לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ה
317שיחת יום ב', ו' אדר ראשון, ה'תשל"ח —
להשלוחים שיחיו הנוסעים לאוסטרליא
יעדער זאַך איז דאָך בהשגחה פרטיתא, איז אַזוי ווי איצט איז שוין לאחרי חצות היום, און איר פאָרט אַרויס ביינאַכט — ביום השלישי שהוכפל בו כי טובב, און אויך — בשבעה באדר,
וואָס דעמולטג האָט משה רבינו (געשריבןד און) געגעבן די י"ג ספרי תורה — יעדער שבט האָט באַקומען אַ ספר תורה, און איין ספר תורה — געגעבן און איז געבליבן בארוןה,
און אין יעדער ענין איז דאָך פאַראַן אַ הוראה לכל אחד ואחתו, ובפרט בנוגע צו אייער שליחות, וואָס עיקרה איז דאָך אויף מגביר זיין דאָרטן דעם ענין פון לימוד התורה, להגדיל ולהאדירז,
איז וויבאַלד אַז די התחלה בזה איז פאַרבונדן מיט שבעה באדר, וואָס שבעה באדר איז פאַרבונדן מיט „זכרוח תורת משה עבדי"ט — דער ענין פון „תורה", חכמה והשגה, צוזאַמען מיט „עבדי", דער ענין פון קבלת עול — איז דאָס אויך אַ נתינת כח מיוחדת אויף דער שליחות.
וויבאַלד אַז אַלע ענינים זיינען דאָך מיוסד אויף אהבת ישראל,
אָנהויבנדיק פון אהבת הקב"ה לישראל, וואָס דערפון קומט אַרויס אויך דער ענין פון אהבת ישראל ביי אידןי — וויבאַלד אַז „צדיקים דומין לבוראן"יא, און „ועמך כולם צדיקים"יב,
— וועט מען געבן יעדערן פון אייך דעם „קונטרס אהבת ישראל" וואָס מ'גיט צו משפיעים, וויבאַלד אַז אייער ענין איז סיי ללמוד מיט זיך, און אויך און סיי ללמד לאחריםיג.
לתוספת הצלחה אין דער שליחות — וועט מען אייך אויך געבן אַ שליחות בנוגע צו אָפּגעבן געלט אויף צדקה — בעיקר אין אוסטרליא, און וויבאַלד אַז איר שטעלט זיך אויך אָפּ אין ענגלאַנד (אין לאָנדאָן) און אין אה"ק — זאָלט איר דאָרטן אויך געבן אויף צדקה.
ויה"ר אַז ס'זאָל זיין כ"ז בהצלחה רבה ומופלגה,
און איר זאָלט פירן אַהינצו בשורות טובות, און מ'זאָל אויך הערן פון אייך בשורות טובות.
*
318[נתן לכאו"א מהשלוחים שיחיו קונטרס אהבת ישראל, שטר של עשר לירות, שטר של חמש פונט דאנגליא, ושטר של עשר דאלאר דאוסטרליא.
(אח"כ אמר:)] מסתמא וועט מען באַלד ברענגען דעם מאמר ד"ה ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם — זאָלט איר דאָס אויך מיטנעמען, און איר זאָלט אויספירן דאָרטן דעם „תשים לפניהם" — כשולחן ערוךיד.
[אח"כ אמר לההורים שיחיו: אַ יישר כח פאַר אויפהאָדעווען אַזוינע קינדער. ונתן לכאו"א מהם שטר של דאלאר לצדקה].
ס'זאָל זיין מועדים לשמחה — אַ פריילעכן אדר ראשון, און נאָכמער פריילעכער — אדר שני, און ס'זאָל זיין מסמך גאולה לגאולהטו — צו דער גאולה ע"י משיח צדקנו, בקרוב ממש.
מ'זאָל הערן פון אייך בשורות טובות.
**
[כ"ק אדמו"ר שליט"א ביקש לדבר עם השלוחים שיחיו בלבד, ואמר להם:]
אַזוי ווי איר פאָרט דאָך (דורך) איןטז א"י, און איר וועט דאָך זיין ביים כותל המערבי — וועט איר מסתמא זאָגן דאָרטן די תפלות לויט ווי ס'פירט זיך דאָרטן, און אויך געבן ביים כותל המערבי אויף צדקה.
[נתן לכאו"א מהשלוחים שיחיו שטר של עשר לירות].
מסתמא וועט איר גלייך אָנשרייבן די פרטים פון אייער זיין אין ענגלאַנד, און דערנאָך אין א"י (ניט וואַרטנדיק ביז איר וועט אָנקומען אין אוסטרליא) — אָדער אַז יעדערער זאָל אַליין שרייבן, און בעסער אַז מ'זאָל אויסקלייבן איינעם וואָס ער וועט שרייבן בשם כולם, און אַלע וועלן חתמ'נען.
ועד"ז זאָלט איר שרייבן אַ דו"ח פון אוסטרליא פעם בחודש — אָדער אַז אַלע זאָלן חתמ'נען, אָדער אַז איינער זאָל חתמ'נען בשם כולם,
אַבי אַז דער תוכן זאָל זיין אַ גוטער,
און ס'זאָל זיין אין אַן אופן פון „ופרצת".
פאָרט געזונטע־הייט, און מ'זאָל הערן פון אייך בשורות טובות.
***
[אח"כ נתן לכאו"א מהשלוחים שיחיו את המאמר ד"ה ואלה המשפטים דשנה זו, ואמר:] ס'זאָל זיין ביי אייך דער „אשר תשים לפניהם".
[אח"כ נתן לכאו"א מהשלוחים שיחיו שטר של דאלאר, לתת לצדקה כאן.
ואח"כ אמר:] ס'זאָל זיין „מרבים בשמחה"יז, און מ'זאָל הערן פון אייך בשורות טובות.