איז דערפון משמע, אַז די תקנה פון פ' זכור איז (ניט נאָר ווייל ס'איז ניטאָ קיין זמן מיוחד אויף צו דערמאָנען מעשה עמלק, נאָר) ווייל עס איז דאָ אַ יתרון וענין מיוחד אין זכירת מעשה עמלקיא לגבי די אַנדערע זכירות.
דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז דער ענין מיוחד ביי זכירת מעשה עמלק, וואָס איז ניטאָ ביי די אַנדערע זכירות, און וואָס דערפאַר האָט מען דוקא פאַר דער זכירה קובע געווען אַ קריאה מיוחדת?
191ולכאורה, אדרבה: די אַנדערע זכירות זיינען ענינים כלליים אין דער הנהגה פון אַ אידן ובכל עת ובכל מקום: מעמד הר סיני — מ"ת — איז דאָך דער יסוד פון גאַנץ תורה ומצותי'; שבת איז פון די מצות כלליותיב און וואָס איז פועל (ניט נאָר אויף דעם טאָג פון שבת, נאָר) אויך אויף אַלע ששת ימי החוליג; ולאידך, מעשה העגל — היפך פון אנכי ולא יהי' לך. ועוד, וויבאַלד אַז „וביום פקדי ופקדתי גו'"יד — דערמאָנט עס אַ אידן ווי מ'דאַרף זיין אָפּגעהיט אין סור מרע ס'זאָל ניט קומען צו „אפקוד עליהם עונותיהם", וואָס דאָס איז דאָך כולל — אויך אָפּגעהיט אין עשה טוב; און אפילו מעשה מרים, וואָס איז לכאורה אַן ענין פרטי, וואָס האָט ניט געבראַכט קיין תוצאות פאַר כלל ישראל אויף אַלע דורות — איז אָבער אויך אין דעם פאַראַן אַ הוראהטו צו אַלע אידן אויף וויפל עס דאַרף זיין די זהירות פון לשון הרעטז, וואָס איז פון די עבירות הכי חמורות, ווי חז"ליז זאָגן אַז עס איז „מגדיל עונות כנגד ג' עבירות ע"ז וג"ע וש"ד". און צוזאַמען דערמיט — פון די שווערסטע אויסגעהיט ווערן לגמרי פון איריח.
משא"כ זכירת מעשה עמלק איז אַ מצוה פרטית, און זי אַנטהאַלט ניט, לכאורה, קיין לימוד פאַר יעדן אידן בהנהגתו און — נאָך אַ לימוד כללייט.
ב. די תמי' אין דעם איז נאָך שטאַרקער:
דער תכלית פון זכירת עמלק איז — מחיית עמלקכ, ווי דער המשך הכתובים (נאָך „זכור גו'") — „והי'כא בהניח ה"א לך מכל אויביך גו' תמחה את זכר עמלק גו'". און ווי דער רמב"םכב איז דאָס מסביר: „צונו לזכור מה שעשה לנו עמלק . . (ולשנוא אותוכג) בכל עת ועת ונעורר הנפשות במאמרים להלחם בו".
און וויבאַלד בזמן הזה איז ניט שייך צו מקיים זיין דעם ציווי פון מחיית עמלק בפועל — ווייל: (א) מצות מחיית עמלק איז נאָר ווען אידן זיינען על אדמתםכד (און אין אַ מצב פון מנוחה — „בהניח ה"א לך מכל אויביך מסביב בארץ גו'"כא); (ב) אפילו ווען ס'וואָלטן192געווען די תנאים הנ"ל, איז ניט מעגלעך צו דורכפירן מחיית עמלק, ווייל „כבר עלה סנחריב ובלבל את העולם וכל דפריש מרובא פריש"כה —
קומט אויס, אַז דער ענין פון זכירת עמלק בזמן הזה איז ניט (אַזוי) נוגע לפועל — און אעפ"כ, האָט מען דוקא אויף דער זכירה קובע געווען אַ קריאה מיוחדת ושבת מיוחדת?
ג. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים הביאור אין דעם עצם ענין פון מצות זכירת עמלק, דלכאורה:
א) וויבאַלד אַז דער תכלית פון זכירת עמלק איזכו — מחיית עמלק (כנ"ל), פאַרוואָס איז דאָ דער חיוב אויף זכירת עמלק אויך בזמן ווען ע"פ תורה איז ניט שייך מחיית עמלק בפועלכז?
