער ווי איין מאָל דעם זעלבן איסור ואזהרה „לעבור עליו בב' לאוין"ה וכיו"ב.

רש"י זאָגט אָבער דאָ בפירוש „הא למדת" — דוקא פון דעם (צווייטן) פסוק לערנט מען אָפּ דעם דין — איז ניט מובן: רש"י אַליין האָט שוין געזאָגט, אַז מ'לערנט דאָס אָפּ פון דעם פריערדיקן פסוק?

ב. דער רא"םו איז מסביר, אַז פון פריערדיקן פסוק לערנט מען נאָר בנוגע די ששה בגדים וועלכע ווערן דערמאָנט אין די פסוקים ביז דאָרטןז — חושן אפוד מעיל כתונת מצנפת ואבנט — אָבער ניט בנוגע די צוויי בגדים (ציץ ומכנסים) וועלכע זיינען פריער ניט דערמאָנט; און דעם דין (אַז ווען ס'פעלט ציץ אָדער מכנסיים איז מען חייב מיתה), לערנט מען אָפּ פון דעם (צווייטן) פסוק „ולא ישאו עון ומתו", וועלכער שטייט נאָכן ציווי אויף ציץ ומכנסים.

ולכאורה קען מען אַזוי מדייק זיין פון די שינויי הלשונות בפרש"י:

אין פריערדיקן פסוק זאָגט רש"י „הא אם יכנס מחוסר אחד מן הבגדים הללו", משא"כ אין דעם פסוק זאָגט רש"י „מחוסר בגדים" סתם — ווייל פון פריערדיקן פסוק ווייס מען (לפרש"י) נאָר וועגן „בגדים הללו" — די וועלכע ווערן פריער דערמאָנט; אָבער ביים צווייטן פסוק איז רש"י סותם „משמש מחוסר בגדים", אַ „מחוסר" פון איינעם פון בגדים (אַלע שמונה בגדים) איז חייב מיתה.

עפ"ז איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק לאידך גיסא: וויבאַלד אַז עס שטייט אין182פסוק דער עונש נאָכדעם ווי די תורה רעכנט אויס אַלע שמונה בגדים — צוליב וואָס דאַרף שטיין פריער אַ באַזונדערע אזהרה בנוגע די „בגדים הללו" (די ששה בגדים הנ"ל), וועלכע זיינען אין כלל פון די שמונה בגדיםח?

ג. אַנדערע מפרשים לערנעןט, אַז די ביידע פסוקים ריידן ניט וועגן סתם (וועגן אַלע) בגדי כהונה — דער ציווי אין ערשטן פסוק באַציט זיך נאָר צום מעילי, וואָס וועגן אים איז מדובר אין יענעם פסוק און אין די פסוקים שלפנ"ז דאָרט; די צווייטע אזהרה „והי' על אהרן ועל בניו גו' ולא ישאו עון ומתו" איז נאָר בנוגע די מכנסים וועגן וועלכע עס רעדט זיך אין פריערדיקן פסוקיא. און דאָס וואָס רש"י זאָגט דעם לשון „המשמש מחוסר בגדים" סתם, און אַזוי אויך פריער „אם יכנס מחוסר אחד מן הבגדים הללו", איז ניט כוונתו, אַז דאָס ווערט אָפּגעלערנט פון די צוויי פסוקים

(די עצם ילפותא איז פון אַ ווייטערדיקן פסוק אין דער פרשהיב — „וחגרת אותם גו' והיתה להם כהונה לחקת עולם", אַז דוקא דורך די בגדים ווערט אויפגעטאָן ביי די כהנים דער ענין הכהונה, און ווי די גמראיג לערנט אָפּ פון דעם פסוק אַז „בזמן שבגדיהם עליהם כהונתם עליהם, אין בגדיהם עליהם אין כהונתם עליהם והוו להו זרים" און „זר ששימש במיתה"),

נאָר וויבאַלד ס'איז „קושטא דמילתא" אַז אַ „מחוסר אחד מן הבגדים" איז חייב מיתה איז רש"י מפרש „לפי האמת"יד.

