לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ומכתבים ה
360יו'"ד שבט
ב"ה, מוצאי שבת קודש מברכים חודש שבט,
כ"ד טבת, ה'תשמ"ג.
ברוקלין, נ.י.
אל בני ובנות ישראל
בכל מקום שהם
ה' עליהם יחיו
שטייענדיג מוצאי שבת קודש מברכים חודש שבט, וואָס דער צענטער טאָג פון דעם חודש — העשירי יהי'* קודש — איז דער יום הילולא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר,
ובפרט היינטיגען יאָר וואָס די קביעות איז, אַז עס קומט אויס כ"ד טבת, דער יום ההילולא פון כ"ק אדמו"ר הזקן בעל התניא (מורה דרך — וועג ווייזער — אין און דורך פנימיות התורה) והשולחן ערוך (מורה דרך אין און דורך נגלה דתורה),
וואָס כ"ק מו"ח אדמו"ר איז געווען זיין יורש וממלא מקום אין אונזער דור,
361און נעמענדיג אין אַכט, אַז אַלע ענינים פון זכרון אין אידישן לעבן האָבן דעם (ענד) צוועק דערמאָנען און מעורר זיין, און מעודד און מזרז זיין יעדן אידן צו מוסיף זיין נאָכמער אין דער דערפילונג פון דעם צוועק פון זיין באַשאַפונג — לויט דער קלאָרער אָנווייזונג פון תורתנו, תורת חיים: אני נבראתי לשמש את קוני. — דורך פאַרשטאַרקן און פאַרשפרייטען אידישקייט, תורה ומצוות, באַ זיך און אַרום זיך, אין דער פולסטער מאָס,
וועט מען זיכער אַריינטראַכטן זיך אין איינע פון די גרונד־נקודות פון דעם יום הסתלקות־הילולא, דער טאָג פון דעם סך הכל פון „כל מעשיו ותורתו ועבודתו אשר עבד כל ימי חייו": אַז בשעת אַ איד באַשליסט צו טאָן אין הפצת היהדות, ניט קוקנדיג אויף שוועריקייטן, איז ער זיכער מצליח צו געפינען די כוחות און די מיטלען איבערצוקומען אַלע שוועריקייטן; און עס ווערט מקויים די הבטחה פון השם, דעם באַשעפער פון דעם מענטשן ומנהיגו: יגעת ומצאת.
דאָס איז דאָך דער לעבעדיגער ביישפיל וואָס איז אַרויסגעבראַכט געוואָרן אין א־טגלעכן לעבן פון בעל־ההילולא, אַריינרעכנדיג די לעצטע צען יאָר פון זיין לעבן בעלמא דין, אין דער דאָזיגער מדינה, וואו עס האָבן אויך ניט געפעלט גאָר שווערע נסיונות — אין מאַנכע הינזיכטן נאָך שווערער ווי אין יענער מדינה „הינטער דעם אייזערנעם פאָרהאַנג" — ווי באַוואוסט און מפורסם.
זעלבסטפאַרשטענדליך, אַז דאָס וואָס דער בעלההילולא האָט דערגרייכט ובפרט דורך זיין יגעת, איז שווער, און אפשר מער ווי שווער, צו דערגרייכן פאַר איינעם בערכנו, וואָס האָבן דאָך ניט זיינע אויסערגעוויינלעכע כוחות, מסירות נפש וכו' — דאַרף מען אָבער געדיינקען, אַז נאָכדעם ווי ער האָט דורכגעבראָכן אַלע שטערונגען און האָט אויסגעטראָטן דעם וועג, געגרינדעט מוסדות חינוך, תורה וחסד, דורכגעאַקערט, פאַרזייט און באַפרוכפּערט מיט מסירת נפש און אהבת362ישראל יעדן געביט פון אידישקייט, און געשאַפן די מעגלעכקייט פאַר יעדן אידן און אַלע אידן, מענער, פרויען און קינדער, צו גיין אין זיינע פוסטריט — בלייבט ניט קיין אויסרייד אָפּצושוואַכן ח"ו די איבערגעגעבנקייט צו טאָן אין אַלע געביטן פון הפצת היהדות, יעדער איינער און איינע כיד ה' הטובה עליו, אין אופן פון יעדן איינעם'ס יגעת,
בפרט אַז די שוועריקייטן וואָס מ'טרעפט איצט אָן דאָ און אין אַ סך אַנדערע מדינות זיינען אומפאַרגלייכבאַר קלענער און לייכטער ווי די וואָס דער בעלההילולא האָט דורכגעמאַכט; אדרבה מ'קען באַקומען הילף און דערמוטיקונג און מען האָט עס באַקומען, און מען באַקומט עס איצט פון רעגירונגען, פערשידענע אינסטאַנצען, גרופּן א.ז.וו.
