לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ח
339שיחה להתלמידים ולהתלמידות „צבאות השם" שיחיו
— בבית הכנסת, אחרי תפלת מנחה —
יום ד', פורים קטן ה'תשמ"א
א. [אמרו את הי"ב פסוקים ומאמרי חז"לא.
ב. דער צוזאַמענקלייבן זיך פון אונז אַלעמען איז באַשטימט געוואָרןב, און קומט פאַר, אין דעם טאָג פון פורים קטןג נאָך האַלבן טאָג, וואָס נאָך האַלבן טאָג (פון פורים קטן) איז דער אָנהויבס, און די צייט פון צוגרייטונגד צום מאָרגנדיקן טאָג (צו שושן פורים קטן).
דער טאָג פון פורים קטן שטרייכט אונטער דעם ענין פון צוזאַמענקלייבן זיך פון קטנים און קטנות, פון די וואָס זיינען פאַר בר און בת מצוה,
[וואָס זיי זיינען די סיבה פון דעם צוזאַמענקלייבן זיך איצטער. אויך די וואָס זיינען נאָך בר (בת) מצוה וואָס זיינען דאָ — זיינען זיי געקומען צוליב דעם כבוד פון די קטנים און די קטנות],
וואָרום דער נאָמען פון דעם טאָג איז — „פורים קטן", און וויבאַלד אַז מיט דעם נאָמען „פורים קטן" ווערט דער טאָג אָנגערופן לויט מנהג ישראל וואָס „תורה היא"ה, אונזער תורה, וואָס זי איז תורת אמת, ד. ה. אַז זי זאָגט ווי דער אמת איז — איז פאַרשטאַנדיק, אַז דאָס איז אויך דער אינהאַלט פון דעם טאָגו, דער ענין פון „(פורים) קטן".
און נוסף צו דעם וואָס דער טאָג איז — „פורים קטן", און אין דעם טאָג קלייבן זיך צוזאַמען קטנים און קטנות — איז אויך דאָ דער אַלגעמיינער ענין, אַז דער פאָלק צו וועמען די קטנים און קטנות געהערן — האָט אויך אַ שייכות צו דעם ענין פון „קטן", וואָרום דער פאָלק ווערט אָנגערופן „יעקב" — „אל תירא עבדי יעקב"ז (און — „ישראל"), וואָס אויף יעקב'ן שטייטח אַז „קטן הוא",
און — זיי גרייטן זיך צו מקבל זיין גאָר אינגיכן פני דוד מלך המשיח, וואָס מ'זאָגטט אַז „דוד הוא הקטן".
וואָס פון די אַלע אויבנדערמאָנטע ענינים איז פאַרשטאַנדיק, אַז באַ דעם צוזאַמענקלייבן זיך — איז ספּעציעל אונטערשטראָכן דער ענין פון קטן.
ג. די אָפּלערנונג פון דעם ענין פון „קטן" (וואָס מ'שטרייכט אונטער אין די340אַלע אויבנדערמאָנטע זאַכן) איז — אַז יעדערער פון אונז דאַרף זיך באַטראַכטן אַז ער באַקומט אַלץ וואָס ער דאַרף האָבן און האָט פון דעם אויבערשטן, וואָס דער אויבערשטער איז דער „מאור הגדול" וואָס מאַכט ליכטיק און גיט אַלץ וואָס מ'דאַרף האָבן צו שמים וארץ וכל צבאיהם, וואָס ער האָט זיי באַשאַפן, ווי איר האָט ערשט געזאָגטי „בראשיתיא ברא אלקים את השמים ואת הארץ",
און וויבאַלד אַז יעדערער באַטראַכט זיך אַז ער באַקומט אַלץ פון דעם אויבערשטן, דער „מאור הגדול" — איז ער ווי דער „מאור הקטן"יב, די לבנה, וואָס באַקומט איר ליכטיג פון דעם שמש, „מאוריב הגדול"יד.
