English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - שיחות ו

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

319שיחה לתלמידי כתות הראשונות דהישיבות שיחיו,

— בבית הכנסת, אחרי תפלת מנחה —

יום א', י"ב אדר ה'תשל"*

א. ווען אידן קלייבן זיך צוזאַמען, און בפרט ווען אידישע קינדערא קלייבן זיך צוזאַמען — איז דאָך באַוואוסט דער וואָרט פון דעם אַלטן רבי'ן (איבערגעגעבן פון כ"ק מו"ח אדמו"רב) אַז דאָס איז פון די גרעסטע פאַרגעניגנ'ס און נחת רוח פאַר דעם אויבערשטן,

וואָרום דער אויבערשטער זעט, אַז ניט קוקענדיק אויף דערויף וואָס צווישן זיינע קינדער זיינען דאָ פאַרשיידנהייטן (חילוקי דעות און חילוקים בכלל)ג — פונדעסטוועגן קלייבן זיי זיך אַלע צוזאַמען (ביז אויך גאָר קליינע קינדערד), און טוען אַלע צוזאַמען זאַכן, און בפרט — גוטע זאַכן, מיט דער זעלבער שמחה, און מיט דער זעלבער חיות און חסידישן חיות.

און וויבאַלד אַז מ'פאַרשאַפט דעם אויבערשטן אַ גרויסן פאַרגעניגן, איז פאַרשטאַנדיק, אַז ער בלייבט ניט שולדיק, ח"ו, דערפאַרה, און ער איז ממשיך און איז ממלא (ער ערפילט) די בקשות פון די פאַרזאַמלטע — ובפרט די בקשות פון די קינדערו, אין די אַלע גוטע זאַכן וואָס זיי בעטן אים —

אָנהויבנדיק פון דעם עיקר — אַז די קינדער זאָלן מצליח זיין אין זייער לערנען דעם אויבערשטנ'ס תורה, און אין מקיים זיין דעם אויבערשטנ'ס מצוות,

און טאָן דאָס געזונטערהייט און פריילעכערהייטז.

וואָס דאָס שטאַרקט אויך זייער געזונט, און זיי זיינען מצליח אויך אין די זאַכן וואָס בערך פון תורה ומצוות (אָדער באמת —) זיינען זיי וואָכעדיקע זאַכן — אין די צייטן צווישן דעם לערנען און מקיים זיין מצוות, ווען זיי דאַרפן עסן, זיך אָפּרוען, א.ז.וו. אויך די פרייע צייט אויף שפּילן זיך אין אַ כשר'ן און גוטן אופן — איז אויך אין דער צייט זיינען זיי מצליח.

וואָס דאָס שטאַרקט די קינדער, אַז זיי זאָלן צוגעבן נאָכמער חשק און התמדה אין זייער לערנען און מקיים זיין מצוות,

וואָרום זיי זעען אַז דאָס ברענגט הצלחה צו זיי, און דורך זיי — אויך צו זייערע לערער און מדריכים, און צו זייערע עלטערן.

320ב. בשעת די קינדער גייען זיך פאַנאַנדער נאָכן צוזאַמענקלייבן זיך, קען דאָך דעמאָלט אַרויסקומען אַז די חילוקי דעות ביניהם זאָל בריינגען אַ פאַנאַנדערטיילונג צווישן זיי —

אָבער ווען די קינדער קלייבן זיך צוזאַמען (ניט סתם אַזוי, נאָר) אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט אַן ענין פון תורה און פון אידישקייט [וואָס תורה איז דאָך אַן אייביקע זאַךח, וואָס איז געגעבן געוואָרן פון דעם אויבערשטן],

פּועל'ט דאָס, אַז די פעולה און ווירקונג פון תורה זאָל פאָרגעזעצט ווערן אויך דערנאָךט, אפילו בשעת'ן עסן, טרינקען און שפּילן זיך (ווי געזאָגט פריער);

און וויבאַלד אַז די תורה איז אַן איין און איינציקע [וואָרום דאָס איז תורתו של הקב"ה — דאָס איז געגעבן געוואָרן פון דעם אויבערשטן, וואָס ער איז אַן איין און איינציקער] —

וואָס דערפאַר איז געגעבן געוואָרן צו יעדער אידישן קינד, די זעלבע תורה וואָס איז געגעבן געוואָרן צו יעדער אידישן ערוואַקסענעם (ניט קוקנדיק אויף די אַלע חילוקים וואָס זיינען דאָ צווישן זיי) —

איז דעריבער, אַז מ'פאַרבינדט דעם צוזאַמענקלייבן זיך מיט תורה, העלפט די תורהי (וואָס זי איז אַן אייביקע אייניקייט) אַוועקצושטעלן די פאַרזאַמלטע (ובפרט די קינדעריא), אַז אויך נאָכן כינוס, זאָל באַ זיי זיין אַ נאָענטקייט און אַן איינציקייט און אַן אמת'ער שלום מיט אַלע זייערע חבריםיב, און באַ מיידעלעך — מיט זייערע חבר'טעס.