די איינציגע זאַך וואָס עס פאָדערט זיך איז אָפּצושאַצן ווי געהעריג די גטלעכע שליחות — און צוזאַמען דערמיט אויך די ג־טליכע כוחות — וואָס זיינען געגעבען געוואָרן יעדן אידן, מאַן אָדער פרוי, צו באַלייכטן די וועלט — די אייגענע וועלט און די וועלט אַרום — מיט נר מצוה ותורה אור, מיט דער הדגשה אויף המעשה הוא העיקר — אנהייבענדיק פון מקיים זיין די מצות מעשיות אין טאָ־טעגלעכען לעבן כדבעי ובהידור, און טאָן דאָס אַלעס בשמחה ובטוב לבב —
און אין אַן אופן פון ואהבת לרעך כמוך, אַז רעך זאָל ווערן כמוך — אַ טוער און אַ משפיע — אַ לאַמטערנטשיק — ווי דו אַליין, מיט דער גרעסטער איבערגעגעבנקייט און שמחה של מצוה.
ויהי רצון, באַגרינדעט אויף די ערמוטיגונג'ס רייד און ברכות פון בעל ההילולא — וואָס דברי צדיקים קיימים לעד און פועלים לעד, ביז אַז „פועל ישועות בקרב363הארץ" — אַז יעדער איינער און איינע זאָל טאָן אין אַלע אויבנגעשריבענע ענינים נאָך מיט מער צוגעטראָגנקייט און איבערגעגעבנקייט און שמחה ווי ביז איצט,
וואָרום אין אַלע עניני טוב וקדושה, וועלכע זיינען דאָך פאַרבונדן מיט השם וועלכער איז איןסוף, איז דאָך ניטאָ קיין סוף און הגבלה, און ווי גוט זיי זיינען בהווה, קען מען — און במילא מוז מען — גיין מחיל אל חיל,
און נוסף על העיקר — די עצם זאַך פון דערפילן די שליחות פון הקב"ה,
איז יעדע צוגאָב השתדלות אין דעם — אויך אַ הוספה אין די צנורות וכלים און אַ פאַרברייטערונג אין זיי אַלע — צו באַקומען און געניסן בפועל די ג־טלעכע ברכות אין אַלעם וואָס מ'נויטיגט זיך,
און בלשון פון דוד המלך נעים זמירות ישראל — געזאָגט געוואָרן אַלס בקשה און אָנזאָג, אָבער אויך מיט דעם פירוש און אינהאַלט פון אַ הבטחה (צוזאָג): הרחב פיך (וועט זיין) ואמלאהו,
ועל כולם ולראשונה — די עיקר'דיגע ברכה מ'זאָל גאָר אינגיכן זען דעם קיום היעוד אין דער הפטורה פון דעם איצטיקען שבת קודש: ואתם תלוקטו לאחד אחד בני ישראל — אַז השם אַליין, כביכול, נעמט יעדן אידן פאַרן האַנט און פירט עם — צוזאַמען מיט אַלע אידן, און פירט זיי אַלס אַ קהל גדול (ל' יחיד) — אַרויס פון גלות און מיד הן נגאלין בגאולה האמתית והשלימה.
פאַרבונדן מיט השם . . אין סוף . . מחיל אל חיל: ראה לקוטי הש"ס להאריז"ל סוף ברכות.
מחיל אל חיל: תהלים פד, ח. וראה ברכות בסופה. שו"ע אדה"ז חאו"ח סקנ"ה ס"א. וש"נ.
דוד המלך נעים זמירות ישראל: ש"ב כג, א.
אָנזאָג . . הבטחה: ראה תו"א (תשא פו, ג), לקו"ת (ואתחנן יא, ב) בנוגע ל"ואהבת" — שהוא לשון ציווי וגם לשון עתיד והבטחה. וראה לקו"ת במדבר יג, ג.
הרחב . . ואמלאהו: תהלים פא, יא. וראה ברכות נ, א (דמפרש בד"ת) ובירושלמי תענית פ"ג ה"ו (— בכל צרכי האדם). וראה ברכת י"א ניסן תשמ"ב הערה 4 (לקו"ש חכ"ב ע' 241).
ואתם . . בני ישראל: ישעי' כז, יב.
השם אַליין . . פאַרן האַנט: פרש"י נצבים ל, ג. נתבאר בלקו"ש ח"ט ע' קעו ואילך.
קהל גדול: ירמי' לא, ז.
ל' יחיד: כי „קהל" אינו רק צירוף של כמה יחידים, כי אם מציאות אחת דציבור. וראה לקו"ש חלק ח"י ע' קיג ואילך. לעיל ע' 150.
מיד הן נגאלין: רמב"ם הל' תשובה פ"ז ה"ה.
364נתקבל המכ' וגם הפ"נ שלו, וע"פ בקשתו קראתיו על ציון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ.
וצדיק מברך והשי"ת ממלא ברכות צדיקים, דאשתכח בהאי עלמא יתיר מבחיוהי, על מילואן, תקותי, אשר דכוותי' אין נזקק להערה והארה אדות ענין ההתקשרות לנשיא הוא כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, אשר ההתקשרות הוא ע"י לימוד תורתו והליכה בדרכיו אשר הורה.