ד. וויבאַלד אַז יעדערער פאַרשטייט אַז ער באַקומט אַלץ פון דעם „מאור הגדול" — איז זעלבסטפאַרשטענדליך אַז ער טוט אַלץ וואָס ער קען אַז ער זאָל זיין פון „צבאות השם", פון דער אַרמיי וואָס געהערט צו דעם „מאור הגדול".
וואָס בשעת ער געהערט צו דער אַרמיי פון דעם „מאור הגדול" — ווערט ער אָנגערופן (ניט סתם „קטן", נאָר) „מאור הקטן":
ער ווערט טאַקע אָנגערופן „קטן", וואָרום ווי גרויס ער זאָל זיין, און ווי גרויס ער וועט ווערן [און זיכער וועט ער גרויס־ווערן, וואָרום „זהטו הקטן גדול יהי'"] — איז דאָס אַלץ מיט דעם כח און מיט די ברכות וואָס דער „מאור הגדול" גיט אים;
אָבער צוזאַמען דערמיט איז ער „מאור הקטן", וואָרום זיין אַרבעט און זיין שליחות איז — אַז ער זאָל באַלייכטן שמים וארץ וכל צבאיהם,
אַז כאָטש ער איז גאָר אַ קטן ובפרט אין פאַרגלייך צו שמים וארץ וכל צבאיהם — איז ער אָבער אַ „מאור (הקטן)", ער קען זיי אַלעמען באַלייכטן; יעדער איד, סיי אינגעלעך און סיי מיידעלעך, און דורך זייטז — אויך די עלטערן זייערע און די קרובים זייערע און אַלע ערוואַקסענע — איז אין אַן אופן פון „מאור", זיי לייכטן און באַלייכטן די גאַנצע וועלט.
וואָס דאָס ווערט דורך דעם וואָס עריז פאַרבינדט זיך מיט „נר מצוה ותורה אור"יח, מיט דער ליכטיקייט פון דעם אויבערשטן'ס תורה, און מיט מקיים זיין דעם אויבערשטן'ס מצוות, וואָס דער אויבערשטער איז דער „מאור הגדול".
ה. די טעג פון פורים קטן און שושן פורים קטן במיוחד [וואָס ווי אויבנדערמאָנט, איז איצטער, נאָך האַלבן טאָג341פון פורים קטן — דער אָנהויבס, און די צייט פון צוגרייטונג צו שושן פורים קטן] ווייזן און לערנען וועגן דער שלימות („גאַנצקייט") אין דער ליכטיקייט, שליחות און אַרבעט פון „מאור הקטן":
פורים קטן און שושן פורים קטן זיינען [ווי — פורים גדול און שושן פורים גדול] — אין דעם פערצנטן און פופצנטן טאָג אין חודש, וואָס אין די טעג איז די לבנה, דער „מאור הקטן" כפשוטו, במילואה „באשלמותא"יט — דעמולט לייכט דער „מאור הקטן" אין דער פולסטער און אין דער גרעסטער מאָס.
ו. האמור לעיל לערנט יעדערן וואָס געהערט צו דעם פאָלק יעקב וואָס „קטן הוא", און יעדערן וואָס וועט אינגיכן מקבל פנים זיין דעם מלך המשיח, „דוד הוא הקטן" — אַז ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס בשעת מ'פאַרגלייכט אים אין כמות מיט דער גאַנצער וועלט איז ער גאָר אַ קטן —
איז (אדרבאכ) דורך דעם וואָס ער ווערט דער „מאור הקטן" וואָס איז מקבל פון דעם „מאור הגדול" — ווערט ער דער („להאיר") אָנפירער און ער ברענגט די גאולה צו דער גאַנצער וועלט.