ובפרט אַז דער אָרט וואו מ'האָט זיך איצטער צוזאַמענגעקליבן איז אַ בית הכנסתיג, אַן אָרט וואָס איז באַשטימט צו דאַוונען צו דעם אויבערשטן, און אַ בית המדרשיג, אַן אָרט אויף צו לערנען שיעורים אין תורה,

איז דערפאַר פּועל'ט נאָכמער די פאַרבונדנקייט בשעת דעם צוזאַמענקלייבן זיך, אַז דאָס זאָל בלייבן דערנאָך אַ שטענדיקע פאַרבונדנקייט און קירוב הלבבות (אַ נאָענטקייט) צווישן יעדערן פון אייך מיט אַלע איבעריקע.

און דאָס טוט אויף, אַז אויב איינער דאַרף אַמאָל אָנקומען צו אַ צווייטן ער זאָל אים אַרויסהעלפן — ער זאָל אים פאַרענטפערן אַ זאַך אין לערנען; מיטהעלפן מקיים זיין אַ מצוה, אָדער מיטהעלפן אים מיט אַ גוטע עצה אין אַנדערע ענינים וואָס ער נויטיגט זיך,

טוט דאָס דער חבר (אָדער די חבר'טע) בטוב לבב — מיטן גאַנצן האַרצן, און מיט אַ גוטער האַרץיד.

און אַז דער אויבערשטער זעט דעם שלום און נאָענטקייט, און אַז דאָס האַלט אָן אויך נאָכן כינוס (דעם גאַנצן טאָג, די גאַנצע נאַכט און אַ גאַנצן יאָר) —

321ברענגט דער שלוםטו אַ צוגאָב נאָכמער אין דעם אויבערשטנ'ס ברכותטז.

ג. דאָס אויבנגערעדטע (אַז דער אויבערשטער האָט פאַרגעניגן ווען זיינע קינדער קלייבן זיך צוזאַמען, און ער גיט זיי זיינע ברכות וכו'), איז נאָכמער מודגש בשעת דער כינוס קומט פאַר אין אַ צייט וואָס איז פאַרבונדן מיט אַ אידישן יו"ט — וואָס דער איצטיקער צוזאַמענקלייבן זיך איז פאַרבונדן מיט ימי הפורים:

יו"ט בכלל איז דאָך אַ פריילעכער טאָג און אַ מזל'דיקער טאָג פאַר יעדער אידן און פאַר אַלע אידן, און בפרט דער יו"ט פון פורים, וואָס דעמאָלט איז די שמחה גאָר אַ גרויסעיז (נאָך גרעסער ווי די שמחה פון יו"טיח).

וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז בשעת דער אויבערשטער קוקט זיך צו צו דער אויפפירונג פון די קינדער בסמיכות לימי הפורים, און דורך זיי — צו דער אויפפירונג פון זייערע עלטערן, מדריכים און לערער,

אַז די צוגרייטונגען צו פורים, און אין פורים אַליין, און דערנאָך דער גאַנצער יאָר וואָס קומט נאָכדעם — איז דורכגענומען מיט דעם קירוב הלבבותיט, פון נאָענטקייט איינער מיטן צווייטן, מיט דעם ענין פון אהבת ישראל און שמחת ישראל — אַז איינער פרייט זיך דערמיט וואָס אַ צווייטער איז מצליח —

איז דעמאָלט בריינגט דאָס אַרויס אַ גאָר גרויסע שמחה אויך באַ דעם אויבערשטן.

און ווען מ'גיט צו באַ דעם אויבערשטן נאָכמער שמחה, גיט דער אויבערשטער אויך צו נאָכמער ברכות צו די קינדער, אין די אַלע ענינים (ווי אויסגערעכנט פריער (ס"א)), און ברכות אויך צו זייערע עלטערן און צו זייערע מדריכים און לערער.