לפי זה איז אָבער אינגאַנצן ניט פאַרשטאַנדיק פירוש רש"י אין די פסוקים, וועלכער איז פשוטו של מקרא [נוסף על כלל הידוע אַז רש"יטו פאַרלאָזט זיך ניט אויף דעם וואָס עס שטייט אין אַ ווייטערדיקן פסוק]:

א) אויפן ווייטערדיקן פסוק „וחגרת אותם אבנט גו' והיתה להם כהונה" ווערט אין רש"י אינגאַנצן ניט דערמאָנט דרשת חז"ל הנ"ל „בזמן שבגדיהם עליהם כהונתם עליהם כו'" — רש"י טייטשט דאָרט נאָר „והיתה להם, מילוי ידים זה לכהונת עולם"טז, און דאָס איז בכלל אַן ענין וועלכער איז פאַרבונדן מיט די שבעת ימי המילואיםיז —

183קען מען דאָך ניט זאָגן, אַז רש"י פאַרלאָזט זיך דאָ אויף דעם ווייטערדיקן פסוק בשעת אַז דאָרט איז ער מפרש באופן אחריח.

ב) אין דעם ערשטן פירוש רש"י הנ"ל, וואו ער זאָגט סתם „הא אם יכנס מחוסר אחד מן הבגדים כו'", וואָלט מען אפשר געקענט לערנען (בדוחק גדול עכ"פ), אַז רש"י זאָגט עס „לפי האמת" (כאָטש מען לערנט עס ניט אָפּ פון דאַנעט); אָבער בפירושו אויפן צווייטן פסוק זאָגט רש"י בפירוש „הא למדת כו'" — אַז דאָס ווערט אָפּגעלערנט פון דעם פסוק.

ד. לכאורה וואָלט מען דאָס געקענט פאַרענטפערן באופן אחר, לויט נאָך אַ שינוי צווישן די צוויי פירושי רש"י:

אין פריערדיקן פסוק זאָגט רש"י דעם לשון „הא אם יכנס מחוסר אחד מן הבגדים" און אין דעם צווייטן פסוק זאָגט רש"י „שהמשמש מחוסר בגדים".

זיינען מפרשים מסביריט, אַז פונעם ערשטן פסוק, וועגן דעם מעיל, וואו דער לשון הכתוב איז „ונשמע קולו בבואו אל הקודש", לערנט מען אָפּ דעם איסור ועונש פון אַ מחוסר בגדים אויף כניסתו למקדש בלבד (אפילו ווען ער איז ניט עובד עבודה דאָרטכ); און דער פסוק „ולא ישאו עון ומתו", וועלכער שטייט בסמיכות צו „בגשתם אל המזבח לשרת בקודש", איז באַ ללמד אַז „המשמש מחוסר בגדים במיתה", ד.ה. אויב ער איז עובד עבודה מחוסר בגדים.

און אע"פ אַז נאָכדעם ווי מ'ווייס שוין אַז אַ מחוסר בגדים איז חייב מיתה אפילו אויף כניסה בלבד, דאַרף מען שוין ניט קיין באַזונדער לימוד אויף „המשמש מחוסר בגדים" (ער איז דאָך שוין נתחייב מיתה געוואָרן תיכף בכניסתו)כא — זיינען דאָס מפרשים מבאר בכמה אופנים:

א) אַז דער חיוב מיתה אויף דער כניסה פון אַ מחוסר בגדים איז נאָר „בבואו אל הקודש", אין אוהל מועד, אָבער ניט בחוץ, „בגשתם אל המזבח" — און דאָס איז מוסיף דער צווייטער פסוק „בגשתם אל המזבח לשרת בקודש", אַז דאָרטן איז (ער ניט מחוייב אויף דער כניסה וגישה, נאָר דוקא —184לשרת) „המשמש מחוסר בגדים במיתה"כב.

ב) דאָס וואָס מען קען (לויט רש"י) אָפּלערנען דעם עונש, הן ביי „יכנס" און הן ביי „משמש" (ווי רש"י לערנט) איז ווייל ס'זיינען דאָ צוויי פסוקים — איז איין פסוק (דער ערשטער) בא ללמד „אם יכנס מחוסר כו'", און דער צווייטער — „המשמש מחוסר בגדים"; אָבער ווען עס וואָלט געשטאַנען נאָר איין פסוק וואָלט מען געלערנט אַז דער חיוב איז נאָר באַ „המשמש מחוסר בגדים"כג.