ז. דער כח וואָס ער האָט אויף אָנפירן מיט דער גאַנצער וועלט ביז צו ברענגען די גאולה, איז, ווי געזאָגט (לעיל ס"ד) — דורך דעם וואָס ער ווערט דער „מאור הקטן" וואָס איז מקבל פון דעם „מאור הגדול", אַז ער גייט אַריין אין „צבאות השם":
דורך דעם וואָס ער גייט אַריין אין „צבאות השם", איז אַזוי ווי מ'גיט יעדערן וואָס געפינט זיך אין אַן אַרמיי אַלץ וואָס ער דאַרף (כדי ער זאָל קענען דורכפירן רוהיגערהייט תפקידו אין דעם צבא און מנצח זיין), וואָס דאָס קומט פון דעם „קאָמענדער־ין־טשי* — אַזוי אויך אין אונזער פאַל, באַקומט איר אַלץ וואָס איר דאַרפט (כדי איר זאָלט קענען רוהיגערהייט מנצח זיין אין מלחמת היצר), פון דעם „מאור הגדול", פון דעם „קאָמענדער־ין־טשיף", פון דעם אויבערשטן אַלייןכא.
און ווי גערעדט דעם פריערדיקן מאָלכב אַז דער אויבערשטער זאָגטכג „בכל המקום אשר אזכיר את שמי אבוא אליך וברכתיך":
דער אויבערשטער זאָגט צו יעדער יחיד („אבוא אליך וברכתיך" — לשון יחידכד), אַז אומעטום וואו עס געפינט זיך איינער פון „צבאות השם", איינער פון אידישן פאָלק [וואָס זיי זיינען אַלע „צבאות השם"כה], און דערמאָנט דעם אויבערשטן'ס נאָמען אין תפלה, אין דאַוונען, אָדער אין תורה, אין לערנען, אָדער דורך מקיים זיין דעם אויבערשטן'ס אַ מצוהכו, ווי נתינת צדקהכז —
342קומט דער אויבערשטער בעצמו צו אים און בענטשט אים, אַז ער זאָל מצליח זיין אין אַלע זיינע ענינים, אָנהויבנדיק פון מלחמת היצר,
און אַז ער זאָל ברענגען, צוברענגען און אַריינברענגען, אין „צבאות השם" און מלחמת ונצחון היצר — יעדער קינד און אַלע קינדער צו וועמען מ'קען דערגרייכן, אינגעלעך צו אינגעלעך און מיידעלעך צו מיידעלעך.
וואָס דורך דעם ווערט די צוגרייטונג, נאָענטסטע צוגרייטונג, אַז גאָר אינגיכן וועלן די „צבאות השם", יעדער איד און אַלע אידן, און איר, קטנים און קטנות, אַלס מיטגלידער פון „צבאות השם", בראשם, פון פאָרנט — גיין צו דעם „המקוםכח אשר אזכיר את שמי", צו דעם אמת'ן אָרט, צו דעם עיקר אָרט, וואו דער אויבערשטער דערמאָנט זיין נאָמען, דעם שם המפורש, בגלוי —
אין בית המקדש, וואָס וועט אינגיכן געבויט ווערן אין ירושלים עיר הקודש, די הויפּט־שטאָט פון ארץ הקודש, „ארץ אשר גו' תמיד עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה"כט,
במהרה בימינו ממש, „נאַו".
ח. דער צוזאַמענקלייבן זיך פון אידישע קינדער בפורים קטן — איז אויך פאַרבונדן מיט דעם פורים ווען מ'לייענט די מגילה („פורים גדול"ל), ווי אויך אָנגעוויזן דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו, וואָס דער מאמר וואָס ער האָט געזאָגט בפורים קטן הידועלא האָט ער אָנגעהויבן מיטן פסוק פון מגילהלב „וקבללג היהודים את אשר החלו לעשות", וואָס דאָס מיינטלד, אַז די אידן פורים־צייט האָבן אויף זיך אָנגענומען מיט אַ פאַרשטאַרקונג און מיט אַן אַנטשלאָסנהייט די תורה מיט אַלע זאַכן וואָס זיינען פאַרבונדן מיט תורה,
וואָס דאָרטן אין מאמרלה ערקלערט ער, אַז דער פסוק וענין איז פאַרבונדן דערמיט וואָס „מפי עוללים ויונקים יסדת עוז גו' להשבית אויב ומתנקם"לו, מיט אידישע קינדער.