ב) פאַרוואָס דאַרף מען בכלל אָנקומען צו אַ באַזונדער ציוויכח „זכור את אשר עשה לך עמלק" כדי צו מעורר זיין „הנפשות במאמרים להלחם בו", און עס איז ניט גענוג דער ציווי פון „תמחה את זכר עמלק" אַליין?
און דאָס איז דער תוכן פון מצות זכירת עמלקלט: ס'איז ניט נאָר אַ זכרון וואָס דאַרף מעורר זיין צו טאָן לאח"ז אַן עשי' (מלחמת ומחיית עמלק כפשוטו), אָדער אַז דורך דעם זכרון זאָל מען זיך אויסהיטן פון אַן ענין בלתי רצוי (ע"ד זכירת מעשה מרים — צו פאַרהיטן פון לשון הרע) — נאָר זכירת עמלק גופא טוט אויף מחיית עמלק שבלב, אין אים גופאמ.
עס קען זיין ביי אַ אידן „עמלק" בנפשומא, וואָס וויל פועל זיין אויף אים אַז ער זאָל מורד זיין ח"ו אין רבונו, און ווען דער „זכור את אשר עשה לך עמלק" איז ביי אים כדבעימב, ווערט אויפגעטאָן מחיית וביטול עמלק שבנפשומג — עס ווערט אויסגעוואָרצלט און אויסגעמעקט יעדע נטי' פון „(יודע כו') ומתכוין למרוד בו".
ועפ"ז יובן וואָס דוקא די זכירה האָט מען פאַרבונדן מיט אַ קריאה מיוחדת בתורה — ווייל תורה איז בעה"ב אויף מציאות העולם (ע"ד דחז"למד הידועים עה"פמה „לא־ל גומר עלי"), און דערפאַר, דורך דעם וואָס מ'פאַרבינדט זכירת עמלק מיט קריאת התורה, ווערט עס אַ זכרון וואָס טוט אויף מחיית עמלק שבנפשמו.
ה. דאָס איז אויך איינער פון די ביאורים וואָס קריאת פ' זכור איז (לדעת רוב הפוסקיםמז) אַ מ"ע מן התורה:
פון די עילוים אין מצות דאורייתא לגבי מצות דרבנן, איז וואָס מצות דאורייתא האָבן אַ שטאַרקערע פעולה אויף (און אין) וועלט; ווי באַוואוסט די אריכות אין אחרוניםמח וואָס זיינען194מחלק, אַז איסורי דאורייתא זיינען אַן איסור חפצא — די זאַך ווערט אַ דבר מתועב כו', משא"כ איסורי דרבנן זיינען (לויט כמה דיעות) בלויז אַן איסור גברא, די חכמים לייגן אַרויף אַן איסור אויף דעם מענטשן, אָבער ניט אויף די חפצי העולם עצמם.
— דאָס וואָס מצות דרבנן האָבן אַ מעלה אויף מצות דאורייתא, כמחז"למט ערבים עלי ד"ס יותר מד"ת, איז עס בעיקר נוגע דעם גברא, ווייל אינעם קיום מצות שהוסיפו רבנן — דריקט זיך אויס די עריבות ותשוקה צו זיין אַן עבד ה', וואָס דערפאַר בעט ער לכתחילה גזור עלינו גזירותנ און דערנאָך באַגנוגנט ער זיך ניט דערמיט און איז נאָך מוסיף עליהן גזירות, אָדער — מאַכט סייג לתורה (לגזירות) כדי נאָכמער פאַרזיכערן קיום הגזירות.
ועוד י"ל: ביי מצות דאורייתא, וויבאַלד זיי פועל'ן אין וועלט אויף אַ שטאַרקערן אופן, איז ביי זיי ניט אַזוי קענטיק אַז מ'איז מקיים די מצוה בלויז מצד ציווי הקב"ה, ווייל סגולת המצוה (וואָס זי טוט אויף בעולם) איז מעליםנא אויפ'ן קבלת עול שבקיום המצוה (וואָס זי איז ציווי הקב"ה):
משא"כ אין קיום מצות דרבנן, וואו די סגולת המצוה איז ניט אַזוי שטאַרק, דריקט זיך אויס ווי אַ איד איז מקיים מצוות (ניט ווייל דורך דעם טוט ער אויף ענינים נעלים בעולם, נאָר) ווייל ער איז אַן עבד ה' וואָס פאָלגט דעם רצון וציווי המלך.
אָבער בנוגע דעם „חפצא" — דאָס וואָס מצות דאַרפן אויפטאָן אין וועלטנב — איז אדרבה, מצות דאורייתא האָבן דעם כח התורהנג צו באַווירקן די חפצא (מציאות) פון וועלט אין אַן אופן וואָס איז ניטאָ ביי מצות דרבנן, כנ"ל.