*

ד. אין צוגאָב צו דעם אַלעם איז אויך דאָ ספּעציעלע פרטים וואָס זיינען אויך פאַרבונדן מיט פורים:

בשעת קינדער קלייבן זיך צוזאַמען, דערציילט מען זיי און מ'דערמאָנט זיי, אַז פורים איז געוואָרן אַ יו"ט ביי אידן דורך דעםכ וואָס אידישע קינדער אין יענער צייט, האָבן זיך צוזאַמענגעקליבן מיט זייערע מלמדים און מיט זייערע אָנפירער, וואָס בראשם (דער הויפּט פון זיי) איז געווען מרדכי היהודי, מיט דעם צוועק — צו פאַרבינדן זיך מיט תורה און מיט אידישקייט,

און אַלע צוזאַמענגעקליבענע קינדער האָבן דעמאָלט מתפלל געווען און געבעטן באַ דעם אויבערשטן, אַז ער זאָל מבטל זיין די גזירה —

322און דורך דעם איז געוואָרן „ונהפוך הוא"כא — ס'האָט זיך אַלץ איבערגעקערט אין דער וועלט אַרום זיי, אַז אַלע ענינים וואָס זיינען געווען ניט גוט ח"ו פאַר די אידן דעמאָלט, זיינען בטל געוואָרן;

און נאָכמער — ס'איז געוואָרן „ונהפוך הוא" — עס איז געוואָרן פאַרקערט, ס'איז נאָך צוגעקומען אַ שמחה, „ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר"כב.

און מ'דערציילט די קינדער אַז „כן תהי' לנו", אַז אין אַ גוטן מצב אָן ח"ו גזירות כלל וכלל — דורך טאָן די זעלבע זאַכן וואָס די קינדער האָבן דעמאָלט געטאָן — צוזאַמענקלייבן זיך צוליב ענינים פון אידישקייט, און שטיין אין אַן אופן פון „כנוס את כל היהודים"כג — אין אַן אופן פון קירוב הלבבותכד, יעדערער נאָענט צו די אַלע אַנדערע —

איז דורך דעם ווערט באַ יעדערן פון אונז און ביי אונז אַלעמען צוזאַמען „אורה ושמחה וששון ויקר",

און ווי דאַמאָלס אַז עס קומט צו נאָך אַ יו"ט ביי אידן — דער יו"ט פורים, איז יעדער יאָר („בכל דור ודור"כה) פּראַוועט מען דעם יו"ט פורים.

און דאָס איז אַזאַ יו"ט וואָס מ'פרייט זיך „מנער ועד זקן טף ונשים"כו — קליינע און גאָר קליינע, גרויסע און גאָר עלטערע, פרייען זיך אַלע צוזאַמען אין די פאַרשידענע שמחות אין די טעג פון פורים.

און דערנאָך נעמט מען מיט די שמחה פון פורים אויך אויף אַ גאַנץ יאָר.

ה. ובמיוחד (ספּעציעל) אונטערשטרייכט מען דאָס אַז מ'פירט זיך ווי זיי האָבן זיך דעמאָלט געפירט — דורך מקיים זיין די מצוות פון פוריםכז:

אָנהויבנדיק פון זאָגן „על הנסים" אין תפלה און אין ברכת המזון (אין דעם בענטשן) —

אַז מ'דאַנקט דעם אויבערשטן פאַר די נסים וואָס ער האָט דעמאָלט געטאָן, און מ'דערמאָנט אויך אַז ער האָט דאָס געטאָן „בזמן הזה", אין דער זעלבער צייט פון יאָר, וואָס דאָס דערמאָנט אַז (אויב מ'וועט דערצו דאַרפן אָנקומען) וועט אַזוי זיין ביי אונזכח.

דערנאָך די מצוה פון „מקרא מגילה" — אין וועלכער מ'לייענט די אַלע פרטים פון דעם נס, און ווי אַזוי די אַלע גזירות האָבן זיך איבערגעקערט („ונהפוך") און ס'איז געוואָרן „ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר".

דערנאָךכט מקיים זיין די מצוה פון „משתה ושמחה"ל — עסן „משפחה ומשפחה"לא די סעודת פורים,

323און נאָך פאַר דעם — מקיים זיין די מצוה פון „משלוח מנות איש לרעהו"לב — שיקן אַ „פורים־גיפט" (מנהלג), יעדערער צו זיין חבר,

און „מתנות לאביונים" — געבן מתנות, אַמווייניקסטנ'ס צו צוויי אָרעמעלייטלד, וואָס נויטיקן זיך אין דעם.

און וויבאַלד אַז די אַלע זאַכן האָבן זיך אָנגעהויבן דעמאָלט, און „קיימו וקבלו היהודים עליהם ועל זרעם"לה — די אידן האָבן דאָס אָנגענומען אויף זיך און אויף זייערע קינדער, אין יעדער דור און אין יעדער אָרט,

איז דערפאַר זיכער אַז אויך יעדערער פון אייך, וועט מקיים זיין די אַלע מצוות (בנוגע צו זיך אַליין),

און ובפרט מצד קירוב הלבבות — וועט איר אויך זען אַז אַלע אייערע חברים (און מיידעלעך — בנוגע צו זייערע חבר'טעס), זאָלן אויך מקיים זיין די מצוות,

און טאָן דאָס מיט אַ גרויסער שמחה.