ט. דער ענין פון „מפי עוללים ויונקים יסדת עוז גו' להשבית אויב ומתנקם" — איז:
בשעת אַ איד נעמט־אן אויף זיך תורה, און וויל מקיים זיין, און איז מקיים אירע מצוות — האָט ער קעגן זיך דעם „אויב ומתנקם", דעם יצר וואָס ער גייט צו אים צו אויף די צוויי וועגן — „אויב" און „מתנקםלז":
אַלס אַן „אויב" — אַלס אַן אַפענער פיינט, וואָס זאָגט אים קלאָר אַז ער וויל אים ח"ו ברענגען צו ניט מקיים זיין תורה ומצוות,
343און אַלס אַ „מתנקם" — ער פאַרשטעלט זיך און זאָגט אים אַז ער זאָל נאָכגעבן נאָר אַ ביסעלעלח, און דורך דעם, אָדער דורך דעם וואָס פריער וועט ער טאָן אַן עבירה ח"ו וועט ער דערנאָך קענען לערנען מער תורה, אָדער ענליכע טענות.
דאַרף זיין דער „להשבית אויב ומתנקם", עס ווערט אינגאַנצן בטל דער יצר, ער קען גאָרניט אויפטאָן מיט אַ אידן, ובפרט מיט „עוללים ויונקים", מיט אידישע קינדער.
ווי אַזוי טוט מען דאָס אויף — דורך דעם וואָס די „עוללים ויונקים", די אידישע קינדער, פירן זיך אויף אין אַן אופן פון „יסדת עוז", זיי שטעלן אַוועק אַלס אַ יסוד, אַלס אַ גרונט, אויף וועלכן זיי בויען די א־טעגליכע אויפפירונג און דעם גאַנצן לעבן און די גאַנצע הויז זייערע („יסדת") — אויף דעם „עוז", די שטאַרקייט פון תורהלט, מ'גייט מיט אַ שטאַרקייט אין לערנען תורה און אין מקיים זיין אירע מצוות,
וואָס דאָס איז מבטל דעם „אויב ומתנקם"; דאָס ברענגט דעם נצחון אין מלחמת היצרמ.
י. כ"ק מו"ח אדמו"ר פרעגט דאָרטן אין מאמרלה: אַ מלחמה איז דאָך פאַרבונדן מיט גשמיות'דיקע וואָפן, און מיט גשמיות'דיקן כח, איז ווי זאָגט מען אַז „עוללים ויונקים" טוען־אויף דעם „להשבית אויב ומתנקם" — באַ „עוללים ויונקים" איז דער גשמיות'דיקער כח גאָר ניט אין דער פולסטער מאָס?!
און פאַרענטפערט, אַז דאָס איז וואָס דער פסוק41) זאָגט „לא בחיל ולא בכח כי אם ברוחי אמר ה' צבאות": דער אויבערשטער, וואָס ער איז „ה' צבאות", ער איז דער וואָס פירט אָן מיט אַלע אַרמייען, ובפרט און אָנהויבנדיק פון „צבאות השם", זאָגט — אַז „לא בחיל ולא בכח כי אם ברוחי",
תינוקות שהם עכ"פ בני חמש שנים (שלימות*, משא"כ „עוללים ויונקים" הם בגיל קטן יותר: ד"יונק" ע"פ הלכה הוא עד בן כ"ד חודש (רמב"ם הל' אישות פכ"א הי"ג. טושו"ע אה"ע ר"ס פב. וראה פרש"י עה"פ וירא כא, ח), ו"עולל" (לדיעה אחת) הוא עוד יותר קטן מזה (ראה מדרש תהלים עה"פ. מכילתא בשלח טו, א. רד"ק מצו"ד ומצו"צ תהלים שם. פרש"י סוטה ל, סע"ב). אבל עפ"ז קשה — שהרי מתחיל לדבר רק בן שנתיים (רד"ק עה"פ וירא שם. סה"מ תקס"ח ע' תפח).