ובטח יש לו קביעות עתים ללימוד תורת כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ אשר במאמריו שיחותיו ומכתביו, ומה טוב אם הלמוד הוא בחבורה אשר איש את רעהו יחזקו ויעוררו.
באיחול כ"ט ופ"ש כל החבורה תי' . . .
ומש"כ שאינו מובן ע"ד הבח* — איני מבין מה הוקשה לו בזה — פשוט, שיש שינוי בין אופן השפעות הנשיא קודם כו' ואח"כ, ואופן ההשפעות שקודם כו' תכלית מעלתו הוא ביום ההסתלקות.
וא"כ בודאי, יש בזה גם השפעה שתפעול במקבל הולדה חדשה שבזה יתגלה גם כח הא"ס שבנבראים כו', ולכן צריך ע"ז ט' חדשים, שייך הבחנה וכו' — וענינים וימים הגשמיים הם משתלשלים, ובמילא מעוררים על ענינים הרוחנים.
365ממשיכים אנו פה באמירת תהלים (איזה קאפ' אחר תפלת שחרית, נוסף על שיעור קבוע כפי שנחלק לימי החדש) ובודאי גם אתם ממשיכים עתה הענינים האלה, וישלח השי"ת לכ"ק מו"ח אדמו"ר (שליט"א), רפואה שלימה בקרוב ממש כעתירת ותפלת כל אנ"ש, אכי"ר.
— להעיר ממרז"ל (מגילה יז, ב. ונתבאר בתהלים להצ"צ ו, א) רפואה בשמינית, דקאי על ברכת רפאנו כו' והעלה ארוכה ורפואה שלמה כו', נר השמיני (בדורות נשיאי תורת החסידות: הבעש"ט, הה"מ וכו') מדריגת יוסף (מלך השמיני הדר — הוספות לתו"א ויחי — צדיק יסו"ע, מילה בשמינית. שמיני עצרת בחי' יוסף — זח"א רח, ב. לקו"ת למוהר"ש* נ"ע ע"א ע"ד) — יצחק (ח"פ הוי' — אוה"תלהצ"צ דף ד"ש א). וברפואה הכללית שיהי' לע"ל (יעויין ד"ה סמכוני — בדרך אמונה להצ"צ) בימוה"מ, שיבוא ב"ב, ימים דכנור של ח' נימין ואז יאמרו ליצחק דוקא כי אתה אבינו, ועיין (סנה' צד, א) ביקש הקב"ה לעשות חזקי' משיח כו', עד מתי כו' עד דאתו בזוזי ובזוזי דבזוזי (שנתקיים כבר בימינו) כו' חזקי' שיש לו שמונה שמות כו'.
בברכת לאלתר לתשובה — לאלתר לגאולה366דאָ האַנדלט זיך וועגן צוגרייטן אידישע טעכטער צו פאַרנעמען זייער אָרט אַלס עקרת הבית — דער עיקר און יסוד פון דער אידישער היים, און פון בית־ישראל בכלל, און דורכפירן די דאָזיגע לעבנסוויכטיגע אויפגאַבע אין דער פולסטער מאָס;
בפרט אין דער איצטיגער צייט, ווען צוליב פאַרשידענע סיבות און אומשטענדן, מוז די עקרת הבית — אין צוגאָב צו איר גרויסע אחריות פאַר דער צוקונפט פון איר היים, אויך נעמען אַן אָנטייל, אין אַ פּאַסנדן אופן, אויך אין טעטיקייטן צו העלפן פאַרשטאַרקען די סביבה מיט דער שטאַרקייט פון תורה־טרייע אידישקייט — וואָס אין פריערדיגע דורות האָט זיך דאָס ניט געפאָדערט אין אַזאַ גרויסע און שטייגנדע מאָס ווי היינט.
דער יערלעכער באַנקעט פון „בית רבקה" איז אַ וויכטיגער אָנשפּאַר פאַר דעם מוסד, און איך האָף און גלויב אַז די חשובע עסקנים, געערטע געסט, און אַלע גוטע פריינד פון בית רבקה וועלן זיך האַרציג אָפּרופן צו העלפן פאַרזיכערן, פאַרשטאַרקען און אויסברייטערן די העכסטוויכטיגע חינוך טעטיקייט פון דעם דאָזיגען מוסד וואָס ווערט אָנגעפירט אין דעם גייסט און לויט די אָנווייזונגען פון בעל ההילולא. בפרט אַז יעדער איינער און איינע וואָס טוען אין דעם האָבן זיין הבטחה פאַר הצלחה אין דעם און אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך, פאַר זיך מיט די בניבית שיחיו, בגשמיות וברוחניות גם יחד.
בכבוד ובברכה להצלחה רבה
ולבשורות טובות בכל האמור
6
ברוקלין, נ. י.