אָבער אויך דעם פירוש קען מען ניט אָננעמען לויט דרך הפשט, ווייל אין צווייטן פסוק שטייען ביידע זאַכן — „בבואם אל אהל מועד או בגשתם אל המזבח לשרת גו' ולא ישאו עון ומתו". קען מען דאָך פון דעם פסוק אַליין אָפּלערנען דעם חיוב מיתה אויף ביידע זאַכן: סיי אויף כניסה (בבואם אל אהל מועד), און סיי אויף משמש מחוסר בגדים (בגשתם גו' לשרת)כד.

[ונוסף לזה: ווי גערעדט אַמאָל בארוכהכה, איז ע"ד הפשט ניט געווען אַ כניסה לאהל מועד (בהיתר) סיידן צוליב טאָן עבודה. ובמילא, ווען דער פסוק זאָגט אַז מען דאַרף טראָגן בגדים „בבואו אל הקדש", מיינט עס (בדרך הפשט) — דער אַריינגיין לשרת בקודשכו].

ועפכ"ז הדרא קושיא לדוכתא: פאַר וואָס דאַרף מען צוויי לימודים הנ"ל? וגם: וואָס איז דער טעם פונעם שינוי הלשון אין די צוויי פירושי רש"י: „יכנס מחוסר א' מן הבגדים הללו"; „המשמש מחוסר בגדים (סתם)".

ה. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם אַ שינוי כללי צווישן די צוויי פירושי רש"י —

דער לשון פון רש"י אויפן צווייטן פסוק (מג) איז אינעם סגנון פון אַ דין „הא למדת שהמשמש מחוסר בגדים במיתה"; און זיין פירוש אויפן פריערדיקן פסוק (לה) איז בסגנון של סיפור „הא אם יכנס מחוסר אחד מן הבגדים הללו".

וי"ל אַז אין דעם באַשטייט טאַקע דער חילוק צווישן די צוויי פירושי רש"י:

אין פסוק (מג) „והיו על אהרן ועל בניו גו' ולא ישאו עון ומתו חקת עולם לו ולזרעו אחריו", רעדט זיך וועגן דעם דין כללי ביי אַלע כהנים, כהן גדול וכהן הדיוט, ובכל הדורות;

משא"כ דער פריערדיקער פסוק (לה) וואו עס שטייט „והי' על אהרן לשרת", רעדט וועגן אהרן כהן גדול בפרט, וואָס פון דעם וואָלט מען ניט געוואוסט בנוגע אַנדערע כהנים (הדיוטים)כז.

185און כאָטש אַז דער מחוסר בגדים פון פסוק מג, מיינט ניט נאָר דעם חסרון פון (איינעם פון) די ד' בגדים, אין וועלכע אַ כהן גדול און כהן הדיוט זיינען גלייך, נאָר ווי רש"י איז מפרש בתחלת הכתוב, והיו על אהרן — „כל הבגדים האלה על אהרן הראויין לו", ועל בניו „האמורין בהן" — ווייס מען דאָך פון דעם לכאורה דעם דין אויך בנוגע די שמונה בגדים פון אהרן כהן גדול — היינט צוליב וואָס דאַרף מען אַ קרא מיוחד?

איז דאָס קיין קשיא ניט, ווייל פון פריערדיקן פסוק לערנט מען אָפּ אַ לימוד ודין מיוחד, ווי דער דיוק לשון רש"י דאָרט „אם יכנס מחוסר אחד מן הבגדים הללו", כדלקמן.

ו. לויט פשטות הלשון י"ל, אַז מיט די ווערטער „בגדים הללו" מיינט רש"י ניט די אַלע ששה בגדים (חושן אפוד מעיל מצנפת כתונת ואבנט)כח — וואָס ווערן (בלויז) דערמאָנט פריער ובתחלת הפרשה — נאָר בלויז די ג' בגדיםכט אפוד חושן ומעיל, וואָס אויף פרטי עשייתם איז משה דאָ נצטווה געוואָרן.

באַ די דריי בגדים געפינט מען אין פסוק אַן ענין מיוחד — ביים סיום הציווי אויף יעדן פון די דריי בגדים איז דער פסוק מוסיף דעם תוכן פון זייער ענין און אויפטו:

בסיום הציווי אויף מעשה האפודל — „ושמת את שתי האבנים על כתפות האפוד אבני זכרון לבני ישראל ונשא אהרן את שמותם לפני ה' על שתי כתפיו לזכרון";

ביים סיום פון ציווי על החושןלא — „ונשא אהרן את שמות בני ישראל בחושן המשפט על לבו בבואו אל הקודש לזכרון לפני ה' תמיד", „ונשא אהרן את משפט בני ישראל על לבו לפני ה' תמיד"לב;

און בסיום פון פ' המעיל: „והי' על אהרן לשרת ונשמע קולו בבואו אל הקודש לפני ה' ובצאתו".