אבל ראה דרז"ל עה"פ מפי עוללים גו' (סוטה שם. מכילתא שם. וראה מד' תהלים שם) שגם עוללים ויונקים „אמרו זה א־לי ואנוהו"
41) זכרי' ד, ו.
344אַז דורך דעם וואָס מ'וועט גיין „ברוחי", וואָס דאָס איז דורך לערנען תורה און מקיים זיין מצוות — וועט מען ניט דאַרפן אָנקומען ניט צו „כח" און ניט צו „חיל" אויף צו האָבן דעם נצחון.
און דאָס איז וואָס עס שטייט „מפי עוללים ויונקים יסדת עוז גו' להשבית אויב ומתנקם": מ'דאַרף ניט אָנקומען צו „כח" און „חיל" אין דעם נצחון המלחמה מיטן יצר — וואָרום די אידישע קינדער ברענגען דעם נצחון המלחמה דורך „יסדת עוז", דורך האַלטן זיך שטאַרק אין תורה ומצוות, אין אַן אופן פון „עוז".
יא. און דער „מפי עוללים ויונקים יסדת עוז" פאַרשפּאָרט אַז מ'דאַרף ניט אָנקומען צו נוצן „חיל" און „כח", די גשמיות'דיקע וואָפן; מ'איז יוצא דערמיט וואָס עס זיינען דאָ די וואָס האָבן (האַלטן) דעם וואָפן בידם, און דאָס אַליין וואַרפט אַן „אימתה ופחד"מב אויף די אַלע פעלקער וואָס זיינען אַרום אידן בכלל, און אַרום ארץ הקודש בפרטמג,
און „להשבית" — זיי האָבן גאָר קיין געדאַנק ניט עפּעס־וואָס אָנרירן דאָס וואָס איז פאַרבונדן מיט אידן אָדער מיט ארץ הקודש;
וואָרום אידישע קינדער האָבן באַוואָרענט אַז דער יצר קען גאָרניט אָנרירן אידישקייט, תורה ומצוותי'.
יב. און ווי אויבנגעזאָגט „ברוחי אמר ה' צבאות", אַז דאָס איז „ברוח" פון „ה' צבאות", ובמילא — פון „צבאות השם", אַז די „צבאות השם" ברענגען דעם אמת'ן שלום, דורך דעם וואָס באַ זיי איז די אויפפירונג אין אַן אופן פון „יסדת עוז", אַ שטאַרקייט אין לערנען תורה און אין מקיים זיין מצוות,
אַז כאָטש אפילו זיי זיינען „המעט מכל העמים"מד זיי זיינען קליין אין צאָל, בכמות „קטנים" לגבי אַנדערע פעלקער —
איז אָבער דורך דעם וואָס זיי האַלטן זיך „עוז" — שטאַרק אין תורה — ווערן זיי דוקא די אָנפירער פון אַלע פעלקער און די אָנפירער פון דער גאַנצער וועלט, און זיי ברענגען דעם אמת'ן שלום אין דער וועלט.
יג. דאָס אַלץ איז די אַלגעמיינע אויפפירונג פון יעדערן פון „צבאות השם": איר, די אַלע וואָס הערן איצטער, און די וואָס מ'וועט זיי שפּעטער איבערגעבן;
ס'איז אָבער אויך דאָ, ווי גערעדט פאָריקן מאָלמה — דער „אָרדער אָוו דהי דעי", די זאַך וואָס איז ספּעציעל פאַרבונדן מיט דעם באַשטימטן טאָג און מיט דער באַשטימטער תקופה אין וועלכער מ'געפינט זיך,
אַזוי איז דאָס אויך בנוגע צו פורים קטן — ער האָט אַ ספּעציעלע שליחות, אַ ספּעציעלע „מישאן" וואָס ווערט דעמולט אַרויפגעלייגט אויף „צבאות השם".