צו אַלע אַנטיילנעמער אין דעם 27טן
יערלעכן באַנקעט פון „בית רבקה" אין
מאָנטרעאַל
ה' עליהם יחיו
עס האָט מיר געפרייט צו באַקומען די ידיעה, אַז דער הייאָרדיגער יערלעכער באַנקעט קומט פאַר גלייך נאָך ראש־חודש שבט, בסמיכות צו יו"ד שבט, דער יארצייט־הילולא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, גרינדער פון רשת בתיספר „בית רבקה", צווישן זיי אויך די בית רבקה אין מאָנטרעאַל.
367כאָטש אַ יאָרצייט־הילולא איז פאַרבונדן מיט אַ הסתלקות, איז אָבער באַוואוסט דער מאמר פון חכמינו ז"ל „מה זרעו בחיים אף הוא בחיים", וואָס דאָס מיינט חיים (אויך) אין דעם עולם כפשוטו. און אַז מ'זעט די תלמידים און תלמידות פון די מוסדות חינוך וואָס דער בעל ההילולא האָט געגרינדעט, מיט זייער הנהגה אין א־עגלעכן לעבן על פי תורה, תורת חיים, דורכגעדרונגען מיט לעבעדיקייט און וואַרעמקייט, און די לעבעדיגע השפעה וואָס זיי האָבן שוין יונגערהייט, און נאָכמער דערוואַקסענערהייט, סיי באַ זיך אינדערהיים און סיי אין דער סביבה בכלל — זעט מען דעם אף הוא בחיים בפועל ממש.
בפרט און נאָך שטאַרקער דריקט זיך דאָס אויס אין דער לעבעדיגער ווירקונג פון די תלמידות פון בית רבקה, וואָס יעדע איינע פון זיי איז, אָדער וועט זיין בקרוב, אַן עקרת הבית — אין פולסטן זין אַ בית ישראל, בנין עדי עד.
ס'איז איבעריג צו אונטערשטרייכן דעם גרויסן זכות צו זיין אַ שותף אין דעם דאָזיגען מוסד, וואָס אין צוגאָב צום עיקר, האָט מען אויך די ספּעציעלע הבטחה פון דעם בעל ההילולא פאַר נאָכמער הצלחה אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך.
אַ האַרציגע באַגריסונג צו דער הנהלה פון בית רבקה און צו די חשובע עסקנים, ספּעציעל צו די געערטע געסט, און אַלע פריינד פון בית רבקה, שיחיו. השי"ת זאָל יעדן איינעם און איינע מצליח זיין צו גיין מחיל אל חיל אין דעם ענין — צו פאַרשטאַרקען און אויסברייטערן די חינוך טעטיקייט פון דעם מוסד — און אין אַלע ענינים, בגשמיות וברוחניות.
בכבוד ובברכה להצלחה מרובה
ולבשורות טובות
בכל האמור
ברוקלין, נ. י.
צו אַלע באַטייליגטע אין דער
צוזאַמענקונפט פון אידישע פרויען,
פאַריז, פראַנקרייך
ה' עליהן תחיינה
מיט פאַרגעניגען האָב איך באַקומען די מיטטיילונג וועגן דער צוזאַמענקונפט צו באַהאַנדלען די ראָלע פון דער אידישער פרוי און מוטער, מיט דעם ציל צו דערמוטיגען איינע די אַנדערע, און צו באַווירקען אויך אַנדערע, ווי בעסער368דורכצופירן די פאַרפליכטונגען אין טאָ־טעגלעכן לעבן, ווי די תורה, תורת־חיים, לערנט, אַז דער עיקר איז אַראָפּברענגען אַלע גוטע געדאַנקען און באַשלוסן אין קאָנקרעטע מעשים,
און ווי תורה אונטערשטרייכט די גאָר וויכטיגע ראָלע פון דער אידישער פרוי, וואָס ווערט אָנגערופן עקרת הבית (דער עיקר און יסוד פון הויז), וואָס פון איר הענגט אָפּ אין אַ גאָר גרויסער מאָס די גאַנצע אָנפירונג פון דער אידישער היים, די דערציאונג פון די קינדער, און אַז דאָס הויז זאָל זיין אַ „דירה" פאַר דער גטלעכער שכינה, אין איינקלאַנג מיט דעם אויבערשטנס וואונש און צוזאָג ושכנתי בתוכם — אין יעדע אידישע הויז און אין יעדן אידן, מאַן, פרוי און קינד.
זעלבסטפאַרשטענדלעך, אַז די דאָזיקעטגעבענטשטע ראָלע פון דער אידישער פרוי און מוטער לעגט אויף איר אַרויף אַ ספּעציעלע פאַראַנטוואָרטלעכקייט, אַז די טעכטער, וואָס וועלן מיט דער צייט ווערן יעדע איינע פון זיי אַן עקרת הבית און אם הבנים אין זייער אייגענער היים, זאָלן באַקומען די ריכטיגע דערציאונג און צוגרייטונג צו קענען פאָרזעצן און דערפילן אין דער פולסטער מאָס די דאָזיגע אחריות, וואָס איז אויך אַ גרויסער און אייביגער זכות.
