English
ספרייה

לקוטי שיחות

כ"ד טבת

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

52כ'"ד טבת

יב. ע"פ האמור לעיל (סעיף חאין דעם דיוק פון „פעולתו אשר עבד בה" — אַז דער רצון (עצמי) אין מצות איז פאַרבונדן (ניט אַזוי מיט כוונת המצות, נאָר) מיט מעשה המצות — קען מען אויך זאָגן אַ רמז אינעם ענין ההילולא פון אַלטן רבי'ן (כ"ד טבת) [וואָס איז חל (ברוב השנים) אין דער וואָך פון פ' וארא] — פון דער הפטורה:

צווישן די אגרות קודש וואָס זיינען אַריינגעשטעלט געוואָרן ע"י „הרבנים שי' בני הגאון המחבר ז"ל נ"ע"סז אין ספר התניא, איז דאָ אַן אגרת תנחומיןסח (מיט אַ ביאור אויף דער אגרת) וואָס דער אַלטער רבי האָט געשריבן נאָך דער פטירה פון ר' מענדעלע האָראָדאָקער — וואָס ער איז געווען (ניט נאָר אַ צדיקסט, נאָר) אַ נשיאע.

אין דער אגרת (וביאורה) רעדט זיך אַז אויך לאחרי פטירת הצדיק ווערט נמשך צו תלמידיו כו' אַ הארה פון „מעשיו ותורתו ועבודתו אשר עבד כל ימי חייו"עא. געפינט מען אין דעם אַ דבר פלא, אַז אין דער אגרתעב באַנוצט זיך דער אַלטער רבי מיטן לשון פון היינטיקער הפטורהעג — „(שבק חיי רוחו) פעולתו אשר עבד בה".

בכלל, אַז מען לייענט בשטחיות די אגרת (ובפרט — קודם קריאת הביאור) קען מען מיינען אַז דער אַלטער רבי האָט זיך דאָ באַנוצט מיט לשונות פון פסוקים, לשון נופל על לשון וכו' ליופי המליצה — (ווי ס'איז געווען רגיל בפרט בימים ההם), ע"ד ווי מפרשי התנ"ך זאָגן בנוגע לריבוי כתובים בתנ"ך. לערנענדיק אָבער דעם ביאור האגרת (וואָס דער אַלטער רבי בעצמו האָט געשריבן) זעט מען ווי יעדער לשון איז מדויק און האָט אין זיך אַ גאַנצן ענין.

איז תמוה (כנ"ל): פאַרוואָס נוצט דער אַלטער רבי דוקא דעם לשון, וואָס שטייט גאָר ביי נבוכדראצר מלך בבל?

די תמי' אין דעם איז נאָך שטאַרקער: אין דעם „ביאור" ווערט טאַקע ניט דערמאָנט דער לשון „פעולתו אשר עבד בה", ואדרבה — דאָרטעד איז ער מדגיש (אַז מ'איז מקבל פון צדיק) „ע"י דבוריו ומחשבותיו" — ניט „פעולתו" (מעשה)?

53וע"פ הנ"ל — אַז „פעולתו גו'" איז מרמז אויפן עילוי פון מעשה (אין צד הקדושה) — יש לומר, אַז דערפאַר ברענגט ער בהאגרת דעם לשון, ווייל דאָס איז אַן ענין עיקרי אין עבודת הצדיק, כדלקמן.

יג. ובהקדים אַ שינוי עיקרי צווישן דער אגרת מיטן ביאור:

אין דער אגרת איז דער עיקר הדגשה אויף דעם אויפטו פון צדיק — אַז „שבק חיים לכל חי", ער איז ממשיך „חיים" (אויך לאחרי הפטירה) בעבודת ה' „בכל אחד ואחד כפי בחי' התקשרותו", און אויך „במילי דעלמא . . דצדיקייא מגינין על עלמא".

אין דעם „ביאור" איז דער עיקר הדגשה אויף קבלת תלמידיו — ווי אויך לאחרי פטירת רבם זיינען זיי מקבל פון עבודת הצדיק (ואדרבה — ניט נאָר אַ זיו, נאָר „מבחי' רוח רבם העצמיות").

ועפ"ז י"ל בדרך אפשר דעם חילוק הנ"ל צווישן דער אגרת מיטן ביאור:

„פעולה" ווייזט אַז דער כח הפועל וואָס אין דער פעולה איז שוין געוואָרן נפרד פון דעם אדם הפועל (וי"ל שזהו נפרד עוד יותר מ"מעשה"), און דערפאַר איז רעכט אַז מ'זאָל לגמרי ניט דערקענען אין דער פעולה ווער האָט עס געטאָן.

און דעריבער: בשעת עס רעדט זיך בעיקר וועגן קבלת התלמידים — שטייט דער לשון „דיבוריו ומחשבותיו" (וואָס אין זיי זיינען מאיר בגילוי די מדות הצדיק — אהבה יראה ואמונה).

משא"כ ווען מ'וויל אַרויסברענגען די גרויסקייט פון דעם צדיק און זיין אויפטו — איז דער עיקר עילוי אין „פעולתו אשר עבד בה". ווייל די עצמיות פון צדיקעה גיט זיך אַרויס (ניט אַזוי אין די ענינים והשפעות אין וועלכע עס איז ניכר מעלת עבודתו, נאָר) דוקא אין זיינע פעולותעו (שמחוץעז הימנועח)

(ע"ד ווי גערעדט פריער בנוגע צו מצות, אַז דער רצון עצמי פון מצות דריקט זיך אויס בעיקר אין מעשה המצות).

יד. און דאָס איז אויך וואָס מ'געפינט ביי רבותינו נשיאינו, אָנהויבנדיק פון דעם בעש"ט, אַז זייער ערשטע התעסקות לטובת הזולת איז געווען — צו טאָן אַ טובה אַן אידן בגשמיותעט

— ווי דערציילט בכמה שיחות ורשימות פון רבי'ן דעם שווערפ ווי דער בעש"ט וחביריו (הצדיקים הנסתרים) פלעגן אַרומפאָרן צווישן אידן און געזוכט ווי צו אַרויסהעלפן זיי בגשמיות, און ערשט דערנאָך האָבן זיי זיך פאַרנומען מיט העלפן זיי ברוחניות —

וואָס אין השפעת טובה גשמית איז ניט אַזוי קענטיק אַז זי איז פאַרבונדן מיט אַ צדיק (ומעלת עבודתו) — די54זעלבע טובה וואָלט געקענט טאָן אַן אַנדערער, לכאורה, וואָס איז ניט בדרגת צדיק — און דוקא די עבודה איז געווען די התחלה פון זייער התעסקות עם ןבנ"י. ווייל דוקא אין דעם גיט זיך אַרויס ת זייער עצמיותפא.

(משיחת ש"פ וארא תשל"ב)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-xcsz9gcv

עותקים

פעילות אחרונה

#194 Likkutei Sichos vol 21: machine reading · אושרה
#137 Likkutei Sichos vol 21: machine reading · נסגרה

מקורות