און דערפאַר איז קריאת פ' זכורנד אַ מ"ע מן התורה, וואָס דאָס גיט אַ כח נוסף אַז די זכירת עמלק זאָל אויפטאָן די מחיית עמלק (בנדו"ד — שבאדםנה).
וואָרום אע"פ אַז עס האָט ניט קיין אהט ח"י וח"ו צי זאיי אז א איד דארפ אָרם היז וחי"ז צז ן, אַז אַ איז ז אַ אַ זיך (תמיד) באַוואָרענען פון ניט זיין אַ „יודע את רבונו ומתכויןנולמרוד בו";195דאַרף ער אָבער שטענדיק יע זיין באַוואָרנט אין דעם ענין פון „עמלק" בדקות. ובפרט אַז פון דעם קען סו"ס אַרויסקומען אַן ענין פון „יודע כו' ומתכוין למרוד בו", ר"ל.
והביאור: אויפן פסוק*56 „כי יד על כס י"ה מלחמה לה' בעמלק", זאָגן חז"ל אַז „אין שמו שלם כו' עד שימחה שמו של עמלק"נז — כל זמן עמלק איז קיים איז דער שם ניט בשלימות, ס'איז בלויז י"ה. עמלק איז מנגד אויף די אותיות ו"ה פון שם הוי'.
ולכאורה תמוה: וויבאַלד אַז עמלק איז מתכוון למרוד בו, אין אויבערשטן, איז מאינח טעמא: א) וואָס ער איז מנגד בלויז אויף שלימות השם און ניט אויפן שם בכללותו? ב) אין דעם ניגוד אויף שלימות השם — ניט אויף י"ה שבשם, וואָס איז קודם און העכערנט פון ו"ה? ג) אדרבא — אַז עס בלייבט יו"ד ה"א — בלייבט אַ גאַנצער שם פון די (ז'ס) שמות שאינם נמחקיםסא?
דער אויפטו פון מ"ת איזסז — אַז תורה לא בשמים היא, זי זאָל ניט בלייבן נאָר ברוחניות, נאָר עס מוז אַראָפּקומען למטה, לימוד בפועל און מצות מעשיות דוקא, ואדרבה — המעשה הוא העיקרסח.
וואָס דאָס איז געווען טענת המלאכיםסט „חמודה גנוזה כו' תנה הודך על השמים": וויבאַלד אַז תורה איז תכלית הרוחניות והעילוי, דאַרף דער אָרט פון תנה, זי דאַרף געגעבן ווערן „על השמים", וואָס איז העכער אפילו פון רוחניות שבעוה"ז (שכל האדם).
בשעת מ'איז אָבער מבטל דעם ענין פון עמלק — אַז פון מוח ווערט נמשך אין מעשה בפועל, ס'איז דאָ שלימות השם (אויך ו"ה) — קען מען דערנאָך מבטל זיין טענת המלאכים „תנה הודך על השמים", און עס ווערט געגעבן תורה דאָ למטה.
דאָס איז אויך מבאר גודל הענין פון זכירת עמלק, וואָס איז נאָך מער נוגע ווי די אַנדערע זכירות (כנ"ל סעיף א) — ווייל זכירת עמלק איז אַ הקדמה ותנאי צו כללות הענין פון נתינת התורה. נאָך איידער אַ איד נעמט תורה, מוז ביי אים זיין ביטול עמלק וואָס דערלאָזט ניט די המשכה פון מוחין אין מדות ומעשה.
און דורך קיום מצות זכירת עמלק בזמן הגלות וואָס איז מבטל עמלק שבנפש האדם, איז מען מזרז וממהר אַז מ'זאָל קענען מקיים זיין מצות מחיית עמלק כפשוטו, בעולם כולו ובגשמיות,
אַז עס וועט זיין דער ענין פון „מינוי מלך" — מלכא משיחא, וואָס ער וועט מברר זיין ווער איז עמלק, און (דערנאָךע) „ילחם מלחמת ה'"עא — כולל („מלחמה לה' בעמלק"עב) מלחמת עמלק — וינצחעג, און דערנאָךע וועט ער בויען דעם בית המקדש השלישיעד, במהרה בימינו ממש.
(משיחות ש"פ זכור תש"ל, תשל"ג)
הצעת תיקוןנשלח לבדיקהדיווח על בעיהבלי חשבוןהטמעה באתר אחר