און פּונקט ווי אַלע אידן, בכלל, זיינען פאַרפליכטעט, מצד דער גרויסער מצוה פון ואהבת לרעך כמוך, צו העלפן אַ צווייטן אידן און אַלע אידן, אַזוי האָט יעדע אידישע פרוי די פליכט צו העלפן אַנדערע פרויען דורכצופירן זייער ־טלעכע שליחות, בפרט אין דער איצטיגער קריטישער צייט. דאָס איז ספּעציעל צייטיג צו דערמאָנען אין אָנבליק דערפון וואָס די צוזאַמענקונפט קומט פאַר אין טאָג פון דעם יאָר צייט פון מיין שווער, דער רבי, זי"ע, וואָס האָט זיך אַזויפיל אָפּגעגעבן, אין וואָרט און שריפט, צו דערמאָנען און מאָנען וועגן דעם באַ אַלע אידישע פרויען אומעטום, אונטערשטרייכנדיג די ספּעציעלע גינסטיגע אומשטענדן, מעגלעכקייטן און פאָדערונגען פון דער איצטיגער צייט.
דער אויבערשטער זאָל העלפן, און וועט זיכער העלפן, אַז די קאָנפערענץ זאָל דורכגעפירט ווערן מיט גרויס הצלחה אין אַלע דערמאָנטע ענינים, און דאָס וועט אויך זיכער ברענגען אַ פאַרגרעסערטע מאָס ג־טלעכע ברכות צו יעדער איינער און אַלע פרויען וואָס וועלן טאָן אין דעם, און צו זייערע נאָענטע און טייערע שיחיו. און אַז מ'וועט טאָן מיט פרייד און באַגייסטערונג וועט מען זיכער מצליח זיין נאָכמער,
בכבוד ובברכה
369איך באַשטעטיג מיט פאַרגעניגען די ערהאַלטונג פון אייער בריוו פון יאַנ. 29, אין צוגאָב צו דעם נת־רוח וואָס איך האָב געהאַט באַקומענדיג דעם גרוס פון חשוב'ן רב, הרב . . . , וועמען איך האָב געהאַט געבעטן איבערצוגעבן אייך מיין געדאַנק אין צוזאַמענהאַנג מיט דער גרינדונג פון . . . עס האָט מיר זייער געפרייט צו הערן פון אים מיט וואָס פאַראַ האַרציקייט איר האָט אויפגענומען די שליחות, און אייער גרייטקייט צו באַוואָרענען, אַז . . . זאָל זיין כשר ווי עס דאַרף צו זיין. דאָס פאַרשטאַרקט די האָפנונג, אַז די קינדער וועלכע וועלן דאָרט דערצויגן ווערן וועלן זיין כשר'ע אידן, וואָס דאָס גיט די אמת'ע פאַרזיכערונג אַז זיי וועלן אויך זיין אידן גוטע און מענטשן גוטע, אין אַלע הינזיכטן פון דעם וואָרט.
ס'איז איבעריג צו אונטערשטרייכן, אַז אויב עס פאָדערט זיך אַזאַ פאַרפליכטונג לגבי יעדן אידישן קינד, וואו ער זאָל זיך געפינען און אין וועלכע באַדינגונגען ער זאָל וואַקסן, איז עס פון ספּעציעלער וויכטיקייט לגבי די קינדער וועלכע געפינען זיך אין אַ לאַנד, וואָס אַפילו ניט־אידן רופן דאָס אָן „הייליגע לאַנד". דערצו האַנדלט זיך דאָ וועגן אידישע קינדער וועמענס יונג לעבן איז, צוליב פאַרשידענע סיבות, ליידער ניט געווען דורכאויס פריי פון זאָרג און שוועריקייטן, ווי קינדער־יאָרן דאַרפן זיין. דאָס אַלעס פאַרגרעסערט דעם זכות און פאַרגעניגען פון די אַלע וואָס נעמען אַן אָנטייל אין אויספאָרמירן און דערציען די קינדער אין דעם געהעריגען וועג. גלייכצייטיג פאַרגרעסערט עס זייער אחריות פאַר דעם; אָבער דער אויבערשטער פאַרזיכערט, אַז אַ מענטש וואָס האָט פאַרגרעסערטע אחריות זאָל זיין פאַרזאָרגט מיט פאַרגרעסערטע מעגלעכקייטן, כדי צו קענען נאָכקומען אַלע פאַרפליכטונגען אין דער פולסטער מאָס, און — ווי אַלע זאַכן וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט דעם אויבערשטן — ערפילן זיי אין אַ גוטער שטימונג, מיט שמחה און התלהבות.