די ספּעציעלע שליחות און ספּעציעלע „מישאן" — זיינען אויך אויסגעדריקט אין דעם נאָמען פון דעם טאָג „פורים קטן", וואָס ער הייסט אַזוי, דער־345פאַר וואָס ער איז „קטן" לגבי „פורים גדול", (אויך) אַ צוגרייטונג צו „פורים גדול":
פורים גדול איז פאַרבונדן מיט מערערע און פאַרשידענע מצוות — מצוות וואָס זיינען פאַרבונדן מיט תורה, ווי לייענען די מגילה; מצוות וואָס זיינען פאַרבונדן מיט תפלה, ווי (צוגעבן אין תפלה (און אַזוי אויך אין ברכת המזון)) „ועל הנסים"; מצוות וואָס זיינען פאַרבונדן מיט צדקה, „מתנות לאביונים", און נאָך און נאָך מצוות,
וואָס מ'דאַרף זיך צוגרייטן אַז דאָס זאָל דורכגעפירט ווערן אין דער פולסטער מאָס, דורך יעדערן פון אונז און פון אייך, און דורך יעדער אידן וואו ער זאָל זיך נאָר געפינען, „מקטנם ועד גדולם"מו, אָנהויבנדיק פון די גאָר קליינע ביז די גאָר גרויסע —
איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער „אָרדער אָוו דהי דעי" פון פורים קטן און שושן פורים קטן, „שלשים יום" פאַר פורים גדולמז איז — צוגרייטן זיך און אָנהויבן דורכפירן די „מישאן" פון וויסן אַלע הלכות וואָס זיינען פאַרבונדן מיט די מצוות פון פורים, און — אָנהייבן באַאיינפלוסן אַלע אידן צו וועלכע מ'קען דערגרייכן, אַז אויך זיי זאָלן לערנען די הלכות און גרייטן זיך, און דערנאָך דורכפירן דעם ענין בפועל, „המעשה הוא העיקר"מח,
און דאָס הויבט זיך אָן פון און דורך די צוגרייטונגען אין פורים קטן און שושן פורים קטן.
יד. און דאָס וואָס מ'הויבט אָן די צוגרייטונגען צו פורים גדול אין פורים קטן און שושן פורים קטן — איז אויך אַ פאַרזיכערונגמט, אַז שוין פון פורים קטן הויבט זיך אָן דער „ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר"נ,
אַז באַ יעדער אידן און ביי אַלע אידן — דורך טאָן די פעולות פון „צבאות השם" — ווערט „אורה", עס ווערט ליכטיק, און עס ווערט „שמחה", אמת'ע שמחה, ווי איר האָט ערשט געזאָגט אין די י"ב פסוקים ומאמרי חז"לנא, און עס ווערט „ששון", נאָך אַ צוגאָב שמחה, און עס ווערט „יקר", אַ טייערקייט וכבוד, דורך מקיים זיין מצוות, און אויך לויט אַלע פירושים וואָס זיינען דאָ אין דעם פסוקנב.
און עס גייט אַזוי אַלץ מערער און מערער, פון פורים קטן און פון שושן פורים קטן אָן, ביז מ'דערגרייכט די שמחה גדולה פון פורים גדול און פון שושן פורים גדול,
און דערנאָך — די שמחה גדולה פון „מסמך גאולה לגאולה"נג, די שמחה פון דער גאולה פון פסח, וואָס קומט אין דעם פופצנטן טאָג אין ניסן,
וואָס אַזוי ווי פורים קטן און שושן פורים קטן זיינען אין דעם פערצנטן און פופצנטן טאָג פון אדר ראשון, און פורים גדול און שושן פורים גדול זיינען אין346דעם פערצנטן און פופצנטן טאָג פון אדר שני — אַזוי איז מען מקריב דעם פסח דעם פערצנטן טאָג פון ניסן, און מ'פּראַוועט דעם סדר, און קינדער (פאַר בר־מצוה), „צבאות השם", פרעגן די קשיותנד — אין דעם פופצנטן טאָג אין ניסן,
טו. מ'האָט גערעדטנה, אַז מ'לערנט אָפּ פון ענינים פון תורה וואָס זיינען פאַרבונדן מיט דעם טאָג — איינע פון די ענינים פון תורה וואָס זיינען פאַרבונדן מיטן טאָג, איז — דער שיעור אין תהלים ווי ער איז פאַנאַנדערגעטיילט אויף די טעג פון חודש,
וואָס בנוגע צו אונז זיינען דאָס די שיעורים אין תהלים פון דעם פערצנטן און פופצנטן טאָג אין חודש [וואָס דאָס איז דער שיעור פון דעם פערצנטן און פופצנטן טאָג פון אדר ראשון (פורים קטן און שושן פורים קטן), פון אדר שני (פורים גדול און שושן פורים גדול), און פון ניסן (יום הקרבת הפסח, און דער טאָג ווען מ'פּראַוועט דעם סדר א. ז. וו.)].