ד. ה. דער ענין ומכוון פון די בגדים איז פאַרבונדן מיט דער כניסה בלבד — מיט דעם אַליין וואָס אהרן קומט לפני ה' אָנגעטאָן אין אָט די בגדים טוט זיך אויף אַ פעולה [דער ענין פון „לזכרון" „לפני ה'" פון שמות בנ"י דורכן אפוד וחושן, דער „משפט בני ישראל על לבו" ע"י החושן (ווי רש"י טייטשט דעם תוכן במקומות הנ"ל), און „ונשמע קולו בבואו אל הקודש" באַם מעיל];

משא"כ באַ די שאר הבגדים שטייט ניט בכתוב וואָס ענינם איז, נאָר נאָכדעם ווי עס שטייט בנוגע כללות כל הבגדיםלג „והלבשת אותם את אהרן אחיך ואת בניו אתו ומשחת אותם ומלאת את ידם וקדשת אותם וכהנו לי" — אַז זיי זיינען פאַרבונדן מיט מילוי ידים, קידוש און שירות פון די כהנים עצמם — פירט אויס דער פסוק, אַז דוקא דעמאָלט, קענען זיי אַריינגיין און טאָן די עבודה, „והיו על אהרן ועל בניו186בבואם אל אוהל מועד או בגשתם אל המזבח לשרת בקודש".

ד. ה. אַז אין זיי פאַר זיך איז ניטאָ קיין ענין מיוחד, און ענינם איז נאָר בכדי דער כהן זאָל קענען טאָןלד די עבודהלה.

ז. און צוליב דעם דאַרף'ן ביידע לימודים פון די פסוקים, און דערפאַר איז דער חילוק בפרש"י עליהם:

בנוגע אַלע בגדים לערנט מען אָפּ אַז „המשמש מחוסר בגדים במיתה", ווייל ענינם איז פאַרבונדן מיט עבודה ושימוש.

אָבער „בגדים הללו", די דריי בגדים אפוד חושן ומעיל, ביי זיי איז דער חיוב מיתה (פון אַ מחוסר בגדים) ניט מצד דעם שימוש שלאחר זה, נאָר מצד דער עצם כניסה להיכל: ווען ביי דער כניסה פעלט איינער פון די ג' בגדים, פעלט די פעולה ועבודה וואָס דער בגד טוט אויף, און דערפאַר איז ער מחויב מיתה.

[און אע"פ אַז אויך ביים ציץ שטייט מפורש (בגמר הציווי על עשייתולו): „והי' על מצח אהרן ונשא אהרן את עון הקדשים אשר יקדישו בני ישראל גו' והי' על מצחו תמיד לרצון להם לפני ה'" —

וואָס לפי"ז באַשטייט זיין פעולה ועבודה אינעם עצם זיין „על מצח אהרן", און פונדעסטוועגן איז דער פסוק כולל דעם חיוב מיתה ביי מחוסר ציץ ניט מיט די דריי בגדים הנ"ל, נאָר צוזאַמען מיטן כללות'דיקן דין פון „המשמש מחוסר בגדים" אין דעם צווייטן פסוקלז —

איז די הסברה בזה, אַז ענינו של הציץ איז ניט דומה צו ענינם פון די ג' בגדים, ווי רש"י איז מסביר דעם פי' פון וואָרט „תמיד" וואָס שטייט ביי ציץ: „תמיד לרצות להם אפי' אינו על מצחו שלא הי' כה"ג עובד באותה שעה"לח, דהיינו, אַז די פעולה פונעם ציץ איז ניט פאַרבונדן מיט דער כניסה (און אפילו ניט מיט זיין געפינען זיך על מצח אהרן), נאָר דאָס איז אַ פעולה תמידית וואָס טוט זיך אויף מצד עצם הציץלט].