ו. ע"פ האמור לעיל (אַז דורך דעם וואָס מ'פירט זיך היינט אַזוי ווי מ'האָט זיך דעמאָלט געפירט, טוט מען אויף (אין אַ גוטן מצב) די זעלבע ענינים וואָס האָבן זיך דעמאָלט אויפגעטאָן), האָט מען אַן אָפּלערנונג אין אַן ענין וואָס איז נוגע במיוחד „בזמן הזה", וואָס (דאָס איז בדומה און) מ'קען זיך אין דעם אָפּלערנען פון „בימים ההם":

בכל דור ודור זיינען דאָ די וואָס ווילן נאָכמאַכן רח"ל המן הרשע, און מ'וויל טאָן צו אידן אַ זאַך וואָס איז ניט גוט פאַר זיי.

אַזוי אויך בדורנו זה — ווי ס'טוען רח"ל די „טעראָריסטן" און זייערע חברים, און די וואָס שטיצן זיי.

וואָס בשעת מ'טוט עפּעס צו אַ אידן אין איין אָרט, ובפרט אין אה"ק (אין אונזער הייליקער לאַנד), רירט דאָס אָן יעדער אידן וואו ער זאָל זיך נאָר געפינען,

איז דערפאַר, דורך דעם „כנוס את כל היהודים" — אַז אידן האָבן זיך צוזאַמענגעקליבן און זיינען מכריז און באַווייזן אַז זיי זיינען פאַרבונדן מיטן אויבערשטן, דורך לערנען זיין תורה און מקיים זיין זיינע מצוות,

איז דעמאָלט, וויבאַלד דער אויבערשטער איז דער בעה"ב אויף דעם גאַנצער וועלטלו, און אויף יעדער זאַך וואָס געפינט זיך אין וועלט,

איז אַ זיכערע זאַך אַז די „טעראָריסטן" (מיט זייערע פּלענער און אַלע זייערע טועכצן וואָס זיי ווילן ח"ו צוגרייטן און טאָן זאַכן וואָס טויגן ניט פאַר אידן) מיט זייערע חברים און די וואָס שטיצן זיי רח"ל — וועלן ניט נאָר האָבן אַ מפלה

— נאָר, אַזוי ווי ס'איז געווען „בימים ההם" באַ המן'ען און זיינע קינדער ותלמידיו אַז דאָס איז איבערגעקערט געוואָרן, „ונהפוך הוא",

איז אַזוי אויך ווערט „בזמן הזה", „ונהפוך הוא" — אַז ס'ווערט אַ גרויסע „שמחה וששון", ביז וואַנעט אַז ס'קומט אויך אַראָפּ אין „יקר" — אַז די פעלקער אַרום די אידן גיבן אָפּ כבוד צו יעדער אידן און צו אַלע אידןלז, און העלפן זיי324אַרויס אין אַלע זייערע ענינים.

ובפרט די פעלקער וואָס זיינען פון חסידי אוה"ע (פון די גוטע פעלקער) — לאָזן זיי אָפּ זייער חבר'שאַפט און אפילו באַקאַנטשאַפט מיט די „טעראָריסטן" און זייערע חברים,

און זיי ווערן די אמת'ע פריינט פון אידן אין אַלע זייערע עניניםלח, דורך דעם וואָס זיי גיבן שטיצע און הילף (און די גרעסטע הילף און אָן קיינע תנאים), צו אידן בכל מקום שהם (אומעטום וואו זיי געפינען זיך), ובפרט צו די אידן וואָס געפינען זיך אין אה"ק,

און די הייליקע לאַנד בלייבט גאַנץ, באַלאַנגענדיק צו אידן, און דער אידישער פאָלק בלייבט גאַנץ, וואָרום ער איז פאַרבונדן מיט שלימות התורה (מיט דער גאַנצקייט פון תורה), און דורך דערויף פאַרבינדט ער זיך מיטן אויבערשטן אַלייןלט, וואָס ער פירט אָן מיט דער וועלט אומעטום און אַלעמאָל.