איך ערלויב מיר צוצוגעבן נאָך אַ פּונקט: אויב דאָס אַלעס געשריבענע גילט ספּעציעל פאַר די אַנשטאַלטן און אינסטיטוציעס וואָס ווערן גערופן אויף אייער נאָמען, אָדער אויפן נאָמען פון אייערע נאָענטע — וואָס דאַן איז דאָך די אחריות קלאָר און אויסדריקלעך, און ווי געזאָגט, צוזאַמען דערמיט אויך דער זכות אינגאַנצן אייערער — איז דאָס אָבער אויך גילטיק לגבי די אַלע אַנשטאַלטן וואו איר קענט האָבן אַן איינפלוס און השפּעה. און הערנדיג פון פאַרשידענע זייטן וועגן דער באַציאונג צו אייך אין פאַרשידענע קרייזן אין ארץ־ישראל, איז אייער איינפלוסאַ גאָר שטאַרקער, פיל שטאַרקער און פיל פאַרשפּרייטער ווי איר שטעלט זיך פאַר. אַזוי אַז מ'וועט זיכער אָננעמען יעדן פאָרשלאַג פון אייך אין דער אויבענגעשריבענער ריכטונג, אפילו אין אַזעלכע קרייזן וואָס, לויט זייער איינשטעלונג, וועט דאָס אפשר זיין פאַר זיי אַ נייעס.
שטייענדיג אויף מאָרגען נאָך דעם יאָרצייט־אָג פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, איז צייטיג צו דערמאָנען און אָפּשאַצן זיין אינהאַלטסרייכן לעבנסוועג, און ספּעציעל צו אונטערשטרייכן דעם לייט־מאָטיוו און גאַלדענעם פאָדעם וואָס ציט זיך אין פאַרלויף פון זיין גאַנצן לעבן. די אָפּלערנונג דערפון איז, אַז אפילו איין איינצלנער איד, אויב ער שטעלט זיך מיט דער גרעסטער שטאַרקייט370פאַר אַן אמת'ן אידעאַל, באַקומט ער אומגעהויערע מעגלעכקייטן איבערצוקומען שוועריקייטן וואָס אויפן ערשטן אויגנבליק ווייזט זיך אויס אַז ס'איז גאַנץ אוממעגלעך. אמת טאַקע, ער האָט געהאַט אויסערגעוויינלעכע כוחות וואָס איז גאָר זעלטן צו געפינען באַ מענטשן, ווי באַוואוסט צו אַלע וועלכע האָבן נאָכגעפאָלגט זיין לעבן און זיינען געווען מיט אים פּערזענלעך באַקאַנט. פון דער אַנדער זייט אָבער, זיינען די שוועריקייטן וואָס מ'טרעפט איצט אָן — אומפאַרגלייכבאַר קלענער ווי די וועלכע ער האָט אָנגעטראָפן אין זיין אַרבעט.
ווינשנדיג אייך אַלדאָס גוטע, און איר זאָלט קענען אָנזאָגן גוטע בשורות וועגן זיך און וועגן די וועלכע איר דערמאָנט אין אייער בריוו, ווי אויך אין דעם אינהאַלט פון מיין בריוו ווי געשריבן אויבן,
ובברכה
(ממכתב י"א שבט, ה'תשכ"ו) ב"ה, ה' אדר א', ה'תש"ל
ברוקלין, נ. י.
הנהלת „מרכז לעניני חינוך"
ה' עליהם יחיו
בנועם קבלתי הברכות והאיחולים הטובים בקשר עם מלאות תקופת עשרים שנה להסתלקות כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא ישראל ביו"ד שבט. וכן הנני לאשר בתודה קבלת ספר התמונות.
ויהי רצון שמשנת עשרים ומעלה תהיינה כל הפעולות באופן דמוסיף והולך למעלה מעלה, ומתאים לשמם — מרכז לעניני חינוך — הרי ידוע בחינוך שאפילו הטבה הנראית קטנה בשעתה, נכפלת היא פי כמה וכמה, בדוגמת הטבה בגרעין או בשתיל רך שכל טיפול והטבה נעשה אחר כך שלא בערך באילן העושה פירות ופירי פירות.
והשם יתברך יצליחם בעבודתם בקדש בהצלחה רבה ובמילוי כל התקוות, בפרט שזכות הרבים מסייעתם.
371בנועם ובתודה לבבית מאשר אני קבלת מכתבם — ברכה ואיחולים בקשר עם מלאות שלשים שנה שזכיתי לעמוד בראש תנועת חב"ד.
וברכה אשיב לכאו"א מהם וכולם יחד בסגנון חכמינו זכרונם לברכה: כל המברך מתברך בברכתו של הקב"ה שתוספתו מרובה על העיקר. יתברכו הם וכל אשר להם מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה בכל המצטרך להם בגשמיות וברוחניות גם יחד.
בהזדמנות זו אביע רגשי תודה והכרה לכאו"א מהם בעד האהדה והסיוע לאנשי חב"ד במסגרת פעילותם בין נוסעי „אל על" לקרבם ליהדות, התורה ומצותי' אשר בודאי שימשיכו לשתף פעולה בזה ועוד יוסיפו בזה כהנה וכהנה.