ח. ועפ"ז קומט אויס אַ חידוש לדעת רש"י, אַז אין דעם דין פון מחוסר בגדים איז פאַראַן אַ חילוק צווישן די ביידע סוגי בגדים: ווען אַ כה"ג גייט אַריין אין היכל מחוסר בגדים, און (ניט טוענדיק קיין עבודה) איז ער אַרויסמ פון187היכלמא, איז אַ נפק"מ צי עס פעלט איינער פון די דריי בגדים אָדער פון די אַנדערע חמש בגדים:

אויב ביי אים פעלט איינער פון די אַנדערע חמש בגדים איז ניטאָ קיין חיוב מיתה, ווייל ער האָט ניט משמש געווען; אָבער ווען עס פעלט ביי אים איינער פון די „בגדים הללו" איז „חייב מיתה בידי שמים" אויך ווען ער האָט ניט משמש געווען, וכ(פשטות) לשון רש"י „אם יכנס מחוסר אחד מן הבגדים הללו חייב מיתה".

ט. וי"ל מיינה של תורה שבפרש"י:

די צוויי ענינים הנ"ל בשייכות מיטן כהן גדול — (א) זיין כניסה לקודש, וואָס איז פאַרבונדן מיט די דריי בגדים, חושן אפוד ומעיל, און (ב) זיין עבודה בקודש (— מיט אַלע שמונה בגדים) — זיינען בהתאם צו די צוויי ענינים וואָס ווערן דורכדעם אויפגעטאָן ביי אידן:

דער אויפטו פון עבודת כה"ג (און אַזוי אַלע כהנים) אין ביהמ"ק, וואָס ער טוט אַלס שליח (אָדערמב פאָרשטעער — באַ כח) פון כלל ישראל, איז צו פאַרבינדן — דורך זיין עבודה בקודש „לפני ה'" — אַלע אידן מיטן אויבערשטן.

און דער פאַרבונד פון אידן מיטן אויבערשטן איז אויף צוויי אופנים:

א) ווי אידן פאַרבינדן זיך מיטן אויבערשטן דורך עבודה בפועל, דורך זייער עבודה בתורה ומצות, וכמארז"למג אני נבראתי לשמש את קוני.

ב) ווי אידן, מצד זייער עצם מציאות, זיינען בניו אָדער עבדיו פון אויבערשטןמד (נאָך איידער זיי פירן דורך תפקידם בעולם).

[ווי גערעדט אַמאָל בארוכהמה דער טעם פאַרוואָס אידן ווערן צוגעגליכן צו אַן „אוצר חביב . . כלי יקר ואבנים טובות שהמלכים גונזים אותם"מו: פּונקט ווי די אוצרות הגנוזים של המלך איז ענינם ותכליתם ניט אויף צו דורכפירן מיט זיי אַ באַשטימטן תפקיד אין עניני המלוכה; זייער מציאות איז נאָר בכדי דער מלך זאָל זיך מיט זיי משתעשע זיין, האָבן פון זיי תענוג — עד"ז איז די עצם מציאות פון אַ אידן העכער אויך פון דעם תכלית וואָס דורך זיי ווערט דירה לו ית' בתחתונים; דער אויבערשטער איז זיך משתעשע מיט אידן].

י. און דאָס זיינען די צוויי ענינים הנ"ל בעבודת הכהן הגדול:

פריער קומט זיין כניסה אל הקודש, וואָס דאָס איז מרמז אויף דער כניסה, אַריינקום פון אַלע אידן (אין וועמענס שליחות וכו' ער גייט אַריין) אל הקודש אין אַן אופן פון „לזכרון לפני ה'". דער אויפטו איז ניט פאַרבונדן מיט דער עבודה פון כהן גדול בקודש, נאָר די188עצם כניסה אל הקודש פועלט דעם „זכרון" פון אידן ווי זיי זיינען מצד זייער עצם מציאות בניו אָדער עבדיו פון הוי' (נאָך איידער זיי פירן דורך זייער עבודה)מז.

און ערשט דערנאָך הויבט זיך אָן די עבודה פון כהן גדול, ער איז „משמש" בקודש, וואָס דאָס איז פאַרבונדן מיט די עבודה פון אידן, „לשמש את קוני".

