Likkutei Sichos
Addenda - sichos 6
478נ"ע געענטפערט, אַז ער האָט גע־צו פאַרבינדן זיי מיט דעם אויבערשטן. הערט פון זיין פאָטער, כ"ק אדמו"ר איז ער אַ גביר, האָט ער דאָך אַ הצמח צדק נ"ע, אין נאָמען פון אַלטן סך צונויפצוזאַמלען; איז ער, ר"ל, רבי'ן, אַז דער ענין פון תפלה בצי־אַ קבצן, האָט ער אַ סך חובות, און בור איז, „לצבור", צונויפזאַמלען אַלע צונויפקלייבן יענעמס ניצוצות געכחות הנפש און אַלע ניצוצות (ט־דויערט נאָך מער צייט
לעכע פונקן), און דאָס נעמט ביי
פילן זיך אין הויז, און דערגרייכן
לט. אין דאַוונען דאַרף מען אויפ־אויך דעם קינד, ווערט דאַן פאַרהויבן צו דעם אויבערשטן אַלע גע־בונדן די אינערלעכע (פּנימיות) פון דאַנקן, אַלע געפילן און אַלע מעשים זיין נשמה מיט פּנימיות פון הקב"ה. פון דעם טאָג. דאָס מיינט תפלה
בציבור. איז ניט קיין וואונדער אַז וועלכן מען לערנט אין שער פון מען קומט פון שול שפּעטער, ער תניא, וואָס דאָס איז אויך אַ הקדמה דאַרף דאָך צונויפזאַמלען אַלע זיינע צום לערנען און דערהערן תורת ענינים, די הויז מיט דעם געשעפט, החסידות.
וישב
א. די פּרשה וישב, הויבט זיך וינה לאלומתי, ד. ה. אַז מאלמים אָן מיט יוסף'ס חלום, והנה אנחנו אַלומים וגו' איז די עבודה און דער מאלמים אלומים בתוך השדה וגו' וועג ווי צו דורכפירן דעם תכלית והנה תסובינה אלומותיכם ותשתחוינה פון גלות מצרים, וואָס דאָס איז
דער רכוש גדול און מתן תורה. " א א מ א מז אמא מז מא מאר ממר479דעם תכלית וכוונת הגלות, פאָדערט זיך די עבודה פון מאלמים אַלומים גו' ותשתחוינה לאלומתי.
אין חסידות שטייט אַז ירידת הנשמה בגוף איז אויך אַן ענין פון אַ גלות מצרים. ירידת הנשמה למטה איז אַ ירידה גדולה, מאיגרא רמא לבירא עמיקתא, אין מצרים וגבולים (גלות מצרים) און די ירידה איז צורך עלי', יצאו ברכוש גדול.
איז פון דעם פאַרשטאַנדיק, אַז בכדי צו דורכפירן די כוונה פון ירידת הנשמה בגוף, פאָדערט זיך אויך די זעלבע עבודה, עס דאַרף זיין דער מאלמים אַלומים בתוך השדה, און דאָס איז נאָך ניט גענוג, נאָר עס דאַרף זיין דערנאָך דער תסובינה אַלומותיכם ותשתחוינה לאלומתי.
ג. וואָס איז דער מיין פון מאָלמים אלומים בתוך השדה, אין עבודת האדם?
די עבודה פון מאלמים אַלומים איז בתוך השדה, ניט אין הויז, רשות היחיד, נאָר אין פעלד, און דאָרטן נעמט מען שבלים נפרדות, מען רייסט זיי אויס פון זייער אָרט און שורש (וואָרצל), מען קלייבט זיי צוזאַמען און מען מאַכט פון זיי איין אַגודה, בכדי אַרייננעמען דאָס דערנאָך אין הויז.
בשעת די נשמה איז יורד למטה געפינט זי זיך אין אַ רשות הרבים, אַן אָרט פון פּירוד, ווי עס שטייט דער לשון, נעשה אדם לשון רבים, ואמרו רז"לח) כתוב וכל הרוצה לטעות יבוא ויטעה, איז זייענדיק אין שדה און אין רשות הרבים, דאַרף מען נעמען די דברים גשמיים וחומריים, די דברים נפרדים
— וואָס צוליב זיי איז ירדה הנשמה למטה, וואָרום הנשמה עצמה אין צריכה תיקוןח) און ירידתה איז געווען בכדי לתקן את הגוף ונפש הבהמית וחלקו בעולם —
אויסרייסן זיי פון זייער אָרט און שורש, ד. ה. פון זייער חומריות, איינבינדן זיי צוזאַמען, אויף דינען דעם אויבערשטן.