6
בהכנסנו לחודש שבט ולקראת העשירי בו, יום ההילולא של כ"ק מו"ח אדמו"ר, אשר בודאי ידוע למר פרשת ימי חייו ומסירות נפשו להפצת היהדות, התורה ומצותי', לקחתי הזדמנות זו להביע קורת רוחי לשמע פעולותיו לחיזוק וביסוס הדת בעירו. ובפרט שאני מעמידו על חזקת כל בני ישראל שמקיימים הציווי להעלות בקדש. והרי תמיד יש מקום להוספה בכל עניני טוב וקדושה, ואין הדבר תלוי אלא ברצונו של אדם, שאם רק רוצה באמת מובטח לו שה' עוזרו והוא מצליח.
ואם בכל עניני התורה ומצותי' הדברים אמורים, על אחת כמה וכמה בשטח החינוך.
והרי רואים במוחש שדוקא בדורנו זה לב יהודי — ובמיוחד הנוער היהודי — ער הוא ביתר שאת ומשתוקק שיורו לו דרך האמת, ורבים המוכנים לקבל עליהם אתגר ולהתגבר על קושיים ועיכובים וכו'.
תודתי נתונה לו מראש באם ימסור לתלמידים ולתלמידות שיחיו איחולי שילכו מחיל אל חיל בלימוד התורה ובקיום מצותי' ובהנהגה מתאימה אשר כל רואיהם יכירום כי זרע ברך ה' המה, בני אברהם יצחק ויעקב ובנות שרה רבקה רחל ולאה.
6
372מאשר הנני קבלת מכתבו מז' חשון, בו כותב אשר קבל הניירות, וכן ר"פ מפעולותיו,
ולפלא שאינו מזכיר ע"ד ביקורים במקומות שונים — שנהג בהם בחדשי הקיץ. ואפשר יש לזה מקום עתה ביותר וביותר ולבארם שמתכונן לנסוע לכאן ויבקר על הציון הק' של כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע נשיא ישראל וכו' וכו'. והרי לבם של ישראל ער הוא, אפילו אצל אלו שישנים בגלותא (באיזה מדריגה של שינה שתהי'*, שהרי לא חילק הכתוב בזה, וק"ל). ויהי רצון שגם בזה יבשר טוב אמיתי, טוב לשמים וטוב לבריות וטוב העושה פירות. וכסוגיא קדושין (דקוב"ה וישראל, שהם חו"כ, וחתונתם זה מ"ת — שניתנה (ל)מ' (יום) עמוד אחד (עיין הוספות לתו"א סוף פ' יתרו דמ"ת דוקא יום א' ולא כשאר המועדים)).
בברכה לבשו"ט בכל האמור
373ובענין העיקרי — מילוי התפקיד — שליחות ותכלית בריאת האדם ד"אני נבראתי לשמש את קוני" על ידי עניני יהדות, התורה ומצותי' — ה"ז גדלות ועלי' נמשכת תמיד, כהציווי שהוא גם נתינת כח להיות מעלין בקודש,
וכפי שחונכו במוסד החינוך בכפר חב"ד, הרי בלשון הכתוב — גם כי יזקין לא יסור ממנה — עלי' באהבת השם ויראתו, שהם יסוד כל התומ"צ ובתולדותיהן מיד ולאחרי זה — קיום כל המצות כולן בחיי היום יום,
— ועיין ספר תניא קדישא, הקדמת חלק ב' הנקרא בשם חינוך קטן, וח"א רפ"ד. —
כולל, כמובן, קיום המצוה עלי' נאמר „זוהי כל התורה כולה ואידך פירושה" — מצות ואהבת לרעך כמוך,
זאת אומרת החובה והזכות הגדולה להשפיע על כל אלה אשר אפשר להגיע אליהם, שגם הם יעשו ככל האמור.
והרי יום הכנס יום זכאי הוא, כנ"ל — יום הסתלקות הילולא של נשיא דורנו, כ"ק מו"ח אדמו"ר.
בברכה להצלחה בכל האמור
ומתוך הרחבה
374מאשר הנני קבלת מכתבו עם הפ"נ שיקרא בעת רצון על הציון הק' של בעל ההילולא הוא כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.
בו כותב ר"פ מההתועדות בעת רצון, ויהי רצון שיפעלו דברי ההתעוררות פעולתם — מתאים לדבר משנה, לא המדרש עיקר אלא המעשה, ובפרט שהרי זה עתה באנו מיום ההילולא של כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיאנו, אשר בכל שנה ושנה עולה בעילוי אחר עילוי גם לגבי העלי' דשנה שלפני', וגופא — אלו המקושרים, השייכים, וההולכים בהדרכתו — בתר רישא אזיל (אלא שמובן שצ"ל גם אתעדל"ת וגם פעולות התחתון), וכמובן גם ממאמר התיקוניםהמובא באגה"ק סי' ז"ך — כמו שמש המאיר מתחת לארץ לששים רבוא כוכבים.