דער אָנהויב פון די שיעורי תהלים (— פון פערצנטן טאָג אין חודשנו) איז — אַז דער אויבערשטער בענטשט און גיט משיח'ןנז
— וואָס ער איז אַ „מלך" און אַ „בן מלך" („למלך . . בן מלך"נח), „מלך" המשיח, און „בן מלך" „דוד אביו"נט — ער שטאַמט פון דוד המלך'ן —
אַז „וירד מים עד ים ומנהר עד אפסי ארץ", ער ווערט דער אָנפירער פון דער גאַנצער וועלט, און אין אַן אופן פון שלום, ווי ער זאָגט דאָרטן אין מערערע פסוקים אין דעם קאַפּיטל.
און דער סיום (דער אָפּשלוסס) פון די שיעורים (— פון דעם פופצנטן טאָגסא) איז „ויבחר בדוד עבדו" און „ויבן כמו רמים מקדשו כארץ יסדה לעולם", אַז דער אויבערשטער קלייבט־אויס פון דאָס־ניי „בדוד עבדו" אַלס מלך המשיח, „ויבן כמו רמים מקדשו", און ער בויטאויף אין דעם העכסטן אופן דעם בית המקדש, „כארץ יסדה לעולם", און צוזאַמען מיט גאַנץ ארץ ישראל.
טז. און שוין איצטער, איידער משיח'ס קומען אָבער בעקבתא דמשיחא, איז ארץ ישראל גאַנץ, „שלימות הארץ", צוזאַמען מיט די אַנדערע צוויי גאַנצקייטן, „שלימות התורה" און „שלימות העם":
347ארץ ישראל געהערט אויך איצטער, לגבולותי', צו אידן, און מ'טאָר ח"ו ניט אָנרירן אפילו עפּעס־וואָס אַ חלק פון ארץ ישראל,
וואָרום יעדערער פון אייך און יעדערער פון אונז און יעדער איד פון אַלע דורות — איז אַ בעה"ב אויף יעדער „אינטש", אויף יעדער חלק, פון א"י, וואָס דער אויבערשטער האָט דאָס אים אָפּגעגעבן לנחלת עולם, אויף אַן אייביקע ירושהסב,
און אַזוי אויך „שלימות התורה", וואָרום דער אויבערשטער האָט אים אָפּגעגעבן די גאַנצע תורה, (ווי איר האָט ערשט געזאָגט אין די י"ב פסוקים ומאמרי חז"לסג אַז) „תורה צוה לנו משה מורשה קהלת יעקב", אַז יעדערער פון אייך און יעדערער פון אונז און פון אַלע אידן אין אַלע דורות האָט גע'ירש'נטסד די גאַנצע תורה, וואָס צוה לנו משה, „שלימות התורה".