ד. דאָס איז אָבער מער ניט ווי מאלמים אַלומים. עס איז ניט מספּיק, און מען דאַרף האָבן דעם ותשתחוינה לאלומתי. עס איז ניט גענוג וואָס געפינענדיק זיך פריער בבחינת שדה האָט מען זיך אַרויסגעריסן פון די חומריות, נאָר מען דאַרף זיי אַריינברענגען אין בית, אין הויז אַריין. דאָס הייסט ס'איז ניט מספּיק וואָס די אַלע ענינים האָבן אָנגעוואָרן און פאַרלאָרן זייער פריערדיקן ציור, נאָר מען דאַרף מאַכן פון זיי אַ כלי און אַ דירה לו יתברך.
און מען מיינט ניט ער זאָל ניט האָבן צו טאָן מיט די גשמיות, נאָר בשעת ער איז זיך עוסק אין די דברים הגשמיים, זייענדיק אין עניני עולם הזה, איז ער אַ מרכבה צו אלקות, אַז ער האָט גאָר קיין אייגענעם רצון ניט נאָר ער איז בטל אַזוי ווי אַ מרכבה צום רוכב, און מאַכט פון די דברים הגשמיים גופא אַ דירה לו יתברך.
און דאָס מיינט ותשתחוינה לאלומתי, צו דער אַלומה פון יוסף'ן, זיין עבודה. יוסף'ס עבודה איז געווען —480ויבוא הביתה — ניט נאָר וואָס ער האָט מבטל געווען דעם ציור החומרי נאָר ער האָט אַריינגעבראַכט אין הויז, געמאַכט אַ דירה, און דאָס איז געווען לעשות מלאכתו, למיבדק בכתבי חושבני'ז), אויך דעמאָלט ווען ער איז געווען מושל ושולט בבית פּוטיפר אין מצרים, אויך דאָרט איז דמות דיוקנו של אביו נראה לו. און אַזוי אויך זייענדיק אַ משנה למלך. און פון דעם גופא האָט ער געמאַכט אַ דירה צום אויבערשטן.
ה. און דאָס זיינען די צוויי עבודות ווי צו דורכפירן דעם תכלית פון ירידת הנשמה בגוף:
אַזוי ווי אַ נשמה דאַרף האָבן צו טאָן מיט ענינים גשמיים וחומריים, עניני דצ"ח, מאַכן פון זיי דם ובשר כבשרו און דערנאָך דינען דערמיט דעם אויבערשטן ביז אַז דער דצ"ח זאָל ווערן אַ מרכבה צו אלקות,
איז דער סדר אין דעם; א) מאָלמים אַלומים בתוך השדה. ער רייסט אויס די שבלים פון זייער אָרט און שורש. פריער איז דאָך גאָר ניט געווען קענטיק צי עס האָט געוואָקסן ביי אַ אידן צי ביי אַ ניט אידן להבדיל, רייסט ער דאָס אויס ממקום גידולו על מנת דינען דערמיט דעם אויבערשטן, ב) ותשתחוינה לאלומתי, אַז אַפילו די מציאות פון דער אַלומה ווי ער האָט מאגד געווען אַלע שבלים לתכלית אחת, אויך דאָס הערט זיך ניט אָן, נאָר עס איז ותשתחוינה — ביטול, ער איז אַ מרכבה צו אלקות, לעצמו האָט ער קיין רצון ניט, ער איז מער ניט ווי אַ כלי צום אור.
און דאָס מיינט ותשתחוינה לאלומתי, וואָס יוסף איז געווען אַ נשמה דאצילות, אַז אין די עבודות פון מאלמים אַלומים וואָס הגם עס איז געווען אַ ביטול נעלה, אָבער דאָך בבחינת מציאות, דעשי', דיצירה או גם דבריאה, איז געוואָרן ותשתחוינה לאלומתי, דער בירור שני שעולה לאצילות, דבאצילות הוא ביטול במציאות, איהו וחיוהי חד און אַפילו איהו וגרמוהי חד)).
ו. פון דעם איז מובן, אַז בשעת עס ווערט אַ התאגדות פון כמה בני ישראל למטרה אחת, אַ מטרה פון תורה ומצוות, הגם ס'איז שוין דאָ אין דעם די מעלה, וואָס מען האָט מבטל געווען דעם ישות וציור הפּרטי פון יעדערן באַזונדער,
וואָרום דאָס איז דאָך דער ענין פון אַן איגוד, אַז יעדער איינער איז מוותר אויף זיינע פּרטיות'דיקע ענינים צוליב דער מטרת האיגוד, אַלע צוזאַמען זיינען געוואָרן איין מציאות, אַ תערובת פון יבש ביבש אָדער אַפילו פון לח בלח,
פונדעסטוועגן איז דאָס נאָך ניט מספּיק, און מען קען נאָך ניט זיין זיכער וואָס עס וועט זיין דערמיט, ביז מען וועט מבטל זיין אויך די נקודה המשותפת וצד השוה שבהאיגוד, צו אַן ענין שלמעלה ממנה, ותשתחוינה לאלומתי.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ב׳
- Id
- rh-ptzxanz4