בברכה לבשו"ט בהנ"ל
ובעניניו הפרטים
(ממכתב ט"* ז שבט, תשי"ח)
375לאחרי הפסק ארוך נתקבל מכתבו מער"ח שבט, וגם בו אינו מבואר סיבת ההפסק בכתיבה. ומה שמצער עוד יותר — ההפסק בפעולות וביחוד בשיתוף הפעולות דאגו"ח וצעירי אגו"ח. ובפרט שכנראה נפסק תומ"י, כיון שמכתבי הראשון במענה על האמור נשאר בלא מענה תוכני, ורק אישור בלבד.
איני יודע אם מקום כאן לבוא באיחולים בענין האמור אבל כיון שנצטוינו ע"י חז"ל בכו"כ מקומות „עד מאה פעמים" ועדיין לא הגעתי גם לצ"ט, הנני כותב עוה"פ — שיהי' רצון שעכ"פ מכאן ולהבא תחול הזזה ממשית ובאופן דהולך ומוסיף,
והרי מכתבו נכתב בער"ח שבט, אשר בעשירי בחדש הוא יום ההילולא של כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו, יה"ר שיבוא זה בפו"מ ובעגלא דידן.
בברכה לבשו"ט בכל האמור
אגודת וצעירי חב"ד בבקשה למסור לכפרנו למוסדותינו ולבתי כנסיותנו שבאה"ק לנצל יום ההילולא והשבת שלאחריו לחזוק והרחבת השיעורים ברבים הפצת תורת הדא"ח והדרכותי' בחוגים היותר שונים ולהתעוררות שהנשמה בגוף ירידה עצומה, היא אבל דוקא על ידה אפשרית העלי' הנפלאה ולא עזב הרועה את צאן מרעיתו
בברכה והצלחה
. . . מכתבו מט' ניסן קבלתי. ומענה בקיצור על האמור בו ימצא בהקדמותי להקונ' שהו"ל* אחרי ההסתלקות ובמכתבי זה* , מה שנלפענ"ד בכ"ז. — ומה שמקשה הלא א"א עתה לשאול את כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ כשיש ספק בהנהגה — אם יעמוד חזק בהתקשרותו אליו, מבלי לשים לב לפתויי היצר, וישלח השאלה על ציון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ — וועט דער רבי געפינען אַ וועג ווי עם צו ענטפערן.
376נוסח המברק שהואיל כ"ק אדמו"ר שליט"א
לשלוח לאנ"ש שי' בכל מרחבי תבל
לקראת יום החילולא יו"ד שבט
ה'תשמ"א
הילולא דנשיא דורנו בשנת הקהל האנשים והנשים והטף והתועדויות פעילות ובאופן דהקהל וגומר
והמשכם ופירותיהם בכל הימים שלאחריהם
ויקויים היעוד דדוד מלכא משיחא ואנחנו עמך וצאן מרעיתך נודה לך לעולם לדור ודור נספר תהלתך
בגאולה האמתית והשלימה על ידי משיח צדקנו. בברכה.
377ה'תשמ"ג
הצלחה רבה בכל עניני הילולא דנשיא דורנו ובתר רישא גופא אזיל האנשים והנשים והטף כולל התועדויות פעילות ומתוך אהבת ישראל
והמשכם ופירותיהם בכל הימים שלאחריהם
ויקויים היעוד בספר דוד מלכא משיחא הרחב פיך ואמלאהו,
ובמיוחד במילוי תפלתנו ותקותינו כל היום קרנו תרום בישועתך ובני ישראל יוצאים ביד רמה,
במהרה בימינו ממש בגאולה האמיתית והשלימה. בברכה
מקום החתימה
378ומסמך גאולה לגאולהה, גאולת פסח בחג הפסח בחודש ניסן הסמוך לחודש אדר (שבו גאולת פורים), אשר „כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות"ו, בגאולה האמיתית והשלימה והקרובה ע"י משיח צדקנו,
שגם עתה, בימים האחרונים של הגלות, יהי' כמו שהי' אז ש"לכל בני ישראל הי' אור במושבותם"ז (כשהיו עדיין בגלות במצרים),
ובפרט — שלכל אחד ואחת בודאי יש אות באחד מהספרי התורה, ומשפיע על כל היהודים שבסביבתו שגם להם יהי' אות, ובכלל — שיוסיפו בלימוד התורה וקיום מצותי'.
כמנהג ישראל — „אתן" לכל אחד ואחת מכם שליחות מצוה, ומצוה נוספת — מצות הצדקה שהיא שקולה כנגד כל המצוותח, ומקרבת את הגאולהט,
אשר כשתחזרו כל אחד ואחת למקומו יתן הממון: (או החילוף) לענין של צדקה, ומה טוב לצדקה הקשורה לחינוך ברוח התורה והמצוה.
וברכה הכללית — שנזכה כולנו לקבלת פני משיח צדקנו, מתוך שמחה וטוב לבב, שמחה של מצוה בימים (דעתה) האחרונים של גלותינו זה,
וללכת לקבל פני משיח צדקנו, ומתוך שלום ושמחה וטוב לבב, במהרה בימינו ממש.
[כ"ק אדמו"ר שליט"א נתן שטר של דולר לכאו"א].