און אַזוי אויך „שלימות העם", וואָרום יעדער איד האָט גע'ירש'נט די תורה אין אַן אופן אַז ער האָט דעם „כלל גדול בתורה"סה, דעם „ואהבת לרעך כמוך"סו, אַז ער ציט אַריין אין דעם אויבערשטן'ס יורשים פון דער תורה און פון ארץ ישראל און אין דעם אויבערשטן'ס אַרמיי — יעדער אידן און אַלע אידן;
אינגעלעך „דרעפטן" (ציען אַריין) אין „צבאות השם" אַלע אינגעלעך צו וועלכע זיי קענען דערגרייכן, און מיידעלעך ציען אַריין אין „צבאות השם" אַלע מיידעלעך צו וועלכע זיי קענען דערגרייכן — דורך רעדן מיט זיי אין דעם און דורך דעם וואָס יעדערער פון זיי לערנט נאָכמער תורה און איז מקיים נאָכמער מצוות,
און די קינדער ווירקן אויף — „לב אבות על בנים — על ידי בנים", זיי ווירקן איין אויף די הערצער פון זייערע עלטערן, די פאָטערס און מוטערס — אַז זיי זאָלן נאָכמער צוגעבן אין אידישקייט, אין לערנען תורה און אין מקיים זיין מצוות,
וואָס דאָס ברענגט"שלימות העם", אַז דער אידישער פאָלק איז גאַנץ, וואָרום יעדער איד פירט זיך אין אַ אידישן וועג אין טא־טעגליכן לעבן.
יז. און די אַלע דריי גאַנצקייטן צוזאַמען — די גאַנצקייט אין לערנען תורה און מקיים זיין מצוות („שלימות התורה"), די גאַנצקייט אין אַריינציען יעדער אידן אין אידישקייט („שלימות העם"), און די גאַנצקייט אין אָפּהיטן יעדער טייל פון ארץ הקודש, אַז זי זאָל זיין באַ אידן און זאָל זיך פירן אויף אַ אידישן אופן, זי זאָל זיין דורכגענומען מיט אידישקייט („שלימות הארץ") —
היילן נאָכמער צו די ערפילונג פון דער הבטחה פון „ויבחר בדוד עבדו", „ויבן כמו רמים מקדשו כארץ יסדה לעולם", „וירד מים עד ים ומנהר עד אפסי ארץ", גאָר אינגיכן.
יח. עפ"ז וועט מען איצט אָנהויבן, און צוגעבן, אין די צוגרייטונגען דערצו — דורך דעם וואָס מ'וועט איצט נאָכ־348אַמאָל זאָגן פסוקים פון תורה, די גאולת מצרים און די גאולה נאָכן חורבן פסוקים67) „אל תירא", „עוצו עצה", „ועד פון בית ראשון — קומט איצטער די
אמת־שלימות'דיקע גאולה70), די דריטע
וואָס די פסוקים האָבן מיר (און אַזוי גאולה, נאָכן חורבן בית שני,
אויך די אַלע וואָס הערן זיך צו — אין
זייער צייט) געזאָגט אין תפלת המנחה68), ממש, מקבל זיין פני משיח צדקנו, „בנעוואָס מיר האָבן ערשט געדאַוונט מנחה רינו ובזקנינו"71),
„בנינו"71) און „בנותינו"71), מ'האָט יעדער
און — דורך דעם וואָס מ'וועט פאַר־ אידישן קינד, סיי אינגעלעך, „בנינו", און ענדיקן מיט געבן צדקה, „מתנות
וואָס דורך תורה, עבודה און גמילות
חסדים, און דורך טאָן אין די אַלע דריי
זאַכן אַלץ מערער און מערער — וועט
שנעלער קומען דער ביהמ"ק השלישי,
אין דער גאולה השלישית69), וואָס נאָך
להמדריכים והמדריכות שיחיו מטבעות
של עשר סענט, לחלק לכל אחד ואחת
מהילדים והילדות שיחיו שתי מטבעות:
אחת — לתת לצדקה, והב' — לעשות בתכלת המנחה שהר אליהר הנבא לא וענה אלא
בתפלת המנחה. וראה בארוכה ד"ה לעולם יהא אדם
זהיר בתפלת מנחה כו', עזר"ת (סה"מ עזר"ת ע' פב
ואילך), תרצ"א (סה"מ קונטרסים ח"א רג, ב ואילך).