ז. און די אַלע ענינים ווערן אָפּגעטאָן בשמחה, און ווי געזאָגט פריער (ס"ג) — מיט אַ פּורים'דיקע שמחה, וואָס איז אַ גאָר גרויסע שמחה,

אָנהויבנדיק דערפון, אַז די עצות מיט די פּלענער פון די „טעראָריסטן" ווערן אינגאַנצן בטל, ביז אַז זיי קומען מלכתחילה ניט, אַז מ'זאָל זיך דאַרפן שטעלן אַנטקעגן זיי,

ואדרבה — „נפל פחד היהודים עליהם"מ, ס'פאַלט אויף זיי אָן אַ שרעק פאַר די אידן, אַז זיי האָבן גאָר מורא אפילו טראַכטן („מחשבתו הרעה"מא) אַנטקעגן אידן.

און דורך דערויף וואָס אידן ווייסן אַז דער אויבערשטער באַשיצט זיי און אַז ער איז אינגאַנצן מבטל די ניט־גוטע פּלענער, אַז פון זיי זאָל ניט בלייבן קיינע שיריים און קיין איינדרוק,

קומט צו ביי אידן אין מנוחת הנפש און מנוחת הגוף, אין דער רואיקייט פון די קינדער און פון זייערע עלטערן און זייערע לערער און מדריכים;

און וויבאַלדמב אַז זיי זיינען אינגאַנצן רואיק, שטייען זיי גאַנצערהייט, מיט דער גאַנצער תורה, מיט גאַנץ ארץ ישראל און מיט דער גאַנצקייט פון אידן אומעטום וואו זיי געפינען זיך, אויך אין חו"ל (ובפרט אין „יונייטעדסטייטס"),

און טוען בשמחה וטוב לבב, נאָך מיט מער פריילעכקייט, אין די אַלע ענינים וואָס זיינען פאַרבונדן מיט אידישקייט, אַליין לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, און אויך זען אַז אַלע חברים און חבר'טעס זאָלן אויך אַזוי טאָן,

אָנהויבנדיק פון דער צוגרייטונג צו פורים, און דערנאָך מקיים זיין די מצוות פון פורים אַליין (ווי גערעדט פריער (ס"ה)).

און וויבאַלד אַז מ'האָט מנוחת הנפש און מנוחת הגוף, קען מען מתוך מנוחה אמיתית (מיט דער ריכטיקער מנוחה) גיין אינגיכן, מקבל זיין פני משיח צדקנו,

וואָס ער וועט אַרויסנעמען יעדערן פון אונז, און אַלעמען צוזאַמען פון גלות, און פירן יעדערן פון אונז און אַלעמען צוזאַמען לארצנו הקדושה (אין אונזער הייליקע לאַנד),

וואָס זי איז גאַנץ, און וועט בלייבן גאַנץ אין אידישע הענט לדורי דורות,325אויף אַלע צייטן און אין אַלע אומשטענדן,

און דאָס וועט זיין במהרה בימינו ממש (גאָר אינגיכן).

ח. בהמשך להאמור לעיל, וואָלט געווען אַ גוטע זאַך אַז מ'זאָל נאָכאַמאָלמג זינגען דעם ניגון (אויפן פסוקמד) „עוצו עצה ותופר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א־* —

אַז די אַלע עצות פון די „טעראָריסטן", מיט זייערע חברים און אונטערשטיצער — וועלן זיין „ותופר" — אַ הפרה מעיקראמה, אַז דאָס ווערט מלכתחילהמו בטל,

און פאַרוואָס איז מען זיכער אין דעם — דערפאַר וואָס „כי עמנו א דער אויבערשטער איז מיט אונז, און מיר זיינען מיטן אויבערשטן.

און עס וועט זייןמז „צדיקים יודו לשמך"מח — יעדער איד [וואָרום יעדער איד ווערט אָנגערופן צדיק — „ועמך כולם צדיקים"מט] וועט לויבן דעם אויבערשטן אויף דעם אַלעם שטענדיק

„ישבו ישרים את פניך" — מ'וועט זוכה זיין בקרוב ממש, מקבל זיין פני משיח צדקנו — און דאַן „פני האדון ה'"נ,

מ'וועט עולה לרגל זיין אין בית המקדש, וואָס דאָרטן זעט מען געטלעכקייט און די נסים פון דעם אויבערשטןנא,

עלי' לרגל אין דעם פסח וואָס קומט גאָר אינגיכן, „מסמך גאולה לגאולה"נב — פון דער גאולה פון פורים, צו דער גאולה פון ימי הפסח.

[נגנו עוה"פ את הניגון עוצו עצה ותופר גו' עמנו א־

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-jcgxjy3q

עותקים

פעילות אחרונה

#194 Likkutei Sichos vol 21: machine reading · אושרה
#137 Likkutei Sichos vol 21: machine reading · נסגרה

מקורות