יא. עפ"ז וועט מען פאַרשטיין די שייכות פון כניסת הכה"ג אל הקודש צו די דריי בגדים — חושן אפוד ומעיל — ווייל אין די בגדים זיינען מרומז די אידן לויט זייערע פאַרשידענע סוגים ודרגות:

אויף אבני החושן והאפוד זיינען געווען אויסגעקריצט „שמות בנ"י", וואָס דאָס זיינען די העכערע מדריגות פון אידן ביי וועמען מען זעט בגילוי (ובאופן דחקיקהמח) זייער „שם" — בני ישראל

[און אין דעם גופא זיינען פאַראַן צוויי דרגותמט:

„חושן" — וואָס מקומו איז „על לב אהרן" — די מדרי' פון אידן וואָס האָבן אינגאַנצן מהפך געווען די מדות פון נה"ב לקדושה;

און „אפוד", וואָס די שתי האבנים זיינען „על כתפות האפוד" (ניט מלפניו, על לב — ווי דער חושן) — איז דאָס מרמז אויף די אידן וואָס האַלטן נאָך ביי דער עבודה פון אתכפיא, וואָס איז בחי' „אחוריים"נ],

און דער מעיל איז פאַרבונדן מיט די מדריגות התחתונות פון אידן, וועלכע זיינען שייך בלויז צו מעשה בפועל. ווי גערעדט אַמאָל בארוכהנא אין דעם טעם וואָס בשולי המעיל זיינען געווען „רמונים", ווייל זיי זיינען מרמז אויף די אידן וואָס זיינען אין דער דרגא פון „רמונים"נב — „כפלח הרמון רקתךנג — ריקנים שבך מלאים מצות כרמון"נד.

און בשעת דער כהן גדול גייט אַריין מיט אַלע סוגים פון אידן, ווערט דער „זכרון לפני ה'", כנ"לנה.

און אויף דעם זאָגט מען „אם יכנס מחוסר אחד מן הבגדים הללו חייב מיתה" — כדי צו אויפטאָן דעם „זכרון לפני ה'"* פון בני ישראל, מוז מען האָבן אַלע סוגים פון אידן, און ווען עס פעלט189ביי דער כניסה איין סוג פון אידן — פעלט די (אָדער — אין דער) פעולה פון דער כניסה.

ווייל דער זכרון והתאחדות פון אידן מיטן אויבערשטן איז ניטאָ קיין התחלקות, זי נעמט אַרום אַלע אידן כאחדנו. ובמילא, ווען מען טיילט אויס אַ אידן, פעלט דער ענין.

יב. דאָס דאַרף זיין אַ הוראה פאַר יעדן רב, מורה דרך און פאַר יעדן איינעם וואָס קען האָבן אַ השפעה בסביבתו:

בשעת מען טרעפט אַ אידן, אין וועלכן מצב ער זאָל נאָר זיין, דאַרף מען לכל לראש פועלן אין עם „לזכרון", אים דערמאָנען וואָס זיין אמת'ע מציאות איז — ער האָט אַ נשמה וואָס איז אַ „חלק אלקה ממעל ממש" און „ונמשכה ממחשבתו וחכמתו ית'"נז,

ובמילא בריינגט מען אים גלייך אַריין, „נכנס" „לפני ה'";

און דאָס ווערט אויפגעטאָן דורכן „כהן גדול" שבדור — דורך דער התקשרות צו די צדיקים ותלמידי חכמים, וואָס דורכדעם איז „כאילו נדבק בשכינה ממשנח כי ע"י דביקה בתלמידי חכמים קשורות נפש רוח ונשמה של עמי הארץ ומיוחדות במהותן הראשון ושרשן שבחכמה עילאה"נט — וואָס דאָס איז נוגע צו אַלע סוגי אידן.

און ערשט דערנאָך הויבט מען אָן צו טאָן מיט אים אין עבודות ומדריגות פרטיות שלו, כולל „לכפר עליו"ס — אַראָפּנעמען די דברים בלתי רצויים וואָס האָבן זיך צו אים צוגעקלעפּט,

זהירות בסור מרע, הוספה בועשה טוב.

און דורך דער עבודה רוחנית פון די לבישת בגדי כהן איז מען זוכה צו „מלבישם לעתיד לבוא"סא, וואָס „אהרן ובניו ומשה עמהם"סא אין דעם ביהמ"ק השלישי.

(משיחות ש"פ תצוה וש"פ תשא תשמ"א)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-8x364dhs

עותקים

פעילות אחרונה

#194 Likkutei Sichos vol 21: machine reading · אושרה
#137 Likkutei Sichos vol 21: machine reading · נסגרה

מקורות